Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
598 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:07 pm#236578
היינט צו טאגס נאך די דרשה פין זייער רבין, שטייען חסידי באבוב 45 אזוי הויעך אז זיי גייען אלעמאל זיכער מאכן אז דער פרעמדער זאל וויסן צו וועלכע באבוב ער באלאנגט, זיי זענען אזוי PROUD מיט זייער רבין אז זאגן אז איך בין באבוב 45 איז גאהר א כבוד אין א גאוה.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:08 pm#236579
גוד פאר יו..
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:12 pm#236581
די סימבל איז זייער שטארק, זיי ווייזן ווי די איבער 40 סעיפים אינם פס"ד איז געווען סתם רשעות. די סימבאל איז גאר א שטארקע היסטארישע סימבאל.

בדרך אגב אויף זייער האטליין, אלע אפיציעלע פאפירן שרייבן זיי געהעריג באבוב 45.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:42 pm#236606
נאך א מזל ס׳איז דא 40 (פארוואס נישט 50!) סעיפים. ווייל אויב נישט וואלט עס געווען נאך קלענער ווי די TM טרעידמארק סימבאל. און מען וואלט געדארפט נוצען א מייקראסקאפ עס צו טרעפן.

זאג, איז יעקב אויך געווען אזא ... פארן מאכן 3 סעיפים מיט לבן?
עם עקש תתפתל...
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:33 pm#236628
דער איד
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:49 pm#236675
moshe613 האט געשריבן:די סימבל איז זייער שטארק, זיי ווייזן ווי די איבער 40 סעיפים אינם פס"ד איז געווען סתם רשעות. די סימבאל איז גאר א שטארקע היסטארישע סימבאל.

בדרך אגב אויף זייער האטליין, אלע אפיציעלע פאפירן שרייבן זיי געהעריג באבוב 45.

לכתחלה האב איך געהאלטען (און עס טאקע געשריבען) אז צו וואס זיך מאכען נאריש מיט אזא געקינצעלטע "45", ביז איינער האט עס גוט מסביר געווען; ווען בית דין גייט נארמאל און שרייבט "שרייב צו 45", וואלט א געקינצעלטע "45" אויס געזעהן ווי מען וויל נישט פאלגען; אבער אז בית דין גייט מיט רשעות און וויל דיר פושען אין א קארנער און פארגוואלדיווען, און די טרעפסט א קליין פענסטער ארויס צו שפרינגען, איז שפרינגט מען ארויס און מען לאזט יענעם מיטען צינג אינדרויסען.

א אנדערע האט עס מסביר געווען אזוי, אויב גייט מען מען מענשטליכקייט און מיט פשרה, דארפען זיי טוהן עקארדינגלי, אבער אויב גייט בית דין מיט דין, און רשעות נתלבש בדין; גייען זיי דא אויך to the letter of the law
דארפען נישט זיין פרומער וויי די פויבסט.

געהערט אז איינער האט עס געוויזען צו הרב אברהם ברוך ר"ב האט ער געזאגט אז עס איז אויס געהאלטען (עס שטימט מיט אלע כללים אויס גערעכענט אין פסק), און געשמייכלט ווי צו זאגען זיי האבען ענק צוגפיקסט, האט עטץ זיי צוריק צוגעפיקסט.

א דריטער זאגט מיר אז בית דין איז דא געגאנגען ווי א נארישע רבי אין חדר, וואס שטאטס זאגען די קינדער "זייטס וואויל, איך קום באלד צוריק" רעכענט ער זיי אויס 35 זאכען וואס זיי טארען נישט טוהן. טרעפט זיך א קליג אינגעל און טרעפט א 36סטע זאך וואס דער חדר רבי האט פארזעהן און דער גאנצע קלאס שפילט אויס די רבי. דאס זעלבע דא; ווען בית דין שרייבט "לייג צו "45" צו באבוב", וואלט טאקע אזוי אויס געזעהן די לאגא; אבער אז בית דין רעכענט אויס מיט רשעות 35 זאכען וואס זיי טארען נישט (עס איז גערינען די שפייעכץ בשעת עס שרייבען), וועט זיך מאכען א חכם מחוכם עגרעווער וואס וועט טרעפען א 36סטע וועג ווי עס איז זיי נישט איין געפאלען. עם עקש תתפתל. כל המוסיף גורע.

ווי עס זאל נישט זיין האט עס גארנישט מיט האדמו"ר מבאבוב-45 וואס ביי אים נעמען נישט אזעליכע זאכען קיין פלאץ, (איך גלייב נישט אז ער ווייסט אפילו דערפון); און ער איז גרייט צו גיין א סאך ווייטער ווי דעם (פון צו שרייבען א קלארע "45") פאר שלום; אבער ער דארף קודם א פארטנער פאר שלום.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:49 pm#236708
כנור האט געשריבן:

דיין לעצטע שורה האט מיר גענצלעך פארגאפט, אזש דער אני שלום וועלכער האט פערציג מינוט טראמפעטירט אזא באלערנדער געשמאקע דרשה איז ממש אויסגעטון פון די ענינים און גאר נישט באהאוונט מיט די זאך בכלל וואס קומט פאר, ממש א נחת צו הערן, הייסט אז דער דרשה איז געוועהן ממש רוח הקודש הופיע בבית מאריאטתו און ווי וואסער פאלט ביי נייעגרע איז דער דרשה ארויסגערינען, דאס איז ממש הפלא, עס פארנעמט נישט אזעלכע זאכן קיין פלאץ, דער פסק מיינט ניטאמאל עהם און ס'איז נישט זיין דאגה צו זיך פארען דערמיט ווייל ער ממש איז א תינוק שנשבה וועלכער ווייסט ניטאמאל פון אזוינע זאכן! מי יעמוד בסוד קדושים!
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:30 pm#236727
ווען איך האב ווען א ווארט אין 45 געב איך ווען א נאמן "קהל אברהם ברוך רז"ב" איך זאג ענק צו אז די פסק וואלט וען געטוישט געווארן די נעקסטע טאג. (באשערט געווען פון הימל מ'זאל מיך נישט פרעגן #צימעס)
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:25 pm#236748
פון די אלע טענות םון די ''ציונים'' איז דא אתשובה,
נישט פאלגען ד''ת ,
אסאך פאר די באבוב'ווער ד''ת איז שוין באקאנט די פראבלעמן פון די היינטיגע דיני תורה,קוק דא
l viewtopic.php?f=13&t=7602 l
גנבענען ספרי תורה ,אפשר זענען די ציונים די גנבים זיי געגנבעט אסאך מער ווי ס''ת
די איינציגסטע טענה וואס כהאב נישט געהערט קיין זאכליכע תירוץ איז די הליכה בערכאות,אן א היתר ערכאות, 48 זייטס שטיל כוויל הערן פון די 45
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:29 pm#236825
/
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:07 am#236852
ירא שמים האט געשריבן:פון די אלע טענות םון די ''ציונים'' איז דא אתשובה,
נישט פאלגען ד''ת ,
אסאך פאר די באבוב'ווער ד''ת איז שוין באקאנט די פראבלעמן פון די היינטיגע דיני תורה,קוק דא
viewtopic.php?f=13&t=7602
גנבענען ספרי תורה ,אפשר זענען די ציונים די גנבים זיי געגנבעט אסאך מער ווי ס''ת
די איינציגסטע טענה וואס כהאב נישט געהערט קיין זאכליכע תירוץ איז די הליכה בערכאות,אן א היתר ערכאות, 48 זייטס שטיל כוויל הערן פון די 45

