Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון

רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #691
מיטוואך פעברואר 13, 2019 10:16 pm#424413
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ק ר׳ שרגא פייבוש האגער זצ״ל מזאלישטיק, ברודער פונעם אהבת ישראל
דער היינטיגער קאסובער רביס זיידע- טאטע׳ס טאטע.
בילד

שבת אחים: אזוי ווי דו ביסט דאך א ספעציאליסט (פון א חסיד רעד איך שוין נישט) פון די גאנצע וויזשניצער גזע. ווילל איך דיר אויפמערקזאם מאכן אז דער נאמען פון קאסוב'ער רבינ'ס טאטע'ס ערשטע שטעטל איז געווען ..."זאליש-טשיק"...נישט "זאלי-שטיק". אזוי ווי דו האסט געשריבן...ייש"כ...!

מדי דברי: ס'איז דא נאך עטליכע נעמען פון שטעטלעך וואס חסידות'ן טראגן, וועלכע זענען שווער ארויס צו זאגן. אן דער עולם פארדרייט עס. למשל ..."מאנאסטרישטש"... איז א טייל וואס זאגן עס ארויס...מאנאסטריטש... אדער מאניסטריטש...אדער מאניסטרישטש...! זאללן זיי זיין געזונט. ווי זיי זענען אויפגעקומען מיט די טאנג טוויסטערס ...!
מיטוואך פעברואר 13, 2019 10:18 pm#424414
גאנץ א שווערע ווארט ארויסצוזאגן. זאל-יש-ט-שיק?
מיטוואך פעברואר 13, 2019 10:24 pm#424415
יין שרף האט געשריבן:ערשטמאליגע אויפדעקונג אויסשליסליך צו "מאָמענט" דורך בארימטן האלאקאסט היסטאריקער הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער: אן אלטע 80-יעריגע קאפיע פון דער נאצישער "דער שטורמער" צייטונג, אנטפלעקט אן אומבאקאנט פרעכטיג בילד פונעם אהבת ישראל מוויזשניץ — ליינט אין היינטיגן נומער
806121453_238426.jpg

@שבת אחים

גאר אינטערסאנט! די שטורמער?
זינט ווען איז הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער א בארימטע האלאקאסט היסטאריקער? כהאב געמיינט אז ער איז א פאליטשאן? אפשר דעס איז זיין סייד-דשאב?
בקיצור מוועט מוזן לויפן, קויפן די מאמענט. כבין זייער נייגעריג. א יעדע בילד פון דער אהב״י האט אסאך היסטארישע ווערט נאכדערצו אז סקומט פון א נאצישע צייטונג.
מיטוואך פעברואר 13, 2019 10:52 pm#424423
איינער האט מיר שוין געשיקט די בילד. א בילד פון די בילד. טאקע א פרעכטיג הערליך בילד אין קארלסבאד. מ׳דארף נאר זעהן צו מקען אידינטפיצירן די ארומיגע אידן. דער איד לינקס וואס האלט דער שירעם בין איך נייגעריג ווער דאס איז.
מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:00 pm#424425
שבת אחים האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:ערשטמאליגע אויפדעקונג אויסשליסליך צו "מאָמענט" דורך בארימטן האלאקאסט היסטאריקער הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער: אן אלטע 80-יעריגע קאפיע פון דער נאצישער "דער שטורמער" צייטונג, אנטפלעקט אן אומבאקאנט פרעכטיג בילד פונעם אהבת ישראל מוויזשניץ — ליינט אין היינטיגן נומער
806121453_238426.jpg

@שבת אחים

גאר אינטערסאנט! די שטורמער?
זינט ווען איז הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער א בארימטע האלאקאסט היסטאריקער? כהאב געמיינט אז ער איז א פאליטשאן? אפשר דעס איז זיין סייד-דשאב?
בקיצור מוועט מוזן לויפן, קויפן די מאמענט. כבין זייער נייגעריג. א יעדע בילד פון דער אהב״י האט אסאך היסטארישע ווערט נאכדערצו אז סקומט פון א נאצישע צייטונג.

שוין יארן וואס ער איז עוסק אין די היסטאריע פון די האלאקאסט, אזוי אויך פירט ער כסדר ארום גרופעס קיין אוישוויץ, טרעבעלינקע וכו' אלס טור גייד. (נישט אז דאס מאכט אים פאר "די בארימטן האלאקאסט היסטאריקער"... באט וואטעווער....)

