Under maintenance
הויפט זייט » די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט

די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6831
מאנטאג יולי 21, 2014 3:01 pm#212870
די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט
פאריגע וואך איז פובליצירט געווארן א קאנטראווערסיאלע ארטיקל וואס האט אויפגעשטורעמט די חרדי'שע וועלט, ספעציעל אינערהאלב די סאטמארער לאגער, געשריבן דורך מנחם קרן, אונטערן קעפל "דער סאטמארער רבי און די חורבן פון דעם אונגארישע אידנטום". אין דעם ארטיקל (באזירט אויף א לענגערע באשרייבונג) פרובירט קרן צוזאם צושטעלן א פאזל פון אלעס וואס מיר ווייסן איבער די הנהגה און התנהגות פונעם רבי'ן ז"ל אין די טעג פאר די צווייטע וועלט מלחמה, בשעת'ן מלחמה, ביים אנטלויפן פון די דייטשן ימ"ש און נאכן קריג. דאס צוזאמנעמען אלע דעטאלן אינאיינעם טוט אונז געבן א קלארערע בילד און די מעגליכקייט צו בעסער קענען אנאלעזירן דעם רבי, זיין נאטור און זיין גאנצע הנהגה.

קרן צייגט אז נישט נאר האט דער רבי געטון גאר ווייניג צו העלפן זיינע מענטשן זיך ראטעווען פון די גרויסע סכנה, נאר ער האט זיי נאך אפגערעדט דערפון מיט כל מיני טצדקי, ווי לדוגמא אז מען דארף האבן אמונה און בטחון וכדומה. ביז היינט האבן מאנכע געמיינט אז די סיבה איז געווען צוליב דעם וואס דער רבי האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע, און ער האט מעגליך טאקע געהאלטן אז די מצב איז נישט אזוי געפערליך. פארציילט אונז קרן, אז דער רבי האט געהאלטן די דאזיגע דרשות און ער האט געפירט דער הנהגה, אין די זעלבע צייט וואס ער אליינס האט שוין פארארבייט מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און דאס אנטרינונג פון זיינע נאנטע. דאס צייגט אונז אז דער רבי האט יא ארויסגעהאט ווי שלעכט דער מצב איז.

צוויי פון דעם רבי'ס שטארקע שיטות האבן געהאט א גאר שטארקע השפעה אויף זיין אויפפירונג נישט נאר בשעת די מלחמה נאר אויך ביי אנדערע געלעגנהייטן, סיי אין ראמעניע/אונגארין פארן קריג, און סיי אין אמעריקא אין די נאכפאלגענדע יארן נאך די קריג. די צוויי שיטות זענען די איסור פון התגרות באומות און די וויכטיגקייט פון התבדלות אפילו פון אנדערע אידישע ארגאנען, וואס דער רבי האט זיך געהאלטן צו דעם אויף א יעדע פרייז.

אין די דרייסיגער יארן ווען די רעגירונג אין רומעניע איז געווארן מער און מער אנטיסעמיטיש געשטימט, האט דער רבי בשום אופן נישט צוגעלאזט צו ארבייטן צוזאמען מיט די אידישע ארגאנען פון די נעאלאגן, מזרחי אדער אפילו אגודת ישראל. בשעת וואס אנדערע אידישע ארגעניזאציעס האבן אויפגעשטעלט אידישע זעלבסט-שוץ ארגעניזאציעס און האבן געהאלפן אידן אימיגרירן צו אנדערע לענדער, האט דער רבי זיך שטארק אנטקעגנגעשטעלט די אקטיוויטעטן און ער האט זיך באגנוגנט מיט רופן צו תשובה און תפלה. אין תרצ"ז ווען אנטיסעמיטיזם האט דערגרייכט א קלימאקס, מיטן ערוועלונג פון דעם באקאנטן שונא ישראל 'אקטאוויען גאגא' צו פירן דאס לאנד, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט אן ענגע צאל קרובים ומקורבים און איז אנטלאפן קיין טשעכעסלאוואקיע. דער רבי האט דאס געטון טראץ דעם וואס די אידישע קהלה האבן אים געבעטן אז ער זאל זיי נישט פארלאזן אין אזא צייט פון נויט און נסיון. דער רבי האט פארטיידיגט דעם שריט זאגנדיג אז א צדיק קען נאר טון זיין עבודה זייענדיג אונטער שוץ און זיכערהייט. געציילטע וואכן שפעטער, ווען די רומענישע מאנארך האט אונטערגעברענגט דעם פרישע רעגירונג, האט זיך דער רבי אומגעקערט קיין סאטמאר און ווייטער געהאלטן דרשות רופנדיג דעם עולם צו תשובה, תיקון המעשים און זיך צו פארלאזן אויפן אויבערשטן.

דער רבי האט כסדר געהאלטן אזעלכע פייערדיגע דרשות דורכאויס די יארן פארן קריג און בשעת די קריג, רופנדיג דעם עולם צו תשובה ותיקון המעשים. דער רבי האט ארויסגעברענגט די גאר שווערע צושטאנד און אלעס וואס די אידן ליידן, אבער ער האט נישט געגעבן קיין שום פראקטישע אנווייזונגען פארן עולם, וויאזוי זיך צו ראטעווען אדער באשוצן. מערערע פראבעס פון ארבייטן צוזאמען מיט אנדערע קהלות און ארגאנען זענען כסדר צוריקגעוויזן געווארן פונעם רבי'ן. אין תרצ"ט ווען די צענטראלע אידישע קהלות האבן פאררופן ראש חדש אדר פאר א תענית און א יום תפלה צוליב די פארמערטע שווערע גזירות האט דער רבי זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם רוף, זאגנדיג אז די רעגירונג וועט דאס אננעמען אלץ א פראטעסט אנטקעגן זיי. אנשטאט דעם האט ער באשטעטיגט תענית אסתר קטן אלץ א צום און יום תפלה פאר זיינע אנהענגער.

אפילו בשעת די קריג גופא, ווען די געפאר פאר אידן איז געווען קלאר פאר אלעמען, האט דער רבי נאך אלץ נישט צוגעלאזט דאס צוזאמען ארבייט מיט די מזרחי און אפילו מיט אגודת ישראל. דער רבי האט טאקע מייסד געווען זיינע אייגענע הצלה ארגעניזאציעס וואס האט זיך געהאלטן אומאפהענגיג פון די צענטראלע ארגאנען. ווען דער רבי האט אויסגעפונען אז פערציג רבנים האבן אונטערגעשריבן אן אפמאך פון צוזאמען ארבייט מיט ציוניסטישע ארגעניזאציעס צו באהאלטן און ארויסשמאגלן אידן פונעם לאנד, האט דער רבי נישט גערוהט ביז ער האט געמאכט די רבנים צוריקציען פון זייער אפמאך.

אין א געוויסע זין קען מען פרובירן צו פארענטפערן די פאסיווע הנהגה, אז דער רבי זעלבסט האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע. נאך אלעם זענען די נאציס דעמאלטס נאך נישט געווען אין אונגארין, און אסאך אנדערע מענטשן האבן געהאלטן אז די שרעקליכע שמועות וואס קומען פון פוילן זענען טאקע נאר דאס, איבערגעטריבענע שמועות. קרן צייגט אבער אן אז אנגעהויבן פון ת"ש און ווייטער האט דער רבי פרובירט צו פארארבייטען מערערע פעולות צו באקומען ערלויבעניש צו אנטלויפן מיט זיין משפחה און באקאנטע. די פעולות זענען עטליכע מאל דורכגעפאלן צוליב פארשידענע סיבות. ווען אלע אפציעס זענען אויסגעלאפן האט דער רבי מסכים געווען זיך מיטצוכאפן מיט די טראנספארט פון די ציונים, בראשות רודאלף קאסטנער.

אינמיטן די נאכט, הארט פאר די אידישע געמיינדע איז אריינגעפירט געווארן אין די געטא, פון וועלכע זיי זענען געפירט געווארן צו זייער אומקום אין אוישוויץ, האט דער רבי זיך ארויסגעשווערצט צוזאמען מיט זיינע נאנטע אין מיטן די נאכט, זיי זענען אנטלאפן קיין קלוזש (קלויזענבורג). אין קלוזש זענען זאכן נישט געגאנגען ווי געפלאנט, און צום סוף איז נאר ערלויבט געווארן פארן רבי'ן צו אנטלויפן מיט די קאסטנער טראנספארט צוזאמען מיט זיין רביצין און ר' יוסל אשכנזי.

בשעת די גאנצע נסיעה, סיי אויפן וועג קיין בערגן בעלזן, סיי דארט אליינס, און ווי אויך אויפן וועג קיין שווייץ האט זיך דער רבי געהאלטן אפגעזונדערט פון אלע אנדערע פאסאזשירן, אפילו פון די אנדערע רבנים. דער רבי איז געזעצן אפגעזונדערט אין א ווינקל און עוסק געווען בתורה ותפלה. דער רבי האט יא געלערנט מיט רבי יונתן שטייף ז"ל וועלכע האט זיך אויך געפונען אויף דער טראנספארט.

אנקומענדיג קיין שווייץ האט א דעלעגאציע אפגעווארט דעם רבי און אין געציילטע טעג איז דער רבי געווען פולקאם צוריק צו די הנהגה כימי קדם. אין שווייץ האט דער רבי פרובירט אויפצוטון שטארק אין רעטונגס אפעראציעס, ספעציעל צו ראטעווען קליינע יתומים וואס זענען אריינגעשטעלט געווארן אין אנשטאלטן בשעת די קריג. זיין איינגעשפארטקייט נישט מיט צו ארבייטען מיט ארגאנען פון די אגודה און די מזרחי האט אפגעהאלטן די פלענער פון פארווירקליכט ווערן.

נאך די קריג, אין א צייט ווען אנדערע רבי'ס און מנהיגים זענען ארום געפארן אין די פליטים לאגערן, מחזק צו זיין צובראכענע אידן, אדער זענען זיי צוריקגעפארן צו זייערע שטעטלעך אין אונגארין און רומעניע, איז דער רבי פארבליבן אין שווייץ און האט אנגעפירט זיינע פעולות פון דארט, טראץ דעם וואס אסאך פון זיינע אנהענגער האבן איבערגעלעבט דעם קריג און האבן זיך אומגעקערט צו זייערע היימען אין טראנסעלוואניע.

נאך א שטיק צייט האט דער רבי אימיגרירט קיין פאלעסטינע וואו ער האט פרובירט צוריק אויפצושטעלן די סאטמארע אימפעריע, אבער קוים א יאר שפעטער האט ער ווידער געפאקט פעק און האט זיך אריבערגעצויגן צו זיין לעצטע דעסטינאציע, קיין אמעריקא.

אין די צווייטע טייל פון די ארטיקל פרובירט דער שרייבער - מנחם קרן - צו ערקלערן און געבן א פסיכא-אנאליז אויף דעם רבינ'ס פערסאנאליטעט און זיין אופן ההתנהגות. וואס האט אים געמאכט זיך האלטן אזוי עקשנות'דיג אפגעזונדערט אין אזעלכע צייטן ווען צוזאמען ארבייט וואלט זיכער געווען לטובה פאר אים און פאר די געמיינדע? וואס האט געמאכט דעם רבי'ן פארארבייטן אזויפיל מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און די רעטונג פון זיינע נאנטע, אין די צייט ווען ער האט אפגערעדט אנדערע פון טון די זעלבע? פארוואס האט דער רבי זיך געהאלטן אפגעזונדערט פון אלע אנדערע פאסאזשירן בשעת'ן אנטלויפן אויף די קאסטנער טראנספארט? פארוואס האט דער רבי זיך נישט צוריקגעקערט קיין טראנסעלוואניע צו העלפן זיינע חסידים וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג? פארוואס האט זיך דער רבי קיינמאל נישט באדאנקט פאר זיינע רעטער? איז דא א קארעלאציע צווישן די אויבנדערמאנטע פראגעס און דער רבי'ס אויסגעשפראכענע פארדאמונגען און פעולות אנטקעגן די ציונים נאך די קריג? איז דא א קארעלאציע צווישן די אויבנדערמאנטע פראגעס און דעם רבי'נס נאכאנאנדע באשולדיגען די ציונים, און די שווערע פארלוסטן פון די אונגארישע אידנטום בשעת די קריג? דאס און נאך אבזערוואציעס פרובירט קרן צו אנאליזירן אין די צווייטע טייל פון דעם ארטיקל. קרן אנאליזירט ציטאטן פון דעם רבינ'ס ספרים ווי אויך ביאגראפיע ביכער וואס זענען געשריבן געווארן דורך דעם רבינ'ס חסידים, נאך זיין פטירה אין תשל"ט.