עס איז מיר א חידוש אויף דיר ירא שמים צו רופען באבוב ציונים אבער איך בין געוואוינט צו דעם דאס איז דער נאמען וואס כ'הבא מיך ערליך פארדינט פארן עוון פלילי פון גיין צום רב הצעיר'ס שיעור, מ'האט מיר נאכגעשריגן אהן אויפהער און כ'בין געוואוינט דערצו, אבער לגופו של ענין, א בי''ד האט גע'פסק'נט צוריקצוגעבן די ספרי תורה, שטעלט זיך א איד אויף און זאגט פערציג מינוט וואסערע צדיק ער איז אז ער גייט פאלגן און מוטב להיות שוטה כל ימיו וכו', און און און און גארנישט, ווי די קורצע מעשה פון דער וואס בארגט א בנש''ק א הודערטער און ע''כ המעשה, מ'האלט שוין צוויי טעג שפעטער און מ'קען נישט טרעפן ווער ס'זאל אפגעבן דעם ספר? כ'מיין וואס ווייזט דאס? הזאת נעמי? איז דאס דער זעלבער פון דעם אני שלום און מוטב להיות שוטה כל ימיו? אדער איז אלץ אן אחוזת עינים און אויף אלע קשיות איז דא איין תירוץ! מפטירין כדאתמול! ווי דער יארמער רב זאגט כ'ווייס נישט וואס כ'האב געשריבן אז איך זאג איך געב נישט געב עך נישט! כ'האב געזאגט א באמבאסטישער קאנסעשן ספיטש אבער מיטן מציאות האט דאס נישט כקליפת השום!
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:00 am#236859
די נייע לעדערהעד
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:36 am#237035
/
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:55 am#237038
ראשעקאל האט געשריבן:/

הערליך שיין, ב''ה זה היום קוינו לו
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:06 am#237076
ווי מער איך זעה ווי מ'נוצט די נאמען באבוב-45, האלט איך אז זיי האבן געמאכט גאר א גוטע טשויס מיט'ן אויסקלויבן די נאמען ווערסיס צאנז באבוב אדער ראפשיץ באבוב. סאום הא קוקט עס אויס ווי ס'נישט א חלק פון די נאמען און ווי רמ"ד האט געזאג, אז ס'איז נאר א היכר. ס'דערמאנט מיך פון סאטמאר-53 למשל, וואס קיינער האט נישט קיין פראבלעם עס צו שרייבן.

דיסקלעימער: דאס איז אלץ לשיטתם פון 48 און 45 צו מאכן אן עסק פון די נאמען. לדעתי איז די גאנצע מדובר זייער קינדעריש סיי פון 48 עס צו פארלאנגן און סיי פון 45 עס צו האלטן.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:28 am#237091
/
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:28 pm#237130
didnt bobov-45 honor the pasak, so what is he saying?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:54 pm#237136
ער ברענגט ארויס אז די הזמנה איז נישט ווייל ס'האט עמיצער געהאט א פראבלעם מיט זיין השגחה וכדו', נאר מ'איז ארומגעלאפן זיכן א היתר אויף ערכאות, מסביר געווהעהן פראבלעמען מיט רבנים באב''ד און זעלטנרייך, געשריגן אז דער פסק איז איינזייטיג אלץ פארן אמת'ן תחלית פון נישט האלטן ביים פאלגן כלל וכלל, ב''ה אז דער מצב האט זיך אויסגעשטעלט אז ס'איז נישט געלונגען און פון אלע פראביריכצער איז געבליבן א זייפנבלוז!
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:34 pm#237191
outspoken האט געשריבן:didnt bobov-45 honor the pasak, so what is he saying?

אין לך ליצנות גדולה מזו. רמ"ד שטעלט זיך אויף פאר טויזענטער אידן, איז מסביר בטוב טעם ודעת פאר וואס ער דארף נישט האלטן דעם פסק, און ווער עס ווייסט אביסל וואס עס טוט זיך היינט אין די וועלט פון בתי דינים, בפרט אין אמעריקא, און אין דעם חסיד'ישן פאליטישן וועלט בכלל, ווייסט זייער פיין אז רמ"ד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו פייפן אויפן פסק מיט א פסח'דיגן פייפערל, און עס וואלט קיינער (חוץ 48) נישט געגעבן קיין קראץ אדער א פיפס דערוועגן, און מיט דעם אלעם פאלגט ער אויס דעם פסק, און מיט שטאלץ שטעלט ער ארויף דעם 45 איבעראל.

ואחרי כל זאת קומט דער שוחד נעמער און שרייבט א בריוו פון פינף און אהאלב שורה'לעך, "דער צד המזמינים האט "קיינמאל" נישט געהאלטן ביים מקיים זיין דעם פסק (פון ווי קענסטו דאס וויסן, חוץ אויב דאס איז געווען דיין החלטה נאך פארן אננעמען דעם דין תורה. און אזוי איז טאקע משמע פון דעם לשון השטר בירורין, אז דו האסט שוין דעמאלס געוואוסט אז דו גייסט אים אזאנס אריינרייבן אז ער זאל עס בשום אופן נישט קענען מקיים זיין (און דאך האט ער דיך אויסגעשפילט). און ענדיגט צו מיט א מראה מקום אז ער איז נישט מחוייב גארנישט, און פטור ושלום על ישראל.

