פארומס › קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

923 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:08 am#219035
דאס איז די אפטייטש ''ס'שטינקט פון קאפ'' זאגען פאר די אקסען (אפסס חסידים) עטס זאלטס ''שלום'' און מיר 'גרויסע' וועלן זען וואס צוטון, רמ''ד ווילסט שלום זאג אז גייסט פאלגען די די''ת און מ'מישט איבער א בלעטעל. דאס וואס די קליינע קינדער רעדען דאס איז נישט קיין מחלוקות נאר סתם דברים בטילים, דאס וואס די גרויסע דרייען מיט די צינג דאס איז מחלוקות.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:13 am#219038
קענער האט געשריבן:יעצט גייט ארום א בשורה אז הה"צ רמ"ד האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49 גאס
אין אנדערע ווערטער עס פעלט שוין נישט אויס קיין שום דרשה נישטא מער קיין ספיקות איבער די עתיד, קבלו די נייעס "ר' מרדכי דוד גייט פייפן אויפן פסק"
ווי אזוי גייט ער דאס האנדלן? ימים ידברו
אבער געליבן איז אז ער פייפט אויף בית דין
לפי עניית דעתי האט האדמו"ר מבאבוב (לפי שיטת הבי"ד) פארלוין זייער מיאוס העיקר יחסר מן ספר "סדר הדורות"
געמיינט האט דער רב אז ער איז געבליבן א בן יחיד, אבער ר' מרדכי דוד לאזט וויסן "בלא"

חס וחלילה להאי דעתא!

דער המשכת מלכות באבוב איז אז באבוב-45 גייט בויען א נייעם בית מדרש, און א המשכה פאר באבוב איז עס פאר זיינע 1500 משפחות ווייל בית דין האט דאך געפסקענט אז עס איז דא צוויי באבוב'ס, נאר 45 דארף צו ליייגען "45" אלץ א היכר, אבער באבוב איז עס, און א נייע גרויסע בית המדרש איז "המשכת מלכות באבוב", זאל עס זיין באבוב-45, עס איז נישט משנה.

און לגבי זיך אויספייפען פון בית דין, חס וחלילה. הערט אויס זיין דרשה נעכטען, ווי ער זאגט קלאר אז ער איז געגאנגען צו בית דין פאר שלום (זיך צו פארגלייכען און מאנען זיינע זכותים - ער האט א רעכט, ניין?) און יעצט האט עס מער נישט מיט אים און זיכער נישט מיט דער עולם. אויב מען דארף אויס פאלגען וועט ער אוודאי אויספאלגען, דער שאלה איז נאר (דער מיליאן דאלער קוועשיאן) וויאזוי פאלגט מען אויס אזע מוזרדיגע פסק וואס איז נישט אויספירליך און איז א חרפה און א בושה אויב דאס הייסט א "פסק תורה"! דער פסק לייגט אריין מענטשען אין א סטרעיטדזעקעט פאר דער נעקסטע הונדרעט יאר!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:16 am#219041
outspoken האט געשריבן:דאס איז די אפטייטש ''ס'שטינקט פון קאפ'' זאגען פאר די אקסען (אפסס חסידים) עטס זאלטס ''שלום'' און מיר 'גרויסע' וועלן זען וואס צוטון, רמ''ד ווילסט שלום זאג אז גייסט פאלגען די די''ת און מ'מישט איבער א בלעטעל. דאס וואס די קליינע קינדער רעדען דאס איז נישט קיין מחלוקות נאר סתם דברים בטילים, דאס וואס די גרויסע דרייען מיט די צינג דאס איז מחלוקות.

ער האט דען געזאגט אז ער גייט נישט פאלגען די די"ת? הערט ביטע אים אויס און קומט צוריק אונז זאגען וואס ער האט געזאגט.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:18 am#219043
יעצט אויסגעהערט די דרשה פון רמ"ד, איך זעה באמת נישט וואס דערוילעם טאנצט דא, ער זאגט ער וויל שלום, האט נאך גראדע נישט ארויסגעלייגט זיין שלום פלאן, קוקט אויס מ'דארף פארמישן אנדערע אין די סיס-פייער... אבער זאגט בכלל נישט אז ער גייט דא פייטן, אז ער גייט דא פייפן אויפן פסק, סך הכל האט ער נאך בערך 83 טעג פארן נייעם נאמען, ביז דאן מעג ער און זאל שרייבן "המשכת מלכות באבוב" ריגארדלעס וויאזוי ער גייט הייסן גייט ער עס סייווי רופן א "המשכה".

ער רעדט בכלל נישט שלעכט, ער לעשט נישט, אבער ער צינדט נישט אויך נישט, ער גרייט סך הכל אן דעם עולם פאר א שלום עפאכע... ער קען נאך דא ארויסגיין גוט אין די נעקסטע פאר וואכן. געטס אים א שאנס
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:20 am#219046
זייער גוט געזאגט שעפטל, דער ערשטע נארמאלע תגובה היינט. (ניין, איינע פון די ערשטע - ווערט נישט באליידיגט).
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:27 am#219052
בארא פארקער האט געשריבן:...קוק אויפן בילדער פון די טיש, הרב יהושע רובין די רב, איז נישט בנמצא, ווי איז ער?

העי! האסט פארגעסען פון דיין פריערדיגע תגובה ווי די שרייבסט ווי ער איז?

l viewtopic.php?p=218957#p218957 l

צו ניצען דיינע ווערטער, פליז קאט די קרעפ(ליך)!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:30 am#219055
בארא פארקער האט געשריבן:אז ער איז א צדיק, אין וויל שלום, איי בשעתן דרשה איז זיין שוואגער הרב יהושע רובין אין ארץ ישראל איו שלעפט זיין פעטער מייזליש אין קאורט?
לא קשיא

וואס דען זאל ער טוהן? מען האט דאך געפעלשט א חתימה, זאל ער נישט באקומען וואס איז זיינס? וויאזוי פארשטייסטו? וואס וואלסטו געטוהן?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:36 am#219060
אתא קלילא האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז סאיז אמאל א משולח געגאנגען נאך געלט דאהי, נאך אין די בראשית יארן פון די באבובער טיילונג, (מסתמא פאר בן ציון דונער האט פארמאכט די אויגען פלוצלום׳דיג והמבין יבין)עכ״פ איז עם בייגעפאלען צו גיין צו ביידע באבאווע אדמורי״ם בעטען א נדבה, קומט ער צום ערשט צו ר׳ מרדכי דוד וואס האט עם שיין אויפגעמימען מיט א ברייטען שמייכעל אין צום באשלוס מנדב געווען 100$, דערנאך איז דער משולח ציגעגאנגען די מהרב״צ אויף 48 וואס האט עם אויפגענומען מיט א זויערען פנים אין שארפע אויגען אין עם ארויסגווארפען מיט 10$ האט דער משולח געזאגט אז יעצט איז ער געווען ביי א ריכטיגער ממשיך לבית באבוב א עכטער גאליצייאנער וואס איז ראוי צו זיין תפקיד אין דער ר׳ מרדכי דוד איז נישט קיין באבובער רבי אויב קען ער זיך ערלויבען צו געבען 100$ פאר א פשוטען משולח
לכאורה איז יענער גערעכט געווען...