*************

מיר זענען ערליכע אידן, מיר ווייסן אז נסתרים דרכי השם, אלעס איז באשערט און עס איז נישט שייך צו מאכן חשבונות. אויך ווייסן מיר אז hindsight is 20/20, דאס מיינט אז עס איז נישט קיין קונץ צו זאגן לאחר המעשה וואס די ריכטיגע מהלך וואלט געווען. מיר – פאוסט האלאקאוסט אידן – קענען נישט דן זיין די אידן וואס האבן געלעבט בשעת די קריג, סיי די וואס האבן איבערגעלעבט און סיי די וואס זענען אומגעברענגט געווארן. מיר האבן נישט די רעכט זיי פארצוהאלטן פארוואס זיי האבן נישט געטון דאס אדער יענץ. מיר מוזן זיי אבער יא אנאליזירן, ווייל היסטאריע איז דאס וויכטיגסטע באשטאנדטייל וואס טוט פארמירן דאס צוקונפט.

הגם, אין די וועלט איז אנגענומען אז א קאפיטאן פון א שיף פארלאזט נישט די שיף פאר אלע פאסאזשירן זענען געראטעוועט, און דאס איז אזוי אנגענומען פאר יעדער מענטש אין א פאזיציע פון פירערשאפט, קען זיין אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז עפ"י הלכה איז ער נישט מחויב דאס צו טוהן, און דערפאר האלט איך אז מ'קען אים אויף דעם אליין נישט דן זיין.

מיר קענען אויך נישט וויסן וואס פונקטליך איז געווען דעם רבינ'ס געדאנקענגאנג דעמאלטס, פארוואס ער האט נישט באאיינפלוסט דעם עולם צו אנטלויפן אדער זיך באהאלטן. צו זאגן אז ער האט עס געטון פון שלעכטסקייט אדער אומפארגינערישקייט איז מעגליך צו עקסטרעם. איין זאך איז אבער זיכער, ער האט נישט געהאט א ריכטיגע בליק אויף דעם מצב. נאכן אנאליזירן דעם רבינ'ס הנהגה דעמאלטס, זיין אפשאצונג פון די מצב, און נאכן זעהן וואס איז ארויסגעקומען דערפון, איז אוממעגליך צו זאגן אז ער איז געווען א וויזשאנערי מיט א ברייטע פארשטאנד. עס איז קלאר אז ער האט פארפעלט צו פאראויס-זעהן וואס אסאך מנהיגים מיט אסאך א קלענערע השפעה ווי אים האבן אנערקענט יארן פריער.

די שווערסטע חלק פון זיין גאנצע הנהגה איז די פאקט אז ער האט זיך געפארעט פאר זיך און זיינע באקאנטע צו קענען אנטלויפן מיט פארשידענע מיטלען און פלענער, אבער אין די זעלבע צייט האט ער קענטיג נישט געוואלט אז אנדערע זאלן מאכן די זעלבע פלענער. די פליטים פון פוילן וועלכע זענען ארום געפארן אין די שטעט, געהאלטן דרשות און פארציילט איבער די שוידערליכע רציחות פון די נאציס און אז עס איז כמעט קיינער נישט געבליבן ביים לעבן דארט, זענען אויך אנגעקומען קיין סאטמאר. אבער דער סאטמארער רב (פונקט ווי אסאך אנדערע רבנים און געמיינדע פירער) האט זיי נישט געלאזט געבן דרשות דארט. פארוואס? וואס האט ער מורא געהאט וועט געשעהן אויב אידן ווייסן וואס עס ערווארט זיי? ער האט דאך יא געוואוסט אז וואס זיי זאגן איז אמת. עס איז שווער צו זאגן פארוואס ער האט דאס געטון, אבער היינט איז אונז קלאר אז דאס איז – אין בעסטן פאל - געווען א גאר קאסטבארער סטראטעגישע טעות.

אזוי ווי איך האבן פריער געשריבן, מיר קענען נישט דן זיין און איך האלט נישט ביים דן זיין. איך בין גרייט אויף אלעם צו פארקוקן און ענטפערן אז "מיר פארשטייען נישט און מיר ווייסן נישט". עס איז געווען א שעת מלחמה, א צייט פון כאאס און עס איז פארשטענדליך אז מענטשן מאכן טעותים אדער פאררעכענען זיך אין אזא צייט. דאס איז אבער נאר אויף די התנהגות ביזן ענדע פון די קריג. די הנהגה פון נאכן קריג איז אבער א תמיהה וואס איז צו א שטארקע צריך עיון! מילא, פאר די קריג און בשעת די קריג האט מען זיך איינגערעדט אז מען וועט עס איבערלעבן. מען האט געמיינט אז מען מוז אנטלויפן פשוט ווייל מען דארף קענען אנגיין מיט די הנהגה און הצלה אקטיוויטעטן פון א זיכערע ארט. מען האט געגלייבט אז בעפאר וואס און ווען וועט זיך די מלחמה פארענדיגן, און אלעס וועט צוריקגיין ווי אמאל. נאכן קריג אבער, ווען מען האט זיך צוריקגעדרייט און געזעהן די הרס וחורבן וואס מען האט דארט איבערגעלאזט, וואס איז געווען זיין ריספאנס דעמאלטס?

האט זיך דער רבי אמאל אנטשולדיגט פאר די משפחות פון די אומגעקומענע פאר נישט לאזן די פוילישע פליטים זיי פארציילן און ווארענען וואס עס ערווארט זיי, כדי זיי זאלן זיך קענען באהאלטן? האט דער רבי אמאל אויסגעדרוקט חרטה אדער מיטלייד אז ער האט פארלאזט זיינע חסידים אין זייערע שווערסטע און לעצטע מינוטן? האט דער רבי זיך אמאל פארענטפערט און ערקלערט זיין הנהגה? האט דער רבי אמאל באדאנקט זיינע רעטער און ארויסגעוויזן הכרת הטוב? האט דער רבי אמאל אנערקענט אז זיין סעפעראטיסט צוגאנג האט געקאסט אומצאליגע אידישע נשמות, וואס וואלטן מעגליך געקענט ווערן געראטעוועט, ווען אלע אידישע ארגאנען ארבייטן ווען צוזאמען?

ניין. נאר אנשטאט דעם האט דער רבי גערעדט איינמאל און נאכאמאל ווי די ציונים זענען געווען שולדיג אין אלעם. נישט נאר אז זיי זענען געווען שולדיג ווייל זיי האבן געברענגט אויף כלל ישראל א הימלישע חרון אף, נאר פראקטיש אויך ווייל זיי האבן אויפגערעגט די דייטשן, און ווייל זיי האבן געמאכט אונטערגרונטישע אפמאכן מיט די דייטשן (צו ראטעווען געמיינדע פירער אריינגערעכנט דעם רבי'ן זעלבסט). אויב מאכט מען פראקטישע און רעאליסטישע חשבונות פון ווער עס איז שולדיג אין די מיליאנען קרבנות, איז עס נישט מער ווי רעכט אז מען זאל אויך אויסרעכענען די וואס האבן געשטערט די פוילישע פליטים פון אנווארענען די אונגארישע אידן? שטעלט אייך פאר ווען די ציוניסטישע פירער זענען די וואס וואלטן אפגעהאלטן די דרשות פון די פוילישע פליטים און נישט ער, וואלט דען דער רבי ז"ל עס פארשוויגן? איך האב נישט קיין טענות אויף אים פארוואס ער האט עס געטון, עס איז אבער יא א שווערע קשיא פארוואס ער האט זיך נישט אנטשולדיגט נאכן קריג, און עס איז א שרעקליכע סתירה מיט זיין הנהגה נאכן קריג פון באשולדיגן די ציונים.

נישט איבערבעטן, נישט פארענטפערן, נישט ערקלערן, נאר וואס יא? טאנצן חסדי השם אויף זיין פריוואטע הצלה. איך פארשטיי אז דער רבי האט לכתחלה נישט געפלאנט אז דאס זאל ווערן אזא גרויסע יום טוב, און די זאך האט עוואלווד מיט די צייט, אבער ווען מען לייגט דאס צו צו די באקאנטע אויבן-דערמאנטע פאקטן, גיבט די גאנצע כ"א כסלו א שטעך אין הארץ. מען שטייט און מען פארציילט יאר נאך יאר איבער די היסטאריע און די געוואלדיגע נסים פון דעם רבינ'ס איבערלעבנישן ביים קריג, און קיין ווארט נישט דערמאנט אז דער רבי איז געראטעוועט געווארן דורך קאסטנער און די ציונים. קיין ווארט נישט דערמאנט אז דער רבי פילט שלעכט אז ער איז אנטלאפן בשעת ווען ער האט נישט געלאזט אנדערע אנטלויפן אדער אפילו פארציילן פאר די אידן וואס עס ערווארט זיי.

דער רבי ז"ל איז געווען א איש קדוש במלוא מובן המילה. אלע זיינע ארומיגע זענען עדות אויף זיין געוואלדיגע פרישות און אפגעהיטנקייט אויף א יעדע קוצו של יו"ד אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן. די וועג וויאזוי דער רבי האט זיך מוסר נפש געווען זיך נישט צו שערן די בארד, עסן נאר די מערסטע מהודר'סטע כשרות אפילו אין די שווערסטע צייטן, צייגט אויף מדריגות אין קדושה. דאס פארענטפערט אבער נישט די שווערע קשיות, דאס מאכט די עבודה פון אפטייטשן און פארשטיין זיין עניגמאטישע הנהגה בשעת און נאך דעם קריג נאך שווערער. איז מנחם קרן די פאסיגע מענטש צו אנאליזירן און אפלערנען דעם רבינ'ס פסיכא? איך ווייס נישט. אבער די פאקטן וואס ער ברענגט און די קשיות וואס ער פרעגט זענען ממילא דא, אפגעזעהן צו ער איז דער פאסיגער עס אויפצוברענגען אדער נישט.


.
מאנטאג יולי 21, 2014 3:08 pm#212871
"ווי דאס גרונדן אידישע זעלבסט שוץ ארגאניזאציעס"
"צו עמיגרירן צו אנדערע לענדער"
that's a good one.
מאנטאג יולי 21, 2014 3:20 pm#212876
הוגה, טענק יוא, אפשר ברענגסטו מער איבער דעם צווייטן חלק פון קרן'ס ארטיקל.
הרב קאפקע, זייער אן אינהאלטסרייכן תגובה פאר אזא ארטיקל.
מאנטאג יולי 21, 2014 3:21 pm#212877
זייער שיין און רייך באשריבן, ATUB @הוגה ATUB .
דיינע מסקנות זענען שטארק אין איינקלאנג מיט מיינע, וויבאלד דער אריגינעלער ארטיקל פון קרן זעט מיר אויס צו זיין טיילווייז געבויט אויף שפעקולאציעס וועלכע זענען נישט גענוג באפעסטיגט אין היסטארישער ווירקליכקייט, האב איך הנאה אז דו האסט זיך בעיקר באצויגן צו די קלארע דאקומענטירטע פאקטן און די אומ'טעמ'טע מסקנות וועלכע קומען ארויס פון זיי.

מ'קען צולייגן וואס באזני שמעתי פון אן עלטערן איד ארום צוואנציג יאר צוריק אז ער אליין האט גערעדט צו האדמו"ר מסאטמאר ז"ל נאכ'ן זיך ארויסראטעווען פון פוילן, און אים דערציילט איבער די שרעקליכע השמדות וואס ער האט צוגעזען מיט זיינע אייגענע אויגן אין פוילן. דער סאטמארער רבי האט אים אנגעווארנט אז ער זאל דאס נישט דערציילן ווייטער, ווייל עס וועט סתם גורם זיין א פאניק.

