Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9238
מאנטאג יולי 06, 2015 10:53 am#287338
הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
איינער פון די גרעסטע מאדירי התורה בדורינו, און פון די סאמע גרעסטע פוסקים וואס די חרדישע וועלט בפרט דא אין ניו יארק איז הגאון הגדול המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א, וועלעכע איז כעת משמש אלס ראב"ד פון איינע פון די חשובסטע בתי דינין בישראל 'יראי ה' ד'קארלסבורג' וואס איז תחת נשיאותו פון הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה שליט"א בעמח"ס שו"ת עמק הלכה.

ווי אויך דינט ער אלץ דומ"ץ בק"ק פאלטיטשאן תחת נשיאותו פון זיין גרויסע טאטע דער פאלטיטשאן'ער רב וואס דער גאנצע עולם קען איהם אלץ בלשון חיבה רבי מאטיל שטיין. רבי מאטיל איז איז געוועהן פון די אריות שבחבורה אין סאטמאר, און וועם רביה"ק מסאטמאר האט אויסגעוועלט צו שטיין אינאיינעם מיט דער דעמאלסדיגע ראש ישיבה רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל. רבי מאטיל האט זוכה געוועהן צו עפעס וואס בלויז עטליכע זענען צוגעקומען צו דעם, צו אבען שמעוסן מיט רביה"ק מסאטמאר פנים אל פנים אונטער פיר אויגען, הערען הדרכות ישרות איבער הנהגת החינוך, ישיבה, וכו' וכו' ואכמ"ל בזה. אומדיירעקט האט ער זוכה געוועהן מעמיד צו טויזענטער תלמידים. (וואס דאס באדייט א באזונדער אשכול).

רבי יצחק שטיין אויסער זיין גרויסע יחוס שטאמענדיק פון צדיקים מפורסמים מנהיגי העדה. איז ער זעלבסט אויס געוואקסען צו זיין א יחוס עצמו דורך זיין התמדת התורה און ידיעות התורה.

ווייניג ווייסען אבער כמעט יעדע שווערע נושא וואס ווערט היינו צו טאגס ארויף געברענגט על שלחן מלכים היושבים על מדין קומט עווענטואל אן צו איהם, רוב דיינים פון די גרויסע קהילות ווילן הערען זיין חוות דעת, וואס ער זאגט אלע מאהל מיט א באזונדערע בהירות וקולע אל השערה. זיין היסטוריה אין דעם געביט איז א לאנגער (ואי"ה עוד חזון). כמעט ביי יעדע אסיפת הרבנים פון ערנסטע שאלות בהלכה איז ער דער ראש המדברים. גדולי הפוסקים פון פריעדיגען דור זענען געוועהן עומד ומשתעה פון זיין גאונות און בקיאות וואס ארבעט האנט ביי האנט צו לייזען פראקטישע שווערע מציאות'דיגע שאלות.

נישט קיין ווינדער איז געוועהן ווען איינע גאר א חשובע רב האט זיך אויסגעדריקט אויף איהם אז "דער קומענדיק דור האט שוין גרייט א פוסק", און אנדערע ווערטער א פוסק הדור. שמו הטוב פיגערירט שוין אין גאר אסאך תשובת ספרים ווי זיי שרייבען זיך צו איהם כחד מהגדולים ממש און מיט גאר אומדערהערבארע טיטלען.

אויסער דעם איז ער באוויסט מיט זיין באשיידענקייט, צניעות, אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם, ער האט זיך קיינמאל נישט געלאזט אינטערוויאון פאר קיין שום צייטונג אדער מאגאזין. פשוט דאס איז נישט איהם ער וויל עס נישט און ער דארף עס נישט. אזוי אויך ווער אימער קען איהם אפשטעלן רעדן צו איהם בכל נושא, זייענדיק אויך א ידען נפלא אין אידישע היסטוריה, חסידות, מנהגים, ועוד.

