פארומס › קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

923 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:53 pm#235660
[ציטאט אראפגענומען]

קען איינער מיך ביטע מסביר זיין וואס גייט דא פאר?

ליינענגיד הגר"מ שטרנבוך'ס בריעף שרייבט ער אז די סיבה פארוואס די פסק איז "תמוה" און זיינע אויגען איז ווייל כלה"ק "וכן הסכימו לפשרה הקרוב לדין תורה", און למעשה איז עס געווען "דין" און מ'האט נישט געטוהן ווי עס שטייט און שו"ע באופן פון א פשרה צו מוותר זיין אויף א שליש וכו'.
אבער קוקענדיג און די שטרי ברורין וואס איז לעצטנס מפורסם געווארען, זעה איך קלאהר געשריבען, "בין אם יהא על פי דין תורה בין אם יהא על פי פשר הקרוב לדין". איז פון ווי האט הגר"מ גענומען אז ביידע האבען געוואלט פשר הקרוב לדין? צו זאגען אז ער האט סתם געגלייבט רא"ח, אהן צו זעהן די שטרי בירורין איז א חידוש. אפשר וועט מען זאגען מ'האט עם געוויזען א פאלטשע שטר? סיי ווי ס'איז נאר, איז לכאו' דער וואס זעט די שטרי בירורין פאלט אראפ די גאנצע "תמוה".

ביטע עקלערן.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:25 pm#235670
גאליציאנער

כל היכא דאיכא תריצתא מתרצינן וכל היכא דליכא לא, והכא במאי עסקינן בדליכא!
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:08 pm#235717
המתנה על מה שכתוב בתורה...
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:18 am#235866
רמ״ד, איז לכאורה דער ״איש השלום״ ווי ער האט געשריגן ״אני השלום״, צד רמ״ד, ״זוכט״ שלום.
ר׳ משה שרייבט א בריוו, אז מען זאל זעהן צו מאכן שלום. ווי רח״ק שרייבט נעמט עס נישט אוועק קיין כי הוא זה, פון אויספאלגען דער די״ת.

האב צו ענק, אנשי השלום א פראגע.
פארוואס האבן ענק באהאלטן דער בריוו, ביז׳ן לעצט׳ן מינוט?
פארוואס זענט איר נישט דער נעקסטן טאג ארום געלאפן צו די רבנים, און געפאכעט מיט׳ן בריוו.
האט איר זיך געוואנדן צו איין איינציגע רב, און פראבירט אויסצוהאמערן א ״שלום״?

ניין!
איר האט בכלל נישט געזוכט דער ״שלום״, וואס ר׳ משה און רח״ק האבן קלאר געמיינט.
איר האט געזוכט, דער אנדערע חלק. פסק תמוה, און נישט צו דארפן פאלגן.

אבער איר זוכט אוודאי שלום, ווי מען גייט היינט הערן.
וועמעןו נארט מען דא, איר קענט זיך אליינס נארן.
נישט מיר, און נישט דער וועלט...
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:24 am#235870
מארקוס

איך פארשטיי נישט. פארוואס דארף רמ"ד מאכן שלום מער ווי רב"צ דער זון פון דער איש שלום? רב"צ האט אנגעמאכט דאס גאנצע קריגעריי און שטינק, זאל ער אזוי גוט זיין תשובה טון, מאכן שלום און לאזן אידן לעבן.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:37 am#235875
אבי געשריבען.
ווער האט געעפנט א נייע קהלה, צו פייטן מיט באבוב?
ווער איז געלאפן אין קוירט 4 מאל?
ווער וויל נישט פאלגן דער פסק?
ווער שרייט ״אני השלום״, און האט נאך נישט איינגעטוען זיין פינגער אין קאלט וואסער צו טוען עפעס דערין?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:50 am#235882
מארקוס, די ביזט נישט דא צו פרעגען פראגעס, ווייל די ביזט נישט איטרעסירט אין קיין תירוץ נאר אין פירען מחלוקת. זעכציג תגיבות און אלע שקרים און מחלוקת.

געדענעק דיין ערשטע תגובה דא מיט דעם ניק "כ'וויל שרייבן אביסל וועגן די באבאווער דין תורה, מיט א רואיגן און איידלן טאן מצד באבוב. כ'זעה נישט פארוואס איז מוז מיך דא אויספויקן, מיט מיינע טאלאנטן וכדומה, מען זאגט אז כ'שרייב גוט".
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/218481">viewtopic.php?p=218481#p218481</a><!-- l -->

נישט, רואיג, נישט איידעל, נישט באבוב (אוודאי אויב מען איז נישט איידעל אין מען נישט באבוב, עס איז א תרתי דסתרי), נישט קיין טאלאנט, און שרייבסט בכלל נישט גוט נאר ווי א ווילדע צאפ".

ווער האט דיר די אלע זאכען איין גערעדט?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:55 am#235886
i realized this already a long time ago, just now you realized it? they not here to listen or to answer, just to fight and scream.

on each word from you, they will answer a 1000 with no sence and no common sense,.

i stopped answering them a long time ago, maybe their getting paid per mssg thats why .
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:57 am#235887
דאס איז נישט דער תירוץ אויף מיינע פראגעס!
און די פראגעס זענען געפרעגט געווארן מיט זעהר א רואיגן טאן.

לאמיר פרעגן נאכמאל, אפשר אביסעלע איידעלער, אולי וועסטו מיר קענען ענטפערען:

לאמיר שוין זאגן, נניח כדבריך, אז דו ביסט גערעכט און באבוב וויל נישט מאכן שלום מיט ענק.

רמ״ד, זאגט אז ער זוכט שלום.
ענק זענען געגאנגען ר משה שטערנבוך, און ער האט געשריבן אז מען דארף מאכן שלום.

וואס האבן ענק שוין געטוען פאר דעם שלום?
געשריגען אז די רבנים, זענען לוקחי שוחד!
טעראריזירט בארא פארק אז מען זאל נישט עסן פון דער הכשר!
געשריבען אין ענקערע ביכ״ל, אז באבובער רב, הג״ר חיים יענקל טויבער הג״ר ברוך אברהם הורוויץ, זענען שקרנים, זייפנים און ליגנער׳ס!
גערופען באבוב אין בג״ץ.
גענומען דער בריוו פון ר׳ משה שטערנבוך און עס באהאלטן, ביז׳ן לעצטע מינוט.

פרעג איך איידעלערהייט, זענען די דאזיגע שריט, געווען ״מעשי שלום״?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:58 am#235888
די אינהאלט פון די דרשה היינט נאכט וועט זיין אזוי: די בית דין און די רבנים זענען קאראפטירט אדורך און אדורך די גדולי ישראל האבען אלע אזוי געזאגט (בעל פה פארשטייט זיך.....). יעדע ווייסט די פשוט'ער הלכה למשה מסיני אז "חתנו כבנו" (עיין אין די גראבע 400 זייטיגע קונטרס וואס בית צדוקים האט ארויסגעגעבען לכבוד די מעמד אדיר ונשגב). אני שלום! אונז זיכען שלום און אונז ווילען זיך מפשיר זיין אזוי ווי ר' משה שטרנבוך שרייבט אז אפילו נאך א פסק מעג מען זיך מפשיר זיין, אונז אפעלירערן צו די צד הגעווינערס אז אונז ווילען זיך אראפזעצען און אויסארבעטען א פשרה וואס וועט ברענגען שלום.

טייערע געוועזענע באבוב'ער חסידים, איטס טא לעיט! יעצט איז צו שפעט זיך מפשיר צו זיין. מ'קען נישט שיקען ר' גרשון שפיגעל די 88 טאג צו פראבירען צו מאכען עפעס א פשרה. די שיף איז שוין אפגעפארן נאכ'ן פארלירען אזוי מיאוס מאכט מען נישט קיין פשרות!

