איך וויל דא שרייבן צו ידידיי פון 45, און צו מיינע אמאלעגע (אפשר צוקומפטיגע) ידידים פון 48.
יעדעס מאל ווי איינער שרייבט אויף די צווייע אז דער האט געטוהן רשעות און דער האט געטוהן דער רשעות, איז אלץ שטותים מיט הבלים. עס שיינט אזויווי איינער וואס וואקט אריין אין א צימער אינמיטן א פייט, און זעהט ווי שמעון געבט א קלינגעדיגס פאר ראובן. נישט וויסענדיג אז מען הרגעט זיך שוין יארן, מאכט ער קולות אויף שמעון. למעשה האט שוין שמעון געכאפט סאך מער פון ראובן. מאך מער ווען שמעון וואלט נישט דעמאלס געגעבן די פראסק, וואלט ער געכאפט פי עשר, דאס איז נאר געווען אלס סעלף דיפענס.
דער באבובער פילוג האט זיך אהנגעהויבן אדר תש"ח וועט די פריערדיגע רב ז"ל האט חתונה געהאט זיווג שני מיט הרבנית פריידא ע"ה. אויב מען מעג זאגן האט זיך עס אהנגעהויבן ווען די נאציס האבן געהרגעט רבעצין בלומא רחל הי"ד. נאטירלעך איז דאס גורם פראבלעמען אין א משפחה, ובפרט ביי א משפחה פון אזא רבי'שע פארנעם מאכט עס כסדר פראבלעמן.
אונז אלע זענען נישט געווען פון דעמאלס און אונז ווייסן נישט גי גאנצע מעשה פון חד גדיא. איך בין בלי ספק זיכער אז במשך אלע יארן איז געפלויגן פעטש פון איין זייט צו די צווייטע. איך בים זיכער אז במשך השנים איז געטוהן געווערן עוולות פון די צוויי משפחות. ביידע האבן געטוהן, און ביי זענען בעוולט געווארן.
די אלע מעשיות וואס מער ברענגט דא אויף איז נאר א קליינע פינטעל פון די מעשיות וואס זענען פארגעקומען אין די לעצטע 60 יאהר. איז די וויכוח איז נאריש צו טענהן אז דער האט געטוהן אזא עוולה, ניין דער האט געטוהן סאך ערגער. שטותים אויב מיר ווילן קלארשטעלן די מעשה עד הסוף מוזן מיר חקרנען אלעס וואס איז פארגעקומען כדי קלאר צו שטעלן ווער איז די די עושה עוולה און ווער איז די בעוולטע. און קען זיין אז מער וועלן אויסגעפונען אז ביידע זענען עושה עוולה און קען זיין אז מיר וועלן טרעפן אז ביידע זענען נישט קיין עושה עוולה. היוצא מכל זה איז צו טייטלן די פינגער איינער פארן צווייטן אז דו ביסט א אזא גרויסע שגץ איז נישט ריאליסטעש.
איך בעט אז אלע כותבים פון ביידע צדדים זאלן אריינטראכטן אין די ווארהייט וואס איך שרייב דא.
איך גלייב שווער אז צווישן די ראמען פון ק"ש וועט איינער טוישן זיין מיינונג איבער ווער עס דארף זיין די יורש פון באבוב. אזוי אויך גלייב איך נישט אז איינער גייט טוישן זיין צד. די סיבה פון דעם איז, ווייל יעדער וויל פילן אז זיין מיינונג און טשויס איז געווען די ריכטיגע. ממילא וועט ער אלעס טוהן כדי צו בארעכטיגען זיין מיינונג/טשויס.
וואס מען וואלט יא געקענט אויף טוהן דא אין די ראמען פון ק"ש, אז יעדער זאל נאר ' הערן' די צוייטע צד. דא ווען קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט, קיינער ווייסט נישט מיט וועם דו רעדסט, קענסט יעצט לייגן אן אוזן קשבת צו הערן וואס דיין אמאליגע ידיד, וואס פלעגט זיצן אין ביה"מ אדער אין מתיבתא אויף די נעקסטע טיש האט צו זאגן. אז וועט דו וועסט אביסל פארשטיין וואס האט אים געברענגט צו טוהן אנדערש ווי דיר, וועסטו לייכטער אים קענען גריסן. נישט ח"ו טוישן דיין מיינונג, דאס איז מאן דכר שמיה. איך רעד נאר פון הערן יענעמס ווייטאג, יענעמס צד.