Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון

רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #691
מיטוואך מאי 23, 2012 9:54 am#14406
רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
דער 'אהבת ישראל' פון וויזניץ איז געוועהן איינע פון די גדולים וצדיקים צו וועם מ'האט זיך געוואנדען נאך א הסכמה אויף ספר הקדוש 'טל חיים'. הגה"צ ר' מנחם מענדל פריעדלאנדער זצ"ל א איידעם פון מרן ה'טל חיים' מליסקא זי"ע האט זיך אפגעגעבען מיטן דריקן דער ספר טל חיים על התורה. בשנת תרס"ט איז ארום געפארען אדער געשיקט בויגענס דורך די פאסט (כנהוג בימים ההם) צו גדולי ומאורי דורו אין בעטען פון זיי א הסכמה אויפן ספר.

אויך צום אהבת ישראל מוויזניץ האט ער נאך געשיקט א בויגען בצירוף א בריעוו ווי ער בעט דערין פאר א הסכמה. דער אהבת ישראל אויסער דעם גדר וואס ער האט געהאט אפגעמאכט נישט צו געבען קיין הסכמות, עכ"פ אין יעדע תקופה, האט ער פארמאגט א אחריות אז ער האט דעם 'טל חיים' נישט געקענט פרעזענטליך, ממילא ווייסט ער נישט איבער וועמען ער שרייבט דא, מה טובו ומהותו. בכלל איז טאקע אינטרעסאנט וואס איז א שטיקעל תמיה פארוואס האט מען דעמאלס טאקע געבעטן פין איהם א הסכמה, ווען די מוציאים לאור האבען כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט וויזניץ.

דער איינציגסטער סיבה פארוואס דער 'אהבת ישראל' האט יא געשריבען א הסכמה, שרייבט ער טאקע, בהסכמתו דאטירט "יום ד' ויגש תרס"ט וויזניצא", וזה לשונו: "אך שמעתי מא"ז אדמו"ר ה"ק זצללה"ה שאשרוהו למאוד לחמי' הגאון הקדוש מו"ה צבי הירש זצללה"ה אבד"ק ליסקא, בטוח אני שהתורה מחזרה על אכסניא שלה, ואהבת אבות לבנים אזכור".

וואס דער אהבת ישראל דערמאנט אין זיין הסכמה, גייט לכאורה צוריק אפאר יאר, ווען דער 'צמח צדיק' מוויזניץ זצ"ל איז געוועהן אויף א שבת אין 'דיוועליע' א שטעטל ווי עס האבן געוואינט אסאך וויזניץ חסידים, מרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא זי"ע וואס איז געוועהן אין דער געגענט, איז אהין געפארען, זייענדיק דארט האט ער מחליט געוועהן צו בלייבען אויף שבת, אין ער האט נאך געשיקט א בריעוו צו זיין איידעם מרן ה'טל חיים' אויך אהין צו קומען תיכף כדי מקבל פנים צו זיין דער 'צמח צדיק', בתוכן דבריו האט ער געשריבען: "כי לאו כל יומא אתרחיש להכיר צדיק נפלא כזה". (ועי' אבן שתי' דף צט)

עס איז כדי צו באמערקן אז ווען דער 'צמח צדיק' איז געוועהן און אונגארען ווי ער האט עוסק געוועהן אין קוקען די "קראנקע טרויבען", וואס האט זיך דעמאלס געהאט אויסגעשפרייט, אסאך אידן האבן דעמאלס פארלוירען פרנסה, ווייל די טרויבן אין ספעציעל די באקאנטע אונגארישע וויין האט מען נישט געקענט נוצען. דאס איז געוועהן ווען מרן ה'טל חיים' איז שוין געזעצן על כסא מלכותו בעיר ליסקא, אין דעמאלס איז אויס געקומען ווען 'צמח צדיק' האט עוסק געוועהן ברפואת הענבים. אין ער שוין אויך געקומען באזוכען בעיר ליסקא, (אור הישר והטוב דף שצט).
מיטוואך מאי 23, 2012 1:13 pm#14451
ווען ער איז אוועק פין ויזניץ צו גראסוואדיין???
מיטוואך מאי 23, 2012 1:15 pm#14453
לעמיל האט געשריבן:ווען ער איז אוועק פין ויזניץ צו גראסוואדיין???


לכאורה ביים ערשטן קריג
פרייטאג מאי 30, 2014 9:58 am#203547
אויפגעוועקט
צום יארצייט
פרייטאג מאי 30, 2014 3:09 pm#203655
דער אהבת ישראל זצ"ל אין א זעלטענע בילד
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 4:48 am#295738
דעס האב איך געטראפן אויף גאר א אינטערסאנטע וועבסייט ״קדם אוקשען האוז״ וואס פארקויפט אסאך אינטערסאנטע אלטע בריווען און חפצים.