אויב דו קענסט, לייג ארויף די בילד דא.
מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm#424428
גאנץ רעכטס קען מען זעהן דעם ווישעווער רב הגה״ק רבי מנחם מענדל האגער זצ״ל און לינקס איז הרה״ח ר׳ זיידא שעכטער הי״ד משב״ק.

אין די בילד קוקט דער אהב״י אויס גאנץ ענדליך צו ר׳ מאטעלע. פארקערט ר׳ מאטעלע ווי אים :)
איך קען נישט ארויפלייגן די בילד פון וואטסאפפ. עכ״פ כהאב נישט קיין אהנונג וויאזוי מ׳טוט עס. איך מוז האבן א online image address.
מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:29 pm#424430
שבת אחים האט געשריבן:וואס איז געוועהן באוויסט אלץ דער גרעסטער ״אוהב ישראל״ זייט משה רבינו

דערמאנסט מיר די מעשה, ווען מ'האט פארציילט פארן תולדות אברהם יצחק רבי'ן אז ר' אשר ווייס האט געזאגט נאכן פטירה פון ר' עובדי' יוסף, אז זייט דעם רמב"ם איז נישט געווען אזא גאון ווי ר' עובדיה. רופט זיך אן ר' שמואל יענקל: וואס הייסט, ער ווייסט נישט אז ס'איז געווען אן אמרי חיים???
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:39 am#424437
שבת אחים האט געשריבן:גאנץ רעכטס קען מען זעהן דעם ווישעווער רב הגה״ק רבי מנחם מענדל האגער זצ״ל און לינקס איז הרה״ח ר׳ זיידא שעכטער הי״ד משב״ק.

אין די בילד קוקט דער אהב״י אויס גאנץ ענדליך צו ר׳ מאטעלע. פארקערט ר׳ מאטעלע ווי אים :)
איך קען נישט ארויפלייגן די בילד פון וואטסאפפ. עכ״פ כהאב נישט קיין אהנונג וויאזוי מ׳טוט עס. איך מוז האבן א online image address.

שיק מיר עס Dropbox ect
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:30 am#424446
איסר האטלקי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וואס איז געוועהן באוויסט אלץ דער גרעסטער ״אוהב ישראל״ זייט משה רבינו

דערמאנסט מיר די מעשה, ווען מ'האט פארציילט פארן תולדות אברהם יצחק רבי'ן אז ר' אשר ווייס האט געזאגט נאכן פטירה פון ר' עובדי' יוסף, אז זייט דעם רמב"ם איז נישט געווען אזא גאון ווי ר' עובדיה. רופט זיך אן ר' שמואל יענקל: וואס הייסט, ער ווייסט נישט אז ס'איז געווען אן אמרי חיים???

דעס איז זייער שיינע מעשה אבער א גרויסע גוזמא ווייל דער אמרי חיים איז לכאורה נישט געוועהן אזא גרויסע גאון ווי ר׳ עובדי׳ יוסף. ער איז געוועהן גרויס אין אנדערע זאכן מיט וואס ער האט איינגעפאקט ר׳ עובדי׳. זיינע מידות און מענטשליכקייט, זיין אהבת ישראל, זיין ישרות, זיין פארשטיין צו מענטשען און די מענשטהייט איז געוועהן להפליא. א יעדער איד וואס האט נאר אריבערגעטרעטן זיין שוועל האט ער גלייך פארשטאנען יענעמס נשמה און ער האט געהאט א שפראך צו יעדעם איינעם.

