Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
598 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:36 pm#217886
BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
די נייעס קומט אריין אז נאך היינט ביינאכט קומט ארויס די פסק דין פון די באבוב'ע דין תורה!
נאך 9 יאר זיך רייסן און צורייבן מיט יעדעם, וועלן די 5 רבנים/דיינים אפעציעל פסק'ענען די דין תורה.

אומבאשטעטיגט אז צד מהרמ"ד דארף ביז 90 טעג אויפקומען מיט א צונאמען צו באבוב, וואס מוז ווערן צוגעלייגט צו אלע זייערע מודעות, און בנינים.

זיי וועלן באקומען 6.2 מיליאן דאללער (בערך 5 פראצענט פון מוסדות באבוב), וואס צד מהרב"ץ וועט דארפן צאלן מיט פעימענטס ביז 5 יאר.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:39 pm#217887
עד שבית דין יכופו אותם להחזיר את הביהמ"ד וכל המוסדות...
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:40 pm#217889
עס איז ממש א געפערליך
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:43 pm#217890
פסק דין!
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:44 pm#217891
פסק דין ח"ב
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:19 pm#217893
די קלאפ איז פילפאכיג גרעסער ווען צד מהרמ"ד איז דער וואס האט לכתחילה תובע געווען אלעס פון צד מהרב"ץ.

זיי באקומען 6.2 מיליאן דאללער, קוים 5% פון רכוש באבוב, און דאס אויך נאר אין געלט און נישט מיט בנינים, און אויך נאר מיט פעימענטס איבער 5 יאר, ד.מ. 310,000 יעדע 3 חדשים.

די רעכט זיך צו רופן באבוב בלעדי באלאנגט אויסדרוקלעך נאר פאר הרה"צ ר' בנציון אריה ליבוש האלבערשטאם שליט"א. (בי"ד גיט אים די רעכט צו צולייגן א נאמען אויב ער וויל ;) )

הרה"צ ר' מרדכי דוד אונגאר שליט"א און הרה"צ ר' יהושע רובין שליט"א מעגן זיך רופן באבוב, אבער נאר מיט א שם לווי (און נישט באביב אדער באבאוו)
יעדע מאל אדער וועג ווען מען רופט צד מהרמ"ד מוז עס זיין מיט א וועג אז מען זאל גלייך וויסען פון וועלכע צד מען רעדט.
זיי קענען צולייגן סיי וועלכע נאמען פון א שטאט וכדו' צו די נאמען באבוב, (אבער בי"ד שרייבט אז צד מהרמ"ד וויל בעסער צולייגן 45 ווי א צווייטע נאמען)
אויב זיי רופן זיך באבוב 45 (אזוי ווי ביז היינט) מוזען זיי שרייבן די זעלבע גרויס 45 ווי די ווארט באבוב. און אזוי אויך אן א הפסק צווישן באבוב מיט 45.
זיי מעגן זיך נאר רופן באבוב מיט א שם לווי, אויב זיי טוישען די נעמען פון אלע זייערע מוסודות/בנינים צו די נאמען וואס זיי טוישן, אזוי אויך דארפן זיי טוישן די UNIFORM פון די בית חינוך לבנות.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:22 pm#217894
א געזונטע קלאפ פאר צד מהרב"צ
כשצד ב' (מהרב"צ) מתייחסים לצד א' (מהרמ"ד) עליה לקרוא להם בשם באבוב-45, ולא לכנות אותם בשמות אחרים...
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:35 pm#217897
WOW איך קען עס נישט גלייבן, יקוב הדין את ההר
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:36 pm#217898
יין שרף האט געשריבן:א געזונטע קלאפ פאר צד מהרב"צ
כשצד ב' (מהרב"צ) מתייחסים לצד א' (מהרמ"ד) עליה לקרוא להם בשם באבוב-45, ולא לכנות אותם בשמות אחרים...