אפילו פאר א דזאוק איז עס נישט שיין. אלע באבובער רבי'ס, כאטש זיי זענען געווען גאליציאנער האבען געגעבען גרויסע סכומים (אויב זיי האבען געהאט צו געבען) פאר די וואס האבען זיך אויסגעוויינט צו זיי.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:38 am#219061
אתא קלילא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2014/08/blog-post_4299.html?m=0
זאגט מיר יעצט איינער אז מיט וואס איז אברהם ברוך ראזענבערג וויינגער יורש פון באבוב ווי רמ"ד ? הלמאי ביידע האבען באקומען 6 מילון דאלער די איינצגסטע חילוק איז אז ער האט עס באקומען און 9 יאר און רמ"ד באקומט עס און 5 יאר

קרעדיט/שאולזון

איך פארשטיי נישט. איז רא"ב אן איידעם ביים מהרנ"ץ אדער זענען זיי איידעמער ביים מהרנ"ץ? סארי, איך פארשטיי נישט דער דזאוק.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:40 am#219064
לאליפאפ האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:נוא איך וויל שוין גיין שלאפען.
קען איינער איבערגעבן נייעס פון די דרשה ?

אביסל שפעט... אבער געווען נעכטן א קנאק פון א דרשה אין באבוב, רמ"ד האט געפאדערט אז די בחורים און יונגעלייט זאלן זיך נישט מישן בשום אופן אין די מחלוקת, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס זיין קהילה איז יעצט אין דין תורה און פארוואס זיין צד האט פארלאזט דעם ביהמ"ד נאך זיין שווערס פטירה איז נאר ווייל מען האט געזוכט שלום, און דאס איז די וועג וואס מען וועט ווייטער גיין.

בנוגע דעם פסק האט רמ"ד געלאזט וויסן אז דאס ווענדט זיך נישט אין אים נאר ער וועט לאזן גדולי ישראל (?) מחליט זיין את הדרך בה ילכו.

און בכלל האט ער אויפגעפאדערט זיינע חסידים זיך צו שטארקן אין תורה ועבודה אין די ימי אלול ווי מ'האט זיך געפירט אין באבוב אלע יאר ביים ר"ח אלול טיש.

בנוגע וואס א געוויסער ניק האט דא געשריבן אז די טעוועלעך המשכת מלכות באבוב צייגט אז רמ"ד פלאנט צו פייפן אויפן פסק דין איז גענצליך נאריש געזאגט, און ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן. (בכלל האט יענער ניק פארגעסן אז די בי"ד האט געגעבן 90 טעג פאר א החלטה).

אגב, מפי השמועה האט קול באבוב האטליין געהאט נעכטן ארום 50,000 אריינרופער.

לאליפאפ, האסט עס גוט אראפגעלייגט.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:44 am#219067
שלום אהער שלום אהין. it looks like he's here to stay
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:46 am#219069
matovu האט געשריבן:אויסגעהערט האדמו"ר רמ"ד'ס דרשה.
קאט די קרעפ
פארקויף נישט פאר די קעלבעלעך אז די זיכסט שלום ווען ממש קעגען דיין נאז איז דא א גרויסע סיין פאר א נייע שוהל קהל שערי ציון דבאבוב...
Call it what it is.
דע מענטש הנקרא "רבי" איז אין איט פאר א לאנגע פייט
אין עס קוקט נישט אויס ער האט א choice צי פאלגען די פסק דין.
Cut it and leave with grace and moral.
אבער זיי קענען נעבעך נישט.

אין מען קייט דא איבער אין מיין מקוה אז ער האט גיט גערעדט אין ער זיכט שלום. ???
אהא !

וואס מיינט leave with grace, ווי זאל ער גיין? זאל ער פארמאכען זיין בית מדרש? זאל ער נישט בויען א נייעם בית מדרש וואס קען האלטען זיין עולם?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:54 am#219077
קוק נאר ווי די יונגע צימעס ניקס גייען אזוי קעגן שכל. איך האב אפגעשריבן אפאר פאראגראפן דברים של טעם וואו איך האב מסביר געווען וויאזוי איך פארשטיי דעם דרשה פון רמ"ד און פארוואס עס איז דערווייל נישט קיין סתירה צום פסק בית דין, קומען אפאר חברה און פילן אן נאך א בלאט מיט דברים של מה בכך, אן קיין שום טעם אדער הסבר, און שרייען בלא בלא בלא ער וויל נישט קיין שלום... רייט! רב"צ וויל שלום.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:26 pm#219092
איך וויל שלום, גייט נישט באנאנזאם, מיט'ן לויפן אין ערכאות אין א"י.
איך וויל שלום, גייט נישט צו צוזאמען מיט'ן ווייטער נוצען די באבוב עמבלעם, אויף א פרישע בנין, וואס דער עמבלעם באט בכלל נישט אויסגעפעלט.
איך וויל שלום, גייט נישט מיט "גדולי ישראל וועלן באשליסען..."
איך וויל שלום, שטומט נישט, מיט "ס'פעלט א סעיף אינעם פסק."
איך וויל שלום , איז א סתירה צום סלאגאן "המשכת מלכות באבוב", ווען בי"ד האט נארוואס גע'פסקנ'ט אז 'באבוב' מיינט נישט דיר, דער "המשך" איז ביי דיין פעטער.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:33 pm#219095
כנור האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:אז ער איז א צדיק, אין וויל שלום, איי בשעתן דרשה איז זיין שוואגער הרב יהושע רובין אין ארץ ישראל איו שלעפט זיין פעטער מייזליש אין קאורט?
לא קשיא

וואס דען זאל ער טוהן? מען האט דאך געפעלשט א חתימה, זאל ער נישט באקומען וואס איז זיינס? וויאזוי פארשטייסטו? וואס וואלסטו געטוהן?