משא״כ וואס איך זאג איז בכלל נישט קיין גוזמא. סאיז נישט געוועהן נאך א רבי אדער א ראש ישיבה אויף דער וועלט זינט משה רבינו וואס איז געוועהן selfless ווי דער אהבת ישראל. ער האט זיך אינגאנצן ארויסגענומען פון די פיקטשער. באמת! ער האט געאטעמט פאר יענעם. אינזינען געהאט יענעם פאר זיך. פארדעם זענען אלע זיינע שונאים צום סוף געווארן זיינע גרעסטע שטיצער. זיי האבן איינגעזעהן דעם אמת. די אהבת ישראל איז צוויי מאל ארעסטירט געווארן אין זיין לעבן ווייל די משכילים האבן אויסגעטראכט בלבולים אויף אים, ער האט זיי ליב געהאט פונקט ווי איך האב ליב מיינע אייגענע קינדער! אפילו זיי האבן אים אנגעטוהן די ערגסטע צרות! האסט שוין אמאל געהערט אזא זאך? א מענטש זאל ליב האבן זיינע שונאים? דו ווייסט וואספארא מדריגה מ׳דארף זיין דאס צוקענען באווייזן? איך קען נישט נאך א אזא מענטש אויף די וועלט! נישט אין די אידישע וועלט און נישט אין די גוישע וועלט! וועלכע נאך רבי נאכדערצו אזא גרויסע רבי האט נישט געהאט קיין איין קעגנער ממש צום סוף פון זיין לעבן? יעדער האט אים ליב געהאט. (די מחלוקות פון קאסוב-וויזניץ מיט סיגעט איז געוועהן אסאך פאר זיינע צייטן, און ביי אים האט זיך עס אפגעשטעלט) יעדער גדול האט געזאגט גרויסע זאכן אויף אים. ער האט געקישט יעדע קראנקע צובראכנע איד אויף די גאס מיט טיפוס רח״ל. ער האט מיטגעוויינט מיט יעדע אידס צרות. סאיז נישט געוועהן נאך אזאנס און סוועט לכאורה קיינמאל מעהר נישט זיין. א א אלטע אלמנה איז אריינגעקומען צו אים אז מווארפט איר ארויס פון איר דירה, האט ער זיך אויפגעהויבן בכבודו ובעצמו און אריבער געגאנגען צום פרייען באנקיר זיך בעטן אז מזאל איר נישט ארויסווארפן. סאיז דא צענדליגער אזעלכע באוואוסטע מעשיות.

איך זאג עס איבער נאכאמאל סאיז נישט געוועהן אזא אוהב ישראל אויף דער וועלט, אזא מענטשליכע מענטש ווי דער אהבת ישראל. קיינער נישט! קיין איין רבי אויף דער וועלט. בכלל נישט קיין גוזמא. אדרבה אויב סאיז יא געוועהן איינער ביטע לאז מיך וויסן ווער. איך בין זייער נייגעריג ווער.

מקען רעדן דא א גאנצע נאכט. ווער ס׳וויל קען אליינס מאכן די homework. סאיז נישט געוועהן אזא אוהב ישראל. קיינער איז ניטאמאל געקומען נאנט צו אים אין זיינע מידות טובות און אהבת ישראל. פרעגטס ענק אליינס נאך.
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:36 am#424447
יין שרף האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:גאנץ רעכטס קען מען זעהן דעם ווישעווער רב הגה״ק רבי מנחם מענדל האגער זצ״ל און לינקס איז הרה״ח ר׳ זיידא שעכטער הי״ד משב״ק.

אין די בילד קוקט דער אהב״י אויס גאנץ ענדליך צו ר׳ מאטעלע. פארקערט ר׳ מאטעלע ווי אים :)
איך קען נישט ארויפלייגן די בילד פון וואטסאפפ. עכ״פ כהאב נישט קיין אהנונג וויאזוי מ׳טוט עס. איך מוז האבן א online image address.

שיק מיר עס Dropbox ect

איך באנוץ מיך נישט מיט דראופבאקס. כגלייב איינער וועט עס ארויפלייגן אויף די אינטערנעט בקרוב וועל איך קענען גנבנן יענעמס אדרעס און עס אהער ברענגן. אפשר אייוועלט. כוועל זוכן אנליין מארגן.
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 10:44 am#424461
שבת אחים האט געשריבן:משא״כ וואס איך זאג איז בכלל נישט קיין גוזמא. סאיז נישט געוועהן נאך א רבי אדער א ראש ישיבה אויף דער וועלט זינט משה רבינו וואס איז געוועהן selfless ווי דער אהבת ישראל. .

איך האב דרך ארץ פאר אייך, אויב איר געדענקט יעדן איד פון ימי משה ביזן חורבן אייראפע, דארפט איר שוין זיין עטליכע טויזנט יאר!
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 11:36 am#424466
איסר האטלקי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:משא״כ וואס איך זאג איז בכלל נישט קיין גוזמא. סאיז נישט געוועהן נאך א רבי אדער א ראש ישיבה אויף דער וועלט זינט משה רבינו וואס איז געוועהן selfless ווי דער אהבת ישראל. .

איך האב דרך ארץ פאר אייך, אויב איר געדענקט יעדן איד פון ימי משה ביזן חורבן אייראפע, דארפט איר שוין זיין עטליכע טויזנט יאר!