שלום? דאס יא, אויב עטץ פאלגטס 101% אן קיין שום שטיקלעך קען מען רעדען וועגען א שלום. (באבוב'ער, הרג'טס מיר נישט פאר דער ליין) אבער קודם וועט מען מוזען אויספאלגען א פסק דין אויף וואס מען האט גע'חתמ'ט שטרי בירורין צוויי מאהל.

ווי נאר עטץ קומטס אהן צו די האטעל היינט אויב וועט עטץ קוקען לינקס וועט עטץ זעהן די ברוקלין בריק, אלץ א דערמאנונג אז לאטס ענק נישט פארקויפען די ברוקלין בריק היינט נאכט (די ריזיגע מעכטיגע ביהמ"ד אויף 49 סטריט וואס וועט לייגען בעלזא ירושלים צו שאנד גייט נישט ארויף אזוי שנעל ווי עטץ מיינטס וכו' די רבי'ס קינדער דארפען הייזער קודם!) און ווען מען קוקט רעכטס זעהט מען די קאורט הויז וואס וועט ענק דערמאנען טאמער וועט מען נישט אויספאלגען ביז די לעצטע סיעף קטן וועט מען זיך טרעפען אין קאורט בקרוב און דעמאלטס וועט עטץ פארלירען אפילו די פאר זכותים וואס די בית דין האט ענק יא געשאנקען (ווי די צו-נאמען די 6 מיליונערס און די דריקען די ספרים פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל) ווייל אין קאורט איז נישט שייך פשרות ביי זיי קוקט מען ווער איז גערעכט און ווער איז ראנג. און נאך ענקער ריזיגע ריסוירטש (געדויערט 90 טעג און נעכט) ווייסט עטץ זייער גוט ענקער קאורט אפציע איז זייער שוואך.

ביטע נישט עסן צופיל דורך'ן טאג ווייל מען ברויך האבען פלאץ פאר די לאקשאן און קאלעיד וואס מען וועט ענק היינט נאכט פיטערען. מען גייט ארויסוואקען מלא שמחה אויפגעהייטערט מיט א פנים משחקת און די מח וועט מען שוין דמיון'ן ווי די ריזיגע בנינים וואקסען ארויס איבער נאכט. ווי אלע שטיקלעך וועט גוט ארבעטען קעגן באבוב וכו' אבער געדענקטס ווי נאר ענק וואקען ארויס פון די האטעל גיבטס נאכאמאל א קוק רעכטס צו די ברוקלין בריק און לינקס צו די ברוקלין קאורט הויז.

און צום שלוס וויל איך מיך געזענגענען פון אלע געוועזענער באבוב'ער חסידים מיט א ברכה א ברכה וואס איז פאסיג פאר ענק אלע בלי שום יוצא מן הכלל. "יהי רצון שניהי' לראש ולא לזנב" ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער). לאמיר האפען אז מיט די נייע גרינדונג פון די פרישע חסידות וועט עטץ זיין פון די ראש און נישט די זנב.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:06 pm#235893
מאיר הערש
מארקוס
רמ״ד, איז לכאורה דער ״איש השלום״ ווי ער האט געשריגן ״אני השלום״, צד רמ״ד, ״זוכט״ שלום.
ר׳ משה שרייבט א בריוו, אז מען זאל זעהן צו מאכן שלום. ווי רח״ק שרייבט נעמט עס נישט אוועק קיין כי הוא זה, פון אויספאלגען דער די״ת.

האב צו ענק, אנשי השלום א פראגע.
פארוואס האבן ענק באהאלטן דער בריוו, ביז׳ן לעצט׳ן מינוט?
פארוואס זענט איר נישט דער נעקסטן טאג ארום געלאפן צו די רבנים, און געפאכעט מיט׳ן בריוו.
האט איר זיך געוואנדן צו איין איינציגע רב, און פראבירט אויסצוהאמערן א ״שלום״?

ניין!
איר האט בכלל נישט געזוכט דער ״שלום״, וואס ר׳ משה און רח״ק האבן קלאר געמיינט.
איר האט געזוכט, דער אנדערע חלק. פסק תמוה, און נישט צו דארפן פאלגן.

אבער איר זוכט אוודאי שלום, ווי מען גייט היינט הערן.
וועמעןו נארט מען דא, איר קענט זיך אליינס נארן.
נישט מיר, און נישט דער וועלט...

איך פארשטיי נישט. פארוואס דארף רמ"ד מאכן שלום מער ווי רב"צ דער זון פון דער איש שלום? רב"צ האט אנגעמאכט דאס גאנצע קריגעריי און שטינק, זאל ער אזוי גוט זיין תשובה טון, מאכן שלום און לאזן אידן לעבן.

דער תירוץ איז ווייל דער וועלט עקספעקט נאר מצד באבוב (דער ריכטיגע באבוב) שלום. [a rose by any other name is but a rose]

דער פראבלעם איז אבער אז דער צד וואס האלט זיך פאר דער איינציגע באבוב (אני ואפסי עוד - צושנייד דאס קינד וועל איך האבען איין העלפט און די דאס צווייטע; אבי אז די וועסט נישט הייסען באבוב) האלט נישט ביי קיין שלום. ענדערש זאל מען זאגען אז ביידע באבוב'ס זענען בעלי מחלוקת ווי איידער שלום, מען ציטערט פאר שלום; דאס איז דער פראבלעם און דאס איינציגסטע פראבלעם.

יעצט איז נאר דער שאלה וואס צו טוהן, און אויף דעם זיצען רעספאנסיבעל מענטשען (נישט קיין גאסען יונגען ווי די אנשי בליעל בעלי מחלוקת) און זענען דן בכובד ראש.

היינט נאכט מיטען אייבערשטעס הילף מיט סייעתא דשמיא וועט מען הערען דער דבר השם.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:09 pm#235894
זענען די פאלגענדע - מעשי השלום????

געשריגען אז די רבנים, זענען לוקחי שוחד!
טעראריזירט בארא פארק אז מען זאל נישט עסן פון דער הכשר!
געשריבען אין ענקערע ביכ״ל, אז באבובער רב, הג״ר חיים יענקל טויבער הג״ר ברוך אברהם הורוויץ, זענען שקרנים, זייפנים און ליגנער׳ס!
גערופען באבוב אין בג״ץ.
גענומען דער בריוו פון ר׳ משה שטערנבוך און עס באהאלטן, ביז׳ן לעצטע מינוט.

איך פרעג איידעלערהייט, זענען די דאזיגע שריט, געווען ״מעשי שלום״?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:12 pm#235895
מארקוס
אבי געשריבען.
ווער האט געעפנט א נייע קהלה, צו פייטן מיט באבוב?
ווער איז געלאפן אין קוירט 4 מאל?
ווער וויל נישט פאלגן דער פסק?
ווער שרייט ״אני השלום״, און האט נאך נישט איינגעטוען זיין פינגער אין קאלט וואסער צו טוען עפעס דערין?

