פארומס › באגריסונג: די גבאים פון דעם חודש זענען...

באגריסונג: די גבאים פון דעם חודש זענען...

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6866
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:06 pm#242665
גבאי הולך וגבאי בא והשטיבל במקומו עומדת....
געוואלדיג די אייגענארטיגקייט פון די מנהל מיט די חודש'ליכע גבאים... א נאבעלע ארבייט!
יש"כ
שלמה מלך ישראל
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:52 pm#242695
ווער סע מיינט אז סיז מער אזא כבוד זאך האט א טעות. די גבאים קענען דערציילען (נאך די חודש) אז סיז נישט אלץ אזוי גרינג. א סאך מאל מיז מען גיין צווישען טראפען אז יעדער זאל זיין צופרידען.

בציקער, סיז נישט א טייטעל וואס מע געט פאר די מער חשובע שרייבער. סיז א ארבעט. און סיז א ריזיגע העלפ פאר אונזערע פלאץ דא. א גרויסע ישר כח פאר אלע גבאים פון פריער און פון יעצט.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:28 pm#244566
ר' נח בער איך זיי גראדע אז די ביסט ב"ה אן אקטיווע גבאי און די טוסט דיין דזשאב בנאמנות. און יישר כח פאר דעם

אבער איך וואלט געוואלט בעטן אויב ביסטו שוין יא דא פארוואס זאלסטו אונז נישט אביסל מהנה זיין פון דיין שרייב ווערק?
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:29 pm#249179
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש שבט:
ATUB @ברסלבער ATUB
ATUB @פישלע העררינג ATUB

דארף מען עפעס צולייגן ווען מ'רעדט פון אזעלכע קאנאנען?

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:45 pm#249186
פיין שיין אבער פישעלע האט שוין געהאט א טוירן ,קען זיין ער האט געזאגט ער איז ערשטע אין ליין פאר דאבעלס.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:47 pm#249187
ער איז נאך נישט געווען גבאי מיט זיין נייע ניק אנעם שטרעכל
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:47 pm#249188
עס איז מיר א כבוד און א זכי' אז איך קען צולייגן א האנט און ארויסהעלפן אונזער הערליכע ווינקל.
גאר אסאך האב איך שוין גענאסן פון שטיבל ביז יעצט, און ס'איז צייט עפעס צוריק צו געבן אויך.
ואני תפלה אז איך זאל בעזה"י מצליח זיין מיט מיין נייע אויפגאבע, אינאיינעם מיט מיין חשוב'ע קאלעגע פישעלע.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:48 pm#249190
וואס איז מיט אונזער @ראשעקאל? מען טיילט שוין דאבעלס און ער איז נאכנישט גיוועהן?
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:57 pm#249197
איך קען נישט מאכן אזעלעכע ערענסטע דעסיזשענ'ס
באט שקויעך עניוועי
:)
מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:07 pm#249201
עס איז מיר א כבוד און א עהערע צו דינען אלץ גבאי חודש. ספעציעל ווען עס איז בשותפות מיט הרב ATUB @ברסלבער ATUB שליט"א, אן אמת'ע הוגה דיעות על דרך ישראל סבא, ואין למו מכשול.

דאס ערשטער מאהל אלס גבאי חודש האב איך אנערקענט די נחיצות הענין צו האבן גבאים. נישט חלילה צו מעקן, נישט חלילה צו ווארענען, נישט חלילה אומבאקוועם מאכן אן אנדערע. נאר מרבה צו זיין כבוד המקום אז עס זאל אנהאלטן צו זיין א "רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".

יהי"ר שלא יצא מכשול מתחת ידי, ויתגדל ויתקדש שם שמים על ידי המקום הזה בחכמה בתבונה ובדעת.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:51 pm#254685
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש אדר:
ATUB @יאיר ATUB
ATUB @מאטי ATUB

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:56 pm#254687
גאר אינטערעסאנט פאר'ן חודש פון פורים חודש אדר צו האבן מאטי (מרדכי הצדיק) בן יאיר פאר גבאי חודש.
בן קיש, יעצט געמיר א לייק
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:09 pm#254692
וויי איז אונז... אין וועלכע לעכל וועט טפשות זיך באהאלטן?
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:47 pm#254697
ונבנתה העיר
וויי איז אונז... אין וועלכע לעכל וועט טפשות זיך באהאלטן?