אויך מיר א קלאפ, דאס איז טייטש ביטער סוויט

למשל ווען סאטמאר גייט צו א ד"ת און בי"ד פסק'נט אז איינער מוז זיך רופן סיגעט-סאטמאר, וואלט פאר די אנדערע צד אנגעגאנגען זיי אזוי צו רופן? אבי דו ביסט נישט סאטמאר בלעדי
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:41 pm#217901
רמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:43 pm#217902
איך ליין און איך ליין און איך רייב מיך די אויגן, מבלי להאמין, איז דאס טאקע סופי?
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:44 pm#217903
קרעקער האט געשריבן:רמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד

וועם מיינסטו באנדיטן?
איך האלט אויך ווי דיר, הלואי ער קומט ארויס מיט אזא בריוו אז יעדער מוז אננעמען דעם פסק, ווייל בדרך הטבע קען ער סיי ווי גארנישט צוריקדרייען, ער וועט האבן א גרויסע זכות צו ווייזן פאר די וועלט אז אפילו אין תשע"ד פאלגט מען א בי"ד
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:56 pm#217908
נישט צו גלייבן די נייע פסק. א הילכיגע פראסק פאר רמ"ד מבאבוב 45, און א געוואלדיגע זיג פאר רב"צ מבאבוב 48. די נארישע 6 מיליאן דאלאר וואס רב"צ דארף געבן פאר רמ"ד איז קליין געלט, און דאכט זיך מיר אז רב"צ האט לכתחילה געאפערט אזויפיל געלט פאר רמ"ד אז ער זאל אפטרעטן.

נאך אזוי פיל יארן האף איך אז די בי"ד וועט נישט נאר ארויסגעבן צוויי צעטלעך מיט די פסק, נאר א אפיציעלע ביאור וואס איז מסביר די גאנצע פסק מיט אלע מקורות.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:58 pm#217910
זיידעטשקע האט געשריבן:נאך אזוי פיל יארן האף איך אז די בי"ד וועט נישט נאר ארויסגעבן צוויי צעטלעך מיט די פסק, נאר א אפיציעלע ביאור וואס איז מסביר די גאנצע פסק מיט אלע מקורות.

שוין ארויסגעקומען. עס הייסט הברי והשמא...
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:05 pm#217911
פאר איינעם א גמר דין, פאר׳ן אנדערן א גזר דין.

כ׳בין איבערראשט אז קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם פסק באציעט זיך מערסטענס בנוגע דעם נאמען, באבוב אראפ, באבוב ארויף, און גאנץ קנאפ איבער נכסים.

כ׳האב טאקע נישט מיטגעהאלטן די פרטים פונעם געפעכט איבער די יארן פון א ריין הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, אבער משום מה האט זיך מיר געדאכט אז ס׳האנדלט זיך מער איבער יסודות׳דיגע חושן משפט (ירושה, וכו׳) שאלות כדת וכדין.

מעגליך אז ס׳איז יא אזוי אבער עס פארנעמט דא נישט קיין לענג׳ס אדער ברייט׳ס אינעם פסק און דער כלליות׳דיגער נימוק איז אויך גענצליך פארנעפלט.

חוץ מטעם מוחזק און ״אוחז ביד״, בין כ׳שטארק נייגעריג צו וויסן אויף וואס דער פסק איז באזירט און וויאזוי צד 48 האט געווינען א געצליכער דין יורש.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:06 pm#217912
מאדנער קעפל פארן אשכול. מען האלט נאך בעפאר ר"ח אלול און באבוב האלט שוין ביים ברעיקינג, גמר הדין....
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:08 pm#217913
שרייבער האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:רמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד

וועם מיינסטו באנדיטן?
איך האלט אויך ווי דיר, הלואי ער קומט ארויס מיט אזא בריוו אז יעדער מוז אננעמען דעם פסק, ווייל בדרך הטבע קען ער סיי ווי גארנישט צוריקדרייען, ער וועט האבן א גרויסע זכות צו ווייזן פאר די וועלט אז אפילו אין תשע"ד פאלגט מען א בי"ד


נישט זיכער אז דאס איז 55 יעצט, ווייל צוליב עטליכע סיבות האט צד 45 נאך געוואלט פארלייגן נייע טענות און מ'האט זיי נישט אויסגעהערט, און עס איז קלאר פאר יעדן נייטראלער אז מ'האט דא געפסקענט זייער בלינד און איין זייטיג, ונחיה ונראה.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:15 pm#217915
3 יאר צוריק האט מען נאכאמאל גע'חתם'עט שטרי בירורין, אז מען גייט שרייבן די פסק דין, ווייל די אלע טענות איז שוין אויסגעדראשן געווארן!
און ביידע צדדים האבן גע'חתם'עט.