ווער האט געעפנט א נייע קהלה, צו פייטן מיט באבוב? חסידי 45 האלטן אז רב"צ האט אוועקגעכאפט דער באבובער ביהמ"ד וואס אין אמת'ן געהערט 45.
דער פסק? דער פסק, ווי הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א (וואס י.י. מייזעלס מיט זיינע 8 חברה האבן אויך געוואלט אונטערשמירן מיט שווערע טויזנטער דאלער) האט געזאגט אז עס איז א חילול שם שמים בפרהסיא און איר אלע מיט'ן רבי'ן צוזאמען דארפן תשובה טון און די דיינים וואס האבן גענומען שוחד מוז'ן אויפהערן צו פסק'ענע'ן.
ווייל טאקע רמ"ד איז א שלום'דיגע איידעלע באבובער רבי, וועט ער זיכער נאכגעבן און צולייגן א נאמען צו באבוב, ווען אין אמת'ן זאל רב"צ וואס פארגינט נישט א צווייטן און ארט אים אז אנדערע האבן אויך, זאל זיך טוישן דער נאמען און מאכן שלום אזוי ווי זיין טאטע וואלט געוואלט.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:12 pm#235896
לאמיר דיר העלפן.

שרייען אז די רבנים, זענען לוקחי שוחד! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
טעראריזירט בארא פארק אז מען זאל נישט עסן פון דער הכשר! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
געשריבען אין ענקערע ביכ״ל, אז באבובער רב, הג״ר חיים יענקל טויבער הג״ר ברוך אברהם הורוויץ, זענען שקרנים, זייפנים און ליגנער׳ס! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גערופען באבוב אין בג״ץ. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גענומען דער בריוו פון ר׳ משה שטערנבוך און עס באהאלטן, ביז׳ן לעצטע מינוט. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״

און דאס איז אלעס געטוען געווארן, נאכם ״אני שלום״ דרשה.

כ׳קען מיך נישט ״פארשטעלן״ די קומענדיגע ״שלום״ שריט וואס עס ערווארט אונז.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:15 pm#235899
מאיר הערש

ווער האט געעפנט א נייע קהלה, צו פייטן מיט באבוב? חסידי 45 האלטן אז רב"צ האט אוועקגעכאפט דער באבובער ביהמ"ד וואס אין אמת'ן געהערט 45.
דער פסק? דער פסק, ווי הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א (וואס י.י. מייזעלס מיט זיינע 8 חברה האבן אויך געוואלט אונטערשמירן מיט שווערע טויזנטער דאלער) האט געזאגט אז עס איז א חילול שם שמים בפרהסיא און איר אלע מיט'ן רבי'ן צוזאמען דארפן תשובה טון און די דיינים וואס האבן גענומען שוחד מוז'ן אויפהערן צו פסק'ענע'ן.
ווייל טאקע רמ"ד איז א שלום'דיגע איידעלע באבובער רבי, וועט ער זיכער נאכגעבן און צולייגן א נאמען צו באבוב, ווען אין אמת'ן זאל רב"צ וואס פארגינט נישט א צווייטן און ארט אים אז אנדערע האבן אויך, זאל זיך טוישן דער נאמען און מאכן שלום אזוי ווי זיין טאטע וואלט געוואלט.

חסידי 45 האלטן? ווער זאגט אז ענק זענען גערעכט? באבוב, און ווי בי״ד האט גע׳פסק׳נט האט באבוב ״גארנישט״ געכאפט - ס׳קומט זיך עם.
נייעס, מען האט געוואלט שמירן ר׳ משה!

וועגן ענקערע מעשי ה״שלום״ האב איך שוין דערמאנט א תגובה ארויף.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:18 pm#235900
מארקוס
לאמיר דיר העלפן.

שרייען אז די רבנים, זענען לוקחי שוחד! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
טעראריזירט בארא פארק אז מען זאל נישט עסן פון דער הכשר! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
געשריבען אין ענקערע ביכ״ל, אז באבובער רב, הג״ר חיים יענקל טויבער הג״ר ברוך אברהם הורוויץ, זענען שקרנים, זייפנים און ליגנער׳ס! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גערופען באבוב אין בג״ץ. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גענומען דער בריוו פון ר׳ משה שטערנבוך און עס באהאלטן, ביז׳ן לעצטע מינוט. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״

און דאס איז אלעס געטוען געווארן, נאכם ״אני שלום״ דרשה.

כ׳קען מיך נישט ״פארשטעלן״ די קומענדיגע ״שלום״ שריט וואס עס ערווארט אונז.

קיינער שרייט נישט אז די רבנים זענען לוקחי שוחד. מען זאגט נאר די פאקטן וואס דו און אלע אנדער ווייסן גאנץ גוט. פרעג נאר הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א פארוואס ער האט אנגעשריגן און ארויסגעווארפן מייזעלס מיט זיינע 8 חברה וועסטו געוואויר ווערן וועלכער מין פסקי דין תורה דאס איז. א שאנד און חרפה און בושה!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:23 pm#235901
מארקוס
חסידי 45 האלטן? ווער זאגט אז ענק זענען גערעכט? באבוב, און ווי בי״ד האט גע׳פסק׳נט האט באבוב ״גארנישט״ געכאפט - ס׳קומט זיך עם.
נייעס, מען האט געוואלט שמירן ר׳ משה!

און ווער זאגט 48 איז גערעכט? וועגן דעם איז גוט עס זאל זיין צוויי באבובס און יעדער זאל גיין וואו זיין הארץ גלוסט.
וועגן שמירן ר' משה? דו מאכסט דיך נאר אז דו ווייסט נישט אדער דו ווילסט נישט וויסן דעם אמת? פרעג ר' משה שליט"א וועסטו אליין געוואויר ווערן און אויך פרעג אים פארוואס ער האט זיי ארויסגעווארפן.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:23 pm#235902
"מען זאגט נאר די פאקטן וואס דו און אלע אנדער ווייסן גאנץ גוט.״

אנטשולדיגט, אבער קיינער ווייסט נישט...
פארוואס האט זיי רח״ק נישט ארויסגעווארפן, נאר גאר צוגעשריבען אפאר שארפע שורות?
אדער אפשר האט רח״ק גאר אנגענומען די שוחד?

כ׳ווייס נישט ווי ענק שעמען זיך נישט?
יעדער איינער וואס שפילט נישט מיט ענק ״נעמט שוחד״
יעדער איינער וואס שפילט יא מיט ענק ״האט אונז ארויסגעווארפן״

די רבנים זענען געווארן אדער שוחד נעמערס, אדער מענטשן ווארפערס.
מאכסט חוזק פון דיר אליינס...
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:25 pm#235905
מאיר הערש

און ווער זאגט 48 איז גערעכט? וועגן דעם איז גוט עס זאל זיין צוויי באבובס און יעדער זאל גיין וואו זיין הארץ גלוסט.
וועגן שמירן ר' משה? דו מאכסט דיך נאר אז דו ווייסט נישט אדער דו ווילסט נישט וויסן דעם אמת? פרעג ר' משה שליט"א וועסטו אליין געוואויר ווערן און אויך פרעג אים פארוואס ער האט זיי ארויסגעווארפן.

בי״ד זאגט. די תורה זאגט.
דו מיינסט טאקע איך גיי רופן ר׳ משה?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:25 pm#235907
נתן מנחם
...ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער)...

דא האט איר עס אין א נאטשעל און פונעם הינטס מויל.

דאס איז דער סיבה פון דער מחלוקת, ווייל ביי נתן מנחם איז רבי נפתלטשע געווען א זנב (עפרא לפומיה) אין באבוב, וואס מען דארף פארגעסען און אויסמעקען פון באבוב, היה לא תהיה!

און מיינע גוטע פריינד אין באבוב וואס פאר דער אמת און פאר שלום זענען זיי געגאנגען אין גלות אן א דאך איבערען קאפ, זאג איך, בעסער צו הייסען זעקלטשין ווי צו זיצען מיט אזעליכע רשעים וואס שרייבען דא "מצד באבוב" און הייסען באבוב.