בילד
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:02 am#295740
א אלטע געמאלנע בילד פונעם אהבת ישראל זצוק״ל איז געוועהן פאר סעיל אויף די וועבסייט
בילד

m http://www.kedem-auctions.com/content/p ... l-vizhnitz m
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:14 am#295742
גאר א שיינע בילד
בילד
דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:00 am#337346
נעכטן ב׳ סוין (אדער ווי ר׳ אהרן פון סאטמאר האלט א׳ סוין ;) ) איז געוועהן די יארצייט פון די וויזניצער רבי ר׳ ישראל בן ר׳ ברוך זצ״ל בעל אהבת ישראל, ווי אויך די יארצייט פונעם מונקאטשער רבין דער מנחת אלזער זצ״ל, שיין זעהן מיר אויס אז איך דארף אייך דערמאנען פון אזא געהויבנע טאג, הזאת נעמי?
ישראל כשיורדין :lol:
מאנטאג מערץ 06, 2017 7:27 am#364622
היות אין א אנדערע אשכול האט ליטוואק פון בודאפעסט גערעדט מיט לשון גנאי אויף איינע פון די גרעסטע צדיקים וואס האבן געלעבט אין די לעצטע הונדרעט יאהר, און דוקא אויף א איד וואס איז געוועהן די סימבאל פון א ״אוהב ורודף שלום״ און די סימבאל פון״ אהבת ישראל״ און נישט געטשעפעט קיין פלוג און איז אנטלויפן פון מחלוקות ווי פון פייער, גיי איך בלי נדר ברענגן יעדע שטיקל צייט א סיפור פון די גרויסקייט פון אט דעם איד און וואס פריערדיגע גדולים האבן געזאגט אויף אים.

דער תולדות אברהם יצחק רבי ר׳ שמואל יעקב קאהן שליט״א האט זיין טאטע געשיקט לערנען קיין וויזניץ צו ר׳ חיים מאירל ווייל תולדות אהרן האט נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין ישיבה, פארוואס עפעס שיקן פונקט קיין וויזניץ אויף בני ברק?

ווייל דער זיידע רבי אהרן ראטה זצ״ל (מייסד חבורת שומר אמונים), האט געזאגט אז ער איז צוריק געפארן קיין חוץ לארץ, ווייל אויב אזא צדיק ווי דער "אהבת ישראל" געפינט זיך נאך אויף דעם עולם, האט ער נישט געקענט בלייבן אין ארץ ישראל!

המשך יבא
מאנטאג מערץ 06, 2017 8:12 am#364623
Re: רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
היות אז שבת אחים אין אן אנדערע אשכול האט געוויזען דער reading comprehension פון א פליג, טאקע דער אומגעטשעפערטע, וויל איך דא אויסרעדען אז איך האב קיין ווארט נישט גערעדט אויף דער אהבת ישראל, וואס איך ווייס גארנישט וועגען איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 06, 2017 8:13 am#364624
הגה״ח ר׳ דוד שפרבר זצ״ל, אבד״ק בראשוב, בעמ״ס שו״ת ״אפרקסתא
דעניא״ הגדיר פעם את עיניו הקדושות של רבנו באמרו: ״אחת מפיקה אהבה
והשניה יראה״. פעמים רבות היה מפליא את ענותנותו של הס״ק. באחת משיחותיו
עם כ״ק אדמו״ר זצ״ל הביע את תמיהתו על שפלות הרוח של רבנו זי״ע,
באמרו: ״הרי הוא היה גדול ועצום ובכל זאת כל כך עניו ונחשב בעיניו כאלו
הוא כלום, כלום.״
הפטיר אחריו אדמו״ר זצ״ל: ״במקום גדלותו שם אתה מוצא ענותנותו״
מאנטאג מערץ 06, 2017 8:19 am#364625
הרה״ג ר׳ יהושע בוקסבוים זצ״ל אבד״ק גלנטה בהיותו במרחץ קרלסבד, העיר
פעם בשעה שתים בלילה את משמשו ושלחו לברר מה קול הבכיות ותפלה ערבה
שאזניו קולטות ממרחקים. הלז חזר וסיפר כי מצא את הרבי מויזניץ אומר תהלים
בין העצים מאחורי ביתו. הרה״ג התלבש והלך גם כן להאזין לפרקי נעים זמירות
ישראל.
בהזדמנות אחרת טייל שם הרה״ג הג״ל בשעות הבקר בצוותא חדא עם
הגאון ר׳ יוסף צבי דושינסקיא זצ״ל — גאב״ד דעיה״ק ירושלים — ושמע
מרחוק צלילים ערבים של פרקי תהלים, אשר אמרם הס"ק ברגש ובנעימות.
הרהרו שניהם בלבם, כי לומר תהלים בהשתפכות הנפש ובמתיקות כזו, מסוגל
רק מי שיש לו נצוץ נשמתו של דוד המלך ע״ה נעים זמירות ישראל. תוך כדי
לכתם הביע אחד מהם את סברתו זו, והנה הופתע שגם ידידו חשב כד, אי לכן
סוכם אצלם, כי בודאי אמת ונכון הדבר, על כן צץ בשרעפי שניהם אותו רעיון
באותו זמן.
כאמור, בשעת אמירת התהלים נכחו בדרד כלל מספר יהודים אורחים,
שרבים מהם באו אל רבנו להפקד בפקודת ישועה ורחמים. לפעמים ניגש אליהם
הס״ק ואמר למי מהם פסוק מסוים, בנעימה מיוחדת אשר נתנה לו את ההרגשה
והפיחה בו את הבטחון, כי אכן כבר נושע בתפלת הרבי הקדוש וברכתו.
מאנטאג מערץ 06, 2017 8:31 am#364626
הגאון הגדול ר׳ שלמה זלמן עהרנרייך זצ״ל, אבד״ק שימלוי, ביקר אצל
מרן זי״ע בצוותא חדא עם בניו והתפלפלו בתוספות מסוים. כעבור ימים מספר
התבטא הגאון בפני בניו: ״הוא באמת צדיק הדור״
מאנטאג מערץ 06, 2017 8:43 am#364628
הגה״צ בעל ״מנחת אלעזר״ זצ״ל ממונקאטש התבטא ואמר: ״העולם׳ סובר
שהרבי מוויזניץ הוא רבי גדול והרבי מאטניע הוא גאון גדול, ברם האמת היא
כי הרה״צ מוויזניץ נוסף לזה שהוא רבי גדול הוא גאון עצום״!.
מאנטאג מערץ 06, 2017 9:17 am#364631
Re: רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
ווער ברענגט טרויבען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 06, 2017 10:16 am#364632
Re: רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
שבת אחים,
וואס ברענגסטו מיר עדות'ן פון אונגארישע רבנים פון פארן קריג?
דער היינט-צייטיגער עדות פון א זעלבסט-דעקלערירטער אפיקורס פון סטעטען איילענד וועגט זײ אלע איבער!

