פרייטאג מאי 08, 2015 10:13 am#273429
ATUB @דולה ומשקה ATUB , האסט פארגעסן צו באטאנען אז די רבי איז מסיים זוהר יעדער יאר ל'ג בעומר
דולה ומשקה האט געשריבן: בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו כ"ק הגה"צ רבי ישראל שליט"א
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן: בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו כ"ק הגה"צ רבי ישראל שליט"א
ממשיך דרכו? דו האסט לכאורה נישט געקענט זיין טאטע
ערליכער איד האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש שעמט זיך נישט אליין אויסצופראקן ברבים!
דולה ומשקה האט געשריבן:הוד כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד יע"א, פאהרט היינט ארויס אויף א היסטורישע בליץ נסיעה קיין עיר הבירה לונדון, דער בעלעד רב שליט"א וועט זיין אין לונדון בלויז פאר א טאג. דאס וועט זייך דעם רבי'ס ערשטע באזון קיין יוראפ זייט ער האט איבערגענומען די כסא הרבנות, פארשטייט זיך דאס מאכט דעם יעצטיגע (אפילו קורצע) באזוך גאר א הויעכע מאמענט פאר די דארטיגע חסידים, וועלעכע זענען שוין פון לאנג משתוקק 'רצוננו לראות את מלכנו', וועלען זיי טאקע יעצט האבען דער געוואלדיגע און גרויסע זכיה.
מיר אלע ווינטשען דער גרויסע גאון וצדיק שליט"א, והמלווים המקורבים אליו, ונאמני ביתו, יהא צאתכם ובואכם בשלום.
דולה ומשקה האט געשריבן:הוד כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד יע"א, פאהרט היינט ארויס אויף א היסטורישע בליץ נסיעה קיין עיר הבירה לונדון, דער בעלעד רב שליט"א וועט זיין אין לונדון בלויז פאר א טאג. דאס וועט זייך דעם רבי'ס ערשטע באזון קיין יוראפ זייט ער האט איבערגענומען די כסא הרבנות, פארשטייט זיך דאס מאכט דעם יעצטיגע (אפילו קורצע) באזוך גאר א הויעכע מאמענט פאר די דארטיגע חסידים, וועלעכע זענען שוין פון לאנג משתוקק 'רצוננו לראות את מלכנו', וועלען זיי טאקע יעצט האבען דער געוואלדיגע און גרויסע זכיה.
מיר אלע ווינטשען דער גרויסע גאון וצדיק שליט"א, והמלווים המקורבים אליו, ונאמני ביתו, יהא צאתכם ובואכם בשלום.
דולה ומשקה האט געשריבן:עס איז ב"ה דא אזוי פיל צו שרייבן און אזוי פיל וואס צו זאגען איבער דער עבודת הקודש פון כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד, ווי אזוי דער גרויסע צדיק השוכן בתוכינו האט אפגעראכטן די ימי הרחמים והסליחות פון אנהייב חודש אלול און דערנאך די ימי השמחה בחג הסוכות העבר עלינו לטובה. ליידער איז מיין פעדער צו ארים און דער צייט שטארק מוגבל זיך קענען מצמצם זיין דער מח דאס אלעס צו קענען ארויף לייגען.
איין זאך וואס דער בעלעד'ער רב שליט"א האט יא געטוהן וואס פאר יאר האבן מיר דאס נישט געזעהן, איז געוועהן נאך דער גרויסע שיעור פון הגרש"א פאללמאן דומ"ץ דקהילה איבער הלכות לולב ואתרוג וואס איבער הונדרעטער אידן האבען זיך באטייליגט דערין, האט כ"ק הגר"י מבעלעד שליט"א אנגענומען דער פארלאנג פון עטליכע מחסידיו הנאמנים איבער געקוקט זייער לולבים ואתרוגיהם, און דער רבי שליט"א האט באמערקט צו זיי עטליכע נקודות ודעתו הקדושה דעת תורה אין די הלכות. בליץ שנעל האט זיך אויס געשורה'ט א לענגערע רייע פון אנדערע חסידים און ערליכע אידן וואס ווילן אז דער רבי שליט"א זאל זאגען חוות דעת קדשו אויך אויף זייערע לולב ואתרוג. אין זייט יענע נאכט זענען אן א צאל געקומען אנקלאפען אויף דער רבי'ס טיר בביתו נאוה קודש מיט דער זעלביגע. אשרי עין ראתה כל אלה.
ואי"ה עוד חזון למועד.
געוואלדיג האט געשריבן:נאך א זאך וואס איז געווען היי יאר אנדערש ווי אלע פריעריגע יארן, אז דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן שאקלען לולב אין די גרויסארטיגע סוכה הארט נעבן בית מדרשו הגדול, ווען הונדערטער מבקשי ה' שטופן זיך צו זעהן עבודתו הק', און ווי עס האבן זיך שפעטער אויסגעדרוקט כמה מגדולי המקובלים וואס האבן צוגעקוקט צו די עבודה שטייעדיגערהייט נאכן זיך נישט וועלנדיג אראפזעצן מיטן מסביר זיין אז ווען די אור התורה שבדורינו שטייט זיצט מען נישט, האבן זיי זיך אויסגעדרוקט כהאי לישנא "ווער עס פארשטייט ווייסט אז ער האט מכוון געווען ביי די נענועים אלע כוונות האר"י והרמ"ק, קיין איינס נישט פארפעלט" ומי יעמוד בסוד קדושים.
דולה ומשקה האט געשריבן:א הערליכע דאנק פאר ברענגן הערליכע קליפס.