אין אנדערע ווערטער, איך בין דאך א דין תורה דיין, און דאס גיט מיר א היתר צו מאכן אן אייגענעם תורה און טון עקזעקטלי וואס מיר שמעקט. די תורה געהערט אך ורק פאר אונז שקצים דין תורה דיינים, מיר האבן עס איבערגענומען פון דעם רבונו של עולם לעשות בה כטוב בעינינו ובכיסנו, ובזה יצאנו ידי חובותינו...

פעך פעך פעך...

ואגמור בתפילה קצרה: יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:59 pm#237204
הדד בן בדד האט געשריבן:

אזא פעסטע באשולדיגונג הדד,
לאמיר צונעמען שטיקל ביי שטיקל

פון וואנעט ער ווייסט אז זיי האבן נישט געהאלטן ביים אננעמען דעם פסק מיין איך אז יעדער שיש לו מח בקדקדו פארשטיין און ווייסט דאס אזויווי די לעצטער דריי חדשים האבן קלאר אויסגעוויזן און איז שוין גאר ברייט אויסגעשמועסט געווארן בטוטו''ד דא אין ק''ש ואין מקום איבערצוקייען דברים הידועים!!

דער אויסגעוועפטער שוחד טענה שרייבט ער דאך קלאר א תשובה דערויף אז דער הכשר נקודה אז ס'איז אויסגעהאלטן (בדרך אגב געט ער א הכשר פאר פערעדייס'ס אלע מקומות איינער פון זיי עטרת גאלדא וכו') ווי אויך איז נאריש צו זאגן אז פארצייטנס ווען די רבנים אין טייל שטעט האבן געהאט מיטן הסכם רבנות דעם מנופול אויפן פארקויפן הייווען אז אויב איינער פון די בעלי דינים קויפט די הייווען ביים רב ווערט דער רב פסול לדיון אתמהה!
נאר וואס דען?
ווען מ'האלט ביים פייפן בתורת משה כאפט מען זיך אן ווי א דערטרונקענער אויף א שפענדל און פארקויפט אז ס'איז א גאנצע וואלד!
און מיט דעם קומען מיר אן צום לעצטן נקודה
הרה''ק הקדושת ציון זצוק''ל הי''ד האט זיך אמאל אויסגעדריקט ''עס איז דא וואס זאגן אז כ'האב נישט געוואלט ווערן רבי, עב איך ענק זאגן, אויב כ'וואלט נישט געוואלט וואלט איך נישט געוועהן, און אז כ'בין.... עכל''ק
הנוגע לענינינו זאגסטו אז ער האט נישט געמוזט פאלגן
ווען ער וואלט נישט געמוזט, וואלט ער נישט געפאלגט, און אז ער פאלגט ...
והא ראי', ווען ער פאלגט ווען מפני דרכי השלום ווארט ער נישט אויף נאכן ארומלויפן מאכן מיילעדזש ארום דעם קיילעכדיגן וועלט ביי יעדען וואס איז נאר אמאל געשטאנען נעבן א מורה הוראה בעטן היתרים און בריוו וכדו' נאר וואלט תיכף ומיד מקבל געוועהן את הדין, אלא מאי פארשטייט הרב באב''ד אויך דעם פשוט'ן חשבון ווי איך, ואידך פירושא פיל חמור!
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 8:44 pm#237265
עפ"י בקשת אחד החברים שטעל איך דאס אהער:
איך האב נישט קלאר ארויס דער חשבון ווער האט עס געפעלטשט דעם בריוו פון הרב באב"ד, אבער אויף אזויפיהל בין איך קלאר אז איינער פון די צדדים האבן עס געפעלטשט. עס איז שוין אפילו דא א כאילו'דיגע ענטפער פון יענע בית דין אין ירושלים. ר' יחיאל באב"ד בעצמו האט געזאגט אין זיין בית המדרש היינט אז עס איז א פאלטשע בריוו.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 8:57 pm#237270
כ'האב אויך געהערט פון אינסייד אז ס'איז א פאלשע מכתב.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:56 pm#237388
חסיד האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:didnt bobov-45 honor the pasak, so what is he saying?

אין לך ליצנות גדולה מזו. רמ"ד שטעלט זיך אויף פאר טויזענטער אידן, איז מסביר בטוב טעם ודעת פאר וואס ער דארף נישט האלטן דעם פסק, און ווער עס ווייסט אביסל וואס עס טוט זיך היינט אין די וועלט פון בתי דינים, בפרט אין אמעריקא, און אין דעם חסיד'ישן פאליטישן וועלט בכלל, ווייסט זייער פיין אז רמ"ד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו פייפן אויפן פסק מיט א פסח'דיגן פייפערל, און עס וואלט קיינער (חוץ 48) נישט געגעבן קיין קראץ אדער א פיפס דערוועגן, און מיט דעם אלעם פאלגט ער אויס דעם פסק, און מיט שטאלץ שטעלט ער ארויף דעם 45 איבעראל.

ואחרי כל זאת קומט דער שוחד נעמער און שרייבט א בריוו פון פינף און אהאלב שורה'לעך, "דער צד המזמינים האט "קיינמאל" נישט געהאלטן ביים מקיים זיין דעם פסק (פון ווי קענסטו דאס וויסן, חוץ אויב דאס איז געווען דיין החלטה נאך פארן אננעמען דעם דין תורה. און אזוי איז טאקע משמע פון דעם לשון השטר בירורין, אז דו האסט שוין דעמאלס געוואוסט אז דו גייסט אים אזאנס אריינרייבן אז ער זאל עס בשום אופן נישט קענען מקיים זיין (און דאך האט ער דיך אויסגעשפילט). און ענדיגט צו מיט א מראה מקום אז ער איז נישט מחוייב גארנישט, און פטור ושלום על ישראל.

אין אנדערע ווערטער, איך בין דאך א דין תורה דיין, און דאס גיט מיר א היתר צו מאכן אן אייגענעם תורה און טון עקזעקטלי וואס מיר שמעקט. די תורה געהערט אך ורק פאר אונז שקצים דין תורה דיינים, מיר האבן עס איבערגענומען פון דעם רבונו של עולם לעשות בה כטוב בעינינו ובכיסנו, ובזה יצאנו ידי חובותינו...

פעך פעך פעך...

ואגמור בתפילה קצרה: יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.

אזא פעסטע באשולדיגונג הדד,
לאמיר צונעמען שטיקל ביי שטיקל

פון וואנעט ער ווייסט אז זיי האבן נישט געהאלטן ביים אננעמען דעם פסק מיין איך אז יעדער שיש לו מח בקדקדו פארשטיין און ווייסט דאס אזויווי די לעצטער דריי חדשים האבן קלאר אויסגעוויזן און איז שוין גאר ברייט אויסגעשמועסט געווארן בטוטו''ד דא אין ק''ש ואין מקום איבערצוקייען דברים הידועים!!

