פארומס › הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
341 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #708
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יולי 18, 2016 7:38 pm#342730
איך בין אויך זייער נוטה אז דער שמואל איז נישט מער ווי דער תמ"ל אליינס, מכח כמה טעמים, 1, איך גלייב נישט אז איינער האט דארט אינטערנעט, חוץ ער אליין וואס קיינער קאנטראלירט אים נישט, 2. ער האט גראדע גענטפערט אויף זייער אסאך שאלות, כאטש וואס זיינע שרעקליכע מעשים ווערט נישט בארעכטיגט, דאך זעט עס נישט אויס ווי א בחור פון ק"י האט דא געשריבן, 3, ווי איינער האט שוין דא געזאגט, האט ער מסתמא געפילט ווי מעקארנערט אים, האט ער געגעבן א שעכט אפ דעם גאנצן אשכול,
מאנטאג יולי 18, 2016 8:02 pm#342731
הייסט אזוי גיט האט ער עס געמאכט... טויגט ער דאך יא...
רעדסט נישט קיין שטותים ער איז נישט ארז!
רעדסט נישט קיין שטותים ער איז נישט ארז!
מאנטאג יולי 18, 2016 8:10 pm#342733
דאס איז נישט מסתבר. שמואל פרימו קען א פיינעם אידיש, ארז'ן קען נישט.
מאנטאג יולי 18, 2016 8:12 pm#342734
איך האב אויך געהאט דעם קשיא, פון ווי קומט צו אים אזא יודיש, אבער א מענטש וואס קען מאנאפעלירן אזא ציבור יודען, דארף עס נישט זיין פאר אים צי שווער זיך אויסצולערנען שרייבן
מאנטאג יולי 18, 2016 8:16 pm#342735
ס'איז יא אים - ער ווייסט צופיל פון דארט - ס'איז אים אליין, נעטא.
ער האט א העלפער (דוכט זיך גאלדמאן), וואס יעדע זאך אין אידיש פארריכט ער אים, סיי וואס ער זאגט און סיי וואס ער שרייבט. דאס האב איך געהערט נאך מיט יארן צוריק, ווען ער פלעגט ארויסגעבן זאכן אויף אידיש. איך בין געווען א חבר פון וויינגארטן, ווען ער האט נאך געלערנט ביי ר' משה גרין. אלס חתן האט ער מיר דערציילט, אז ארז האט א אינטערעסע אין די אידישע שפראך און פראבירט זיך אלס אויסצולערנען מער און מער און פאר דעם מאכט ער עקסעסייז אין די שפראך און גאלדמאן העלפט אים דערמיט.
ער האט א העלפער (דוכט זיך גאלדמאן), וואס יעדע זאך אין אידיש פארריכט ער אים, סיי וואס ער זאגט און סיי וואס ער שרייבט. דאס האב איך געהערט נאך מיט יארן צוריק, ווען ער פלעגט ארויסגעבן זאכן אויף אידיש. איך בין געווען א חבר פון וויינגארטן, ווען ער האט נאך געלערנט ביי ר' משה גרין. אלס חתן האט ער מיר דערציילט, אז ארז האט א אינטערעסע אין די אידישע שפראך און פראבירט זיך אלס אויסצולערנען מער און מער און פאר דעם מאכט ער עקסעסייז אין די שפראך און גאלדמאן העלפט אים דערמיט.
מאנטאג יולי 18, 2016 8:18 pm#342736
שמואל פרימואון אפשר איז עס מיט זיין הסכמה?
אוודאי, און ווי אויך רעדן מיט א פרוי אין אישי.
שמואל פרימו...אין אונזער פאל, איז געווען איינמאל וואס דער רבי'נס איידעם אין די יארגאנג פון 38, האט חתונה געהאט מיטן רבי'נס טאכטער, א מיידל פון 16 (כמעט 17). כמובן אז מען האט דאס אויפגעבלאזן און מען האט דערציילט אין די וועלט אז טעללער איז 63 און די מיידל איז 14 אדער אפילו 12 (אזוי האב איך בשעתו געהערט). איך זאג נישט - צווישן 16 און 38 איז אויך אפגעריקט, אבער עס איז נישט ווי מען האט געשמועסט אין די גאס...