דו ביסט די גרעסטע מופת פון דעם אהבת ישראל.

נצח 'ישראל' לא ישקר, דאס פייער וואס דער הייליגער רבי האט אנגעצונדן מער ווי הונדערט יאר צוריק, פלאקערט נאך און וועט זיך נישט אויסלעשן!

אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה!
מאנטאג מערץ 06, 2017 3:29 pm#364668
מפוזרי, ר׳ שלמה קרליבך פארציילט אז ער איז אמאל געוועהן אין טעקסעס אין א פארשטיפטע ווינקל, און ער איז געגעאנגען אין די שול פון די שטעטל און עס איז געוועהן ליידיג, אינמיטן זעהט ער א רעדנעק אריינקומען און ער לייגט תפילין און ער דאווענעט, נאכן דאווענען האט אים ר׳ שלמה באגריסט און געכאפט א שמועס מיט אים, זאגט יענער, איך בין געוועהן א קינד אינדערהיים פארן קריג, מיין משפחה זענען געוועהן וויזניצע חסידים, ביי שאלשידיס ווען די רבי, דער אהבת ישראל האט געזאגט תורה פלעגן די קינדער גייען אינטערן טיש זיך שפילן, איינמאל אינמיטן די תורה, האט זיך דער רבי צופלאקערט און ער האט געזאגט ״א איד אפילו ער האלט גארנישט קיין תורה ומצות, טאמער טוט ער איין קלייניקייט ווי מאכן א ברכה אדער לייגן אמאל תפילין קען אויפשאקלען די גאנצע פמליא של מעלה״, און דער איד פארציילט, איך בין געוועהן דעמאלטס אינטער די טיש, און דער אהבת ישראל האט מיך געגעבן א כאפ אן און געזאגט ״הערסט הערשלע נישט קיין חילוק ווי א איד איז און אין וועלכע מצב ער איז, דארף ער געדענקן אז אויב טוט ער נאר אפילו איין קלייניקייט פארן באשעפער קען ער איבערדרייען וועלטן״, זאגט דער איד פאר ר׳ שלמה נאכן קריג בין איך געווארן אויס פרום אבער די ווערטער פונעם אהבת ישראל איז מיר געבליבן איינגעקריצט לעולם ועד, און טאקע יעדע שטיקל צייט קום איך אין שול און איך לייג תפילין און דאווען פארן אייבערשטען.
זי״ע.
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:23 pm#364691
מען מעג אויך וויסן אז אמאליגע וויזניצע פראסטע האבן משום כבוד רבם און אייפער צו חסידות געהארגעט "בפועל" מענטשן
עס איז דא דערפון בספרי שו"ת
@שבת דיין מסביר זיין מיט א קאך וויזניץ, באשטעטיגט די אומגלויבליכע עבר וואס איז דארט ל"ע פארגעקומען
מאנטאג מערץ 06, 2017 11:30 pm#364721
איש את רעהו האט געשריבן:מען מעג אויך וויסן אז אמאליגע וויזניצע פראסטע האבן משום כבוד רבם און אייפער צו חסידות געהארגעט "בפועל" מענטשן
עס איז דא דערפון בספרי שו"ת
@שבת דיין מסביר זיין מיט א קאך וויזניץ, באשטעטיגט די אומגלויבליכע עבר וואס איז דארט ל"ע פארגעקומען


