Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
598 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:08 pm#236153
זאל אן אינסיידער איבער נעמען די פעדער און אין א נייע אשכול אפצייכענען מיט גאלדענע אותיות די היינטיגע אסיפה,
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:16 pm#236155
IMG-20141118-WA0190.jpg
IMG-20141118-WA0190.jpg (45.68 KiB) געזען געווארן 3977 מאל
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:41 pm#236159
ווי אזוי האט זיך דו קאלאוואר געבראכען?

אפדעיט?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:25 am#236182
נייע לאגא גאר גוט

IMG-20141118-WA0198.jpg
IMG-20141118-WA0198.jpg (79.26 KiB) געזען געווארן 3603 מאל
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:41 am#236209
דער רבי האט (זײער) גוט גערעדט און מסביר געװען אביסל אלע צדדים אבער למעשה גײט מען פאלגן די פסק בעיקר כדי עס זאל װערן שלום. און יא דער רבי האט קאנפירמד אז רב מענדל שאפראן שליט"א האט איהם געזאגט קלאר אז ער מעג גײן אין קאורט. דער רבי לײגט צו – אבער װאס ס'װעט געשען איז אז מענטשן װעלן צוליב דעם גײן אין קאורט אן א היתר...

און װי אויך האט ער געזאגט בקול רם, "און די מטרה פין דעם איז אז ס'זאל װערן א גאנצע שלום!! און דאס זאגן מיר צו את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה! אונז נעמען דעם שריט אויף די מטרה אנצוקומען צו א גאנצע שלום און דעמאלס װעט זיך די פסק האלטן! אז ס'װעט זײן א גאנצע שלום װעט עס זיך האלטן. והמבין יבין."
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:44 am#236213
װי אזוי קען מען ארויף לײגן אן אודיא קליפּ פון װאטסעפפ?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:56 am#236220
in File manager go to whats app, then what's app media, then what's app audio
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:03 am#236221
א שיינע בייפאל - זעלבע פאנט, שורה, און סייז...
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:05 am#236222
וואס האט די רבי געזאגט אז ווי לאנג עס וועט זיין שלום וועט מען אויספאלגען די פסק וד'ל ?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:10 am#236225
chusid האט געשריבן:וואס האט די רבי געזאגט אז ווי לאנג עס וועט זיין שלום וועט מען אויספאלגען די פסק וד'ל ?

בקיצר ער האט געמאכט א גיטע זשאב מיט פעטער בן ציון
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:23 am#236228
ידידי היקרים

כ'מוז ארויסברענגן דעם גוטן געפיל ב"ה דאס אומגלויבליכע האט פאסירט און מ'האט עס דערלעבט! יודו לד' חסדו!
לענגערע הערות, און אנאליזן אי"ה מארגן און א גוט זיסע נאכט!!
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:25 am#236229
צוליב סיבה לא נודע למי איז 48 נישט צופרידן, אויב פאלגט מען נישט פסק איז ער א רשע וכדומה. דא אז ער האט יא געפאלגט איז מען ווייטער מיט טענות אדער חוזק אדער עפעס אנדערש שדורשים לגנאי.
באבוב איז דאך געבויט אויף שלום, עכ"פ פון נאכען קריג, רבי מרדכי דוד האט זיך אונטער גענומען צו פאלגען דער פסק, פארוואס קומט באבוב (פלעין) מיט מער שנאה וכו' אנשטאט שלום מאכען מיט דער מצב.
איך האב שוין פון לאנג חושד געוועהן אז דער שלום ואחדות וואס מ'האט פארקויפט אויף מהר"ש איז סתם געוועהן א פראפאגאנדע, ווייל קוק ווי אזוי אנשי מהרב"ץ רעאגירען, זיי קענען נישט עומד בנסיון זיין, זיין פארלירען זיך אינגאנצען.

אויב רופט מען דעם חיבור 'ליקוטי כרם שלמה' א 'ספר הקדוש' (כמובא בקונטרסי 'אמרי קודש'), וויל איך דא מעתיק זיין א שורה:

...הרי דבשעת שאנשים מחזיקים כבר במחלוקות קשה להם להפסיק, רק אדרבה הריב הולך ומתרחב, כי נעשה כסומים בלי ראות. ולהינצל מזה אין עצה אחרת כי אם להתפלל אל השי"ת, שישמרם ויצילם מנפול ברשת המחלוקות...

