איז אזויבין איך געוועהן דעם שבת אין בעלעד׳ר בית המדרש, א הערליכע עולם געוועהן דארט לכבוד די שמחה בבית האבד״ק, אין ב״ה געזעהן מיט די אייגענע אויבען אז נישט קיין איין מתפלל איז נישט מיט געגאנגען מיט דולה צי זיין נייעם לעכעל.... נאר זיינע קינדער....
איז אזויאנטשולדיגט.... די פעדער האט פארשריבען בטעות... געמיינט האב צי שרייבען ״אז נישט איין מתפלל איז מיט געגאנגען מיט הרה״ק מקארטשין-45-בית חיים יהושע צי זיין נייעם לעכעל״
סאו וואטס'קוקט מיר אויס ווי ר' ישראל טויסיג האט געבארגט פון ר' אברהם אייזען מ'פוזנא זיין ש"ס, כדי צו מאכען דער זעלבע רוט וואס ער האט געמאכט, ארום ווייזען פאר אלע רבנים דו זעלבע שטיקעל גמרא....
אזעלעכע געשרייבעכטס ווייזט שטארק דעם שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, די ניקס וועלן שרייבען סיי וועלעכע קינדערישע און ביליגע ליצנות אויפן חשבון פון דער בעלעד רב שליט"א, איך האב נישט געשריבען קיין איין ווארט לגנאי אויפן חשבון פון דער צד המתנגדים והרודפים, אבער מ'קען זעהן מיט וויפיל ליידיג גייערס בעלי לשון הרע ומחלוקות דער צד המתנגדים זענען ארום גענומען, אינטרעסאנט ווי מ'רייסט מיר אראפ אויף משבח זיין האי גאון האי צדיק והאי עניו, אבער יענער צד האט נאר אזעלעכע וואס זענען אנגעפילט מיט שנאה ומחלוקות אויף אנדערע.
מצד חסידיו ומעריציו פון הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד האב איך נאך נישט געזעהן אז קיין איינער פון זיי זאלן זיך אויס דריקן מיט אזוי פיל שטותים והבלים, ליצנות ורכילות, אויף מתנגדי הגה"צ שליט"א, דער בעלעד רב שליט"א איז א רועה נאמן לעדתו קערפערט אריין מדות טובות דרך ארץ ונימוסי בני אדם בתוך קרב עדתו, ממילא איז שטארק בולט דער קאנטראסט ציווישען צד הגה"צ שליט"א והצד שכנגד.