כהאב קיינמאל געהערט אז מ׳זאל הארגענען מענטשען, ברענג ביטע א מקור, וואס כהאב געהערט און געליינט אין הערצל אפשן׳ס בוך ״בית ישראל״ (וואס ר׳ מאטעלע לאט נישט זיינע חסידים ליינען, ווייל אפשאן כאטש ער איז געוועהן א פארברענטער וויזניצער איז געוועהן א פויער וואס האט געקענט שרייבן אז ראש השנה נאכמיטאג זענען וויזניצע חסידים געזיצן אין ווערצהייזער און גערעדט פונעם גרויסקייט פונעם רבין און פון ר׳ מרדכי חנא) אפשאן שרייבט סאיז געוועהן קליינע מחלוקות׳ן און אינצידענטען אין געוויסע שטעטלעך, ווי די ״לכה דודי-פראצעס״, ווי אין א געוויסע שטאטס-שול אין א רומענישע שטעטל ווי עס האבן געוואוינט וויזניצער, ספינקער און דאלינער חסידים און סאיז נאר געוועהן איין שול האט מען געהאט א אפמאך אז מ׳פלעגט זינגען 2 שבתים פון די חודש די וויזניצע נוסח (זיי זענען געוועהן רוב) און איין שבת די ספינקא, און איין שבת די דאלינע, והי היום אז די דאלינע חסידים האבן געהאט ארויסגעגעבן א נייע ניגון לכבוד א שמחה, און דער בעל תפילה איז געוועהן א דאלינער און ביי לכה דודי האט ער זיך דערוואגט צוזינגען דעם דאלינער נוסח על אף סאיז געוועהן די רייע צוזינגען די וויזניצע נוסח, האבן די מארמארישע פויערן זיך גענומען טיילען מכות רצח, אזש אז מ׳האט זיי אלע געפירט אין שפיטאל אריין, מ׳האט ארעסטירט די וויזניצע חסידים, און מ׳האט געמאכט א גאנצע פראצעס ווי די גוישע שטאטישע טאטעס האבן זיך געדארפט אריינמישן וועלכע ניגון צוזינגען ביי לכה דודי :lol: גאו פיגער... אלטע מארמערישע פאליטיק, בכל אופן ספרעגט נישט אפ די גרויסקייט פון די אהבת ישראל, גארנישט אויף די וועלט קען אפפרעגן א איד וואס האט מקרב געוועהן קראנקע שוואכע אידן און געהאלצט און געקישט אידן מיט טיפוס פאר סאיז געוועהן מעדיצענען דערפאר!, אזא רבי ווי דער אהבת ישראל האט מען געמאכט נאר איינמאל אין אפאר הונדרעט יאהר, אדרבה יעדער זאל אליינס זיך נאכפרעגן און מאכן זייער אייגענע ריסערוטש.
דינסטאג מערץ 07, 2017 4:32 am#364749
מרן זי״ע הזדמן פעם להיות במקום הבראה, ששם שהה גם הגה״צ ר׳ בן ציון
הלברשטאם זצ״ל מבאבוב, שלח הגה״צ את בניו לראות את פני הס״ק מוויזניץ, באמרו:
״אם רצונכם לראות יהודי שיש לו צלם אלקים, לכו לראות את הרבי מוויזניץ״.
כאשר ביקר רבנו בקראקא, צוה הגה״צ מבאבוב לכל חסידיו שגרו בעיר, ללכת
להקביל את פני הס״ק מוויזניץ וחרף תמיהתם על כך, (כי לא נהג להורות כזאת)
צייתו והלכו.
דינסטאג מערץ 07, 2017 12:03 pm#364766
שבת אחים האט געשריבן:אזא רבי ווי דער אהבת ישראל האט מען געמאכט נאר איינמאל אין אפאר הונדרעט יאהר, אדרבה יעדער זאל אליינס זיך נאכפרעגן און מאכן זייער אייגענע ריסערוטש.


נוציא מזה, אז זייט דאס התייסדות פון תנועת הבעש"ט איז נאך נישט געוועהן אזא רבי ווי רבי ישראל האגער מוויזניץ בעמח"ס אהבת ישראל...
דינסטאג מערץ 07, 2017 12:13 pm#364767
דולה ומשקה האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אזא רבי ווי דער אהבת ישראל האט מען געמאכט נאר איינמאל אין אפאר הונדרעט יאהר, אדרבה יעדער זאל אליינס זיך נאכפרעגן און מאכן זייער אייגענע ריסערוטש.


נוציא מזה, אז זייט דאס התייסדות פון תנועת הבעש"ט איז נאך נישט געוועהן אזא רבי ווי רבי ישראל האגער מוויזניץ בעמח"ס אהבת ישראל...


איה״נ! וויזניצע חסידים האבן טאקע געהאלטן אזוי, די באבע מעשה פלעגט מען פארציילן אין וויזניץ, אז דער בעש״ט האט געזאגט אז יעדע הונדרעט יאהר (צי אין יעדע דור) וועט געבוירן א א נייע בעל שם טוב וואס זיין נאמען וועט זיין ׳ישראל׳ וואס וועט באלייכטן די וועלט,

1)ר׳ ישראל בעש״ט
2)ר׳ ישראל מקאזניץ
3)ר׳ ישראל מרוזין
4)ר׳ ישראל מוויזניץ
5)ר׳ ישראל מוויזניץ שליט״א

:lol: אבער לייג די אלע באבע מעשיות אין די זייט, האלט איך אז דער אהבת ישראל איז טאקע געוועהן דער צווייטער בעש״ט.
דינסטאג מערץ 07, 2017 12:37 pm#364769
Re: רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
5) הרב ישראל בעלסקי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 07, 2017 1:05 pm#364770
איך הייס אויך ישראל
דינסטאג מערץ 07, 2017 1:43 pm#364775
בד״וו פאר די וואס ווייסן נישט ער האט געהייסן ישראל נאך זיין עלטער זיידע ר׳ ישראל מרוזין זצ״ל, ר׳ יואליש פון סאטמאר ביי איינע פון די באזוכן ביים אהבת ישראל האט ער אים געזאגט אז די רבי׳ס הייליגע נאמען י'שראל ב'ן צ'פורה איז ר"ת י'פרח ב'ימיו צ'דיק האט אים דער אהבת ישראל גענטפערט י'ואל ב'ן ח'נה ר"ת י'עלזו ח'סידים ב'כבוד.