דער אויסגעוועפטער שוחד טענה שרייבט ער דאך קלאר א תשובה דערויף אז דער הכשר נקודה אז ס'איז אויסגעהאלטן (בדרך אגב געט ער א הכשר פאר פערעדייס'ס אלע מקומות איינער פון זיי עטרת גאלדא וכו') ווי אויך איז נאריש צו זאגן אז פארצייטנס ווען די רבנים אין טייל שטעט האבן געהאט מיטן הסכם רבנות דעם מנופול אויפן פארקויפן הייווען אז אויב איינער פון די בעלי דינים קויפט די הייווען ביים רב ווערט דער רב פסול לדיון אתמהה!
נאר וואס דען?
ווען מ'האלט ביים פייפן בתורת משה כאפט מען זיך אן ווי א דערטרונקענער אויף א שפענדל און פארקויפט אז ס'איז א גאנצע וואלד!
און מיט דעם קומען מיר אן צום לעצטן נקודה
הרה''ק הקדושת ציון זצוק''ל הי''ד האט זיך אמאל אויסגעדריקט ''עס איז דא וואס זאגן אז כ'האב נישט געוואלט ווערן רבי, עב איך ענק זאגן, אויב כ'וואלט נישט געוואלט וואלט איך נישט געוועהן, און אז כ'בין.... עכל''ק
הנוגע לענינינו זאגסטו אז ער האט נישט געמוזט פאלגן
ווען ער וואלט נישט געמוזט, וואלט ער נישט געפאלגט, און אז ער פאלגט ...
והא ראי', ווען ער פאלגט ווען מפני דרכי השלום ווארט ער נישט אויף נאכן ארומלויפן מאכן מיילעדזש ארום דעם קיילעכדיגן וועלט ביי יעדען וואס איז נאר אמאל געשטאנען נעבן א מורה הוראה בעטן היתרים און בריוו וכדו' נאר וואלט תיכף ומיד מקבל געוועהן את הדין, אלא מאי פארשטייט הרב באב''ד אויך דעם פשוט'ן חשבון ווי איך, ואידך פירושא פיל חמור!

דעס האב איך געשריבען דא
l viewtopic.php?p=237382#p237382 l
נאך נישט האבענדיג געליינט הדד'ס ריכטיגע תגובה.

פאלש אדער אמת, ידע נא כבודכם כי הבורר (וראש ב"ד) הזה מעולם מיום ראשון החליט מה יהי' הפסק דין, ושני שנים אמר בפרהסיא לכל מאן דבעי לידע שאינו רואה שום צד בבאבוב 45 שהשם "רב הצעיר" משמעותו שיורש הכל ואינו רואה צד באבוב 45 כלל; וכל העולם עדות על זה. ואצל "הבחירות" עשה הכל מבית ומבחוץ ופעל בנאמנות למען צד 48, כמו לשאול "מה יש לך עם באבוב", ועוד שאלות ודברים רבים כאלו וכו' וכו'; דברים שלא עשה בהיותו יושב בבאבוב 48!

ובזה יצאתי ידי חובתי, ושלום על דייני ישראל הנאמנים להתוה"ק ממחלליה; ושלום על ישראל.

איך שטעל זיך צו, צו הדד'ס פעסטע באשולדיגונג.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:28 pm#237426
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:33 pm#237428
IMG-20141124-WA0022.jpg
IMG-20141124-WA0022.jpg (177.74 KiB) געזען געווארן 4153 מאל
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 8:53 pm#237481
בשבילי! האט געשריבן:
IMG-20141124-WA0022.jpg

ווער איז דער בעל דרשן?
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:02 pm#237484
כ'האב עס געהערט נאכזאגן בשם ר' אברהם שאר
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:07 pm#237485
יא הרב שאר. ער איז געווען בידידות מיט הק' הרב טברסקי הי''ד
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:42 pm#237502
א שוטה
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:58 pm#237503
בשבילי! האט געשריבן:יא הרב שאר. ער איז געווען בידידות מיט הק' הרב טברסקי הי''ד

איז דא א ריקארדינג???
ר' אברהם שארר איז א שטארקע נאמבער, לכאורה דארף דאס אביסל אויפרידערן,
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:11 am#237511
יא, ס'דא א ריקארדינג, ס'ליגט צוזאמען מיט ר' מנדל שאפראן'ס ריקארדינג. והמבין יבין
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:36 am#237521
אביסעל שכל האט געשריבן:א שוטה

אײנער מיט ״אביסל שכל״ רופט אן א צװײטער שוטה. :ניין:
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:47 am#237538
בשבילי! האט געשריבן:
IMG-20141124-WA0022.jpg

אמאל האב איך געוויסט אז "כל מילתא דעבידא לגלויי - לא משקרי בה אינשי". אבער קוקט אויס אז דאס איז נאך א ראי' אז מ'האנדעלט נישט מיט "אינשי" נאר גאר עפעס אנדערש.

אדרבה קלונג אן "חזק" האטליין וועסטו הערן די הרב אברהם שאר'ס דרשה און הערן אז ער דערמאנט נישט די נושא בכלל.
קלינג אן הרב יחיאל באב"ד און פרעג עם צו ער האט געשריבען אזא בריעף.
קלינג אן הרב מענדל שפרן און פרעג עם "פינקטליך" וואס ער האט געזאגט.
קוק נאך די מעשים פון באבוב 45 און לאז מיך וויסען צו ס'האט שייכות מיט "שלום", איך רעד פון מעשים וואס נישט יעדער האלט מיט אויפ'ן מינוט למשל "אלע" ספרי תורה, בג"ץ און א"י, קורט אויף מחנה גילה, קורט אויף טרעידמאר"ק וכדו', איך רעד נישט פון באסעס און סיינס וכו' וואס מ'קען מיט דעם ווייזען א שיינע פנים פאר די low infomation voters
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:38 pm#237731
גאליציאנער האט געשריבן:

אוי, אזוי טיפיקל, און ס'איז הפלא ופלא ווי נארמאלע מענטשן קענען נאך קויפן די לאקשן תורות!
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 6:10 pm#242757
גראנטיג פאלגט נישט. זיי לייגן א ווידיא פון רב''צ הדלקת הנירות, זיי שרייבן ''באבוב (48)"
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:37 pm#244835
/
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:32 pm#245216
אין איין שורה
מסביר צו זיין דעם לאגא און די אנדערע לאגאס אין איין ליין איז אזוי:
היות מיר שעמען זיך מיטן אנגעריסענעם (תרתי משמע) נאמען,אבער בעצם האבן מיר די תורה מיטן פסק בי''ד אין דער ערד, אבער מוזען דאך ווייזן א שטיקל פנים פאר אונזערע אוהבי נפש 'די גאס', טוט מען די מינימום אבי צו יוצא זיין (וי''א יוצא בשן ועין, והמבין יבין!)
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:56 pm#245224
איך האב נישט קיין מיינוג איבער די גאנצע באבובע מחלוקה אבער די קונצן מיטן לאגא איז נישט געפאלגט די דין תורה. זיי האבן דאך קלאר דאס געוואלט אפהאלטן פון געשען. אין מיין דיקשאנערי הייסט דאס נישט געפאלגט די פסק דין
פרייטאג יאנואר 02, 2015 3:52 pm#245463
ווען באבוב 48 זאל איין האלטען דער פסק און באבוב 45 נישט, וואלט געקענט זיין טענות פארוואס טוהט באבוב 45 נאר דער מינימום (הרב ראזענבערג האט דאך געזאגט אז עס איז גוט און גענוג). אבער למעשה האלט נישט באבוב 48 איין זייער חלק פונעם פסק אז זיי מוזען רופען דער אנדערע באבוב "באבוב-45", איז אלזא וואס פארא טענות קען מען צו באבוב-45 האבען.

באבוב 48 רופט אן דער אנדערע באבוב "45" פלעין, און זענען מדגיש 45 און דעטס אול, זענען נישט גורס באבוב בכלל און טייל רופען זיי נאך אלץ קארטשין (נגד הפסק); איז פארוואס דענמאלט טאר נישט באבוב 45 מדגיש זיין דער "באבוב" און פארוואסערען דער "45"? מען וויל דאך זיי באראבעווען זייער איידענטיטי!

למעשה האט מען עס פארויס געזעהן אז 48 וויל נישט קיין שלום בשום אופן, און אויפען פסק איז טאקע דא צוויי עיקולים; איז למעשה קיין גילטיגע פסק נישט דא; נאר באבוב-45 האט געטוהן לפנים משורת הדין; קען דאך נישט קומען דער וואס טוהט נישט אפילו די מינימום און פארלאנגען אז יענער זאל טוהן דער מאקסימום! און ווען ער זאל יא טוהן וואס די פארלאנגסט וועסטו דען שוין יא מאכען שלום?!

בקיצור, די ווילסט איינעם שלאגען און פארלאנגסט אז ער טאר זיך נישט באשיצען! דאס טוהען נאר די אראבער; זיי מעגען שיסען אנשים נשים וטף אבער מדינת ישראל טאר נישט הרגענען זייערע טעראריסטען, און דער וועלט נעמט זיך נאך אן פאר זיי! די נוצרים שרייען אז מיר זענען נישט די אידען, מיר זענען נישט געווען ביי מתן תורה; די אראבער שרייען אז אין ארץ ישראל זענען קיינמאל נישט געווען קיין אידען, און א בית המקדש איז קיינמאל נישט געשטאנען; און דער וועלט איז אויפען בעסטע אופן "נוטראל" ווי א סאך ליינערס דא!

טייערע chusid; אז די וועסט אריין טראכטען וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט. וואס איז דיין נוטראלקייט ווערט, ווען די זעהסט ווי מען בא'עוולט א גאנצע קהילה, א הייליגע קהילה, און דער "עלטצטע" זוהן פונעם מהר"ש זי"ע! איז ער נישט אויך געווען א זוהן!

און א סוד וועל איך דיר זאגען (צווישען פיר אויגען) אז דער באבובער רבי פון 45 איז גרייט צו א סאך מער ווי עס שטייט אין פסק אויב ער זאל נאר האבען מיט וועמען צו גיין צום טיש. געהערט האביך (איך קען עס נישט קאנפירמען) אז ווען ר' משה חיים מאנדעלבוים איז אוועק האט רבי מרדכי דוד געקרעכצט אז "עס איז שוין נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש". דער האפענונג איז געווען אז ר' משה חיים (וואס איז געשטארבען פון צער פון זעהן דער פועל יוצא פונעם ספליט) וועט נאכען פסק ארבעטען אויף שלום, און ער וואלט זיכער אזוי געטוהן טאמער ער וואלט געלעבט. יעצט אבער זענען זיי געבליבען נאר מיט אינגעלעך וואס ווייסען נישט דער אל"ף בי"ת פון באבובער חסידות, און וואס עס מיינט שלום און מענטשליכקייט.

נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש.
זונטאג יאנואר 04, 2015 10:34 am#245633
.
זונטאג יאנואר 04, 2015 1:39 pm#245663
כנור האט געשריבן:ווען באבוב 48 זאל איין האלטען דער פסק און באבוב 45 נישט, וואלט געקענט זיין טענות פארוואס טוהט באבוב 45 נאר דער מינימום (הרב ראזענבערג האט דאך געזאגט אז עס איז גוט און גענוג). אבער למעשה האלט נישט באבוב 48 איין זייער חלק פונעם פסק אז זיי מוזען רופען דער אנדערע באבוב "באבוב-45", איז אלזא וואס פארא טענות קען מען צו באבוב-45 האבען.

באבוב 48 רופט אן דער אנדערע באבוב "45" פלעין, און זענען מדגיש 45 און דעטס אול, זענען נישט גורס באבוב בכלל און טייל רופען זיי נאך אלץ קארטשין (נגד הפסק); איז פארוואס דענמאלט טאר נישט באבוב 45 מדגיש זיין דער "באבוב" און פארוואסערען דער "45"? מען וויל דאך זיי באראבעווען זייער איידענטיטי!

למעשה האט מען עס פארויס געזעהן אז 48 וויל נישט קיין שלום בשום אופן, און אויפען פסק איז טאקע דא צוויי עיקולים; איז למעשה קיין גילטיגע פסק נישט דא; נאר באבוב-45 האט געטוהן לפנים משורת הדין; קען דאך נישט קומען דער וואס טוהט נישט אפילו די מינימום און פארלאנגען אז יענער זאל טוהן דער מאקסימום! און ווען ער זאל יא טוהן וואס די פארלאנגסט וועסטו דען שוין יא מאכען שלום?!