געדענקטס

a rose by any other name is but a rose

לא המקום מכבד את האדם אלא האדם מכבד את מקומו

טוב שמן משמן טוב - דאס גוטע נאמען וואס עטץ האט זיך ערווארבען אין צעהן יאר גלות ווי עטץ האט מקדש שם שמים געווען ווי עטץ זענט געווען, דאס איז דער עיקר, און דאס קען מען פון אייך נישט צונעמען.

איך בין נישט קיין באבובער אבער איך האב ענק ליב און וועגען דעם שרייב איך.

איך ווינטש ענק עלה והצלח - ביי מיר (און ביי אלע נארמאלע מענטשען פון דער וועלט) וועט עטץ אייביג זיין באבוב.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:27 pm#235910
מארקוס
"מען זאגט נאר די פאקטן וואס דו און אלע אנדער ווייסן גאנץ גוט.״

אנטשולדיגט, אבער קיינער ווייסט נישט...
פארוואס האט זיי רח״ק נישט ארויסגעווארפן, נאר גאר צוגעשריבען אפאר שארפע שורות?
אדער אפשר האט רח״ק גאר אנגענומען די שוחד?

כ׳ווייס נישט ווי ענק שעמען זיך נישט?
יעדער איינער וואס שפילט נישט מיט ענק ״נעמט שוחד״
יעדער איינער וואס שפילט יא מיט ענק ״האט אונז ארויסגעווארפן״

די רבנים זענען געווארן אדער שוחד נעמערס, אדער מענטשן ווארפערס.
מאכסט חוזק פון דיר אליינס...

נישט יעדן האט מען געשמירט אבער אז מען האט געוואלט שמירן ר' משה איז אמת ויציב.
אפשר האט עס נישט געהייסן "געשמירט" די דיינים - נאר זיי "גאר שיין" באצאלט ווי די מאפיא. א שאנד און חרפה און בושה.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:34 pm#235916
אוודאי, וואס נאך?
5 מינוט צוריק געבאקן, און יעצט איז שוין אמת ויציב...

please do continue
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:35 pm#235918
כנור

איך בין נישט קיין באבובער אבער איך האב ענק ליב און וועגען דעם שרייב איך.

ר׳ יוד האלט דיך איין, דערשרעק נישט דיינע פריינד.
מאן יימר אז דיין רבי געבט אויף דער נאמען היינט נאכט...
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:36 pm#235920
כנור
נתן מנחם
...ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער)...

דא האט איר עס אין א נאטשעל און פונעם הינטס מויל.

דאס איז דער סיבה פון דער מחלוקת, ווייל ביי נתן מנחם איז רבי נפתלטשע געווען א זנב (עפרא לפומיה) אין באבוב וואס מען דארף פארגעסען און אויסמעקען פון באבוב, היה לא תהיה!

דאס איז אמת אבער נישט נאר ביי נתן מנחם נאר אויך ביי אלע אנדערע רב"צ שוויצערס און פרעג נאר ראזענבערג וואס האט געזאגט אז דער מהרנ"ץ זצ"ל האט מען נאר אויפגענומען אלץ רבי ווייל ער איז פארט דער עלטערער ברודער און וואס וואלט דער וועלט געזאגט אויב מען וואלט אויפגענומען רב"צ דעמאלסט? און ער האט נאך געהאט די חוצפה צוצולייגן אז אויב מען וואלט דאן געמאכט א vote וואלט דער מהרנ"ץ נישט געהאט מער ווי 2%. פונקט פארקערט! רב"צ וואלט נישט געהאט מער 2%אדער אפילו ווייניגער. דער גאנצע פסק דין איז געווען באזירט אויף דער ליגן. דער פסק דין איז א שאנד און חרפה און בושה וואס איז נישט געהערט געווארן אין דער גאנצע וועלט.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:48 pm#235927
נתן מנחם
די אינהאלט פון די דרשה היינט נאכט וועט זיין אזוי: די בית דין און די רבנים זענען קאראפטירט אדורך און אדורך די גדולי ישראל האבען אלע אזוי געזאגט (בעל פה פארשטייט זיך.....). יעדע ווייסט די פשוט'ער הלכה למשה מסיני אז "חתנו כבנו" (עיין אין די גראבע 400 זייטיגע קונטרס וואס בית צדוקים האט ארויסגעגעבען לכבוד די מעמד אדיר ונשגב). אני שלום! אונז זיכען שלום און אונז ווילען זיך מפשיר זיין אזוי ווי ר' משה שטרנבוך שרייבט אז אפילו נאך א פסק מעג מען זיך מפשיר זיין, אונז אפעלירערן צו די צד הגעווינערס אז אונז ווילען זיך אראפזעצען און אויסארבעטען א פשרה וואס וועט ברענגען שלום.

טייערע געוועזענע באבוב'ער חסידים, איטס טא לעיט! יעצט איז צו שפעט זיך מפשיר צו זיין. מ'קען נישט שיקען ר' גרשון שפיגעל די 88 טאג צו פראבירען צו מאכען עפעס א פשרה. די שיף איז שוין אפגעפארן נאכ'ן פארלירען אזוי מיאוס מאכט מען נישט קיין פשרות!

שלום? דאס יא, אויב עטץ פאלגטס 101% אן קיין שום שטיקלעך קען מען רעדען וועגען א שלום. (באבוב'ער, הרג'טס מיר נישט פאר דער ליין) אבער קודם וועט מען מוזען אויספאלגען א פסק דין אויף וואס מען האט גע'חתמ'ט שטרי בירורין צוויי מאהל.

ווי נאר עטץ קומטס אהן צו די האטעל היינט אויב וועט עטץ קוקען לינקס וועט עטץ זעהן די ברוקלין בריק, אלץ א דערמאנונג אז לאטס ענק נישט פארקויפען די ברוקלין בריק היינט נאכט (די ריזיגע מעכטיגע ביהמ"ד אויף 49 סטריט וואס וועט לייגען בעלזא ירושלים צו שאנד גייט נישט ארויף אזוי שנעל ווי עטץ מיינטס וכו' די רבי'ס קינדער דארפען הייזער קודם!) און ווען מען קוקט רעכטס זעהט מען די קאורט הויז וואס וועט ענק דערמאנען טאמער וועט מען נישט אויספאלגען ביז די לעצטע סיעף קטן וועט מען זיך טרעפען אין קאורט בקרוב און דעמאלטס וועט עטץ פארלירען אפילו די פאר זכותים וואס די בית דין האט ענק יא געשאנקען (ווי די צו-נאמען די 6 מיליונערס און די דריקען די ספרים פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל) ווייל אין קאורט איז נישט שייך פשרות ביי זיי קוקט מען ווער איז גערעכט און ווער איז ראנג. און נאך ענקער ריזיגע ריסוירטש (געדויערט 90 טעג און נעכט) ווייסט עטץ זייער גוט ענקער קאורט אפציע איז זייער שוואך.

ביטע נישט עסן צופיל דורך'ן טאג ווייל מען ברויך האבען פלאץ פאר די לאקשאן און קאלעיד וואס מען וועט ענק היינט נאכט פיטערען. מען גייט ארויסוואקען מלא שמחה אויפגעהייטערט מיט א פנים משחקת און די מח וועט מען שוין דמיון'ן ווי די ריזיגע בנינים וואקסען ארויס איבער נאכט. ווי אלע שטיקלעך וועט גוט ארבעטען קעגן באבוב וכו' אבער געדענקטס ווי נאר ענק וואקען ארויס פון די האטעל גיבטס נאכאמאל א קוק רעכטס צו די ברוקלין בריק און לינקס צו די ברוקלין קאורט הויז.