געהערט פון ר׳ מאטעלע זז״ג (ר׳ מאטעלע איז פון די גרעסטע חסידים פון זיין זיידע דער אהבת ישראל כאטש ער איז אויך סאטמערער, פארציילט ער אייביג די הערצה וואס די צוויי צדיקים לשטיתו האבן געהאט איינער פארן צווייטן)
דער סאטמערער רב איז געקומען באזוכן אלץ יונגערמאן דעם אהבת ישראל אין א פרייטיג, און דער אהבת ישראל האט געהאלטן ביים לעצטען פסוק פון מעביר סדרה זיין, דער גבאי האט געמיינט אז דער רבי האט שוין גענדיגט מעביר סדרה זיין האט ער געזאגט פארן אהבת ישראל ״דער קראליער רב איז דא״ האט זיך דער אהבת ישראל אויפגעשטעלט און איז אים ארויסגעגאנגען מקביל פנים זיין, און ווען ער האט גענדיגט די באזוך האט ער נאכאמל אנגעהויבן מעביר סדרה זיין פון אנפאנג.

ווען ר׳ יואליש איז געוועהן ביי אים אויף א שבת האט ער אים מכבד געוועהן מיט בענטעשן ביי שלש סעודות, א זאך וואס ער האט קיינמאל נישט געטוהן, ( ער פלעגט מקפיד צוזיין בענטשען ביי של״ס), און דער אהבת ישראל האט שפעטער געזאגט אז ווען ר׳ יואליש האט געבענטשעט איז עס געוועהן ווי די לוים האבן געזינגען אין ביהמ״ק! (עפעס אזוי).
סאיז דא נאך אסאך מעשיות פון די שייכות פונים סבא קדישא צי מרן מסאטמאר הלא הם כתובים ב׳ ׳דער איד׳ ביי זייער ספעצילע אויסגאבע פון א אינטערוויו פון ר׳ מאטעלע מיט דער איד בנוגע זיין שייכות מיט סאטמארער רב, וואס דרך אגב ר׳ מאטעלע דערמאנט דארט פיל מאהל מעהר זיין זיידע ווי ר׳ יואליש כאטש די אינטערוויו האט געזאלט זיין א באשרייבונג אויף סאטמארער רב.
דינסטאג מערץ 07, 2017 7:11 pm#364801
עס איז געווען א רב הרב פיש זצ"ל מ'סאלקע ער איז געווען זייער נאנט צום אהבת ישראל
נאכן קריג האט ער באומען א נאנטקייט צו סאטמאר און ער איז פארבליבען מיט זיין משפחה אין סאטמאר
האט הרב פיש זצ"ל פארציילט אז ער האט אמאל אינטערגעהאלטן דעם אהבת ישראל אויפן וועג אהיים הושענא רבא
האט דער אהבת ישראל געזאגט אז ביי "אייך" אין סאטמאר איז מען נאך יעצט אסאך מאריך ביי אמירת הושענות די רב מ'סאלקע זצ"ל האט נישט פארשטאנען פארוואס דער אהבת ישראל זאגט אים ביי "אייך אין סאטמאר"
נאכן קריג האט ער פארשטאנען די ווערטער פון זיין רבי'ן
מיטוואך מערץ 08, 2017 3:03 am#364866
לכבוד חודש אדר...
א איד איז אריינגעקומען צום אהבת ישראל מיט א קוויטל, פרעגט אים די רבי ״ווי גייט מיט פרנסה״? זאגט דער איד כהאב טאקע געוואלט פרעגן דעם רבי׳ן פאר א עצה, לעצטענס האב איך געפענט א געשעפט, כ'האב אריינגעלייגט די שענסטע און די בעסטע סחורה מיט די בעסטע סערוויס, בעסטע פרייזן, מיינע קונדן זענען טאקע צופרידן פון מיין געשעפט, אבער פאר א געוויסע סיבה קוקט עס אויס ווי מיינע קונדן קומען נישט צוריק איינקויפן אינעם געשעפט מעהר ווי איינמאל אפילו זיי זענען צופרידן, זאגט דער רבי, אינטערסאנט ביי מיר איז פונקט פארקערט, א גאנצען טאג קומען מענטשען צו מיר נאך א ברכה, איך וואונטש זיי אהן אז זיי זאלן געהאלפן ווערן, און מיט דעם אלעם וואס איך טוה זיי אויספאפן און די ברכות ווערן נישט מקוים קומען זיי נאך אלץ צוריק... :lol:

פארשטייט זיך אז דער אהבת ישראל האט אים דערנאך געגעבן חיזוק, עצה, הדרכה, און א ווארימע ברכה, אבער די וועג וויאזוי ער האט גערעדט צו פשוטע אידן און זיך געוויצלט מיט זיי אויף זיין אייגענע חשבון, און געמאכט זיכער אז אלע מענטשען ארום און ארום פילן זיך אין א באקוועמע, היימישע, געשמאקע, ווארימע, בשמחה'דיגע, אטמאספארע, מיט געפיהל און הארץ. וויאזוי ער האט גערעדט צו א יעדע קליין קינד ווי ער וואלט געוועהן זיינס א יונגעט חבר מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט... סאיז לכאורה נישט געוועהן נאך א חסידישע רבי אזא גרויסע עניו ווי דער ״אהבת ישראל״, כאטש ער האט געהאט אסאך זאכן מיט וואס זיך גרויס צוהאלטן. חבל על דאבדין. אילו זכינו.
מיטוואך מערץ 08, 2017 3:17 pm#364929
מה הקשר בין יאיר לפיד לחסידות ויז'ניץ?

m https://www.youtube.com/watch?v=Omq4URuP18A m
מיטוואך מערץ 08, 2017 3:47 pm#364933
ר' שמעלקא סעלישער איז געווען א ויזניצער?
מיטוואך מערץ 08, 2017 6:36 pm#364952
ריכטיג האט געשריבן:ר' שמעלקא סעלישער איז געווען א ויזניצער?