דער כאראקטער וואס ער באזיצט, קען אונז דערמאנען פון להבחל"ח הגאון האדיר רבי משה האלבערשטאם זצ"ל בעל שו"ת דברי משה, וועלעכע אויסער זיין גאונות און צדקות איז ער געוועהן א גרויסע יחס'ן, וואס דאס מיינט ער האט גוט פארשטאנען אסאך פראבלעמען וואס אנדערע איז שווער מסביר צו זיין. דאס זעלביגע איז דא וואס אסאך בנש"ק פילען זיך זייער באקוועם אדורך צו שמועסן מיטן קארלסבורגער ראב"ד וויבאלד ער פארמאגט דער זעלבע שלימות.

ועוד יש הרבה לדלות ולהשקות, אי"ה
מאנטאג יולי 06, 2015 11:53 am#287346
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
איך קען איהם נישט פערזענליך אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ער אן אויבערפלעכליכער וואס זאגט א מיינונג אין יעדער נושא אבער ווערט נישט גענומען ערענסט
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
מאנטאג יולי 06, 2015 11:55 am#287347
דאכט זיך ער איז א קרוב מיט ATUB @שרולי שטיין ATUB . שרולי, קלאר אויס.
מאנטאג יולי 06, 2015 11:56 am#287348
בילד
מאנטאג יולי 06, 2015 11:57 am#287350
דולה פארוואס אין אנשי שם נישט אין שמייכל?
אשפ"גתי
מאנטאג יולי 06, 2015 12:27 pm#287353
נישט געוויסט אז דער נייער פוסק הדור שרייבט אויף קאווע שטובעל אויך
מאנטאג יולי 06, 2015 12:31 pm#287354
דולה ומשקה האט געשריבן:איינער פון די גרעסטע מאדירי התורה בדורינו, און פון די סאמע גרעסטע פוסקים וואס די חרדישע וועלט בפרט דא אין ניו יארק איז הגאון הגדול המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א,
רוב דיינים פון די גרויסע קהילות ווילן הערען זיין חוות דעת, וואס ער זאגט אלע מאהל מיט א באזונדערע בהירות וקולע אל השערה.

נישט קיין ווינדער איז געוועהן ווען איינע גאר א חשובע רב האט זיך אויסגעדריקט אויף איהם אז "דער קומענדיק דור האט שוין גרייט א פוסק",

און אנדערע ווערטער א פוסק הדור. שמו הטוב פיגערירט שוין אין גאר אסאך תשובת ספרים ווי זיי שרייבען זיך צו איהם כחד מהגדולים ממש און מיט גאר אומדערהערבארע טיטלען.

אויסער דעם איז ער באוויסט מיט זיין באשיידענקייט, צניעות, אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם,

דער כאראקטער וואס ער באזיצט, קען אונז דערמאנען פון להבחל"ח הגאון האדיר רבי משה האלבערשטאם זצ"ל בעל שו"ת דברי משה,

ועוד יש הרבה לדלות ולהשקות, אי"ה

בין איך דא אויף היידפארק? אדער צימעס? רוב דיינים ווילן הערן זיין חוות דעת? אפשר זאגסטו ווער דער חשוב'ער רב וואס האט זיך אויסגעדריקט איז? (אבער מיט דעקונג), אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם? פארוואס פארשעמסטו ר''מ האלבערשטאם? אדער רעדסטו בלשון סגי נהור? כ'האב גארנישט קעגן דעם איד, שטארק מעגליך ער איז א ת''ח, פין מיין זייט זאל ער זיין גדול הדור אדער פוסק הדור אבער דעק אויף די אגענדע
מאנטאג יולי 06, 2015 12:44 pm#287356
לכאורה איז די אגענדע די זעלבע ווי אין בעלעד אונז צונער צומאכן
מאנטאג יולי 06, 2015 12:45 pm#287357
chaims האט געשריבן:איך קען איהם נישט פערזענליך אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ער אן אויבערפלעכליכער וואס זאגט א מיינונג אין יעדער נושא אבער ווערט נישט גענומען ערענסט
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