נאכן בויקאטירן בי"ד פאר צוויי יאר האבן זיי זיך "דערמאנט" נייע טענות וואס מען האט נאכנישט געזאגט, אבער מיר קענען עס נישט זאגען ווייל צוויי דיינים זענען משוחד און פסול...

דאס איז נישט א פיינעל פסק, אזוי ווי בי"ד שרייבט אליין.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:19 pm#217917
קינד_אן_קייט האט געשריבן:פאר איינעם א גמר דין, פאר׳ן אנדערן א גזר דין.

כ׳בין איבערראשט אז קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם פסק באציעט זיך מערסטענס בנוגע דעם נאמען, באבוב אראפ, באבוב ארויף, און גאנץ קנאפ איבער נכסים.

כ׳האב טאקע נישט מיטגעהאלטן די פרטים פונעם געפעכט איבער די יארן פון א ריין הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, אבער משום מה האט זיך מיר געדאכט אז ס׳האנדלט זיך מער איבער יסודות׳דיגע חושן משפט (ירושה, וכו׳) שאלות כדת וכדין.

מעגליך אז ס׳איז יא אזוי אבער עס פארנעמט דא נישט קיין לענג׳ס אדער ברייט׳ס אינעם פסק און דער כלליות׳דיגער נימוק איז אויך גענצליך פארנעפלט.

חוץ מטעם מוחזק און ״אוחז ביד״, בין כ׳שטארק נייגעריג צו וויסן אויף וואס דער פסק איז באזירט און וויאזוי צד 48 האט געווינען א געצליכער דין יורש.

די דין תורה האט מען געקענט דן זיין פאר ברכת התורה. עס האט גארנישט געהאט מיט הלכה. די פס"ד האט אויך נישט קיין איין ווארט תורה אויף זיך. עס איז באזירט אויף וואס וויל דער און וואס וויל דער. מען קען עס לייענען אין בית הכסא עס האט נישט קיין קדושה.
יא עס איז א פאטש. איך האף אז די רבי וועט נישט פייטן ווייטער און מען וועט אראפשלינגען די פראסק וואס אונז האבן היינט געכאפט.
עס איז יעצט די צייט וואס מיר מוזען זיך אהנהייבן צו היילן פון די שנאה און מחלוקת וואס דאס האט גורם געווען.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:21 pm#217919
Rm''d plans to call his Kehila by the new name
**Bobov Fu
Nobody will say the second word
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:23 pm#217921
בי"ד מאכט א לאנג'ס און א ברייט'ס איבער ווי אזוי באבוב 45 מעג זיך רופן "באבוב 45". האלט טאקע איינער אז זיי גייען דאס אנעמען? א נאמבער אין א נאמען פון א חסידות איז אסאך מער מאדנע ווי צולייגען א נאמען ווי "צאנז באבוב". "באבוב 45" קוקט אויס ווי עפעס א שטיבל אזוי ווי "בעלז 41"
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:24 pm#217923
יין שרף האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן:נאך אזוי פיל יארן האף איך אז די בי"ד וועט נישט נאר ארויסגעבן צוויי צעטלעך מיט די פסק, נאר א אפיציעלע ביאור וואס איז מסביר די גאנצע פסק מיט אלע מקורות.

שוין ארויסגעקומען. עס הייסט הברי והשמא...

אויב איז טאקע בי"ד מסכים צו אלעס וואס הרב גרויז האט געשריבן, זאלן זיי שרייבן אז זיי זענען סומך ידיהם אויף דעם ספר.
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:25 pm#217924
53 האט געשריבן:בי"ד מאכט א לאנג'ס און א ברייט'ס איבער ווי אזוי באבוב 45 מעג זיך רופן "באבוב 45". האלט טאקע איינער אז זיי גייען דאס אנעמען? א נאמבער אין א נאמען פון א חסידות איז אסאך מער מאדנע ווי צולייגען א נאמען ווי "צאנז באבוב". "באבוב 45" קוקט אויס ווי עפעס א שטיבל אזוי ווי "בעלז 41"
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:25 pm#217925
53 האט געשריבן:בי"ד מאכט א לאנג'ס און א ברייט'ס איבער ווי אזוי באבוב 45 מעג זיך רופן "באבוב 45". האלט טאקע איינער אז זיי גייען דאס אנעמען? א נאמבער אין א נאמען פון א חסידות איז אסאך מער מאדנע ווי צולייגען א נאמען ווי "צאנז באבוב". "באבוב 45" קוקט אויס ווי עפעס א שטיבל אזוי ווי "בעלז 41"

