Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » שארק טענק shark tank

שארק טענק shark tank

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
104 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 128 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6779
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:32 pm#211282
שארק טענק shark tank
דאס וואלט מסתמא געדארפט קומען אין א ביזנעס פארום ,אבער אזוי ווי עס איז נישט דא, און שארק טענק איז דאך TV קען עס בדוחק אריינגיין אין קינסט.

שארק טענק איז א זייער אינטערסאנטע (און כשר'ע) TV פראגרעם וואס עס זיצן פינעף מאלטיי מיליאנערן און זיי הערן ביזנעס איידיעס פון "ענטרעפענורס" (ביזנעס לייט) און זיי זענען מחליט אויב זיי וויל אינוועסטען אין די ביזנעסעס.

א חלק פון די ביזנעסעס וואס קומען צו שארק טענק זענען שוין עסטעבלישד ביזנעסעס וואס ווילן זיך פארברייטערן אדער האבן שוועריקייטן און דארפן מער אינוועסטמענטס, און א חלק זענען מענטשן וואס האבן ביזנעס איידיעס און דארפען א אינוועסטמענט אנצופאנגען א ביזנעס.

נישט אלעס אין וואס די שארקס (די אינוועסטערס ווערן אנגעריפן "שארקס") אינוועסטען איז למעשה מצליח, אבער א חלק זענען שיין מצליח מיט די פרישע געלט, און אויך מיט די קאנטאקטס וואס די מיליאנערן פארשאפן.

איך האלט מיט שארק טענק שוין א שיינע פאר יאהר ,און עס רייצט מורא'דיג אויף די תאוה און קנאת סופרים אויכעט אריינצוטאנצען און אינוועסטען אין א ביזנעס.

איך טראכט פון ביזנעסעס וואס האבן פארדינט מיליאנען דורך שארק טענק דערמאן איך מיר פון עווא די עלעפאנט, א שפילצייג וואס דארף צו העלפען קינדער נעמען מעדיצין וואס א נעני האט ערפינדען און זי האט פארדינט פון דעם מיליאנען נאכדעם וואס א שארק האט אינוועסטעד. אויך איז סקראב דעדי א ערפינדונג וואס האט פארדינט מיליאנען דורך שארק טענק.

פאלגענד איז די ערשטע עפיזאד פון די ערשטע סיזען (אפאר וואכן צוריק האט זיך געענדיגט די פיפטע סיזען)
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:41 pm#211284
איך האב געקיקט דריי עפיזאד'ס, און ס'איז טאקע גאנץ אינטרעסאנט. איין זאך פארשטיי איך נישט, דער מיטעלסטע חברה מאן קעווין ריפט זיך "מיסטער Wאנדערפאל" אבער ער קיקט מיר אויס צו זיין די גרעסטע ע**האל....
דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:03 pm#211288
לארי גריינער פון 'שארק טענק' האט לעצטענס ארויסגעגעבן א בוך וועגן ווי אזוי צו נעמען אן ערפינדונג און ווערן רייך דערפון.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:09 pm#211291
די וואך דינסטאג ביי די LTB שאו וואס PTEX גרופ האט צוגעשטעלט איז אויך פארגעקומען א לייוו 'שארק טענק' סעסיע (זיי רופן עס LAUNCH PAD) ס'איז געווען זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:11 pm#211334
שוין געזעהן יעדע איינציגע שארק טאנק עפיסאד. ס'איז מיין וועיפערט שאו. א דאנק פאר'ן אשכול. פראגעס זענען וועלקאם.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:15 pm#211335
זיי שטעלן עס פאר ווי א לייוו אנסקריפטעד שוי? איך האב געקוקט לעצטענס א עפיזאט און ס'האט אויסגעזען ווי אפגעשמועסט וויאזוי צו עקטן. כ'וועל אויפזוכן יענע שטיקל
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:19 pm#211336
די שוי איז נישט סקריפדעט. די שארקס ווייסן נישט ווער ס'קומט דורך די טיר. וואס יא איז אז יעדע פוטש נעמט כמעט א שעה, און זיי שניידן שטיקער פון דעם ס'זאל נאר זיין בערך 5-10 מינוט.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:47 pm#211342
איך פאללאו עס אויך
מיין פערסאנעל אפיניען. זיי אינוועסטן נישט אין קיין איין איידיע. נאר אין ביזנעסער וואס זענען אפן פאר א שטיק צייט און עס גייט וועי אפ
וואס כמיין צוזאגן איז. צו איוועסטן אין א ביזנעס וואס איז אן די וועי אפ קען איך אויך. די קונץ איז צו קענען עוואליאעטן אן איידיע און פאראויסזאגן אויב סאיז א היט אדער נישט
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:50 pm#211344
וויאויך בין איך א געפערליכע חסיד (פען בלעז) פון מארק קיובען
ער איז א קלוג יונגעל
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:52 pm#211345
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געקיקט דריי עפיזאד'ס, און ס'איז טאקע גאנץ אינטרעסאנט. איין זאך פארשטיי איך נישט, דער מיטעלסטע חברה מאן קעווין ריפט זיך "מיסטער Wאנדערפאל" אבער ער קיקט מיר אויס צו זיין די גרעסטע ע**האל....
און ביטש
דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:00 pm#211346
קעש לייקט מיר ,איך לייק עם אויך כמאמר הכתוב קעש איז המלך.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:28 pm#211360
דארף מען אודאי צוברענגן דעם חסידישן איד וואס איז געווען אויף די שאו.

פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 am#211390
ווי אויך דער קריסטליכע איד וואס איז געווען אויפן שאו. פון 9:09

פרייטאג יולי 11, 2014 10:15 am#211409
zurich האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געקיקט דריי עפיזאד'ס, און ס'איז טאקע גאנץ אינטרעסאנט. איין זאך פארשטיי איך נישט, דער מיטעלסטע חברה מאן קעווין ריפט זיך "מיסטער Wאנדערפאל" אבער ער קיקט מיר אויס צו זיין די גרעסטע ע**האל....
און ביטש


He says he is Mr. Wonderful because he isn't scared to say the truth.
פרייטאג יולי 11, 2014 10:34 am#211417
ער דארף עס אבער נישט זאגן מיט אזוי פיל רשעות.....
פרייטאג יולי 11, 2014 10:43 am#211420
True.
I think Robert is the most fair, when he sees that a business is a "black hole", he will encourage their entrepreneurship, and convince them to find a different idea.
פרייטאג יולי 11, 2014 10:43 am#211422
אינטרעסאנט. ייש"כ פארן צוברענגען. זענען דא נומערען אויב די "שארקס" אויף דער שאו גיין ארויס מיט ריווח פון די השקעות זייערע וואס זיי מאכען דער שואו אדער נאר פון וואס די טעלעוויזיע צאלט זיי?
פרייטאג יולי 11, 2014 10:47 am#211423
The show doesn't pay the sharks.
The sharks capitalize from the success stories (Ex: "Wicked good cupcakes").
The show takes 5% profits from any company that gets a deal on the tank, and 2% profits if you pitch your idea on shark tank, and no deal is made.
פרייטאג יולי 11, 2014 10:49 am#211424
קעווין איז די איינציגסטע איד אויפן שאו. קומט פון קאנאדא. ווערד א קנאפע 300 מיליאון, אבער בלאזט ווי ער האט 3 ביליאן. ער האט געוויסע אייגנשאפטן וואס אנדערע האבן נישט. קודם איז ער זייער א גראדער מבקש האמת ביז'ן מארך ביין, און לאזט נישט געפילן אדער זייטיגע זאכן אריין אין א ביזנעס החלטה. ממילא קומט ער אריין זייער שארף און אראגענט. צווייטענס קען ער אנאלעזירן א זאך אויף א געוואלדיגע קלארע פאעטישע וועג וואס אנדערע קענען נישט.

זיין עקספירענס איז בעיקר אין פינאנץ, שפילצייג, עדוקעשאן, און אביסל טעכנעלאגיע. ער פלעגט אוועקשטיין פון אינוועסטן אין די עסן אינדעסטרי, ווייל ער קען עס נישט אזוי גוט, אבער לעצטענס האט ער אנגעהויבן אביסל נאכן האבן סוקסעס, דאכציך מיט א קאפקעיק פעקטערי.
פרייטאג יולי 11, 2014 10:50 am#211425
Chuchem האט געשריבן:The show doesn't pay the sharks.
The sharks capitalize from the success stories (Ex: "Wicked good cupcakes").
The show takes 5% profits from any company that gets a deal on the tank, and 2% profits if you pitch your idea on shark tank, and no deal is made.


אנגעהויבן לעצטע סיזען נעמען זיי מער נישט 5% פונעם פיטשער. נאכן ווערן קריטעקירט פון ביזנעס ארגענעזאציעס. זיי מאכן גענוג געלט פון עדס. ס'איז די העכסטע רעיטעד שאו פרייטאג ביינאכט.
פרייטאג יולי 11, 2014 4:02 pm#211471
רויטע וואנצעס האט געשריבן:קעווין איז די איינציגסטע איד אויפן שאו.


קיובען איז א איד
פרייטאג יולי 11, 2014 4:50 pm#211475
ונבנתה העיר האט געשריבן:דארף מען אודאי צוברענגן דעם חסידישן איד וואס איז געווען אויף די שאו.