הגם, אין די וועלט איז אנגענומען אז א קאפיטאן פון א שיף פארלאזט נישט די שיף פאר אלע פאסאזשירן זענען געראטעוועט, און דאס איז אזוי אנגענומען פאר יעדער מענטש אין א פאזיציע פון פירערשאפט, קען זיין אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז עפ"י הלכה איז ער נישט מחויב דאס צו טוהן, און דערפאר האלט איך אז מ'קען אים אויף דעם אליין נישט דן זיין.

דער דאזיגער פאראגראף איז מיר אביסל מאדנע, וויבאלד דאס אז א קאפיטאן פארלאזט נישט א זינקענדיגער שיף איז נישט דווקא א געזעץ אדער א הלכה, נאר אן אויפפירונג וואס איז ערווארטעט פון א מענטש אין פירערשאפט פאזיציע אין פאל פון קריזיס. דאס יא אדער נישט זיך אזוי פירן ווייזט איבער דעם כאראקטער פון דעם מענטש.

אבער ווי דו האסט אליין געשריבן איז דאס נישט דער עיקר תמיהה, איז לאמיר בלייבן פאקוסירט אויף דעם איבעריגן חלק פון דעם ארטיקל.
מאנטאג יולי 21, 2014 3:36 pm#212879
יתרו האט געשריבן:הוגה, טענק יוא, אפשר ברענגסטו מער איבער דעם צווייטן חלק פון קרן'ס ארטיקל.


איך האב דירעקט אויסגעלאזט גאנצע חלקים פון די צווייטע טייל פונעם ארטיקל ווייל די שרייבער שרייבט דארט שפעקולאציעס, טראץ דעם וואס ער באזירט עס אויף די תורות און ספרים פון דער רבי און אויף געדרוקטע ביאגראפיע.

ראובן האט געשריבן:מ'קען צולייגן וואס באזני שמעתי פון אן עלטערן איד ארום צוואנציג יאר צוריק אז ער אליין האט גערעדט צו האדמו"ר מסאטמאר ז"ל נאכ'ן זיך ארויסראטעווען פון פוילן, און אים דערציילט איבער די שרעקליכע השמדות וואס ער האט צוגעזען מיט זיינע אייגענע אויגן אין פוילן. דער סאטמארער רבי האט אים אנגעווארנט אז ער זאל דאס נישט דערציילן ווייטער, ווייל עס וועט סתם גורם זיין א פאניק.


עס זענען דא אסאך אזאנע מעשיות פון ערשט האנטיגע מקורות. די שרייבער אליינס ברענגט אראפ אין די צווייטע טייל פון זיין ארטיקל עדות'שאפט פון איין ערשט האנטיגע מקור.


.
מאנטאג יולי 21, 2014 3:36 pm#212881
יתרו האט געשריבן:הוגה, טענק יוא, אפשר ברענגסטו מער איבער דעם צווייטן חלק פון קרן'ס ארטיקל.
הרב קאפקע, זייער אן אינהאלטסרייכן תגובה פאר אזא ארטיקל.

כהאב עס שוין געליינט נעכטן אויף טעבלעט, סאו כהאב נישט געהאט קיין נערוון איבער צו ליינען די גאנצע זאך, סאיז מיר נאר געפאלן די שטות
אז זיי האבן געארבייט צו ערלעדיגן אידישע אימיגראציע צו "אנדערע לענדער".
מאנטאג יולי 21, 2014 4:23 pm#212887
לאמיר זיך נישט מתעלם זיין פון דעם פאקט אז א חוץ דאס וואס סאטמאר רב ז"ל איז געווען אויפן דרגא פון א רשכבה"ג איז ער אבער פארט געווען א מענטש מיט זיין אייגנארטיגע פערזענליכקייט, שארפזיניג, הומעריסטיש, כאריזמאטיש, א ווייכער הארץ, א פחדן בטבע, און צי די זעלבע צייט אן עקשן און תקיף בדעתו, און מיט זיין עקסטרימיסטישע מהלך אין יהדות בייגט ער זיך דארט ווי ער זעט איין פראגאמאטיש אז ס'לוינט, זייענדיג וואס מ'רופט סטריט סמארט, איז ער אבער געווען א קנאפער ידען במילי דעלמא בכלל נישט געווען קיין גרויסער עקספערט אויף פאליטיק, א טיפישער חרדישער רב וואס האט קיינמאל נישט באקומען אן עדיוקעישאן נאר באזיצט א שארפן קאפ, דאס איז עכ"פ מיין פערזענליכע אפשאצונג, און אט דער מיזוג פארענפערט מיר זיין קעגנזייטיגע סתירותדיגע הנהגה.
מאנטאג יולי 21, 2014 6:00 pm#212899
כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען דעם ארגינעלען ארטיקל, אבער לאמיר קודם מעיר זיין אויף הוגה'ס עיקר נקודות, די טענה אז ער וואלט ווען געדארפט צוזאמארבייטן מיט די מזרחי, איז נאר גילטיג אויב די מזרחי האט יא געהאט א בעסערע עצה וויאזוי זיך צו ראטעווען, סתם מאכן אסיפות און גוזר תענית זיין מיט זיי האט נישט קיין זין.
מיר דאכט זיך אז עס איז נישטא קיין מימרות בשמו אז מען זאל נישט נעמען קיין סערטיפיקאטן פון די ציונים. ד. ה. אז א יעדע עכטע דרך הצלה איז געווען מותר ביי אים, נו וואס איז טענה אז ער וואלט געדארפט טוען "עפעס" מער בשותפות מיט די ציונים, וואס פונקטליך וואלט ער געדארפט טוהן?

כלפי די טענה פארוואס ער האט נישט גענוג געווארענט דעם עולם, און זיך נישט אנטשולדיגט לאחר השואה, לויט @ראובנ'ס מעשה האסטו דאך דעם תירוץ, לוט זיין שיטה (נניח פארדרייטע) וואלט עס אריינגעלייגט דעם עולם אין א פאניק, בקיצור עס וואלט גארנישט אויפגעטוהן נאר געשאדט, נו פארוואס האט ער געדארפט איינזען נאך די קריג אז ער איז נישט גערעכט געווען?

ובעיקר הדברים, וועלכע רב אין אונגארן אפילו ציוניסטישע האט יא געווארענט דעם עולם צו אנטלויפן, פארוואס איז די טענה עפעס מער אויף אים?

אויב עפעס האבן נישט די בעלזער געטוען טויזענט מאל ערגער, ווען דער בילגערייער האט געהאלטן א דרשה בשם דעם הייליגן ברודער אז אין אונגארן וועט גארנישט געשען, דאס האט מען געדרוקט און מפרסם געווען, און דערנאך האבן זיי זיך אפגעפעקלט קיין ארץ ישראל.
האט ר' אהרן מבעלזא אמאל געקלאפט אשמנו?
מאנטאג יולי 21, 2014 6:28 pm#212904
פארוואס דארף יעדע טענה וואס האט א שייכות מיט סאטמאר אפגעענטפערט ווערן אז "יענער" טוט פונקט אזוי אדער נאך ערגער? ווען מ'רעדט פון האדמו"ר ר' אהרן טאנצט מען ארויס אז זיין אינגערער ברודער איז גארנישט בעסער; ווען מ'רעדט פון האדמו"ר מסאטמאר, רעאגירט מען מיט בעלז און קלויזנבורג. פארוואס קען מען זיך נישט האלטן צו דער נושא? ווי קומט דא אריין דער בעלזער רב? און אז ער האט געטון עפעס וואס איז טויזנט מאל ערגער, איז וואס? וועמענ'ס געוויסן בארואיגט דאס?
מאנטאג יולי 21, 2014 6:54 pm#212906
ראובן, צרת רבים חצי נחמה איז א פסיכאלאגישער טרייסט.

אבער אין א ניסל שאלאכץ זאגט עס אז גדולים וטובים זענען געווען בדעה אחת, און ממילא יש דברים בגו, ואם כן איז נישט שייך צו באשולדיגן איין אדמו"ר בשעת אנדערע האבן פונקט אזוי געטון.
מאנטאג יולי 21, 2014 6:56 pm#212907
ראובן האט געשריבן:פארוואס דארף יעדע טענה וואס האט א שייכות מיט סאטמאר אפגעענטפערט ווערן אז "יענער" טוט פונקט אזוי אדער נאך ערגער? ווען מ'רעדט פון האדמו"ר ר' אהרן טאנצט מען ארויס אז זיין אינגערער ברודער איז גארנישט בעסער; ווען מ'רעדט פון האדמו"ר מסאטמאר, רעאגירט מען מיט בעלז און קלויזנבורג. פארוואס קען מען זיך נישט האלטן צו דער נושא? ווי קומט דא אריין דער בעלזער רב? און אז ער האט געטון עפעס וואס איז טויזנט מאל ערגער, איז וואס? וועמענ'ס געוויסן בארואיגט דאס?


ביסט גערעכט און מיר נערווירט אויך די סארט ענטפער, אבער דא איז אנדערש וואס שמערל מיינט לכאורה צי זאגן איז, ווען איינער וויל מאכן א פסיכילאגישע מסקנא אויף א פערזענליכקייט, באזירט אויף קשיות און פאקטן, און מען זעהט אז עס האט נישט מיט אים פערזענליך נאר גאר אסאך האבן געטון די זעלבע, און געהאט א ענליכע הנהגה, איז נישט גערעכט צי ציען א פערזענליכע מסקנא אויף סאטמאר רב און אריינמישען דא זיין כאראקטער אין זיין אידילאגיע, והא ראי' אז גדולים און פירערס פון יענע עפאכע האבן זיך געפירט די זעלבע' טראץ ביי זיי קענסטו נישט אנצייגען די אלע סברות וואס עס איז דא ביי סאטמאר רב, איז אדער באשולדיג אייניג די אלע גדולים וואס זענען געווען און א ענליכע סוטיאציע, אדער זענען די פאקטן אדער די מסקנות וואס ער ציעט נישט אויסגעהאלטן.
מאנטאג יולי 21, 2014 7:02 pm#212909
איך האב נישט קיין צייט מעיר צו זיין אויף דעם עצם ענין, אבער לעת עתה דארף מען אנצייכענען אז מערערע אדמורים און גדולים האבן יא געטון אנדערש. ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט פארארבעט מעשים צו ראטעווען אידן כידוע, ר' אלחנן וואסערמאן איז צוריקגעפארן פון אמעריקע קיין אייראפע כדי צו זיין מיט זיינע מענטשן בעת זעם, דער גאלאנטער רב איז אריין אין אויוון כאטש ער וואלט זיך געקענט ראטעווען פריער. ועוד כהנה וכהנה. עס לאזט זיך דן זיין וואס איז דער ריכטיגער וועג צו טון. פון א חרדי'שע שטאנדפונקט וואלט אפשר געווען בעסער אז ר' אלחנן און דער גאלאנטער רב ראטעווען זיך יא.
מאנטאג יולי 21, 2014 7:11 pm#212910
דער ארטיקל ציפט.

מען האקט אונז אריין פון קינדווייז אן אז דאס וואס דער רבי/רב זאגט איז קודש קדשים ואין לנו רשות להרהר אחריה. מיר האבן זיך ליב איינצורעדן אז אונזערע מנהיגים זענען לעבעדיגע מלאכים און בעלי רוח הקודש וואס זעהן זאכן וואס זענען פון אונז פארהוילן. למעשה קלאפט די אמת אין פנים אריין. יא, ווי הייליג און צדיק דער רבי קען זיין, איז ער פארט א בשר ודם אין נישט קיין יושב בשחקים. ווען א איד האט א צרה און ער וויל גיין צום רבי'ן פאר א ברכה צי אן עצה, אדרבה. אבער אויב דער רבי הייסט בלייבן אין שטאט און למעשה הרג'ט מען אויס רעכטס און לינקס — פארגעסטס דעם רבי'ס נאמען. אז עס פליען ראקעטן לויפט מען אין בונקער אפילו דער ראשעשיבע טענה'ט אז ס'בעצם אוממעגליך צו פאלן אין ב"ב.
מאנטאג יולי 21, 2014 7:25 pm#212912
איך בין נישט דארט געווען באותה שעה (אפשר אין א פריערדיגע גלגול...) און איך האב נישט מברר געווען אלע ענינים בבירור גמור, און איך גלייב אויך נישט "מושיען של ישראל" 100% אן קיין שאלות, אבער איך וועל נישט גלייבן דעם מנחם קרן ענדערש ווי געלבמאן. אין מושיען של ישראל, ווי אויך אין מערערע היסטאריע בוכער שטייט פונקט דאס פארקערטע, דער רבי האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש צו ראטעווען אידן בכל מיני אופנים, ער האט מקריב געווען זיין צייט און געלט, ארומגעפארן און יא געמאכט אסיפות מיט אנדערע גרויסע רבנים (מסתבר מיט אזעלכע ההולכים בשיטתו) און פרובירט וואס אימער מעגליך צו ראטעווען אידן.