אדער גאט ברוך הוא אליינס כביכול מצמצום בתוך קאווע שטיבל...
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 7:14 pm#424516
איסר האטלקי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:משא״כ וואס איך זאג איז בכלל נישט קיין גוזמא. סאיז נישט געוועהן נאך א רבי אדער א ראש ישיבה אויף דער וועלט זינט משה רבינו וואס איז געוועהן selfless ווי דער אהבת ישראל. .

איך האב דרך ארץ פאר אייך, אויב איר געדענקט יעדן איד פון ימי משה ביזן חורבן אייראפע, דארפט איר שוין זיין עטליכע טויזנט יאר!

איך האב נישט געקלעימט איך קען יעדע איד. איך האב אפען און גראב ארויסגעשריבן ״רבנים״ און ״ראשי ישיבות״. אויב ס׳וואלט געוועהן איינער וואס האט אזוי ליב געהאט אידן אפילו זיינע גרעסטע שונאים ווי דער אהבת ישראל וואלט עס געוועהן באוואוסט. מ׳וואלט געוואוסט דערוועגן. דאס געשעהט נישט יעדען טאג אז א מענטש זאל קישן אידן מיט טיפוס, מענטשען וואס ער האט ניטאמאל געקענט. ופשוט הוא.

אדרבה זאג ווער? איך ווארט מיט גרויס געדולט.

יעצט דארפסטו מעהר נישט האבן קיין דרך ארץ פאר מיר...
דינסטאג פעברואר 19, 2019 2:18 am#424764
Rare Long Halachic Response from Rabbi Yisrael of Vizhnitz, Author of Ahavas Yisrael
m https://genazym.bidspirit.com/#catalog~601~584~128781 m

Long halachic response signed by the Admor Rabbi Yisrael Hager of Vizhnitz in 1902.
The response seems to be addressed to a young Rabbi Shalom of Shotz, shortly prior to his appointment as rabbi of Shotz.
The question posed regarded a mikvah that had been drawn by a gentile without supervision from a Jew, whereby suspicion arose that the gentile may have drawn the water without leaving the requisite forty se'ah in the mikvah.
Before addressing the actual question, Rabbi Yisrael strongly positions, " that you must scold the attendant with the admonishment that from today he will not make light of this matter in a place where, heaven forbid, there is fear of kareis."

Rabbi Yisrael Hager of Vizhnitz (1860 - 1936) was the son of Rabbi Baruch of Vizhnitz, author of Imrei Baruch, and was raised in the auspices of his illustrious grandfather, Rabbi Menachem Mendel of Vizhnitz, author of Tzemach Tzaddik. In 1875, he moved to Dzikov to the home of his father-in-law, Rabbi Meir Horowitz, returning to Vizhnitz in 1878. He served as his grandfather's right-hand man until 1893, upon when he was appointed Admor at the young age of thirty-three. During his tenure as Admor, his following grew and his name spread for his great " ahavas Yisrael" love for his fellow Jews.

1 leaf | 23 x 29 | Double-sided | Reinforced fold marks

בילד
דינסטאג פעברואר 19, 2019 10:38 am#424767
Re: רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
אויב ער איז געווען גדול הדור, פארוואזשע איז עס א זעלטענע זאך? עס וואלט געמעגט זיין טויזענטער תשובות פון אים, א ק"ו פון דער ברעזאנער רב, וואס איז דאך א קטלא קניא כלפי איהם
דינסטאג פעברואר 19, 2019 11:02 am#424778
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויב ער איז געווען גדול הדור, פארוואזשע איז עסק א זעלטענע זאך? עס וואלט געמעגט זיין טויזענטער תשובות פון אים, א ק"ו פון דער ברעזאנער רב, וואס איז דאך א קטלא קניא כלפי איהם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כפארשטיי נישט וואס דו פרעגסט פונקטליך?

ר׳ שלום מאסקאוויטש פון שאץ האט אים געשיקט א בריוו מיט א שאלה וועגן א מקוה און ער האט צוריקגעשריבן א תשובה.

סקען זיין סאיז זעלטן ווייל ער איז געוועהן א ״חסידישע רבי״ און נישט קיין ״פוסק״ (כבין נאכנישט זיכער צי דו פארשטייסט דעם חילוק) הגם פאר ער איז געווארן רבי איז ער יא געוועהן א דיין און א רב אין בעדיוויליע.

סאיז יא געבליבן תשובות פון אים. ווער זאגט סאיז נישט געבליבן? קיין טויזנטער נישט אבער אסאך מעהר ווי רוב חסידישע רביס.