חיים'ס: איך האב געוואלט זאגן די זעלבע וואס דו האסט געזאגט. אדער ענליך. א סאך מאל קומט איינעם'ס גדלות נאר פון פראפאגאנדע. ער איז אויפגעכאפט ביי דעם עולם. איך קען אנ'אנדער'ן רב וועלכער איז א גרויסער בעל הוראה, און עלטער פון איהם. א מרביץ תורה און א גומל חסדים וועלכער איז אן אמת'דיגער הצנע לכת און ער פיגורירט כמעט נישט אין די העדליינס. און ער איז א גרויסער משיב ובעל הוראה אין עניינים פון היינטיגע טעכנאלאגיע לגבי שבת. און קאמפליצירטע מעדיצינישע שאלות. ה"ה הרב (אברהם חיים?) שטיינווארצל שליט"א.
לגבי הרב יצחק שטיין שליט"א. איך קען איהם נישט פערזענליך.
מאנטאג יולי 06, 2015 12:45 pm#287358
signout האט געשריבן:נישט געוויסט אז דער נייער פוסק הדור שרייבט אויף קאווע שטובעל אויך


דאכט זיך אז 'דער בלאט' האט צוגעטיילט די טיטל "אינטערנעט רב" פאר ר' יצחק ווייל ער האט אנגעדרייט א צומעטאכע איבער די ק"י מוסקאווי קאטשקעס און דערביי זיך באניצט מיט א פרינטאוט פון וויקיפידיע איבער די מין העוף.
מאנטאג יולי 06, 2015 1:41 pm#287365
signout האט געשריבן:1) רוב דיינים ווילן הערן זיין חוות דעת?
2) אפשר זאגסטו ווער דער חשוב'ער רב וואס האט זיך אויסגעדריקט איז? (אבער מיט דעקונג),
3) אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם?
4) פארוואס פארשעמסטו ר''מ האלבערשטאם?


רבי יצחק שטיין וועלעכע האט שוין אין דער פארגאנגענהייט ארויס געגעבען גאוינישע תשובות וואס תלמידיו האבען געלאזט דרוקן אין פארמאט פון קונטריסים. די תשובות זענען אויף די הארבסטע וואס אונזער תקופה האט אריין געקלאפט אין זיי, ווי לדוגמא אינדיע שייטלעך, אריזאנע מצות, האט-קאפס, דער ביימער פון בית החיים וואס בייקט זיך איבער דער גאס, פרידאם טאוער צו איז כהנים ערלויבט צו גיין אהין, לאמיר נישט פארגעסן פון משמרת סת"ם וואס ער איז ממש דער הארץ פון דעם פאריעקט און אויף וועם הגר"ש וואזנער האט זיך שטארק פארלאזט, ועוד, ועוד, וואס מ'ווייסט און פון וואס מ'ווייסט נישט.

אזעלעכע חשובע רבנים פון דעברעצינער רב, פאפא דיין, אבד"ק באבוב 45, באבוב (48) דיין, וויזניצער דיין, בעלזא דיין, טאהש דיין, וכו' וכו', אלע ווילן הערען וואס ראב"ד קארלסבורגט האט צו זאגען אויף דברים הנוגעים להם, גערעכט נישט אלע און נישט ביי יעדע פאל נעמנט אן ווי אזוי ער פסק'נט אבער דאס נעמנט נאך אלץ נישט אוועק דער פאקט צו הערען דער דעת תורה פון קארלסבורגער ראב"ד.

אויך איז דער רב שליט"א שטארק טעטיג בעניני כשרות און אין פארטיליטי. און טאקע אט דער לעצטע האט געברענגט אז הגאון האדמו"ר מקאסוב שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אויף דער רב שליט"א אז ער וועט זיין דער נעקסטע פוסק הדור, דאס איז געוועהן נאכדעם וואס דער קאסוב רבי האט צו איהם געשיקט א יונגערמאן וכו' ואכמ"ל. וכידוע דער קאסוב רבי שליט"א פארלאזט זיך שטארק אויף זיין שיקול הדעת.

