Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
598 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:09 pm#218881
The Psak Din in Bobov
Now that a Psak Din in Bobov was rendered; (has 90 days to do so according to the Psak); but seeing that confusion still remains, so as a public service for the English speaking public who cannot read the Hebrew decision, I will bring its highlights and its details as needed.
In the ruling the two parties are called "Side 1" and "Side 2". (For clarity here, side-1 is Bobov-45 and side-2 is Bobov-48; or side-1 is Rabbi Unger and side-2 is Rabbi Halberstam).
Bobov-45 came to Beth-Din to claim buildings (possessions) and Bobov-48 came to claim the name "Bobov" and for Beth-Din to deny it to Bobov-45.
Beth Din granted neither what they wanted. The Psak in a nutshell was, that Bobov-45 gets only 6.2 million dollars; and that both parties are Bobov; but Bobov-45 needs to add to its name "Bobov" a suffix or a prefix which distinguishes it from Bobov-48; by either calling itself (like it was known until now) with the suffix "45" or by adding a prefix to it.
The Psak is dry (deliberately dry and vague on the main points) without explaining on what its decision was based; so we can only go by what it does or does not say.
For example the Psak does not "clearly" say who is a successor of whom, only who gets what. Not a word regarding a predecessor or a successor, who follows whom. It does not mention Rabbi Halberstam as "Rav Hatzuyir" on which the entire claim of Bobov-48 was; nor does it mention the word "inheritance" on which the entire claim of Bobov-45 was.
Here are the highlights (the important ones; will add others on request).
1) All the assets of "Bobov" in Brooklyn, New Jersey, Catskills and the Poconos... that were in existence at the death of the Bobover Rebbe Rabbi Naftali, are in the possession and control of side-2 (Bobov-48).
2) Side-2 (Bobov-48) needs to give Side-1 (Bobov-45) 6.2 million dollars.
3) The right to call himself "Rebbe of Bobov" (without any prefixes or suffixes) is exclusive to Rabbi Halberstam, and he can use this name as he likes with or without any additional names.
5) Rabbi Unger can call himself "Rebbe of Bobov-45" and Rabbi Rubin can call himself "Ruv of Bobov-45".
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:12 pm#218882
כנור האט געשריבן:אין די שטרי ברורין שטייט "אפילו טעה בדבר משנה", דאס הייסט אז אפילו מען איז זיך טועה און מען פסקענט קעגען א אפענע הלכה (אין דיס קעיס חתנו כבנו).

אבער דא זעהט עס נישט אויס ווי א "טעה" נאר א במזיד ובזדון, דערפאר זעהט עס אויס רשעותדיג.

די טראכסט טאקע אז "דער תורה האט געזאגט אז אזוי איז דער הלכה"? אדער דער תורה האט געזאגט אז מען מוז עס אן נעמען?

אן צונעמען דער פסק דין, און צו דער פסק דין איז אויס געהאלטען הלכהדיג איז צוויי זאכען. קען זיין אז אפילו אויב עס איז רשעותדיג, און במזיד ובזדון, מוז 45 עס פארט אן נעמען. אבער מען דארך עס אן רופען ביים נאמען.

פששש, כ'האב הנאה אונז האבן דא איינער וואס קען חושן משפט אויסווענדיג,
די וויייסט פונקטלעך וואס די הלכה דארף זיין אין וואס איז יא ריכטיג אין וואס נישט,
שנעלע שאלה, ביסט געזעצן ביי די זיצונג? יא צו ניין? טאמער נישט זיי שטיל,
וואס דרייסטו א קאפ? די ווייסט וואס פאר א עדות ס'דארט געווען? דיווייסט אלץ וואס האט זיך דארט אפגעטוע?
חוץ טאמער די ביסט איינער פון די רבנים, אין טאמער יא, העי! נייס ז'אב באדי
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:50 pm#218893
רעדענדיג מיט א זקן מופלג וואס איז באבובער נאך פון אינדערהיים... אלס א מאדערנער אמעריקאנער איז זיין טאטע אפגעקויפט געווארן מיט די שמייכל פון רבו הק' מרן שלמה זצוקללה"ה...
אין ער איז א באבוב'ער דורכגעווייקטער חסידישער אידל. (בצחות "רעדט ער זיך אפ" פארוואס זיין טאטע איז פארקויפט געווארן דערפאר. ער אליין איז געבליבן א מאדערנער אידל, און גארניקס האט אים געפעלט, און מיר האט ער געשיקט קיין באבוב לערנען... אפילו מאשין מצות קען איך נישט יעצט עסן...)
זאג איך אים מיט מיין ברייטבאקאנטע חוצפה וואס איך פארמאג אביסל צו סאך... רבי איד איר זענט דא ביי מהרב"ץ נאר ווייל עס איז אביסל שווער פאר א אכציג יעריגער צו מאכן טוישינגען אין לעבן... לו יהא אז מהרמ"ד וואלט געווען מוחזק דא אין ביהמ"ד, און די רב הצעיר וואלט געדארפט מאכן שבת פאר זיך אין א געדינגענע זאל, וואלסטו דאך אויך דא געבליבן און נישט געגאנגען גלות...

זאגט ער מיר אז ער איז זיך מתבונן לו יהא מ'גייט יעצט פרעגן מרן מהר"ש זצ"ל ווער עס זאל איבערנעמען צו זיין זוהן רבי בן ציון אדער זיין אייניקל רבי מרדכי דוד, וואס וואלט ער גענפערט???
האסטו איין הוה אמינא אז א טאטע וועט ענדערש וועלן א צוגעקומענע אייניקל ווי אן אייגן קינד???
זאגט ער מיר אז הגם ביז היינט האט מרן מהר"ש'ס רצון נישט קיין תוקף מדינא דתורה, אבער יעצט האט עס שוין יא...
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:54 pm#218896
לו יהא אז זיין וואלט צוגעזעהן רב״צ הנהגה בשעת די רעביסטיווע פין זיין ברידער, וואלט ער געלאזט רב״צ ווערן רבי? לאמיר זעהן וואס 800 באבובער משפחות האבן געזאגט נאכן דאס מיט לעבן .....
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:55 pm#218897
נו אדרבה טייל אונז מיט מיט...
וואס "אכט הונדרעט" משפחות האלטן...
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:15 pm#218902
ווייט פיש האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?