און צום שלוס וויל איך מיך געזענגענען פון אלע געוועזענער באבוב'ער חסידים מיט א ברכה א ברכה וואס איז פאסיג פאר ענק אלע בלי שום יוצא מן הכלל. "יהי רצון שניהי' לראש ולא לזנב" ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער). לאמיר האפען אז מיט די נייע גרינדונג פון די פרישע חסידות וועט עטץ זיין פון די ראש און נישט די זנב.

איך וויל דא אראפברענגען עפעס וואס איך האב געשריבען 3 חדשים צוריק און איז ווידער גילטיג היינט נאכט לכבוד די מעמד האדיר והנשגב:

ווער איז שולדיג און ענקער פארלוסט?
.....נאר מיז מען זאגען אז די ביסט אליין שולדיג! די חמור גרם, וואס האסטו געגלייבט די אלע שקרים וכזבים וואס מ'האט אייך שטענדיג פאפירט: "אין 48 שעה נעמען אונז צוריק דאס ביהמ"ד!!!".... "בנות ציון איז קיין פראגע נישט דאס איז זיכער אונזער!!".... "מתיבתא קעמפ דאס איז דאך אונזער היים-ארט (יא יא, פרעדיג ארט) אונז זענמיר דאך דארט מוחזק!!"... "קעמפ גילה איז דאך יעקב פירער'ס פריווארט"... "אונז גייען באקומען 150 מיליאן"... שפעטער "50 מיליאן"... און נאך שפעטער "30 מיליאן"... נאך ביז פארגאנגענעם חודש "זיכער נישט אונטער 20 מיליאן"... הא! הא! ניטאמאל קיין קארגע 7 מיליאן!! [וויינגער ווי 5%...], און וויפיל מאל האבן ענק נעבעך געטאנצען "חסדי השם" און זיך געכאפט נאכדעם וואספארא פארלירערס עטס זענטס?... און ווי כתה א' קינדער האט עטס געגלייבט יעדע ווארט ווי בהמות דקות, מ'האט ענק געשטאפט ווי געשטאפטע גענז און עטס עסט נאך אלס אלע בעלאוני"ס, ווי לאנג נאך וועלן ענק זיך לאזן נער'ן און פארפירט ווערן פון ענקער וועג ווייזערס?!....

עס ווערט פארציילט בשם די אלטע וואוידיסלאוו'ע רב זצ"ל, אז ס'דא א באקאנט ווערטל, אז 'טאמער מען לייגט זיך מיט א קאץ שטייט מען אויף צוביסען'. האט די וואוידיסלאוו'ע רב צוגעלייגט מיט א זיסען קנייטש, אז 'טאמער שטייט מען אויף און מען איז נישט ציביסען, איז א סימן אז מ'שלאפט נאך', ודפח"ח. ווענד איך זיך צו די אלע חסידים פונ'ם 'צד א', עורו משנתיכם! שטייטס אויף פון ענקער טיפן און 'לאנגען' שלאף! קוקטס מיט וועמען עטץ שטייטס, ווער ס'איז ענקער ראשי הקהילה, כאפטס ענק וויפיהל זיי האבן ענק איינגערעדט, און וויפיהל ס'איז מקיום געווארן, איך רעד שוין נישט ווי מיאוס ענק האבן פארלוירן "על פי דין תורה" - וואס איז געוועהן ענקע פאן טראגער באלד אהנהייב ענקער רבי'סטיווע ואכמ"ל - נאר אפי' דעם בית המדרש וואס גייט צאמפאקען די וועלטס גרעסטע און שענסטע אשר כמהו לא היה... איז אויך נאך בדמיון, און עטץ האלט שוין ווייטער ביים זיכן א נייעם קעמפ, נאך 10 יאר וואנדערן, און די הרחבת גבולי הקודש און קיין קאנטראסט מיט וואס באבוב האט פיאנירט און פארלויף פון איר "ווידער-אויפבלי" וכו' וכו',

פרעגט זיך די שאלה: "ווילאנג נאך וועט עטץ גלייבען די שקרנים מיט זייערע טעאריעס?, ווילאנג נאך וועלן ענק פאלען און מאמין זיין און נערישע ראשי הקהילה?
ענק שטייען יעצט ביי א שוועל מיט א שווערע נסיון, 'ויקוב ההר את הדין', מ'האט ענק ביטער צוגעפאכעט, עטץ זענטס צופראסקען אינגאנצען, די בי"ד צדק האט ענק אריינגעריבן אינ'ם זיבעטען ריב אריין, אויסגעשפילטע בהמות זענען ענק פארבליבן, וואס האבן אמת'דיג געגלייבט די וואס האבן ענק איינגערעדט מיט כל ערליי מינע שטותים והבלים, שקרים וכזבים, וכו', און יעצט: וואס איז ריכטיג צו טוהן?, גיין אין ערכאות ח"ו?! מ'וועט ממילא דארט פארלירן קעגן די מאנסטערישע צד שכנגד וואס האט בלויז געהאט סייעתא דשמיא פון די ערשטע רגע ביז'ן היינטיגע טאג. און ווער רעדט נאך וואס די רבנים וועלן זאגען?!? און וואס די המון עם וועט זאגען?.... נאר וואס דען? זאגען אז די ב"ד צדק איז נישט עהרליך, לאמיר נישט פארגעסן ווער ס'איז די "תובע" - די ריפער'ס צו בי"ד?, און ווער ס'האט אויסדערוועלט די דיינים? און ווער האט מיט דריי יאר צוריק גע'חתמ'ט ווידער שטרי בירורין אז מען גייט פאלגן די פסק פון דעם "עהרליכן" בי"ד, (און אויף דעם אז א דיין געט אן השגחה אויף א זאל וואס דינגט ביי באבוב וואס איז א כלי שלישי..., האט ער באקומען א בפירוש'ן פסק-הלכה פון הרב שמחה ראטה, "ענקער טוען", אז ער מעג, ודי בזה).... אלא מאי מען וועט סתם 'נישט פאלגען' ווייל מ'איז נישט צופרידען, וואסארא פנים עט דאס האבן פאר די גאס? פאר דיר אליין? פאר דיינע קינדער? נישט פאלגען א בי"ד'ס פסק דין?!?!, וויאזוי פלאנט מען צו האבן סיעתא דשמיא אויב מען פאלגט נישט וואס אין די תורה שטייט?!?

נאר וואס דען? יא, די אמת טוט וויי, אבער מ'האט נישט קיין ברירה מען מוז מודה זיין אז ביז היינט האבן ענק זיך געלאזט נער'ן. דערמאנט אייך נאר די באקאנטע מעשה ביים הייליגען קדושת ציון זצוק"ל דער יוד וואס האט זיך אפגערעדט אז די פרנסה גייט אים נישט גוט און זיין קאנקארענט איז זעהר מצליח האט אים די הייליגע קדוש"צ געענטפערט "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין".. הערטס אויף צו זיין ביזי מיט אונז און פאקעסטס אויף אייער קהילה אז זי זאל בליען, די מוסדות זאלן וואקסען, דורך האבן אייגענע פרעכטיגער בנינים, וכו וכו', והעיקר גייטס ווייטער נעמטס אהן דעם פסק-"דין" וועט עטס ארויסגיין זיגערס. פארקערט וועלן ענק דאך ממילא פאלירן.