בקיצור, די ווילסט איינעם שלאגען און פארלאנגסט אז ער טאר זיך נישט באשיצען! דאס טוהען נאר די אראבער; זיי מעגען שיסען אנשים נשים וטף אבער מדינת ישראל טאר נישט הרגענען זייערע טעראריסטען, און דער וועלט נעמט זיך נאך אן פאר זיי! די נוצרים שרייען אז מיר זענען נישט די אידען, מיר זענען נישט געווען ביי מתן תורה; די אראבער שרייען אז אין ארץ ישראל זענען קיינמאל נישט געווען קיין אידען, און א בית המקדש איז קיינמאל נישט געשטאנען; און דער וועלט איז אויפען בעסטע אופן "נוטראל" ווי א סאך ליינערס דא!

טייערע chusid; אז די וועסט אריין טראכטען וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט. וואס איז דיין נוטראלקייט ווערט, ווען די זעהסט ווי מען בא'עוולט א גאנצע קהילה, א הייליגע קהילה, און דער "עלטצטע" זוהן פונעם מהר"ש זי"ע! איז ער נישט אויך געווען א זוהן!

און א סוד וועל איך דיר זאגען (צווישען פיר אויגען) אז דער באבובער רבי פון 45 איז גרייט צו א סאך מער ווי עס שטייט אין פסק אויב ער זאל נאר האבען מיט וועמען צו גיין צום טיש. געהערט האביך (איך קען עס נישט קאנפירמען) אז ווען ר' משה חיים מאנדעלבוים איז אוועק האט רבי מרדכי דוד געקרעכצט אז "עס איז שוין נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש". דער האפענונג איז געווען אז ר' משה חיים (וואס איז געשטארבען פון צער פון זעהן דער פועל יוצא פונעם ספליט) וועט נאכען פסק ארבעטען אויף שלום, און ער וואלט זיכער אזוי געטוהן טאמער ער וואלט געלעבט. יעצט אבער זענען זיי געבליבען נאר מיט אינגעלעך וואס ווייסען נישט דער אל"ף בי"ת פון באבובער חסידות, און וואס עס מיינט שלום און מענטשליכקייט.

נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש.

כנור טייערע:
ראשית כל, ענדליך האט מען דערלעבט, אז ביסט מודה אז ענק פאלגן נישט דער די״ת.
לאמיר גיין צוביסלעך.

באבוב פאלגט נישט דער די״ת - מען רופט ענק ״45״.
באבוב וויל נישט שלום - באבוב וויל ענק נישט קענען.

דער ערשטע מקיים צו זיין דער ערשטער חלק פון דער פסק איז געווען באבוב, און אן קיין שום שהיות, האט מען געצאלט די ערשטע התחייבות.
אבער לאמיר גיין לגופו של ענין:
באבוב רופט ענק בלויז 45 - דו נוצט דאס אלס א היתר, אז ענק מעגן זיך רופן באבוב, און באהאלטן די 45.
1. דער פסק איז מחייב יעדער צד, נישט קיין חילוק צו דער אנדערע צד פאלגט יא צו נישט.
2. ענק רופן 45, איז נישט קיין עולה. ענקער חסידות ״הייסט״ באבוב45. לאמיר עס קלאר ארויס שרייבן, דער נאמען פון ענקער חסידות באשטייט פון נישט איינס, עס באשטייט פון 4 ווערטער ״באבוב פינעף און פערציג״, תולדות אברהם יצחק האט 3, ענק האבן 4.
לאמיר עס דיר געבן בעסער צו פארשטיין.
דער ״באבובער דרך״ - וואס ענק האבן אזוי ליב, איז אין באבוב. ענקערע דרך, ענקערע מנהגים, ענקערע רבי, רביצין, רב, ענק אליינס, הכל בכל מכל כל הייסט מער נישט באבוב, ענק זענען נישט באבוב, ענק זענען ״באבוב פינעף אין פערציג״
כזה:
באבוב פינעף אין פערציגער דרך
באבוב פינעף אין פערציגער מנהגים
באבוב פינעף אין פערציגער רבי
באבוב פינעף אין פערציגער רביצין
באבוב פינעף אין פערציגער רב
באבוב פינעף אין פערציגער חסיד

ניין, שעפעלע, פינעף אין פערציגער איז ״נישט״ קיין היכר, און נישט קיין העקער ווי רמ״ד וויל, עס איז א חלק פון ענקער נאמען. ענק זענען אדורך געגאנגען א שינוי השם פראסידזשער, וואס מען מאכט פאר א חולה מסוכן, עס איז א פיינליכע פראצעדור, מען וויל נישט מודה זיין דערין, ס׳נעמט צייט זיך צוצוגעוויינען, ס׳איז א ביטערע פיל, אבער ענק וועלן און גייען עס אראפשלינגען.

באבוב, איז א חסידות וואס איז באזירט אויף די דרך ומנהגי רבוה״ק לבית באבוב
באבוב פינעף אין פערציג, איז א נייע קאנצעפט, א פריש געגרינדעטע חסידות דורך רמ״ד און ר״י רובין, וואס רעדן זיך אז זיי גייען בדרכי די שוועיער זכרוינע לבכאאכעע.

דער פסק דין, פארלאנגט אז יעדער איינער מוז אנערקענען און רופן דער צווייטן צד מיט ריכטיגן נאמען.
באבוב45 מוז רופן באבוב מיט נאמען באבוב, און קיין שום צונאמען.
באבוב מוז רופן באבוב45 מיט נאמען באבוב45 און קיין שום צונאמען.

דא שאפט זיך א שטיקל פראבלעם:
באבוב פינעף אין פערציג איז א לאנגע נאמען, 4 ווערטער, ס׳נעמט אויף זעהר אסאך, ווען מען וויל דערציילן א ווערטל וכדומה.
א פראבלעם!

למעשה איז דא נאך אן אישו.
רמ״ד, דער רבי וואס ענק טענה׳ן איז מורא׳דיג איבעגעגעבן צו זיינע חסידים, האט געמאכט דער 90סטן טאג א באשלוס.
ס׳איז געווען 3 צדדים.
1. נישט פאלגן דער די״ת.
2. צו פאלגן דער פס״ד ווי א נאמנארמאלעאלע מענטש, יוד, זיך צו קלויבן א נארמאלע נאמען ווי ״צאנז-באבוב״, וואס קלינגט שיין, ס׳מאכט סענס, אנהייבן פון פריש וכו׳ וכו׳ אלעס וואלט געווען צופרידן.
3. אויסנארן דער וועלט מיט׳ן עולם. מען גייט זיך רופן ״באבוב45״ שם מ״ה, היכר, העקער. זאלן זיך מיינע חסידים באגראבן פאר בושה, באהאלטן די 45 בארבע קצות הדעזיין, אבי מען זאל דעם פעטער נישט רופן באבוב, נאר באבוב48.