1] דאס איז אביסעל לאו דווקא, מ'טרעפט פלענטי פארקערט אויכעט
2] ווייל זיי האבען דאס געשפירט אויף די אייגענע הויט ווען זיי האבען אלעס פארלוירען אין וויליאמסבורג :roll:
3] ווייל ווער נאך ווי זיי האט אזא טיפע השגה אין וואס מיינט פעיראלל דיינים
:oops:
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:54 pm#218915
יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין . ;-)
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:04 pm#218918
moshe613 האט געשריבן:יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין . ;-)


נישט געוויסט וואס די מארגענדיגע טאג גייט ברענגען? א בלאף
זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם. וואס דרייסטו א טשייניק?
מ'האט צוגעזאגט אידן פרנסות הייזער מיט אלעס, אז זיי זאלן זיך אריבער ציען צו מ"ד. מ'האט דעמאלטס געניצט געלט ווי וואסער,
יעדער נסיעה מ"ד האט געמאכט קיין חו"ל (געשעהן בערך 6 מאל א יאר) האט געקענט קאסטן קרוב צו מיליאן דוללער.

וואס אפגעלאסט? ווען אפגעלאסט?
יא אפגעלאסט א פלאץ פאר געלט וואס מ'האט זיי צוגעזאגט, ווען די רעדל וואלט ווייטער געפארן אזוי ווי דעמאלטס וואלט מ"ד בלי שום ספק געווען די רייכסטא רבי אין כד הארץ

נישט היינט געדאכט מהאט דעמאלטס צוגעזאגט פאר אלע אינגערלייט וואס ציען זיך ארויס פון קרית באבוב קיין בני ברק באקומען דירות בחינם, וכך הווה
געווען איינער יענקל מ. האט נישט געקענט מחליט זיין וואס צו טוען, נאך א יאר בערך האט ער מחליט געווען ער האט נישט קיין פרנסה, ער גייט כאפן די דיעל, ער האט געמאפט קיין בני ברק זיך געטוישט פאר א מ"ד א חסיד (פאר געלט) אין בבווום, דאננער האט אויסגעהאכט זיין נשמה, ער האט געוואלט צירוק קומען צו ב"צ אבער צירוק גייט א קאזע
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:45 pm#218922
קינד_אן_קייט האט געשריבן:פאר איינעם א גמר דין, פאר׳ן אנדערן א גזר דין.

כ׳בין איבערראשט אז קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם פסק באציעט זיך מערסטענס בנוגע דעם נאמען, באבוב אראפ, באבוב ארויף, און גאנץ קנאפ איבער נכסים.

כ׳האב טאקע נישט מיטגעהאלטן די פרטים פונעם געפעכט איבער די יארן פון א ריין הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, אבער משום מה האט זיך מיר געדאכט אז ס׳האנדלט זיך מער איבער יסודות׳דיגע חושן משפט (ירושה, וכו׳) שאלות כדת וכדין.


מעגליך אז ס׳איז יא אזוי אבער עס פארנעמט דא נישט קיין לענג׳ס אדער ברייט׳ס אינעם פסק און דער כלליות׳דיגער נימוק איז אויך גענצליך פארנעפלט.

חוץ מטעם מוחזק און ״אוחז ביד״, בין כ׳שטארק נייגעריג צו וויסן אויף וואס דער פסק איז באזירט און וויאזוי צד 48 האט געווינען א געצליכער דין יורש.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:04 pm#218926
ברעקינג!
יעצט גייט ארום א בשורה אז הה"צ רמ"ד האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49 גאס
אין אנדערע ווערטער עס פעלט שוין נישט אויס קיין שום דרשה נישטא מער קיין ספיקות איבער די עתיד, קבלו די נייעס "ר' מרדכי דוד גייט פייפן אויפן פסק"
ווי אזוי גייט ער דאס האנדלן? ימים ידברו
אבער געליבן איז אז ער פייפט אויף בית דין
לפי עניית דעתי האט האדמו"ר מבאבוב (לפי שיטת הבי"ד) פארלוין זייער מיאוס העיקר יחסר מן ספר "סדר הדורות"
געמיינט האט דער רב אז ער איז געבליבן א בן יחיד, אבער ר' מרדכי דוד לאזט וויסן "בלא"
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:23 pm#218932
"המשכת מלכות באבוב" מיז נישט מיינען אז ער פלאנט צו פייפן אויף די פסק. ווייסטו וואס לאמיר זעהן די גרויסע מודעה , אפשר מיט א פיקטשער דערפון וועט מען קענען בעסער אפשאצן
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:40 pm#218936
אויף קול באבוב האטליין זאגט ער יא אז עס איז דא א הוקאפ פון דעם טיש, אבער איך קען עס נישט הערן, אפשר איז שוין פארטיג
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:00 pm#218939
עס איז דא א האק-אופ אבער עס איז פול פון איבער 7 טויזנט אריינרופער...........
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:58 pm#218953
נוא איך וויל שוין גיין שלאפען.
קען איינער איבערגעבן נייעס פון די דרשה ?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:05 am#218957
אז ער איז א צדיק, אין וויל שלום, איי בשעתן דרשה איז זיין שוואגער הרב יהושע רובין אין ארץ ישראל איו שלעפט זיין פעטער מייזליש אין קאורט?
לא קשיא
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:11 am#218961
דאס רוהיג לעבען פון נישט זיין א באבובער - עכ"פ אין די תקופה - איז ווערט אלע געלטער.... איך קוק פון די זייט... כאילו איך זיך ביים באבובע פלעי...
איך בין גרייט פארן קומענדיגע סצענע..
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:14 am#218964
די באבאװער ענזויען עס נישט נאר נעמען עס פערזענליך אנלײק די סאטמארער װאס שעפן חיות פון א מחלוקה.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:29 am#218986
די וועלט דערציילט אז סאיז אמאל א משולח געגאנגען נאך געלט דאהי, נאך אין די בראשית יארן פון די באבובער טיילונג, (מסתמא פאר בן ציון דונער האט פארמאכט די אויגען פלוצלום׳דיג והמבין יבין)עכ״פ איז עם בייגעפאלען צו גיין צו ביידע באבאווע אדמורי״ם בעטען א נדבה, קומט ער צום ערשט צו ר׳ מרדכי דוד וואס האט עם שיין אויפגעמימען מיט א ברייטען שמייכעל אין צום באשלוס מנדב געווען 100$, דערנאך איז דער משולח ציגעגאנגען די מהרב״צ אויף 48 וואס האט עם אויפגענומען מיט א זויערען פנים אין שארפע אויגען אין עם ארויסגווארפען מיט 10$ האט דער משולח געזאגט אז יעצט איז ער געווען ביי א ריכטיגער ממשיך לבית באבוב א עכטער גאליצייאנער וואס איז ראוי צו זיין תפקיד אין דער ר׳ מרדכי דוד איז נישט קיין באבובער רבי אויב קען ער זיך ערלויבען צו געבען 100$ פאר א פשוטען משולח
לכאורה איז יענער גערעכט געווען...
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:37 am#218987
m http://bshch.blogspot.com/2014/08/blog- ... 9.html?m=0 m
זאגט מיר יעצט איינער אז מיט וואס איז אברהם ברוך ראזענבערג וויינגער יורש פון באבוב ווי רמ"ד ? הלמאי ביידע האבען באקומען 6 מילון דאלער די איינצגסטע חילוק איז אז ער האט עס באקומען און 9 יאר און רמ"ד באקומט עס און 5 יאר