(כרם שלמה פ' שופטים עמוד קמד)

זיי האבען אן געהויבען זייערע מחלוקות בשעת התפלה, און לכאורה האבען זיי נישט געדאווענט זייט דעמאלס...
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:44 am#236231
באבוב 45 באס
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:46 am#236232
באבוב 45 לעטטערהעד
צו באמערקן: עס שטייט נישט בראשות אבד"ק שליט"א
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:04 am#236233
אויסגערוט האט געשריבן:in File manager go to whats app, then what's app media, then what's app audio

?Thanks. I'm asking how to post it on kaveshtiebel
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:11 am#236239
לאמיר זעהן ווי אזוי דער פסק, איז געווארן אויסגעפירט אין די לעצטע 90 טעג:

עי׳ בהפסק:

א. איז רמ״ד נישט נוגע.
ב. באבוב האט, ביזדערווייל, מקיים פסק געווען כדת.
ג. איז רמ״ד נישט נוגע.
ד. רמ״ד מעג ״זיך״ ״נישט״ באנוצען מיט דער נאמען ׳באבוב’ בכלל, ביי זיך אויכעט נישט! - ניין ס׳איז נישט בלויז א היכר!
ה. רמ״ד מעג ״זיך״ ״בלויז״ באנוצען מיט דער נאמען ׳באבוב’ מיט א שם לוי, אפילו ביי זיך! דו ביסט נישט באבוב!
ו. לאמיר זעהן ווי אזוי זיין ״פאלגן״ שטומט מיט דער פסק דין:
ז. נוץ עס אויס מיט פלעזשור, הגם דער נייער סימבאל שטומט נישט ממש מיט דעפ סעיף, עי׳ סעיף ט׳, דאך איז עס דער זעלבע הייעך, טאקע נישט אזוי קלאר ווי דער ווארט באבוב איז. (יעצט קען מען פארשטיין, פארוואס ס׳איז דא אזוי פיל סעיפים וועגן דער נאמען, ווייל מיט דעם אלעם, האבן זיי זיך האלב וועגס ארויסגעדרייט!)
ח. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
ט. דא ליגט די הונט באגראבן, ביז היינט אווענט, מוזען אלעע בנינים פון זיי האבן דער נייע נאמען ״באבוב45״ אויף די ווענט, טוישן, לעדערהעדס, זיגלעך וכו׳ וכו׳.
י. איז רמ״ד נישט נוגע.
יא. רימיינדער, נישט נוצען דער נאמען ״באבוב״ אן א צונאמען, אפילו נישט בקריאה און נישט בכתיבה!!!
יב. אזויווי רמ״ד האט רופט זיך יא באבוב45, איז דער סעיף מער נישט אקטועל, עי׳ סעיף ט״ו.
יג. די נייע לוגו שטימט בלויז מיט תנאים [א] און [ב], תנאי [ג] פארלאנגט אז ס׳זאל זיין דער זעלבע גרויסקייט און צורה ווי די ווארט באבוב, אבער לעמשה, ס׳האט די זעלב ליין אינדערמיט, אבער די צוויי נאמערן זענען באלד שמעלער ווי דער ו׳, בשעת ס׳וואלט זיין אזוי ברייט וויי צוויי ברייטע אותיות!
יד. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
טו. עי׳ סעיף ט׳.
טז. נאו קאממענט.
יז. ווי עס זעהט אויס גייען זיי דאס פאלגן.
יח. טעכניש האבן זיי דאס אויף אויסגעפאלגט, אבער עי׳ סעיף י״ג תנאי ג׳
יט. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
כ. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
כא. טעכניש זיך רופן באבוב45 איז גורם א פראבלעם, אבער בי״ד לאזט זיי זיך אזוי רופן, טו בעד.
כב. מיט פלעזשור, היות ׳באבעפינעפינפערציג׳ איז זעהר א לאנגע נאמען, עמיר זיך באגנוגען מיט דער צווייטער האלב.
כג. דאס האבן מיר אויסגעפאלגט, ביז צום לעצטן פינטל אין די לעצטע פאר וואכן.
כד. נאו פראבלעם
כה. ענקער אויסוואהל. געדענק, מען אבער שוין נישט טוישן צו עפעס אנדערש. אויף ענקער מצבות וועט מען מוזען קראצען פ״נ… היה אדוק לצדיקי בית באבוב45, באבוב45ער רב וועט מוזען חתמנען - הק׳ יהושע אבד״ק באבוב45… האסטיך געקליבען, יעצט עס עס אויף…
כו. האלטן מיר אין מיטן מקיים זיין
כז. ייש״כ.
כח. מיט פלעזשור.
כט. [א] היינט נאכט, מוז סעיף ט׳ ווערן מסודר [ב] האסט נאך צייט [ג] שוין מסודר.
ל. אקעי
לא. דאס הייסט אז מען גייט נאך זיצן בים טיש צוזאמען…
לב. ר׳ מענדל שאפראן איז אויך מחזק דער סעיף…
לג. אוי געוואלד, דער סעיף האבן ענק אינגאצן פארגעסן, אי״ה ביי נעקסטע ישיבת בי״ד.
[לד. דער צוגעלייגטע סעיף פון רמ״ד אז ס׳זאל זיין שלום] דא בין איך צומישט, ווייל אויב האסטו צוגעלייגט א סעיף, מיינט עס אז די ביסט אקעי מיט דער פסק, אבער למעשה, שטעלט זיך ארויס אז נישט, אבער שוין.

