דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 11:05 pm#441998
איינער האט ערפארונג איבער פראבלעמען אין qstudio
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינערווייסט איבער א גוטע פילטער א שטייגער ווי טעקלאק פאר בחינם?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז איינער האט אויפגעוועקט די אשכול, וועל איך זאגן מיין ערפארונג מיט נארטאן. איך נוץ איהם יעצט אויף מיין לעפטאפ און אויף מיין ווייב'ס סמארטפאון (מיין סמארטפאון איז געגאנגען קאפוט, און איך האב עס ריפלעיסד מיט א פליפ-פאון, ביזדערווייל). פאר $45 א יאר קען איך עס לייגען אויף פינף דעווייסעס. איך האב עס בעיקר צו פארמיידן צייט פארשווענדעניש, און מיין ווייב'ס איז ווייל די קינדער וואקסען אונטער, און זי האלט עס נישט אויפ'ן פאסיק אגאנצע צייט, און ווער ווייסט וואס זיי קענען אלס טון דערמיט.
איך בין צופרידן, נאר איין פראבלעם האב איך. ווען די קאנעקשען איז שטאט, טוט עס צוערשט קאנעקטן צום גע'אסרט'ע סייט, און ערשט א פאר מינוט (צו סעקונדעס, איך האב נישט געציילט) שפעטער, בלאקט עס יענער סייט. ביי א שנעלער קאנעקשען פאסירט עס נישט, אבער ביי א שטאטליכער פאסירט עס.
באופן כללי בין איך למעשה יא צופרידן, מ'דארף נאר זיכער מאכען אוועק צו געבן די פעסווארד פאר א צווייטן. אז נישט איז עס דאך א ברכה לבטלה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:family.norton.com
דארט קען מען פילטערן פינף דעווייסעס פאר $45 א יאר. מ'דארף טרעפן אן עצה פאר די פעסווארד, כדי מ'זאל עס נישט אליינס האבען אדער אריין לייגען אין די קאמפיוטער און גוגךל זאל עס סעיווען, ווייל דעמאלס מה הועילו חכמים בתקנתם.
פאליטיקאנט האט געשריבן:Gentech
ווענדט זיך אויב ביסט אונטער א קהילה, אויב ביסטו אינטער זיי דירעקט איז עס אפן.
מנחם ציון האט געשריבן:tecloq קען מען אנשטעלן דעם פילטער ביים אויפסיינען וואס מען וויל לאזן אפן און וואס נישט
צום סוף האבן זיי, אז מען קען אריינלייגן לינקס פון ספעציפישע סייטס וואס מען וויל לאזן אפן, אפי' מען וויל יא בלאקן אנדערע פון דעי קאטעגארי
אונז האבן פארשטייט זיך אריינגעלייגט קאווע שטיבל און זיי האבן עס געלאזט אפן
yn.NY האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:tecloq קען מען אנשטעלן דעם פילטער ביים אויפסיינען וואס מען וויל לאזן אפן און וואס נישט
צום סוף האבן זיי, אז מען קען אריינלייגן לינקס פון ספעציפישע סייטס וואס מען וויל לאזן אפן, אפי' מען וויל יא בלאקן אנדערע פון דעי קאטעגארי
אונז האבן פארשטייט זיך אריינגעלייגט קאווע שטיבל און זיי האבן עס געלאזט אפן
מ'קען אריינלייגן אז [למשל] YouTube זאל זיין אפען ביי טעקלאק? אדער בלויז "כשר'ע" זייטלעך