Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן

פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
72 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 75 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #704
דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:12 am#14714
פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
ווי איז די עצה פורום?

די כינוס איז געווען א סוקסעס אדער נישט, די גאס איז אויף מיט פילטערס, זייער אסטך מענטשן לייגן זיך פילטערס. סע זעהט אויס אז באלד וועט זיין א בושה נישט צו האבן א פילטער אויפן סעלפאן.

אפי׳ איך וויל מיך אויך מיטכאפן און לייגן א פילטער. כ׳בין טאקע נישט געווען ביים כינוס אבער מיטגעהאלטן אביסל און איך טראכט זייער שטארק וועגן א פילטער, נו דארף מען דאך וויסן וועלעכע פילטער איז גוט? וואס איז די חילוקים פון די אלע מיני פילטערס?

העלפטס מיך ארויס.
דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:31 am#14718
גיב א קוק אין די קונטרס וועלכע מ'האט געזאלט אויסטיילן ביים כינוס. דארט צילייגן זיי אלע פילטער, די מעלות און די חסרונות.
דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:35 am#14719
i have a BB
i want to install GYE

BUT

will i still be able to log onto my Twitter app ?
דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:40 am#14724
ניין. גארד יור אייס בלאקירט פעיסבוק און טוויטער. דו קענסט בעטן א חבר זאל דאונלאודען פאר דיר "everylock", און זאל נאר בלאקירן די עפפ ווארלד און די בראזוער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:14 am#47291
א גיטע פילטער
עס איז עשרת ימי תשבה אין איך וויל לייגן א גיטע פילטער אויף מיין ענדרוט איינער קען מיר העלפען
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:54 am#47381
איך האב זיך זייער געמיטשעט זיכענדיג א גיטע פילטער פארן ענדרויד, רוב פילטערס זענען אשאד אראפצילאדענען, עס טוט נישט די ארבעט, און עס פארשטייטערט אייער פאון, ביז איך האב אינסטאלירט "נארטאן פעמילי" און איך בין ב"ה זייער ציפרידן,
טעמו וראו כי טוב!
נאדער די לינק
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:12 am#47392
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:57 am#47408
אינעם ענדרוד אשכול רעדט מען אויך ארום איבער פילטערס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:35 pm#47552
עס איז דא א וועבזייטל ונשמרתם,

דא איז די לינק
זונטאג מאי 12, 2013 5:28 pm#114350
פילטערס
ווייסט איינער וועלכע פילטער טוט אזוי אויסבלאקן די פנים'ער פון אלע סייטס?
אויך איז פאראן ערגעץ וואו א קאמפעריסאן צווישן די אלע אוויילביל פילטערינג פראגרעמס?
זונטאג מאי 12, 2013 5:38 pm#114358
nishtu aza zach ven yu what is the problem with the internet
זונטאג מאי 12, 2013 5:39 pm#114359
עס איז דעפיניטלי יא פאראן איך האב דאס ג'זען ביי א חבר.
זונטאג מאי 12, 2013 5:40 pm#114360
נו פרעג יענעם חבר
זונטאג מאי 12, 2013 5:42 pm#114361
Jnet האט אזא אפציע, ווי אויך די נייע "משומר" פילטער פון סאטמאר.
זונטאג מאי 12, 2013 5:49 pm#114367
וואו באקומט מען משומר פון סאטמאר? וועבסייט?
זונטאג מאי 12, 2013 6:57 pm#114388
איך האב עס ג'טראפן: ISHIELD, וואס האלט דער עולם? עני עקספיריענס?

אויך זייער ביליג, אן איינמאליגע איינצאל פון 25 דאלר!!
זונטאג מאי 12, 2013 7:20 pm#114395
די איינציגסטע פילטער וואס טוט דאס איז ליוויגענט w www.livigent.com/technology-details/p-2/ w
יעדע קאליר וואס איז דומה צו די קאליר פון הויט ווערט געבלאקט, דא מיינט אז ס'בלאקט אויך בילדער פון רבי'ס, ווי אויך פון די האלץ אויף home depot וועבסייט וואס איז אן ענליכע קאליר, בשעת וואס הויט פון טונקל הויטיגע לאזט עס יא דורך.
B&H און Jnet האבן אינוועסטירט אין דעם, ונשמרתם האט עס אויך.
זונטאג מאי 12, 2013 9:00 pm#114448
יישר כח געפילטע. ווייסט אפשר זייער פרייז? אויף זייער סאייט שטייט נישט.
אויך, איז דאס אנדערש ווי ISHIELD? וועלכע איז בעססער?
זונטאג מאי 12, 2013 9:29 pm#114461
איך ווייס נישט וועגן Ishield, דאס איז די ערשטע מאל איך הער פון זיי, אבער ליווידזשענט קען מען נאך נישט קויפן דירעקט, נאר דורך קאמפאניס ווי ונשמרתם און jnet, (און שמעקעדיג זאגט אז משומר אויך) אויף א חודשליכע קאסט.
דא קענסטו זען די ונשמרתם אפציע פון ליווידזשענט, (ס'איז די טייערערע Pro אפציע).