דיין טייערע רבי, האט נישט געטראכט פון דיר, ער האט נישט געטראכט פון זיך, ער האט געטראכט פון זיין פעטער צו מאכן דער באשלוס.
נישט קיין חילוק, וויאזוי ער איז געקומען צו דער מסקנא. כהיום זענטס עטץ ״חסידי באבוב פינעף און פערציג״.

יעצט לאמיר צוריקגיין:
דער מנהג העולם, אז חסידות׳ן וואסן האבן לאנגע נעמען, נוצט מען דער לעצטע נאמען, ס׳איז פשוט גרינגער און שנעלער. קיינער ווערט נישט באליידיגט, ס׳איז אקסעפטעבל.
נעם א משל ווי ״צאנז קלויזנבורג״ - מען רופט זיין קלויזנבורגער חסידים, קלויזנבורגער רב, קלויזנבורגער ביהמ״ד. קיינער ווערט נישט באליידיגט.
צאנז גריבוב, דער איז דער גריבוב רב, און דעטס איט. ווער רופט עם צאנז גריבוב, אפילו ער אליינס נישט.
תולדות אהרן - זיי זענען די אהרעלעך, א גוטן טאג, אזוי גייט עס, כ׳האב נאך נישט געהערט קיין קאמפלעינט.

פון אט דעם דרינג איך ארויס צוויי זאכן:
1. מען דארף נישט נוצען ״אלע״ 4 ווערטער פון ענקערע נאמען, צו רופען ביי די לעצטע איז נארמאל, און אז מען גיבט דיך די 3 לעצטע ווערטע, זאלסט פילן גוט, עס איז ״ענקערע נאמען״. יא! באבוב איז ״נישט״ ענקערע איידענטיטי, ״באבוב״ איז ״אונזערע״ איידענטיטי, ענקערע איידענטיטי איז ״באבוב פינעף און פערציג״. אזויווי ס׳איז נישט דא נאך איינער וואס אבד״ק פינעף אין פערציגף אדער חסידי פינעף און פערציג, דעריבער איז 45 גאנץ א גוטע איידענטיטי פאר ענק, און ווי דערמאנט אז עס אקסעפטאבעל אין דער גאנצע וועלט - זיי נישט אנדערש, וויין נישט.

אבער יעצט קוק ווי די רבש״ע פירט א וועלט:
ווען רמ״ד ואלט זיך געקליבן דער צווייטער אפציע, זיך צו רופען ״צאנז באבוב״, וואלט מען ענק דאך גערופען ״באבוב״, ווייל דאס איז דער לעצטע ווארט, ווי דערמאנט. אוי וואלט ער אפגעטוען זיין פעטער! ענק וואלטן זיך גוט געפילט, אונז וואלטן געפלאצט, וואס וואלטן ענק געמאכט נאך בעסער פילן (כ׳ווייס אז די גייסט עס לייקענען). און וואלטן זיך געמוזט שטאפן דאס מויל. און ענק וואלט זיך גוט געפילט מיט א נארמאלען נאמען.
נו! איז געקומען רמ״ד און האט זיך גערופען באבוב45.
יעצט איז ער פינעף און פערציגע רבי. ענק באהאלטן די 45 אין ווינקלען, ענק שעמען זיך דערמיט.
ענק זענען געבליבן ״קרח מכאן וקרח מכאן״

כ׳מיין אז ס׳איז גאנץ קלאר, אז ענק צו רופען ״45״ איז נישט קיין עולה מצד דער פס״ק, ווייל עס איז נישט א ״צונאמען״ עס איז א חלק פון ענקער נאמען, ס׳איז נישט אויסגעשמועסט, אז מען מוז ארויס זאגן דאס ווארט אינגאנצען, און אויב נישט האט מען נישט יוצא געווען.
אבער, ענק זאלן רופן באבוב, באבוב48, צו בלויז 48, דאס 100 פראצענט אין קעגנזאץ פון דער די״ת.

יצעט לגבי ענקערע קאנסטאנטע געשריי ״וואס טוט באבוב פאר שלום״

לאמיר עס מאכן קורץ:
וואס האט רמ״ד געטוען פאר שלום?
געגאנגען צו ערכאות - למען השלום
געגאנגען צו בג״צ - למען השלום
חרוב געמאכט קעמפס - למען השלום
גע׳גנב׳ט פראגרעמס פון באבוב - למען השלום
גענוצט גענוי די זעלבע נעמען פון די מוסדות - למען השלום
גלייגט עיקולים ווי נאר מעגליך - למען השלום
פראלקאמירט אז מען דארף נישט פאלגן דער דין תורה - למען השלום
געפאלג אזוי איינצרעדן די גאס - למען השלום
וכו׳ וכו׳

וואס האט באבוב געטוען פאר שלום?
געאפפערט פשרות - למען המחלוקת
ערלעדיג בית יעקב ווי ענק זאלן קענען דאווענען - למען המחלוקת
זיך געבעטן ביי ענק צו פאלגען דער פסק געהעריג - למען המחלוקת
געצאלט אן קיין מאנקי ביזנעס - למען המחלוקת
מען רופט ענק באבוב45 אדער 45 כנ״ל - למען השלום

אבער ניין, דאס איז נישט שלום, דאס האט באבוב געטוען פאר מחלוקת!
וואס ענק טוען, יהיה מה שיהיה, אז למען השלום.
וואס אונז טוען = מחלקות.

ר׳ יוד, חוץ פון ״פלאטקענען״ ״אני שלום״ און ״והמבין יבין״, האט רמ״ד נאר געארבעט למען המחלוקת, דריי נישט קיין קאפ.
באבוב האט קלאר געזאגט פאר ר׳ שלמה פרישוואסער, וועט ער פאלגן געהעריג, וועלן זיך די רבי׳ס טרעפן און ס׳וועט זיין שלום.
אבער געוואיר ווערנדיג ווי רמ״ד לויפט מאכן עיקולים, האט ער שוין אויך מודה געווען, אז רמ״ד אז דער וואס וויל נישט קיין שלום.