לערנטס ענק אביסעל פון אונז באבובער חסידים. אלעס פראבירט עטץ נאכצומאכען פראבירטס דאס אויך..... אונז פירען נאר אונזער חסידות עס גייט אונז נישט אהן כי הוא זה וואס עס טוט זיך ביי ענק. אונז האבן און קארגע 10 יאר אויפגעשטעלט פרישע בנינים אפילו אונז זענען געווען מוחזק אוןן אלע בנינים וואס זענען געשטאנען בימי רבינו המהרנ"ץ זצ"ל. א נייע קעמפ כרם שלמה, א נייע בנין בנות ציון, א משנת יונה, א נייע ת"ת אין מאנסי, א נייע ישיבה קטנה אין מאנסי, א נייע ביהמ"ד אין לעיקוואד, א נייע בנין פאר די ישיבה גדולה אין בני ברק, עס בויעט זיך יעצט א נייע ביהמ"ד אין מאנסי, מען ארבעט אויף די פלענער אויף א נייע ריזיגע בנין פאר די ת"ת אין בארא פארק, און א נייע בנין פאר די בנות ציון. א טיש שטוב אויף 48 סטריט. ועוד. און ענק פארמאגען ליידער נישט קיין איין בנין, זיצען מיט אנגעמארגעדשטע און אנגעחובות'טע רענטאל בנינים וואס יעדע יאר ווארפט מען ענק ארום ווי שרצים. מ'צאלט נישט אין צייט די מלמדים און איינגעשטעלטע די איינגעשטעלטע טוישן זיך עפטער ווי די וועש. די אומסטאבילקייט איז ביטער. פארוואס? "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין".. און פארקויפטס מיר נישט אז ענק האבען נישט קיין גבירים מיט געלט! ענק האבען גענוג און נאך עשירים. נאר אוודאי אז מ'נעמט געלט פון זיי אויף שטותים והבלים ווי גרויסע חתונות, פראפעגאנדע, בילדער ביכער, מעילינגס, הייזער פאר די בנש"קלעך, וואקאציעס וכו' מען ברענגט Nat Lewin פאר 50 אלפים צו פארלירען א קאורט קעיס וכו' וכו, וכו' האט מען נישט קיין געלט פאר קיין מוסדות און קיין איינגעשטעלטע און עס פארגייט די אפעטיט פון די גבירים צו געבן פאר אזעלכע נערישקייטען. און די מוסדות באקומען א שם אזוי ווי זיי האבן. "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין"..
געדענק ווען די וועסט זיצען ביים אסיפה היינט נאכט, אז אויב וועלן די פארשטייערס פון דיין קהילה טוהן ווי די פארשטייסט, און אהנעמען די פס"ד באהבה אהן קיין שטיקלעך, אשריכם ואשרי חלקם און אפשר וועט אמאהל ווערען שלום. אבער טאמער גייען זיי אייך איינרעדן מיט נייער טאקטיקען וויאזוי מען גייט "זיכער געווינען", געדענק! אז די ביסט שוין אויפגעשטאנען.... די האסט אנערקענט אין דיין טעות... חזר עס נישט איבער נאכאמאל.... ווייל עס טוט זייער וויי נאכאמאל יעדן מאל ווען מען פאלירט...[/quote]
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:00 pm#235933
דער דרשה של דופי איז פון די שרייבער פון די פאלגענדע שורות (זעה זיין מאטיוואציע).

נתן מנחם
...ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער)...

דא האט איר עס אין א נאטשעל און פונעם הינטס מויל.

דאס איז דער סיבה פון דער מחלוקת, ווייל ביי נתן מנחם איז רבי נפתלטשע געווען א זנב (עפרא לפומיה) אין באבוב, וואס מען דארף פארגעסען און אויסמעקען פון באבוב, היה לא תהיה!

און מיינע גוטע פריינד אין באבוב וואס פאר דער אמת און פאר שלום זענען זיי געגאנגען אין גלות אן א דאך איבערען קאפ, זאג איך, בעסער צו הייסען זעקלטשין ווי צו זיצען מיט אזעליכע רשעים וואס שרייבען דא "מצד באבוב" און הייסען באבוב.

געדענקטס

a rose by any other name is but a rose

לא המקום מכבד את האדם אלא האדם מכבד את מקומו

טוב שמן משמן טוב - דאס גוטע נאמען וואס עטץ האט זיך ערווארבען אין צעהן יאר גלות ווי עטץ האט מקדש שם שמים געווען ווי עטץ זענט געווען, דאס איז דער עיקר, און דאס קען מען פון אייך נישט צונעמען.

איך בין נישט קיין באבובער אבער איך האב ענק ליב און וועגען דעם שרייב איך.

איך ווינטש ענק עלה והצלח - ביי מיר (און ביי אלע נארמאלע מענטשען פון דער וועלט) וועט עטץ אייביג זיין באבוב.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:08 pm#235939
מארקוס
מאיר הערש

ווער האט געעפנט א נייע קהלה, צו פייטן מיט באבוב? חסידי 45 האלטן אז רב"צ האט אוועקגעכאפט דער באבובער ביהמ"ד וואס אין אמת'ן געהערט 45.
דער פסק? דער פסק, ווי הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א (וואס י.י. מייזעלס מיט זיינע 8 חברה האבן אויך געוואלט אונטערשמירן מיט שווערע טויזנטער דאלער) האט געזאגט אז עס איז א חילול שם שמים בפרהסיא און איר אלע מיט'ן רבי'ן צוזאמען דארפן תשובה טון און די דיינים וואס האבן גענומען שוחד מוז'ן אויפהערן צו פסק'ענע'ן.
ווייל טאקע רמ"ד איז א שלום'דיגע איידעלע באבובער רבי, וועט ער זיכער נאכגעבן און צולייגן א נאמען צו באבוב, ווען אין אמת'ן זאל רב"צ וואס פארגינט נישט א צווייטן און ארט אים אז אנדערע האבן אויך, זאל זיך טוישן דער נאמען און מאכן שלום אזוי ווי זיין טאטע וואלט געוואלט.

חסידי 45 האלטן? ווער זאגט אז ענק זענען גערעכט? באבוב, און ווי בי״ד האט גע׳פסק׳נט האט באבוב ״גארנישט״ געכאפט

ביסט אויפען קאפ געפאלען? די האסט א הוא אמינא אז ווען 45 איז ווען 'מוחזק' צו דער פסק וואלט אזוי אויסגעקוקט?
ווי אין פסק שטייט אז די מוחזקות פון 48 איז נישט געכאפט, בי''ד קוקט אויף די זאך לפי המוחזקות
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:16 pm#235946
די וועסט אים מוזען לערענען וואס מיינט מוחזקות ווייל חוץ פון חוזק ווייסט ער גארנישט.

אן עם הארץ דאורייתא וואס האט פיינט תלמידי חכמים און פיינט א ערליכע איד.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:39 pm#235960
פארוואס ווילען זיי יעצט שלום? מען קען עס מסביר זיין אזוי, די אמת איז וועגען איין סיבה ווייל חוץ פון פארלירען די בנינים, געלט און די נאמען האבען זיי פארלוירען א גאר וויכטיגע זאך וואס ביי זיי איז דאס די שדרה פון די חסידות וואס ריפט זיך "ליגיטימאציע" און דאס איז וואס באדערט זיי דאס מערסטע מער ווי די מיליאנער און די בנינים. והא ראי' קוק נאר אין די בריוו פון ר' שטערנבוך נאר די נאמען איז וואס באדערט זיי. ענק האבען פארלוירען מיליאנערס אין בנינים און ריעל עסטעיט. דאס גייט זיי נישט אהן, וועגען דעם רעדן זיי בכלל נישט. נאר די לעגיטימאציע איז וואס באדערט זיי און עסט זיי לעבערדיגעהייט.

דערפאר איז פאר זיי געבליבן נאר איין אפציע צו צוריקגעוואונען אביסעלע לעגיטימאציע, אויב דער 'עכטע' באבוב'ער רב וועט זיי אנערקענען און זיך אוועקזעצן ביים טיש מיט זיי. שלום וועט זיי געבן עפעס אויף וואס זיי האבן געשפענדעט מיליאנען דאללער אן ערפאלג - לעגיטימאציע.