דער וועלט אינרויסען פון חב"ד האט בחיין חיותו שטארק אינטערגעשאצט דעם רבי'ן הרמ"ש זי"ע, אן אריין גיין איין קיין סיבות.
אבער היינט צו טאג זעהט און מען אנערקענט שטארק דער גרויסע אדם גדול בענקים, ספעציעל ווען מ'קוקט זיך אום און מ'זעהט מיט וואס פאר אזוי גערופענע אדמורי"ם מיר זענען ארום גענומען. א ריכטיגע מנהיג וואס האט עס געמיינט מיט דער גרעסטע מאס ערנסקייט און אחריות.
מ'האלט צוואנציג יאר שפעטער אין דער בענקשאפט נאך אזא סארט כאראקטער פון אזא הויכע השגה איז נאך אלץ דא.
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז די FBI האבן באזיכט אין מוסדות בלעד..
בן אדם האט געשריבן:פארוואס האט געדארפט זיין צוויי בעלעדער יארצייט סעודות? וואס איז שלעכט מיט איינס? זיי זענען דאך נישט צוקריגט
אברך משי האט געשריבן:רבותי! סצייט איר אנעקענט שוין די חילוק צווישן "בנו בכורו" און "בנו יקירו" דאס איז א שטארקע אונטערשייד און א וויכטיגע פאקטאר אין יעדע זאך
בפרט פאר א נשמה ביום ההילולא
אברך משי האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין! אינערהאלב די "צימעס" אפטיילונג איז דא כל מיני הויפן מיט רעביס גרויסע און קליינע הקטנים עם הגדולים
אבער זע נאר ווינדער איבער ווינדער ווי "בית בעלעד" שווימט אייביג ארויף און פארנעמט א וויכטיג פלאץ ביים סאמע שפיץ פון די צימעס
פעם אחר פעם וועט עס זיך אלעמאל געפינען ממש די ערשטע דא אין די נייעס. ממש ווי א ווינדערליכע האנט פון די השגחה עליונה זאל דאס אזוי פירן אז "בעלעד" בלייבט פון אויבן
ובכגון דא נאמר "בית צדיקים יעמוד!"
און עס בלייבט נאר איבער צו ווינטשן אז יד בעלעד זאל אלעמאל פארבלייבן על העליונה עד ביאת הגואל ומלכינו (וועלכע?) בראשינו. אמן ואמן!
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז פשוט ווייל פונקט אזוי ווי ביי אנדערע, איז אין בעלעד אויך דא 2 רעבעס, איינער איז א ערליכע איד און דער אנדערע א גנב א גזלן א רוצח
דולה ומשקה האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז פשוט ווייל פונקט אזוי ווי ביי אנדערע, איז אין בעלעד אויך דא 2 רעבעס, איינער איז א ערליכע איד און דער אנדערע א גנב א גזלן א רוצח
אעפ"י וואס איהר זענט א אנהענגער פון כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד, דאס מיינט נאך נישט אז איהר דארפט בארעדן את אחיו הקטן בחכמה ובמנין, און איהם אנצייכענען מיט אזעלעכע לשונות של גנאי ובוז, ער איז טאקע א זינגער, גראדע א שיינע זינגער, אזוי אויך א שמש פון א קליין שול'כל אויף איינע פון די הויעכע גאסן, אבער דאס מאכט איהם נאך נישט צו דאס וואס דו האסט דא געשריבען.
כ"ק הגר"י מבעלעד שליט"א לערנט כסדר מיט זיינע חסידים ומעריצים דעם "דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום", און טאקע צוליב א נדנוד וספק קל שבקלים פון מחלוקות, האט דער גרויסע מנהיג הגאון הצדיק שליט"א אפגעלאזט און זיך געפענט זיין אייגענע גרויסע פראכטפולע און שנעל בליענדיגע קהלה, ע"כ דארפסטו זיך גוט אפלערנען צו גיין נאר באחדות ובשלום, איש את אחיו יעזרו ולאחיו יאמר חזק, ווייל נאר 'אהבת חנם' וועט מקרב זיין די גאולה, אזוי ווי דער רבי שליט"א חזר'ט כסדר פאר שומע לקחו, על כן שמע לעצתי און זיי מקבל אויף זיך דאס וואס דער גרויסע צדיק כבוד קדושתו גדול מרבן שמו הגר"י מבעלעד שליט"א לערנט אונז כסדר.
דולה ומשקה האט געשריבן:
ענוותן ושפל ברך, הן א למדן עצום וחריך גדול, הן א פה מפיק מרגליות, און אזא בעל לב טוב
דולה ומשקה האט געשריבן:א הערליכע בילד פון צוויי צדיקי ומאורי דורנו, צו א א שיינע בילד א שאד דאס נישט ארויפשטעלן ליהנות ולזיכוי הרבים.
דולה ומשקה האט געשריבן: ווי ער האט אפגעגעבען דעם עהרע און כבוד פאר סאטמאר רבי מהרי"י ט"ב שליט"א דורך אפשטאטן ביי אים אויף א באזוך, וועלכע האט דאס געזעהן פאר א פרעזענטליכע זכי', זאגענדיג ביים ארויסבאגלייטן: "אי"ה נאכאמאל זיך צו טרעפען".
לית דין בר נש האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן: ווי ער האט אפגעגעבען דעם עהרע און כבוד פאר סאטמאר רבי מהרי"י ט"ב שליט"א דורך אפשטאטן ביי אים אויף א באזוך, וועלכע האט דאס געזעהן פאר א פרעזענטליכע זכי', זאגענדיג ביים ארויסבאגלייטן: "אי"ה נאכאמאל זיך צו טרעפען".
![]()
![]()