Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

קאווע שטיבל • BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
598 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:25 pm#218313
כוכב האט געשריבן:סהייסט רמד האט געזאגט ביים טלית לייגן אז מגייט פאלגן בי"ד.
קען עס איינער באשטעטיגן.

איך בין נישט דארט געווען, און איך האב עס נאך נישט באשטעטיגט.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:58 pm#218317
מצטמק ! סיעיף ו' איז געוואלדיג
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:03 pm#218320
יא דער מצב איז ביטער, ובנוסף צו דעם איז דער בראך אז מ'האט עס נישט געזעהן קומען. נאך 9 יאהר פון הכרה פון די גאנצע וועלט אלץ באבוב, האט זיך נישט געגלייבט אז ס'וועט זיך אמאהל טוישען. מ'האמיר געהאפט אז מ'וועט עס קענען אפשטעלן די לעצטע מינוט, אבער ס'שוין געווען לאחר המעשה.
יעצט אז דער פסק איז ארויסגעקומען איז דא פארשידענע חלוקי דעות וואו אזוי עס צו באהאנדלען, טייל זאגען מ'זאל עס פייטען מיט פארשידענע טענות וואו שוחד וכדו'. אבער אנדערע זאגן ס'איז ש שאד די צייט, ס'וועט נישט ארבייטען, אפילו אז ס'וועט יא אביסל ארבייטען וועט דער גאס זיין זייער בייז (א זאך וואס אונזער חסידות קען נישט קענען אפארדען).
כעת זעהט מער אויס אז די מהלך ועט זיין מער ווייניגער צו עקסעפטען די פסק מלית ברירה.
די שאלה איז וואס מען טוטו ועגן די נאמען (איך ווייס אנדערע וועלן מיר שיקן צו די שמייכל אשכול, אבער דא וויל איך רעדן ערנסט נישט קיין מילתא דבדיחתא), בי"ד האט אוועקגעשטעלט צוויי אפציעס. 1. באבוב-45 2. מוסיף זיין א נאמען לדוגמת צאנז-באבוב.
א גרויסע עולם טענהט אז ס'לויט זיך צו ניצען די נאמען 45, ווייל אזוי בלייבן זיי סוכ"ס 48, אנדערע טענהן אז בשום אין אופן זאל מען נישט מאכן פורים פון א עדה קדושה צו פארדינען א ספק ספיקה, אז איינער וועט פרעגן וועלעכע באבוב 48 צו 45. נאר מ'קען זיך רופען א הייליגע נאמען וואו צאנז באבוב וכדומה, וואס דאס וואלט געוועהן ביי רוב אידען א לכתחילה ווען נישט ס'איז בכפייה.
איך האלט וואו דער צד, עד כדי כך אז מיר קוקט אויס אז איינער וואס האלט וואו דער ערשטער צד, איז א פשוטע מושחת, גרייט צו מאכן פורים פון זיך א בי יענער אז וועט אמאהל אמאהל ווערן געטשעפעט.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:13 pm#218322
איך זע דא דריי טענות קעגן דעם פסק:

א) נגיעות - די אנשי האדמו"ר ר' מרדכי דוד ברענגען אויף זאכליכע טענות איבער טייל פון די דיינים איבער זייער שייכות מיט אנשי האדמו"ר ר' בנציון. עס איז טאקע לעכערליך אז די אנשי רמ"ד ברענגען דאס יעצט אויף, און זיי האבן זיך געזאלט באווארענען אויף דעם מיט יארן פריער. אבער די טענה בלייבט אויף די דיינים זעלבסט, היתכן איר האט זיך נישט אפגעזאגט פון פסק'ענען א דין תורה וואו איר האט מחותנ'שאפטן און/אדער ביזנעס פארבינדונגען מיט איינעם פון די צדדים? אפילו אין דער סעקולערער געריכט איז ערווארטעט אז אויב עס עקזיסטירט אזא סארט שייכות צווישן א ריכטער און איינעם פון די צדדים פסל'ט ער זיך (recusal) זעלבסט (sua sponte) פון דינען אויף אזא משפט.

ב) מהיכן דנתוני - איך ווייס נישט וואס די דיינים זענען שולדיג פאר די אנשי רמ"ד. לויט שמועות האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי היץ-קעפ אין בי"ד, און די דיינים זענען מעגליך פערזענליך אויפגעברויזט אויף זיי. אבער אזא גרויסע דין תורה וואס דאס יהדות החרדית האט מיטגעהאלטן שוין ניין יאר פארלאנגט אן אחריות מצד דעם בי"ד פאר דעם יהדות החרדית. עס איז נישטא קיין תירוץ אויף ארויסגעבן א פסק מיט בלויזע הוראות אן קיין שום אנווייזונגען וואס זאלן מסביר זיין "מהיכן דנתוני". דער פסק דארף בארעכטיגן די אלע יארן וואס דער דין תורה האט זיך געשלעפט, און דאס דארף שאפן א תורה'דיגן פרעצעדענט פאר שפעטערדיגע ענליכע קאנפליקטן.

ג) שלום - נאך ניין יאר פון א שמוציגער מחלוקת האט בי"ד נישט געטארט ארויסגעבן א מעכאנישער פסק וואס אדרעסירט בלויז די פאר פונקטן אויף וועלכע מ'האט זיך געשלאגן. די דיינים זענען לכאורה ארויפגעקוקטע רבנים וועלכע באזיצן דעם שליסל צו א פייערדיגער קאנפליקט וואס האט צעריסן צענדליגער משפחות, און געברענגט א פלייץ פון שנאה און שפיכת דמים. וואס טוט זיך מיט א ווארט מוסר, און אפשר א ווארט סימפאטיע פאר די אנשי רמ"ד וועלכע בלייבן מיט כמעט גארנישט? פארוואס נישט בעטן אנשי רב"צ זיך אויפצופירן לפנים משורת הדין און געבן עפעס מער פאר א קהילה וואס באשטייט פון באבובער בלוט און פלייש? אויב נישט דאס, פארוואס נישט כאטש מסיים זיין דעם פסק מיט א קורצע וואונטש, העושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו, און אויסדרוקן האפענונג אז די געמוטער זאלן זיך בארואיגן?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:48 pm#218331
ATUB @אבטולמוס ATUB , זאגסט שטארק אבער דיין שלום טענה איז צו עמאציאנעל געשטימט, די דיינים זענען נישט באויפטראגט געווארן צו מאכן שלום און א דיין דארף פסק׳נען להלכה וכדין אפילו ס׳וועט איין זייט אנטרעפן גאר ביטער, סימפאטיע זאל זיך דער חייב אליין באזארגן, און אז ער איז גאר דער נרדף וועט שוין גאט פאר אים זיך אפרעכענען (נישט בימיו פארשטייט זיך, ווייל ס׳וועט נישט שטימען מיט ׳צדיק ורע לו׳, וד״ל).
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:50 pm#218332
קינד_אן_קייט האט געשריבן:@אבטולמוס, זאגסט שטארק אבער דיין שלום טענה איז צו עמאציאנעל געשטימט, די דיינים זענען נישט באויפטראגט געווארן צו מאכן שלום און א דיין דארף פסק׳נען להלכה וכדין אפילו ס׳וועט איין זייט אנטרעפן גאר ביטער, סימפאטיע זאל זיך דער חייב אליין באזארגן, און אז ער איז גאר דער נרדף וועט שוין גאט פאר אים זיך אפרעכענען (נישט בימיו פארשטייט זיך, ווייל ס׳וועט נישט שטימען מיט ׳צדיק ורע לו׳, וד״ל).
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:57 pm#218334

עפעס א גמרא קלינגט מיר אין קאפ לא נחרבו ירושלים אלא משום שהעמידו דבריהם על דין תורה.
מ'קען זיין א מאסן מערדער און נאך זיין גערעכט אויך.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:03 pm#218335
קינד_אן_קייט האט געשריבן:@אבטולמוס, זאגסט שטארק אבער דיין שלום טענה איז צו עמאציאנעל געשטימט, די דיינים זענען נישט באויפטראגט געווארן צו מאכן שלום און א דיין דארף פסק׳נען להלכה וכדין אפילו ס׳וועט איין זייט אנטרעפן גאר ביטער, סימפאטיע זאל זיך דער חייב אליין באזארגן, און אז ער איז גאר דער נרדף וועט שוין גאט פאר אים זיך אפרעכענען (נישט בימיו פארשטייט זיך, ווייל ס׳וועט נישט שטימען מיט ׳צדיק ורע לו׳, וד״ל).

עס איז היבש סטאנדארט אז א פסק דין ענדיגט זיך מיט א וואונטש פאר שלום, בפרט אין אזא ברייטע מחלוקת וואס נעמט אריין אזויפיל מענטשן און אזויפיל ביטערניש.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:12 pm#218337
ATUB @אבטולמוס ATUB
א] וויפל מאל מען האט שוין ווי געשריבן דא איז די שוחד קלאגע א לעכעריגע, ווייל עס האט גארנישט מיט מהרב"ץ צו מיט זיינע מוסדות.
און אויב מעג ער נישט זיין בעל מכשיר אין רעלי האטעל וואס באלאנגט צום ראש הקהל פון צד מהרב"צ, אפשר מעגן די צד אויך גארנישט עסן מיט זיין הכשר די פאר יאר?
לגבי די טענה פון מחותן'שאפט איז ער דאך נישט קיין מחותן מיט מהרב"ץ נאר מיט זייין שוואגער רח"י, ממילא אויב דאס איז גענוג אים צו נוטה זיין לצד מהרב"ץ איז ער אויך א מחותן מיטן סארוואשער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט כולו לצ"ד מהרמ"ד.

ב/ג] דאס איז נישט די פיינעל פס"ד. דאס איז סך הכל הוראות פון בי"ד וואס גייט יעצט אריין אין קראפט. די פיינעל פס"ד וועט ארויסקומען צוזאמען מיט די פסק איבער די ביה"ח, פריוואטע נכסים און חפצים פון מהר"ש זצ"ל, און שטאטישע פראגראמען/דעי קעיר.
לכאורה נאכדעם וואס בי"ד וועט האבן פרנסה פון באבוב/צאנז-באבוב נאך אפאר יאר... וועט ארויסקומען א קלארע פסק דין מיט א "מהיכן דנתוני", ווי אויך דיין אזוי געגארטע "וואונטש פאר שלום"

בכלל איז זייער שווער אויסצוהאבן א קלארע שו"ע מיט א "מהיכן דנתני", ס'איז מער ווייניגער אז בי"ד האט אנגענומען די טענה אז די תכלית פון "רב הצעיר" איז ממלא מקום וכד'. מילא איז עס מער תלוי אין וועלכע טענות מען האט אנגענומען, ווי א סעיף אין שו"ע.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:20 pm#218339
מיין קוק איז אזוי, נאך 2000 יאר אין גלות מיט מחלוקות אין קהילת, איז דא פוסקים לכאן ולכאן וליחלוקי, ס'דא אזאך ווי המוציא מחבירו עליו הראי,' רב''צ איז מוחזק. וזה הוא
זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:28 pm#218341
געשוויסטערל ,פראבירסט שטארק צו עקטן ווי א באבעווער אבער עס איז בולט ביסט א מאכנופקר שוואנץ.

נעם געשווינד סאם עקטינג לעססאנס. ווי האט יאיר (צו כוכב?) לעצטענס געשריבן? מיר האבען שוין אלעס צוגעזעהן און עס איז גאר שווער צו נעמען די אלט געזעסענע תושבים אויף א רייד.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:18 pm#218348
באבובער האט געשריבן:יא דער מצב איז ביטער, ובנוסף צו דעם איז דער בראך אז מ'האט עס נישט געזעהן קומען. נאך 9 יאהר פון הכרה פון די גאנצע וועלט אלץ באבוב, האט זיך נישט געגלייבט אז ס'וועט זיך אמאהל טוישען. מ'האמיר געהאפט אז מ'וועט עס קענען אפשטעלן די לעצטע מינוט, אבער ס'שוין געווען לאחר המעשה.
יעצט אז דער פסק איז ארויסגעקומען איז דא פארשידענע חלוקי דעות וואו אזוי עס צו באהאנדלען, טייל זאגען מ'זאל עס פייטען מיט פארשידענע טענות וואו שוחד וכדו'. אבער אנדערע זאגן ס'איז ש שאד די צייט, ס'וועט נישט ארבייטען, אפילו אז ס'וועט יא אביסל ארבייטען וועט דער גאס זיין זייער בייז (א זאך וואס אונזער חסידות קען נישט קענען אפארדען).
כעת זעהט מער אויס אז די מהלך ועט זיין מער ווייניגער צו עקסעפטען די פסק מלית ברירה.
די שאלה איז וואס מען טוטו ועגן די נאמען (איך ווייס אנדערע וועלן מיר שיקן צו די שמייכל אשכול, אבער דא וויל איך רעדן ערנסט נישט קיין מילתא דבדיחתא), בי"ד האט אוועקגעשטעלט צוויי אפציעס. 1. באבוב-45 2. מוסיף זיין א נאמען לדוגמת צאנז-באבוב.
א גרויסע עולם טענהט אז ס'לויט זיך צו ניצען די נאמען 45, ווייל אזוי בלייבן זיי סוכ"ס 48, אנדערע טענהן אז בשום אין אופן זאל מען נישט מאכן פורים פון א עדה קדושה צו פארדינען א ספק ספיקה, אז איינער וועט פרעגן וועלעכע באבוב 48 צו 45. נאר מ'קען זיך רופען א הייליגע נאמען וואו צאנז באבוב וכדומה, וואס דאס וואלט געוועהן ביי רוב אידען א לכתחילה ווען נישט ס'איז בכפייה.
איך האלט וואו דער צד, עד כדי כך אז מיר קוקט אויס אז איינער וואס האלט וואו דער ערשטער צד, איז א פשוטע מושחת, גרייט צו מאכן פורים פון זיך א בי יענער אז וועט אמאהל אמאהל ווערן געטשעפעט.

איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט ווייל פאר ניין יאר רופט מען זיי שוין באבוב 45 אן קיין ליצנות נו וואס איז שוין אז זיי מאכן עס אפעציעל?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:52 pm#218352

די אלע אזוי גערופענע תגובות פון רבי יחזקאל ראטה, רבי חיים לייב כ"ץ א.ד.ג. זענען שוא ושקר נישט געשטועגען אדער געפלויגען
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:57 pm#218356
דריידל האט געשריבן:

די האסט געזעהן די פסק?
זאגען פאר א סימען וועלעכער באבוב מ'איז (45צו 48), האט נישט קיין שייכות מיט שרייבען מיט קידוש לבנה אותיות באבוב45 אויף יעדער צעטעל בנין באס און ספר וכדו'.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:59 pm#218362
געמעקט, איך וועל עס לאזען פאר די באבובער צווישען זיך, כ'על האלטען מיין נשמה אינדרויסען פון די סומאטאכע ער"ח אלול
זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:10 pm#218364
Kool man האט געשריבן:אכט בלעטער, און קיינער האט מיר נאכנישט געענטפערט, איך פרעג א שאלה, א קושיא עצימה, נישט צו צד 48 און נישט צו צד 45, נאר צו אזעלכע דיינים וועלעכע זענען משוחד מצד געלט אדער מצד כבוד וכדומה, וויאזוי קענסטו דיין זיך זעצען אין א פאזיציע פון טיילען נכסים און רעכטען בשעת ס'איז נישט מעגליך אז דו זאלסט נישט האבען קיין נגיעות, ווייל אזוי זאגט די תורה, וויאזוי מעגסטו זיין א חלק פון די בי"ד? ע"כ ווארט איך אן ענטפער אויף די איין שאלה!

[ענטפער מיר נישט אז זיי האבען גע'חאתמעט שטרי בירורין, אדער אנדערע שטותים שלא מענין, ווייל מיין קשיא איז נישט אויף די צוויי באבובס, מיין קשיא איז איסדריקלעך צו די דיינים!]

איז דעס וואס איז באלד דיין קשיא?
די זאגסט א הנחה און איך דארף ענטפערן?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:27 pm#218365
געמעקט, כנ"ל
זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:31 pm#218369
געמעקט כנ"ל
זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:38 pm#218397
איידער איך גיי שרייבן מיין מיינונג בנידן דידן בקרוב אי"ה, וויל איך מקדים זיין יעצט מיט א שטיקעל הקדמה.

נישט צו לאנג צוריק אין דער פארגאנגענהייט, האט האדמו"ר וחסידי תולדות אברהם יצחק" אויך געהאט זיך אנגעשטויסען מיט דעם זעלבן פראבלעם, פון זיי האט מען צוגענומען דאס נאמען "תולדות אהרן". לאמיר גיבען א קוק ווי אזוי האבן אנגענומען די זאך כאטש מיט שוועריקייטן און מיט א ביטערע הארץ.

בשנת תשס"ב קארגע פינעף יאר נאך דער פטירה פון תולדות אהרן רבי, האבן חסידי תולדות אברהם יצחק ארויס געגעבען א ספר'ל מיטן נאמען "תורה ואמונה" וואס איהר אינהאלט איז "פרקי חיים בתולדותיו המזהירים של וכו' רבינו אברהם יצחק קאהן וכו' ה"דברי אמונה".

אין פרק שלישי (עמוד מט) טרעפט מען אזא פאראגראף:
בשנת תרפ"ה עלה רבינו ה"שומר אמונים" לארץ ישראל - בעלייתו הראשונה - והשתקע בה, וקבע את מקום מגוריו בירושלים עיה"ק, ובה יסד את בית מדרשו "אוהל אלימלך", ע"ש מורו ורבו רבינו צבי אלימלך מבלאזוב זצללה"ה.

דעם פאראגראף אז רבינו ה"שומר אמונים" האט מייסד געוועהן א בית מדרש מיטן נאמען "אוהל אלימלך", איז נישט געוועהן אזוי וויכטיג, נאר פאר דער הערה וואס איז מתחת לקו, (אות י'). וז"ל:

רבינו כבר יסד לראשונה בשנת תרפ"ג, חבורה קדושה בעיר סאטמר, בשם "יראי ה'". ואחר פטירת מורו ורבו הגה"ק מבלאזוב, עלה לאה"ק ונשתקע בירושלים, ויסד חבורה בשם "אוהל אלימלך".
אחר שחזר לארץ אונגרין כשהיה בסאטמר שנת תרצ"ג קרא רבינו את שם החבורה "שומר אמונים". ובשנת תרח"ץ אחר שעבר רבינו לבערגסאס, הוסיף לה י' ונקרא בשם "שומרי אמונים". בשנת תשי"ב קרא רבינו ה"דברי אמונה" את שם החברייא "תולדות אהרן". ובשנת תשנ"ז קרא רבינו את שם החברייא "תולדות אברהם יצחק".
עכתו"ד.

אין דעם הערה האבען זיי געמאכט גאר א גוטע ספין (יתכן זיך אליינס צו בארואיגן) אז דער מנהג איז גאר געוועהן אז יעדע רבי האט משנה געוועהן דעם נאמען פון דער חבורה, אעפ"י וואס יעדער ווייסט אז דער "דברי אמונה" האט בעל כרחו געמוזט זוכען א נייע נאמען, אזוי אויך האט רבי שמואל יעקב שליט"א אויך געמוזט בעל כרחו טרעפן א נייע נאמען, ביידע נאכען פארלירען דעם נאמען דורך א פסק פון א בית דין, אעפי"כ גייען זיי ארויף אז דאס איז כאילו א געוויסע מסורה נאך אנהייבענדיק פונעם אלטע שומר אמונים רבי אהרן ראטה זצ"ל.

וואס איך מיין צו זאגען מיט דעם אויב זאל באבוב 45 מאכען א גוטע PR ווי עס ברויך צו זיין, אין נעמען א גוט טיכטיגע שרייבער, וועט עס עוונטואל אויס זעהן ווי צוויי באבוב'ע רבי'סטיווס, נישט אנדערש ווי דער המון קוקט אן די צוויי סאטמארס.
דער המון וועט דעם אנרופען "באבוב 45" און יענעם "באבוב פלעין", ושלום על ישראל.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:41 pm#218399
אוהב ספרים האט געשריבן:

די אלע אזוי גערופענע תגובות פון רבי יחזקאל ראטה, רבי חיים לייב כ"ץ א.ד.ג. זענען שוא ושקר נישט געשטועגען אדער געפלויגען

אסאך גאר ערנסטע רבנים האבן זיך שארף אויסגעדרוקט איבער די קארופציע וואס שיינט ארויס פון יעדן ווינקל פינעם פסק, מסתבר איז אז די רבנים זעלבסט זענען מוכן צו מאכן א פאבליק ענאונסמענט וועלן זיי זעלבסט עס מאכן,
דערווייל פעלט נישט אויס אז מען זאל דא אויסשמירן פרטי'שע נעמען פון רבנים.

די רבי רמ''ד זאגט אז אן א שיעור רבנים זאגן אים און קלינגען פערזענליך אן זאגן אז דאס איז ''קיין פסק''
זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:57 pm#218403
וואס פעלט אים עס אויס
אויב וואס דו זאגסט נאך בשם רמ''ד איז ריכטיג, האט זיין פערזענליכע סטאק געכאפט א שרעקליכע 'נאוז דייוו' אין מיינע אויגן, ממש א שאד, וואס רבנים זאגן אים פערזענליך גייט נישט טוישן דעם פסק/מציאות,
, וואס פעלט אים איצט כמו שהוא? א שיינע ערנסטע קהילה, וכו', עס מאכט נאר קאליע.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:00 pm#218410
מיז נישט זיין אז דאס איז א אפישעל סטעיטמענט פון רמ''ד, די חסידים פארקויפען נאר אזוי.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:49 am#218430
ווייט פיש האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:

די אלע אזוי גערופענע תגובות פון רבי יחזקאל ראטה, רבי חיים לייב כ"ץ א.ד.ג. זענען שוא ושקר נישט געשטועגען אדער געפלויגען

אסאך גאר ערנסטע רבנים האבן זיך שארף אויסגעדרוקט איבער די קארופציע וואס שיינט ארויס פון יעדן ווינקל פינעם פסק, מסתבר איז אז די רבנים זעלבסט זענען מוכן צו מאכן א פאבליק ענאונסמענט וועלן זיי זעלבסט עס מאכן,
דערווייל פעלט נישט אויס אז מען זאל דא אויסשמירן פרטי'שע נעמען פון רבנים.

די רבי רמ''ד זאגט אז אן א שיעור רבנים זאגן אים און קלינגען פערזענליך אן זאגן אז דאס איז ''קיין פסק''

וועמען האט רמ"ד דאס געזאגט, פאר דיר ווייט פיש, אדער פאר דיין קאזין סעלמאן פיש
קודם שיקט מען ארום אין טוויטער נעמען פון ר' יחזקאל, ר' חיים לייב, ר' מיכל שטיינמץ, ווען מען טשעקט דאס אויס און מען זעהט אז דאס איז הויל דמיון, זאגט מען אז מען דארף נישט אויסשמירען ברבים פרטישע נעמען פון רבנים, און אז רבנים רופען אהן פערזענליך וכו'

גראו אפ זאגט מען אויף אידיש
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:37 am#218477
בין איך אין צימעס? די אלע צייטווייליגע ניקס וואס שפראצן דא ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן, און ווי כולל יונגעלייט נאך א דין תורה, ווערן געבעטן צו איבערקוקן די תקנות, זיך באקוועם מאכן דא אין שטיבל, נעמען א גלאז קאווע אין שרייבן רואיג און מיט כבוד הבריות.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:56 am#218480
יין שרף האט געשריבן:
בכלל איז זייער שווער ארויסצוהאבן א קלארע שו"ע מיט א "מהיכן דנתני", ס'איז מער ווייניגער אז בי"ד האט אנגענומען די טענה אז די תכלית פון "רב הצעיר" איז ממלא מקום וכד'. מילא איז עס מער תלוי אין וועלכע טענות מען האט אנגענומען, ווי א סעיף אין שו"ע.

א'
די בית דין האט גובה עדות געווען פינעם שליח מיוחד וואס איז געגאנגען רעדן מיטן רבי'ן מהרנ''ץ איבערן טיטעל ''רב הצעיר'' פאר זיין אינגערע ברודער, און רבי נפתלטשע זצ''ל זעלבסט האט קלארגעשטעלט אז די טיטול מיינט ''בלויז כיבודים'', די ווערטער זענען געהערט געווארן ביים בית דין

ב'
עס איז בכלל נישט אזוי שווער צו ארויסהאבען דעם ''מהיכן דנתוני'' קוקט נאר איבער נאכאמאל דעם הברי ושמא פון צד הרב''צ בלבוש בי''ד, און די בירור הלכה וואס האט נאכגעפאלגט פון קהילת באבוב נגדו דארט זעט מען קלאר דעם מהיכן דנתוני

א שאד נאר אז הדד בן בדד45/רב החובל48 וואס זענען דעמאלטס געווען דא אין די פעדערן זענען געגאנגען שלאפן.

אוהב ספרים האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:

די אלע אזוי גערופענע תגובות פון רבי יחזקאל ראטה, רבי חיים לייב כ"ץ א.ד.ג. זענען שוא ושקר נישט געשטועגען אדער געפלויגען

אסאך גאר ערנסטע רבנים האבן זיך שארף אויסגעדרוקט איבער די קארופציע וואס שיינט ארויס פון יעדן ווינקל פינעם פסק, מסתבר איז אז די רבנים זעלבסט זענען מוכן צו מאכן א פאבליק ענאונסמענט וועלן זיי זעלבסט עס מאכן,
דערווייל פעלט נישט אויס אז מען זאל דא אויסשמירן פרטי'שע נעמען פון רבנים.

די רבי רמ''ד זאגט אז אן א שיעור רבנים זאגן אים און קלינגען פערזענליך אן זאגן אז דאס איז ''קיין פסק''

וועמען האט רמ"ד דאס געזאגט, פאר דיר ווייט פיש, אדער פאר דיין קאזין סעלמאן פיש
קודם שיקט מען ארום אין טוויטער נעמען פון ר' יחזקאל, ר' חיים לייב, ר' מיכל שטיינמץ, ווען מען טשעקט דאס אויס און מען זעהט אז דאס איז הויל דמיון, זאגט מען אז מען דארף נישט אויסשמירען ברבים פרטישע נעמען פון רבנים, און אז רבנים רופען אהן פערזענליך וכו'

גראו אפ זאגט מען אויף אידיש

ווייט פיש זעלבסט האט עס געהערט מפי ב' גדולי הרבנים, און אוהב'ל זעלבסט קען זיך עס איבערצייגען מיטן גיין הערן פון אנשטענדיגע רבנים וואס זייער מיינונג איז אויפן פסק
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:25 am#218484
איך הין נישט א באבובער איז בין גאר וויניג באקאנט דארט
אבער אין א סאטמאר האבן די ארונים אלעס פארלוירען (בנינים אין וומיס איי אין קריל יואל נו אין מאנסי האט רמ"ד אלעס) און נאכאלץ זענען זיי א שטארק אנגעזענע חסידות
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:22 pm#218526
יין שרף האט געשריבן:@אבטולמוס
א] וויפל מאל מען האט שוין ווי געשריבן דא איז די שוחד קלאגע א לעכעריגע, ווייל עס האט גארנישט מיט מהרב"ץ צו מיט זיינע מוסדות.
און אויב מעג ער נישט זיין בעל מכשיר אין רעלי האטעל וואס באלאנגט צום ראש הקהל פון צד מהרב"צ, אפשר מעגן די צד אויך גארנישט עסן מיט זיין הכשר די פאר יאר?
לגבי די טענה פון מחותן'שאפט איז ער דאך נישט קיין מחותן מיט מהרב"ץ נאר מיט זייין שוואגער רח"י, ממילא אויב דאס איז גענוג אים צו נוטה זיין לצד מהרב"ץ איז ער אויך א מחותן מיטן סארוואשער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט כולו לצ"ד מהרמ"ד.

ווי איך האב שוין געשריבן איז עס נישט קיין טענה צו 48/45, נאר צו די דיינים זעלבסט. און אפילו אויב זאל די מחותנ'שאפט מיט האדמו"ר מסארוואש זיין אויף דער זעלבער מדריגה ווי מיט הרב טויבער (וואס עס איז אוודאי נישט), ברענגסטו בסך הכל ארויף נאך א טענה פארוואס ער האט זיך געזאלט אפזאגן.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:34 pm#218550
יאפ דאס איז איינמאל זיכער קיין די"ת לוינט זיך נישט צוגיין (מ'דארף נאך אלס גיין כדכתיב בתורה ) און קארט אויך נישט

ווי זגט מיר איינער פון סאטמאר האט מען זיך אויסגעלערנט אז ס'לוינט זיך נישט צו גין אין קארט (ר"א האט גארנישט באקומען פון דעם ) אין באבוב האט מען זיך אויסגעלערנט אז ס'לוינט נישט צו גיין צו דין תורה (רמ"ד האט גארנישט באקומען פון דעם )

נאר ווער ס'כאפט דער האט און פערטיג

אין באבוב האט עס רב"צ געכאפט ארויסגעטראסקעט רמ"ד געשלאגן ר"י רובין האט ער עס באקומען

אין סאטמאר ק"י האט ר"א געכאפט האט ער עס די ביה"ח געמאכט א גוט שטיקל געכאפט און ער האט עס אזוי אויך די ישיבה

מאנסי האט רח"י געכאפט האט ער עס

ווימ"ס האט רז"ל געכאפט האט ער עס בים צענטער ר"א צוריקגעכאפט אקעי קעי קיינער באקומט נישט

ב"פ ר"א געכאפט און ער האט עס

לאנדאן קהלה ר"א ת"ת רז"ל וואס מ'האט געכאפט דאס האט מען

ירושלים רז"ל געכאפט ער האט עס

ב"ב ר"א געכאפט ער האט עס די זאל האט רז"ל צוריקגעכאפט ער האט עס איי די גרעסטע בתי דינים האבן זיך קעגן געשטעלט ביי בביי וער ס'כאפט דער באקומט עס

אוי איז א רחמנות אויף די היינטיגע רבי'ס ווען ר' מענדעלע וועט זעהן ס'ברענט אים די פוס גבאי פישער פלאנט עפעס וועלן זיינע מענטשן נעמען דעם ר"א און פירן לעזזל בערך וואס מ'האט געטון מיט'ן ברך משה און ישועות משה נאר היפש אגרעסיווער און כאפן וואס מ'דארף און שוין

ר' יעקב בער וועט זעהן אז ר' חיים הערשעלע הייבט אן צו וועבן פלענער אהער צו מופן וועט ער נעמען דעם טאטן און דאמפן אין האום און פערטיג און אנהייבן פירן בחייו און פארטיג

די זעלבע מיט אלע אנדערע

כאפן איז די שליסל פוק חזי ר' אביש פון ספינקא א האלבע שעה נאכ'ן טאטנ'ס פלוצומע פטירה האט שוין קיינער נישט געהאט צוטריט צו גארנישט אין דעם גאנצן ביהמ"ד און אין די דירה אויבן אלעס איז געווען פארהאקט פארזעצט פארשלאסן

ווייל זאגט מיט מיר אלע אז מ'כאפט האט מען

און דאס איז די גרויסע ווייטאג פון די פסק און אלע אנדערע פסקים אז קיין איין רב האט נישט די גאטס צו זאגן דעם אמת
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:59 pm#218557
גאנצל האט געשריבן:
און דאס איז די גרויסע ווייטאג פון די פסק און אלע אנדערע פסקים אז קיין איין רב האט נישט די גאטס צו זאגן דעם אמת

די ווייטאג איז נישט פון היינט, די ווייטאג איז שוין פון פופצן יאר צוריק ווען ס'איז געווארן אפגעטון געפערליכערע זאכן ווי יעצט לעיני השמש און אלע האבן פארמאכט די מויל, קיינער האט נישט געזאגט קיין ווארט
און פון דעמאלטס איז מען געקומען צו די מסקנא, די אלע רבנים זענען אלע א ביליאן דאלער'דיגע טשעק, וואס האט נישט קיין דעקונג, אז א רב קומט צו דיר מיינט נישט אז דו האסט עפעס, ווייל א וואך ארום גייט ער צו דיין שונא
נו, צפה לרגלי משיח
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:07 pm#218575
די אסיפה כללית געפלאנט אויף דעם דינסטאג איז - - ווי זעלבסט פארשטענדליך פון דער ערשטער מינוט - - אפגערופן געווארן.
לעת עתה איז נישטא קיין שום באשלוסן. אויב עפעס דארפן די זשורנאלן און בילדער העפטן למיניהם פאררופן אן אסיפה כדת מה לעשות.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:24 pm#218578
כוכב האט געשריבן:די אסיפה כללית געפלאנט אויף דעם דינסטאג איז - - ווי זעלבסט פארשטענדליך פון דער ערשטער מינוט - - אפגערופן געווארן.
לעת עתה איז נישטא קיין שום באשלוסן. אויב עפעס דארפן די זשורנאלן און בילדער העפטן למיניהם פאררופן אן אסיפה כדת מה לעשות.

פאר 10 מינוט האט מען נאך געמאלדען אויף טוויטער אז די אסיפה כללית אז מארגען אום 8 אווענט
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:28 pm#218579
כוכב האט געשריבן:די אסיפה כללית געפלאנט אויף דעם דינסטאג איז - - ווי זעלבסט פארשטענדליך פון דער ערשטער מינוט - - אפגערופן געווארן.

פארשטענדליך? נישט ביי מיר, איך האב געהאלטן אז רמ"ד האט נאך א שאנס ארויסצוגיין א שטיקל געווינער דא מיטן זאגן "מ'גיימער ווייטער, לייוו העס טו מאוו אן"
כוכב האט געשריבן:לעת עתה איז נישטא קיין שום באשלוסן. אויב עפעס דארפן די זשורנאלן און בילדער העפטן למיניהם פאררופן אן אסיפה כדת מה לעשות.

ביז 90 טאג קען מען נאך שרייבן "באבוב" אויף ביידע
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:06 pm#218588
שעפטל האט געשריבן:ביז 90 טאג קען מען נאך שרייבן "באבוב" אויף ביידע

איינער פון באבוב סתם (פלעין) הער ווי ער רופט יענער צד "קארטשין", זאג איך איהם לויטן פסק טארסטו נישט, זאגט ער מיר צוריק "ער האט נאך 90 טעג..."

וואס איז דער דאטום, וועלעכע טאג פונטליך איז דער 90'ציגסטער טאג?
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:24 pm#218590
דולה ומשקה האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:ביז 90 טאג קען מען נאך שרייבן "באבוב" אויף ביידע

איינער פון באבוב סתם (פלעין) הער ווי ער רופט יענער צד "קארטשין", זאג איך איהם לויטן פסק טארסטו נישט, זאגט ער מיר צוריק "ער האט נאך 90 טעג..."

וואס איז דער דאטום, וועלעכע טאג פונטליך איז דער 90'ציגסטער טאג?

ביז 90 טאג איז קשה לאשה וולד, קיינער שלינגט עס נישט אראפ געהעריג
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:11 pm#218597
הרב_שלום האט געשריבן:איך הין נישט א באבובער איז בין גאר וויניג באקאנט דארט
אבער אין א סאטמאר האבן די ארונים אלעס פארלוירען (בנינים אין וומיס איי אין קריל יואל נו אין מאנסי האט רמ"ד אלעס) און נאכאלץ זענען זיי א שטארק אנגעזענע חסידות

וואס פארמאגט באבאוו אין מאנסי קעגן ב''פ? פארגלייכסט עס צו סאטמאר'ס נכסים אין קרית יואל אין בארא פארק?
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 8:58 pm#218611
איך בין נישט קלאר מיט איין פרט. אונעם פסק. ווען קול מבשר וועט מעלדן נייעס איבער מהרמ"ד, וועט ער דארפן זאגן באבוב 45 מיט איין אטעם אדער מעג ער זיך אפשטעלן אינצווישן? את"ל אז מ'טאר נישט אטעמען אינצווישן, וועט ער עס דארפן זאגן מיט'ן זעלבן טאן אדער קען ער זאגן "באבוב" הויך און שטייט און "45" שטיל און שנעל?
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:13 pm#218618
דולה ומשקה האט געשריבן:איינער פון באבוב סתם (פלעין)

:lol: :lol: :lol: :like :like :like
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:10 pm#218631
ע״פ דרך הטבע וועט רב״צ קיינמאהל נישט באטוטלען רמ״ד אלס באבוב 45...

ווייל לכאורה גלייך נאכן זאגן רבי מרדכי דוד אונגאר מבאבוב.....כאפט ער א הארץ אטאקע נאך פארן צו ענדיגן 45...
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:35 pm#218639
אחרי ככלות הכל וואס עס איז אונז נוגע איז וואס האלט ATUB @באריסטא ATUB ? נעמט ער אן דעם פסק פון די שלושה רועי ישראל און ווער עס וועט זיך דערוואגען צו רופן רמ"ד מיטן באבוב'ן נאמען דא אין שטיבל וועט מען אויס שפארן צוזאמען מיט מנשה לוסטיג אדער האלט ער אז דאס זענען שלושה רועי בקר, רויבער און משוחדים און זייער פסק איז קיינעם מחייב? איי געיס ימים ידברו, אדער אפשר ווענדט זיך ווער עס וועט זיין גבאי יענעם חודש צו בדד בן באגדד אדער פרוכט פרעסער.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:59 pm#218644
מפי השמועה אז דער מארגענדיגע "גענעראל פארזאמלונג" ביי באבוב [45] איז געווארען בטול.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:27 pm#218650
דולה ומשקה האט געשריבן:מפי השמועה אז דער מארגענדיגע "גענעראל פארזאמלונג" ביי באבוב [45] איז געווארען בטול.

דאס איז נאר "דולה" נישט "משקה" איינער וואס איז א דולה ומשקה דארף קענען ברענגען ריכטיגע אינפאו

אגב עס שיינט נישט צו זיין אמת, טא פאוורוואס זאלן זיי מבטל זיין די גענעראל פארזאמלונג
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:37 pm#218655
דאס איז יא דולה ומשקה, אויב אין דעם הינזוכט האב איך 'דולה' געווען פון א מקור בלתי נסמך נעם איך נישט קיין אחריות, ביי די סארט זאכען האב איך דער כלל פון "נראה ונחזי", ימים ידברו, אויב קומט עס יא פאהר ווייס איך דער מקור איז נישט גערעכט, אויב קומט עס נישט פאהר ווייס איך דער מקור איז יא גערעכט.

איך האב קיין שייכות מיט קיין איינס פון די צדדי באבוב, ממילא קען זיין אז עס איז טאקע א טעות מעיקרא, ואתכם הסליחה.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:01 am#218660
אין די ריקאמענד א נעים אשכול האב איך געשריבען אן איידיע

"וויקיפידיע האט א גאנצע ליסט פון שטעט וואס איז קוים א האלבע אות לאנג. קען 45 צולייגען א האלבע אות און מקיים פסק זיין על אפם פון די 48

m http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... lace_names m

וואס שלעכט פון ק"ק אדמו"ר ד' באבוב..
D, De, da, איז א שם עיר.. "

בי"ד קען נישט אריין רעדן מער אין די מחלוקת

די דזשאוק אז בית דין ריטעינד קאנטראל אויף די פסק ארבייט נישט אין אמריקה. עטץ האטס שוין אמאל געזען א קאורט שרייבען ביי די ענדע פון א פסק אז זיי האלטען די רעכט צו טוישען די פסק? נישט דא אזא קאנצאפט. און קאורט איז פונקט'א אפיסי'א functus officio פון די רגע וואס מ'שרייבט א פסק.

ארבעטרעיטערס זענען א דזשודישעל באדי וואס אלע כללי רע'ז דזשודיקאד'א איז חל אויף זיי.

ביי די פוסקים איז דא די זעלבע כלל. א דיין קען נישט טוישען די פסק אפילו ער האט הונדרעט מאל חרטה. ער איז נישט בעל בית אויף זיין אייגענע פסק. דיינים זענען נישט קיין אינפארסערס און נישט קיין קאלעקשאן עדזשענסי. האסט אפגעגעבן דעם פסק און גוד ביי טשארלי.

אז מ'רעדט שוין, האט שוין איינער דאכט זיך דאס דערמאנט דא בהבלעה. די פסק איז זיכער נישט אינפארסעבעל אין קאורט. מילא דארף מען נאר אפיר קראצען א היתר בית דין פון עפעס א גאביוף אדער א בצע קעניג.. איי מ'שעמט זיך צו אפיליעטען מיט אזוינע קאראפטע חברה, דארף מען עס דיפאזיטען ביי וויענע רב אין לעידעל און קיינער וועט נישט וויסען פון וועים מ'האט געכאפט א היתר. פאר א עקסטערע פרייז איז וויענע רב א היתר לאנדרי, ער קאנפירמט די היתר אן פארציילען ווער ס'איז אינטער עס. א שטייגער ווי סאכדעס זאגט אז דאמינא צוקער איז כשר לפסח ווייל ס'האט א OU..

לאמיר זעען צו עטץ ווייסט פארוואס מ'קען דער פסק בי"ד זיכער נישט אינפארסען אין קאורט?
Hint: the concept is being appealed now.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:24 am#218671
איין זאך כאפ איך בכלל נישט וואס איז די פסק לגבי כתבי אדמו''רי באבוב, באלאנגט דאס פאר קהילת באבוב סוי פארוואס באקומט 45 די רעכט אויף די כתבים פונים לעצטן רב, איז דאס נכסי פרטי סוי פארוואס באקומט 48 די פולי רעכט אויף די כתבים פונים פריעדיגע רב,
וועסטו זאגן אז 48 האט מוותר געווען, לויטן טאן פונעם פסק זעהט עפעס נישט אויס אזוי ס'צו שארף'

כ'האב מורה אז בי''ד מעקט בכלל אויס מהרנ''ץ זיי האלטן אז ער איז באבובער רב קיינמאל געווען...
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:00 am#218676
[quote="יאסל ראקאווער"]אין די ריקאמענד א נעים אשכול האב איך געשריבען אן איידיע

"וויקיפידיע האט א גאנצע ליסט פון שטעט וואס איז קוים א האלבע אות לאנג. קען 45 צולייגען א האלבע אות און מקיים פסק זיין על אפם פון די 48

m http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... lace_names m

וואס שלעכט פון ק"ק אדמו"ר ד' באבוב..
D, De, da, איז א שם עיר.. "

דאס איז גוט, איך זעה דארט א שטאט מיטן נאמען me, איז דאך גוט, געגאנגען כ"ק אדמו"ר מ-באבוב
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:14 am#218679
D קלאפט בעסער ווייל ס'גייט גוט און לשון קודש און יידיש, ספעציעל גוט און גאליציאן יידיש

די באבובע רב זאל זיין געזונט
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:18 am#218682
להכעיס וועט אים א פאפאנער אויפרופן "כ"ק אדמו"ר מדי-באבוב שליטא"...
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:04 am#218683
געטראכט אז ס'קען זיין אינטערעסאנט. וידאו פון הכתרת מהרב"צ.

youtu.be/9BAV9LQkv9g
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:11 am#218704
עמעזאן האט געשריבן:איין זאך כאפ איך בכלל נישט וואס איז די פסק לגבי כתבי אדמו''רי באבוב, באלאנגט דאס פאר קהילת באבוב סוי פארוואס באקומט 45 די רעכט אויף די כתבים פונים לעצטן רב, איז דאס נכסי פרטי סוי פארוואס באקומט 48 די פולי רעכט אויף די כתבים פונים פריעדיגע רב,
וועסטו זאגן אז 48 האט מוותר געווען, לויטן טאן פונעם פסק זעהט עפעס נישט אויס אזוי ס'צו שארף'

כ'האב מורה אז בי''ד מעקט בכלל אויס מהרנ''ץ זיי האלטן אז ער איז באבובער רב קיינמאל געווען...
זיכער אזוי ווייל אין דעם ווענס זיך די גאנצע זאך ווייל אויב ר'נצ איז געווען דע באבעווע רבי איז ר'מד א יורש אין די יורש !!!