ניין, מיין זיידע ר׳ שמעלקע סעלישער, איז געוועהן פון די גרעסטע אונגארישע גדולים בשעתו, ער איז נישט געוועהן קיין גענצליכע חסיד, מעהר א ראש ישיבה סטייל, איז געוועהן א נאנטע ידיד מיטן ערשטע וויזניצע רבי דער ׳צמח צדיק׳, זיין אייניקל (מיין קאזין) ר׳ שלמה זלמן קליין פון האלמין איז געוועהן א וויזניצער, ער איז געוועהן יאיר לפיד׳ס עלטער זיידע, לויט דעם קומט אויס אז מיין טאטע מיט יאיר לפיד זענען דריטע קאזינס, מיין טאטע איז דער זעקסטע דור פון ר׳ שמעלקע סעלישער זצ״ל, אפאר יאר צוריק בין איך געפארן מיט מיין טאטען צו זיין קבר אין שטאט סעליש, פאר די קריג פלעגט ביי זיין ציון זיין א אנלויפעניש פון אידן, דער ריבניצער רבי פלעגט יעדע יאהר קומען צו זיין פארן א לאנגע וועג פון 10 שעה אין די טאג פון יארצייט, ער אז געוועהן די ערשטע מנהיג וואס האט געשריבן קעגן די ציונים, ר׳ יואליש ווען ער איז געוואר געווארן פון די בריוו וואס די זיידע ר׳ שמעלקע סעלישער האט געשריבן וועגן די ציונים האט שוין געהאט גענדיגט שרייבן און דריקן זיין ספר און ער האט ערנסט געטראכט איבערצודריקן די ספר און אריינלייגן דעם בריוו פון ר׳ שמעלקע.
מאנטאג מאי 08, 2017 5:26 am#370223
פאר די אלע וואס וואונדערן זיך אויב דער אהבת ישראל האט געקענט לערנען, הגאון האדיר ר׳ יוסף שאול נאטנזאהן האט געגעבן הוראה פארן אהבת ישראל ווען ער איז נאר געוועהן פופצן יאהר אלט...!!!

ער האט אים פארהערט פאר א לאנגע צייט און דערנאך האט ער זיך אויפגעשטעלט אין אים געגעבן א קיש און אים געשריבן דעם הורמנא, סאיז דא לכאורה א קאפיע דערפון ערגעץ.

שפעטער אלץ אינגערמאן האט ער זיך פארהערט און באקומען סמיכה ביי הגאון ר׳ שלמה פאלאק זצ״ל בע״מ בית שלמה, דער סקאולער רב. ווי אויך ביי ר׳ יעקב וויידנפעלד מהירמלוב זצ״ל -די טאטע פון די טשובינער רב זצל
מאנטאג מאי 08, 2017 12:31 pm#370257
ATUB @בן אדם ATUB
גאר א חשובע ניק אין ק״ש האט מיר דעס געשיקט אין אישי היינט צופרי.
כ'האב נישט ליב צו פראפאגאנדירן ווועגען וויזניץ מפני גילוי, אבער אז די ווילסט קענסטו דאס ארויף לייגען.

דער אהבת ישראל האט אליינס משמש געווען ברבנות אין בעדעווליא און אין וויזניץ אלס יונגערמאן נאך פאר ער איז געווען רבי.

ער האט אלס בחור זיך פארהערט הוראה צוזאמען מיט'ן אנטעניער רבי ביים שואל ומשיב אן דעם וואס דער שואל ומשיב זאל וויסען אז זיי זענען בנש"ק'ליך.

אין ספר אהבת ישראל צום סוף פון איינע פון די בענדער איז געדריקט תשובות וואס ער האט געשריבן אלס רב.

בערך מיט צעהן יאר צירוק האט איינע די וויזניצע כוללים ארויס געגעבען א ספר אויף הלכות נדה דארט איז געדרוקט הגהות והערות פונ'ם אהבת ישראל אויף שו"ע.

חוץ פון דעם אלעס, איז ידוע אז דער אהבת ישראל איז געווען א מתמיד עצום בנגלה א זאך וואס איז געווען נראה לעיני כל, אין מ'דארף נישט קיין אמונה פאר דעם.
פרייטאג יוני 09, 2017 5:28 am#373944
אינטערסאנטע בילדער פון דער ׳סבא קדישא׳ פון וויזניץ הגה״ק מרן ר׳ ישראל האגער זצ״ל
וואס איז געוועהן באוויסט אלץ דער גרעסטער ״אוהב ישראל״ זייט משה רבינו
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 5:29 am#373945
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 5:30 am#373946
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 5:31 am#373947
בילד

מערקט אויף לינקס דער בעלזער רב זז״ג יונגערהייט ביי זיין זיידע ר׳ חיים מאירל פון וויזניץ, אינטער אים שטייט זיין דעמאלסטיגע גבאי ש״ב ר׳ משה טובי׳ גרינצווייג ז״ל- משב״ק ר׳ אהרן מבעלזא זצ״ל.