דו מאכט שפאס פון דיר אליינס? פון 38 איז 237% פון 16!!! רחמנא לצלן! סארא פאדעפיליע! ע"פ מנהג ל"ט קען ער כמעט זיין איר זיידע...
שמואל פרימוקאלערוואר...
איך האב אזוי געשפירט א גאנצע צייט, דערפאר איז מיין ענערגיע אויסגעלאפן א וויילע צוריק, אבער יעצט הויב איך אהן צו טראכטן אז די גאנצע קאלערוואר איז נאר א שפיל (קאנספיראציע חלק ב'?), און וועט באקומען איר אייגענע קאלערוואר שפעטער.
It takes a !@#$, to understand a !@#$ mind...
מאנטאג יולי 18, 2016 11:23 pm#342751
צי ס'איז יא דער רבי אדער נישט די רבי, ווייס איך נישט...
איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, אבער עפעס שמעקט דא - צופיל באקאנטשאפט אין די טיפע סודות פון די קהילה, אינאיינעם מיט נעמען - עפעס איז דא.
איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, אבער עפעס שמעקט דא - צופיל באקאנטשאפט אין די טיפע סודות פון די קהילה, אינאיינעם מיט נעמען - עפעס איז דא.
דינסטאג יולי 19, 2016 3:21 pm#342850
שמואל פרימוטעמע: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליהKool manביז יעצט האב איך זיך געקענט איינהאלטען און שטיין אין די זייט, זייטס נישט ברוגז, מיין מיינונג איז איז אז שמואל פרימו איז ארז אלבראנץ אליין, ער האט פארלוירען די געדולד אדער פילט ער ווי מ'קארנערט אים, ס'איז שוין עכט פערזענליך, דעריבער וויל ער אויפהערען די געשרייבעכץ, מ'זעט פון זיין שרייבעכץ אז ס'איז איינער וואס איז זייער נאנט צו אים, און דארט האט קיינער נישט קיין עקסעס צו אינטערנעט חוץ ער מיט זיין רעכטע האנט מר. גאלדמאן (א ספרדי'שער וועם דער קולט פירער האט געטוישט זיין נאמען צו אשכנז'ישע פונקט ווי ער האט געטון צו די אנדערע), אויב מ'כאפט דארט איינעם אויף אינטערנעט באקומט ער מלקות מיט געבראטענע נעגל, לאנגע תעניתים, גלגול שלג אדער איינטונקן אין א קאלטע קוואל פאר א לאנגע צייט ווי ס'איז דארט איינגעפירט די עינויים קשים ומשונים רח"ל.
הלואי די קאלערוואר פלאצט שוין אויס, און זיינע שעפסען טראגען זיך אפ פון דעם סאדיסט און גראבער אינג, און הייבען אן דינען דעם אייבערשטען און נישט מעבירים מזרעם למולך פאר דעם באנדיט..
הער מיר גוט אויס, אבער זייער גוט...
דו קענסט מיר נאכנישט און איך מיין אז דו ווילסט מיר נישט קענען. אויב דו ווייסט וואס עס איז גוט פאר דיר, זאלסטו שטיין ווייט פון אונזער הייליגע קהילה און מיר לאזן פריי פירן מיין חברייא אויפן דרך השם. און מיין נישט אז מיר קענען נישט אנקומען צו דיר ביז קיין אמעריקע.
LOL!
דינסטאג יולי 19, 2016 5:47 pm#342881
ער האט מיר עס געשיקט אין אישי,
תמ"ל, LOL
תמ"ל, LOL
דינסטאג יולי 26, 2016 2:58 pm#343596
נו, וואס איז געבליבן? - בין איך טאקע דער מנהיג החברייא אדער נישט?
