Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
598 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:10 am#218732
אפשר קען דא עמיצער קלאר מאכן די פאקטען איינמאל פאר אלעמאל?

לויט ווי איך האב א ביסל פארשטאנען די טענה'עס ומענה'עס פון ביידע צדדים, שטעלט זיך עפעס ארויס דעם בילד:

דער מהר''ש השני מבאבוב האט פארלאזט דעם דאזיגער וועלטע'ל ר''ח אב תש''ס. און ער האט איבערגעלאזט 2 זון. זיין זון בזו''ר דער אדמו''ר מהרנ''צ ז''ל, און זיין זון הרב בנצא''ל שליט''א פון זו''ש.
פאר יעדען איז געווען קלאר אז דער מהרנ''ץ איז דער יורש מדאורייתא, והוא ישב על כיסא שלמה אביו, דאס איז יעדער מסכים.

י''ב אדר תשס''ה האט דער מהרנ''ץ ז''ל פארלאזט אונזער וועלטעל.

אצינד איז אזוי:

וואלט ווען מהרנ''ץ ווען געהאט א זון, וואלט דאך דער זון זיכער געווען דער יורש מדאורייתא.

נאר במציאות האט ער נישט געהאט קיין זון נאר איידעמער, וואלט ווען זיין עלסטע איידעם הגר''י רובין שליט''א געדארפט זיין זיין יורש מדאורייתא, אלס חותנו כבנו (אויב עס איז א טענה גאר).

למעשה האבן זיך א קלענערע גרופע חסידים מיישב געווען, און עקלערט אז ניין! הגר''י איז עפעס נישט אזא בר הכי, ער פארמאגט עפעס נישט דעם באבובער חן, דער נעימות וואס פארלאנגט זיך פאר אן אדמו''ר לבית באבוב, דעריבער קען ער נישט זיין דער יורש, נאר מען האט אויפגענימען דעם יונגערע איידעם הגרמ''ד שליט''א מבאבוב – דאמבראבע, אלס יורש, וואס ער פארמאגט טאקע יא א היפש א שיינער שמייכל, און ווי אויך פארמאגט ער גאר א לייטישען פיגור,דעריבער האבן זיי געהאלטן, אז דאס וועט זיך בעסער אויסארבייטן, ( זייער טענה איז נישט אזוי ווייט געווען מדיני ירושה, ווייל אויב יא, פארוואס נישט הגר''י? נאר וואס דען דער פארטעל איז געווען "נאר נישט הגרב''צ" ודו''ק ותשכ''ח.) כאטש דאס איז זיך בפשטות (און אפשר גאר מדין תורה). געקימן פאר פאר הגר''י שליט''א. (וואס עס איז ידוע אז הגר''י האט קיינמאל נישט עכט שלום געמאכט מיטן מציאות אז דער אינגערער איידעם איז געווארן רבי, ווייל דאס מיינט דאך קלאר, אז ער איז נישט געווארן צולוב זיין נישט פארמאגן די נויטיגע קוואליפעקעציעיעס צו דינען אלס אן אדמו''ר לבית באבוב)

ווידעראום רוב חסידי באבוב, האבן געהאלטן אז ניין, היות דער רנ''ץ ז''ל, האט נישט איבערגעלאזט קיין זון, נאך פול מער, ווען דער עלטעצטער איידעם טענה'עט ווען ירושה, וואלט ווען אפשר געווען א שטיקל טענה, אבער דא איז מען ממלא אוועק געגאנגען פון די דין ירושה, און מען האט דאס פשוט איבערגעגבן פאר א א יונגערען איידעם, נא, אז מען גייט ממלא אוועק פון די דין ירושה, ווילן זיי מקבל זיין אלס רבי הגרב''צ שליט''א. (וואס איז א ברידער און אין זייערע א סאך חסידישע הויפן איז די אדמור''ת איבערגעגאנגען צו א ברידער, אפי' במקום שהיה לו בנים. עיין ערך גור, ואלכסאנדער, ועוד)

אבער די פארזענדליכע ירושה פון הגרנ''ץ ז''ל, וויל למשל די אונטער וועש, די חובות, דעם זילבענעם שטעקן, דעם טאשן-טיכל, זיינע פראזענדליכע דאקימענטן און חפצים, זאלן צוטיילט צוווישען די געשוויסטער, לויט ווי די הלכה לויטעט.
(די טענות אז דער מהר''ש האט אזוי געזאגט, צו ער האט אזוי געזאגט איז אין גאנצען נישט רעלעווענט, ווייל עס איז נישט דא קיין געשריבענע צוואה, און געזאגט האט ער מן הסתם, אז יעדער זאל זיין א רבי, אדער אמאל אזוי און אמאל אזוי, דעריבער איז ניטאמאל אונטערסאנט וואס ער האט געזאגט צו נישט געזאגט)

איי איי איי איי אבער דער איידעם הגרמ''ד וויל דאך פארט זיין א רבי, (בבחינת איך וויל זיין א רבי, בניגון הידוע ליו'ח) איז 2 זאכען: איינס ער קען טאקע זייער גערן זיין א רבי, (ער קען אפי' האבן חסידים אויך) ווי אויך קען ער זיך אפי' ריפן באבוב אבער האר מיט מיט א כינו, 2 מען האט אים געגבן א ציקערל אלס איבערבעטען געלט. והכול על מקומו יבוא בשלום.

און דאס טאקע האט דער ב''ד געפאסקענט. פארוואס זענען די אנשי הגרמ''ד אזוי דערביטערט??? עטץ האט'ס געוואלט פארכאפן באבוב, עס איז ענק אבער ליידער נישט געלונגען, דער יושר און דער תורה איז ענק פארלאפן דעם וועג, ווישט'ס ענק אפ די נאניעס, און היידא! גייטס אן מיטן לעבן. איך זע דא גארנישט נישט יושר'דיג אונעם פסק ב''ד.

וואס עס איז יא זייער ביטער, איז די פראגע פארוואס האט אזעלכע דברים פשוטים גענימען 9 יאר פאר א ב''ד צו פאסקענען, (דאס טיט קלאר אנדייטען אז עס איז עפעס פארגעקימען אונטער די קוליסן, מיין געוויסען זאגט מיר אזוי שטילערהייט אז מר' קאראפציע איז דא געווען ערענסט פארמישט, ווער ווייסט? אבי דער פסק דין איז שוין דא, און איצט קען שוין אנפאנגען א דין תורה אין סאטמאר, (אויב איינע פון די צדדים זענען נאך בכלל אונטערעסירט))
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:46 am#218739
פארוואס איז מהרב"ץ ווייניגער יורש ווי מהרנ"ץ?
און פארוואס איז מהרמ"ד ווייניגער יורש ווי מהר"י רובין?
עפעס מאכט נישט קיין סענס דיין פשעטיל
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:35 pm#218743
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס עס איז יא זייער ביטער, איז די פראגע פארוואס האט אזעלכע דברים פשוטים גענימען 9 יאר פאר א ב''ד צו פאסקענען, (דאס טיט קלאר אנדייטען אז עס איז עפעס פארגעקימען אונטער די קוליסן, מיין געוויסען זאגט מיר אזוי שטילערהייט אז מר' קאראפציע איז דא געווען ערענסט פארמישט, ווער ווייסט? אבי דער פסק דין איז שוין דא, און איצט קען שוין אנפאנגען א דין תורה אין סאטמאר, (אויב איינע פון די צדדים זענען נאך בכלל אונטערעסירט))


9 יאר דין תורה
מיינוס 2 יאר - ווארטן אויפ'ן פסק
מיינוס, 1 יאר - צוליב עקסטרע זיצונגען לגבי באסעס, בית החיים, גן פראגרעם, ועוד, אלעס צוזאמען האט געקאסט א יאר, אויב נישט מער
מיינוס, 1 יאר - צוליב געקענסעלטע זיצונגן צוליב שמחות וכדומה ביי ביידע זייטן, אלעס צוזאמען האט געקאסט אומגעפער א יאר,

ביסט געבליבן מיט 5 יאר, שוין כמעט האלב.
דיין קשיא איז שוין האלב פארענטפערט.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:59 pm#218745
איך האב אמאל גיהערט אז צאנזער רב (הראשון, הרמ"ד קען נאך נעמען דעם נאמען) שרייבט אין א תשובה אז די רבנות איבער גאנג גייט נישט צו מתורת ירושה און ווי איך פארשטיי רעדט מען טאקע פון די חסידישע הויפן וואו ס' גייט דירעקט צו די קינדער, ווייסט איינער פון דעם, איז עס אמת?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:20 pm#218751
קאן מיר איינער מסביר זיין?
בנוגע די דין תורה און פסק אין באבוב.

איך גיב נישט קיינעם גערעכט איך פרעג נאר. לייג ווער עס איז גערעכט אין א זייט פאר א מינוט. איך פרעג סתם אלס איינער וואס קוקט פון אינדרויסען.

איעדער נארמאלע מענטש אפי' א קינד פארשטייט אז ביי יעדער דין תורה גייט צום סוף איין צד געווינען און די אנדערע פארלירן. עס איז ווי מען זאגט קאמען סענס.

שטעלט זיך א שווערע שאלה... פארוואס אויב דו ביזט אופן צד וואס האט פארלוירען הייסט עס אז די רבנים האבען גענומען שוחד?

מען מוז פסק'נען פונקט ווי דו ווילסט? פארווואס נישט ווי יענער וויל?

לאמיר פרעגן בעסער... אויב עס וואלט אויסגעקומען פארקערט וואלט מען אויך געשריגען שוחד?

און מען ווייסט פונקט וועלעכע רב האט גענומען און וויפיל ער האט גענומען
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:19 pm#218771
רבותי איך האב אדורך געקוקט דער פסק איין שטיק שטינק אין פאלשקייט

איך גיי אלע מאל רופען אי''ה ר' בנציון דער באבובער 48 אין דאס איז דאס
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:54 pm#218778
איך זעע יעצט אז כאמאס שפרינגט ארום מיט די צוויי פינגער זיי האבען געוואונען.
נוא אויב אזוי קען דיך באבוב45 אוכט טאנצען.
נ.ב. איך האב געטרייט צו מאכען 45 די זעלבע פאנט וואו באבוב, כפסק בי״ד. פאר סאים ריזעין קומט גאר די פאנט 45 אויס גרעסער,וואו באבוב.
נוא נישט געפערליך לפנים משורת הדין.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:11 pm#218784
רבותי ביטע אפגעבן אייער שטימע
דעת הקהל איבער די פסק דין פון די באבובער דין תורה:
m http://vote.pollcode.com/74563187#sthash.mpI4ekhg.dpuf m
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:18 pm#218785
עס גייט זיין א הוק-אפ היינט פון די פארזאמאלונג?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:28 pm#218788
אנטשולדיגט פארן אריינהאקן, ביטע אויפהערן צו אטאקירן דעם פסק מצד "מענטשליכקייט" ס'איז א ריין משכילישע טענה, מען איז נישט געגאנגען לכתחילה פאר א מענטשליכע פשרה, און די דיינים האבן די פולסטע רעכט מצדיק צו זיין לגמרי איין צד און זיי זענען זאגאר גאר מחויב דאס צו טאן עפ"י תורה.
אויב אטאקירן ביטע אטאקירט נאר אויב איר קענט מסביר זיין עפ"י תורה פארוואס ס'איז נישט ריכטיג, וואס לענ"ד איז נישט מעגליך צו טאהן כל זמן דער מהיכן דנתנו קומט נישט ארויס. ביז דאן איז א שאד די צייט.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:32 pm#218790
ווייט פיש האט געשריבן:עס גייט זיין א הוק-אפ היינט פון די פארזאמאלונג?

אויף קול באבוב מעלדט מען נישט וועגן א הוקאפ
איך מיין אז מען מבטל געווען די אסיפה אסיפה. עס גייט זיין א ר"ח טיש. וואס וואלט געדארפט פארקומען מארגען. נאר די רבי פארט קיין לאנדאן מארגען לרגל חתונה במשפחת פרישוואסער.
ממילא פירט ער היינט טיש.
קען זיין אז ער גייט אויך רעדן וועגן די פסק דין
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:33 pm#218791
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:רבותי איך האב אדורך געקוקט דער פסק איין שטיק שטינק אין פאלשקייט

איך גיי אלע מאל רופען אי''ה ר' בנציון דער באבובער 48 אין דאס איז דאס

מהיכן דנתני אז דאס איז איין שטיק פאלשקייט
און ווען בי"ד פסק'נט פונקט פארקערט וואס וואלסטו דעמאלטס געזאגט? בצדק וביושר, פארוואס? ווייל זיי האבן גע'פסק'נט ווי איך וויל, נו נו, נישט אלעמאל גייט עס ווי דו ווילסט
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:38 pm#218792
פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:41 pm#218793
א ליסטע פון די חסידי מהר"א ניקס וואס זענען פאר גי הנהגה פון מהרב"ץ ביטע?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:45 pm#218794
ווייט פיש האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?

כ'מיין אז ס'איז גאנץ פשוט
ס'איז געווען אמאל א כינוס כלל ישראל, נישט אזוי? :D :roll: :idea:
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:04 pm#218800
יעדער לאכט האט געשריבן:א ליסטע פון די חסידי מהר"א ניקס וואס זענען פאר די הנהגה פון מהרב"ץ ביטע?

אויבען אויף זע איך יעצט
@שרייבער
@משולם שטיינפעלד
@איימ בעק (געהער נישט אין סאטמאר, אבער שטעלט זיך געווענליך צו יענע צד)
@שעפטל
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:07 pm#218802
ווייט פיש האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:א ליסטע פון די חסידי מהר"א ניקס וואס זענען פאר די הנהגה פון מהרב"ץ ביטע?

אויבען אויף זע איך יעצט
@שרייבער
@משולם שטיינפעלד
@איימ בעק
@שעפטל


:lol:
און נעכטן האסטו געזאגט אז איך בין א בעלזא
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:17 pm#218806
ווענצעך וועלכע ניק
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:19 pm#218808
ווייט פיש האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?


זיי זענען מקיים וואס זייער רבי האט געזאגט

די פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט צו זאגן דעם אמת
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:28 pm#218809
ווייט פיש האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?

ווייל רמ"ד גראבט קברים
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:29 pm#218810
שעפטל האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?

ווייל רמ"ד גראבט קברים


נאך א רינג אין די ליגנט קייט!
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:49 pm#218814
ווייט פיש האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?

ס'איז מיר שווער צו זאגן ווי אזוי איך וואלט געהאלטן ווען רמ"ד געווינט, אבער איך האב באמת גארנישט מער מיט רב"צ ווי מיט רמ"ד, איך פארשטיי אבער גאר גוט דער מהלך וואס בי"ד האט גע'פסק'ט איינזייטיג, דער אמת איז נאר איינס, און קיינער האט דא נישט געוואלט א פשרה, איז וואס דאס אראפרייסן א בי"ד? ווען מ'פסק'ט גארנישט וואלט מען געשריגן עינוי הדין, פריי דיך ער האט גע'פסק'ט, ווילסט מערער זיין? האסט א הלכה'דיגע ערעור, נו גיי זיי מערער, אבער סתם שרייבן פאלש שוחד וכו' וכו' דאס איז נוסח רז"ל דוגמת תהלוכי הקהלה
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:54 pm#218818
אז מ'רעדט שוין וועגען דער נושא, ביידע צדדים האבן קלאר געבעטען א פסק, זיי האב ביידע געזאגט זיי ווילן נישט הערן פון קיין פשרה.
זיי האבן ביידע געהאפט אז זיי וועלען ארויס גיין געווינער'ס, אבער זיי האבן אויך געוויסט אז איינער גייט ארויס גיין נאקעט אזוי ווי די מאמע האט עיהם געהאט
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:56 pm#218819
איך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:11 pm#218823
כ'האב פאר די נייעס שעפטעל, ער האט געוואלט א פסק, יעצט כהאב נישט געזאגט ער האט געמיינט מ'גייט זאגן פאר רב"צ פאר פעק, אבער ער האט זיך אנגערעדט אז מן התורה קומט עיהם האלב, ממילא האט ער געוואלט האלב פון די ווערד פון אלע באבובער נכסים, משא"כ נישט קיין פשרה.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:14 pm#218825
ביי מיר איז דאס מער ווייניגער גערופן א פשרה... חצי שלי ווייל איך דארף עס צו ווייל ס'קומט זיך מיר, וחצי שלך ווייל דו האסט עס סיייווי און כ'האב נישט קיין ברירה צו ווייל ס'קומט זיך דיר אויך
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:38 pm#218830
בארא פארקער האט געשריבן:כ'האב פאר די נייעס שעפטעל, ער האט געוואלט א פסק, יעצט כהאב נישט געזאגט ער האט געמיינט מ'גייט זאגן פאר רב"צ פאר פעק, אבער ער האט זיך אנגערעדט אז מן התורה קומט עיהם האלב, ממילא האט ער געוואלט האלב פון די ווערד פון אלע באבובער נכסים, משא"כ נישט קיין פשרה.

עס איז קלאר אז דער מהלך פון צד א' (כ"ק מרן מהרמ"ד שליט"א) איז געוועהן אז ירושה און חתנו כבנו זענען נישט קיין קינדער שפיל, און חזקה פון כל דאלים גבר איז נישט קיין דיון, אויב אזוי קומט זיך דעם צד עכ"פ כאטש האלב אדער מער פון די בנינים מיט געלט פון דעם גיגנאטישן באבוב'ער מלוכה
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:50 pm#218832
בארא פארקער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין וועגען דער נושא, ביידע צדדים האבן קלאר געבעטען א פסק, זיי האב ביידע געזאגט זיי ווילן נישט הערן פון קיין פשרה.
זיי האבן ביידע געהאפט אז זיי וועלען ארויס גיין געווינער'ס, אבער זיי האבן אויך געוויסט אז איינער גייט ארויס גיין נאקעט אזוי ווי די מאמע האט עיהם געהאט

פון ווי נעמסטו אז ביידע צדדים האבען געבעטען א פסק און דוקא נישט קיין פשרה?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:55 pm#218835
שעפטל האט געשריבן:איך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב

גערעכט, ביי די "אזויגערופענע" וואלען, האט צד 45 געבעטען פונעם עולם צו שטימען אז אויב צד 45 געווינט דער דין תורה דענמאלט זאל מען אויך עפעס געבען פאר צד 48, און רוב עולם פון 45 האט טאקע אזוי געטוהן. דאס הייסט אז 45 האט קלאר געקענט באשטיין אויף א פשרה און נישט געוואלט אלעס צונעמען פון רב"צ.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:57 pm#218836
שעפטל האט געשריבן:איך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב

און זענען טאקע געבליבען מיטען נאמען באבוב וואס מען האט געוואלט צונעמען פון זיי. מען האט זיי נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר. אין מיינע אויגען הייסט עס געווינען די נאמען באבוב.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:01 pm#218837
כנור האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:איך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב

און זענען טאקע געבליבען מיטען נאמען באבוב וואס מען האט געוואלט צונעמען פון זיי. מען האט זיי נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר. אין מיינע אויגען הייסט עס געווינען די נאמען באבוב.

גערעכט גערעכט. דער כנור איז א קלוגע בחור,
יעדער וואס האט געליינט די פסק האט קלאר געזעהן אז ביידע מעגן זיין באבוב נאר אלץ היכר האט מען געבעטען רמ"ד זאל זיין אזוי גוט אין צו לייגן א מספר,
יש אומרים אז מ'האט געבעטען ב"צ זאל צולייגן אלץ היכר אבער ער האט נישט געוואלט לכתחילה, האט מען געבעטן רמ"ד אין האט געזאגט נאו פראבלעם
:D :D :D
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:08 pm#218841
לויט די צעטלעך פון רא"ב ראזנבערג זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז דער עיקר פון דעם נאמען ויכוח איז א שאלה פון 'לעגעטימאציע' און האט געהאלטן אז כדי אז צד א' פון כ"ק מרן אדמו"ר הגרמ"ד שליט"א זאל בלייבן מיט לעגעטעמאציע מוזן זיי קענען זיך רופען באבוב פונקט מיט די זעלבע רעכט ווי צד ב', אנמייסטענס אויב לייגט מען זיי צו א נאמן מוז דאס קומען מיט א פעטע אפוטיקו דערצו און א סימבאלישער בנין צו ווייזן אז ער איז פונקט אזוי לעגעטים צום שלשלת באבוב
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:10 pm#218843
ביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל

עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:14 pm#218844
חסיד האט געשריבן:לויט די צעטלעך פון רא"ב ראזנבערג זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז דער עיקר פון דעם נאמען ויכוח איז א שאלה פון 'לעגעטימאציע' און האט געהאלטן אז כדי אז צד א' פון כ"ק מרן אדמו"ר הגרמ"ד שליט"א זאל בלייבן מיט לעגעטעמאציע מוזן זיי קענען זיך רופען באבוב פונקט מיט די זעלבע רעכט ווי צד ב', אנמייסטענס אויב לייגט מען זיי צו א נאמן מוז דאס קומען מיט א פעטע אפוטיקו דערצו און א סימבאלישער בנין צו ווייזן אז ער איז פונקט אזוי לעגעטים צום שלשלת באבוב


יין שרף האט געשריבן:קודם כל די כתבים זענען פון תשס"ח, דאן האט מען נאך אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. קען פונק אזוי זיין אז די הייליגע "כתבים" זענען ווען זייער טוען הרב שמחה ראטה האט גערעדט.. עכ"פ דעמאלס האט מען נישט געהאלטן ביי א פיינעל פסק נאר אינמיטן אויסהערן די טענות פון די צוויי צדדים.

און אויב האלטן צד מהרמ"ד אז דאס איז יא זיין דעת תורה, דאן איז ער אסאך מער פסול ווי הרב זלמן גראוז, אלס דיין שחווה דעתו לפני הפסק דין, ווייל הרב זלמן האט ערשט מחליט געווען אין זיין ספר וואס ער האלט, נאכן אויסהערן אלע טענות פון ביידע צדדים משא"כ הרב ראזעבערג האט נאך באמצע הטענות מחליט געווען וואס ער האלט.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:15 pm#218845
ווייט פיש האט געשריבן:ביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל

עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען


און די געווינער איז רמ'ד, וויבאלד ער האט ווייט פיש אויף זיין זייט.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:18 pm#218846
בארא פארקער האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:איך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב

און זענען טאקע געבליבען מיטען נאמען באבוב וואס מען האט געוואלט צונעמען פון זיי. מען האט זיי נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר. אין מיינע אויגען הייסט עס געווינען די נאמען באבוב.

גערעכט גערעכט. דער כנור איז א קלוגע בחור,
יעדער וואס האט געליינט די פסק האט קלאר געזעהן אז ביידע מעגן זיין באבוב נאר אלץ היכר האט מען געבעטען רמ"ד זאל זיין אזוי גוט אין צו לייגן א מספר,
יש אומרים אז מ'האט געבעטען ב"צ זאל צולייגן אלץ היכר אבער ער האט נישט געוואלט לכתחילה, האט מען געבעטן רמ"ד אין האט געזאגט נאו פראבלעם
:D :D :D

בארא פארקער, אז די רעדסט שוין שטייט נאך עפעס אינעם פסק, אז ביידע איידעמער פון מהרנ"ץ זענען אים ממלא מקום.

עס שטייט קלאר אין סעיף א' און אויך אין סעיף כ"ח, אז דער מהרנ"ץ איז געווען באבובער רבי (עפעס וואס 48 האט זיך געשלאגען אויף ווייזען אז נישט).

און סעיף כ"ח שטייט אז דער מהרנ"ץ'ס איידעמער זענען זיינע יורשים און נאר זיי האבען דער זכות פון דריקען די חדושי תורה פון זייער שווער דער אדמו"ר מהרנ"ץ.

אין סעיף ח' שטייט אז דער מהרנ"ץ'ס צוויי איידעמער "מעגען" שרייבען אז זיי זענען איידעמער פון אדמו"ר מהרנ"ץ אזוי ווי רב"צ מעג שרייבען אז ער איז א זוהן פון אדמו"ר מהר"ש. וואס זיי האבען דא מחדש געווען פארשטיי איך נישט, נאר צו זאגען אז די איידעמער זענען די ממלא מקום פונעם שווער. אז נישט, ווער ווייסט דען נישט וועמען'ס איידעמער זיי זענען און צו וואס דארפען זיי "רשות" צו שרייבען ווער זיי זענען.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:19 pm#218847
ווייט פיש האט געשריבן:ביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל

עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען


דער סיבה פארוואס עס איז דא אזא שטארקע ווייטאגליכער רעאקציע פון צד כ"ק הרמ"ד שליט"א איז וויבאלט עס איז דא אן הרגש ווי בי"ד האט זיך ניטאמאל געגעבן די מיה צוציווארפן א ביינדל צופרידנצושטעלן דעם צד, דער פאקט אז דער פסק לייגט זיי צו מיט תנאים ארוכה מארץ מידה א זנב'דיגן צונאמן לאורך ימים ושנים, ווייזט א גאר שטארקן איינזייטיקייט מצד די רבנים. וויאזוי די גאס וועט רעאגירן למעשה איז א שאלה וואס ימים ידברו
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:21 pm#218848
אז הגרב'צ בן הגר'י קען איבערנעמען די רעביסטווע נאך די רבי'ס 120 אויב די עולם וועט פארלאנגען.
איך גלייב אבער שווער אז דאס וועט געשען.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:21 pm#218849
יין שרף האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:לויט די צעטלעך פון רא"ב ראזנבערג זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז דער עיקר פון דעם נאמען ויכוח איז א שאלה פון 'לעגעטימאציע' און האט געהאלטן אז כדי אז צד א' פון כ"ק מרן אדמו"ר הגרמ"ד שליט"א זאל בלייבן מיט לעגעטעמאציע מוזן זיי קענען זיך רופען באבוב פונקט מיט די זעלבע רעכט ווי צד ב', אנמייסטענס אויב לייגט מען זיי צו א נאמן מוז דאס קומען מיט א פעטע אפוטיקו דערצו און א סימבאלישער בנין צו ווייזן אז ער איז פונקט אזוי לעגעטים צום שלשלת באבוב

יין שרף האט געשריבן:קודם כל די כתבים זענען פון תשס"ח, דאן האט מען נאך אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. קען פונק אזוי זיין אז די הייליגע "כתבים" זענען ווען זייער טוען הרב שמחה ראטה האט גערעדט.. עכ"פ דעמאלס האט מען נישט געהאלטן ביי א פיינעל פסק נאר אינמיטן אויסהערן די טענות פון די צוויי צדדים.

און אויב האלטן צד מהרמ"ד אז דאס איז יא זיין דעת תורה, דאן איז ער אסאך מער פסול ווי הרב זלמן גראוז, אלס דיין שחווה דעתו לפני הפסק דין, ווייל הרב זלמן האט ערשט מחליט געווען אין זיין ספר וואס ער האלט, נאכן אויסהערן אלע טענות פון ביידע צדדים משא"כ הרב ראזעבערג האט נאך באמצע הטענות מחליט געווען וואס ער האלט.

ער מעג שרייבען "פאר זיך" וואס ער וויל, אפילו באמצע הטענות.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:26 pm#218850
ווייט פיש האט געשריבן:ביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל

עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען

מורא'דיגע געווינער, פערטיג מיטן דין תורה, 6 חדשים ארום גייט דיר ניטאמאל מער נישט אויסקומען צו זאגן די ווארט באבוב.... אין סאטמאר רוף זיי וויאזוי דו ווילסט, מאך נאר זעכער צו שרייבן ר' בעפאר... רעדן וועסטו סיי ווי רעדן פון זיי טעגליך.... און ווער איז נאר דער געווינער????
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:33 pm#218852
ברוך שאמר האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איין זאך כאפ איך בכלל נישט וואס איז די פסק לגבי כתבי אדמו''רי באבוב, באלאנגט דאס פאר קהילת באבוב סוי פארוואס באקומט 45 די רעכט אויף די כתבים פונים לעצטן רב, איז דאס נכסי פרטי סוי פארוואס באקומט 48 די פולי רעכט אויף די כתבים פונים פריעדיגע רב,
וועסטו זאגן אז 48 האט מוותר געווען, לויטן טאן פונעם פסק זעהט עפעס נישט אויס אזוי ס'צו שארף'

כ'האב מורה אז בי''ד מעקט בכלל אויס מהרנ''ץ זיי האלטן אז ער איז באבובער רב קיינמאל געווען...
זיכער אזוי ווייל אין דעם ווענס זיך די גאנצע זאך ווייל אויב ר'נצ איז געווען דע באבעווע רבי איז ר'מד א יורש אין די יורש !!!

וועגען דעם איז דאך דער פסק אזוי מוזר, ווייל זיי שרייבען יא ארויס (און סעיף א' און אויך אין סעיף כ"ח) אז דער מהרנ"ץ איז געווען אדמו"ר מבאבוב. איז דענמאלט שווער ממה נפשך.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:40 pm#218854
יעדער לאכט האט געשריבן:פארוואס איז מהרב"ץ ווייניגער יורש ווי מהרנ"ץ?
און פארוואס איז מהרמ"ד ווייניגער יורש ווי מהר"י רובין?
עפעס מאכט נישט קיין סענס דיין פשעטיל

זייער פשוט. מהר"י רובין האט אוועק געגעבען זיין דין קדומה פאר זיין אינגערע שוואגער (ער מעג, ניין?).

און דער מהרנ"ץ איז געווען רבי נאך דער מהר"ש און נישט מהרב"ץ.

איי וועסטו פרעגען, וואס איז מיט "רב הצעיר", איז דער תירוץ אז בית דין האט במכוון נישט געשריבען אין דער גאנצע פסק דין א ווארט וועגען "רב הצעיר" און דער טעם איז מסתמא וואס רא"ב האט געשריבען אין זיינע צעטליך אז מען האט דאס נישט געקענט אויף ווייזען.

זייער א אינטערעסאנטע זאך, אינעם גאנצען פסק דין שטייט נישט א ווארט וועמען'ס ממלא מקום רב"ץ איז צו פון מהרנ"ץ אדער מהר"ש, פארוואס?

קען איינער עס ביטע מסביר זיין?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:42 pm#218856
שעפטל האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:ביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל

עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען

מורא'דיגע געווינער, פערטיג מיטן דין תורה, 6 חדשים ארום גייט דיר ניטאמאל מער נישט אויסקומען צו זאגן די ווארט באבוב.... אין סאטמאר רוף זיי וויאזוי דו ווילסט, מאך נאר זעכער צו שרייבן ר' בעפאר... רעדן וועסטו סיי ווי רעדן פון זיי טעגליך.... און ווער איז נאר דער געווינער????

סאטמאר ווי עס באבוב, ביסטו גערעכט

איך רעד נאר לגבי דאס וויאזוי די ביידע רביים בממלכת באבוב -זיי פאר זיך- גייען ביידע ארויס בכבודיג אלס ממשיכים לגזע באבוב נאר איינער מיט אזא זנב דער צווייטער מיט א אנדערע יוניפארם.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:44 pm#218858
ATUB @כנור ATUB פרעג די דיינים. זיי לעבן נאך.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:46 pm#218861
איך האב געקאלט, מען ענטפערט נישט א טעלעפאן.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:50 pm#218863
כנור האט געשריבן:און סיוף כ"ח שטייט אז דער מהרנ"ץ'ס איידעמער זענען זיינע יורשים און נאר זיי האבען דער זכות פון דריקען די חדושי תורה פון זייער שווער דער אדמו"ר מהרנ"ץ.


זיי זענען זיכער זיינע קינדער, ממילא האבן זיי רעכט צו דריקען זיינע תורות, אין כ'גלייב נישט אז צד ב"צ האט זיך שטארק געשלאגען צו באקומען רשות צו דריקען זיינע תורות,

כנור האט געשריבן:אין סיוף ח' שטייט אז דער מהרנ"ץ'ס צוויי איידעמער "מעגען" שרייבען אז זיי זענען איידעמער פון אדמו"ר מהרנ"ץ אזוי ווי רב"צ מעג שרייבען אז ער איז א זוהן פון אדמו"ר מהר"ש. וואס זיי האבען דא מחדש געווען פארשטיי איך נישט, נאר צו זאגען אז די איידעמער זענען די ממלא מקום פונעם שווער. אז נישט, ווער ווייסט דען נישט וועמען'ס איידעמער זיי זענען און צו וואס דארפען זיי "רשות" צו שרייבען ווער זיי זענען.


וואס האט ער מחדש געווען?

זיי נישט בייז אבער דיין רבי איז ארויס אן גארנישט, א חידוש בי"ד האט עיהם געלאסט בלייבן וואינען מיט זיין ווייב. אין יא, זיי דארפן רשות זיך אונטערשרייבען "חתן מהרנץ" פשוט ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן וואס זיי קענען זיך תולה זיין אין באבוב, אין יעדער וואס איז באקאנט ווייסט אז ער וואלט געשריבען באבוב גרויס אין געשריבען זיין שווער'ס נאמען גאר קליין, אויף אזא וועג כאילו ער איז באבוב, ממילא האט בי"ד געדארפט זאגן אז ער האט רשות זיך אונטערשרייבען "חתן מרנץ"
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:52 pm#218864
און אנדערע ווערטער "רשעות". איך האב זיי געוואלט מצדיק זיין.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:56 pm#218867
אין דיינע אויגן איז עס רשעות אין די תורות אויגן נישט,
נעם עס אריין אין דיין קאפ, די תורה האט געפאסקענט ער איז נישט באבוב "נישט נישט נישט"
סארי

כ'ווער נישט נתפעאל אז ס'געפעלט דיך נישט אין נישט די גאס,
די גאס איז נישט געזעצן ביי די די"ת, די גאס ווייסט גארנישט,
ס'דארט געזעצן דריי חשובע דיינום אין זיי האבן געפאסקענט וואס זיי פארשטייען.
וואס רשעות? ווי רשעות?
אז איינער גאנבעט מיין קאר אין כ'גיי צו די די"ת אין זיי פאסקענען ער דארף מיך צירוק געבן די קאר, איז עס אויך רשעות? אדער אויך איין זייטג?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:05 pm#218878
אין די שטרי ברורין שטייט "אפילו טעה בדבר משנה", דאס הייסט אז אפילו מען איז זיך טועה און מען פסקענט קעגען א אפענע הלכה (אין דיס קעיס חתנו כבנו).

אבער דא זעהט עס נישט אויס ווי א "טעה" נאר א במזיד ובזדון, דערפאר זעהט עס אויס רשעותדיג.

די טראכסט טאקע אז "דער תורה האט געזאגט אז אזוי איז דער הלכה"? אדער דער תורה האט געזאגט אז מען מוז עס אן נעמען?

אן צונעמען דער פסק דין, און צו דער פסק דין איז אויס געהאלטען הלכהדיג איז צוויי זאכען. קען זיין אז אפילו אויב עס איז רשעותדיג, און במזיד ובזדון, מוז 45 עס פארט אן נעמען. אבער מען דארך עס אן רופען ביים נאמען.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:07 pm#218880
חסיד האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:ביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל

עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען


דער סיבה פארוואס עס איז דא אזא שטארקע ווייטאגליכער רעאקציע פון צד כ"ק הרמ"ד שליט"א איז וויבאלט עס איז דא אן הרגש ווי בי"ד האט זיך ניטאמאל געגעבן די מיה צוציווארפן א ביינדל צופרידנצושטעלן דעם צד, דער פאקט אז דער פסק לייגט זיי צו מיט תנאים ארוכה מארץ מידה א זנב'דיגן צונאמן לאורך ימים ושנים, ווייזט א גאר שטארקן איינזייטיקייט מצד די רבנים. וויאזוי די גאס וועט רעאגירן למעשה איז א שאלה וואס ימים ידברו

איינזייטיג... ציווארפן א ביינדל...
אנטשולדיגט די מושגים עקזעסטירן נישט אין חו"מ, דאס איז די משכילישע שפראך.