די איבערגעקייעטע ליצנות אז די ציונים האבן אים געראטעוועט (טערעסאנט, פונקט אים האבן זיי געראטעוועט... אזעלכע מאדנע מענטשן זענען זיי?) איז שוין געווארן אויסגעשמועסט און פארענטפערט מערערע מאל, עס איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס אויבן אויף, אסאך השתדלות ביהיינד די סיען איז געווען אינוואלווד דא, און ווער עס וויל באמת וויסן די מעשה ווייסט, און די אנדערע וועלכע האבן שוין אפגעמאכט זייער מיינד און ווילן זיך נישט לאזן פארדרייען מיט פאקטן, צו זיי איז א שאד צו רעדן...
מאנטאג יולי 21, 2014 7:28 pm#212914
אפטעמיסט, עס איז נאך מער פון דעם. עס איז זיכער אז סאטמארע רבי'ס שיטות האבן אים געמאכט נגיעות און ער האט נישט געקענט געהעריג טראכטען וואס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן. אזוי ווי ס'איז דא די עדותשאפט פון סוזען גל טאכטער פון דר. אברהם פריד (וואס איז געהארגעט געווארן פון די נאציס) אז איר טאטע איז געלייגט געווארן אין חרם דורך סאטמארע רבי ווייל ער האט גערעדט ברבים אז מ'זאל אנטלויפען צו ראמעניע פון ווי מ'האט געקענט אנטלויפן צו ארץ ישראל
מאנטאג יולי 21, 2014 7:39 pm#212915
LOL!!

(פון אייוועלט)
מאנטאג יולי 21, 2014 8:41 pm#212922
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין נישט דארט געווען באותה שעה (אפשר אין א פריערדיגע גלגול...) און איך האב נישט מברר געווען אלע ענינים בבירור גמור, און איך גלייב אויך נישט "מושיען של ישראל" 100% אן קיין שאלות, אבער איך וועל נישט גלייבן דעם מנחם קרן ענדערש ווי געלבמאן. אין מושיען של ישראל, ווי אויך אין מערערע היסטאריע בוכער שטייט פונקט דאס פארקערטע, דער רבי האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש צו ראטעווען אידן בכל מיני אופנים, ער האט מקריב געווען זיין צייט און געלט, ארומגעפארן און יא געמאכט אסיפות מיט אנדערע גרויסע רבנים (מסתבר מיט אזעלכע ההולכים בשיטתו) און פרובירט וואס אימער מעגליך צו ראטעווען אידן.

די איבערגעקייעטע ליצנות אז די ציונים האבן אים געראטעוועט (טערעסאנט, פונקט אים האבן זיי געראטעוועט... אזעלכע מאדנע מענטשן זענען זיי?) איז שוין געווארן אויסגעשמועסט און פארענטפערט מערערע מאל, עס איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס אויבן אויף, אסאך השתדלות ביהיינד די סיען איז געווען אינוואלווד דא, און ווער עס וויל באמת וויסן די מעשה ווייסט, און די אנדערע וועלכע האבן שוין אפגעמאכט זייער מיינד און ווילן זיך נישט לאזן פארדרייען מיט פאקטן, צו זיי איז א שאד צו רעדן...

שמעקעדיג, נישט אייביג איז דער אמת פונקט אינמיטן. למשל, אין די פילאזאפישע מחלוקת צווישן געשוואוירענע אטעאיסטן און פארברענטע מאמינים, גלייב איך אז דו נעמסט נישט אן אז אגנאסטיציזם איז דער אמת. אודאי איז אזא קאמפליצירטע נושא נישט אזוי פשוט ווי עס זעט אויס אויבן אויף. אבער אויב דו ווילסט זאגן א מיינונג לכאן או לכאן דארפסטו עס בעקן מיט פאקטן, דער מהלך אז "מושיען של ישראל פארענטפערט דאך שוין סייווי אלעס, און אפילו ס'איז נאר פופציג פראצענט אמת איז מיר גענוג", איז זייער אן אויבערפלעכליכער צוגאנג.
מאנטאג יולי 21, 2014 8:54 pm#212923
איך וועל נאכאמאל ציטירן מיין עיקר נקודה פון אויבן, וואס פארענטפערט די עיקר טענות פון טייל מגיבים. מיר פרעגן נישט פארוואס ער האט עס געטון, מיר פרעגן פארוואס נאכדעם איז ער אנגעגאנגן כאילו לא היה? ווי אזוי האט ער געקענט?

מיר קענען נישט דן זיין און איך האלט נישט ביים דן זיין. איך בין גרייט אויף אלעם צו פארקוקן און ענטפערן אז "מיר פארשטייען נישט און מיר ווייסן נישט". עס איז געווען א שעת מלחמה, א צייט פון כאאס און עס איז פארשטענדליך אז מענטשן מאכן טעותים אדער פאררעכענען זיך אין אזא צייט. דאס איז אבער נאר אויף די התנהגות ביזן ענדע פון די קריג. די הנהגה פון נאכן קריג איז אבער א תמיהה וואס איז צו א שטארקע צריך עיון! מילא, פאר די קריג און בשעת די קריג האט מען זיך איינגערעדט אז מען וועט עס איבערלעבן. מען האט געמיינט אז מען מוז אנטלויפן פשוט ווייל מען דארף קענען אנגיין מיט די הנהגה און הצלה אקטיוויטעטן פון א זיכערע ארט. מען האט געגלייבט אז בעפאר וואס און ווען וועט זיך די מלחמה פארענדיגן, און אלעס וועט צוריקגיין ווי אמאל. נאכן קריג אבער, ווען מען האט זיך צוריקגעדרייט און געזעהן די הרס וחורבן וואס מען האט דארט איבערגעלאזט, וואס איז געווען זיין ריספאנס דעמאלטס?

האט זיך דער רבי אמאל אנטשולדיגט פאר די משפחות פון די אומגעקומענע פאר נישט לאזן די פוילישע פליטים זיי פארציילן און ווארענען וואס עס ערווארט זיי, כדי זיי זאלן זיך קענען באהאלטן? האט דער רבי אמאל אויסגעדרוקט חרטה אדער מיטלייד אז ער האט פארלאזט זיינע חסידים אין זייערע שווערסטע און לעצטע מינוטן? האט דער רבי זיך אמאל פארענטפערט און ערקלערט זיין הנהגה? האט דער רבי אמאל באדאנקט זיינע רעטער און ארויסגעוויזן הכרת הטוב? האט דער רבי אמאל אנערקענט אז זיין סעפעראטיסט צוגאנג האט געקאסט אומצאליגע אידישע נשמות, וואס וואלטן מעגליך געקענט ווערן געראטעוועט, ווען אלע אידישע ארגאנען ארבייטן ווען צוזאמען?

ניין. נאר אנשטאט דעם האט דער רבי גערעדט איינמאל און נאכאמאל ווי די ציונים זענען געווען שולדיג אין אלעם. נישט נאר אז זיי זענען געווען שולדיג ווייל זיי האבן געברענגט אויף כלל ישראל א הימלישע חרון אף, נאר פראקטיש אויך ווייל זיי האבן אויפגערעגט די דייטשן, און ווייל זיי האבן געמאכט אונטערגרונטישע אפמאכן מיט די דייטשן (צו ראטעווען געמיינדע פירער אריינגערעכנט דעם רבי'ן זעלבסט). אויב מאכט מען פראקטישע און רעאליסטישע חשבונות פון ווער עס איז שולדיג אין די מיליאנען קרבנות, איז עס נישט מער ווי רעכט אז מען זאל אויך אויסרעכענען די וואס האבן געשטערט די פוילישע פליטים פון אנווארענען די אונגארישע אידן? שטעלט אייך פאר ווען די ציוניסטישע פירער זענען די וואס וואלטן אפגעהאלטן די דרשות פון די פוילישע פליטים און נישט ער, וואלט דען דער רבי ז"ל עס פארשוויגן? איך האב נישט קיין טענות אויף אים פארוואס ער האט עס געטון, עס איז אבער יא א שווערע קשיא פארוואס ער האט זיך נישט אנטשולדיגט נאכן קריג, און עס איז א שרעקליכע סתירה מיט זיין הנהגה נאכן קריג פון באשולדיגן די ציונים.

נישט איבערבעטן, נישט פארענטפערן, נישט ערקלערן, נאר וואס יא? טאנצן חסדי השם אויף זיין פריוואטע הצלה.
מאנטאג יולי 21, 2014 9:01 pm#212924
דאס קעפל פון דעם אשכול פאנגט זיך אן מיט "די קאנטראווערסיאלע הנהגה", ווי כאילו דאס איז שוין א באשטעטיגטער פאקט אז די הנהגה פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל איז "קאנטראווערסיאל". אין ענגליש רופט מען דאס א "סעלף פולפילינג פראפעסי", מיט'ן זאגן אז עס איז קאנטראווערסיאל ווערט עס דאך אויטאמאטיש קאנטראווערסיאל...

צום ענין, עדות'שאפטן פון פארברענטע ציונים זענען ביי מיר אינגאנצן נישט באגלייבט, ווייל זיי זענען דאך מלא נגיעות. בפרט אמאל ווען די מערכה פונעם רבי'ן האט זיי באמת וויי געטאן, זענען זיי דאך געווען אויסן אים צו באשמוצן אויף וואס אימער. א פלא אז אין די יארן תש"י-תש"כ ווען די מלחמת קודש פון סאטמאר רב איז אנגעגאנגען במלא עוזו, און די ציונים האבן אים געזוכט צו באשמוצן מיט וואס אימער, איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו באשולדיגן אז ער זאל האבן פארראטן זיין פאלק ביים קריג ח"ו. די אונטערגעשריבענע עדות'שאפט וואס המלוכה והממשלה ברענגט דא איז פון 1994 - גאנצע פופציג יאר נאך די השמדה פון יהדות הונגריה!

פון די אנדערע זייט איז דא א קלארע בילד פון רבי'ן ביי אן אסיפה, וואו מ'האט באהאנדלט די שווערע לאגע.
מאנטאג יולי 21, 2014 9:20 pm#212925
l viewtopic.php?p=6790#p6790 l
מהיכי תיתי אז ס'איז א מלחמה related אסיפה?
מאנטאג יולי 21, 2014 10:17 pm#212931
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:דאס קעפל פון דעם אשכול פאנגט זיך אן מיט "די קאנטראווערסיאלע הנהגה", ווי כאילו דאס איז שוין א באשטעטיגטער פאקט אז די הנהגה פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל איז "קאנטראווערסיאל". אין ענגליש רופט מען דאס א "סעלף פולפילינג פראפעסי", מיט'ן זאגן אז עס איז קאנטראווערסיאל ווערט עס דאך אויטאמאטיש קאנטראווערסיאל...

פון די אנדערע זייט איז דא א קלארע בילד פון רבי'ן ביי אן אסיפה, וואו מ'האט באהאנדלט די שווערע לאגע.


די הנהגה איז "קאנטראווערסיאל" אפגעזעהן צו ער האט געטון דאס ריכטיגע אדער נישט. עס איז "קאנטראווערסיאל" צוליב דעם וואס אסאך פרעגן דערויף. בנוגע דער אסיפה, קיינער זאגט נישט אז ער האט נישט געטון פאר הצלת החרדים, די טענה איז נאר אז זיין "סעפעראטיסט" הנהגה האט קאליע געמאכט פאר אלעמען. עס איז נישט קיין ספק אז צוזאמען קען מען מער אויפטון ווי עקסטער.