קרעדיט/שאולזון
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:07 am#218989
usu kalile
git git
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:27 am#218990
איינגעמיירעט האט געשריבן:נוא איך וויל שוין גיין שלאפען.
קען איינער איבערגעבן נייעס פון די דרשה ?

אביסל שפעט... אבער געווען נעכטן א קנאק פון א דרשה אין באבוב, רמ"ד האט געפאדערט אז די בחורים און יונגעלייט זאלן זיך נישט מישן בשום אופן אין די מחלוקת, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס זיין קהילה איז יעצט אין דין תורה און פארוואס זיין צד האט פארלאזט דעם ביהמ"ד נאך זיין שווערס פטירה איז נאר ווייל מען האט געזוכט שלום, און דאס איז די וועג וואס מען וועט ווייטער גיין.

בנוגע דעם פסק האט רמ"ד געלאזט וויסן אז דאס ווענדט זיך נישט אין אים נאר ער וועט לאזן גדולי ישראל (?) מחליט זיין את הדרך בה ילכו.

און בכלל האט ער אויפגעפאדערט זיינע חסידים זיך צו שטארקן אין תורה ועבודה אין די ימי אלול ווי מ'האט זיך געפירט אין באבוב אלע יאר ביים ר"ח אלול טיש.

בנוגע וואס א געוויסער ניק האט דא געשריבן אז די טעוועלעך המשכת מלכות באבוב צייגט אז רמ"ד פלאנט צו פייפן אויפן פסק דין איז גענצליך נאריש געזאגט, און ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן. (בכלל האט יענער ניק פארגעסן אז די בי"ד האט געגעבן 90 טעג פאר א החלטה).

אגב, מפי השמועה האט קול באבוב האטליין געהאט נעכטן ארום 50,000 אריינרופער.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:36 am#218991
ראשעקאל האט געשריבן:"המשכת מלכות באבוב" מיז נישט מיינען אז ער פלאנט צו פייפן אויף די פסק. ווייסטו וואס לאמיר זעהן די גרויסע מודעה , אפשר מיט א פיקטשער דערפון וועט מען קענען בעסער אפשאצן
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:22 am#218995
איך האב מיר נישט ליב צו מישן אין פאליטיק
אבער למען הדיוק וויל איך צו געבן מיינע צוויי גרושן צו די ענין און איך הייב אן מיט א שאלה צו ר' לאליפאפ
אויב דאס מיינט נישט אז ער גייט פייפן אויף דין תורה וואס מיינען יא די טעוועלעך?
די טעוועלעך (נישט קליינע טעווע"לעך" נאר גרויסע טאוולען ליתר דיוק) ליינען זיך זייער פשוט: עס גייט זיין א גרויסע מעמד ווי מען גייט אויסרופען קבל קהל עם ועדה אז באבוב גייט ווייטער אן, און מען קימערט זיך נישט וועגן ס'פסק אפילו כמלא נימה, להיפך מען גייט ביתר שאת וביתר עוז זיך אויסלאכן פון די פראסק (פסק) און גיין ווייטער זייער וועג
די זיסטע חלק איז נאך ווי הה"צ רמ"ד שטייט קעגן די גרויסע טאוולען און זאגט "מיר גייען הערן וואס גדולי ישראל האבן צו זאגן" אין אנדערע ווערטער "איך בין נאך א אוהב שלום אויך"

מיין דעה לגבי דער געווינער פון די פסק:
איך האב שטארק הנאה פון באבוב רמ"ד און זייער אנטוישט פון די הנהגה הקנאי פון באבוב רב"צ, איך פארשטיי נישט וואס צד הרב"צ האט געטראכט ביים פארשרייבן די נוסח הפסק, האבן זיי טאקע גע'דמיונ'ט אז רמ"ד גייט דאס מקבל זיין? האבן זיי טאקע גע'חלומ'ט אז די וועלט גייט האבן טענות אויף רמ"ד פאר'ן נישט מקבל זיין אזא מין פסק?
כלל גדול: ווילסט איינצוימען א קעצעלע? לייג אים אריין אין א בריוח'דיגע שטייג ער זאל האבן זיין ספעיס, ווייל אויב שטופסטו אים אריין אין א קארנער גייט ער שפרינגען אויף דיר און דיר צופליקן.
דאס טאקע געשעט יעצט
ווען צד רב"צ זאל ווען האנדלן בקור רוח און מיט שכל און געבן פאר רמ"ד מער א מכובד'דיגע סומע געלט וואלט רמ"ד געמוזט שליסן דאס מויל און מקבל זיין הדברים כמו שנכתבו, און די וועלט וואלט אויך דורש געווען מצד רמ"ד לקבל הפסק (וואס וואלט אויסגעזען ווי א יושר'דיגע פסק), אבער נאך א פסק כמו פסק דינן וועט קיינער נישט פארלאנגען פון רמ"ד צו מקיים פסק זיין, און מצד געלט האט טאקע רב"צ מנצח געווען אבער מצד די נאמען "באבוב" איז ער מער פארלירער אפילו פון איידער די פסק, ביז היינט האט די גאס מער נוטה געווען צו צד רב"צ בנוגע די נאמען באבוב, אבער נאך די פסק האט די וועלט באקומען שטארקע מיטלייד געפילן צו רמ"ד און לדעתי איז דער הויפט געווינער פון דער פסק דווקא רמ"ד, ווייל די וועלט האט נישט ליב אזא סארט קנאישן ההנגה פון א רבי און זיכער נישט אזא איינזייטיגער פסק (אפילו אויב קהילת רב"צ האלטן אז דאס איז דין תורה, וואלטן זיי עס געדראפט באטראכטן מיט א פרעספעקטיוו פון א זייטיגער מענטש, וואס וועט דער גאס זאגן אויף דאם? ולקיים אל תהיה צודק "תהיה חכם" גיב אים מער און ער וועט שווייגן)
געלט קען מען ברענגען פון דרויסן און דאס איז נישט די עיקר אישו, אבער די נאמען באבוב וואלט רב"צ געקענט מונע זיין פון רמ"ד (מיט אביסל שכל) און זיי למעשה האבן זיי דאס דערלאנגט פאר רמ"ד אויף א גאלדענע טאץ.
עד כאן דברי, ואני מאמין שיש חולקים, אבל כך הוא דרכו של תורה
און איך האלט אז "הצדק איתי"
שלום על ישראל, א גוטן פורים
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:26 am#218996
אויסגעהערט האדמו"ר רמ"ד'ס דרשה.
קאט די קרעפ
פארקויף נישט פאר די קעלבעלעך אז די זיכסט שלום ווען ממש קעגען דיין נאז איז דא א גרויסע סיין פאר א נייע שוהל קהל שערי ציון דבאבוב...
Call it what it is.
דע מענטש הנקרא "רבי" איז אין איט פאר א לאנגע פייט
אין עס קוקט נישט אויס ער האט א choice צי פאלגען די פסק דין.
Cut it and leave with grace and moral.
אבער זיי קענען נעבעך נישט.

אין מען קייט דא איבער אין מיין מקוה אז ער האט גיט גערעדט אין ער זיכט שלום. ???
אהא !
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:25 am#219003
er zicht shulem but maybe he can't find it so easy.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:25 am#219005
m http://www.jdn.co.il/news/385776 m

in center of the article there is a link to the full speech
i'm just now listening - i'm amazed. .
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:31 am#219007
אדמו"ר מבאבוב45 האט געשריבן: כאן התחיל האדמו”ר לדבר פתיחות נדירה שהפתיע את אלפי החסידים ששהו במקום שכן האדמו”ר מאז עלותו לכס האדמו”ר לא התייחס אף פעם בפומבי אל המחלוקת בחצרות באבוב, ואמר: מאז פטירתו של חמי כ”ק מרן האדמו”ר רבי נפתלי צבי מבאבוב זי”ע היה לנו את הנסיון הזה, כשם שאין פרצופיהם שווים כך אין דעותיהן שוות, היה שני דיעות בקרב הקהל, וכולם הבינו שזה לא היה יכול ללכת ביחד, זהו דרך השלום שאנחנו ידעו שעל פי דין תורה יש לנו את הזכותים שהיה לכ”ק מרן חמי זצ”ל מאביו כ”ק מרן זקיני זצ”ל, ראינו שע”י שאם נישאר בבית המדרש הגדול זה יבוא לידי חילול ד’ ח”ו, אז עזבנו את הבית מדרש, למרות שיעצו לנו בתוקף לחזור לבית המדרש כדי שהזכותים שלנו יהיו חזקים יותר, אבל השתמשנו בדבריו של כ”ק מרן חמי זצ”ל במכתב ההתחזקות לאחר פטירת אביו זצ”ל, וז”ל ‘והקריב את כבודו על מזבח השלום בכל עידן ועידן’, לשלום יש מחיר אמר האדמו”ר אמר האדמו”ר בקשר לעזיבתו את הביהמ”ד בתקופה הזו של התחלת המחלוקת, ועל ידי צעד זו של עזיבת הביהמ”ד איבד את הזכיות.

ֿ
מורה מורינו הרב אדמו"ר מבאבוב45 שליט"א, כ'האב צו אייך א פאר פראגעס:

איר שרייט "שלום".
איר שרייט אז איר זענט גרייט "מקריב" צו זיין - פאר "שלום".

לאמיר פארשטיין, וואס איר האט געטוען פאר שלום, וואס איר טוט פאר שלום, וואס איר פארלאנגט צו טוען פאר שלום.

פון אייערע פעטער פארלאנגט איר, ער זאל "מקריב" זיין לפחות א דריטל פון זיינע בנינים, אדער לפחות 100 מיליאן דאללער, פאר שלום.
איר פארלאנגט פון עם, אז ער זאל אייך לאזן נוצן "זיין" נאמען, פאר שלום.

וואס זענט איר גרייט "מקריב" צו זיין פאר שלום?
אויב מוז אייערע פעטער אראפ לייגן 100 מיליאן דאלער פאר שלום, מוזטו אויך זיין גרייט דערפאר!
אויב אייערע פעטער דארף אייך לאזן נוצען "זיין" נאמען פאר שלום, מוזטו זיין גרייט אויפצוגעבן דערפאר.
איטס עי טו וועי סיסטעם.

אבער ניין.
איר ווילט נישט מקריב זיין קיים דיים פאר שלום. - איר ווילט א גאנצע דריטל פון די באבובער ריעל עסטעיט.
איר ווילט אויך נישט מקריב זיין א נאמען פאר שלום. - איר ווילט הייסן באבוב, כמות שהוא.

לאמיר קוקן פון אן אנדערע בליק.
איר ווילט שלום? נאו פראבלעם! גייט ארויס פון די ציונ'ישע ערכאות און ארץ ישראל. - ווי קענט איר שרייען אז איר ווילט שלום, ווען אייער שוואגער איז געפארן עדות זאגן קעגן באבוב, אין די ציונישע ערכאות?
איר ווילט שלום? זיי דיך מכניע צו בי"ד, און פאלג אויס דער די"ת, ווי האסטו געקענט פראקלאמירן א נייע בנין בנות ציון מיט באבוב'ער עמבלעם דערויף, נאכ'ן פסק דין.
וואספארא מין שפיל איז דאס, אנצוגיין מיט אן אנטי שלום קאמפיין, און שרייען מיר זוכן שלום?

אבער ס'איז נישט קיין נפקא מיניה, ווייל איר ווייסט נישט ווי גוט איר האט געזאגט:
ניין יאהר, האבן אייערע שלוחים געבונטעוועט אין די"ת, אז י"ג אדר תשס"ה, האבן אונז ענק ארויס געווארפן פון באבובער ביהמ"ד.
ענדליך האט איר מודה געווען קבל עם ועדה, אז ס'איז געווען א ליגנט, איר זענט אליין ארויס [פאר "שלום" פארשטייזעך].
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:37 am#219009
ממש א חידוש ווי עולם גולם קויפט זיין קרעפ,
ער וויל שלום? אין וועגען דעים איז ער ארויס פון ביהמ'ד.
קוק אויפן בילדער פון די טיש, הרב יהושע רובין די רב, איז נישט בנמצא, ווי איז ער?
שומו שמים ער גייט רופן זיין זיידע'ס מוסדות אין ערכאות,
זיין זיידע וואס האט געלייגט פלייש אין בלוט פאר קרית באבוב, האט הרב יהושע רובין א פארלאנג צו פארקויפן פאר פרייע, אזוי וועט ער אפשר מאכן אפאר דולער.
דאס איז באבוב, הע? (קרעדיט, צבי אריה)
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:26 am#219020
די תורה זאגט אז מ'מוז פאלגן א פסק בי"ד "ועשית ככל אשר יורך". שטייט בכלל נישט קיין חילוק צו ס'שמעקט דער פסק אדער נישט.
אבער "לפנים משורת הדין" און "למען השלום" גייט מען ווארטן אויף גדולי ישראל (אויף וועם??) זאלן זאגן צו מ'זאל פאלגן..
למען השלום האט נארוואס באקומען א נייע באדייט
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:58 am#219028
בארא פארקער האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:אין די שטרי ברורין שטייט "אפילו טעה בדבר משנה", דאס הייסט אז אפילו מען איז זיך טועה און מען פסקענט קעגען א אפענע הלכה (אין דיס קעיס חתנו כבנו).

אבער דא זעהט עס נישט אויס ווי א "טעה" נאר א במזיד ובזדון, דערפאר זעהט עס אויס רשעותדיג.

די טראכסט טאקע אז "דער תורה האט געזאגט אז אזוי איז דער הלכה"? אדער דער תורה האט געזאגט אז מען מוז עס אן נעמען?

אן צונעמען דער פסק דין, און צו דער פסק דין איז אויס געהאלטען הלכהדיג איז צוויי זאכען. קען זיין אז אפילו אויב עס איז רשעותדיג, און במזיד ובזדון, מוז 45 עס פארט אן נעמען. אבער מען דארך עס אן רופען ביים נאמען.

פששש, כ'האב הנאה אונז האבן דא איינער וואס קען חושן משפט אויסווענדיג,
די וויייסט פונקטלעך וואס די הלכה דארף זיין אין וואס איז יא ריכטיג אין וואס נישט,
שנעלע שאלה, ביסט געזעצן ביי די זיצונג? יא צו ניין? טאמער נישט זיי שטיל,
וואס דרייסטו א קאפ? די ווייסט וואס פאר א עדות ס'דארט געווען? דיווייסט אלץ וואס האט זיך דארט אפגעטוע?
חוץ טאמער די ביסט איינער פון די רבנים, אין טאמער יא, העי! נייס ז'אב באדי

איך האב א סוד פאר דיר, ששש, זאג קיינעם נישט אויס, דער פסק איז נישט באזירט אויף שלחן ערוך חושן משפט, ווייל דארט שטייט נישט אזוי. אבער א דין בית דין האט עס אפשר יא ווייל דארט (אין חו"מ) שטייט אז שלשה רועי בקר זענען אויך א בית דין און קענען אויף פסקנען חושן משפט שאלות. נו, ווייניגער ווי א רועי בקר בין איך דאך נישט, איז אלזא קען איך אריין רעדען אזוי ווי דיר. צוויי רועי בקר שמועסען זיך אדורך, שוין געהערט אזא זאך.

א שנעלע ענטפער, טאמער מען איז נישט געזעצען ביים זיצונג, דארף מען זיין שטיל? איך זעה נישט אז אנדערע ווואס זענען נישט דארט געווען זאלען זיין שטיל. שנעלע קשיא, די ביזט יא דארט געווען?

יא, אוודאי ווייס איך וואספארע עדותשאפט עס איז דארט געווען, רא"ב שרייבט עס דאך ארויס, אז מען האט עס אפגעווארפען, איז פון וואספארע עדות רעדסטו?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:02 am#219033
בארא פארקער האט געשריבן:
moshe613 האט געשריבן:יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין . ;-)


נישט געוויסט וואס די מארגענדיגע טאג גייט ברענגען? א בלאף
זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם. וואס דרייסטו א טשייניק?
מ'האט צוגעזאגט אידן פרנסות הייזער מיט אלעס, אז זיי זאלן זיך אריבער ציען צו מ"ד. מ'האט דעמאלטס געניצט געלט ווי וואסער,
יעדער נסיעה מ"ד האט געמאכט קיין חו"ל (געשעהן בערך 6 מאל א יאר) האט געקענט קאסטן קרוב צו מיליאן דוללער.

וואס אפגעלאסט? ווען אפגעלאסט?
יא אפגעלאסט א פלאץ פאר געלט וואס מ'האט זיי צוגעזאגט, ווען די רעדל וואלט ווייטער געפארן אזוי ווי דעמאלטס וואלט מ"ד בלי שום ספק געווען די רייכסטא רבי אין כד הארץ

נישט היינט געדאכט מהאט דעמאלטס צוגעזאגט פאר אלע אינגערלייט וואס ציען זיך ארויס פון קרית באבוב קיין בני ברק באקומען דירות בחינם, וכך הווה
געווען איינער יענקל מ. האט נישט געקענט מחליט זיין וואס צו טוען, נאך א יאר בערך האט ער מחליט געווען ער האט נישט קיין פרנסה, ער גייט כאפן די דיעל, ער האט געמאפט קיין בני ברק זיך געטוישט פאר א מ"ד א חסיד (פאר געלט) אין בבווום, דאננער האט אויסגעהאכט זיין נשמה, ער האט געוואלט צירוק קומען צו ב"צ אבער צירוק גייט א קאזע

די זאגסט אז "זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם".

נישט אמת, רב"צ דוננער האט נאך דענמאלט נישט געשטיצט מיט גרויסע געלטער. איז ממילא דיין אנאליז געבויעט אויף א פאלשע יסוד.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:08 am#219035
דאס איז די אפטייטש ''ס'שטינקט פון קאפ'' זאגען פאר די אקסען (אפסס חסידים) עטס זאלטס ''שלום'' און מיר 'גרויסע' וועלן זען וואס צוטון, רמ''ד ווילסט שלום זאג אז גייסט פאלגען די די''ת און מ'מישט איבער א בלעטעל. דאס וואס די קליינע קינדער רעדען דאס איז נישט קיין מחלוקות נאר סתם דברים בטילים, דאס וואס די גרויסע דרייען מיט די צינג דאס איז מחלוקות.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:13 am#219038
קענער האט געשריבן:יעצט גייט ארום א בשורה אז הה"צ רמ"ד האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49 גאס
אין אנדערע ווערטער עס פעלט שוין נישט אויס קיין שום דרשה נישטא מער קיין ספיקות איבער די עתיד, קבלו די נייעס "ר' מרדכי דוד גייט פייפן אויפן פסק"
ווי אזוי גייט ער דאס האנדלן? ימים ידברו
אבער געליבן איז אז ער פייפט אויף בית דין
לפי עניית דעתי האט האדמו"ר מבאבוב (לפי שיטת הבי"ד) פארלוין זייער מיאוס העיקר יחסר מן ספר "סדר הדורות"
געמיינט האט דער רב אז ער איז געבליבן א בן יחיד, אבער ר' מרדכי דוד לאזט וויסן "בלא"

חס וחלילה להאי דעתא!

דער המשכת מלכות באבוב איז אז באבוב-45 גייט בויען א נייעם בית מדרש, און א המשכה פאר באבוב איז עס פאר זיינע 1500 משפחות ווייל בית דין האט דאך געפסקענט אז עס איז דא צוויי באבוב'ס, נאר 45 דארף צו ליייגען "45" אלץ א היכר, אבער באבוב איז עס, און א נייע גרויסע בית המדרש איז "המשכת מלכות באבוב", זאל עס זיין באבוב-45, עס איז נישט משנה.

און לגבי זיך אויספייפען פון בית דין, חס וחלילה. הערט אויס זיין דרשה נעכטען, ווי ער זאגט קלאר אז ער איז געגאנגען צו בית דין פאר שלום (זיך צו פארגלייכען און מאנען זיינע זכותים - ער האט א רעכט, ניין?) און יעצט האט עס מער נישט מיט אים און זיכער נישט מיט דער עולם. אויב מען דארף אויס פאלגען וועט ער אוודאי אויספאלגען, דער שאלה איז נאר (דער מיליאן דאלער קוועשיאן) וויאזוי פאלגט מען אויס אזע מוזרדיגע פסק וואס איז נישט אויספירליך און איז א חרפה און א בושה אויב דאס הייסט א "פסק תורה"! דער פסק לייגט אריין מענטשען אין א סטרעיטדזעקעט פאר דער נעקסטע הונדרעט יאר!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:16 am#219041
outspoken האט געשריבן:דאס איז די אפטייטש ''ס'שטינקט פון קאפ'' זאגען פאר די אקסען (אפסס חסידים) עטס זאלטס ''שלום'' און מיר 'גרויסע' וועלן זען וואס צוטון, רמ''ד ווילסט שלום זאג אז גייסט פאלגען די די''ת און מ'מישט איבער א בלעטעל. דאס וואס די קליינע קינדער רעדען דאס איז נישט קיין מחלוקות נאר סתם דברים בטילים, דאס וואס די גרויסע דרייען מיט די צינג דאס איז מחלוקות.

ער האט דען געזאגט אז ער גייט נישט פאלגען די די"ת? הערט ביטע אים אויס און קומט צוריק אונז זאגען וואס ער האט געזאגט.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:18 am#219043
יעצט אויסגעהערט די דרשה פון רמ"ד, איך זעה באמת נישט וואס דערוילעם טאנצט דא, ער זאגט ער וויל שלום, האט נאך גראדע נישט ארויסגעלייגט זיין שלום פלאן, קוקט אויס מ'דארף פארמישן אנדערע אין די סיס-פייער... אבער זאגט בכלל נישט אז ער גייט דא פייטן, אז ער גייט דא פייפן אויפן פסק, סך הכל האט ער נאך בערך 83 טעג פארן נייעם נאמען, ביז דאן מעג ער און זאל שרייבן "המשכת מלכות באבוב" ריגארדלעס וויאזוי ער גייט הייסן גייט ער עס סייווי רופן א "המשכה".

ער רעדט בכלל נישט שלעכט, ער לעשט נישט, אבער ער צינדט נישט אויך נישט, ער גרייט סך הכל אן דעם עולם פאר א שלום עפאכע... ער קען נאך דא ארויסגיין גוט אין די נעקסטע פאר וואכן. געטס אים א שאנס
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:20 am#219046
זייער גוט געזאגט שעפטל, דער ערשטע נארמאלע תגובה היינט. (ניין, איינע פון די ערשטע - ווערט נישט באליידיגט).
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:27 am#219052
בארא פארקער האט געשריבן:...קוק אויפן בילדער פון די טיש, הרב יהושע רובין די רב, איז נישט בנמצא, ווי איז ער?

העי! האסט פארגעסען פון דיין פריערדיגע תגובה ווי די שרייבסט ווי ער איז?

l viewtopic.php?p=218957#p218957 l

צו ניצען דיינע ווערטער, פליז קאט די קרעפ(ליך)!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:30 am#219055
בארא פארקער האט געשריבן:אז ער איז א צדיק, אין וויל שלום, איי בשעתן דרשה איז זיין שוואגער הרב יהושע רובין אין ארץ ישראל איו שלעפט זיין פעטער מייזליש אין קאורט?
לא קשיא

וואס דען זאל ער טוהן? מען האט דאך געפעלשט א חתימה, זאל ער נישט באקומען וואס איז זיינס? וויאזוי פארשטייסטו? וואס וואלסטו געטוהן?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:36 am#219060
אתא קלילא האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז סאיז אמאל א משולח געגאנגען נאך געלט דאהי, נאך אין די בראשית יארן פון די באבובער טיילונג, (מסתמא פאר בן ציון דונער האט פארמאכט די אויגען פלוצלום׳דיג והמבין יבין)עכ״פ איז עם בייגעפאלען צו גיין צו ביידע באבאווע אדמורי״ם בעטען א נדבה, קומט ער צום ערשט צו ר׳ מרדכי דוד וואס האט עם שיין אויפגעמימען מיט א ברייטען שמייכעל אין צום באשלוס מנדב געווען 100$, דערנאך איז דער משולח ציגעגאנגען די מהרב״צ אויף 48 וואס האט עם אויפגענומען מיט א זויערען פנים אין שארפע אויגען אין עם ארויסגווארפען מיט 10$ האט דער משולח געזאגט אז יעצט איז ער געווען ביי א ריכטיגער ממשיך לבית באבוב א עכטער גאליצייאנער וואס איז ראוי צו זיין תפקיד אין דער ר׳ מרדכי דוד איז נישט קיין באבובער רבי אויב קען ער זיך ערלויבען צו געבען 100$ פאר א פשוטען משולח
לכאורה איז יענער גערעכט געווען...

אפילו פאר א דזאוק איז עס נישט שיין. אלע באבובער רבי'ס, כאטש זיי זענען געווען גאליציאנער האבען געגעבען גרויסע סכומים (אויב זיי האבען געהאט צו געבען) פאר די וואס האבען זיך אויסגעוויינט צו זיי.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:38 am#219061
אתא קלילא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2014/08/blog-post_4299.html?m=0
זאגט מיר יעצט איינער אז מיט וואס איז אברהם ברוך ראזענבערג וויינגער יורש פון באבוב ווי רמ"ד ? הלמאי ביידע האבען באקומען 6 מילון דאלער די איינצגסטע חילוק איז אז ער האט עס באקומען און 9 יאר און רמ"ד באקומט עס און 5 יאר

קרעדיט/שאולזון

איך פארשטיי נישט. איז רא"ב אן איידעם ביים מהרנ"ץ אדער זענען זיי איידעמער ביים מהרנ"ץ? סארי, איך פארשטיי נישט דער דזאוק.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:40 am#219064
לאליפאפ האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:נוא איך וויל שוין גיין שלאפען.
קען איינער איבערגעבן נייעס פון די דרשה ?

אביסל שפעט... אבער געווען נעכטן א קנאק פון א דרשה אין באבוב, רמ"ד האט געפאדערט אז די בחורים און יונגעלייט זאלן זיך נישט מישן בשום אופן אין די מחלוקת, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס זיין קהילה איז יעצט אין דין תורה און פארוואס זיין צד האט פארלאזט דעם ביהמ"ד נאך זיין שווערס פטירה איז נאר ווייל מען האט געזוכט שלום, און דאס איז די וועג וואס מען וועט ווייטער גיין.

בנוגע דעם פסק האט רמ"ד געלאזט וויסן אז דאס ווענדט זיך נישט אין אים נאר ער וועט לאזן גדולי ישראל (?) מחליט זיין את הדרך בה ילכו.

און בכלל האט ער אויפגעפאדערט זיינע חסידים זיך צו שטארקן אין תורה ועבודה אין די ימי אלול ווי מ'האט זיך געפירט אין באבוב אלע יאר ביים ר"ח אלול טיש.

בנוגע וואס א געוויסער ניק האט דא געשריבן אז די טעוועלעך המשכת מלכות באבוב צייגט אז רמ"ד פלאנט צו פייפן אויפן פסק דין איז גענצליך נאריש געזאגט, און ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן. (בכלל האט יענער ניק פארגעסן אז די בי"ד האט געגעבן 90 טעג פאר א החלטה).

אגב, מפי השמועה האט קול באבוב האטליין געהאט נעכטן ארום 50,000 אריינרופער.

לאליפאפ, האסט עס גוט אראפגעלייגט.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:44 am#219067
שלום אהער שלום אהין. it looks like he's here to stay
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:46 am#219069
matovu האט געשריבן:אויסגעהערט האדמו"ר רמ"ד'ס דרשה.
קאט די קרעפ
פארקויף נישט פאר די קעלבעלעך אז די זיכסט שלום ווען ממש קעגען דיין נאז איז דא א גרויסע סיין פאר א נייע שוהל קהל שערי ציון דבאבוב...
Call it what it is.
דע מענטש הנקרא "רבי" איז אין איט פאר א לאנגע פייט
אין עס קוקט נישט אויס ער האט א choice צי פאלגען די פסק דין.
Cut it and leave with grace and moral.
אבער זיי קענען נעבעך נישט.

אין מען קייט דא איבער אין מיין מקוה אז ער האט גיט גערעדט אין ער זיכט שלום. ???
אהא !

וואס מיינט leave with grace, ווי זאל ער גיין? זאל ער פארמאכען זיין בית מדרש? זאל ער נישט בויען א נייעם בית מדרש וואס קען האלטען זיין עולם?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:54 am#219077
קוק נאר ווי די יונגע צימעס ניקס גייען אזוי קעגן שכל. איך האב אפגעשריבן אפאר פאראגראפן דברים של טעם וואו איך האב מסביר געווען וויאזוי איך פארשטיי דעם דרשה פון רמ"ד און פארוואס עס איז דערווייל נישט קיין סתירה צום פסק בית דין, קומען אפאר חברה און פילן אן נאך א בלאט מיט דברים של מה בכך, אן קיין שום טעם אדער הסבר, און שרייען בלא בלא בלא ער וויל נישט קיין שלום... רייט! רב"צ וויל שלום.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:26 pm#219092
איך וויל שלום, גייט נישט באנאנזאם, מיט'ן לויפן אין ערכאות אין א"י.
איך וויל שלום, גייט נישט צו צוזאמען מיט'ן ווייטער נוצען די באבוב עמבלעם, אויף א פרישע בנין, וואס דער עמבלעם באט בכלל נישט אויסגעפעלט.
איך וויל שלום, גייט נישט מיט "גדולי ישראל וועלן באשליסען..."
איך וויל שלום, שטומט נישט, מיט "ס'פעלט א סעיף אינעם פסק."
איך וויל שלום , איז א סתירה צום סלאגאן "המשכת מלכות באבוב", ווען בי"ד האט נארוואס גע'פסקנ'ט אז 'באבוב' מיינט נישט דיר, דער "המשך" איז ביי דיין פעטער.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:33 pm#219095
כנור האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:אז ער איז א צדיק, אין וויל שלום, איי בשעתן דרשה איז זיין שוואגער הרב יהושע רובין אין ארץ ישראל איו שלעפט זיין פעטער מייזליש אין קאורט?
לא קשיא

וואס דען זאל ער טוהן? מען האט דאך געפעלשט א חתימה, זאל ער נישט באקומען וואס איז זיינס? וויאזוי פארשטייסטו? וואס וואלסטו געטוהן?

אפשר טאמער מ'וואלט געפעלשט א חתימה קען זיין ביסט גערעכט, אבער מ'האט קיינמאל קיין חתימה נישט געפאלשט, דאס איז איינער פון די צענדליגער ליגענטס ענקער פיהרער רעדן ענק איין. ס'איינס נאך אז אין 48 שעה באקומט מען די מתיבתא בנין, אין אייינס פאר מ'גייט אט אט בויען א בנין.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:40 pm#219098
כנור האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:
moshe613 האט געשריבן:יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין . ;-)


נישט געוויסט וואס די מארגענדיגע טאג גייט ברענגען? א בלאף
זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם. וואס דרייסטו א טשייניק?
מ'האט צוגעזאגט אידן פרנסות הייזער מיט אלעס, אז זיי זאלן זיך אריבער ציען צו מ"ד. מ'האט דעמאלטס געניצט געלט ווי וואסער,
יעדער נסיעה מ"ד האט געמאכט קיין חו"ל (געשעהן בערך 6 מאל א יאר) האט געקענט קאסטן קרוב צו מיליאן דוללער.

וואס אפגעלאסט? ווען אפגעלאסט?
יא אפגעלאסט א פלאץ פאר געלט וואס מ'האט זיי צוגעזאגט, ווען די רעדל וואלט ווייטער געפארן אזוי ווי דעמאלטס וואלט מ"ד בלי שום ספק געווען די רייכסטא רבי אין כד הארץ

נישט היינט געדאכט מהאט דעמאלטס צוגעזאגט פאר אלע אינגערלייט וואס ציען זיך ארויס פון קרית באבוב קיין בני ברק באקומען דירות בחינם, וכך הווה
געווען איינער יענקל מ. האט נישט געקענט מחליט זיין וואס צו טוען, נאך א יאר בערך האט ער מחליט געווען ער האט נישט קיין פרנסה, ער גייט כאפן די דיעל, ער האט געמאפט קיין בני ברק זיך געטוישט פאר א מ"ד א חסיד (פאר געלט) אין בבווום, דאננער האט אויסגעהאכט זיין נשמה, ער האט געוואלט צירוק קומען צו ב"צ אבער צירוק גייט א קאזע

די זאגסט אז "זיי האבן דעמאלטס געהאט שטיצער פון ב"צ דוננער אויף א צודרייטע פארנעם".

נישט אמת, רב"צ דוננער האט נאך דענמאלט נישט געשטיצט מיט גרויסע געלטער. איז ממילא דיין אנאליז געבויעט אויף א פאלשע יסוד.

וואס לייקענסטו היסטערי? דוננער האט שוין דעמאלטס געשיקט ריזיגע געלטער.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:17 pm#219115
כנור האט געשריבן:
קענער האט געשריבן:יעצט גייט ארום א בשורה אז הה"צ רמ"ד האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49 גאס
אין אנדערע ווערטער עס פעלט שוין נישט אויס קיין שום דרשה נישטא מער קיין ספיקות איבער די עתיד, קבלו די נייעס "ר' מרדכי דוד גייט פייפן אויפן פסק"
ווי אזוי גייט ער דאס האנדלן? ימים ידברו
אבער געליבן איז אז ער פייפט אויף בית דין
לפי עניית דעתי האט האדמו"ר מבאבוב (לפי שיטת הבי"ד) פארלוין זייער מיאוס העיקר יחסר מן ספר "סדר הדורות"
געמיינט האט דער רב אז ער איז געבליבן א בן יחיד, אבער ר' מרדכי דוד לאזט וויסן "בלא"

חס וחלילה להאי דעתא!

דער המשכת מלכות באבוב איז אז באבוב-45 גייט בויען א נייעם בית מדרש, און א המשכה פאר באבוב איז עס פאר זיינע 1500 משפחות ווייל בית דין האט דאך געפסקענט אז עס איז דא צוויי באבוב'ס, נאר 45 דארף צו ליייגען "45" אלץ א היכר, אבער באבוב איז עס, און א נייע גרויסע בית המדרש איז "המשכת מלכות באבוב", זאל עס זיין באבוב-45, עס איז נישט משנה.

און לגבי זיך אויספייפען פון בית דין, חס וחלילה. הערט אויס זיין דרשה נעכטען, ווי ער זאגט קלאר אז ער איז געגאנגען צו בית דין פאר שלום (זיך צו פארגלייכען און מאנען זיינע זכותים - ער האט א רעכט, ניין?) און יעצט האט עס מער נישט מיט אים און זיכער נישט מיט דער עולם. אויב מען דארף אויס פאלגען וועט ער אוודאי אויספאלגען, דער שאלה איז נאר (דער מיליאן דאלער קוועשיאן) וויאזוי פאלגט מען אויס אזע מוזרדיגע פסק וואס איז נישט אויספירליך און איז א חרפה און א בושה אויב דאס הייסט א "פסק תורה"! דער פסק לייגט אריין מענטשען אין א סטרעיטדזעקעט פאר דער נעקסטע הונדרעט יאר!


ער איז געגאנגען צום בי"ד פאר שלום, און ווען בי"ד געט ארויס דעם פסק זאגט מען (למען השלום), וועיט עי מינוט, איך דארף גיין פרעגן גדולי ישראל צו איך דארף פאלגן..
סיריעסלי?? גדולי ישראל דארפן דיר יעצט זאגן צו די דארפסט פאלגן?? ס'איז דא א תורה! און ער הייסט פאלגן א פסק בי"ד צו ס'געפעלט יא אדער נישט!
כ'פארשטיי ס'איז שווער און ס'איז א גרויסער נסיון אבער זאג נישט אז דו ווילסט שלום ווען באותו דרשה זאגסטו אז איך דארף גיין געוואר ווערן צו איך דארף פאלגן א פסק בי"ד וואס דו האסט אינטערגעשריבן אז דו גייסט פאלגן
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:09 pm#219131
איך זעי אויך נישט די געשריי אויף רמ"ד

בס"ה זאגט ער איך האב באקומען א פסק איך בין עס גרייט מקבל צו זיין אבער איין מינוט בעפאר דעם וויבאלד איך האלט אז די פסק איז נישט אינגאנצן מסודר איך האב געוויסע טענות דערויף וויל איך קודם הערן פון גדולי ישראל וואס זיי זאגן צו מיינע טענות נו וואס איז זייער א גוטע זאך מצדו ער פרעגט א צווייטע בי"ד וואס צו טון און טאמער זיי גייען אים זאגן כזה ראה וקדש קענסט גארנישט טוישן נעמט ער עס אן כמו שהוא

אין וואס גייסטו טון אויב למשל די גאבד ירושלים למשל אדער הר' וואזנער גייט אים זאגן אז ער מוז נישט אננעמען די פסק מאיזה סיבה שהיא פארשטייסטו אויך אז ער איז נישט מחויב אנצונעמען די פסק פון בי"ד זייער פשוט

די גאנצע זאך אקעגן זיין דרשה איז א טאקטיק פון חסידי רב"ץ ארויפצולייגן א נאסע ליילעך אויף רמ"ד אז ער נעמט נישט אן די תורה און אזוי ארום וועט זייער רבי צוריק באקומען א שיינע פנים אויפן גאס
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:21 pm#219135
ריכטיג גאנצל, דער וואס האט געהערט די דרשה זעהט עס באשיינפורלעך. אבער זיינע קעגנער וועלען ווייטער שיסען.