גאר לינקס איז די לעצטע סערט-ויזניץ רבי זצ״ל
פרייטאג יוני 09, 2017 5:47 am#373948
ר׳ חיים מאירל ביי די בר מצוה פון זיין אייניקל די היינטיגע רב פון מאונט סיני האספיטאל הרה״צ ר׳ אליעזר זאב האגער שליטא בן אדמור מוויזניץ-מאנסי שליט״א
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 5:51 am#373949
הרה״ק ר׳ שרגא פייבוש האגער זצ״ל מזאלישטיק, ברודער פונעם אהבת ישראל
דער היינטיגער קאסובער רביס זיידע- טאטע׳ס טאטע.
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 5:54 am#373950
הרה״ק ר׳ אליעזר האגער זצ״ל בעל ״דמשק אליעזר״ , דריטע זוהן פונעם אהבת ישראל.
נישט איבערגעלאזט קיין קינדער
ער ליגט אין ירושלים אויפן הר הזיתים
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 6:00 am#373951
דער אהבת ישראל מיט דער אמרי חיים מוויזניץ זצ״ל אויפן באן אין באגלייטונג פון דער באוויסטער משב״ק ומלחין לבית וויזניץ ר׳ ניסן יוסט ז״ל
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 6:07 am#373952
נאכגעמאלענט פון די באוויסטע עכטע בילד ווי דער אהבת ישראל שטרעקט אויס זיין האנט פון די באן צוגעבן שלום פאר א קינד, אויף וואס ר׳ מאטעלע האט אמאל קאמענטירט אז דער בילד אז די ״סימבאל פון אהבת ישראל״...
בילד
פרייטאג יוני 09, 2017 3:47 pm#374010
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנטע בילדער פון דער ׳סבא קדישא׳ פון וויזניץ הגה״ק מרן ר׳ ישראל האגער זצ״ל
וואס איז געוועהן באוויסט אלץ דער גרעסטער ״אוהב ישראל״ זייט משה רבינו


א מין אויסדריק דאס
מיטוואך מאי 16, 2018 5:34 am#402826
לכבוד די יארצייט וועט מען שרייבן לכה״פ א קלייניקייט.

הרה״ח ר׳ מרדכי חנא בערגער מלאנדאן ז״ל האט פארציילט אז זיין טאטע הרה״ג ר׳ אברהם בערגער ז״ל איז געוועהן א שוחט אין שטאט אויוואר. דארט אין שטאט איז געוועהן אסאך וויזניצער חסידים וואס זענען געוועהן ״פשוטע אידן״ (מארמארישע פויערן) וואס האבן נישט געקענט געהעריג שרייבן קיין קוויטלעך און אראפשרייבן אלע זייערע פארשידנע שאלות און בקשות צו זייער רבין דער ״אהבת ישראל״. פלעגן זיי קומען צום שוחט ר׳ אברהם בערגער אז ער זאל זיי שרייבן די קוויטלעך און בריווען צום סב״ק. אבער ער אליינס ר׳ אברהם איז קיינמאל נישט געפארן אדער געשיקט א קוויטל צום סב״ק ווייל ער איז געוועהן א חסיד פון די ״עצי חיים״ פון סיגעט זצ״ל.

די שווער פון הרה״ג ר׳ אברהם בערגער הגאון ר׳ בנימין אליעזר שפיצער ז״ל איז אויך געוועהן א שוחט אין אויוואר און בזוו״ש האט ער חתונה געהאט מיט מרת פייגא ע״ה די טאכטער פון הרה״צ ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל.

איינמאל ווען די אהבת ישראל איז געפארן קיין קארלסבאד איז הרה״צ ר׳ מרדכי חנא געפארן באזוכן זיין טאכטער אין אויוואר. היות ר׳ מרדכי חנא האט זיך ממש קיינמאל נישט אוועקגערירט פונעם אהבת ישראל האט אים דער הגאון ר׳ אברהם בערגער נישט געקענט. ווען ר׳ אברהם האט געזעהן דעם ערשטען מאל דעם צדיק ר׳ מרדכי חנא, און צוגעקוקט די עבודה פון ר׳ מרדכי חנא, וויאזוי ער דאווענט און לערנט מיט אזא ברען. איז ער מוראדיג נתפעל געווארן פון אים. און ער האט זיך אנגערופן אויב דאס איז שוין נאר די ״חסיד״ מוז איך פארן זעהן דעם רבין דער ״אהבת ישראל״.

און אזוי האט ער געטוהן און איז געפארן אויף א שבת קיין גרויסווארדיין צום אהבת ישראל. ווען ער איז אריין נעמען שלום פונעם אהבת ישראל. האט זיך דער סב״ק אנגערופן ״מיר קענען אייך, מיר קענען אייך״ ענטפערט ר׳ אברהם ״איך בין דאך קיינמאל נישט געוועהן דא״ זאגט אים דער סב״ק ״איר שרייבט דאך אונז כסדר בריווען״ (ער פלעגט שרייבן די קוויטלעך פאר די חסידי וויזניץ) ויהי לפלא, וויאזוי דער אהבת ישראל האט געוואוסט אז ער שרייבט עס.