אפשר טאמער מ'וואלט געפעלשט א חתימה קען זיין ביסט גערעכט, אבער מ'האט קיינמאל קיין חתימה נישט געפאלשט, דאס איז איינער פון די צענדליגער ליגענטס ענקער פיהרער רעדן ענק איין. ס'איינס נאך אז אין 48 שעה באקומט מען די מתיבתא בנין, אין אייינס פאר מ'גייט אט אט בויען א בנין.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:40 pm#219098
כנור האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:
moshe613 האט געשריבן:יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין . ;-)

נישט געוויסט וואס די מארגענדיגע טאג גייט ברענגען? א בלאף
זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם. וואס דרייסטו א טשייניק?
מ'האט צוגעזאגט אידן פרנסות הייזער מיט אלעס, אז זיי זאלן זיך אריבער ציען צו מ"ד. מ'האט דעמאלטס געניצט געלט ווי וואסער,
יעדער נסיעה מ"ד האט געמאכט קיין חו"ל (געשעהן בערך 6 מאל א יאר) האט געקענט קאסטן קרוב צו מיליאן דוללער.

וואס אפגעלאסט? ווען אפגעלאסט?
יא אפגעלאסט א פלאץ פאר געלט וואס מ'האט זיי צוגעזאגט, ווען די רעדל וואלט ווייטער געפארן אזוי ווי דעמאלטס וואלט מ"ד בלי שום ספק געווען די רייכסטא רבי אין כד הארץ

נישט היינט געדאכט מהאט דעמאלטס צוגעזאגט פאר אלע אינגערלייט וואס ציען זיך ארויס פון קרית באבוב קיין בני ברק באקומען דירות בחינם, וכך הווה
געווען איינער יענקל מ. האט נישט געקענט מחליט זיין וואס צו טוען, נאך א יאר בערך האט ער מחליט געווען ער האט נישט קיין פרנסה, ער גייט כאפן די דיעל, ער האט געמאפט קיין בני ברק זיך געטוישט פאר א מ"ד א חסיד (פאר געלט) אין בבווום, דאננער האט אויסגעהאכט זיין נשמה, ער האט געוואלט צירוק קומען צו ב"צ אבער צירוק גייט א קאזע

די זאגסט אז "זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם".

נישט אמת, רב"צ דוננער האט נאך דענמאלט נישט געשטיצט מיט גרויסע געלטער. איז ממילא דיין אנאליז געבויעט אויף א פאלשע יסוד.

וואס לייקענסטו היסטערי? דוננער האט שוין דעמאלטס געשיקט ריזיגע געלטער.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:17 pm#219115
כנור האט געשריבן:
קענער האט געשריבן:יעצט גייט ארום א בשורה אז הה"צ רמ"ד האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49 גאס
אין אנדערע ווערטער עס פעלט שוין נישט אויס קיין שום דרשה נישטא מער קיין ספיקות איבער די עתיד, קבלו די נייעס "ר' מרדכי דוד גייט פייפן אויפן פסק"
ווי אזוי גייט ער דאס האנדלן? ימים ידברו
אבער געליבן איז אז ער פייפט אויף בית דין
לפי עניית דעתי האט האדמו"ר מבאבוב (לפי שיטת הבי"ד) פארלוין זייער מיאוס העיקר יחסר מן ספר "סדר הדורות"
געמיינט האט דער רב אז ער איז געבליבן א בן יחיד, אבער ר' מרדכי דוד לאזט וויסן "בלא"

חס וחלילה להאי דעתא!

דער המשכת מלכות באבוב איז אז באבוב-45 גייט בויען א נייעם בית מדרש, און א המשכה פאר באבוב איז עס פאר זיינע 1500 משפחות ווייל בית דין האט דאך געפסקענט אז עס איז דא צוויי באבוב'ס, נאר 45 דארף צו ליייגען "45" אלץ א היכר, אבער באבוב איז עס, און א נייע גרויסע בית המדרש איז "המשכת מלכות באבוב", זאל עס זיין באבוב-45, עס איז נישט משנה.

און לגבי זיך אויספייפען פון בית דין, חס וחלילה. הערט אויס זיין דרשה נעכטען, ווי ער זאגט קלאר אז ער איז געגאנגען צו בית דין פאר שלום (זיך צו פארגלייכען און מאנען זיינע זכותים - ער האט א רעכט, ניין?) און יעצט האט עס מער נישט מיט אים און זיכער נישט מיט דער עולם. אויב מען דארף אויס פאלגען וועט ער אוודאי אויספאלגען, דער שאלה איז נאר (דער מיליאן דאלער קוועשיאן) וויאזוי פאלגט מען אויס אזע מוזרדיגע פסק וואס איז נישט אויספירליך און איז א חרפה און א בושה אויב דאס הייסט א "פסק תורה"! דער פסק לייגט אריין מענטשען אין א סטרעיטדזעקעט פאר דער נעקסטע הונדרעט יאר!

ער איז געגאנגען צום בי"ד פאר שלום, און ווען בי"ד געט ארויס דעם פסק זאגט מען (למען השלום), וועיט עי מינוט, איך דארף גיין פרעגן גדולי ישראל צו איך דארף פאלגן..
סיריעסלי?? גדולי ישראל דארפן דיר יעצט זאגן צו די דארפסט פאלגן?? ס'איז דא א תורה! און ער הייסט פאלגן א פסק בי"ד צו ס'געפעלט יא אדער נישט!
כ'פארשטיי ס'איז שווער און ס'איז א גרויסער נסיון אבער זאג נישט אז דו ווילסט שלום ווען באותו דרשה זאגסטו אז איך דארף גיין געוואר ווערן צו איך דארף פאלגן א פסק בי"ד וואס דו האסט אינטערגעשריבן אז דו גייסט פאלגן
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:09 pm#219131
איך זעי אויך נישט די געשריי אויף רמ"ד

בס"ה זאגט ער איך האב באקומען א פסק איך בין עס גרייט מקבל צו זיין אבער איין מינוט בעפאר דעם וויבאלד איך האלט אז די פסק איז נישט אינגאנצן מסודר איך האב געוויסע טענות דערויף וויל איך קודם הערן פון גדולי ישראל וואס זיי זאגן צו מיינע טענות נו וואס איז זייער א גוטע זאך מצדו ער פרעגט א צווייטע בי"ד וואס צו טון און טאמער זיי גייען אים זאגן כזה ראה וקדש קענסט גארנישט טוישן נעמט ער עס אן כמו שהוא

אין וואס גייסטו טון אויב למשל די גאבד ירושלים למשל אדער הר' וואזנער גייט אים זאגן אז ער מוז נישט אננעמען די פסק מאיזה סיבה שהיא פארשטייסטו אויך אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די פסק פון בי"ד זייער פשוט