ווי ס׳איז רויט מוז נאך היינט מסודר ווערן.
אויב נישט פארלירן ענק דער זכות פון זיך רופן באבוב אינגאנצען אפילו מיט א שם לווי.
(רמ״ד האט געקענט האלטן דער דרשה ר״ח אלול, און געהאט פלענטי צייט צו טוישן)
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:46 am#236241
עס איז טאא בעד ! איר וועט מיזן אנערקענען אז עס איז דא צויי באבעוו איינער הייסט באבעוו 48 אין איינער הייסט באבעוו 45 !
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:53 am#236242
Time will tell.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:07 am#236253
petergrifin האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:in File manager go to whats app, then what's app media, then what's app audio

?Thanks. I'm asking how to post it on kaveshtiebel

When you go to attach the file you select audio then you will have an option of "unknown" and there you will see whats app audio
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:29 am#236263
אויז באבוב48 שוין צופרידן מיט דעם אדער אס איבלט אים נאך אלס?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:14 am#236272
וואס איז דאס באבוב48?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:27 am#236277
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס איז דאס באבוב48?

ווער עס פארשטייט דער פארשטייט !
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:42 am#236281
מאיר הערש האט געשריבן:אויז באבוב48 שוין צופרידן מיט דעם אדער אס איבלט אים נאך אלס?

יא יא, און וועסט שרייען געוואלד טאמער נאכן דיין רופן באבוב מיט א כנוי כנ''ל און פייפסט אויפן בית דין וועל איך רופען באבוב45 מיט א נאמען וואס הייבט זיך אן מיט א 'ק' עה? סואר לאוזערס! טינק דיך שוין איין אין די קאלעיד און שטיי אויף פון חלום!
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:44 am#236282
ער האט געמיינט צו שרייבען באבוב לפנים 48,
איין מינוט ס'נאך אלץ אויף 48 סטריט, נישט אזוי? יתכן אז זיי האבען אראפ גענומען די סטריט סיין'ס...
ואידך האבען אויף געהאנגען א 45 סיין אויף 49'סטע גאס...

וואס חסידות האט אונז אלץ געלערנט. אוי ווי שטארק איז סאטמאר רב געוועהן ווען ער האט געשריבען 'נשתכח תורת הבעש"ט', ווייל אויב באבוב (יא ביידע, דריי מיר נישט קיין קאפ!) איז א דוגמא פונעם תורת הבעש"ט, שטייט דער מושג החסידות אויף הינער פוס.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:10 pm#236289
ניין ס'איז באבוב פראמינענדע, ווייל זיי האבען אראפגענומען דער סיין 48, סאו ס'איז באבוב פרעמינענדע, מיט באבוב 45,
קוק ווי דיע חברה האלטן עס נישט אויס, שרייען און בילען ווי בלעם מיט זיינע קללות, וואס מ'טוט מיט זיי איז מען נישט העפי.

ראו מה בין בני לבן חמי, יא, באבוב 45 וואלט געקענט זיין בעצבות , אבער האבען א רבי, וואס דערהייבט זיי, מיט שטאלץ, ברענגט זיי שמחה פאר זיינע חסידים.
לאידך באבוב 48 וואלט געדארפט זיין בשמחה, אבער זייער רבי פירט זיי מיט מרה שחורה און ביטערניש, און ברענגט זיינע חסידים עצבות, און קאמפלעקסעס.

העלאו, ווייסט איינער דער מצב הבריאות פון באבובער פראמינענדע רבי? וואס וויילט יעצט און פלארידע?
האט איינער ערשט האנטיג באריכטען?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:37 pm#236296
אויב זיי פרעגן מיך, (איך זעה דאך זיי האבן מיך געפאלגט מיטן נאמען וואס איך האב ג'עצה'ט פון די ערשטע מינוט) וואלט איך נישט אריין געדרייט דעם 45 אינעם קרוין מ'געינט ממש גארנישט, ס'איז נאר בולט אז מ'זוכט צו אנטלויפן דערפון, און ס'געבט א מקום פארן צד שכנגד זיך צו שטעלן דערויף, איך בעט אייך מאכט איין נישט נאריש און שטעלט זאפארט אריין דעם 45 אינעם קרוין, איך זאג עס אלס איינער וואס קוקט ארויס אויף אייער הצלחה, (נישט אז חלילה צד רב"צ נישט, זיי זענען דאך אקעי)