.
מאנטאג יולי 21, 2014 11:14 pm#212943
די מעשה איז אזוי,
סאטמאר רבי (ווי אסאך אנדערע רבי'ס) איז געווען א האנטע"ד מע"ן, די נאציס האבן איהם ספעציפיש געזוכט,
ס'באקאנט די מגן דוד בילד פון די אלע גרויסע חסידישע רבי'ס וואס מ'האט געזוכט, און סאטמאר רבי פארפיגט דארט,
נאך אפאר וואכן איידער מ'האט אויפגעשטעלט די געטאס, איז געווען ווילדע איבערפאלן אין רבי'נס הויז און אין זיין ביהמ"ד, כידוע די רבנים און גבירים האט מען ארעסטירט און געפייניקט און זייער אפט דערמארדעט רח"ל נאך אין די היים שטייט נאך פאר מ'האט אוועקגעפירט צו די פארניכטונגס לאגערן,
ממילא דאס האט יעדער זיכער געוויסט אז פארן רבי'ן איז א זיכערע סכנה צו אריינגיין און די סאטמארע געטא, מאנכע פארציילן אז ווען מ'האט אוועק געפירט די אידן פון סאטמאר האבן נאך די רשעים באזונדער באקוקט יעדער וואס איז ארויף אויפן וואגאן צו דער רבי איז נישט דארט,

דער רבי האט געהאט די סברה אז ווי אימער מ'פירט איהם ספעציעל דורך נאצי הבטחות וועט ער זיך קיינמאל איילן, אלס זיין דער לעצטער,

ווען מ'האט איהם מציע געווען די קאסטנער באן, האט דער רבי זייער מורא געהאט דערפון, ווייל ער האט נישט געטראסט די פירער וואס זענען געווען זיינע אלטע שונאים,
ס'דא א כתב יד פון רבי'ן ווי ער שרייבן פון די קלויזענבורגער געטא צו ר' חיים ראטה אין בודאפעסט ברמיזא אז ער גלייכט נישט די מעדעצינען וואס ער האט איהם געשיקט, מיינענדיג צו זאגן אז ס'איז איהם נישט ניחא דער מהלך, דער בריוו איז נאך היינט דא ביי די אייניקלעך פון ר' חיים, און ר' חיים שרייבט צוריק אז ער זאל זיך נישט זארגן ווייל דאס איז אינגאנצן אויף זיין איניציטיוו און די פרומע ועד הצלה אין בודאפעסט,

ווען די צרות האט זיך אנגעהויבן בתוקפו, אדר תש"ד, איז דער רבי געווען א גרויסע אלאראמיסט, אסאך רבנים האבן דעמאלטס פרובירט צו מחזק זיין די אידן און בארואינגן די המון אז ס'העט אלעס זיין בסדר, לא כן רבינו ווער ס'האט איהם געפרעגט וואס צו טאן האט ער געזאגט זיך צו ראטעווען בכל אופן, אסאך פון די רבנים האבן עס נישט ליב געהאט,
איין אינצידענט איז געווען ווען דער סאטמאר ראה"ק איינער פריינד א גביר און א גרויסע חסיד פון רבי'ן האבן די רשעים אויך געזוכט, ער איז אנטלאפן, האבן זיי געקידנעפט זיין קליינעם טאכטער פון 11 יאר אלס א משכון, דער מר. פריינד האט עס נישט אויסגעהאלטן, האט איהם דער רבי געזאגט, ער זאל ח"ו זיך נישט איבערגעבן און זיי וועלן באפרייען דעם טאכטער בכל אופן, וכך הוה, (ער האט איבערגעלעבט מיטן טאכטער)

ווען דער רבי איז געזעסן אין די קלויזנבורגער געטא און מ'האט אנגעהויבן צו דעפארטירן די אידן, זענען ארומגעגאנגען די פאבריצירטע שמועות, פארשפרייט דורך די יודנראט ל"ע, אז מ'פירט צו א בעסערע ארט קיין פוילן, דער רבי האט קלאר נישט געוויסט 100% צו גלייבן צו נישט, ס'ארום געגאנגען א שמועה אז ס'דא א פאסט קארטל פון איינע פון די אידן וואס זענען שוין דארט אז אלעס איז במנוחה דארט, האט דער רבי געבעטן ר' יאסלע'ן ער זאל זיך באמיען צו ער קען אויפזוכן דעם קארטל, פארשטייצעך ער האט עס קיינמאל געטראפן, עכ"פ דאס איז קלאר אז דער רבי האט גארנישט געוויסט מער ווי אלע זיינע ברודער להיכן מוליכין אותו,
מאנטאג יולי 21, 2014 11:48 pm#212946
נישט צו פארדרייען דעם נושא וואס באציהט זיך איבער רביה"ק מסאטמאר זי"ע, איז עס במקום צו דערמאנען אז דער גור'ער רבי זי"ע איז געוועהן פון די איינציגסטע מנהיגים וואס זענען געוועהן א ריכטיגע רואה את הנולד, הן פאר זיך און הן פאר די חסידים, א שיין ביסעל בעפאר די מלחמה האט ווירקליך אויסגעבראכן. והחכם עיניו בראשו צו עווקואירן זיך, די משפחה, דער חצר, און די חסידים בעוד מועד.
מאנטאג יולי 21, 2014 11:54 pm#212947
הוגא, שכוח פארן ברענגען אזא אינטערסאנטע שמיעס און שטיבל....
דינסטאג יולי 22, 2014 12:06 am#212949
איך וויל נישט איבערקייען, אבער דער ארטיקעל איז פול מיט הוילע שטותים און ליגענט ודמיונות לדוגמא (בלי סדר)
ביים סיום שטייט אין TABLET אז דער ארטיקעל איז מופיע לרגל שבעים שנה פון דעם יום הצלה יולי דעם ניינטען, זיל קרי בי רב יעדער יונגעל ווייסט ווען דער יום הצלה איז געווען, דאכטזעך אז כסלו און דער חודש יולי קומען זעך קיינמאל ניקסט צוזאמען.

ב. ער מאכט א לענגס און א ברייטס, אז דער סאטמאר רוב בשונה פון אלע אנדערע רעביס, איז נאך דער מלחמה נישט צוריק געפארען צו זיין היימשטאט סאטמאר צוריק אויף בויען יודישקייט בשונה פון אנדערע רבי'ס, ילמדנו רבינו וועלכער רבי אדער ליטווישער גדול איז צוריק געפארען צום אלטען היים, גער, בעלז, ליובאוויטש, באבוב, ר' אהרן קאטלער, טשעבינער רב, ווער

ג. ער שרייבט סאטמאר רב איז אוועקגעפארען פון ארץ ישראל קיין אמעריקא ווייל ער איז געווען א דורכפאל אין ירושלים, נישטא ווער זאל לאכען אויף דעם.

ד. די אפידעיווידט, וואס איז געשריבען געווארען 75 יאר נאך די פאקט, איז באגלייבט פונקטלעך ביי וועם, שטעלטס ענק פאר מושיען זאל דרוקען אזא אפידעוויט וויאזוי וואלט מען איהם ארונטערגעריסען.

ה. די טענה וועגען אנטלויפען, נישט אנמאכען א פאניק וכו' איז שוין צענדעליגער מאל ערווענט געווארען, ווי אויך ווער עס האט באצאלט פאר די קאסטנער באן וכו'.

ועוד יש להאריך בזה, בקיצור ייאמר אז די אגענדע פון דעם קראנץ איז מורא'דיג בולט
דינסטאג יולי 22, 2014 6:26 am#212955
הוגה, איך פארשטיי אז אייער עיקר טענה אדער ווייטאג איז אויף דעם וואס דער רבי האט קיינמאל זיך אנטשולדיגט אדער עפעס ענליך אויף דעם וואס פאקטיש, אפילו אויב נאר אין היינדסייט, האבען זיינע החלטות גורם געווען די מארד פון טויזענטער אידען.

איז אויף דעם טאקע די זעלבע תירוץ על דרך ווי אנדערע האבען דא ארויסגעברענגט. וועלכע אנדערע חרדישער מנהיג האט זיך אמאל אנטשולדיגט אויף עפעס? האסט אמאל געהערט אז א רבי זאל זיך אנטשולדיגען פאר א חסיד אפילו פאר'ן עם גיבען אן עצה אין ביזענס וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט? האסט אמאל געהערט א רב זאל זיך אנטשולדיגען פאר זיין קהילה פאר'ן אינווועסטען זייערע צדקה געלט ביי בערני מעידאף? האסט אמאל געהערט א מנהיג זאל זיך פארענטעפערן פאר א יחיד אדער א רבים פאר'ן חתמ'נען א פאשקיוויל שופך דמים זיין פון א רבים אדער א יחיד אן בכלל מברר זיין פאר דעם צו איז עס ריכטיג?

זעהט מען פון דעם קלאר אז זיך פארענטפערען אויף א טעות, אפילו א פאטאלער טעות, איז נישט דער מנהג און איז נישט אנגענומען ביי גדולי מנהיגי ומאורי ישראל. נישט נאר אין סאטמער נאר בכלל. מיר קענען זיך נישט דערוואגען צו פארשטיין די הנהגות פון די גדולים און צדיקים אוודאי האבען זיי א ווייטערע בליק פון אונז און זיי פארשטיין אז מודה זיין אויף א טעות וועט מגלה זיין די ביטערע סוד אז זיי זענען בסך הכל בשר ודמים און קענען א טעות האבען און דאס קען האבען א שרעקליכע עפעקט אויף די גאנצע אמונה און יהדות. ווער ווייסט אז מען וועט טראכטען אז דער רבי זי"ע איז געווען א בשר ודם ווער נאך וועט מען אנפאנגען טראכטען אז ער איז געווען א בשר ודם בסך הכל און די גאנצע יהדות הענגט שוין אויף א פאדעם.
דינסטאג יולי 22, 2014 6:33 am#212956
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נישט צו פארדרייען דעם נושא וואס באציהט זיך איבער רביה"ק מסאטמאר זי"ע, איז עס במקום צו דערמאנען אז דער גור'ער רבי זי"ע איז געוועהן פון די איינציגסטע מנהיגים וואס זענען געוועהן א ריכטיגע רואה את הנולד, הן פאר זיך און הן פאר די חסידים, א שיין ביסעל בעפאר די מלחמה האט ווירקליך אויסגעבראכן. והחכם עיניו בראשו צו עווקואירן זיך, די משפחה, דער חצר, און די חסידים בעוד מועד.

איז דאס געווען אלץ רואה את הנולד אדער וויבאלד ער האט בשיטה געהאלטען פון ארויפגיין אויף ארץ ישראל און איר אויפבויען? אפשר אויך פאר עקאנאמישע סיבות? עס איז פשוט אז ווען ער וואלט פארגעזעהן באמת וואס קומט וואלט ער געטוהן פיל שארפער און מער עקסטרעם, ער אליינס האט פארלוירען פיל פון זיין משפחה אין פוילין.
דינסטאג יולי 22, 2014 7:30 am#212960
עס איז דא א בריוו פין גערער רבי צו זיינע חסידים אנהייב קריג, ער ווייסט פונקט אזויפיל ווי איך און די ווייסען וויפיל סאלדאטען גייען אומקומען אין די יעצטיגע אינוואזיע.
דינסטאג יולי 22, 2014 10:08 am#212969
לעיקוואד האט געשריבן:זיך פארענטפערען אויף א טעות, אפילו א פאטאלער טעות, איז נישט דער מנהג און איז נישט אנגענומען ביי גדולי מנהיגי ומאורי ישראל. נישט נאר אין סאטמער נאר בכלל. מיר קענען זיך נישט דערוואגען צו פארשטיין די הנהגות פון די גדולים און צדיקים אוודאי האבען זיי א ווייטערע בליק פון אונז און זיי פארשטיין אז מודה זיין אויף א טעות וועט מגלה זיין די ביטערע סוד אז זיי זענען בסך הכל בשר ודמים און קענען א טעות האבען און דאס קען האבען א שרעקליכע עפעקט אויף די גאנצע אמונה און יהדות. ווער ווייסט אז מען וועט טראכטען אז דער רבי זי"ע איז געווען א בשר ודם ווער נאך וועט מען אנפאנגען טראכטען אז ער איז געווען א בשר ודם בסך הכל און די גאנצע יהדות הענגט שוין אויף א פאדעם.