ונבנתה העיר: אונז (ט---) קענען נאך שלאפן רואיג. זיי (די גבאים) גייען נישט מעקן קיין הודעות צוליעב טיפשות... 😂 🙄
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:57 pm#254716
איך האב נישט די ווערטער צו אויסדרוקן מיינע געפילן צו אזא גרויסן כבוד וואס מ'האט מיר צוגעטיילט צו זיין אויפן זעלבן פאזיציע ווי דער רמב"ם פון קאווע שטיבל מורינו הרב יאיר שליט"א. ס'דערמאנט מיר די מעשה פון יענער וואס האט געזאגט אז זיין ווייב האט אים געמאכט פאר א מיליאנער, ווייל איידער ער האט חתונה געהאט איז ער געווען א ביליאנער.

(און בערל, ניין!! איך גיי נישט מעקן דיין תגובה.....)
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:02 pm#254718
מאטי
איך האב נישט די ווערטער צו אויסדרוקן מיינע געפילן צו אזא גרויסן כבוד וואס מ'האט מיר צוגעטיילט צו זיין אויפן זעלבן פאזיציע ווי דער רמב"ם פון קאווע שטיבל מורינו הרב יאיר שליט"א. ס'דערמאנט מיר די מעשה פון יענער וואס האט געזאגט אז זיין ווייב האט אים געמאכט פאר א מיליאנער, ווייל איידער ער האט חתונה געהאט איז ער געווען א ביליאנער.

(און בערל, ניין!! איך גיי נישט מעקן דיין תגובה.....)


😂 ... 😃 🙂 😉 🙄 ... 👍 ...ספעציעל אויף די לעצטע שורה...!
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:03 pm#254719
איך ציטער צו נעמען די פעדער.. הממ כ'מיין דריקן די קנעפלעך... א געוואלדיגע אויסוואל!
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 7:35 pm#254779
[ציטאט אראפגענומען]

יא, פאר מיר זע איך אויך אויס צו זיין טאלעראנט - לכל הפחות ווי לאנג מען איז נישט כופר אין אבולוציה אדער אין די געטליכקייט פון די היינטיגע נביאים, ווי עס איז לעצטנס דער סטיל ביי מאנכע א. ג. אויפגעקלערטע.
דערווייל ווייס איך נאכנישט גענוי מיינע פונקציעס אלס גבאי, אויסער אויב עס איז ענליך צו מיין אלטע זשאב אין ישיבה אלס גבאי חק"ס. איי פארוואס האב איך אנגענומען דעם פאסטן אויב איך ווייס אפילו נישט וואס מען דארף טון? דער אמת איז אז מיר וואלט גאנץ מער געשמעקט אנדערע פאסטנס דא אין אונזער קאווע שטעטל. כ'וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט צו פארלאנגען צו ווערן געקרוינט אלס דער רמב"ם פון קאווע שטיבל, אבער לכל הפחות א רבנות פאסטן וואלט זיך מיר געקומען. אפשר אפילו פרעזידענט אדער ראש הקהל. נו, אבי מען האט מיר נישט באשטימט אלס מקוה איד. בכל אופן וועל איך ציטירן דא וואס איך האב געענטפערט אויף דעם באצירטן כתב גבאות וואס איז אנגעקומען אין מיין פאסטקעסטל:
עס ליגט ביי מיר אין הארץ א שטארקע ווידערווילן צו זיין אין דער פאזיציע פון שררה, כאטש ווי קליין און כאטש ווי נישטיג. אויב פעלט אמאל אויס, איז מיר אסאך בא'טעמ'טער צו קריטיקירן ווי אן איש בין אנשים, נישט שניידן שטיקער פון הינטער א מחיצה.
פון די אנדערע זייט, וואלט מיר באמת געווען ניחא צוריקצוגעבן עפעס פאר די הנהלה פון קאווע שטיבל וואס שטעלט מיר צו אזא ווינקל פון גן עדן.