ווי קען איך זעהן די גאנצע ווידיאו פין דער עפיסאד???
פרייטאג יולי 11, 2014 4:58 pm#211477
hulu
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:16 am#220707
שארק טענק האט געוואונען א Emmy די יאר. מזל טוב!

m http://abc.go.com/shows/shark-tank/news ... mmy-winner m

די זעקסטע סיזען הייבט זיך אן FRIDAY SEPT 26.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 3:05 pm#227322
לעצטענס האט זיך אנגעפאנגען די שארק טענק סיזען 6. דא קען מען זעהן די ערשטע עפיזאד

פרייטאג אקטאבער 03, 2014 3:39 pm#227326
די ערשטע וואך איז געווען צוויי עפיסאדס. אויף ABC דארף מען ווארטן א וואך עס צו קענען זעהן. (חוץ אויב מ'האט א קעיבל סובסקריפשן). אויף Hulu plus קען מען עס שוין זעהן מוצ"ש (די שוי איז פרייטאג נאכט).
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:02 am#227359
די צווייטע עפיזאד וואו דער יאפאנעזער מאורס פארציילט זיין געשיכטע מיט זידיגע טרערן און מאכט אלע פינף שארקס וויינען האט מיך בארירט. כאטש דער ציניק אין מיר זאגט אז עס איז געווען (טיילווייז...) א שפיל.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:05 am#227360
לינק ביטע?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:15 am#227365
פּיטש הייבט זיך אן ביי 28:00 בערך. כאפ אריין ווילאנג עס ליגט נאך אויף יוטוב, אט אט פארט עס אראפ צוליב קאפירייט קלאגעס פון עי בי סי.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:45 am#227369
אינטערעסאנט איז אז די צוויי וואס לאזן די מערסטע טרערן זענען מר. וואנדארפאל און די קורץ-האריגע-בלאנדע-בי*ש...
זונטאג אקטאבער 05, 2014 7:07 am#227378
איך גלייך זייער דעם שוי, די איינציגסטע וואס מאכט מיך נערוועז איז בארברא קאקון.
זיי זוכט זיך אויף אויף יעדע זאך עפעס א נארישע באבע תירוץ פארוואס זי וויל נישט אינוועסטירן, ווען זי גיט שוין יא א דיעל איז עס ביטער טייער. אנדערש ווי אלע אנדערע וואס שעירן נוצבארע אינפארמאציע האט זי גארנישט צו פארקויפן און גיט גארנישט צו צו די שוי, ניטאמאל איז דא אויף וואס צו קוקן...
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:49 pm#227983
cash האט געשריבן:וויאויך בין איך א געפערליכע חסיד (פען בלעז) פון מארק קיובען
ער איז א קלוג יונגעל

איך בין שארף מחולק מיט דיר
ער זעט מיר אויס צו זיין א שטאקיגער נער

ראבערט הוירדזשעוועק האנדלט געווענליך די קלוגסטע
מען זעט סיי דא און סיי אויפן קאנאדישן דרעגאן שאו ווי ער האט א גוטן באלאנס צווישן געפיהל און לאגיק
וואס ביידע פעלן וויכטיג אויס פאר ביזנעס


אגב, ס'דא ביזנעסער וואס מ'קען באשיינפערליך זען ווי זיי קומען ליבערשט פארן פרסום ווי איידער פאר אן אינוועסטמענט.....
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:31 am#233697
אין די לעצטע עפיסאד פון שארק טענק האבן טייל שארקס באזוכט אינעם ווייסן הויז. אויך זאגט די ערשטע פרוי אפאר ווערטער צו די קעמרא.

מאנטאג מערץ 16, 2015 8:22 pm#259050
מיר קוקט עס אויס זייער ביליג אז ראבערט טאנצט מיט א פרעמדע נאקעטע נקבה. מיט די היתר פון טאנץ מיט די שטערן.
וויאזוי זעהט עס אויס אין אייער אויגן?
זונטאג מאי 10, 2015 10:42 am#273676
Re: שארק טענק shark tank
געווענטליך קיק איך שארק טענק אויף Utube די טאג נאכדעם וואס ס'עיר'ט. די לעצטע עפיזאד פון דעם שבת קען איך נישט טרעפן. איינער ווייסט ווי כ'קען עס זעהן?
זונטאג מאי 10, 2015 11:24 am#273683
זונטאג מאי 10, 2015 12:36 pm#273704
Re: שארק טענק shark tank
כוכב האט געשריבן:איך גלייך זייער דעם שוי, די איינציגסטע וואס מאכט מיך נערוועז איז בארברא קאקון, ניטאמאל איז דא אויף וואס צו קוקן...