הרה״ג ר׳ אברהם בערגער איז פארבליבן דבוק אינעם אהבת ישראל זיין גאנצער לעבן און ער פלעגט אלץ זאגן אז יענער שבת ווען ער האט געהערט דעם אהבת ישראל זאגן ״נשמת״ מיט אזא נעימות דעם שטיקל ״המנהג עולמו בחסד ובריותיו... ברחמים״... דאס האט מיך באגלייט אלע שווערע יאהרן אין די צווייטע וועלטס קריג און צוקענען ביישטיין אלע נסיונות ביי מלחמת עולם השניה
.

וועגן די עבודה וואס דער אהבת ישראל האט אריינגעלייגט ביי ״נשמת״ האט הרה״צ ר׳ מרדכי חנא געזאגט ״איך וואלט זייער געוואלט זעהן דער הייליגער צורה פונעם סב״ק ביי נשמת אבער היות ער שטייט דאך צו מזרח האט מען עס נישט געקענט זעהן. אבער איינמאל א יאהר ביים סדר נאכט קען מען יא זוכה זיין צוזעהן די פלאקערדיגע צורת קדשו בשעת ער זאגט נשמת. און זיין פנים איז געוועהן רויט ווי א פלאם פייער...

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מיטוואך מאי 16, 2018 12:26 pm#402850
,,מהרי"ץ מדושינסקי איך בין נישט קיין חסיד אויב עס איז דא א רבי איז ער אין ויזניץ
מיטוואך מאי 16, 2018 1:34 pm#402857
שבת אחים: דאס ערשטע בילד וואו דער אהבת ישראל איז אינמיטן. מיט נאך 2 אנדערע גדולי ישראל, איז ..."טרענס-פאוז'ד"...איבערגעדרייט. פון וואו ווייס איך...?! ווייל זיערע בעקישעס זענען געקנעפלט פון לינקס אויף רעכטס. און אונז ווייסן מיר אז ערליכע אידן האבן מקפיד געווען זיך צו קנעפלען רעכטס אויף לינקס...! ועוד. אויף אלע אנדערע פיקטשערס זעהט מען טאקע אז די צדיקים גייען געקנעפלט רעכטס אויף לינקס...!
דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:05 am#402928
Gimpel האט געשריבן:,,מהרי"ץ מדושינסקי איך בין נישט קיין חסיד אויב עס איז דא א רבי איז ער אין ויזניץ


הרב דשונסקי האט זייער שטארק געהאלטן פון די סב״ק און אסאך גערעדט פון אים ברבים ביי זיינע שיעורים. ספעציעל פלעגט ער שטארק באוואונדערן זיין עניות. ווי אויך איז דא א באוויסטע ״מכתב תנחומים״ וואס ער האט געשריבן פאר די אהב״י קינדער נאך די פטירה ווי ער שרייבט גאר גרויסע טיטלן אויף אים און באוויינט זיין פטירה, און ווי אויך אז ער פלעגט זייער הנאה האבן צו זיין במחיצתו פונעם סב״ק יעדע יאהר אין קארלסבאד, ווי ער האט געשעפט הויפענס פון חיזוק, תורה, ויר״ש. און יעצט האט ער דאס אלעס פארלוירן... ער האט א גאנץ לעבן געדערט מיט נאסטאלגיע פון יענע צייטן. זי״ע.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:41 am#402938
הוא למד ברבים חובת הלבבות כשדיבר מענוה אמר הכרתי שפל ברך אמיתי כהונתו על אהבת ישראל
דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:05 pm#402992
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ק ר׳ שרגא פייבוש האגער זצ״ל מזאלישטיק, ברודער פונעם אהבת ישראל
דער היינטיגער קאסובער רביס זיידע- טאטע׳ס טאטע.
בילד

שבת אחים: אזוי ווי דו ביסט דאך א ספעציאליסט (פון א חסיד רעד איך שוין נישט) פון די גאנצע וויזשניצער גזע. ווילל איך דיר אויפמערקזאם מאכן אז דער נאמען פון קאסוב'ער רבינ'ס טאטע'ס ערשטע שטעטל איז געווען ..."זאליש-טשיק"...נישט "זאלי-שטיק". אזוי ווי דו האסט געשריבן...ייש"כ...!

מדי דברי: ס'איז דא נאך עטליכע נעמען פון שטעטלעך וואס חסידות'ן טראגן, וועלכע זענען שווער ארויס צו זאגן. אן דער עולם פארדרייט עס. למשל ..."מאנאסטרישטש"... איז א טייל וואס זאגן עס ארויס...מאנאסטריטש... אדער מאניסטריטש...אדער מאניסטרישטש...! זאללן זיי זיין געזונט. ווי זיי זענען אויפגעקומען מיט די טאנג טוויסטערס...!
מיטוואך פעברואר 13, 2019 9:52 pm#424409
ערשטמאליגע אויפדעקונג אויסשליסליך צו "מאָמענט" דורך בארימטן האלאקאסט היסטאריקער הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער: אן אלטע 80-יעריגע קאפיע פון דער נאצישער "דער שטורמער" צייטונג, אנטפלעקט אן אומבאקאנט פרעכטיג בילד פונעם אהבת ישראל מוויזשניץ — ליינט אין היינטיגן נומער
806121453_238426.jpg

ATUB @שבת אחים ATUB