כאב אזוי אריינגעטראכט, די ווארט "באבוב-45" האט אין זיך 2 חלקים עס האט דער ווארט "באבוב" וואס דאס איז א נאמען פון א שטאט דער נאמען פון דער חסידות הידוע און עס האט 5 אותיות, ווידער דער חלק 45, איז בלויז א "נומער" און האט בלויז 2 אותיות,
דאס מיינט איר זענט גאראנטירט, וויזוי מ'זאל נאר נישט דרייען, איז אומפארמיידבאר אז כל רואיה יכירו וידעו אז דאס איז דער גאליציאנער באבובער חסידות הידועים לשם ולתפארת, תלמידי וחסידי אדמורי וצדיקי בית באבוב ולמעלה בקודש,

איך האלט טאקע אז ווי מברויך נישט זאל מען גארנישט שרייבן, למשל בילדינג סיינס וכדומה, פעלט לגמרי נישט אויס זאל שטיין די ווארט באבוב, קיינער גייט נישט בטעות אריינבלאנדשען אין די ראנג באבעווער שול,

איך זעה אויך אז זיי מיטשען זיך נאך מיט די פאר-נאמען ווייל "בני ציון" ודומיהם איז דאך אסור, איך וואלט זיי געראטן צו פארגעסן פון א אפציעלע פאר-נאמין, יעדען מוסד, בנין אדער אפטיילונג זאלן זיי געבן א אנדערע נאמען, (אזא גאטונג ווי די ארונים'ס תורה ישיבה'ס טראץ וואס ביי זיי עס צוליב א אנדערע מטרה) למשל די גרויסע ביהמ"ד וואלט איך גערופן עפעס א נייטראלע נאמען למשל "ביהמ"ד הגדול לתורה ולתפלה" אנדערע שולן (אויב זיי האבן) "ביהמ"ד קדושת ציון", "דברי חיים", "תפארת שלמה", "מלכות שלמה", אדער אבי נעמען, זאל זיין 100 נעמען, יעדע געגענט א אנדערע נאמען, אבער דער צד השוה איז באבוב-45, דאס מיינט די איינציגע וועג וויזוי מ'גייט זיי אידענטיפיצירן איז "באבוב", טאקע 45, אבער "באבוב" אלנספאל,

איך האף באמת אז יעדער וועט דא זיין ציפרידן, והעושה שלום במרומיו,
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:13 pm#236308
גאלד האט געשריבן:אויב זיי פרעגן מיך, (איך זעה דאך זיי האבן מיך געפאלגט מיטן נאמען וואס איך האב ג'עצה'ט פון די ערשטע מינוט) וואלט איך נישט אריין געדרייט דעם 45 אינעם קרוין מ'געינט ממש גארנישט, ס'איז נאר בולט אז מ'זוכט צו אנטלויפן דערפון, און ס'געבט א מקום פארן צד שכנגד זיך צו שטעלן דערויף, איך בעט אייך מאכט איין נישט נאריש און שטעלט זאפארט אריין דעם 45 אינעם קרוין, איך זאג עס אלס איינער וואס קוקט ארויס אויף אייער הצלחה, (נישט אז חלילה צד רב"צ נישט, זיי זענען דאך אקעי)

הרב גאלד זעהר שיין געשריבן
כ'האב באמת הנאה פון דיין אנאליז, איין קליינעם הוספה, וועלכער פארענטפערט דיין תמוה אויפן לאגא, ווי אויך דער נעכטיגער אינטרעסאנער דרשה, דאס אלץ איז צושטאנד געקומען נאך חדשים פון אמפערייען און פארשידענע פלענער וויאזוי אויזצוקרוזן דעם פסק, ווי כ''ק מבאבוב 45 שליט''א האט קלאר ארויסגעברענגט, אבער נאכן בלייבן סטאק, סיי ווייל ערכאות איז נישט קיין אפשען עפ''י עצת האדוואקאטן (כ'האב פארגעסן הטעם דרכי שלום וחילול ד'-איי די ערשטע פיר מאל אדר ס''ה, ביה''ח, גילה, בג''צ, האסטו א גוטע א קשיא!) איז מען בוחר את הרע במיעטו. ולפי''ז (געב א דריי די פינגער) איז שוין קלאר אויך די גאנצע ווארטעניש ביזן לעצטע אטעם, און טאקע נישט קענען אויספאלגן דאס אלעס טוישן איטערנאציאנאל ביום אחד כמבואר בפסק, ווייל דער מטרה איז נישט צו אנקומען ערגעץ ענדערש א בחינה משרה גבירתי אנכי בורחת!
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:31 pm#236314
גאלד האט געשריבן:אויב זיי פרעגן מיך, (איך זעה דאך זיי האבן מיך געפאלגט מיטן נאמען וואס איך האב ג'עצה'ט פון די ערשטע מינוט) וואלט איך נישט אריין געדרייט דעם 45 אינעם קרוין מ'געינט ממש גארנישט, ס'איז נאר בולט אז מ'זוכט צו אנטלויפן דערפון, און ס'געבט א מקום פארן צד שכנגד זיך צו שטעלן דערויף, איך בעט אייך מאכט איין נישט נאריש און שטעלט זאפארט אריין דעם 45 אינעם קרוין, איך זאג עס אלס איינער וואס קוקט ארויס אויף אייער הצלחה, (נישט אז חלילה צד רב"צ נישט, זיי זענען דאך אקעי)