וועלכע ארבעט בעסער, ס'איז אוממעגליך צו זאגן, איך האב נאך נישט געזען דעם איישיעלד, אבער די ליווידזשענט בלאקט אויך יעדע הויט קאליר, אפילו פון צניעות'דיגע געקליידעטע מענער און פרויען, און יעדע בילד, אפילו פון פוירניטשור אדער סיי וואס איז א בעיזשע קאליר וועט ווערן געבלאקט, וואס דאס פארשווערט אנליין שאפינג אד"ג. אבער איישיעלד טענה'ט אז זיי בלאקירן נאר פארנאגראפישע און אויסגעלאסענע בילדער, זיי אנאליזירן צו זען אויב דאס איז א טיש אדער א מענטש, די פראגראם זוכט פנים שטריכן, הענט און פיס, און ווען ס'זעט אז ס'איז א מענטש וואס איז אויסגעלאסן נאר דעמאלס וועט עס בלאקירן דעם בילד. ווי אויך, מיט ליווידזשענט מוזטו גיין מיט א היימישע קאמפאני וואס קען זען דיין יעדע טריט, יעדע זאך וואס ווערט געלייענט און געשריבן, וואו דו גייסט, וואס דו טוהסט, משא"כ די איישיעלד איז א פראגראם וואס ווערט אינסטולירט אויף דיין קאמפיוטער, מ'צאלט איינמאל $24 און שלום על ישראל. די מיליאן דאלארדיגע שאלה איז אויב ס'ארבעט טאקע צו נישט.
מאנטאג מאי 13, 2013 10:35 pm#114808
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואו באקומט מען משומר פון סאטמאר? וועבסייט?


m http://meshimer.com/ m
זונטאג מאי 04, 2014 4:36 pm#198861
אויף K9 איז דא די אפשען צו בלאקירן די אינטערנעט פאר געוויסע שעות פון טאג. איז דא א פילטער וואס מ'קען בלאקירן נאר געוויסע וועבסייטס געוויסע שעות פון טאג? למשל, איך וויל נישט האבן יו טוב אין די ארבעטס שעות.
דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:07 pm#353322
איך בין אריינגעגאנגען צו טעג אפיס אין לעיקוואוד בעטענדיג א ווייט ליסט פילטער פאר מיין פאון. זיי האבען גענומען $45 און ארויפגעשטעלט gentech. גלייך האב איך באמערקט אז ס'שלעפט עלעקטריסיטי און ליידיגט אויס די באטערי אין א האלבען טאג. שוין, איך האב געשיקט אן אימייל צום קאמפאני און זיי האבען מער געקלינגען און געזאגט אז מ'האט מיר געגעבען אן אלטע ווערזיע.
א קיצור, מ'האט ארויפגעלייגט די נייעם, און קיין שום עפפ האט נישט געארבעט.
צום סוף האב איך געהייסען אראפ נעמען און מ'גייט מיר צוריק שיקען דאס געלט.

איינער האט אן עצה, ערפארונג, עפעס צו זאגען צו לייגען א ווייט ליסט פילטער אויפ'ן ענדרטעד פאון? איך וויל בעיקר פארמיידען ליידיגייען, לאו דוקא שמוץ.
דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:21 pm#353324
קודם רוף אן טעג אין בארא פארק און פארצייל זיי וואס דו האסט געהאט אין לעקוואד
דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:03 pm#353326
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין אריינגעגאנגען צו טעג אפיס אין לעיקוואוד בעטענדיג א ווייט ליסט פילטער פאר מיין פאון. זיי האבען גענומען $45 און ארויפגעשטעלט gentech. גלייך האב איך באמערקט אז ס'שלעפט עלעקטריסיטי און ליידיגט אויס די באטערי אין א האלבען טאג.