נו, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געווען לפנים. ביי מיר אין הארץ האב איך זיך צוגעכאפט צו דעם כיבוד ווי א רבי צו עפל ווארפעריי און ווי יאיר צו זעלבסט-אויסלאכעריי (קרעדיט: ונבנתה). עס האט מיר פשוט נישט געפאסט ארויסצווייזן מיין קינדישע עקסייטמענט. און דער עיקר האב איך געוואלט קענען רעדאגירן מיינע אייגענע תגובות אויך נאך דריי טעג. און יא, אויך פועל'ן ביי די באהערדע מען זאל צולייגן א סמיילי פאר "וויפיל מאל דארף איך איבערזאגן די זעלבע זאך?!!!"
יעדנפאלס, ווען איך וועל אויסגעפינען ווי אזוי מען נוצט די גבאות קנעפלען, זייט וויסן אלע חכמים און טפשים, קנאים און ציונים, ס"ח און ב"ח, אז איר קענט אלע רואיג שרייבן וואס איר ווילט, פון ניהילים ביז בודהיזם ביז מארקסיזם ביז איסלאמיזם ביז ויואלמשהניזם ביז דארוויניזם. נאר ביטע טוט מיר א טובה און באצירט נישט דערביי אנדערע באשעפענישן מיט מיאוס'ע טיטלען ווייל די שכינה וויינט.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:33 pm#254800
לאל... דו לץ איינער 😂 😂
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:24 pm#259979
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש ניסן:

@פלאוויוס
@קינד_אן_קייט

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

(צוליב ר"ח חל להיות בשבת און די מעגליכע שניי מארגן האבן מיר מקדים געווען מיט א טאג).
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:28 pm#259982
א דאנק פאר דעם כיבוד. איך דארף יעצט זען צי די מונדירן שטייען מיר גוט.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:30 pm#259984
אז מיר וועלטן זעהן דיין אוואטאר וועלן מיר קענען זאגן מבינות
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:42 pm#259990
א געוואלדיגער כיבוד!

כ׳בין טאקע דאהי סה״כ א קארגע פאר חדשים (ניטאמאל מוצא שנתי געווען…) אבער ס׳איז געקומען די צייט עפעס צוריקצוגעבן פאר׳ן שטיבל וואו כ׳טרעף כסדר א באקוועמער געשמאקער ווינקל צו פארברענגן בדיבוק חברים און קונה זיין ידיעות בחכמה ובעניני דעלמא.

כ׳האף צו טאן מלאכתי נאמנה ויהא זה להרמת קרן השטיבל ובאי׳. יישר כוחכם.

נ.ב. ואם תרצו, אין זו הגדה.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:51 pm#259993
סארווירער
און די מעגליכע שניי מארגן
😂 😂 😂
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:56 pm#259997
געוואלדיג
אז מיר וועלטן זעהן דיין אוואטאר וועלן מיר קענען זאגן מבינות

אוי וויי. פלאוויוס האט טעמפארערי פארלוירן דעם שושנים געווינער שטערן אוואטאר...
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 8:03 pm#259999
אויף דעם שטערן פיט נישט אזוי גוט די מונדירן
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:47 pm#260037
[ציטאט אראפגענומען]
זונטאג אפריל 19, 2015 2:56 pm#267385
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש אייר:

@שמערל
@פליקער


מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא און הצלחה פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.
זונטאג אפריל 19, 2015 3:25 pm#267400
און איצט מיינע חברים ווערטיאלים איז געקומען אויף מיר די רייע צו הערשן אלס גבאי, און ווי דער סדר איז וואלט איך געוואלט הערשן מיט א אייזערנעם ארעם, אזוי ווי אלע גבאים וואס זענען געוועין פאר מיר, נעמליך אויסטיילן דא צרות וויפיל עס גייט אריין, מעקן מישן טיילן האקן ווארענען שפארן עפענען העצן צינדען לעשן וואס אימער איך קען טיען.