כאב אזוי אריינגעטראכט, די ווארט "באבוב-45" האט אין זיך 2 חלקים עס האט דער ווארט "באבוב" וואס דאס איז א נאמען פון א שטאט דער נאמען פון דער חסידות הידוע און עס האט 5 אותיות, ווידער דער חלק 45, איז בלויז א "נומער" און האט בלויז 2 אותיות,
דאס מיינט איר זענט גאראנטירט, וויזוי מ'זאל נאר נישט דרייען, איז אומפארמיידבאר אז כל רואיה יכירו וידעו אז דאס איז דער גאליציאנער באבובער חסידות הידועים לשם ולתפארת, תלמידי וחסידי אדמורי וצדיקי בית באבוב ולמעלה בקודש,

איך האלט טאקע אז ווי מברויך נישט זאל מען גארנישט שרייבן, למשל בילדינג סיינס וכדומה, פעלט לגמרי נישט אויס זאל שטיין די ווארט באבוב, קיינער גייט נישט בטעות אריינבלאנדשען אין די ראנג באבעווער שול,

איך זעה אויך אז זיי מיטשען זיך נאך מיט די פאר-נאמען ווייל "בני ציון" ודומיהם איז דאך אסור, איך וואלט זיי געראטן צו פארגעסן פון א אפציעלע פאר-נאמין, יעדען מוסד, בנין אדער אפטיילונג זאלן זיי געבן א אנדערע נאמען, (אזא גאטונג ווי די ארונים'ס תורה ישיבה'ס טראץ וואס ביי זיי עס צוליב א אנדערע מטרה) למשל די גרויסע ביהמ"ד וואלט איך גערופן עפעס א נייטראלע נאמען למשל "ביהמ"ד הגדול לתורה ולתפלה" אנדערע שולן (אויב זיי האבן) "ביהמ"ד קדושת ציון", "דברי חיים", "תפארת שלמה", "מלכות שלמה", אדער אבי נעמען, זאל זיין 100 נעמען, יעדע געגענט א אנדערע נאמען, אבער דער צד השוה איז באבוב-45, דאס מיינט די איינציגע וועג וויזוי מ'גייט זיי אידענטיפיצירן איז "באבוב", טאקע 45, אבער "באבוב" אלנספאל,

איך האף באמת אז יעדער וועט דא זיין ציפרידן, והעושה שלום במרומיו,

בין מסכים מיט דיר, אז זיי זאלען מאכען "45" מער נאטיסעבעל, און גלייב מיר אז פאר שלום וועלען זיי עס טוהן; זיי האבען א רבי א בעל דעת, נישט א שוטה. איך גלייב נישט אז דער לאגא האט דער קהלה אליין ארויס געשטעלט, נאר איז איין וועג פון א סאך ווי עס קען געמאכט ווערען, און דאס איז איינע וואס זאגט "איך בין נישט דיין נער", ווילסט שלום איז גוט; ווילסט מחלוקת, נישט מיט מיר.

ביזט גערעכט "אז די איינציגע וועג וויזוי מ'גייט זיי אידענטיפיצירן איז "באבוב", טאקע 45, אבער "באבוב" אלנספאל". עס איז מיר א פלא אז "חסיד" איז מסכים מיט דיר, אבער אויב יא, איז טאקע משיח'ס צייטען און ס'גייט זיין שלום. הלואי!
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:52 pm#236320
ראשעקאל האט געשריבן:סקוקט אויס אז צד 48 איז היפש נערוועז ווייל זיי הערן נישט אויף ארום צו שיקען פאפירען
למעשה גייט הרב מרדכי דוד יא האלטען דעם פסק אפילו לשיטות אלע רבנים זענען די רבנים אפגעפערגטע באקומען שוחד
נאר הרב מרדכי דוד האלט אז ליידער ביז יעצט זענען שוין די רבנים א חוזק ביי יעדען איינעם קיינער פאלגט מער נישט קיין פסק בית דין מען צוקראצט זיך נישט פון קיין עיקול בית דין
אבער אז ער וועט יא פאלגען דעם בול שיט פסק וועט ער ווייזען פאר די וועלט אז פארפאלען די תורה הייסט אל הבית דין אשר יהיה בימים ההם אפילו זיי זענען שקצים פארשעמטע שמוציאנען דארף מען דאך פאלגען ווייל די תורה הייסט אזוי
אין זיין זכות וועט זיין אז עס וועט זיין הרמת קרן התורה בתוך כלל ישראל
אין אז דער אייבישטער וועט זעהן אז כלל ישראל פירט זיך אויף אזוי גיט וועט ער שיקען דעם גואל צדק און דעמאלטס וועט יעדער זעהן אז בית דין מיט אלע רבנים וואס האבען געפירט דין תורות האבען אלעס געטיען נגד התורה זיך אויף געפירט ווי פראסטאקעס אין זיי האבען מוסר געזאגט פאר כלל ישראל על מה עשה השם ככה פארוואס עס איז געקומען די אלע צרות נישט ווייל די רבנים זענען געווען שקצים נאר ווייל מיר עמך אידען וואס האבען געפאלגט די רבנים בלינדערהייט אפילו מיר האבען געוואוסט אז זייער פסק איז נישט קיין פסק זייער תורה איז נישט קיין תורה זייער קדושה איז נישט קיין קדושה זייער תמימות איז נישט קיין תמימות זייער אמת איז מלא שקר זייערע דרשות איז מלא גאווה אז א שמוציאן קען מוסר זאגען פאר איינעם וועגען א נושא אינדערצייט וואס ער אליין איז םארזינקען אין דעם ענין ביזען תהום איז נישט דא קיין גרעסערע געלעכטער ווי דעם
אבער מיר פושעטע אידען מיר גייען מיט די תורה מיט א תמימות אין מער האבען זיך נישט צו שעמעו
אשריך הרב הצדיק רבי מרדכי דוד מבאבוב פאר ראטעווען די תורה ראטעווען די 613 מצות ראטעווען די מסורה ראטעווען די קבלה