דער רב שליט"א איז אויך א יחיד מומחה אין דיני חושן משפט, וואס אסאך רבישע אייניקלעך גייען דייקא צו איהם אויס צו גלייכען זייער סכסוכים. ווייל דער רב שליט"א געפונט זיך אין א זעלטענע סיטואציע זייענדיק כמעט פון די איינציגסטע פוסקים מובהקים וואס זענען ארום גענומען פון אלע זייטען און א יחוס בוים מיט שטארקע רבישע משפחות. ממילא קען ער זיך גוט אויס און ווייסט ווי אזוי צו צו גיין צו אזעלעכע
האקעלע ענינים, און אלע צדדים זאלען ארויס גיין צופרידען, ווען אלע אינפראמאציע בלייבט אין געהיימס. וואס אין דעם הינזוכט דערמאנט עס פונעם גרויסע גאון רבי משה האלבערשטאם זצ"ל וועלעכע איז אויך געוועהן נישט נאר א פוסק מובהק נאר אויך א שטארקע רבי'שע אייניקעל.
מאנטאג יולי 06, 2015 2:02 pm#287369
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
דולה טייערע איך מאך חתונה און אפאר וואכן וואס נעמסטו פאר בדחנות?

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
מאנטאג יולי 06, 2015 2:14 pm#287370
כ'ווייס נישט פארוואס די גאנצע גע'שפעט פון אן ערענסטע אשכול. ביסט נישט מסכים מיט דולה'ס הנחות, אדער דו האלטס ער מאכט בעלעדע ליצנות, גיי ווייטער. נישט צורייס א אשכול באזירט אויף ממשות וואס איז נישט סתם לופט.
מאנטאג יולי 06, 2015 3:04 pm#287375
איך רייס מיך פאר געלעכטער פון דולהס געמאכטע תמימות, (אויזער אויב ער איז ר' יצחק אליינטס) ווער עס קען עם פערזענדליך ווייסט אז ער איז די גרעסטע לץ פון די כאפטע ליצים אין קארעלסבורג בי"ד (וואס באשטייט פין כראנישע ליצים בראש הגאב"ד שליט"א), און פון די גרעסטע ליצים בכלל אינעם היינטיגען דור, איך ווייס אפילי נישט ווי אנציהייבען שרייבען פון די געריבענע ליצנות פונעם קארלסבורגער ראש בי"ד

דאכט זיך אז 'דער בלאט' האט צוגעטיילט די טיטל "אינטערנעט רב" פאר ר' יצחק

צו זיין אויפריכטיג "אינטערנעט מלקט"
מאנטאג יולי 06, 2015 3:15 pm#287376
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
דו ברענגסט דער בלאט אלס א צד בכלל?
מאנטאג יולי 06, 2015 5:10 pm#287396
ער האט מצליח געווען זיך צו זעצן אויף א בענקל וואס קען אים אולי ברענגן צו זיין איינער פון די גאר שטארקע פוסקים. אבער עס איז דא גאר אסאך צו שרייבן איבער אים וויאזוי ער בויט זיך מיט די קארלסבורגער בי"ד בראשות רבי יצזקאל ראטה שליט"א. עס איז א מאפיה פונקט ווי יעדער מאפיע. לכשירחיב הפנאי וועל איך בלי נדר שרייבן מיט מער פרטים.
מאנטאג יולי 06, 2015 5:26 pm#287397
אפגעזען פון אלע גרויל וואס מ'קען צאמשרייבן, נאכן ליינען אזויפיל שטותים אויף א ת"ח [לאמיר שוין זיין ברייט: ת"ח מופלג]. וויל איך נאר פרעגן איין שאלה:

מיט וואס איז הרב שטיין גרעסער פון -
רבי חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב"פ
רבי חיים לייב כ"ץ אבד"ק סערדאהעלי
רבי חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב 48
רבי שלמה גראס דומ"ץ בעלזא [כשהיה בתוקפו]
הרב וואזנער דומ"ץ סאטמאר מאנסי
רבי יוחנן וואזנער דומ"ץ סקווירא מאנטריאל
רבי געצל בערקאוויטש דומ"ץ סאטמאר קר"י
הרב לערנער דומ"ץ בעלזא מאנטריאל
רבי זלמן לייב פיליפ דומ"ץ סאטמאר וומס"ב
רבי שלמה לייב וויינבערגער דומ"ץ התאחה"ר
רבי אברהם יהושע העשיל ביק אבד"ק מעזיבוז
רבי נחמן יחיאל מיכל שטיינמעטץ דומ"ץ סקווירא ב"פ
א.א.וו.

האט איינער אמאל געהערט אז זיין פסק זאל זיין מער איבערוויגנד ווי סיי וואספארא אנדערע פוסק'ס ווערטער?!


און צו רעדן שארפער:
ווען ער וואלט גערעדט מיט סיי וועלכער ארויפגעקוקטער חסיד'ישער פוסק אין ארץ ישראל, פון ר' מענדל שאפראן ביז ר' משה שאול קליין, וואלטן זיי אים דען נישט 'צוקוועטשט' אין אונטער א מינוט מיט זייער כח הפסק וכח התורה?!

כ'מיין 'קאם אן'! הרב שטיין זאל זיין א שיינער ת"ח, אבער 'דער צוקונפטיגער פוסק הדור'?! אדער אפילו 'איינער פון די גרעסטע פוסקים בדורינו'?!

האבדה בושה בישראל?!


כ'וואלט ממליץ געווען, אז די לשון 'דולה ומשקה' וואס מיר טרעפן אין חז"ל, טרעפן מיר ביי אליעזר עבד אברהם וואס איז געווען 'דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים'. כ'האב מורא אז אונזער דולה ומשקה איז אויך סך הכל 'דולה ומשקה' גדולת רבו [?] לאחרים...

אבער סארי, דא זענען נישטא קיין קונים.
מאנטאג יולי 06, 2015 5:33 pm#287398
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט
Relax מדארף כאפן די וויץ ע''ע בעלעד....
מאנטאג יולי 06, 2015 5:37 pm#287399
שש משזר האט געשריבן:אפגעזען פון אלע גרויל וואס מ'קען צאמשרייבן, נאכן ליינען אזויפיל שטותים אויף א ת"ח [לאמיר שוין זיין ברייט: ת"ח מופלג]. וויל איך נאר פרעגן איין שאלה:

מיט וואס איז הרב שטיין גרעסער פון -
רבי חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב"פ
רבי חיים לייב כ"ץ אבד"ק סערדאהעלי
רבי חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב 48
רבי שלמה גראס דומ"ץ בעלזא [כשהיה בתוקפו]
הרב וואזנער דומ"ץ סאטמאר מאנסי
רבי יוחנן וואזנער דומ"ץ סקווירא מאנטריאל
רבי געצל בערקאוויטש דומ"ץ סאטמאר קר"י
הרב לערנער דומ"ץ בעלזא מאנטריאל
רבי זלמן לייב פיליפ דומ"ץ סאטמאר וומס"ב
רבי שלמה לייב וויינבערגער דומ"ץ התאחה"ר
רבי אברהם יהושע העשיל ביק אבד"ק מעזיבוז
רבי נחמן יחיאל מיכל שטיינמעטץ דומ"ץ סקווירא ב"פ
א.א.וו.



ער איז טאקע נישט. ;)

איך ווייס נאר נישט מיט וואס זיי זענען אזוי גרויס אז דו פרעגסט וואס ער איז גרעסער פון זיי!!!