דינסטאג יולי 26, 2016 4:13 pm#343607
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
פארוואס קערסטו? וועם גייט אן ווער שמואל פרימו איז? שרייבט ער נארמאל און גוט קען מען רעדן, און אז נישט איז נאך בעסער...אגב וואסערע פוינט האסטו דעמאלטס געוואלט פראווען? מען מעג שוין וויסן?
דינסטאג יולי 26, 2016 7:30 pm#343638
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
איך ווייס נישט כוונת קדשו פון פרימו, אבער איין זאך איז קלאר ארויס פון די געשעפט.אלע טענות וואס מ'האט געהאט אויף העלבראנץ זענען פון גאס לשה"ר'ס. אז מ'גייט נישט אויפ'ן אינטערנעט, האט מען קיין שום עכטע טענות נישט.
אחוץ, די טענות וואס גילטען פונקט אויפ'ן טאשער, סקולענער ועוד ועוד. דער מהיכ"ת ער האט אן אהנונג וואס ער רעדט, דאס אז די גאנצע זאך איז א גלויבונג פון ווילונג, נישט פון שכל, גילט פונקט אויף די אלע מנהיגימלעך און בעלעגלה'ס. פונקט ווי מ'קען מיר פעטיציענ'ן און באשייגעצען און דערמאנען מיין 'אומוויסענד', קען מען דאס טוהן פאר סיי וועמען בנידון העלבראנץ.
כי פרוע הוא כי פרעה פרימו לשמצה בקמיהם.....
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג יולי 26, 2016 7:33 pm#343639
וואס האסטו למעשה געוואלט ארויס ברענגן מיט די גאנצע שפיל?
דינסטאג יולי 26, 2016 11:35 pm#343661
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
זיין יצר הרעמיטוואך יולי 27, 2016 12:02 am#343664
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
סאטמאר מאנטריאלע שיעור ד איז און זייער שטעטל אויף זומער Sent from my SM-G900V using Tapatalk
מיטוואך יולי 27, 2016 6:43 am#343681
מסתמא מיינט מען אין די שטעטעל ווי זיי פלעגען וואוינען, נישט אין גואטאמעלא
מיטוואך יולי 27, 2016 9:36 am#343689
דער אשכול איז נישט נאכגעקומען די קאווע שטיבל סטאנדארטן איבער גילוי, stalking, ארויסשטעלן אישי שמועסן און מאחורי שמועסן אין דער עפנטליכקייט, דעריבער זענען געוויסע תגובות געמעקט געווארן, ביטע האלטן די שמועס אין די ראמען.
מיטוואך יולי 27, 2016 3:09 pm#343733
איך וויל עפנטליך באדאנקען סדרן, פארן נעמען די פלייצע אין די הענט און טון צו דער זאך. אויסלופטערן פריוואטע שמועסן ברבים איז א געפערליכע עולה פאר זיך. שניידן שטיקער און נישט אראפברענגען דעם אישי כמו שהיא, מיט די כוונה צו באהאלטן געוויסע זאכן, איז נאך א גרעסערע עולה. און די גרעסטע עולה פון אלעמען איז צו ברענגען ברבים אזעלכע... אזוי ווי איר זעט אליין, זענען אזעלכע סארט תגובות אויסגעמעקט געווארן פון די שרייבער, און דאס דארף דינען אלס דערמאנונג פאר די שרייבער און פאר יעדן איינעם, אכטונג צו געבן וואס עס ווערט ארויפגעלייגט ברבים. מיר אלע מוזן מכיר טוב זיין פאר די הנהלה, פארן אריינלייגן איבערמידליכע ארבעט און שעות צו האלטן ריין דעם ארט, אכטונג צו געבן אז עס זאל נישט פארקומען קיין עולות און אויב חלילה יא, צו נעמען די ריכטיגע שריט אין די הענט.
תשואת חן חן לו.
תשואת חן חן לו.
מיטוואך יולי 27, 2016 3:28 pm#343737
איך אין דיין פלאץ וואלט זיך אויך עפענטליך זיך באדאנקט.
מיטוואך יולי 27, 2016 3:41 pm#343739
באדאנק זיך נישט אזוי שנעל.