זיי ליידען שוין פון דעם מחלה יארן לאנג זייט תשס"ה זיי האבען אויסגעגעבען די מערסטע געלט פון עני אנדערע חסידות אין די וועלט, אז איין זאך "אנערקענטס אונז אלס א חסידות און אלץ באבוב". למשל באבוב לאטא האט פארלוירען יעדעס יאר געלט אבער די מארקעטינג קאמפיין פון די נאמען באבוב איז געווען גוט גענוג אז זיי זאלען אנגיין. געשווענדערט צענדליגע טויזענטער דאללערס אויף פיקטשער ביכער אלץ אז גרונם פון קרית פאפא זאל מיינען אז זיי זענען די עכטע און ריכטיגע באבוב. נעכטען נאכט האט נאך זייער טוויטער אקאונט ארויסגעשיקט "צוגעגרייט 3000 זיצען אין האטעל". וועמען נער'ן זיי? (לעצטע וואך האבען זיי פארשפראכען 2000 בלאק וואוטס פאר הייקינד אנשים ונשים און אין איין וואך איז צוגעוואקסען צו 3000 און בלויז אנשים????) אלעס אז דער 90 יעריגע אידל פון די מושב זקינים זאל מיינען אז זיי זענען לעגיט! און דאס איז וואס עסט זיי אויף און פארדעם ווילען זיי די שלום!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:48 pm#235966
איר ווייסט גאנץ גוט אז די אזוי-גערופענע "דיינים" זענען גוט קאראפט און זייער פסק איז א שאנד און חרפה און בושה פאר דער גאנצע וועלט. טאמער ס'איז נישט אזוי, לאמיר זען איר זאלט איבערמאכן דער פסק דין מיט ערליכע דיינים, ווי הרה"ג משה שטרנבוך שליט"א און זיין גלייכן. אודאי וועט איר דאס נישט טון מיט טויזענטער תירוצים, מען קען נישט, עס פאסט נישט, ס'איז א סך געלט, וכו' וכו'. אבער דער אמת ווייסט איר גוט ווייל איר ווייסט אז איר וועט פארלירן אין גרויסן.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:20 pm#235981
נתן מנחם, "ר' שטערנבוך" איז ער ביי דיר?

ביי דיר איז ער גארנישט? נאר דיינע אינטערגעקויפטע רבנים זענען כשרע "דיינים"?

עפעס שטימט נישט דא; די גלייבסט אין דער תורה צו נישט?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:44 pm#235988
עס איז געווען א צדיק וואס פלעגט אנריפען יעדע איד וואס איז נאר אריינגעקומען צו איהם "צדיק" ביז עז איז איינמאהל אריינגעקומען א מן הארץ און געזאגט: רבי, אויב בין איך א צדיק און דער רבי איז דאך אויך א צדיק לאמיר זיך משדיך זיין. האט די רבי איהם געענטפערט יא יא איך וועל מיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי מיך און די זאלסט דיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי דיר.
@כנור זיך דיר א שרייבער דיינס גלייכען זאל זיך מתווכח זיין מיט דיר. איך שעהם מיך צו זיין אין זעלבען אשכול ווי דיר. זיי נישט באליידיגט אבער איך קען מיך נישט אזוי אראפלאזען.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:50 pm#236016

כ''ק מרן אדמו''ר מהר''ש זצ''ל פלעגט דערציילן דעם ענין בשם הרה''ק ר' וועלוועלע זשאברזשער זצוק''ל (בן הרה''ק ר' מיכל'ע זלאטשוב'ער זצוק''ל)
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:06 pm#236021
איז דא א נומבער ווי איך וועל קענען מיט האלטן מיט א לייוו האקאפ די דרשה היינט ביינאכט
אזוי אויך ווי קען מען מיט האלטן כסדרדיגע אפדעיטס בנוגע די פילוג אין באבוב?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:08 pm#236022
מאיר הערש
מארקוס
לאמיר דיר העלפן.

שרייען אז די רבנים, זענען לוקחי שוחד! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
טעראריזירט בארא פארק אז מען זאל נישט עסן פון דער הכשר! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
געשריבען אין ענקערע ביכ״ל, אז באבובער רב, הג״ר חיים יענקל טויבער הג״ר ברוך אברהם הורוויץ, זענען שקרנים, זייפנים און ליגנער׳ס! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גערופען באבוב אין בג״ץ. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גענומען דער בריוו פון ר׳ משה שטערנבוך און עס באהאלטן, ביז׳ן לעצטע מינוט. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״

און דאס איז אלעס געטוען געווארן, נאכם ״אני שלום״ דרשה.

כ׳קען מיך נישט ״פארשטעלן״ די קומענדיגע ״שלום״ שריט וואס עס ערווארט אונז.

קיינער שרייט נישט אז די רבנים זענען לוקחי שוחד. מען זאגט נאר די פאקטן וואס דו און אלע אנדער ווייסן גאנץ גוט. פרעג נאר הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א פארוואס ער האט אנגעשריגן און ארויסגעווארפן מייזעלס מיט זיינע 8 חברה וועסטו געוואויר ווערן וועלכער מין פסקי דין תורה דאס איז. א שאנד און חרפה און בושה!

טיפיקל 45 פראפאגאנדע, הערנדיג דעם נייעס האב איך געריפן קיין א''י צו די יודעי דבר, און די מעשה הייבט זיך נישט אן מבואו ועד צאתו, נאר וואס דען, ס'גייט אין איינקלאנג מיט די אלע אנדערע זאפטיגע נייעסלעך פון צד 45 די לעצטע 10 יאר, מ'גייט אלץ געווינען, אונדז האבן געווינען, 48 שעה אין מתיבתא, מיר באקומען בנות ציון בנין וכו' וכו', שוין צייט אויפצושטיין קינדערלעך!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:11 pm#236026
חסיד

זיי נישט קיין ליגנער (ביזט דאך שוין סייווי א ליגענער), רופט טאקע קיין א"י און איבערצייגטס איין אליין.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:13 pm#236027
[ציטאט אראפגענומען]

you hit the nail on the head
נאך דא בעלי שכל
👍
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:18 pm#236029
פלעין יודיש
איז דא א נומבער ווי איך וועל קענען מיט האלטן מיט א לייוו האקאפ די דרשה היינט ביינאכט
אזוי אויך ווי קען מען מיט האלטן כסדרדיגע אפדעיטס בנוגע די פילוג אין באבוב?

45 האט בעסערס וואס צו טוהן (א היסטארישע טאג גייט זיין היינט נאכט), און זיי וועלען נישט אפדעיטען.

קיין האק אפס איז אויך נישט דא, ווייל דא גייט דער באבובער רבי (דער וואס טראגט דעם פארדינטען נאמען) רעדען פערזענליך צו זיין חסידים, יא, איבער 1500 משפחות געשוואוירענע חסידים אויף דער וועלט, וואס יעדער רבי וואלט זיך געווינטשען אזעליכע חסידים.

