גראף האט געשריבן:זיי האבן ביידע נביאות געזאגט מיינעך די זעלבע צייט. געווען א חילוק וואו און פאר וועמען ווער עס האט נביאות געזאגט. האט ישעיהו הנביא געלעבט ביים חורבן? ווען איז ער אוועק? ווען האט געזאגט פאר די אידן דברי נחמה?
ישעיה האָט געלעבט אַ סך פאַר ירמיה'ן (בימי עוזיהו יותם אחז יחזקיה מלכי יהודה), חזקיה איז געוועזן זײן איידעם (און אַ שוועסטער־קינד פון זײן עלטער זיידן – אמוץ ואמציה אחים היו) און זײן אייניקל מנשה האָט עם דערהרגט. דער חורבן איז געוועזן אין דעם דור פון מנשה'ס אייניקלעך.
כאָטש אַז דוכט זיך דער אבן עזרא האַלט אַז אַ טייל פון ספר איז געשריבן אַ סך שפּעטער (נאָכן חורבן).