די גאנצע זאך אקעגן זיין דרשה איז א טאקטיק פון חסידי רב"ץ ארויפצולייגן א נאסע ליילעך אויף רמ"ד אז ער נעמט נישט אן די תורה און אזוי ארום וועט זייער רבי צוריק באקומען א שיינע פנים אויפן גאס
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:21 pm#219135
ריכטיג גאנצל, דער וואס האט געהערט די דרשה זעהט עס באשיינפורלעך. אבער זיינע קעגנער וועלען ווייטער שיסען.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:35 pm#219137
איך ווייס נישט באבוב ארויף אראפ יא 45 נישט 45
איך האב איינגעהערט אביסעל צו די ברכי נפשי /מרן דבשמיא/ היה עם פפיות נעכטן ביים הוקאפ פינעם טיש ביי הרב מ'באבוב רמ''ד
עס קוקט נישט אויס אז יוניפארומס און שילדען און קלענערע אותיות וועלן טוישען די מציאות און פאקט אז דער רב אונגאר פירט א געהעריגע ''באבובע טיש'' עס איז אביסעל צו שפעט יעצט צו טוישען א מציאות וואס האט זיך שוין איינגעגעסן ביי זיין ציבור ער פירט שוין איבער ''ניין יאר'' באבובע טישען, ווי קען מען יעצט פארלאנגען ער זאל אויפהערן פירן די אלטע חסידות וואס ער האט שוין איבער ניין יאר

ביים תורה זאגען און מעורר זיין זיינע חסידים צו גייין בדרכי רבותיו ווערט ממילא מוזכר די הייליגע רביס לבית באבוב, נו וואסי שייך דא צו טוישען?
ווי קען מען פארלייקענען א שמש בצהרים'דיגע מציאות פון המשכת רבותיו לבית באבוב
*

איין זאך איז קלאר אויב איז א ספק געווען איבער די אויטענטישקייט פון באבוב במשך די ניין א האלב יאר זינט די פטירת מהנ''ץ ז''ל, האט דאס די נעכטיגע דרשה געמאכט זייער קלאר הערנדיג די אנטווארט פון הרב אונגאר שליט''א ממשיך שלשלת צאנז, באבוב, ולמעב''ק
עס איז געווען א רעכטער באבובע תגובה.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:17 pm#219150
גאנצל האט געשריבן:איך זעי אויך נישט די געשריי אויף רמ"ד

בס"ה זאגט ער איך האב באקומען א פסק איך בין עס גרייט מקבל צו זיין אבער איין מינוט בעפאר דעם וויבאלד איך האלט אז די פסק איז נישט אינגאנצן מסודר איך האב געוויסע טענות דערויף וויל איך קודם הערן פון גדולי ישראל וואס זיי זאגן צו מיינע טענות נו וואס איז זייער א גוטע זאך מצדו ער פרעגט א צווייטע בי"ד וואס צו טון און טאמער זיי גייען אים זאגן כזה ראה וקדש קענסט גארנישט טוישן נעמט ער עס אן כמו שהוא

אין וואס גייסטו טון אויב למשל די גאבד ירושלים למשל אדער הר' וואזנער גייט אים זאגן אז ער מוז נישט אננעמען די פסק מאיזה סיבה שהיא פארשטייסטו אויך אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די פסק פון בי"ד זייער פשוט

די גאנצע זאך אקעגן זיין דרשה איז א טאקטיק פון חסידי רב"ץ ארויפצולייגן א נאסע ליילעך אויף רמ"ד אז ער נעמט נישט אן די תורה און אזוי ארום וועט זייער רבי צוריק באקומען א שיינע פנים אויפן גאס

האסט שוין אמאל געהערט אזאנס אז איינער פארלירט א דין תורה צו זאגן, איין מינוט לאמיך פרעגן גאב"ד ירושלים אדער הרב וואוזער צו איך מוז פאלגן..?
וואס הייסט דער פסק איז נישט מסודר? ווייל ס'נישט וויזוי דו האסט געוואלט??
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:20 pm#219151
ווייט פיש האט געשריבן:איך ווייס נישט באבוב ארויף אראפ יא 45 נישט 45

אדמו"ר מ'דזשיקוב אין אר"י פירט אויך א וויזניץ טיש און ווען ער רעדט פון רבותיו רעדט ער אויך פון די וויזניצע רביס, דאך רופט ער זיך נישט וויזניץ רבי!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:37 pm#219167
געב אפ דיין שטימע איבער וואסאיר האלט, צד רמ"ד זאל טוהן לאור די פסק:
m http://vote.pollcode.com/15136413#sthash.H88IX9qF.dpuf m
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:54 pm#219179
וואס גייט רמ"ד פארדינען פון:

1. יא פאלגען די פסק
2. נישט פאלגען די פסק

1.
אויב פאלגט ער נישט די פסק גייט ער פארדינען איין זאך: זיך ריפן "באבוב" אהן קיין שום צונעמען.
פארלירן: סימפעטי, ער קוקט ווייטער אויס ווי א בעל מחלוקת, פארלירט פאטענטשעל שטיצערס, די צייטונגען וועלן בכלל נישט שרייבן אויף אים "באבוב". האלט ווייטער אהן א מחלוקת.

2.
אויב פאלגט ער יא די פסק גייט ער פארדינען: גאר אסאך סימפעטי ביי מענטשען, ער גייט האבן מיט וואס צו גיין צום טיש ווי א "עהרליכע איד", ער קויפט זיך איין ידידים ומעריצים, און מסתמא אויך געלט פון שטיצערס, די צייטונגען וועלן שרייבן אויף אים "באבוב" (צוזאמען מיט די צונאמען וואס ער וועלט אויס), און די מחלוקת ענדיגט זיך מער ווייניגער.
פארלירן: די ריינקייט פון האבן בלויז די נאמען באבוב.

וואס לוינט זיך מער? איך מיין 2.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:04 pm#219184
יעדער לאכט האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:איך זעי אויך נישט די געשריי אויף רמ"ד

בס"ה זאגט ער איך האב באקומען א פסק איך בין עס גרייט מקבל צו זיין אבער איין מינוט בעפאר דעם וויבאלד איך האלט אז די פסק איז נישט אינגאנצן מסודר איך האב געוויסע טענות דערויף וויל איך קודם הערן פון גדולי ישראל וואס זיי זאגן צו מיינע טענות נו וואס איז זייער א גוטע זאך מצדו ער פרעגט א צווייטע בי"ד וואס צו טון און טאמער זיי גייען אים זאגן כזה ראה וקדש קענסט גארנישט טוישן נעמט ער עס אן כמו שהוא

אין וואס גייסטו טון אויב למשל די גאבד ירושלים למשל אדער הר' וואזנער גייט אים זאגן אז ער מוז נישט אננעמען די פסק מאיזה סיבה שהיא פארשטייסטו אויך אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די פסק פון בי"ד זייער פשוט

די גאנצע זאך אקעגן זיין דרשה איז א טאקטיק פון חסידי רב"ץ ארויפצולייגן א נאסע ליילעך אויף רמ"ד אז ער נעמט נישט אן די תורה און אזוי ארום וועט זייער רבי צוריק באקומען א שיינע פנים אויפן גאס

האסט שוין אמאל געהערט אזאנס אז איינער פארלירט א דין תורה צו זאגן, איין מינוט לאמיך פרעגן גאב"ד ירושלים אדער הרב וואוזער צו איך מוז פאלגן..?
וואס הייסט דער פסק איז נישט מסודר? ווייל ס'נישט וויזוי דו האסט געוואלט??