Cp

זייער גיט געזאגט
לדעתי אויב גייט ער נישט אין court ברענגט ער אינטער כלל ישראל
בית דין טיט מה שליבו חפץ אין קיינער טראכט ניט אמאל זיך אונצוריפן
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:56 pm#236321
ARONGREEN האט געשריבן:

למעשה אלע גרוסע קנאקקערס
וויפל יודן וואס האבן א פראבלעם וועלן היינט גיין אין בית דין
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:11 pm#236324
איינער ווייסט ווי אזוי מ'גייט שרייבן אין די צייטונגען? האדמו"ר מבאבוב 45?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:18 pm#236325
how are they allowed to put the 45 hidden in the crown, as per the psak its supposed to be in the same line, size
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:59 pm#236337
כ'קען נישט ווארטן ווען ר' חיים ברוך ה''ש און ר' יוסי אונגער וועלן זיך רופען אדמו''ר מבאבוב 4539 וכו' מ'קען באלד האבן א גאנצע טלפון ביכל אינעם קרוין!
(זאל כ''ק מרן אדמו''ר מבאבוב 45 לעבן עמו''ש, אמן! אבער וויאזוי גייט מען שרייבן א מצבה?)
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:59 pm#236361
chusid האט געשריבן:how are they allowed to put the 45 hidden in the crown, as per the psak its supposed to be in the same line, size

אויף וועמען פרעגסטו א קשיא, אויף די וואס גייען און ערכאות פיר מאל און זאגן נאכדעם אז מ'גייט נישט אין ערכאות ווייל ס'איז אסור עפ''י תורה?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:01 pm#236362
אזוי ווי חסידים פארן קריג האבן גערופן זייער רבין אויפן נאמען פינם שטאט אזוי קען מען זיך אויכעט פירן בזמנינו, באבוב איז א נאמען פין א שטאט אין 45 פין א גאס, פארוואס איז שטאט נאמען בעסער ווי גאס נאמען אויף א מציבה? ווייל די ביסט צו געוואינט? ביז די פטירה וועסטו זיך צו דעם אויך צו געוואינען.

]דאס איז אלעס אויב גייט זיין שלום...]
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:03 pm#236363
אגב זעה איך אז כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו און אויף די נייע סטעשענערי פון קהל באבוב 45 שטייט נאר בנשיאות כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א, וואס איז געשעהן מיט בראשית הגה''צ אבד''ק שליט''א?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:18 pm#236373
ראשעקאל האט געשריבן:בי"ד מאכט א לאנג'ס און א ברייט'ס איבער ווי אזוי באבוב 45 מעג זיך רופן "באבוב 45". האלט טאקע איינער אז זיי גייען דאס אנעמען? א נאמבער אין א נאמען פון א חסידות איז אסאך מער מאדנע ווי צולייגען א נאמען ווי "צאנז באבוב". "באבוב 45" קוקט אויס ווי עפעס א שטיבל אזוי ווי "בעלז 41"

נא @ראשעקאל, זעט אויס אז האסט זיי איבערגעשאצט, הא?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:20 pm#236375
יין שרף האט געשריבן:למעשה פאר ווער עס ווייסט, פינסק קארלין איז אויך א קהילה שנחלקו פון קארלין סטולין. עס איז געווען א היציגע דין תורה, און בי"ד האט אויך אזוי געפסקענט אז זיי דארפן טוישן די נאמען, און אויב זיי ווילן דוקא די נאמען קארלין דארפן זיי צולייגן א צווייטע נאמען פארדעם, וכן עשו.
למעשה יעצט געדענקט כמעט קיינער נישט אז סקאיז אמאל געווען מחלוקות דארט, נאר עס איז צוויי שיינע באזונדערע קהילות.