פאר דער וואס וויל וויסען ביז נאך דער אסיפה וואס עס טוהט זיך, זאל ליינען 48 סטריט חסיד, און נתן מנחם'ס תגיבות (מוחזק שקרנים) און וויסען אז עס איז געשעהן פינקט פארקערט.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:21 pm#236031
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא, דער גאנצער פשעטל וואלט אפשר געהאט א פיסל צו שטיין אויף ווען ער קומט ארויס מיט דעם דריי חדשים צוריק, און וואלט ביי יעצט געהאלטן פערטיג מיטן פאלגן ווי דער פסק מאנט. משא''כ יעצט ווען מ'וועט אפשר אנהייבן האלבוועגס צו פאלגן מארגן, און די ספרי תורה האט מען נאך נישט צוריקגעגעבן (אויף דעם איז נישט געוועהן קיין 90 טעג) און מ'דריקט קונטריסים און ספרים און מלויפט צו רבנים פון תל אביב, חולון, טאראנטא, שווייץ און האלאנד דאן צדיק טייערע איז אביסל צו שפעט צו שרייען אני שלום, דער שפיל איז אפגעפרעגט ביי נארמאלע מענטשן.
פאר זיינע אייגענע וועט עס גוט ארבעטן, ווייל זיי זענען שוין עדיקטעד צו די קאלעיד 10 יאר, און עסן שוין אפעטיטליך די לאקשן מקדמת דנא, אבער ווען דער אני שלום קומט אהיים פלאצט ער אויס מיט א צינישן געלעכטער ''אוי מיינע אקסן, וואס כ'קען זיי אלץ נישט פארקויפן'' און קייקלט זיך מיט א שטורעמישן געלעכטער ביז שפעט ביי נאכט!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:24 pm#236032
ראו מה בין בני לבן חמי

קוק וואסערע חסידים 48 האט, און וואסארע חסידים 45 האט.

ער איז א באבובער, אזוי זאגט ער; און ווייסט ניטאמאל ווער רבי מרדכי דוד איז!

"צינישן געלעכטער"! ער מעסט צדיקים לויט זיינע השגות.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:17 pm#236044
נאכאמאל, איך וויל פארשטיין. אויב איין צד איז אריין א שטות אז ס'קומט זיך אים אלעס און "ער" און נאר "ער" מוז זיין דער איינציגער רבי פון אלע און יעדער איינער מוז אים נאכטאנצן, פארוואס מוז דער צווייטער זייט מאכן שלום? פארוואס מעג דער צווייטער זייט נישט האבן דער זעלבע רעכט איינצופאלן דער זעלבער זאך? קען איינער דאס געבן צו פארשטיין?

אויב דער ערשטער וואלט געווען א שטיקעלע פארגינער וואלט שוין לאנג געווען שלום. איטס אפ טו הים און קיין אנדערע.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:28 pm#236049

יא יא אבער ווען ביידע האלטן כולו שלי, און דער רב פסק'נט פלוני אתה חייב, און מ'פאלגט נישט נאר מ'שרייט קאזאק הנגזל, אני שלום, ברענגט דאס ארויף א געלעכטער אויף די לעפצן!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:08 pm#236067

נאכאמאל זאגסטו ליגן. רמ"ד האט קיינמאל נישט געזאגט כולו שלי. א גוט-הארציגער מענטש ווי רמ"ד ארט נישט אז ס'איז דא נאך א באבובער רבי אדער נאך 10 נאר פאר'ן אומפארגינער ארט עס. אודאי וועלן די "דיינים" (אויב דו ווילסט זיי רופן אזוי) פסק'ענען חייב פאר'ן באעוולטן וואס האבן זיי נישט משחד געווען מיט גראב געלט ווי די אנדערע.
יעצט קענט איר לאכן. איך וואלט געוואלט הערן אייער געלעכטער ווען איר וועט זיך טרעפן אין א"י מיט הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א. אה, איך הער פונקט, אז איר וועט דוקא זען זיך נישט צו טרעפן מיט אים אלץ מורא אז איר וועט באקומען דאס זעלבע ווי מייזעלס...
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:14 pm#236070
ביזט גערעכט מאיר הערש, ביי די אזוי גערופענע וואלען האט 45 אנגעזאגט דער עולם צו שטימען אז אויב 45 געווינט דער דין תורה זאל מען אויך געבען פאר 48.

דאס איז א פאקט וואס מען קען באשטעטיגען ביי אלע דיינים, אפילו די וואס ענטפערען נישט דער טעלעפאן.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:20 pm#236072
מאיר הערש
חסיד
מאיר הערש
נאכאמאל, איך וויל פארשטיין. אויב איין צד איז אריין א שטות אז ס'קומט זיך אים אלעס און "ער" און נאר "ער" מוז זיין דער איינציגער רבי פון אלע און יעדער איינער מוז אים נאכטאנצן, פארוואס מוז דער צווייטער זייט מאכן שלום? פארוואס מעג דער צווייטער זייט נישט האבן דער זעלבע רעכט איינצופאלן דער זעלבער זאך? קען איינער דאס געבן צו פארשטיין?

אויב דער ערשטער וואלט געווען א שטיקעלע פארגינער וואלט שוין לאנג געווען שלום. איטס אפ טו הים און קיין אנדערע.

יא יא אבער ווען ביידע האלטן כולו שלי, און דער רב פסק'נט פלוני אתה חייב, און מ'פאלגט נישט נאר מ'שרייט קאזאק הנגזל, אני שלום, ברענגט דאס ארויף א געלעכטער אויף די לעפצן!

נאכאמאל זאגסטו ליגן. רמ"ד האט קיינמאל נישט געזאגט כולו שלי. א גוט-הארציגער מענטש ווי רמ"ד ארט נישט אז ס'איז דא נאך א באבובער רבי אדער נאך 10 נאר פאר'ן אומפארגינער ארט עס. אודאי וועלן די "דיינים" (אויב דו ווילסט זיי רופן אזוי) פסק'ענען חייב פאר'ן באעוולטן וואס האבן זיי נישט משחד געווען מיט גראב געלט ווי די אנדערע.
יעצט קענט איר לאכן. איך וואלט געוואלט הערן אייער געלעכטער ווען איר וועט זיך טרעפן אין א"י מיט הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א. אה, איך הער פונקט, אז איר וועט דוקא זען זיך נישט צו טרעפן מיט אים אלץ מורא אז איר וועט באקומען דאס זעלבע ווי מייזעלס...

ככלב שב על קיאו מיט די מעשה פון הגה''צ אבד''ק קרית באבוב, ידידי היקר לא דובים ולא יער,
בדרך אגב וויל איך פארשטיין, מיר ארט נישט אז די רעדסט מיט א גראבקייט אויף הגרי''י שליט''א, אבער פיר און א האלב יאר האט עטס געשריגן איתו עמו כלומר אליו אז דער וואס רעדט אויפן איידעם קומט ד' מיתות בית דין, איז ממ''נ אויב טאר מען נישט רעדן אויף רבי'ס איידימער פארוואס איז הגה''צ ר' יעקב ישראל אנדערש,
אלא מאי, איתגלא קלונך ברבים אז דער כ''ק מהר''ש זצוק''ל האט מיט ענק א מכה בדופן!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:24 pm#236077
מיט דיר האט ער!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:27 pm#236079
כנור
מיט דיר האט ער!

יא קלאר! מכוח התענה פון רצון קדשו האבן מיר באקומען דעם פסק וועלכער דו קענסט נישט אראנשלינגן! עס רופט זיך PAYDAY מיין חבר! גיי צו די אסיפה עס די לאקשן און טרינק די קאלעיד און פריי דיך און לאך מיט מיטן עולם! איך פריי מיך מיט!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:46 pm#236124
Called for 7:45
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:55 pm#236126
מעידזשער נייעס!!! אויב 45 פאלגט נישט די פסק 100% געבט באבוב ארויס נעקסטע וואך 4 בענדער פון תורות פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ זצוק"ל!!!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:57 pm#236129
איך גיי עס נישט קויפן!! איך וויל שטארק זען זיינע תורות, איך וועל זיך איינהאלטן!