וואס איז דען יא מסודר? וויאזוי פירט מען אויס אזא אימאויספירליכע פסק, א פסק וואס איז געשריבען מיט תנאים "על מנת שתעלה לרקיע"? דער פאסקודנע פסק (זעהט אויס געשריבען דורך באבוב 48 און 4 דיינים האבען עס געחתמעט) לייגט אריין אזוי פיל תנאים וואס מאכט עס כמעט אדער אפשר אין גאנצען נישט אויספירבאר.

זאגשע די ווי אזוי פירען זיי עס אויס?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:08 pm#219187
יעדער לאכט האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:איך ווייס נישט באבוב ארויף אראפ יא 45 נישט 45
איך האב איינגעהערט אביסעל צו די ברכי נפשי /מרן דבשמיא/ היה עם פפיות נעכטן ביים הוקאפ פינעם טיש ביי הרב מ'באבוב רמ''ד
עס קוקט נישט אויס אז יוניפארומס און שילדען און קלענערע אותיות וועלן טוישען די מציאות און פאקט אז דער רב אונגאר פירט א געהעריגע ''באבובע טיש'' עס איז אביסעל צו שפעט יעצט צו טוישען א מציאות וואס האט זיך שוין איינגעגעסן ביי זיין ציבור ער פירט שוין איבער ''ניין יאר'' באבובע טישען, ווי קען מען יעצט פארלאנגען ער זאל אויפהערן פירן די אלטע חסידות וואס ער האט שוין איבער ניין יאר

ביים תורה זאגען און מעורר זיין זיינע חסידים צו גייין בדרכי רבותיו ווערט ממילא מוזכר די הייליגע רביס לבית באבוב, נו וואסי שייך דא צו טוישען?
ווי קען מען פארלייקענען א שמש בצהרים'דיגע מציאות פון המשכת רבותיו לבית באבוב
*

איין זאך איז קלאר אויב איז א ספק געווען איבער די אויטענטישקייט פון באבוב במשך די ניין א האלב יאר זינט די פטירת מהנ''ץ ז''ל, האט דאס די נעכטיגע דרשה געמאכט זייער קלאר הערנדיג די אנטווארט פון הרב אונגאר שליט''א ממשיך שלשלת צאנז, באבוב, ולמעב''ק
עס איז געווען א רעכטער באבובע תגובה.

אדמו"ר מ'דזשיקוב אין אר"י פירט אויך א וויזניץ טיש און ווען ער רעדט פון רבותיו רעדט ער אויך פון די וויזניצע רביס, דאך רופט ער זיך נישט וויזניץ רבי!

איז וואס ווילסטו אז באבובער רבי 45 זאל זיך נישט רופען באבובער רבי? בית דין (וואס די האסט יעצט געזאגט אז זיי מוזען פאלגען) האט דאך געפסקענט אז ער קען זיך יא אזוי רופען, נאר דארף צולייגען "45".

איך פארשטיי דיר נישט, איז ער א באבובער רבי צו נישט? נעמסטו אן דער פסק בית דין צו נישט?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:08 pm#219188
יעדער לאכט האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:איך זעי אויך נישט די געשריי אויף רמ"ד

בס"ה זאגט ער איך האב באקומען א פסק איך בין עס גרייט מקבל צו זיין אבער איין מינוט בעפאר דעם וויבאלד איך האלט אז די פסק איז נישט אינגאנצן מסודר איך האב געוויסע טענות דערויף וויל איך קודם הערן פון גדולי ישראל וואס זיי זאגן צו מיינע טענות נו וואס איז זייער א גוטע זאך מצדו ער פרעגט א צווייטע בי"ד וואס צו טון און טאמער זיי גייען אים זאגן כזה ראה וקדש קענסט גארנישט טוישן נעמט ער עס אן כמו שהוא

אין וואס גייסטו טון אויב למשל די גאבד ירושלים למשל אדער הר' וואזנער גייט אים זאגן אז ער מוז נישט אננעמען די פסק מאיזה סיבה שהיא פארשטייסטו אויך אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די פסק פון בי"ד זייער פשוט

די גאנצע זאך אקעגן זיין דרשה איז א טאקטיק פון חסידי רב"ץ ארויפצולייגן א נאסע ליילעך אויף רמ"ד אז ער נעמט נישט אן די תורה און אזוי ארום וועט זייער רבי צוריק באקומען א שיינע פנים אויפן גאס

האסט שוין אמאל געהערט אזאנס אז איינער פארלירט א דין תורה צו זאגן, איין מינוט לאמיך פרעגן גאב"ד ירושלים אדער הרב וואוזער צו איך מוז פאלגן..?
וואס הייסט דער פסק איז נישט מסודר? ווייל ס'נישט וויזוי דו האסט געוואלט??

וואס הייסט גאב"ד ירושלים צו הרב וואוזנער גייט זאגן אז ער מוז נישט פאלגן?? וואס זאל איך אייך זאגן? אויב דאס געשעהט אן דעם וואס מ'זאל זיצן כאטש אפאר חדשים ביי איינע פון די אויבענדערמאנטע (צו סיי וועלכע רבנים/דיינים) פאר אפאר וואכן אין א צוה, ביידע צדדים און אראפלייגן זייערע טענות, זעה איך ניטאמאל וויאזוי א רב בישראל קען אוועקמאכן א פסק בי"ד און זאגן אז מ'דארף נישט פאלגן! ווילסט זאגן אז די איצטיגע בי"ד איז קוראפטירט? פיין, שריי, וויין, קאפע און דזשאכע. אבער אוועקמאכן? האבן די נייע אוועקמאכערס רבנים מיטגעהאלטן די דין תורה? ווייסן זיי די פרטים? זענען זיי געזיצן 9 יאר דערויף? וואס ווייל אין צד שפאצירט אריין און שרייט "אינטערגעקויפט!" דארף עס צו טוישן?