דו פארשטייסט בכלל נישט וואס האט געמיינט א אמאליגע רבי. און דער חילוק פונעם אהבת ישראל ביז למשל זיין ברודער דער אנטוניער. דער אהבת ישראל האט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן קיין הלכה תשובות ער האט געהאט טויזנטער אידן וואס האבן געקלאפט אויף זיין טיהר! ער איז געוועהן פארנומען העלפן אידן און דאווענען פאר זיי. ער איז געוועהן פארנומען מיט אגודה, מיט אויפשטעלן ״בית יעקב״ שולע׳ס פאר מיידלעך. מיט פארשפרייטן אידישקייט און חסידות. ער איז נישט געוועהן קיין הרב וואזנער. זיין ברודער דער אנטוניער רבי מיט זיין זוהן דער ווישעווער איז געוועהן פארנומען מעהר מיט הלכה שאלות.

קריכסט אויף די גראדע ווענט. ווייל דו פארגינסט נישט קיין חסידים.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 12:42 pm#424780
נאכנישטא א בילד דא?
דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:45 pm#424784
שבת אחים האט געשריבן:Rare Long Halachic Response from Rabbi Yisrael of Vizhnitz, Author of Ahavas Yisrael
https://genazym.bidspirit.com/#catalog~601~584~128781

.

בילד

דאכצעך מיר, די תשובה איז שוין געדרוקט אין ספר אהבת ישראל בתוך נאך תשובות
דינסטאג פעברואר 19, 2019 6:11 pm#424792
אינטרעסאנט פארוואס זאל די נאצישע צייטונג אריינלייגן א בילד פון א אידשער רבינער
דינסטאג פעברואר 19, 2019 6:15 pm#424793
בילד פון אהבת ישראל אין שטורמער
מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:43 am#425112
דאכצעכמער האט געשריבן:אינטרעסאנט פארוואס זאל די נאצישע צייטונג אריינלייגן א בילד פון א אידשער רבינער

ווייל ארום דער אהבת ישראל איז דא אפאר אידן וואס זענען געגעאנגען אנגעטוהן לויט די מאדע. מיט געשוירנע בערד און א שניפסל. זיי שרייבן דארט, איר זאלט נישט מיינען אז די אידן זענען עפעס בעסער. זיי גייען נאכאלץ צוריק צו די זעלבע אלטע ראבינער מיט די בארד און פיאות.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:50 am#425114
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:Rare Long Halachic Response from Rabbi Yisrael of Vizhnitz, Author of Ahavas Yisrael
https://genazym.bidspirit.com/#catalog~601~584~128781

.

בילד

דאכצעך מיר, די תשובה איז שוין געדרוקט אין ספר אהבת ישראל בתוך נאך תשובות

סאיז געדרוקט אין ספר ״קדוש ישראל״ (הרה״ח ר׳ נתן אלי ראטה ז״ל) נישט אין ״אהבת ישראל״.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:55 am#425116
שבת אחים האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:[b]Rare Long Halachic Response from Rabbi Yisrael of
דאכצעך מיר, די תשובה איז שוין געדרוקט אין ספר אהבת ישראל בתוך נאך תשובות

סאיז געדרוקט אין ספר ״קדוש ישראל״ (הרה״ח ר׳ נתן אלי ראטה ז״ל) נישט אין ״אהבת ישראל״.

אויך אין אהבת ישראל אליינס.

קען זיין ס'קודם געדרוקט געווארן אין קדוש ישראל און דערנאך האט מען עס צו געלייגט צו די 5 בענדער'דיגע אהבת ישראל
מאנטאג פעברואר 25, 2019 2:47 pm#425155
שבת אחים האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:אינטרעסאנט פארוואס זאל די נאצישע צייטונג אריינלייגן א בילד פון א אידשער רבינער

ווייל ארום דער אהבת ישראל איז דא אפאר אידן וואס זענען געגעאנגען אנגעטוהן לויט די מאדע. מיט געשוירנע בערד און א שניפסל. זיי שרייבן דארט, איר זאלט נישט מיינען אז די אידן זענען עפעס בעסער. זיי גייען נאכאלץ צוריק צו די זעלבע אלטע ראבינער מיט די בארד און פיאות.