זיי שרייבן טאקע אז דאס האבן זיי נאר געשריבן ווייל זיי האבן פארשטאנען אז אונז ווילן אזוי. אבער אויב מען וויל צולייגן א נאמען פון א שטאט מעג מען . אבער דעמאלס מוז עס זיין פאר די נאמען באבוב. און עס האט אלע תנאים פון 45
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:27 pm#217927
WOW נישטא קיין ווערטער, ווער איז די פערטע דיין וואס זיין חתימה איז ליידיג, אזא פסק מיז זיין דעקאמענטירט מהיכן דנתוני, ווער ווייסט וויפיל האט די ד''ת געקאסט פאר רמ''ד אפשר מער ווי די גאנצע 6 מיליאן וואס זיי גייען באקומען אין פעימענטס.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 10:38 am#218080
ווי יין שרף שרייבט, אין וויזניץ ב''ב זענען ביידע געווארן ממלא מקום לעגעטים, דעריבער האט מען דארט צעטיילט 29ט די פראצענטן,
אין באבוב ווי עס קוקט אויס קענען נישט ביידע זיין מ''מ, ווי מיר זענען אז די עיקר ד''ת איז געווען איבער די זכות זיך צו רופן מיטן נאמען באבוב,
דעריבער גייט עס נישט מיט די טרוקענע פראצענטן.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 10:39 am#218081
ווייל אין וויזניץ עפטער אלל האט די ישועות משה געוואלט ביידע. (עכ"פ יעדע צד איז אמאל געווען בעקד ביים רבי׳ן) משא״כ דא טענצד מהרב"צ אז די רב ז"ל האט אים אויסדרוקלעך געוואלט.
אזוי טענה׳עט אויך זיין שוואגער רבי חיים יענקל טויבער שליט״א, דומ"ץ, און ער האט דאס קלארגעשטעלט ביי מהרב"ץ הכתרה אז ער ווייסט אויסדרוקלעך אז די רצון פון זיין שווער איז אז רבי בן ציון זאל זיין די רעכטע מנהיג אין באבוב. 
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 10:44 am#218083
איך זע אז נישט קאפקע און נישט יי''ש זענען באקאנט אין די השתלשלות הדין תורה אין וויזניץ, איז ממש ווי זיך טענה'ן כעוור באפילה