GenTech איז טאקע א בעטערי פרעסער, ממש א פחד.
נישט קיין נפק"מ צו וועלכע TAG דו גייסט, דאס לייגן זיי דיר (ע"פ רוב) אריין.
.
דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:19 pm#353328
איך האב אויך דשענטעק און איך האב געהאט אסאך אנדערע פראבלעמען (איך האב גראדע אפגעשריבן א ארטיקל וועגן דעם) אבער נאכן רעדן צו א וואלאנטיר פון טעג האט ער מיר ארויפגעלייגט די נייעסטע ווירדשען און איך בין צופרידן.

און בנוגע בעטערי ווייס איך נישט נאר אזויפיל יא אז אלע עפפס גייען דורך די פילטער אויך די אינטערנעט ממילא קומט אלעס ארויף ביי דשענטעק היסטערי.
זונטאג יאנואר 01, 2017 8:30 pm#358491
it's not using a lot of battery at all
I'm really happy with it
זונטאג פעברואר 04, 2018 9:32 pm#394790
איך זיך א וועג צו בלאקירן די אלע נישט איידעלע עדס פון אינסטעגראם, אבער איך וויל נאך אלץ קענען נוצן, קען איינער מיר ארויסהעלפן?
זונטאג פעברואר 04, 2018 10:11 pm#394794
וואס איז די בעסטע פילטער פאר א לעפטאפ אינדערהיים?
איך וויל א פילטער וואס בלאקט עכטע דברים אסורים אבער נישט סתם אינטערטעינמענט ווי למשל יוטוב נעטפליקס וכדו'.
און אויך זאל עס נישט צוגרינד לייגן דעם קאמפיוטער דורכן פארשטייטערן אדער זויפן באטערי.

אויך בינעך אינטערעסירט אויב עס איז דא א מעגליכקייט צו לייגן א פילטער פאר נאר איין יוזער פונעם קאמפיוטער?

ישר כח פאר ווער עס איז גרייט מיטצוטיילן אינפארמאציע.
זונטאג פעברואר 04, 2018 10:19 pm#394796
מיין זיידע טענה'ט אז די EZ-FILTER איז די בעסטע פילטער, ער נוצט עס שוין יארן און ס'ארבעט זייער גוט...
זונטאג פעברואר 04, 2018 11:17 pm#394797
א שרייבער האט געשריבן:איך זיך א וועג צו בלאקירן די אלע נישט איידעלע עדס פון אינסטעגראם, אבער איך וויל נאך אלץ קענען נוצן, קען איינער מיר ארויסהעלפן?

אויבן פונעם עד איז דא דריי באליס, טעפ עס און דרוק hide ad ביי אלע עדס דו גלייכסט נישט.
זיי וועלן כאפן וועלכע עדס די גלייכסט נישט.
זונטאג פעברואר 04, 2018 11:34 pm#394798
עס העלפט נישט עכט, זיי שיקן מיר נאך אלץ עדס וואס איך גלייך נישט צו זען, איך דריק דאס אייביג.
זונטאג פעברואר 04, 2018 11:37 pm#394799
אויב גלייכסטו גארנישט חוץ ר' מענדל'ס גאלע דאן איז דאס נישט פאר דיר.
זונטאג פעברואר 04, 2018 11:57 pm#394800
א שרייבער האט געשריבן:עס העלפט נישט עכט, זיי שיקן מיר נאך אלץ עדס וואס איך גלייך נישט צו זען, איך דריק דאס אייביג.

רוב מאל גייט די עדס בעיסד אויף די סירטשסט.
איז געב אפבאכט!!
מאנטאג פעברואר 05, 2018 10:56 am#394815
אור נוגה האט געשריבן:וואס איז די בעסטע פילטער פאר א לעפטאפ אינדערהיים?
איך וויל א פילטער וואס בלאקט עכטע דברים אסורים אבער נישט סתם אינטערטעינמענט ווי למשל יוטוב נעטפליקס וכדו'.
און אויך זאל עס נישט צוגרינד לייגן דעם קאמפיוטער דורכן פארשטייטערן אדער זויפן באטערי.

אויך בינעך אינטערעסירט אויב עס איז דא א מעגליכקייט צו לייגן א פילטער פאר נאר איין יוזער פונעם קאמפיוטער?

ישר כח פאר ווער עס איז גרייט מיטצוטיילן אינפארמאציע.