איז לפי די מהלך פון צדיקים אז ווען די גוי זאגט עפעס איז עס א רמז מן השמים, וארום ווען די גויים שלאגן די אידן איז עס נאר מפני חטאינו, און מיר זענען שולדיג אז מיר זענען אין גלות, (נאר דאס אז די גוי שלאגט איז נישט קיין תירוץ פאר אים...) איז וואס זאגט דאס פאר אונז?
מאנטאג פעברואר 25, 2019 3:26 pm#425156
Buddy האט געשריבן:

כבין נישט זיכער וואס דו ווילסט דא זאגן. די דייטשען האבן נישט פיינט געהאט די אידן פאר די סיבה. נאר פאר קנאה (לכאורה). זיי האבן אבער גענוצט אלע ארגיומענטס אין זייער דיספאזיציע צו באשמיצן די אידן און צו פראפאגאנדירן זייער אגענדעס. זייער נערישע טענה איז קיינעם גארנישט מחייב.

בד״וו. שרייבסט לפי מהלך פון צדיקים? פון וועלכע צדיקים און וועלכע מהלך רעדסטו? אין די תורה שטייט ואהבת לרעך כמוך. די בעש״ט׳ס דרך איז געוועהן אז מ׳דארף ליב האבן א יעדע איד אפילו דער גרעסטער פויער. דאס איז געוועהן די מהלך פון צדיקים! און וואס פונקטליך דו רעדסט ווייס איך נישט...

זיי האבן דאך חוזק געמאכט פון אידן וואס זענען געבליבן מיט די טראדיציאנאלע אלטמאדישע טראגע און מיט די בארד און פיאות? אפשר דארף מען זיך רעכענען מיט דעם אויך? האסטו געהערט א מעשה?
מאנטאג פעברואר 25, 2019 4:40 pm#425160
דאכצעכמער האט געשריבן:בילד פון אהבת ישראל אין שטורמער

אה! די הייליגע שטורמער
מאנטאג פעברואר 25, 2019 7:02 pm#425167
קומענדיגן ט"ב ביי מדרש לערנען זעה ווי מאיז מאריך אויף א יעדע פיפסט פון די רשעים נבוזראדן טיטוס וכו'. ווי מדה כנגד מדה ועוד.

ויעויין שיוסף הצדיק ביקש שישכחהו השר כי בטח בו. וכן סוגיית המן פרעה ועוד, כולם פועל יוצא מחטאי היהודים.

ס'איז טאקע נישט אנגענומען ביינונז זוי צו קלערן, באט אין המדרשים יוצא מבית מדרשינו.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 7:35 pm#425171
פארוואס האט ער געהאט אזויפיל פויערן?
פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 3:40 am#463992
קוקי האט געשריבן:פארוואס האט ער געהאט אזויפיל פויערן?

כהאב קיינמאל פריער באמערקט די תגובה.

זייער פשוט

די קארפאטן בערג (מארמארוש) רומעניע/אוקריינא דארט ווי רוב וויזניצער חסידים האבן געוואוינט איז געוועהן א ״דריטע וועלט לאנד״.
וואס האט מען געקענט טוהן פאר פרנסה 150-100יאהר צוריק אויף הויכע בערג פאר עלעקטריק מאשינערי און טראקס???

די עקאנאמיע איז געוועהן זייער שוואך. רובא דרובא אידן ספעציעל די וואס האבן געוואוינט אין די קליינע שטעטלעך האבן ממש געהונגערט. און די גאווערמענט האט גארנישט געגעבן... (בערך דאס וואס מיטש מעקאנאל און טעד קרוז וואלטן געחלומט...)

סאיז נישט געוועהן קיין אידישע שולעס אין די קליינע שטעט. יעדער האט געדארפט דינגען פריוואטע מלמדים פאר זייערע קינדער. אבער רוב אידן האבן קוים געהאט אויף ברויט און פאר מלמדים האבן זיי זיכער נישט געהאט.

אויב נעמסטו קינדער פאר אפאר דורות און זיי באקומען נישט קיין שום עדיוקעישאן. און ביי די צוועלף זענען זיי שוין פארמערס קומט ארויס פון דעם- ״פויערן״...