לאמיר האפן אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 וועט אויך אזוי טוהן, און אנשטאט צולייגן א נומער זאל ער צולייגן א שטאטס נאמען כגון צאנז-באבוב אדער ראפשיץ-באבוב. ס'איז אסאך בכבוד'יג, און מער ערוואקסן.
ער האט יעצט א געלעגהייט ארויסצוגיין א געווינער, ניין נישט מיט געלט און נישט מיט בנינים, נאר מיט מעטשורקייט אנפאנגען א נייע פרשה מיט א נייע נאמען.
אויב עס בלייבט אזוי לאזט זיך גלייבן אז ביז 15-20 יאר וועט די מחלוקות אינגאנצן איינשטילן. פארקערט ווי ווען צד מהרב"צ וואלט פארלוירן...

נא @יין שרף וואס זאגסטו, ס'איז דיר נישט איינגעפאלן אז מ'האט ציטוהן דא מיטן חכם הדורות?
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:24 pm#236376
יאיר האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א דיין שעמט זיך נישט אונטערצושרייבן אזא פסק. ניין, איך רעד נישט וועגן יושר. נאר פשוט דער תוכן הדברים. איך האב געמיינט אז דא פירט זיך עפעס א דין תורה אויף נכסים, אויף ירושה אין רבנות, אויף נכסי ציבור, דערווייל האבן די דיינים געגעבן אזא רוק אריין די נכסים און רביס'טעווע אין איין זאץ, כאילו דאס איז נאר בדרך אגב. און די איבריגע דריי פולע זייטן געווידמעט אויף די וויכטיגע שאלה צו רמ"ד מעג זיך רופן באביב אדער באבאוו, צו ער מעג זיך רופן באבוב צאנז אדער נאר צאנז באבוב, און ווי גרויס די בוכשטאבן פון 45 זאלן זיין, און ווי אזוי די אוניפארם זאל אויסזען. דאס האט מען דן געווען במשך די לעצטע ניין יאר? איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן. ס'איז מיר באמת א פלא ווי אזוי אן ערוואקסענער מענטש וועלכער האלט זיך גענוג געלונגען צו קענען פסק'ען מולטי מיליאן דאלער דין תורה'ס שעמט זיך נישט צו אונטערשרייבן אויף אזעלכע נארישקייטן.

@יאיר, האסט נישט פארשטאנען? נאכן זען דעם לאגא זעט מען אז בית דין איז געוועהן גאר קליג!
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:42 pm#236381
chusid האט געשריבן:how are they allowed to put the 45 hidden in the crown, as per the psak its supposed to be in the same line, size

עס שטימט מער מיט דער פסק, ווי דער פסק שטימט מיט די תורה.

פרעג אנדערש,
how are they allowed to live
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:38 pm#236445
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס איז דאס באבוב48?

ער האט נישט איטערגעשריבעו שטרי בירורין ער מעג (אפשר וועט דאס גורם זיין אז רמ''ד וועט זיך נישט טארן רופן אפי' מיט א שם לוי-היכר)
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:37 pm#236458
ירא שמים האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס איז דאס באבוב48?

ער האט נישט איטערגעשריבעו שטרי בירורין ער מעג (אפשר וועט דאס גורם זיין אז רמ''ד וועט זיך נישט טארן רופן אפי' מיט א שם לוי-היכר)

און נישט פאלגען אז ס'איז אלץ למען השלום
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:56 pm#236501
וואס איז דער חסיד אזוי צולאזט ער קייט און קייט און אטעמט ניש אינדערמיט
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:41 am#236532
זאגט מיר איינער אזוי: רמ"ד האט מחליט געווען צוצולייגן צאנז און זיך רופן צאנז-באבוב, האט רה"מ מקרית צאנז נתני' אים גערופן צו דין תורה. האט רמ"ד גענומען זלמן גרויז פאר טוען און דער פסק איז געווען אז רה"מ מקרית צאנז דארף צולייגן דעם נאמען קלויזענבורג...
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:22 am#236534
נאך אזויפיל מאל פארלירן, פארוואס פאלט דיך עפעס אין אז ער האט בכלל נאך א טשענס צו געווינען?
איך קלער אז רמ״ד וועט אויך דא פארלירן, און ער וועט זיך דארף רופן, צאנז-קלויזנבורג-באבוב.
אבער דעמאלטס וועט עם רש״ד מצאנז-קלויזנבורג רופן צו די״ת.