ווי אזוי עס זאל נאר זיין.
ר׳ מרדכי דוד האט דער שליססעל פון שלום.
נישט באבוב, און נישט ר׳ משה חיים מאנדלבוים אין קבר.
״זאגן אז ער איז ״גרייט״ פאר א סאך מער, איז פשוט ״געפלאטקעוועט״, חוץ פון שרייען שלום האט ער נאר געטוען למען המחלוקת.

רמ״ד, דארף פשוט איין טאג באשליסן, אז מען גייט פאלגן דער פסק, אין קונצן, וועסטו זעהן ווי עס וועט זיין שלום.
״והמבין יבין״
דו ווייסט וואס דאס מיינט?
אויב די פארשטייסט וואס איך שרייב, דאן ביסטו א מבין און אויב נישט...
זונטאג יאנואר 04, 2015 3:54 pm#245704
וואס איז דע צוויי עיקולים פון וואס כנור רעדט?
פרייטאג יאנואר 30, 2015 5:14 pm#250986
/
מיטוואך אפריל 01, 2015 12:33 am#263382
כ'שפיר מיך ווי א נאר, צוריקצוברענגען דעם אשכול לאור עולם. אבער היות איך בין ניי דא, גיי איך צוביסלעך אלעס אדורך.

לגוף הענין, כאטש איך קען אויפברויזן מאנכע. מוז איך ארויסברענגען מיין וואונדער צו די געווענדליך נארמאל-קאנטראלירטע מענטשן וואס שרייבן דאהי, וואס זענען ביי דעם אשכול געווארן צואווילדעוועט אויף א משונה'דיגן פארנעם. ארויסווייזנדיג אביסעלע וויאזוי מענטשהייט ארבעט: מ'קען שפילן שיין ביז מ'טרעט דיר אויף די הינער-אויגן. נאך א גרעסערע וואונדער איז, צו טראכטן אז די מיאוסע באשמיצערס זענען די 'איידעלע' בחנ'טע באבובע חסידים. לדעתי העניה - א שאנדע און א בושה, אז במשך 38 פילע בלעטער האבן מענטשן נישט געהאט קיין כח המעצור צו רעדן נארמאל לגופו של ענין, ולא לגופו של אדם.
ובזה עשיתי את שלי. און יעצט - יתרבו הקופצים עלי, צו שינדן מיין הויט פארן ארויסברענגען א ריכטיגע - הגם א ווייטאגליכע - נקודה לעיני כל.

----------------------------
כמובן, אז שרייבן איבער די שטותים לכאן או לכאן, אין כאן מקומי להאריך... כ'וועל זיך פשוט מתייחס זיין צו א פרעמדע נושא וואס איז ארויפגעברענגט געווארן, און קיינער האט דאס נישט פארענטפערט:
לית דין בר נש האט געשריבן:איך פארשטיי ממש נישט וואס רבי משה שרייבט "שיהי' כמו בקהילות אחרות שלום ושניהם באותו שם"
איז דא איין פלאץ ווי עס איז גיוועהן א דין תורה אויף א נאמען וואס בי"ד האט געפסקנט אז ביידע בלייבן מיט די זעלבע נאמען?
שומרי אמונים / תולדות אהרן
תולדות אהרן / תולדות אברהם יצחק (אגב דאס איז גיוועהן ביים עדה ווי ר' משה איז רב)
בעלזא / בעלזא מאכנובקא
קארלין / פינסק קארלין
קראסנא / כוונת הלב

תשובה:
גם מזה וגם מזה אל תנח ידך.
על פי רוב האט מען טאקע נישט געלאזט ביידע בלייבן מיט די זעלבע אויסלייג פונעם נאמען, אבער נאכאלס מיטן זעלבן נאמען.
צוויי ביישפילן:
סלונים / סלאנים
טשערנאביל / טשארנאביל

אגב, ביי די בעלזע-מאכנובקא פרשה, איז די ד"ת אנגעקומען אויך צום עדה"ח, וואס האט גע'פסק'נט אז ביידע קענען זיך רופן מיטן זעלבן נאמען 'בעלזא'.
יעצט קען מען דן זיין צו די עדה קען דן זיין איבער בעלזא, וד"ל...
מאנטאג יוני 15, 2015 11:20 pm#282913
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס האסטי געוואלט, מ'זאל שרייבן אויף מהר"ש כ"ק אדמו"ר מ'באבוב-45 ז"ל?

אוודאי
אין 45 זאל מען אזוי רופן אין שרייבן.. אין ביי די אנדערע זאל זיין פשוט .... נישט אזוי...
דינסטאג יוני 16, 2015 2:04 am#282933
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס האסטי געוואלט, מ'זאל שרייבן אויף מהר"ש כ"ק אדמו"ר מ'באבוב-45 ז"ל?

אוודאי, וויבאלד ער איז די זיידע פון רמ״ד וואס האט געעפענט א נייע ענטיטי וואס האט גארנישט מיט פריערדיגע חסידות, דארף מען טרעפן עפעס א נאמען פאר די זיידע....... :lol: :lol:
דינסטאג יוני 16, 2015 10:19 am#282961
גאנץ איינפאך.
איינס אויפן פירמא צעטיל שטייט
״באבוב45״ נתייסדה ע״י כ״ק מרנן רבותה״ק זצוקללה״ה

ר׳ יוד! וועלכע מרן רבותה״ק האבן מייסד געווען קהל באבוב-45?
כמדומני די צוויי מרנן לעבן נאך.

אויב דערמאנען זיין דער באבובער רב ז״ל, וואלטן זיי טעכניש געדארפט שרייבן כ״ק אדמו״רים מבאבוב זצ״ל.
אזויווי ווען א בעלזער, סאטמארער, גערער, וויזניצער דערמאנען דעם באבובער רב ז״ל שרייבן זיי אדמו״ר מבאבוב, און ווען זיין שרייבן אדמו״ר זצ״ל מיינט עס דער בעלזער, סאטמארער, גערער וויזניצער רבי זצ״ל - וואס לעבט שוין נישט.
ה״ה מיט די באבאפינעפונפערציגער, ווען זיין דערמאנען אדמו״ר זצ״ל, פארשטייט יעדער רעכטדענקיגער אז דא האנדלט זיך פון אדמו״ר מבאבאפינעפונפערציג זצ״ל, אבער אזא פיגור ביז דערווייל באשטייט נאכנישט.
אבער דאס אלס א חלק פון זייערע ״וויתור״ למען ״השלום״... וואס שפעטער ארויסגעברענגט אינעם בריוו...

אבער כ׳פארשטיי זייערע ווייטאג...
דינסטאג יוני 16, 2015 11:55 pm#283175
און איך פארשטײ דײן װײטאג.