אקעי, איך מיין נישט ממש יעדן איינעם (אויסער הרב שלמה גראס [כשהיה בתוקפו]) :)
מאנטאג יולי 06, 2015 5:38 pm#287400
שש משזר האסט דערמאנט הרב משה שאול קליין אפשר שרייבסטו מער איבער אים. פאר הרב וואזנער'ס פטירה האב איך נישט געקענט אזא נאמען, איז ער עפעס ארויסשטייענד?
מאנטאג יולי 06, 2015 5:45 pm#287401
הרב משה שאול איז איינער פון די שטארקע פוסקים אין ארצינו הקדושה בעניני יורה דעה און אורח חיים. ער איז גאר א באקאנטע תלמיד חכם. מען רעכנט זיך מיט זיין פסק ביי די אלגעמיינע רבנים, דהיינו ביי די קלענערע רבנים ווערט ער פאררעכנט פאר שטארקע מקום וואס קען פסק'נען. לגבי די גרעסערע רבנים ווערט ער פאררעכנט ווי איינע פון די נארמאלע רבנים.
מאנטאג יולי 06, 2015 5:53 pm#287402
דא האסטו פון וויקיפידיה:

נולד בבני ברק לשיינדל ושלמה קליין, חסידי ויז'ניץ. למד בתלמוד תורה "חוג חת"ם סופר" ובישיבת חכמי לובלין. בגיל 19 הוסמך להוראה על ידי ראש הישיבה, הרב שמואל הלוי וואזנר. באותה שנה נישא לשרה, בת הרב אלקנה אוביץ, משגיח בישיבת ויז'ניץ.

לאחר נישואיו החל לכהן כמו"צ מטעם בית הוראה שבט הלוי. כיהן משך כ-20 שנה כראש כולל "שבט הלוי" בשכונת זיכרון מאיר בבני ברק. בשנות ה-80 מונה לרב שכונת אור החיים בבני ברק (לצד הרב צבי פרידמן) ולרב בית הכנסת החסידי המרכזי "משכן שמואל" בשכונה. בתחילת שנות ה-90 מונה כרבו של בית החולים "מעייני הישועה" הסמוך לשכונה. כמו כן משמש כראש בית דין בבית הדין של חסידות ויז'ניץ. בבית מדרשו יש בית הוראה שבו הוא ותלמידיו מקבלים קהל. בנוסף הוא מכהן כראש ועד הרבנים של משמרת הסת"ם, חבר בהנהלת קופת העיר וראש מכון "טהרת ישראל" להחדרת ערכי הטהרה בישראל.

נחשב לאחד מהבולטים בתלמידיו של הרב וואזנר. מאמצע שנות ה-90 כשהרב וואזנר הפסיק לקבל תלמידים לשימוש חכמים, רבים פונים לרב קליין לקבל היתר הוראה.

חתנו הרב אפרים נייהויז משמש כדיין בבית דינו.
מאנטאג יולי 06, 2015 6:03 pm#287404
לדעתי איז ר' משה שאול פון די צוקונפטיגע פוסקי הדור.
ער איז שוין יעצט איינער פון די אנערקענסטע פוסקים אין ארץ ישראל. ער איז געווען די יד ימינו פון הרב וואזנער די לעצטע פאר יאר, און אפיציעל האט הרב וואזנער זיך אויסגעדריקט אויף אים זייער שטארק, און ער האט אים מטפח געווען ביז ער איז געווען נומער 2 אין הרב וואזנער'ס בי"ד, דהיינו גלייך נאך הרב וואזנער אליינס [משום הפחד, שהיה שמו של רבי משה שאול הולך לפניו, האט מען שנעל צוריקגעברענגט רבי חיים וואזנער פון לאנדאן קיין בני ברק, צו שטיין לעבן דעם טאטן, ואכמ"ל].

ער איז אין די ליגע פון הרב מענדל שאפראן, הרב יעקב מאיר שטערן, הרב מרדכי גראס, הרב שלמה זלמן אולמאן, הרב שמואל אליעזר שטערן, ועוד.
מאנטאג יולי 06, 2015 6:07 pm#287405
לאו דוקא, לאמיר צוטיילן דעם לעצטן שורה.