דאס וואלסטו געקענט זאגן ווען נישט עס איז פארהאן צענדליגער סיפורים טאקע פונעם סאטמאר רב אליין ווי ער האט זיך אנטשולדיגט פאר מענטשן וועמען ער האט וויי געטאן, און נישט נאר אנטשולדיגט און געזאגט 'סארי', נאר זיי מפייס געווען בדברים ובממון, אפילו אויב עס איז געווען בשוגג שלא בכוונה. אדרבה, מודים דרבנן היינו שבחייהו.

עס איז ביי מיר קלאר אז אויב דער סאטמאר רב זאל האלטן ביי זיך אפילו כמלא נימא אז ער איז באגאנגען א עוולה מיטן יעצנו רע, און דאדורך זענען אידן אומגעקומען, וואלט ער זיי מפייס געווען און עוסק געווען בתשובה כל ימיו אויף דעם; דאס וועט קיינער נישט לייקענען אז דאס איז געווען זיין מהות, ווי שוין דערמאנט אויבן, הגם אן עקשן און תקיף בדעות, אבער אויסערגעווענליך ווייך און מלא רחמים כלפי בני אדם, כמעט נישט געווען אז א איד זאל אים פארציילן א צרה און ער זאל נישט משתתף זיין בצערו און פיזיש מיטוויינען בדמעות שליש.

לעיקוואד האט געשריבן:מודה זיין אויף א טעות וועט מגלה זיין די ביטערע סוד אז זיי זענען בסך הכל בשר ודמים און קענען א טעות האבן

דער רבי האט קיינמאל נישט פרובירט צו מאכן פון זיך אז ער איז עפעס מער ווי א בשר ודם, כאטש ער האט געלעבט א לעבן משכמו ולמעלה ווי גשמיות האט כמעט נישט תופס מקום געווען, זיין קדושה ופרישות איז געווען למעלה מהשגתינו, מיט עסן, טרינקען, שלאפן וכו', עכ"ז האט ער זיך געהאלטן פאר א פשוט'ער מענטש בשפלות רוח. נאך מער פון דעם איז ידוע, אז ער האט קלאר געלערנט די חסידים אז א רבי איז נישט קיין מלאך, און קען האבן א טעות, און האט פארלאנגט פון זיינע אייגענע חסידים אז טאמער וועט ער זעלבסט טוישן שיטה זאל מען עס נישט מקבל זיין, נאר מען זאל זאגן משה ותורתו אמת און דער רבי האט א טעות.

די אלע אומ-קראנטע שמועות וואס די מענטשן טראכטן אויס קען נאר זאגן איינער וואס האט אים נישט ארויסגעהאט, געוויסע מענטשן האבן אים נאר געקענט מיט זיין תקיפות און זיינע עקסטרעמע השקפות וואס אורייתא קמרתחא ביה, (נכלל אפאר שרייבערס דא אין שטיבל), און זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט זיין אנדערע זייט, ווי ער האט פארקערפערט אין זיך די קעגנזייטיגע מדות פון חסד און גבורה, שני הפכיים בנושא אחד, גבורה האט ער גענוצט נאר כלפי תורה און דעם באשעפער, אבער גלייכצייטיג חסד אן א שיעור פאר אידישע קינדער, אפילו זיינע שונאים גמורים, כידוע.
דינסטאג יולי 22, 2014 10:31 am#212977
שמעקעדיג, כמדומה שלא הבנת מה שכתבתי. מעשה'לאך פון זיך פארענטפערן פאר אייינער וואס ער האט פוגע געווען האט נישט קיין שום שייכות מיט מודה זיין ער האט געמאכט א פאטאלער טעות אין הנהגה, ווי אויף מעשה'לאך אויף שפלות רוח האט ווייטער נישט קיין שייכות מיט זיך עקש'נען אויף זיינע שיטות און דרכים כאילו ניתנו מפי הגבורה אן אנערקענען ער איז א בשר ודם. די דרשות וועגן חסד און גבורה זענען שיינע דרשות זיי העלפען אבער גארנישט דער פראבלעם.

(בדרך אגב ואחרי אלף מחילות די אלע שיינע מעשיות ווי ער האט פוגע געווען אין איינער און שפעטער איבערגעבעטען ווייזען לכאורה נישט אויף קיין עקסטערע מענטשליכקייט. א בעל מידות א נארמאלער מענטש מאכט נישט קיין ציפעדיגע וויצען אויפ'ן חשבון פון א צווייטער לכתחילה אפילו ווען ער האט ממש א גוטס אויפ'ן צונג און קען זיך נישט איינהאלטען. און אז דו ביסט א גרויסער רבי און דו האט א שטיקל קאנשיסנעס און גענוג געלט און חסידים גורם זיין יענער זאל דיר נאך מוחל זיין אויך מאכט דיר נישט פאר קיין בעל מידות נאר להיפך.)

א קלוגער איד געווען דער סאטמערער רבי ער האט מחנך געווען זיינע חסידים אז נאר די תורה איז קובע נישט דער רבי, נו פארשטייט זיך ווער איז קובע וואס די תורה זאגט נאר דער רבי וואס האט מברר געווען לאמיתה של תורה... איך האב נאכנישט געטראפען דער סאטמערער חסיד וואס איז געווארען א ציוני נאכען מברר זיין דעת תורה אליינס און זאגען אז מען פאלגט נישט דער רבי קעגן דער תורה..
דינסטאג יולי 22, 2014 10:51 am#212984
לעיקוואוד, יש לציין הגאון בעל אם הבנים שמחה וואס האט צוריקגעצויגן פון זיין קנאי'שע שיטות און איז געווארן א ציוני נלהב ביי די מלחמה. אמת דאס איז די exception that proves the rule, אבער כבר היה לעולמים.
א קלוגער איד געווען דער סאטמערער רבי ער האט מחנך געווען זיינע חסידים אז נאר די תורה איז קובע נישט דער רבי, נו פארשטייט זיך ווער איז קובע וואס די תורה זאגט נאר דער רבי וואס האט מברר געווען לאמיתה של תורה... איך האב נאכנישט געטראפען דער סאטמערער חסיד וואס איז געווארען א ציוני נאכען מברר זיין דעת תורה אליינס און זאגען אז מען פאלגט נישט דער רבי קעגן דער תורה..

:like
דינסטאג יולי 22, 2014 10:55 am#212986
וואס האט דער בעל אם הבנים שמחה מיט סאטמאר ? און טאמער איז ער געווארן א ציוני איז דאס זיכער נישט געווען ווייל ער האט געהאלטן אין קאפ די אנזאג פון סאטמאר רב אז מ'טאר זיך נישט אוועקרירן פון די תורה אפילו גדולים זאגן אנדרעש.
דינסטאג יולי 22, 2014 11:02 am#212990
נהורא, מיין תגובה באציט זיך אויף דעם וואס לעיקוואוד טענה'ט אז א חרדי'שער מנהיג האט נאך קיינמאל נישט מודה געווען אז ער האט געמאכט א טעות.
אויב איינער האט געלערנט דעם ספר, בין איך נייגעריג צו וויסן צו ער אנטשולדיגט זיך דארט פארוואס ער האט נישט געהאלטן אזוי פריער און גורם געווען שלא בכונה מען זאל זיך נישט ראטעווען.
אגב, יעדער קען זען ווי אזוי דעם סאטמאר רב'ס פסיכאלאגיע האט געשפילט, ווען ער האט נאך די מלחמה אויסגעטראפן אז די ציונים האבן געברענגט די מלחמה. ווי פאסט דאס פאר א קלוגער איד צו זאגן אזעלכע דברי הבל? נאר גאנץ מעגליך אז זיין גילטי קאנשעס האט געשפילט אויף אים און ער האט געשפירט אז ער מוז ארויפווארפן די שולד אויפ'ן שעיר לעזעזאל, די ציונים עמלקים.
דינסטאג יולי 22, 2014 11:05 am#212993
און וואס טוט מען מיט די קאנטראווערסיאלע אופפירונג מצד דעם רבי'ן און נאך אנדערע גדולים ביים זיך פארמעסטן פאר רבנות פאסטענס וואס איז געווען באגלייט מיט די נידריגסטע געשלעגן מחלוקת רדיפות זלותא דרבנן היזקות ועוד, צו האט דער רבי וואס האט אלס געוויסט וואס טוט זיך, דא פלוצלינג גארנישט געוויסט.
מיין שוועריגקייט ליגט בעיקר אין די היפאקראטיטעט פונעם ענין, נאר געוויס מוז מען זאגן אז ער האט געגלייבט אז היות ער איז די סאמע איינציגסטער וואס קען אפראטעווען דעם דור פון ציונות כפירה ועוד דארף ער צו מעג ער פאר אלע פרייזן זיך ארויפדראפענען אויפן לייטער פון מאכט און אנערקענונג, איי מחלוקת, כבר היה לעולמים.
דינסטאג יולי 22, 2014 12:24 pm#213003
יאיר האט געשריבן:נהורא, מיין תגובה באציט זיך אויף דעם וואס לעיקוואוד טענה'ט אז א חרדי'שער מנהיג האט נאך קיינמאל נישט מודה געווען אז ער האט געמאכט א טעות.
אויב איינער האט געלערנט דעם ספר, בין איך נייגעריג צו וויסן צו ער אנטשולדיגט זיך דארט פארוואס ער האט נישט געהאלטן אזוי פריער און גורם געווען שלא בכונה מען זאל זיך נישט ראטעווען.
אגב, יעדער קען זען ווי אזוי דעם סאטמאר רב'ס פסיכאלאגיע האט געשפילט, ווען ער האט נאך די מלחמה אויסגעטראפן אז די ציונים האבן געברענגט די מלחמה. ווי פאסט דאס פאר א קלוגער איד צו זאגן אזעלכע דברי הבל? נאר גאנץ מעגליך אז זיין גילטי קאנשעס האט געשפילט אויף אים און ער האט געשפירט אז ער מוז ארויפווארפן די שולד אויפ'ן שעיר לעזעזאל, די ציונים עמלקים.

קען זיין אז ער איז נישט גערעכט, איך האב נישט אביעקטיוו דורכגעטון די גאנצע נושא פון די ראלע פון די ציונים ביים צווייטען וועלטס קריג, אבער דוכט זיך אז עס איז נישט ממש בגדר דברי הבל און ער איז נישט די איינציגסטע קלוגע מענטש אזוי צי זאגן, וויפיל איך האב יא געליינט פון די קנאים און פון פרייע צוגלייך האט די ווערטער א היפשער באזיס, און סאיז נישט סתם "דברי הבל" פון כעס ארויסגעשאסן.

דאס איז חוץ די נקודה אז סאטמאר רב האט עס נישט צוגעצייכענט נאר פון א פראקטיש שטאנדפונקט, נאר בעיקר פון א רוחניות'דיגע און הימלישע שטראף אויף די נגע הציונות, און איך זעה נישט פארוואס עס איז מער דברי הבל ווי ר' אלחנן וואסערמאן, וואס האט עס געווארנט אלץ א ויתערבו בגוים שטראף, צי די אנדערע סיבות וואס גדולים האבן אנגעגעגבן אלץ סיבה צום ביטערען חורבן, לויט סאטמאר רב און (רוב חרידישע גדולים און יענע תקופה), וואס ציונות איז געווען א כולהו איתניהו ביה.