נאר היות איך ווייס אז מיין גבאי קנעפעלע איז ווי א ליכטל און ווען חודש אייר גייט פארביי ווער איך ציריק א פשוטע איד, על כן וועל איך איינריען, איך וועל אויסניצן מיין הערשאפט אלס גבאי ווי א פשוטע שליח ציבור וואס גייט צו צים ברעיטל מיט א האפענינג אז דער ציבור וועט אים גלייכן, אז ווען ער דרייט זיך אויס ביי באו בשלום זאל ער נישט זעין ווי דער עולם קאטשקעט זיך פאר געלעכטער פונעם, מען זאל בלייבן מיט א גיטן איינדרוק אויפ אים ווען ער ווערט ציריק א בן אדם.

וואס גענוי מיין תפקיד איז פארשטיי איך נאך דערווייל נישט, איך גלויב אז איך וועל זיך דערלערנען אויפ אייערע בערד, אויב זעיט איר אז איך פיר נישט אויס מיין תפקיד ווי איר האלט אז איר וואלט געטיען אלס גבאי, אדער אז איך בין צו שטרעינג און פארליר זיך אביסל, זייט מיר דן לכף זכות, פארבינט זיך צומיר און אישי, כדי איך זאל זיך קענען און אייך פערזעינליך נוקם זיין...

כלפי מה הדבר נאמרים, עס איז דא א נייער שעריף אין טאwן, און מיר גייען דא מאכן ארדענונג ווי עס געברויך צו זיין....

אקעי העלא נעם א וויץ עס גייט זיין אקעי, ביטע לאזט מיר וויסן און אישי, וועימען עס איז אויף אייער נודניק ליסטע, און מיר וועלן ביידע צונעזאמען זיך נוקם זיין לויט יעדעם איינעם'ס פארשטאנד....

אלס גבאי וועל איך לייגן דריי פינטלעך נאך א וויץ כדי שלא לבייש את מי שאינו אוחז...

אקעי שוין ווייטער פארפארן, ארויס מיטן שיך פונעם פה-סח, איך האב געליינט דעים מעניול פון וואס עס פארלאנגט זיך אלס גבאי, אבער ווי איך זעי פירט זיך יעדער אויף זייער פיין, קיינער רעדט נישט וואס מען ברויך נישט, אלעס איז האנקי דראדל, אונז זעמער שטאלץ, אונז מאכמער געהעריג חוזק פון אלע וואס זענען באיי צלמוועלט, און פון קרעשנעף, עס קומט א פרייליכע חודש, מיר מוזן די חודש זיין מער בשמחה ווי סיי וועלכע חודש, ווייל די חודש איז דא די ג'אסרטע ספירה מוזיק וואס אפילו אלע רבנים פארשטייען אז מען ברויך עס אסר'ן, דאס איז די איינציגע זאך וואס איך האב זיך געפינען בדעה אחת מיט אלע רבנים.

מיין פאלאנג אלס גבאי אז דער עולם זאל זיך נישט קריגן, יעדער זאל מסכים זיין צו אלעמען, יעדער זאל גיין אין א שפאן, מען זאל קויפן אלעס וואס ווערט עדווערטייזט, אנגעהויבן ביי אלע לג בעומר סעילס, און די ספעציעלע שבועות קרעפלעך פון נר מצוה וואס גייט אויסזעין ווי קליינע תורה'לעך, זיי גייען היי יאר שוין ארויסקומען לויט ווי זיי מעלדען מיט לג בעומר שיסער'ס, עס וועט זיין ביי יעדע שמש, זיי גייען צי שטעלן גרעסערע סייזעס פאר טאטעס און זיידעס, און קלענע פאר קינדער., מען זאל קויפן פאר יעדעם לויט זיין סייז, גענוי ווי ביי די שאנעת, קיינער טאר נישט פארשן קיין מקור, אויב יא וועל איך עס תיקף ומיד פארשפארן.