די חילוק איז איין זאך מען האט דארט געהאנדעלט בצדק וביושר ווי יעדער האט פארשטאנען אז מען קען נישט אויסשפילען קיינעם,
אלע צדדים האבען אהערגעשטעלט אז די אנדערע צד זענען אויך יומען בין'ס, און טראץ די סכסוך איז געווען אויף '''איין איינצעלנעם בנין אויף ראסס סטריט'' האט יעדער פארשטאנען אז די פראצענט וואס פעקלט זיך אפ דארף ווערן באפרידיגט,
וואס דאס איז די מעין זאך וואס איז בא'עוולט געווארן דא ביי דעם פסק געבנדיג סך ווייניגער רעכטן פאר א ציבור לאלפים, ווי א קליינער ציבור וואס האט סך הכל געדארפט ארויסגיין פון ''איין בנין''.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:26 pm#218107
איך בין טאקע נישט קיין באבוב׳ע ,אבער איך בין נוטה לצד מהרמ"ד,פשוט ווייל זיי האבען געבראכען א רעקארד און אונזער סיסטעם.
דהיינו זיי האבען זיך אפגעטיילט פון א סיסטעם,זיי האבען געפיפען אויף די באבוב׳ע שיינע יודען און געמאכט שבת פאר זיך.
דיע פסק איז אוודאי א גאר מיאוסע קלאפ פאר זייער שריט.
איך שטעל מיך פאר אז אשיינע פאר יודען דארטען וואס די חסידות איז זיי נוגע בנפשם (איקלאדונג דיע רבי,וואס האט גראדע א שטארקע כאראקטער). וועלען דארפען זעען א טערעפיסט,און וועלען דארפען זיך לערנען וויאזוי צו דיעלען מיט דעם.
בנוגע די די״ת איז א שאד צו רעדן,איעדער וואס האט שוין אמאל געווען אינוואלווד און א די״ת,ווייסט אז די דאזיגע דיינים און זייערע פסק דין,האט מיט די תורה קיין שום שייכות,סאיז א טעות מעיקרא צו ספענדין געלט אויף זיי.
איך מיין אז אפילו צד מהרב״ץ וועט אוכט מודה זיין אז נישט די תורה וואס די אויבערשטער האט אונז געגעבן מסיני ,האט זיי געגעבן א געוואונס.
און איך האף און איך בעט צום אויבערשטען אז מענטשען זאלען זיך עפענען די אויגען,און אפשטעלן דיע רויבעריי ביזנעס,דורך אויפהערן שטיצען דיע רויבערס.
(סאיז ליידער זייער שווער זיך ארויסצוזעען פון דעם פראבלעם,ליידער איז דין תורה היינט,דאס בעסטע מיטעל צו בארויבען מענטשען,און קארט מוזטו קענען אויפווייזען,און דין תורה היינט איז די בעסטע וועג וויאזוי צו פארדרייען און מונפאלירען פאקטען,די ברויכסט נאר האבן אפאר טאלער צו באצאלען די רויבער.)
עכ״פ ווען זיי פרעגן מיך. זאלען זיך אפווישען די נאז און טרייען זיך אליינס אויפצובויען ווייטער.
ווען די רבי פרעגט מיך זאל ער זיך אויפשטעלן דעם שבת און אויסרופען,ברידער טייערע מגיי מיר מער נישט קריגען,לאמיר זיך נעמען און די האנט אריין.
די רבי האט אסאך קאוואליפיקעשינס,און זיינע ערשטע יארען פלעגט ער זיך אסאך אפגעבען מיט זיינע חסידים,ער קען אויפבויען גאר א שיינע זאך.
ביי די ענד אויף די דעי,אויב ער העט זיין שטארק און פיהרען א שיינע חסידות,און זיך אפגעבען מיט זיינע מענטשען,וועט ער זיין די געווינער,דאס איז וואס מענטשען דארפען.
מהרב״ץ קען נישט און האט נישט זיינע טאלאנטען,און טאלאנטען קעמען נישט געוואונען און די״ת.
מיינע ווערטער צו מהרמ״ד וחסידיו נאך דעם ״סיום״ פון דעם אזויגערופענע די״ת,״חזק חזק ונתחזק״ שטארקטס ענק בויעטס ענק אויף און זיייטס ענקער אייגענע געווינערס.
מהרמ״ד ווייז דיין לידערשאפט און אזא מצב,סאיז אן opportunity of growth נוץ עס.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:31 pm#218110
איינער זאל אפשטעלן דעם רב"צ און אים פרעגן, פיין, האסט געוואנען די דין תורה. אבער קלערסטו נישט אז א שיינע פרעצענט פון אידן וואס זענען לאנגע יאהרן געוועהן אין באבוב טיילן זיך אפ פארלאנגט זיך פון באבוב צו קעירן פאר זיי? געב זיי א פראצענט פון די באבובע נכסים וופיל די פראצענט פון מענטשן זיי האבן
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:34 pm#218111
די חסידי מהרב''צ כאפן ניטאמאל אז מארגען קען מען נעמען א שיינע פראצענט פון זייער ציבור און מיט זיי מאכן דעם זעלבן שחיטה מונחת.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:06 pm#218117
איך האב יעצט באקימען א טעקס אז נאך א מיטינג ביי רמ"ד האט ער געבעטן אז מען זאל יא אנ-נעמען די פסק דין מחמת חילול השם. איז דאס קראנט??
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 3:07 pm#218129
איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א דיין שעמט זיך נישט אונטערצושרייבן אזא פסק. ניין, איך רעד נישט וועגן יושר. נאר פשוט דער תוכן הדברים. איך האב געמיינט אז דא פירט זיך עפעס א דין תורה אויף נכסים, אויף ירושה אין רבנות, אויף נכסי ציבור, דערווייל האבן די דיינים געגעבן אזא רוק אריין די נכסים און רביס'טעווע אין איין זאץ, כאילו דאס איז נאר בדרך אגב. און די איבריגע דריי פולע זייטן געווידמעט אויף די וויכטיגע שאלה צו רמ"ד מעג זיך רופן באביב אדער באבאוו, צו ער מעג זיך רופן באבוב צאנז אדער נאר צאנז באבוב, און ווי גרויס די בוכשטאבן פון 45 זאלן זיין, און ווי אזוי די אוניפארם זאל אויסזען. דאס האט מען דן געווען במשך די לעצטע ניין יאר? איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן. ס'איז מיר באמת א פלא ווי אזוי אן ערוואקסענער מענטש וועלכער האלט זיך גענוג געלונגען צו קענען פסק'ען מולטי מיליאן דאלער דין תורה'ס שעמט זיך נישט צו אונטערשרייבן אויף אזעלכע נארישקייטן.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 3:55 pm#218135
איך ליין יעצט אין "משפחה" מאגאזין אן ארטיקל וועגן עפעס א "באבוב'ער 29ער", שטעלט זיך ארויס אז דער פארשוין איז גאר 45. איז "משפחה" דער ערשטער פארלעצער פונעם פסק בי"ד? שומו שמים!
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:25 pm#218138
שיין
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:31 pm#218140
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:00 pm#218144
בקיצור, אלע יארן האט מען געלאכט פון די באבוב 48 חסידים ווען זיי האבן געזאגט "ס'איז נאר דא איין באבוב". יעצט שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען גערעכט!!
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:50 pm#218151
יין שרף האט געשריבן:וואס רבי מענדל שאפראן האט גענפערט ווייסטו אויך???