און לאמיר געדענקען אז שלא כהרבה גדולי ישראל וואס האבן גענומען א עדווענטעטזש פון זייער פאזישען און געזאגט זייער מיינונג אן זיך מטריח זיין צי ברענגען דערויף קיין שום בעקאפ, נאר ווייל אזוי האלט איך, סאטמאר רב האט ביטערליך שווער געארבעט אויף אלע אופנים, און עס האט אים געקאסט שטיקער געזונט צי ערקלערן זיינע ווערטער מיט מקורות, און כאטש די האלטסט אז ער איז נישט גערעכט דערמיט, און ער האט קרים געלערנט, דאך האלט איך נישט אז עס איז פאסיג עס אנציריפען דברי הבל, ווען עס איז נישט אבי געשאסען.
דינסטאג יולי 22, 2014 12:37 pm#213005
Why should other Gedolim disturb him to make Chassidim. They all understood that this is what he really meant
דינסטאג יולי 22, 2014 12:41 pm#213006
Your lesson here is, that there is no free lunch. To be considered better you must pay a price. Its your fault and greed that you didn't think of it before.
דינסטאג יולי 22, 2014 12:41 pm#213007
diff האט געשריבן:Why should other Gedolim disturb him to make Chassidim. They all understood that this is what he really meant


ביטע עלאבאירן אייער קשיא און אויב מעגליך שטרענגט אייך אן עס צי טוהן אידיש, מיר זענען וויקטימס פון סאטמאר רב, די ענגליש איז גאר שוואך.
דינסטאג יולי 22, 2014 12:48 pm#213011
I am answering you, why the other rabbis didn't answer him. They didn't want to disturb him build his chassidus. Now, Please explain your proof that the shoah wasn't his and our fault. Is it because he was rescued
דינסטאג יולי 22, 2014 1:22 pm#213023
diff האט געשריבן:I am answering you, why the other rabbis didn't answer him. They didn't want to disturb him build his chassidus. Now, Please explain your proof that the shoah wasn't his and our fault. Is it because he was rescued

איך מוטשע מיך צו פארשטיין, וואס די מיינסט איז, די גדולים וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי אים האבן פשוט נישט געוואלט מבאר זיין זייערע ווערטער ווייל זיי האבן נישט געוואלט שטערן בויען זיין חסידות... שטארק מסתבר מאכט אסאך סענס..

איך האב נישט קיין פראף אויף גארנישט, איך לאז דעיס פאר די היסטאריקער דא, אלל איי סעיד אז ער האט נישט סתם געשאסן.
דינסטאג יולי 22, 2014 1:41 pm#213032
קאווע טרינקער האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=6790#p6790
מהיכי תיתי אז ס'איז א מלחמה related אסיפה?

אזוי איז אנגענומען.
דינסטאג יולי 22, 2014 1:45 pm#213033
הוגה האט געשריבן:
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:דאס קעפל פון דעם אשכול פאנגט זיך אן מיט "די קאנטראווערסיאלע הנהגה", ווי כאילו דאס איז שוין א באשטעטיגטער פאקט אז די הנהגה פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל איז "קאנטראווערסיאל". אין ענגליש רופט מען דאס א "סעלף פולפילינג פראפעסי", מיט'ן זאגן אז עס איז קאנטראווערסיאל ווערט עס דאך אויטאמאטיש קאנטראווערסיאל...

פון די אנדערע זייט איז דא א קלארע בילד פון רבי'ן ביי אן אסיפה, וואו מ'האט באהאנדלט די שווערע לאגע.


די הנהגה איז "קאנטראווערסיאל" אפגעזעהן צו ער האט געטון דאס ריכטיגע אדער נישט. עס איז "קאנטראווערסיאל" צוליב דעם וואס אסאך פרעגן דערויף.

זייט ווען פרעגן "אסאך" דערויף? איך האב שוין אנגעוויזן אז אין די יארן וואס זיינע גרעסטע שונאים זענען אויפגעקומען מיט כל מיני בלבולים קעגן אים איז זיי נישט בייגעפאלן צו באשולדיגן אז ער האט פארראטן די אידן. וועסט אויך זאגן אז די מציאות פון דעם האלאקאסט איז "קאנטראווערסיאל" ווייל "אסאך" [אנטיסעמיטן] פרעגן דערויף?

בנוגע דער אסיפה, קיינער זאגט נישט אז ער האט נישט געטון פאר הצלת החרדים, די טענה איז נאר אז זיין "סעפעראטיסט" הנהגה האט קאליע געמאכט פאר אלעמען. עס איז נישט קיין ספק אז צוזאמען קען מען מער אויפטון ווי עקסטער.

אויף דעם דארף מען שוין באווייזן. וואס זענען די באווייזן אז זיין "סעפעראטיסט הנהגה" - ווי דו רופסט עס - האט איינעם קאליע געמאכט? מ'קען דאך זאגן פארקערט, אז מיט'ן נישט גורם זיין קיין פאניק האט ער געראטעוועט אידן פון נישט טאן קיין ווילדע שריט וואס וואלט זיי געקאסט דאס לעבן.
דינסטאג יולי 22, 2014 2:47 pm#213061
איך וויל קודם איבערשרייבן וואס איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול.

די דאקומענט מגלה טפח ומכסה טפחיים. קודם כל די דאקומענט איז געשריבן געווארן אין 1994, conveniently פופצן יאר נאכן הסתלקות פון סאטמאר רבי'ן אין א צייט ווען אזויפיל וואס האבן געקענט ענטפערן, וואס האבן געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמעישן, זענען געשטארבן.

״די גרעסערע פראבלעם מיט דעם דאקומענט איז, עס זאגט נישט ווען די מעשה איז געווען. עס שטייט 1943. אין 1943 זענען די אונגערישע אידן געווען אונטער דעם איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף. די אידן אין אונגארן זענען אריין אין געטא אין April 1944. די פוילישע דעפארטעישנס האט זיך אנגעפאנגען סוף זומער 1942, די ליקווידעישן פון די ווארשא געטא האט געדארפט זיין פסח 1943. די פוילשע אידן האבן נאך דעמאלס נישט געוואוסט אז מען הרגעט זיי אלע אויס. און די וואס האבן געוואוסט האט עס פאר זיי קיין סאך נישט געהאלפן. איז צו באשולדיגן דעם הייליגן סאטמאר רבין כאילו אין 1943 ווען די אונגארישע אידן זענען נאך געווען מיט די איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף און די טרעק רעקארד פון די ציונים אין העלפן ראטווען אידן אויף א mass scale איז געווען non existent און אנדרייערס זענען זיי געווען גרויסע, אז סאטמאר רב האט נישט געוואלט אז א ציוניסט זאל קומען רעדן וועגן ציונות מיינט נאך נישט אז ער האט געוואלט די אידן זאלן זיך נישט ראטעווען. ס'איז זייער גרינג פאר א ציוניסט וואס האט געהאט א חשבון מיטן סאטמאר רבי'ן וואס האט מן הסתם נאר געוואלט אנדרייען ציוניזם, צו זאגן לאחר המעשה אז ער האט געוואלט זאגן אז דער עולם זאל זיך ראטעווען און נאר וועגן סאטמאר רבי'ן זענען זיי דארט געבליבן. משא"כ די אידן פון די אנדערע שטעט וואו די ציונים האבן יא געהאלטן זייערע דרשות און זענען מיט דעם אלעם גע'הרג'עט געווארן אויף דעם האף איך איז א צווייטער שולדיג. לכאורה לויט יענע רשעי ישראל איז סאטמאר רב אויך שולדיג פאר זייער טויט.

איך וועל וועגן דעם איבערזאגן, "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא".

איך וויל צולייגן אז פאר די וואס האבן דורכגעטוהן דעם ענין האף איך אז זיי האבן געליינט דעם בוך Perfidy is a book written by Ben Hecht in 1961. דאס איז געשריבן געווארן פופצן יאר נאכן קאסטנער טרעין, נישט זיבעציג. דאס איז פון די וויקי דף

Perfidy is a book written by Ben Hecht in 1961. The book describes the events surrounding the 1954–1955 Kastner trial in Jerusalem.

The book draws heavily on transcripts from the trial, and concludes that in 1944 Rudolf Kastner deliberately withheld from the Jews in Hungary that the trains the Nazis were putting them on were taking them to death by the gas chamber, not to a fictitious resettlement city as the Nazis claimed, and that Kastner then lied about it under oath. One of the supporting facts presented is that, in the Supreme Court appeal of the original verdict implicating Kastner, all five Supreme Court Judges upheld Judge Halevi's initial verdict on the "criminal and perjurious way" in which Kastner after the war had testified on behalf of Nazi war criminal Kurt Becher.[1] Judge Silberg summed up the Supreme Court finding on this point: "[respondent Malchiel] Greenwald has proven beyond any reasonable doubt this grave charge."[2]

ReceptionEdit

In a 2007 Jerusalem Post opinion column, Elliot Jager called Perfidy "a devastating account" of Rudolf Kastner's betrayal of Hungarian Jewry.[3] Jerome A. Chanes, writing for the Forward in 2009, described Perfidy as an "ill-conceived and irresponsible anti-Kasztner [sic]" account.[4]

זעהט אויס זיבעציג יאר שפעטער זוכן זיי צו אויסדרייען דעם דאשיק און באשולדיגן אז די גאנצע שואה בכלל און אונגערישע אידן בפרט איז די שולד פון סאטמאר רבין. ווען נישט אים וואלטן זיי אלע געראטעוועט געווארן. How sick
דינסטאג יולי 22, 2014 2:51 pm#213062
איך וויל נאר צולייגן אז קאסטנער האט נאך דעמאלס געזאגט ליגנט אונטער א שבועה דארפן מיר גלייבן hearsay? די טאכטער זאגט אין נאמען פון טאטן יארן שפעטער, און מיר דארפן גלייבן אז ער האט איר געזאגט דעם אמת און אז זי זאגט דעם אמת.
דינסטאג יולי 22, 2014 3:04 pm#213065
א יעדער איינער ווייסט אז קאסטנער איז געווען א פארברעכער. וואו קומט דאס דא אריין? ווייל קאסטנער איז געווען wrong, מאכט דאס דער רבי אטאמאטיש גערעכט? צוויי מענטשן קענען נישט טון עוולות? ובכלל, די רבי איז דאך געווען א טייל פון קרסטנער'ס עוולה, אויף דעם האט ער זיך דען יא אנטשולדיגט אמאל?


.
דינסטאג יולי 22, 2014 3:28 pm#213068
מר הוגה, אנטשולדיגן פאר וועם און פארוואס? איך האב מקדים געווען "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא". איך האב נאך נישט געזען קיין עווידענס אז ער האט געטוהן עפעס ראנג. אפשר דארפן מיינע זיידעס און באבעס זיך אנטשולדיגן פארן איבערלעבן? כמעט זיין גאנצע קהילה איז באשטאנען פון איבערלעבער און א חלק ניכר וואס האבן אים געקענט נאך פון אונגערן. זיי האבן נאך אזוי געוואוסט וויפיל אונגערישע אידן די רבי האט געשיקט צו זייער טויט און פונדעסטוועגן זענען זיי voluntarily געקומען צו אים. נאך די מלחמה זענען רוב אידן געווען פריי אנצוהייבן א ניי לעבן ווי אזוי זיי האבן געוואלט און זיי האבן געוועלט סאטמאר.
דינסטאג יולי 22, 2014 4:09 pm#213072
נאך אפאר וויכטיגע פרטים,