איינער קען העלפן?
מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:47 am#394826
K9
מאנטאג פעברואר 05, 2018 6:32 pm#394850
NATIV דורך טעג
מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:07 pm#395003
וואס פילטערט native? זיי לאזן דורך נעטפליקס און יוטוב? טוויטער און פעיסבוק?
ATUB @סקרן ATUB
מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:58 pm#395016
בדרך כלל לאזן זיי וואס דו בעהטס זיי חוץ טאמער עס איז אויף זייער בלעק ליסט דארפסטו רעדן מיט זיי אבער זיי זענען זייער פארשטענדליך
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 11:06 pm#398746
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
אישתישבי האט געשריבן:K9
וויאזוי ארבעט k9 קען מען דאס אליינס קאנטראלירן?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
פרייטאג מערץ 30, 2018 8:41 am#398762
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
סקרן האט געשריבן:NATIV דורך טעג
דער פילטער איז א אנדערע אפשען ביי טעג? איז עס עפעס וואס די מוסדות וועלן וויסן און זאגן אז ס'איז צו א שוואכער פילטער?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
פרייטאג מערץ 30, 2018 8:46 am#398763
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
אישתישבי האט געשריבן:K9
K9

אויף מיין windows xp קאמפיוטער פלעגט איך טרעפן די פעססווארד דורך א פראגרעם אויף א USB stick וואס האט גע'עפנט א קאמענד פראמפט פאר א סעקונדע און געוויזען די קאוד. אויף windows 10 האביך נישט פרובירט.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
פרייטאג מערץ 30, 2018 8:50 am#398764
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
איינער ווייסט דא וואסערע וועבסייטס עס בלאקן ארויף פילטערס?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
פרייטאג מערץ 30, 2018 9:39 am#398765
גראף האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:NATIV דורך טעג
דער פילטער איז א אנדערע אפשען ביי טעג? איז עס עפעס וואס די מוסדות וועלן וויסן און זאגן אז ס'איז צו א שוואכער פילטער?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

פאר קאמפיוטערס איז עס די שטערקסטע פילטער וואס טעג האט און ס'איז זייער גוט
פרייטאג מערץ 30, 2018 9:45 am#398766
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
@סקרן סאו דורך דער פילטער קענען זיי אדורך לאזן נעטפליקס וכו' און די אנדערע נישט, למה?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
זונטאג אפריל 01, 2018 8:43 pm#398780
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
א שרייבער האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:K9
וויאזוי ארבעט k9 קען מען דאס אליינס קאנטראלירן?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
העלא איינער קען מיר ארויסהעלפן דא?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
מאנטאג אפריל 02, 2018 7:12 pm#398846
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
יא, מ׳לייגט די פארשריפטען אליינס, וועלכע קאטעגאריע לאזט מען יא און וועלכע נישט. דאס אלס קען מען טוישען מיט די פעסווארד.

טאמער מ׳וויל אז עס זאל ארבעטען קעגען זיך זעלבסט, זאל מען לאזען דין פעסווארד ביד שני.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 03, 2018 4:12 pm#398895
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
קעי 9 ארבעט נישט. איך האב דאס אויספרובירט.

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
דינסטאג אפריל 03, 2018 4:13 pm#398896
Re: פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן
איינער מיט אן אנדערע פילטער וואס מען קען דאונלאדן אנליין, און עס קאסט נישט קיין געלט?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
מיטוואך אפריל 04, 2018 9:43 am#398934
א שרייבער האט געשריבן:קעי 9 ארבעט נישט. איך האב דאס אויספרובירט.

Sent from my SM-G925V using Tapatalk


אבי גערעדט.

עס ארבעט פיין.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:58 am#412518
איך פראביר יעצט Norton family און עס האט נישט די פראבלעמען וואס איך האב געהאט מיט אנדערע פילטערס. K9 ארבעט שוין נישט אויף ענדרויד, כפי מיטב ידיעתי. דאס זעט מיר אבער אויס בעסער. עס טוט נישט מאכען מיין טלפון שטאטער און עס עסט נישט אויף די באטערי. טעפעטאלק ארבעט נאך פאר מיר, אבער רוב סייטס ווי איך האב געקענט פאטשקען צייט זענען בלאקט. מ'זאגט אז מ'קען עס באזייטיגען, אבער פארשטייט זיך אז די ערשטע פאר טעג און נאך פאר ר"ה זוכט מען דאס נישט צו טון.