[ viewtopic.php?p=217601#p217601



ניין, ילמדנו רבינו. וואס האט ער געזאגט?
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:54 pm#218152
9 יאר צו שפעט!!!
פרעגסט מיך, יעדער קען דאך מיר דא, איך האב קיין פאראיבל קעגן קיין איינע פון די באבובער רבי'ס ס'אינגאנצן א ריב לו לא,
אבער פון א דרויסדינגע בליק, קוקט מיר אויס דער פסק גוט פאריקט, גוט גוט משוגע, צידרייט, קיין פירוש, קיין יושר, קיין אינטעלעגענץ,
נאך 9 יאר האלטן געשפאנט די וועלט, און אזא פיס אוו גארביטש???
קודם כל, וואו בכל מקצועות התורה זויגט מען ארויס די אלע סארט סעיפים,
איך וואלט ערווארטעט נאך אזוי ארומפירן דעם ציבור, זאל כאטש די עולם התורה רייכער ווערן מיט א קנאקעדיגע פסק הלכה וואס כלל ישראל וועט קענען ניצן לדורות הבאים עד ביאת משיח,
דערווייל איז אלעס געשריבן אויף א סגנון ווי די עשרת הדברות, אן קיין סברות, הסברים, מראה מקומות,
צווייטנס ווי קען מען הייסן איינער א גרויסע אנגעזעהנער אדמו"ר נאך 9 יאר צו פלוצלינג טוישן זיין נאמען,
און ער איז נאך מחויב צו מודיע פאר יעדן (ע"פ פסק הבי"ד): "איך בין נישט באבובער רבי נאר באבוב-45 רבי"
הזאת נורמאלי???
סיריעסלי!!
ועל כולם, איך קלער אז אין פראקטיק, איז שוין רמ"ד אפגעזיגלט אלס א באבובער רבי, אין להשיב,
נאך 9 יאר קען מען נישט צוריק דרייען קיין זייגער,
ווען דער פסק וואלט ארויסגעקומען אין די ערשטע יאר וואלט עס געהאט א השפעה,
א זאלי איז מיר אמאל מסביר מיט לאנגע הסברים פארוואס רביצין סאשע קען נישט זיין קיין סאטמאר רביצין, ווייל זי רעדט עברית וכדומה,
זאג איך קען זיין ביסט גערעכט אבער ליידער איז ער סאטמאר רביצין פאר איין סיבה, ווייל זי איז חתונה געהאט צום סאטמארע רבי,
די זעלבע לענינינו קיין שום פסק בי"ד גייט נישט טוישן חסידי רמ"ד צו פאפענע אונגארישע אידן,
די מציאות איז די אידן זענען באבובער תלמידים וחסידים, קיין טראפ אנדערש ווי אנשי 48,
איך האב אבער א פילינג אז אנשי רמ"ד זענען בטלניש אין זיי גייען זיך דא פארפאטשקען און זיך טוישן צו צאנז-באבוב,
לפענ"ד איז דאס זעלבסטמארד,
זיי זאלן למען השם דוקא לאזן צו באבוב-45, גארנישט עפעס אנדערש,
קודם כל מ'האט זיך זיי דאך ביז יעצט גערופן 45, פשוט להבדיל צו 48,
ממילא וועט כמעט זיך נישט אנזעהן אז דא עפעס געשעהן א טויש, אונז זעמיר נעכטן געווען 45 און מ'זעמיר ווייטער,
צווייטנס איז עס א נאמבער, איך זעה נישט וויזוי א נאמבער זאל זיך איינגעבן אלס דער איינציגער נאמען,
דריטנס היות עס איז א נומבער מיינט דאס אז "באבוב" איז די איינציגע ווארט וואס איז א נאמען פון א שטאט,
פערטנס, 45 איז מער א גאסן שפעט נאמען, אזוי ווי "זאלי" "ארויני", מיינט דאס אז אזוי לאנג די נומער "45" וועט לעבן, וועט בעל כרחך דער נומער "48" אויך נתעורר ווערן,
פיפטנס, ס'העט זיין זייער שווער פאר א פרעמדער רב אדער פערזענליכקייט זיך צו באציען צו רמ"ד מיט דעם נומער "45", דאס מיינט "באבוב" איז ער זיכער "45" אדער יא אדער נישט,
זעקסטן דער נומער "45" איז אויפאלענד אז לעולם ועד, כל רואיה יכירי וידעו אז דער 45 איז איז ווייל רב"צ וויל דער נאמען באבוב נאר פאר זיך,