קאסטנער איז געווען א געפערליכער יונגאטש אזוי האבן געהאלטן זייער אסאך סעקולערע היסטאריקער, פארדעם האט מען איהם געקלאגט אין געריכט,
ס'איז יתכן צו זאגן אז סאטמאר רבי איז פונקט אזוי שולדיג א הכרת הטוב צו אדאלף אייכמאן ווי קאסטענר און אפשר נאכמער,
נאכאלעם אן אייכמאן וואלט דאך זיכער גארנישט געווען,
קאסטנער און זיינע געהילף האבן בזדון סאבאטיזשירט א גראנדיעזער פלאן צו אפראטעווען די גאנצע אונגארישע אידנטום,
ער האט פשוט נישט פארגינען אז די פרומע אידן אין בודאפעסט זענען בראש,
אייכמאן האט עדות'געזאגט ביי זיין פראצעס, אז ער האט געמאכט א געשעפט מיט קאסטנער צו ארויסלאזן איין טראנספארט פון זיינע חברים,
פארן אויסטויש צו זיכער מאכן אז די אידן ווערן דעפארטירט אן קיין ווידערשטאנד,
"דאס איז געווען צו א גוטע זאך צו אפזאגן" האט אייכמאן דערקלערט,
קאסטנער האט געהאט אין זיין באזיס די דאקומענטן פון די באקאנטע עדות'שאפט פון צוויי טשעכישע פלטים פון אוישוויץ, און געמאכט א שווייג דערפון,
די איינציגע סיבה וויזוי סאטמארע רבי האט אפי' געוויסט פונעם גאנצן טראנספארט,
איז ווייל די פרומע ועד הצלה זענען פון שטענדיג אן געווען אין קאנטאקט מיט אייכמאן, ממילא האבן זיי אלעס געוויסט,
קאסטנער וואלט קיינמאל אין זיין לעבן נישט אין באטראכט גענומען צו אריינעמען סאטמאר רבי אינעם טראנספארט,
ער האט לכתחלה זיך אויסגעדרוקט "עס קאמט נישט אין בייטראכט"
סאטמאר רבי איז אנגעקומען דארט נאר מיט ציין אין נעגל פון זיינע שטיצער אין בודאפעסט ר' חיים ראטה בראש,
קאסטנער האט עדות געזאגט ביי זיין פארצעס, די טרענסקריפט איז דאקומענטירט,
אז בעת די פארהאנדולנגען איז ער געווען אין בודאפעסט, און ער האט קאנפערירט מיט זיינע שותפים אין קלויזנבורג,
האט מען איהם געפרעגט, צו ער האט געהאט געשפרעכן מיט די יודנראט אין קלויזנבורג? יא
האט מען אייך גע'עצה'ט וועם צו אריינעמען אין טראנספארט? ניין, אלעס איז געווען אויף מיין אייגן מיינונג,
אויסער "איינמאל" האט מיך דר. פישער געהייסן אריינעמען סאטמאר רבי,
ע"כ פון קאסטנער'ס עדות,
אויסערדעם די גאנצע וועג פון די געטא ביזן ענדגילטיגן באפרייאונג איז יעדע ריר געווען נסים,
דער באן האט 3 מאל געהייסן אז עס ווערט פארקירעוועט צו פארניכטונגס לאגער,
די רבי'ס מענטשן האבן אלס איבערגעדרייט א וועלט און געפיטערט אייכמאן'ען מיט נאך שוחד,
ביזן געטא אליין די וועג פון סאטמאר קיין קלויזנבורג, וכו' וכו'

נאך אזאך פאר די רעקארד,
די רבי האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם זיך צו באדאנקען פאר סיי וועלכער סארט מענטש, צו ציונים צו קנאים, גוים, אידן, קריסטן, מוסלימס
ער האט פערזענליך געשיקט א שליח צו דר. פישער, דר. שוורץ, דר. קליין און די על-סאלוואדור עמבעסי צו באדאנקען פאר זיין הצלה,
ליידער די ציונים האבן 2 פראבלעמען מיטן רבי'ן
איינס, היתכן ער האט זיך נישט געשמד און געווארן א ציוני,
צוויי, היתכן מ'דאנקט אויך דעם רבוש"ע דאס איז שוין עק וועלט,

עני וועי, אין לי כח וזמן להאריך, אבער כאנאך אסאך צו זאגן
דינסטאג יולי 22, 2014 9:33 pm#213143
yatzmachp האט געשריבן:מר הוגה, אנטשולדיגן פאר וועם און פארוואס? איך האב מקדים געווען "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא". איך האב נאך נישט געזען קיין עווידענס אז ער האט געטוהן עפעס ראנג. אפשר דארפן מיינע זיידעס און באבעס זיך אנטשולדיגן פארן איבערלעבן? כמעט זיין גאנצע קהילה איז באשטאנען פון איבערלעבער און א חלק ניכר וואס האבן אים געקענט נאך פון אונגערן. זיי האבן נאך אזוי געוואוסט וויפיל אונגערישע אידן די רבי האט געשיקט צו זייער טויט און פונדעסטוועגן זענען זיי voluntarily געקומען צו אים. נאך די מלחמה זענען רוב אידן געווען פריי אנצוהייבן א ניי לעבן ווי אזוי זיי האבן געוואלט און זיי האבן געוועלט סאטמאר.

און דו ווייסט וויפיל אידן האבען עם נישט געקענט קוקן אין פרצוף אריין? געווען זענען זיי ארשיווע אנגעליטענע ,צו קראלע אבגעבריטע אדער מחסידי ר' אבישל (און קום מיר נישט ענטפערן אז בנו ר' הערשעלע האט עם יא מוחל געווען) און פארגעס נישט פון די קלויזענבארגע מחלוקה וואס דער רבי האט אנגעדרייט אדער פון זיינע פילע שונאים אין סאטמאר.
דינסטאג יולי 22, 2014 10:40 pm#213161
שוין.  נאכן דורכליינען דעם ארגינעלען ארטיקל, האב איך נישט וואס מוסף צו זיין, נאר איך קען קלארער איבער זאגן אז עס איז נישטא קיין שום זאך מיט וואס מען קען באשולדיגען האדמו"ר מסאטמאר מער ווי עני אנדערע מנהיג ישראל בדורו. און יא סיי דער ארגינעלער שרייבער, און סיי הוגה שרייבן אז אנדערע רבנים האבן זיך אנדערש אויפגעפירט, און איך זאג קלאר אז עס איז שקר, יעדער רבי וואס האט געקענט האט געכאפט פיס און אנטלאפן ווי די אויגן האבן זיי געטראגן, בתוכם האדמו"רים מבעלז גור מונקאטש ליובאוויטש באבוב סקווער ועוד, (חוץ א יוצא מן הכלל הרב מגאלאנטע הי"ד), און וואס האט מען מער טענות אויף האדמו"ר מסאטמאר?

נאכמער דער שרייבער פונעם ארטיקל דערמאנט ווי נאכן אויסזידלן דעם קלויזעבורגער געטא, איז האדמו"ר מסאטמאר ארויף אויפן קאסטנער באן כאילו ער האט געטוען אן עולה אז ער האט איבער געלאזט דעם ביקסאדער רבי הי"ד, עס פאלט אים נישט ביי צו קריטיקירן דעם קלויזעבורגער רב הרב עקיבא גלאזנער פארן פארלאזן זיין אייגענע קהילה און אויפשטייגן אויפן זעלבן באן? פארוואס נאר אנטי ציונים האבן געברויכט געהארג'ט ווערן מיט זייערע קהילות? די ציונים האבן יא געמעגט אנטלויפן? איז דאס נישט קיין דאפעלטע סטאנדארט?

נאר וואס יא, אן א לאנגע דעזערטאציע מיט אזויפיל שטותים, איז דא איין גאר הארבע קשיא נישט נאר אויף האדמו"ר מסאטמאר, נאר אויף אלע פרומע רבנים וואס האבן אנגעפירט א מלחמת חרמה אקעגן ציונות. פשוט, די ציונים האבן געזיגט, הערצל איז גערעכט געווען, ווען מער אידן גיין ווען ארויף בויען דאס לאנד ווען מען האט נאך געקענט, וואלט ווען איבערגעבליבן ווייניגער  אידן פאר היטלער צו הרג'ענען.

בשעת די מלחמה איז שוין געווען צו שפעט. דעמאלטס האט שוין נישט געהאלפן צו מ'איז א ציוני צו נישט, הרב טייכטאל איז נעבעך געהארג'ט געווארן און האדמו"ר מסאטמאר האט איבער געלעבט. אבער אויף די יארן פאר די מלחמה איז די קשיא, הייסט אז הערצל האט געהאט א ווייטערן קוק ווי למשל הדברי יחזקאל?

און דאס איז א קשיא וואס האט געבאדערט האדמו"ר מסאטמאר עד דכדוכה של נפש, און אויף דעם האט ער געזאגט די נשא תורה שוא עבוד אלקים כו'.

אזוי ווי ער איז אבער געווען א פרומער און געגלייבט באמונה שלמה אז חלילה צו זאגן אז די פריערדיגע צדיקים האבן זיך טועה געווען, האט ער געמוזט אויפקומען מיט אזעלכע לעכערליכע באשולדיגונגען אז די ציונים גופא זענען גאר שולדיג אינעם חורבן, בפרט אז ער האט נאך געהאט צו זיין האנט ר' מיכאל בער וויסמאנדל, וואס האט אים פארקויפט אזעלכע פאנטאסטישע מעשיות ווי רק בדם תהיה לנו הארץ, האט ער דאך שוין געהאט אויף וועם צו בויען. 

צום לעצט וועל איך דערמאנען א ווארט וואס איך האב געהערט נאכזאגן פון ר' ברוכ'ל ממונקאטש הנוגע לענייננו.

עס איז באקאנט פון חז"ל אז ביי פרעה שטייט ביי די לעצטע פינעוו מכות, ויכבד ה' את לב פרעה, אז דער אייבערשטער האט שווער געמאכט זיין הארץ אז ער זאל נישט קענען זאגן ניין, פרעגן שוין די ראשונים ווי קען דאס זיי אז דער אייבערשטער זאל צונעמען די בחירה פון א מענטש און אים נאכדעם מעניש זיין דערויף?

ענטפערט אויף דעם דער מונקאטשער רב ז"ל א מורא'דיגע ווארט. ס'איז דא אמאל א מענטש וואס דער אייבערשטער שיקט אמאל א וואונק, א מעסעזש אז ער זאל איינזען אז פירט זיך נישט אויף ריכטיג, דערווייל אבער איז דער מענטש שוין אזוי פארדרייט אז ער פארשטייט גאר פון דעם רמז אז טאקע יא אט אזוי ווי ער טוט, דאס וויל טאקע דער אייבערשטער.

דאס איז געווען ביי פרעה. בעצם האט דער אייבערשטער אים געגעבן גוטע מכות אז ער זאל פארשטיין ארויסצושיקן די אידן, פרעה האט אבער פארשטאנען מיט זיין צודרייט שכל אז דאס איז א רמז דוקא יא צוהאלטן די אידן, פאר אים איז דאס געווען א בפירושער ויחזק ה' אז ער דארף ווייטער אנגיין מיט זיין התנהגות, אבער דער אייבערשטער מעולם לא עלתה על דעתו אוועקצונעמען זיין בחירה. וואס איז ער אבער שולדיג אויף שוטים שקלקלו און פארשטייען נישט קיין פעטש.

לעניננו פירט ר' ברוכ'ל אויס, מיר האבן געמאכט א טעות און זיך מתנגד געווען צום ציונות. דער אייבערשטער האט אונז געגעבן פארדעם גוטע מכות, און אנשטאט איינזען אינעם טעות זאגט מען נאך אז ויכבד ה' דאס איז נאך א ראיה אקעגן ציונות...
דינסטאג יולי 22, 2014 10:44 pm#213162
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:דאס קעפל פון דעם אשכול פאנגט זיך אן מיט "די קאנטראווערסיאלע הנהגה", ווי כאילו דאס איז שוין א באשטעטיגטער פאקט אז די הנהגה פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל איז "קאנטראווערסיאל". אין ענגליש רופט מען דאס א "סעלף פולפילינג פראפעסי", מיט'ן זאגן אז עס איז קאנטראווערסיאל ווערט עס דאך אויטאמאטיש קאנטראווערסיאל...


די הנהגה איז "קאנטראווערסיאל" אפגעזעהן צו ער האט געטון דאס ריכטיגע אדער נישט. עס איז "קאנטראווערסיאל" צוליב דעם וואס אסאך פרעגן דערויף.

זייט ווען פרעגן "אסאך" דערויף? איך האב שוין אנגעוויזן אז אין די יארן וואס זיינע גרעסטע שונאים זענען אויפגעקומען מיט כל מיני בלבולים קעגן אים איז זיי נישט בייגעפאלן צו באשולדיגן אז ער האט פארראטן די אידן.

ר' חיים נחום, די טענה איז בכלל נישט ניי, און איז שוין ארויפגעברענגט געווארן לאנגע יארן צוריק. צום ביישפיל, פאלגנד איז אן אויסשניט פון דער צייטונג "דבר", אייר תשכ"ב: