תמימותדיגע האט געשריבן:איך וויל דא שרייבן צו ידידיי פון 45, און צו מיינע אמאלעגע (אפשר צוקומפטיגע) ידידים פון 48.
יעדעס מאל ווי איינער שרייבט אויף די צווייע אז דער האט געטוהן רשעות און דער האט געטוהן דער רשעות, איז אלץ שטותים מיט הבלים. עס שיינט אזויווי איינער וואס וואקט אריין אין א צימער אינמיטן א פייט, און זעהט ווי שמעון געבט א קלינגעדיגס פאר ראובן. נישט וויסענדיג אז מען הרגעט זיך שוין יארן, מאכט ער קולות אויף שמעון. למעשה האט שוין שמעון געכאפט סאך מער פון ראובן. מאך מער ווען שמעון וואלט נישט דעמאלס געגעבן די פראסק, וואלט ער געכאפט פי עשר, דאס איז נאר געווען אלס סעלף דיפענס.
דער באבובער פילוג האט זיך אהנגעהויבן אדר תש"ח וועט די פריערדיגע רב ז"ל האט חתונה געהאט זיווג שני מיט הרבנית פריידא ע"ה. אויב מען מעג זאגן האט זיך עס אהנגעהויבן ווען די נאציס האבן געהרגעט רבעצין בלומא רחל הי"ד. נאטירלעך איז דאס גורם פראבלעמען אין א משפחה, ובפרט ביי א משפחה פון אזא רבי'שע פארנעם מאכט עס כסדר פראבלעמן.
אונז אלע זענען נישט געווען פון דעמאלס און אונז ווייסן נישט גי גאנצע מעשה פון חד גדיא. איך בין בלי ספק זיכער אז במשך אלע יארן איז געפלויגן פעטש פון איין זייט צו די צווייטע. איך בים זיכער אז במשך השנים איז געטוהן געווערן עוולות פון די צוויי משפחות. ביידע האבן געטוהן, און ביי זענען בעוולט געווארן.
די אלע מעשיות וואס מער ברענגט דא אויף איז נאר א קליינע פינטעל פון די מעשיות וואס זענען פארגעקומען אין די לעצטע 60 יאהר. איז די וויכוח איז נאריש צו טענהן אז דער האט געטוהן אזא עוולה, ניין דער האט געטוהן סאך ערגער. שטותים אויב מיר ווילן קלארשטעלן די מעשה עד הסוף מוזן מיר חקרנען אלעס וואס איז פארגעקומען כדי קלאר צו שטעלן ווער איז די די עושה עוולה און ווער איז די בעוולטע. און קען זיין אז מער וועלן אויסגעפונען אז ביידע זענען עושה עוולה און קען זיין אז מיר וועלן טרעפן אז ביידע זענען נישט קיין עושה עוולה. היוצא מכל זה איז צו טייטלן די פינגער איינער פארן צווייטן אז דו ביסט א אזא גרויסע שגץ איז נישט ריאליסטעש.
איך בעט אז אלע כותבים פון ביידע צדדים זאלן אריינטראכטן אין די ווארהייט וואס איך שרייב דא.
איך גלייב שווער אז צווישן די ראמען פון ק"ש וועט איינער טוישן זיין מיינונג איבער ווער עס דארף זיין די יורש פון באבוב. אזוי אויך גלייב איך נישט אז איינער גייט טוישן זיין צד. די סיבה פון דעם איז, ווייל יעדער וויל פילן אז זיין מיינונג און טשויס איז געווען די ריכטיגע. ממילא וועט ער אלעס טוהן כדי צו בארעכטיגען זיין מיינונג/טשויס.
וואס מען וואלט יא געקענט אויף טוהן דא אין די ראמען פון ק"ש, אז יעדער זאל נאר ' הערן' די צוייטע צד. דא ווען קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט, קיינער ווייסט נישט מיט וועם דו רעדסט, קענסט יעצט לייגן אן אוזן קשבת צו הערן וואס דיין אמאליגע ידיד, וואס פלעגט זיצן אין ביה"מ אדער אין מתיבתא אויף די נעקסטע טיש האט צו זאגן. אז וועט דו וועסט אביסל פארשטיין וואס האט אים געברענגט צו טוהן אנדערש ווי דיר, וועסטו לייכטער אים קענען גריסן. נישט ח"ו טוישן דיין מיינונג, דאס איז מאן דכר שמיה. איך רעד נאר פון הערן יענעמס ווייטאג, יענעמס צד.
דאס ברענגט ארויס עפעס וואס איך האב געהערט מיוח"צ פון ליפשיץ, ועוד, פארוואס אלע אייניקלעך פון קדושת ציון זענען אויף צד באבוב 45, ווען כ'זאג 'אלע' מיין איך בעיקר די אייניקלעך וואס פלעגן זיך אסאך דרייען ביי מהר"ש אין שטוב לדוגמא דער סארוואש'ער ואחיו בית חיים יהושע, רבי חיים הערש, ר' לייבל סטעמפל, זיי זענען געוועהן דער זעלבע יארגאנג פחות או יותר ווי האדמו"ר רבי נפתלי צבי זצ"ל, זיי האבען געזעהן פון דער נאהנט וואס גייט פאהר, אין דאס איז געוועהן די סיבה דוננער'ס צדקה צו באבוב 45, פארגעס נישט דאס האט ער געטוהן ווייל ער האט געוויסט וואס גייט פאהר מטעם זיין שווער נכד הקדושת ציון.
זיי האבן געזעהן אין מיט געלעבט ווען דער ריכטיגע שינוי איז געקומען ערגעץ ווען אין די מיטעל ל' יארן, אין דער וואס פארשטייט דאס פארשטייט שוין איינמאל וואס האט געמאכט רבי נפתלי'טשע טאקע אין יענע יארן שרייבן זיין פלא'דיגע צוואה, וד"ל. דיע וואס האבען זיך אזוי געדרייט ביי מהר"ש אין שטוב ווי א קינד, זיי זענען שטארק לצד באבוב 45
די וואס זענען נישט צופיל געוועהן און אוודאי זיך נישט געדרייט ביים מהר"ש, לדוגמא דער בני גיטי'טשע ליפשיץ משפחה (וד"ל), די טווערסקי'ס (דאס קען זיין ווייל דעמאלס אין די כ' יארן זענען זיי געוועהן ריכטיגע אמעריקאנע קאלעדזש באויס, געטראגען סטראקעס שבת אבער ...אינדערוואכען, אזוי אויך האבען זיי געוואוינט אין מילוואקי - יתכן מ'קען ארויס נעמען ר' אברהם יושע פונעם כלל, ואכמ"ל), עכ"פ די זענען געבליבען פחות או יותר ביי באבוב 48
ס'איז נישט צום באווינדערן פארוואס נכד פרייטשע ע"ה האבען געקענט איבער נעכטיגען ביים זיידען מהר"ש, לאפוקי נכדי רבי נפתלי'טשע. נישט וויבאלד די רעבעצין איז געוועהן א "רעבעצין מיט הויזען" נאר ווייל זי איז געוועהן א ריכטיגע שטוף מאמע, ווען מהר"ש וואלט חתונה געהאט תש"ח מיט ברענגענדיג קליינע קינדער וואלטן זיי געליטען גארנישט אנדערש ווי אנדערע שטוף קינדער.
עס איז א שאד נאך מער איך וויל נישט אריין גיין איבער יענע ווייטאג'דיגער יארן תש"ח ווען רבי נפתלי איז אנגעקומען אלס בחור קיין אמעריקא ביז ער האט חתונה געהאט תשי"א, ווען פאר א לענגערע תקופה און וואכען דא אין דארט וואס ער האט געמוזט שלאפען אין דער דאמענטארי וועס מהר"ש האט דעמאלס געהאט, ווייל אינדערהיים...
די רעבעצען פראטשע ע"ה האט געהאט מזל אז רבי נפתלי האט אסאך סובל געוועהן, אסאך געשלינגען, קיינמאל זיך נישט מתרעם געוועהן צו זיי טאטע. אין לאידך האט רבי נפתלי געהאט א טייערע טאטע וואס הגם ער האט נאר געוויסט וואס ער האט געזעהן, ווייל געהערט פון זוהן האט ער קיינמאל נישט, האט אבער מהר"ש פארשטאנען, און מיט פאטערליכע ליבשאפט פרובירט צו טוהן דאס מערסטע וויפיל שייך. אין נאך דער חתונה איז זי געוועהן אויף מעסער שטעך מיט איהר מאן'ס נייע שנור.
שוין גענונג פאר יעצט, ואולי האריך יותר בפרטיות כפי מסת הפנאי.