בקיצור ס'איז שטארק יתכן לומר אז אין פראקטיש האט דער פסק גארנישט געטוישט, נאר איין זאך אז רמ"ד איז רייכער געווארן מיט 7 מיליאן דאלאר, גארנישט מער

כן נלפע"ד נכון
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:59 pm#218155
@גאלד
איך טענה שוין יארן אז מען דארף ארײן ברענגן אפאר אונגערישע באטשיס און זײ אויסמישן מיט
די גאליציאנער. נאר אזוי העט אפשר בעסער װערן. :lol:
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 6:07 pm#218158
53 האט געשריבן:איינער זאל אפשטעלן דעם רב"צ און אים פרעגן, פיין, האסט געוואנען די דין תורה. אבער קלערסטו נישט אז א שיינע פרעצענט פון אידן וואס זענען לאנגע יאהרן געוועהן אין באבוב טיילן זיך אפ פארלאנגט זיך פון באבוב צו קעירן פאר זיי? געב זיי א פראצענט פון די באבובע נכסים וופיל די פראצענט פון מענטשן זיי האבן


זייער מעגליך אז ער פלאנט דערפון. קודם האט ער אבער געוואלט קלארשטעלן אז ער איז די 55ע ממלא מקום און אלעס קומט זיך פאר אים, נאכדעם וועט ער זעהן וואס מ'קען פארהאנדלן למען השלום.

איך האלט אז ס'וועט אים געבן א גאר שיינע אימעזש אויף די גאס אויב גיט ער א חתיכה הראויה להתכבד פאר צד מהרמ"ד.

אגב, וואס זענען די טשענסעס אז ביי רמ"ד וועט מען דעם שבת זינגן "ואפילו בהסתרה"?
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 7:45 pm#218165
/
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 7:31 pm#218166
אין די לעצטע עטליכע שעות האט די בית דין צוגעלייגט נאך עטליכע סעיפים, נאכן משים לב זיין אז 29ט טייל ראשונים האט מען נישט 55 גע'פסקענט, ואלו הן:

לד. על צד א' להוכיח לבחורי הישיבות שלהם להפסיק ללכת עם "שווארצע זאקן" (Black Socks) בשבתות וימים טובים, וכן לא יצדדו את החגורה של ה"טיש בעקיטשע" או כל כזה מנהג שזכותו אך ורק לצד ב', וכן יחול הדין בחתונות וכל כיו"ב.

לה. כמו"כ על הרה"צ רמ"ד ועל הרה"צ ר"י להורות לציבור שלהם, באופן שיבינו, שאין עליהם לשיר לשורר לרנן ולנגן שירים אשר מקורם ויסודם לבית באבוב, בלי שיוסיפו תנועות זרות משירים שונים בנשימה אחת, וכן אסור עליהם להנמיך קולם בהוסיפם קטעים הנ"ל.

