זיך אריין געשריבען א חודש צוריק א דאנק דער קינדערישע און רשעות'דיגע מחלוקות בבית באבוב, פון אלע פלעצער אלע זיינע תגובות איז בלויז אין דעם פארשאלטענע לשון הרע "צימעס" אפטיילונג. דער זיבעטע האט ער אוועק געשאנקען פאר "בעלעד".
רעד נישט וועגן עפענען א "קען פון ווערעם"...
ער איז געוועהן אפ'געפרעמדעד ביי זיין טאטע? היעלה על הדעת?
אזוי ווי יעדע ערליכע איד, האט הגה"צ רבי ישראל שליט"א אויך יארן לאנג געווארען גע'רודפ'ט פון כל מיני מענטשען, ואכמ"ל. ער האט אלעמאל אוועק געקוקט אויף נגיעות עצמו, ער שטייט און העלפט מענטשען מיט גרויסע סכומים אויף א ברייטע פארנעם, שטילערהייט אן קיין שום פרסום. דארף מען דען דערמאנען וויפיל הונדרעטע טויזענטע דוללערס ער האט מנדב געוועהן פאר האדמו"ר רבי יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א, ווען רבי יעקב יוסף שליט"א האט געמאכט א היסטורישע נסיעה האט ער מנדב געוועהן איבער 500 קליינע "צלותא דשלמה" סידורים נוסח בית באבוב, האבען זיי געלאזט דריקן אין גאלדענע אותיות אז דאס איז געוועהן מנדבת לבו פון רבי ישראל טוסיג שליט"א, ווען דער בעלעד רב שליט"א האט דאס געזעהן האט ער זיך מורא'דיג אויף גערעגט, ער האט זיך שטארק געבייזערט, אבער עס איז שוין נישט געוועהן וואס צו טוהן, ס'געוועהן צו שפעט.
הוא הגבר האט טאקע אינגאנצען איבערגעבויט דאס בית המדרש "בית חיים יהושע", זיך מטפל געוועהן מיטן איבערבוי ביז צו דער קלענסטע פרטים, און פארשטייט זיך אויך דא איז געוועהן פארשידינע בעלי כבוד ובעלי מחלוקות וואס האבן טאג און נאכט גערעדט לשון הרע באוזן קשבת פון רבי יעקב יוסף ה"ש שליט"א ביז מ'האט איהם פארשיקט, ער וואלט געקענט עני טיים גיין צו בית דין היות ער האט געהאט א קאנטראקט אין די הענט, אבער ער האט מחליט געוועהן דאס צו האלטן בשתיקה, מפני דרכי שלום דאס אראפ געשלינגען, און אעפי"כ ווייטער געשיקט נדרים ונדבות.
אויסער זיין געלט נתינה'ס פאר מוסדות אין גמ"ח'ס, איז ער באוויסט אלץ א גרויסע יודעי ספר, א בקיאות אויף א ברייטע פארנעם, ער האלט דאס נישט פאר זיך, ער טיילט דאס אלעס מיט אין זיינע איבער צענדליגע שיעורים במשך די יארן, שיעורי גפ"ת יעדע וואך, שיעורי חומרש"י יעדן שבת וואס דער עולם באלעקט זיך דער פינגער, זיין ליל ששי שיעור, זיין פרקי אבות שיעור שבת נאכמיטאג בשבתות הקיץ, הלכה שיעורים פאר יעדן יו"ט, ועוד כהנה וכהנה.
אן קיין טראסק אן קיין כבוד, אלעס אזוי ווי ער האט געזעהן ביי להבחל"ח זיין פאטער אויף א באשיידנענע און שטילע אופן.
די לעצטיגע עטליכע יאר וואקסט אינטער א דור אשר לא ידע את יוסף, ווי אזוי רבי ישראל שליט"א זעלבסט האט אויף געבויעט זיין טאטעס בית מדרש, ווען די אלע בעלי ריב ושנאה וואס האבען איהם כל ימיו גע'רודפ'ט זענען נאך געוועהן אין די ווינדלן. אבער דער בעלעד רב שליט"א וואס איז א ריכטיגע ברא כרעה דאבוה וואס אנטלויפט פון די אלע זאכען, נעמנט אויף זיך די אלע חיצים ובלסטראות, די אלע צרות וואס מיטיילט איהם אויס, און ער זאגט דאס איז נישט 'בעלעד', נישט דאס האט דער טאטע אונז געלערנט.
אלץ א ריכטיגע איש השלום ואיש החסד, איינער וואס פארשטייט א צובראכענע מענטש, איז ער בלי שאלות וספיקות ראוי לאותו איצטלא, ה' יהיה בעזרו בכח ועוז, אין עוז אלא תורה, צו פירען זיין עדה וחסידים ומעריצים, ויאריך ימים על ממלכתו עד עמוד הכהן לאורים ותומים, בב"א.