אדער אפשר איז עס גאר א נייע זאך ביי כלל ישראל אז סאיז יא דא א בית הדין הרבני הגדול, און פון היינט און ווייטער איינער פארלירט א דין תורה זאל זיך טרעפן אנאנדערע בית דין ווי ער קען אפיעלן דעם פסק! און טאמער דו ביזסט נישט צופרידן מיטן בי"ד הגדול פסק קענסטו לויפן אין בית משפט העליון און זיי וועלן דאס פריש ריווערסן...

שיין זעהן מיר אויס....
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:16 pm#219195
כנור האט געשריבן:איז וואס ווילסטו אז באבובער רבי 45 זאל זיך נישט רופען באבובער רבי? בית דין (וואס די האסט יעצט געזאגט אז זיי מוזען פאלגען) האט דאך געפסקענט אז ער קען זיך יא אזוי רופען, נאר דארף צולייגען "45".

איך פארשטיי דיר נישט, איז ער א באבובער רבי צו נישט? נעמסטו אן דער פסק בית דין צו נישט?

ניין! ער איז נישט באבוב'ע רבי. ער איז אפשר באבוב-45'טע רבי! און אזוי קען ער זיך רופן!

טייטש אויס דעם פסק צו ער איז יא באבוב, צו נאר היכר, אבער באבוב'ע רבי טאר ער זיך נישט רופן אין 83 טאג ארום. אז ער האט חשק קען ער זיך רופן באבוב-פארטי-פיפט רבי.

אגב וויל איך טאקע פארשטיין... ער מוז זיך רופן באבוב-פארטי-פיפט? צו קען זיך רופן באבוב-פינף-און-פערציג, צו באבוב-ארבעים וחמש, און אפשר ווען ער פארט אין ארגענטינע דארף ער הייסן -Bobov-cuarenta-quinto....?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:18 pm#219197
שעפטל האט געשריבן: האבן די נייע אוועקמאכערס רבנים מיטגעהאלטן די דין תורה? ווייסן זיי די פרטים? זענען זיי געזיצן 9 יאר דערויף? וואס ווייל אין צד שפאצירט אריין און שרייט "אינטערגעקויפט!" דארף עס צו טוישן?

:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:28 pm#219199
קענער האט געשריבן:איך האב מיר נישט ליב צו מישן אין פאליטיק
אבער למען הדיוק וויל איך צו געבן מיינע צוויי גרושן צו די ענין און איך הייב אן מיט א שאלה צו ר' לאליפאפ
אויב דאס מיינט נישט אז ער גייט פייפן אויף דין תורה וואס מיינען יא די טעוועלעך?

קוקט אויס ער האט זיך א נאמען געגעבן "מלכות באבוב" נו דאס איז א שם ליווי
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:30 pm#219200
שרייבער האט געשריבן:
קענער האט געשריבן:איך האב מיר נישט ליב צו מישן אין פאליטיק
אבער למען הדיוק וויל איך צו געבן מיינע צוויי גרושן צו די ענין און איך הייב אן מיט א שאלה צו ר' לאליפאפ
אויב דאס מיינט נישט אז ער גייט פייפן אויף דין תורה וואס מיינען יא די טעוועלעך?

קוקט אויס ער האט זיך א נאמען געגעבן "מלכות באבוב" נו דאס איז א שם ליווי

מלכות איז נישט קיין שטאט נאמען
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:31 pm#219201
שעפטל האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:איז וואס ווילסטו אז באבובער רבי 45 זאל זיך נישט רופען באבובער רבי? בית דין (וואס די האסט יעצט געזאגט אז זיי מוזען פאלגען) האט דאך געפסקענט אז ער קען זיך יא אזוי רופען, נאר דארף צולייגען "45".

איך פארשטיי דיר נישט, איז ער א באבובער רבי צו נישט? נעמסטו אן דער פסק בית דין צו נישט?

ניין! ער איז נישט באבוב'ע רבי. ער איז אפשר באבוב-45'טע רבי! און אזוי קען ער זיך רופן!

טייטש אויס דעם פסק צו ער איז יא באבוב, צו נאר היכר, אבער באבוב'ע רבי טאר ער זיך נישט רופן אין 83 טאג ארום. אז ער האט חשק קען ער זיך רופן באבוב-פארטי-פיפט רבי.

אגב וויל איך טאקע פארשטיין... ער מוז זיך רופן באבוב-פארטי-פיפט? צו קען זיך רופן באבוב-פינף-און-פערציג, צו באבוב-ארבעים וחמש, און אפשר ווען ער פארט אין ארגענטינע דארף ער הייסן -Bobov-cuarenta-quinto....?

ער האט דען געזאגט איין ווארט אז ער נעמט נישט אן דער פסק דין? ער האט נאר געמאכט איין באמערקונג אז דער פסק קימערט זיך נישט פאר שלום (און למען האמת האט ער נישט דערמאנט דאס ווארט "פסק" אדער "בית דין"), און דאס זענען מיינע ווערטער אויב איך קען אריין טייטשען אין זיינע ווערטער, אז דער פסק דין כמו שהוא איז א גאראנטי אז דער באבובער מחלוקה זאל זיך קיינמאל נישט ענדיגען! קענסט עס זעהן פון דא, אלע פרא-48 תגובות זענען אין דער ריכטונג פון פירען ווייטער די מחלוקת און ווילען נישט שלום מאכען מיטען מצב.

אנשטאט אז דער פסק דין זאל ענדיגען דער באבובער מחלוקת, איז עס א recipe for disaster און צינדט אן דער מחלוקת נאך שטערקער. דערפאר האט זיך דער באבובער רבי פון 45 צופייערט אז מען וויל (בית דין וויל) אריין פירען זיין עולם אין א מחלוקת אנשטאט שלום. אויב ער איז נישט גערעכט זאל זיך איינער אנרופען.

דאס איז פארוואס דער פסק דין שטינקט, פארדאן מיי פרענטש.