איך פריי זיך זייער צי האבן אזא גיטע שותף לדבר ווי @שמערל, ער ווייסט זיכער וואס מען ברויך טיען דא, ער וועט זיכער קענען פארדעקן מיינע זינד, און נעמען דעם פאל פאר מיינע אנמאכענישן, זאל אים דער בורא היטן און שיצן פון אלע רידערער'ס, שמערל וועט זיין א דעלישעס גבאי, והוא נועם ד' עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו.
זונטאג אפריל 19, 2015 3:29 pm#267401
ווען מ'קען ווען צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געזאגט פליקער זאל זיין די גבאי אין חודש אדר. אזוי צו לאכן אין ספירה איז נישט אויסגעהאלטן אפילו לויט יאנג איזריעל.
זונטאג אפריל 19, 2015 3:36 pm#267403
פליקער.....................!!!!!!!!!!!! כ'האב אויסגעשאסן ווי א לאגבוימער שיסער.. און עס איז קוים א' אייר.
העלעך מיר אנגרייטן די מילצן פארן חודש.
יא, ברוכים הבאים פליקער און שמערל.
זונטאג אפריל 19, 2015 3:42 pm#267405
😂 😂 😂
מגילה שרייבער 'פאר עקסעלאנס'! 👍
@שמערל וועט אריינקומען וויכטיג אין די רעדאגירן אפטיילונג... (כאטש פליקער'ס מגילות דארף מען לאזן ווי עס איז).

@רויטע, אדרבה, פליקער פעלט אויס נאכמער אין די ימי הספירה.
דינסטאג מאי 19, 2015 7:49 pm#276985
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש סיון:

@כוכב
@ונבנתה העיר

די צוויי חברים האבן שוין געדינט אויף די פאזיציע מיט גרויס הצלחה און וועלן דעם חודש נאכאמאל אננעמען דעם פאסטן. מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל און ארויסהעלפן די טייערע חברים.
דינסטאג מאי 19, 2015 7:55 pm#276991
smoking hot
דינסטאג מאי 19, 2015 7:57 pm#276994
ווען איז מיין רייע?
דינסטאג מאי 19, 2015 8:03 pm#276997
א גיטן טייערע חברים

געוועין א חודש א שווערע, עס איז מיר זייער שווער זיך צי שיידן פון די גבאי מאדאל, אבער לייף גייט אן, איך וויל דא טאקע מפייס זיין די אלע וועים איך האב ארויסגענימען פין די דישעס,
איך וויל דא טאקע באדאנקען פאר מיין שותף שמערל, ער האט גאר שווער געארבייט אלס גבאי.
אויך וואונטש איך הצלחה פאר כוכב מיט ונבנתה, זיי האבן שוין עקספיריענץ, און אפעטיט, איך בעיט זיי צי מאכן גרעסערע סאמעטאכע'ס ווי איך, כדי מען זאל זיך נאך בעינקען נאך מיר.
דינסטאג מאי 19, 2015 8:14 pm#277010
איך אויך
ווען איז מיין רייע?

דאמאלס ווען מיין רייע... 😂 אונז וועלן דינען צוזאמען אין דעם זעלבן חודש... 😂
דינסטאג מאי 19, 2015 8:16 pm#277013
גוטע געדאנק.
דינסטאג מאי 19, 2015 9:18 pm#277060
העי איך וואלט געטוהן די זעלבע.

אבער זרילי, כ'בין נאכנישט צו'הרג'ט מיט דיר וועגן דעם, און מאך נישט אויף אזא אשכול אויף מיר.
דינסטאג מאי 19, 2015 9:44 pm#277074
מיינסט טאקע ער אליינס פארשטייט נישט? ווען ער איז ווען גבאי פארשפארט ער עס אויך.
מיטוואך מאי 20, 2015 8:15 am#277217
אוי אוי, ניטאמאל האב איך געהאט צייט אפצונעמען מיין גבאי-ראדיו און וואקי-טאלקי, אזוי פארנומען בין איך מיט ספר האישים.
ביז ספר האישים קומט נישט ארויס קענט עטס אלע שרייבן וואס עטס ווילטס...
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:16 am#283499
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש תמוז:

@רויטע וואנצעס
@אפטעמיסט

מיר טוען פארזעצן מיט דעם סדר פון צוויי חברים וואס האבן שוין געדינט אויף די פאזיציע מיט גרויס הצלחה וועלן דעם חודש נאכאמאל אננעמען דעם פאסטן.
מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

א גוטן חודש.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:29 am#283525
רבותי, זאגסט נישט איך האב ענק נישט געווארענט! אין די יעצטיגע תמוז טעג וועט מען גיין מיט'ן גרעסטן חומר הדין. פאר איר שיקט דעם שיק קנעפל טראכט צו עס איז אויסגעהאלטן, אדער וועט עס דער רויטער אדמדם אויפעסן ווי א טעלער שמאלציגע לינזן.

איך טו באגריסען מיין @אפטעמיסטישע ברודער. נארט אייך נישט, זיין נאמען איז נאר פאר מראית עין. פרובירט נישט אריינבייסן אין אים.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:54 pm#283557
זיי שטיל וואנצעס. נאך איין ווארט און איך פארשפאר אינגאנצען דיין איי פי אדרעסס. #ס'געהערט א מעשה.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:33 pm#283573
רויטע וואנצעס
smoking hot

רויטע וואנצעס. מזל טוב. דו זאלסט נאר נוצן דעם ערעיסער פאר גוטע זאכן. אמן...!... 😂
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:35 pm#283577
אפטעמיסט
זיי שטיל וואנצעס. נאך איין ווארט און איך פארשפאר אינגאנצען דיין איי פי אדרעסס. #ס'געהערט א מעשה.

אפטעמיסט: איך וואונטש פאר דיר וואס כ'האב געוואונטשן פאר רויטע וואנצעס....אכיה"ר.
איך בעט ענק קינדערלעך שלאגטס ענק נישט ארום...יא. איך וויל א ביסל שלאפן. שטערטס מיך נישט...!... 😂
זונטאג יוני 21, 2015 8:57 pm#284132
רויטע וואנצעס
רבותי, זאגסט נישט איך האב ענק נישט געווארענט! אין די יעצטיגע תמוז טעג וועט מען גיין מיט'ן גרעסטן חומר הדין. פאר איר שיקט דעם שיק קנעפל טראכט צו עס איז אויסגעהאלטן, אדער וועט עס דער רויטער אדמדם אויפעסן ווי א טעלער שמאלציגע לינזן.

איך טו באגריסען מיין @אפטעמיסטישע ברודער. נארט אייך נישט, זיין נאמען איז נאר פאר מראית עין. פרובירט נישט אריינבייסן אין אים.


דוכט זיך אז @כוכב איז שוין געווען גענוג שטרענג סיון יעצט ברויך מען אביסל נאכלאזן פון די שטרענגקייט
מאנטאג יולי 20, 2015 5:10 pm#290291
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די פרישע גבאים פון חודש אב:

@אנאנים
@געוואלדיג

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי באליבטע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

(מיט אנטשולדיגונג פאר די קורצע שפעטיגוג)
א גוטן חודש.
מאנטאג יולי 20, 2015 5:19 pm#290296
WOW! באמת א געוואלדיגע אויסוואהל. געבסט אכטונג פון מיין ווארימע בענקל, די הייסע צימעס און די בריעדיגע קריטיק.
מאנטאג יולי 20, 2015 6:36 pm#290333
איך מוז ענק זאגן, עס איז געקומען פונקט אין די ריכטיגע טאג, מיין בעה"ב האט זיך אפגערעדט היינט אז איך קום נישט גענוג באצייטנס נו נו ער ווייסט נישט וואס ווארט איהם פאר די נעקסטע חודש,
על כל פנים, עליכם שלום איך בין פרייליך ענק צו באדינען
אז @אנאנים שטייט נעבן מיר, וועט אלעס בלייבן אויף גראדע שינעס און זיין געוואלדיג, אי"ה.