זונטאג מאי 10, 2015 12:44 pm#273709
זונטאג מאי 17, 2015 9:22 pm#276102
איינער האט א לינק צו דעם לעצטן שארק טאנק?
זונטאג מאי 17, 2015 10:17 pm#276122
Re: שארק טענק shark tank
א בעסערע
m https://youtu.be/DI2vPxDjkp0 m
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:51 am#302496
Re: שארק טענק shark tank
נעכטען האט זיך אנגעהויבן סיזען 7. איינער ווייסט ווי מ'קען עס זעהן?
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:17 pm#302774
ראשעקאל האט געשריבן:נעכטען האט זיך אנגעהויבן סיזען 7. איינער ווייסט ווי מ'קען עס זעהן?


m https://www.youtube.com/watch?v=W5adXjT ... e=youtu.be m
זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:13 pm#303952
Re: שארק טענק shark tank
אייסיס קימט צו שארק טענק......


דינסטאג מאי 17, 2016 2:06 pm#333387
איך קוק אסאך נאך די שארק עפיסאדס און סדא זאכען וואס איך וויל פארשטיין:
1) די מענטשען זוכען הלוואות פאר זייערע ביזנעסער און זיי שלאגען פאר K 50 פאר 30% אדער K 200 פאר 10% פון די ביזנעס אינקאם, או אזוי איז דא פארשידענע ערליי דיעלס, איז אויף וואסערע בעסיס באשליסט מען וויפיל צו בעטן און וויפיל פראצענט צו צוריק געבן?

2) סקוקוט מיר אויס ווי משלאגט זיך ווי קליינע בעביס א זאך וואס איינער וויל, וויל יעדער און א זאך וואס איינער מאכט אוועק וויל קיינער, וואס איז פשט פון הייסען יענעם אפמאכען וואסערע אפפער ער וויל נעמען, ''יעצט אויפען מינוט'', פארוואס זאל יענער נישט אהיימגיין און עס איבערטראכטען? בכלל יעדע ביזנעס דיעל לוינט זיך צו איבערגיין, וואס איז פשט פון די פרעישער וואס מלייגט סיי אויף די שארקס און סיי אויף די וואס זוכען די הלוואות צו דעסיידען אן החלטה אויפן מינוט?

3) און איך פארשטיי נישט די וואס זיכען די הלוואת מה נפשך גייט דיר די ביזנעס גוט? וואס זוכסטו דא ווארט אויס געדולדיג, און נעם ארויס אליין די רווחים, ענדערש נעם שטאטע אבער זיכערע טריט, גייט דיר נישט גוט די ביזנעס, צו סאיז נישט אזא מוראדיגע איידיע, פארוואס זאל דיר איינע פון די שארקס געבן געלט?

4) די 20% וואס די שארקס נעמען איז פאר אייביג? אויב נישט פאר ביז ווען?

5) ביהיינד די טענק זעהט מען ווי די שארקס געבן עדווייס פאר די ביזנעס אונער, וואספארא מאכט אדער בעלות האבען זיי און די ביזנעס וואס זיי האבען אינוועסטעט?

און אויב איינער קען איבער געבן מיין מעסעזש צו די שארקס, הערט'ס אויף מיט די אכזריות, ווילסט נישט אינוועסטן? פיין קיינער האט דיר נישט געצווינגען, אבער געב נישט קיין קאמפלימענטס ווי גוט די איידיע איז אדער ווי שטארק דו ביזט אימפרעסד און נאכדעם געב א זאג ''אייעם אוט'' הערט'ס אויף צו טרינקען מענטשליך בלוט
דינסטאג מאי 17, 2016 4:50 pm#333441
Answer to Mr. Friedman

1) They are looking for Partners not Loans
2) They are all good business people, So if a deal is good everyone wants it and if not.... about the pressure, its a way to see if the person can decide under pressure so they know he will be good to do business with
3) Just to be on this Show is a very big advertisement for your business
4) Yes they become a partner in the business usually
5) Partners

And about your message for them: remember its a TV show after all and it has to be intersting
דינסטאג מאי 17, 2016 5:11 pm#333445
kitov האט געשריבן:Answer to Mr. Friedman

1) They are looking for Partners not Loans
2) They are all good business people, So if a deal is good everyone wants it and if not.... about the pressure, its a way to see if the person can decide under pressure so they know he will be good to do business with
3) Just to be on this Show is a very big advertisement for your business
4) Yes they become a partner in the business usually
5) Partners

And about your message for them: remember its a TV show after all and it has to be intersting

שכח פארן אויסקלארען
כבין אויך נייגעריג צו מדארף זיך שטופען צו קענען ארויפגיין אויף די שאו אדער דארף מען נאכקומען א געוויסע קריטעריע
דינסטאג מאי 17, 2016 6:53 pm#333466
Thousands of people apply, They take what they think is interesting for the show, I'm sure that if you look like a Hasid it would help...
דינסטאג מאי 17, 2016 7:24 pm#333468
Mr. Wonderfull: you are dead to me