און לגבי דער פסק דין וועגען דער נאמען באבוב, האט בית דין קלאר געפסקענט אז ביידע זענען באבוב. קוק אריין אין פסק און איבערצייג זיך אליין.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:36 pm#219202
כנור האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:איך זעי אויך נישט די געשריי אויף רמ"ד

בס"ה זאגט ער איך האב באקומען א פסק איך בין עס גרייט מקבל צו זיין אבער איין מינוט בעפאר דעם וויבאלד איך האלט אז די פסק איז נישט אינגאנצן מסודר איך האב געוויסע טענות דערויף וויל איך קודם הערן פון גדולי ישראל וואס זיי זאגן צו מיינע טענות נו וואס איז זייער א גוטע זאך מצדו ער פרעגט א צווייטע בי"ד וואס צו טון און טאמער זיי גייען אים זאגן כזה ראה וקדש קענסט גארנישט טוישן נעמט ער עס אן כמו שהוא

אין וואס גייסטו טון אויב למשל די גאבד ירושלים למשל אדער הר' וואזנער גייט אים זאגן אז ער מוז נישט אננעמען די פסק מאיזה סיבה שהיא פארשטייסטו אויך אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די פסק פון בי"ד זייער פשוט

די גאנצע זאך אקעגן זיין דרשה איז א טאקטיק פון חסידי רב"ץ ארויפצולייגן א נאסע ליילעך אויף רמ"ד אז ער נעמט נישט אן די תורה און אזוי ארום וועט זייער רבי צוריק באקומען א שיינע פנים אויפן גאס

האסט שוין אמאל געהערט אזאנס אז איינער פארלירט א דין תורה צו זאגן, איין מינוט לאמיך פרעגן גאב"ד ירושלים אדער הרב וואוזער צו איך מוז פאלגן..?
וואס הייסט דער פסק איז נישט מסודר? ווייל ס'נישט וויזוי דו האסט געוואלט??

וואס איז דען יא מסודר? וויאזוי פירט מען אויס אזא אימאויספירליכע פסק, א פסק וואס איז געשריבען מיט תנאים "על מנת שתעלה לרקיע"? דער פאסקודנע פסק (זעהט אויס געשריבען דורך באבוב 48 און 4 דיינים האבען עס געחתמעט) לייגט אריין אזוי פיל תנאים וואס מאכט עס כמעט אדער אפשר אין גאנצען נישט אויספירבאר.

זאגשע די ווי אזוי פירען זיי עס אויס?

רבונו של עולם וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דא???
דו טארסט דיך נישט רופן פלעין "באבוב". פינטל
אלע נכסים באלאנגט פאר צד רב"ץ. פינטל
וואס איז אזוי נישט אויספירבאר???
מ'גייט צו א די"ת צו הערן ווער ס'איז גערעכט, זיי פסק'נען אז איין צד איז גערעכט, יעצט וואס ווילסטו?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:38 pm#219203
האסט געליינט די תנאים?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:41 pm#219205
כנור האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:איז וואס ווילסטו אז באבובער רבי 45 זאל זיך נישט רופען באבובער רבי? בית דין (וואס די האסט יעצט געזאגט אז זיי מוזען פאלגען) האט דאך געפסקענט אז ער קען זיך יא אזוי רופען, נאר דארף צולייגען "45".

איך פארשטיי דיר נישט, איז ער א באבובער רבי צו נישט? נעמסטו אן דער פסק בית דין צו נישט?

ניין! ער איז נישט באבוב'ע רבי. ער איז אפשר באבוב-45'טע רבי! און אזוי קען ער זיך רופן!

טייטש אויס דעם פסק צו ער איז יא באבוב, צו נאר היכר, אבער באבוב'ע רבי טאר ער זיך נישט רופן אין 83 טאג ארום. אז ער האט חשק קען ער זיך רופן באבוב-פארטי-פיפט רבי.

אגב וויל איך טאקע פארשטיין... ער מוז זיך רופן באבוב-פארטי-פיפט? צו קען זיך רופן באבוב-פינף-און-פערציג, צו באבוב-ארבעים וחמש, און אפשר ווען ער פארט אין ארגענטינע דארף ער הייסן -Bobov-cuarenta-quinto....?

ער האט דען געזאגט איין ווארט אז ער נעמט נישט אן דער פסק דין? ער האט נאר געמאכט איין באמערקונג אז דער פסק קימערט זיך נישט פאר שלום (און למען האמת האט ער נישט דערמאנט דאס ווארט "פסק" אדער "בית דין"), און דאס זענען מיינע ווערטער אויב איך קען אריין טייטשען אין זיינע ווערטער, אז דער פסק דין כמו שהוא איז א גאראנטי אז דער באבובער מחלוקה זאל זיך קיינמאל נישט ענדיגען! קענסט עס זעהן פון דא, אלע פרא-48 תגובות זענען אין דער ריכטונג פון פירען ווייטער די מחלוקת און ווילען נישט שלום מאכען מיטען מצב.

אנשטאט אז דער פסק דין זאל ענדיגען דער באבובער מחלוקת, איז עס א recipe for disaster און צינדט אן דער מחלוקת נאך שטערקער. דערפאר האט זיך דער באבובער רבי פון 45 צופייערט אז מען וויל (בית דין וויל) אריין פירען זיין עולם אין א מחלוקת אנשטאט שלום. אויב ער איז נישט גערעכט זאל זיך איינער אנרופען.

דאס איז פארוואס דער פסק דין שטינקט, פארדאן מיי פרענטש.

און לגבי דער פסק דין וועגען דער נאמען באבוב, האט בית דין קלאר געפסקענט אז ביידע זענען באבוב. קוק אריין אין פסק און איבערצייג זיך אליין.

זייט ווען דארף א בי"ד געבן א "פסק" וועגן שלום?
די מחלוקת גייט ווייטער ווייל צד רמ"ד שרייט "שוחד" "עיוות הדין" "ס'שטינקט" אבי נישט צו דארפן פאלגן.
אויב דו ווילסט באמת שלום, ווייסטו וואס דו האסט צו טוהן.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:46 pm#219206
ביזט גערעכט, בית דין (אזלעליכע בית-דין'ס) האט טאקע גארנישט מיט שלום.

די האסט נישט געזאגט וואס זיי דארפען טוהן. ווייל די ווייסט אויך נישט.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:47 pm#219207
כנור האט געשריבן:ביזט גערעכט, בית דין (אזלעליכע בית-דין'ס) האט טאקע גארנישט מיט שלום.

די האסט נישט געזאגט וואס זיי דארפען טוהן. ווייל די ווייסט אויך נישט.

זיי דארפן פאלגן די פסק
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:48 pm#219210
ווער האט דען געזאגט אז נישט?

אבער די ענטפערסט נישט וואס קיינער קען נישט ענטפערען, וויאזוי פירען זיי אויס די פסק?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:48 pm#219211
וואס הייסט שלום? גראדע פון סיעף כ"ב, כ"ג און כ"ד האט בי"ד געפסק'נט אז שטיל זאל זיין און ס'זאל זיך אויפהערן ס'קינדערישקייט... וואס נאך פארלאנגסטו? בי"ד זאל שרייבן אז י"ב אדר (יארצייט?) זאל באבוב'ע רבי נישט פירן טיש נאך זיין טייערע ברודער דער פריערדיגער באבוב'ע רב ז"ל און נאר גיין צום נעפיו'ס טיש? נע! וואס דען?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:49 pm#219212
כנור האט געשריבן:ווער האט דען געזאגט אז נישט?