לו. חובה על צד א' לקבוע חג שבו מגיעים חסידים מעיירות ומדינות רחוקות להסתופף בצל הרבנים הצדיקים רמ"ד ור"י, אחרת מימים האחרונים של סוכות, שבימים האלו הזכות אך ורק לחסידי צד יורשי באבוב ע"פ דין תורה להגיע לרבם לרגל.

לז. היות שבימים האחרונים מאז שיצא פסק דינה של תורה לאור, היו כאלו שטעו ואמרו שבחירת השם החדש של צד א' וקביעתה על כל הבנינים וכדו', עם כל התנאים האמורים לעיל בסעיפים ג' ד' ה' ו' ז' ח' ט' י' י"א י"ב י"ג י"ד ט"ו ט"ז י"ז י"ח י"ט כ' כ"א וכ"ה, אפשר לשנותה במשך תקופה של חמש שנים, דהיינו כל רבע שנה חלק קטן מהשינוי, הננו להבהיר בשער בת רבים שעל צד א' להשלים עם הפסק תוך כדי תשעים יום מיום הפסק דין, ועל צד ב' יש להשלים עם הפסק תוך חמש שנים מיום הפסק דין, כפי שמבורר בס' כ"ט.

לח. כמובן שהבית דין פסק הכל לפי 15 תורתינו הקדושה תורה שבכתב ותורה שבעל פה ומפורשיה, ולא הוסיפו דבר על 15 עצמן, כמו שכתוב כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים, וק"ו ודו"ק.
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:25 pm#218172
יאיר דו האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל. איך בין שוין הייזעריג פון נאכזאגן אגאנץ שבת אקוראט וואס דו זאגסט ,עס איז פלאי פלאים! מבהיל על הרעיון!
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:00 pm#218177
איך אויך האט געשריבן:יאיר דו האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל. איך בין שוין הייזעריג פון נאכזאגן אגאנץ שבת אקוראט וואס דו זאגסט ,עס איז פלאי פלאים! מבהיל על הרעיון!

ניין יאר האט גענומען אז איך אויך זאל זיך ממש טרעפן הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט ר׳ יאיר׳ן. א תוצאה וואס איך טו גראדע יא שטארק רעספעקטירן פון דעם דין תורה.
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:01 pm#218178
קען מען עס איינקעשן?
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:47 pm#218184
איך בין זיכער געווען אז משיח וועט אנקומען פריער, שוין יעצט ברויך איך חיזוק אין אמונה.
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:48 pm#218185
ווייסט איינער וואס מגייט רעדן ביי דער גענעראל פארזאמלונג ? וואס איז ר` מרדכי דודס פלאן אויף ווייטער? וואס זאגן די הויכע שישקעס? וואס שמועסט מען מגייט פאלגן צו נישט?
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:51 pm#218186
כ'פארשטיי נישט, די בושה איז נישט אויף דער פסק, זיי האבען גע'פסק'נט אויף דעם וואס מען האט זיך.געפייט.

טאמער עפעס איז די בושה אויף די צדדים אז זיי פייטען זיך אויף א גוי'עשע נאמען פין א פאררוקטער שטעטעל אין פוילין, און אויף דעם באצאלט מען מיליאנען.

סיי צד א' סיי צד ב' מעגען זיך שעמען אויף א סטופיד מחלוקת ווי אויף א סטופיד נאמען פין א שטעטעל.

נאכמער רעדענדיג דא און דארט איז די גרעסטע פלא אז אין 48 נעמען זיי אהן כאילו זיי האבען געווינען, און 45 נעמט אהן אז זיי האבען פאר29רען, ווען אין פאקט דארף 48 געבען זעקס מיליאן דאלאר פאר 45. הלוואי אויף מיר געזאגט אזוי צו פארלירען.

כ'וואלט טאקע מער הנאה געהאט ווען 45 זאל האלטען דער נאמען און אזוי אריין ריקען אין די שטומפע 48 חברה אין זיביטען ריפ, אבער אזוי בין איך אויך צופרידען צו זעהן אז ב"ה מיר האבען דערלעבט א ריאליטי טשעק צו די אוטענטישקייט פין היינטיגע חסידות, אז צו האלטען א נאמען פין א אלטע גוי'עשע שטעטעל צאלט מען מיליאנען.

און טאקע דאס האט דער בעש"ט געוואלט מחדש זיין, ווייל נאר דאס וועט האלטען אידישקייט בעקבתא דמשיחא.