וויזניץ האט אריינגעלאזט יעדען איד פונקט ווי די אמת׳ע “דרך החסידות”. ממילא איז געווארן א פארפלייצונג פון פויערן.
די אהבת ישראל איז געוועהן א אמתע מענטש און ער האט באמת ליב געהאט יעדען איד מיט זיין גאנצע הארץ, און ער האט קיינמאל קיינעם נישט דן געוועהן. אפילו ממש אפענע מחללי שבת. ער האט זיי נאר מקרב געוועהן און ארויסגעוויזן ליבשאפט אפילו ס׳האט אים נישט געברענגט קיין שום געלט און כבוד. און פארדעם טאקע האט אפילו אזא קנאי ווי דער מנחת אלעזר געזאגט “די אהבת ישראל איז פון די לעצטע אמתע תלמידי הבעש״ט” כאטש וואס ער איז געוועהן פייער קעגן די אגודה האט ער געזאגט אויף איינע פון די גרעסטע רבנים פון אגו״י אין זייער היסטאריע
אז “ער איז געוועהן די צדיק הדור וואס האט זיך געזארגט פאר גאנץ כלל ישראל”. און ווען מ׳האט אמאל געפרעגט היתכן די רבי רעדט אזוי שארף קעגן אגודה אבער רעדט דאך גרויס אויפן אהב״י. האט ער זיך אנגערופן “ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא”

פארשטייט זיך נישט יעדער שטאט אין מארמארוש איז געוועהן פונקט אזוי די מצב. אין די ווישעווע׳ס למשל איז געוועהן א גרויסע וויזניצער ישיבה און א באוואוסטער צענטער פאר תורה מיט אסאך תלמידי חכמים, געהויבנע חסידישע אידן- זייער ווייט פון פויערן.

וויזניץ אינדעהיים איז געוועהן זייער קאלירפול ס׳איז געוועהן סיי געהויבנע חסידים און סיי פויערן. דער שרייבער הערצל אפשאן פון סיגוט מארמארוש- מחסידי וויזניץ שרייבט אין זיין בוך “דעם וויזניצער רבין׳ס הויף”- 1939
אז הונדערטער אידן (פויערן) פלעגן קומען צופארן ימים טובים צום אהבת ישראל און זענען ניטאמאל אריינגעגעאנגען דאווענען אין שול. נאר געזיצן אין באר׳ס פון די שטאט גערייכערט און געטרינקן און גערעדט און פארציילט מעשיות פון די גרויסקייט פונעם “רעבאו” און די געהויבנע חסידים ווי הגה״צ ר׳ מרדכי חנא.
(ר׳ מאטעלע פלעגט טאקע זאגן אז מזאל נישט ליינען זיין בוך ווייל ער לייגט אראפ וויזניץ פון א פויערישע שטאנדפונקט...)

וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן מעהר ענדליך צו די היינטיגע חב״ד ווי צו די היינטיגע וויזניץ ווי יעדער גייט מיט די זעלבע רעקל און הוט אויף די רעכטע זייט. פונקט ווי אין חב״ד איז געוועהן געהויבענע חסידישע אידן ווי הרה״ג ר׳ יואל כהן און פון די אנדערע זייט איז געוועהן חבדסקר וואס האבן קוים געהאלטן שבת. אזוי איז אויך געוועהן אין וויזניץ.

מיינע זיידעס (די משפחה פון החסיד הנודע הרה״צ ר׳ מרדכי חנא זצ״ל) זענען נישט געוועהן קיין פויערן, און אויך נישט קיין ארימע לייט. אין ווילחאוויץ איז געוועהן אסאך געהויבנע וויזניצער חסידים און סאיז נישט געוועהן דארט קיין סאך פויערן. פארקערט.

קינדליין האט לעצטענס באשריבן ר׳ מרדכי חנא. און הערשל פרידמאן לייגט אים אראפ ווי עפעס א שנארער. זאל ער מיר מוחל זיין. ער האט קיין מינדעסטע אהנונג ווער ר׳ מרדכי חנא און זיין משפחה איז געוועהן.

ווער ס׳וויל וויסן די אמת זאל ליינען די בוך ״איזהו חסיד״ פון ש״ב ר׳ יהושע העשל קטינא-אלעד מחסידי וויזניץ.

סאיז פארהאנען היינט אסאך חשובע משפחות אינערהאלב דעם חרדישן ציבור וואס שטאמען פון וויזניצער חסידים פון מארמארוש און בוקעווינע. און איך רעדט נישט פון די באוואוסטע משפחות אין וויזניץ ווי שטיין (פאליטשאן) און שנעבאלג. נאר איינער האט אמאל געוואוסט אז די באוואוסטע יוראוויטש משפחה פון ירושלים מחסידי תולדות אהרן שטאמען ארגיניעל פון וויזניצער חסידים פון מארמארוש?
זיי קומען פון די שטאט קרעטשניף-מארמארוש. דארט האבן געוואוינט אסאך וויזניצער חסידים.

סאיז דא א גאנצע ליסטע פון געהויבנע וויזניצער חסידים פון מארמארוש, אינדערהיים. און איך האב שוין באשריבן דא אפאר פון זיי ווי למשל הגה״צ ר׳ משה דוד אסטרייכער- ממומקאטש, טשימפער רב זצ״ל.