רמ"ד האט געזאגט! ער דארף פרעגן גדולי ישראל....
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:51 pm#219213
ער האט נישט געזאגט וואס ער דארף זיי פרעגען.

אוןן ער האט דאך 90 טעג, ניין?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:51 pm#219214
שעפטל האט געשריבן:וואס הייסט שלום? גראדע פון סיעף כ"ב, כ"ג און כ"ד האט בי"ד געפסק'נט אז שטיל זאל זיין און ס'זאל זיך אויפהערן ס'קינדערישקייט... וואס נאך פארלאנגסטו? בי"ד זאל שרייבן אז י"ב אדר (יארצייט?) זאל באבוב'ע רבי נישט פירן טיש נאך זיין טייערע ברודער דער פריערדיגער באבוב'ע רב ז"ל און נאר גיין צום נעפיו'ס טיש? נע! וואס דען?

מען רעדט פון די אלע סעיפים פאר כ"ב. עס איז קלאר "על מנת לעלות לרקיע".
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:56 pm#219217
כנור האט געשריבן:ווער האט דען געזאגט אז נישט?

אבער די ענטפערסט נישט וואס קיינער קען נישט ענטפערען, וויאזוי פירען זיי אויס די פסק?

וויאזוי? זייער פשוט. ער רופט צוזאם זיינע חסידים און זאגט זיי, טייערע יודן אחים לדעה, ס'איז ארויסגעקומען א פסק אס מיר מוזן צולייגן א נאמען צו אינזער קהילה אלס היכר, אזויווי מיר זענען תורה טרייע יודן וועלן מיר אננעמען דעם פסק טראץ די אומבאקוועמליכקייטן! לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז מיר זענען ערליכע יודן וואס פאלגן די תורה אפילו ווען ס'איז שווער.
אויז אויך לאמיר ארבעטן אויפצובויען אינזער קהילה ומוסדות אויף די שענסטע פארנעם וואס איז נאר שייך.
די החלטה וואס די היכר וועט זיין זאל מען לאזן פאר די ראשי הקהילה און די בחורים ואברכים זאלן מרבה זיין בלימוד התורה כי הם חיינו ואורך ימינו.
אין דעם זכות וכו'
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:58 pm#219220
דיינע ווערטער ווייזען אז די האסט בכלל נישט געליינט דער פסק דין!

נישט דאס רעדט מען, מען רעדט פון די תנאים דארטען! (נישט דער תנאים פון דיין חתונה).

אונז שמועסען שוין אזוי לאנג הין און צוריק און די ווייסט ניטעמאל וואס איך רעד.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:01 pm#219222
כנור האט געשריבן:דיינע ווערטער ווייזען אז די האסט בכלל נישט געליינט דער פסק דין!

נישט דאס רעדט מען, מען רעדט פון די תנאים דארטען! (נישט דער תנאים פון דיין חתונה).

כ'האב עס גראדע יא געליינט.
ביטע שטעל א ליסטע פון די תנאים וואס לשטיתך מיינט עס קריך אין הימל, און לאמיר עס דיבאטירן ווי ווייט מעגליך צו זעהן צו מיר פשוט'ע ערדישע מענטשן קענען עס אויספירן
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:05 pm#219225
יעדער לאכט האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:דיינע ווערטער ווייזען אז די האסט בכלל נישט געליינט דער פסק דין!

נישט דאס רעדט מען, מען רעדט פון די תנאים דארטען! (נישט דער תנאים פון דיין חתונה).

כ'האב עס גראדע יא געליינט.
ביטע שטעל א ליסטע פון די תנאים וואס לשטיתך מיינט עס קריך אין הימל, און לאמיר עס דיבאטירן ווי ווייט מעגליך צו זעהן צו מיר פשוט'ע ערדישע מענטשן קענען עס אויספירן

גראדע גלייב איך דיר נישט. איך האב נישט קיין כח צו גיין דעבאטירען מיט איינעם וואס מיינט אז מען רעדט איין זאך און מען רעדט פון א צווייטער זאך, און שרייט נאך אז ער האט עס געליינט. איך גלייב דיר נישט.

אז די תנאים איז צו קריכען אין הימעל, איז נישט וואס איך זאג, נאר וואס אלע וואס קענען ליינען אין די שורות און צווישען די שורות זאגען. לאמער זעהן ווי קליג די ביזט און פיגערסט עס אויס אליין.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:08 pm#219226
רבותי העלפטס אים.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:08 pm#219228
כנור האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:דיינע ווערטער ווייזען אז די האסט בכלל נישט געליינט דער פסק דין!

נישט דאס רעדט מען, מען רעדט פון די תנאים דארטען! (נישט דער תנאים פון דיין חתונה).

כ'האב עס גראדע יא געליינט.
ביטע שטעל א ליסטע פון די תנאים וואס לשטיתך מיינט עס קריך אין הימל, און לאמיר עס דיבאטירן ווי ווייט מעגליך צו זעהן צו מיר פשוט'ע ערדישע מענטשן קענען עס אויספירן

גראדע גלייב איך דיר נישט. איך האב נישט קיין כח צו גיין דעבאטירען מיט איינעם וואס מיינט אז מען רעדט איין זאך און מען רעדט פון א צווייטער זאך, און שרייט נאך אז ער האט עס געליינט. איך גלייב דיר נישט.

אז די תנאים איז צו קריכען אין הימעל איז נישט וואס איך זאג, נאר וואס אלע וואס קענען ליינען אין די שורות און צויישען די שורות זעהען. לאמער זעהן ווי קליג די ביזט און פיגערסט עס אויס אליין.

שוין א גוטע טאקטיק פון בלייבן ביי א טענה "כ'גלייב דיר נישט" און פארטיג..
אויב די תורה וואלט געלאזט שווערן...
כאטש איין תנאי זאג און לאמיר עס אויסשמועסן
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:15 pm#219232
אז ער דארף מאכען זיכער אז קיינער ריפט אים נישט חס ושלום באובוב רבי ער מוז זיכער מאכען אז יעדער און די גאנצע וועלט רופט אים מיט זיין צונאמען
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:16 pm#219233
פון מיין קוק ווינקל וויל איך פארשטיין: וואס וואלט געוועהן ווען כ"ק מהרמ"ד שליט"א וואלט ווען ביי די דרשה דעקלארירט ספאנטאן " איך נעם אהן די פסק פון די רבנים? וואלט דען דער צווייטער צד שוין געוועהן צופרידן? וואלט דען אויסגעפאצט א טאטאלער שלום? וואלט די תבועה אין בג"ץ שוין נישט געארט פאר צד ב'?