#ווארט מיט שפאנונג
#ווארט מיט שפאנונג
דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:23 am#343807
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
בת קולבאדאנק זיך נישט אזוי שנעל.
#ווארט מיט שפאנונג
Please advise when the dump is coming, I wanna be here as it happens before it gets deleted lol...[emoji12]
Sent from my SM-G935V using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 28, 2016 1:25 am#343815
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימו
ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)
ענטפער:
מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין. וואס יא? - אין קהילת לב טהור דינט מען דעם אויבערשטן אויפן אלטן שטייגער, אזוי ווי פאר דריי-הונדערט יאר צוריק בזמני תלמידי בעל-שם-טוב. ריכטיג, מען זעט שוין נישט היינטיגע צייטן אזעלכע סארט עבודת-השם, אבער אין קהילת לב טהור זעט מען נאך יא. דארט קען נאך יא זיין אידן וואס זאלן חלש'ן ביים דאווענען, דער רבי שליט"א האט געוויזן אז זאת התורה לא תהא מחולפת, און עס איז נאך פאראן עבודת השם אויף דער וועלט.
אז מען קוקט אריין אין זוהר, אין ראשית-חכמה און אין חסידי'שע ספרים, קען מען זיך נישט פארהוילן פון א וועלט מיט סיגופים מיט וואס ערליכע אידן האבן זיך געפירט. ריכטיג, איינע פון די זאכן פון חסידות און פון בעל-שם-טוב איז געווען, אז מען זאל נישט פייניגן דעם גוף און אנגיין מיט סיגופים, און פאר דעם איז דער רבי שליט"א עומד על המשמר אויף די געזונט פון די מענטשן. אבער דער ענין פון סיגופים איז פאראן צווישן אונז, עס זענען פאראן עובדי השם וואס קענען פאסטן משבת לשבת, עס זענען פאראן אידן וואס מאכן גלגול שלג, די זאכן זענען דא, מען קען נישט אויסמעקן דעם זוהר מיט א וועלט פון ראשית חכמה, עס איז א חלק פון אונזער תורה.
אבי מען פראבירט אונס אנצורעדן, אז נשתכחי תורת הבעל שם....
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 5:42 pm#344446
ס'איז דא א ניגון וואס גייט אזוי:
"כ'אב געווארט און געווארט..."
קען איינער דא דעם ניגון?
"כ'אב געווארט און געווארט..."
קען איינער דא דעם ניגון?
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 9:00 pm#344477
יא, וואו קומט דאס דא אריין?
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:35 pm#344514
ליין די לעצטע זעקס תגובות, וועסטו פארשטיין.
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:45 pm#344518
איך ווארט אויך.
[ציטאט אראפגענומען]
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:55 pm#344521
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימוליין די לעצטע זעקס תגובות, וועסטו פארשטיין.
אז דו ביזט וואויל געשעהט נישט גארנישט
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 12:00 am#344522
מיט וואס בין איך געווען יעצט מער וואויל ווי פריער?
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 7:30 am#344540
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אז דו רוהסט אייןדאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 2:59 pm#344584
אז "איך" ריה איין?
זייט מוחל, גייט אביסל צוריק, זעט וועמען מען האט געמעקט און פארוואס מען האט געמעקט, ווער האט געסטראשעט און ווער האט גערידערט, און קום צוריק זאגן קלאר ווער איז דער וואס דארף (אדער האט געדארפט) אריינריען.
זייט מוחל, גייט אביסל צוריק, זעט וועמען מען האט געמעקט און פארוואס מען האט געמעקט, ווער האט געסטראשעט און ווער האט גערידערט, און קום צוריק זאגן קלאר ווער איז דער וואס דארף (אדער האט געדארפט) אריינריען.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 3:01 pm#345413
ווען מען וואלט געסטראשעט מיך אויסצושפארן וואלט איך אויך פארמאכט מיין מויל...
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 3:29 pm#345418
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
פארוואס ברויך מען אויפפרישן אלטע מחלוקת? אלס א זכר צו קמצא ובר קמצא??דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:42 pm#345445
וועמען האט מען נאר געמעקט?