יעצט ברעך איך מיך קאפ וועלכע נאמען, וועט רמ״ד דא דארפן צולייגן?
בלית ברירה, וועט ער מוזן צולייגן דער נאמען פון זיין גאס, 45. צאנז-קלויזנבורג-באבוב-45.

נא איז דאך שוין בעסער אז ער זאל בלייבן באבוב45, און שלום על ישראל.
קען זיין אז דאס איז טאקע געווען דער חשבון, פון זיך נישט רופן צאנז-באבוב נאר גלייך באבוב-45.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:01 am#236535
כ'האב געהערט פין איינער וואס האט געהערט וכו', אז 45 האט דא געטוהן א גאר קלוגער שריט. זיי שטעלען אהער אז זיי גייען פאלגען, און לייגען כסדר אריין למען השלום למען השלום.

למעשה לייגען זיי אין די לאגא אריין 45 עס זאל נישט זיין זעהבאר, אזוי אז דאס איז קעגען די פסק וואס פארלאנגט קלאר אז עס מוז זיין די זעםבע גרויס די זעלבע שורה.

עס וועט נישט נעמען לאנג און צד 48 גייט אין קארט אריין און מאנט זיי מיליאנען אויף נאמען גניבה, דעמאלס וועט צד 45 זאגען אז זיי דארפען נישט האלטען דער פסק ווייל עס איז ממילא נישטא שלום.

אזוי אז אונז כלל ישראל זעמער פארזיכערט מיט אקשען ביז משיח'ס טאג.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:01 am#236536
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'האב געהערט פין איינער וואס האט געהערט וכו', אז 45 האט דא געטוהן א גאר קלוגער שריט. זיי שטעלען אהער אז זיי גייען פאלגען, און לייגען כסדר אריין למען השלום למען השלום.

למעשה לייגען זיי אין די לאגא אריין 45 עס זאל נישט זיין זעהבאר, אזוי אז דאס איז קעגען די פסק וואס פארלאנגט קלאר אז עס מוז זיין די זעלבע גרויס די זעלבע שורה.

עס וועט נישט נעמען לאנג און צד 48 גייט אין קארט אריין און מאנט זיי מיליאנען אויף נאמען גניבה, דעמאלס וועט צד 45 זאגען אז זיי דארפען נישט האלטען דער פסק ווייל עס איז ממילא נישטא שלום.

אזוי אז אונז כלל ישראל זעמער פארזיכערט מיט אקשען ביז משיח'ס טאג.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:40 am#236549
איחוד פעלד האט געשריבן:דעמאלס וועט צד 45 זאגען אז זיי דארפען נישט האלטען דער פסק ווייל עס איז ממילא נישטא שלום.

דער ריכטער מיטן שווארצן כאלאטל קימערט גאר ווייניג איבער שלום! ער זעט א לעגאלן אונטערגעשריבנעם ארביטרעישן דאקיומענט וזהו! אבער לפי ידיעתי איז דער לאגא נאר צו אביסל אנרייצן די געמיטער, און וועט געטוישן ווערן בקרוב, דער פסק וועט לכאורה אויסגעפאלגט ווערן כמעט אויף 100% ווייל קיין ערענסטע אנדערע ברירה איז נישט דא, אלא מאי מ'האט די ספרי תורה נאך נישט אומגעקערט, דאס איז בלויז ווי דער אינגל וואס נאכן כאפן פון'ם רבי'ן א מתנת יד, האלט ער אויפן וועג צוריק ווען דער רבי קוקט נישט א פייג.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:44 am#236565
אונטרעסאנט צו באמערקן ווי דער 48 חסידים שרייען און בילען אן אויפהער ווי קעלבלען.
קומען אויף מיט אזעלעכע קארני שפעקלאציעס, עטס זעטס ממש פאני,

יוסי אונגאר וועט זיך שוין קענען רופען באבוב פלעין, אן 45,
בכלל רמ"ד וועט ליגען און דאמבראווא חלקה, און זיי האבען נישט גע'חתמענט שטרי בירורין וועט קענען שטיין באבוב פלעין.

בכל אופן חסידי רמ"ד שעמען זיך נישט מיטן 45, אבער כ'זעה נישט פארוואס דער נאמבערס זאלען נישט בטעות קענען אראפ פאלען, פונקט ווי דער נאמען אייזיק דייטש איז אראפגעפאלען פון דער מתיבתא בילדינג.

חסידי וכל זה אינני שוה לי בראות את מרדכי היהודי [דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו] יושב בשער המלך, האלטן נישט אויס אז רמ"ד האט געפאלגט דער פסק, פארשטייט איינער פארוואס? וואס מ'טוט מיט זיי איז נישט גענוג פאר זיי?
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:06 pm#236577
סאו וואט האט געשריבן:בכל אופן חסידי רמ"ד שעמען זיך נישט מיטן 45

סימבעל יוכיח, ווי מען שעמט זיך נישט...