איינער פון די געהויבנע ווישעווער תלמידים איז געוועהן די באוואוסטע ״דרייצענער רבי״ (מהאט אים גערופן אזוי ווייל ער האט געהאט דרייצן קינדער) הגה״צ ר׳ אשר יונה וויינבערגער מ׳טעמעשוואר און שפעטער אין וויליאמסבורג- מגדולי חסידי וויזניץ.
ער איז געוועהן פארעכענט דאהי פאר איינע פון די חשובסטע רבנים אין וויליאמסבורג נאכן קריג. (סאיז דא א באוואוסטע בריוו פון סאטמער רב זצ״ל צו ר׳ אשר יונה וואס ער שרייבט אויף אים גאר שיינע טיטלן, סאטמערער רב האט שטארק געהאלטן פון אים)

ר׳ אשר יונה האט זיך געקאכט אין וויזניץ זיין גאנץ לעבן. ער שרייבט אז מוצאי פסח (כגעדענק נישט וועלכע יאהר) איז ער אריין מיט א קוויטל צום אהבת ישראל. און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געשפירט אז ער מוז כאטש נאך איינמאל זעהן די “לעכטיגע צורה” פון זיין רבין. האט ער געבעטן דעם גבאי נאכאמאל אריינצוגיין. און ווי נאר ער איז אריינגעקומען האט זיך דער סב״ק אנגרופען צו אים “קינד לעבן, א זיס לעכטיג לעבן!” און דאס איז טאקע געוועהן דאס לעצטע מאל ער האט געהאט די זכי׳ צוזעהן זיין רבין. נאכן קריג איז ער געווארן א פייערדיגע חסיד פונעם אמרי חיים מ׳וויזניץ זצ״ל און זיינע קינדער און אייניקלעך זענען פון די באוואוסטע גרויסע משפחות אין וויזניץ היינטיגער טעג.
פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 2:52 pm#464001
Re: רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
אינטערסאנט פאר דיר צו וויסן
רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געזאגט פאר זיין פלימעניק רבינו הב"מ זצ"ל ביים ברית פון יבלח"ט אב"ד סאטמאר וומסב"ג ווי ער איז געווען סנדק און דער ישועת משה זצ"ל געזאגט די ברכות, אז וויזניץ איז היינט א סאך שענערע חסידות ווי אינדערהיים מיט חשובע יודן
ער האט נישט געמיינט חלילה מזלזל זיין אין די אמאליגע, נאר געזאגט א מציאות, אוו דיין הסבר איז זייער פארשטענדליך, והא ראי׳ אז היינט זענן זיי נישט אזוי

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 3:13 pm#464002
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אינטערסאנט פאר דיר צו וויסן
רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געזאגט פאר זיין פלימעניק רבינו הב"מ זצ"ל ביים ברית פון יבלח"ט אב"ד סאטמאר וומסב"ג ווי ער איז געווען סנדק און דער ישועת משה זצ"ל געזאגט די ברכות, אז וויזניץ איז היינט א סאך שענערע חסידות ווי אינדערהיים מיט חשובע יודן
ער האט נישט געמיינט חלילה מזלזל זיין אין די אמאליגע, נאר געזאגט א מציאות, אוו דיין הסבר איז זייער פארשטענדליך, והא ראי׳ אז היינט זענן זיי נישט אזוי

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אין א געוויסע זין איז דער סאטמארער רב גערעכט. ווייל יעדער אין וויזניץ נאכן קריג האט באקומען א אידישע חינוך. משא״כ אינדערהיים איז געוועהן אוממעגליך פאר די טויזנטער אידן אין די קליינע שטעטלעך צו באקומען א געהעריגע עדיוקעישאן.

אבער פון די אנדערע זייט. נישט דאס איז געוועהן די דרך הבעש״ט- אז יעדער זאל גייען אנגעטוהן מיט די זעלבע יוניפאורם און אז איינער שניידט די בארד און ווערט אביסל באפוצט ווערט ער אויטמאטיש אראפגעקוקט און אויסגעשפיגן.

די אמתע דרך החסידות איז געוועהן וויזניץ אינדעהיים ווי מהאט יעדען איינעם אריינגעלאזט און יעדען אנגענומען גלייך.
זונטאג דעצעמבער 13, 2020 2:37 pm#464027
ממש דאס געוואלט שרייבן