גרופע איינס:
הרב מענדל שאפראן
הרב מרדכי גראס
הרב שלמה זלמן אולמאן

גרופע צוויי:
הרב משה שאול קליין
הרב יעקב מאיר שטערן
הרב שמואל אליעזר שטערן
מאנטאג יולי 06, 2015 6:22 pm#287407
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט
דוכט זיך אז רמ"ש איז סך מער אנגענומען ווי ר יעקב מאיר וואס איז טאקע גרויס אין וויזניץ אבער אין גאס נישט אזוי
ר שמואל אליעזר שטרן דוכט זיך מיר איז נישט אזוי אזוי אנגענומען נאר מער אזא משה מנחם ווייס סטייל
מאנטאג יולי 06, 2015 7:02 pm#287410
איך קען נישט אלע נעמען וואס מ'רעדט דא אזוי גוט, אבער ר' מענדל שאפראן איז גארנישט אזא ת"ק. ער פסקנ'ט חו"מ אין אן אופן וואס איז גוט פאר ביזנעסלייט, אבער למעשה קען ער שוואך דעקען זיין חידושים. ער ליידט פון די טיפיקעל היינטיגע מחלה פון ברענגען תשובות און צושטעלען צו א מעשה אן א קלארער בליק אויפ'ן סוגיא, דעריבער איז זיין כח הסברא זייער שוואך.
אגב, ער איז אן אמעיריקאנער, געלערנט אין לעיקוואוד.
איך האב הנאה צו זען די וויכטיגע נושאים וואס הרב שטיין האט גערעדט און געשריבען דערויף. אריזאנא ווייץ!!!
אויב אזוי בין איך אויך א רשכבה"ג ווייל איך האב אויך געשריבען דערוועגען. מיר האט מען באצאלט דערפאר, בין איך נאך א גרעסער העלד.
מאנטאג יולי 06, 2015 8:49 pm#287430
ראש הישיבה האט געשריבן:לאו דוקא, לאמיר ציטיילן דעם לעצטן שורה.

גרופע איינס:
הרב מענדל שאפראן
הרב מרדכי גראס
הרב שלמה זלמן אולמאן

גרופע צוויי:
הרב משה שאול קליין
הרב יעקב מאיר שטערן
הרב שמואל אליעזר שטערן

ביי וועלכע פרשה/מחלוקה זענען זיי געווען צוטיילט זה לעומת זה?
מאנטאג יולי 06, 2015 8:58 pm#287433
ליטוואק, לייג ארויף דיין מאמר.
מאנטאג יולי 06, 2015 9:50 pm#287441
מ'האט עס פארשפרייט אין אלע שולען. פארשטייט זיך נישט מיט מיין נאמען, איך האב געשריבען פאר יענעם
מאנטאג יולי 06, 2015 10:35 pm#287491
אין צימעס האב איך געשוויגן אבער עד כאן.
גבאים, ביטע צולייגן #סארקאזם אויפ'ן קעפל.
מאנטאג יולי 06, 2015 10:47 pm#287499
אדון כוכב וואס מאכסטו אזוי אוועק דעם ר' יצחק ?
מאנטאג יולי 06, 2015 11:25 pm#287515
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט עס פארשפרייט אין אלע שולען. פארשטייט זיך נישט מיט מיין נאמען, איך האב געשריבען פאר יענעם

פאר וועלכע צד? איז דאס געווען דיין מיינונג אדער האסט געשריבן וואס מען האט פארלאנגט?.
דינסטאג יולי 07, 2015 7:56 am#287567
איך שרייב פאר מיין פרנסה. מ'האט מיר געדינדען צו שרייבען די דעה קעגען אריזאנא ווייץ, אבער נישט מיין דעה. יענער האט מיר געזאגט וואס ער וויל און וואס ער האלט און די מראה מקומות, און איך האב עס צואמעןגעשטעלט. פארשטייט זיך ס'האט נישט מיין נאמען דערויף.
פערזענליך בין איך נישט קיין פוסק און איך האב נישט קיין רעכט צו פסקנ'ען, אבער כפי הנראה איז א גרויסע פערצענט פון די נושא גאנצליך נישט וויכטיג פאר א איד וואס וויל עסן מצה נישט חמץ. איך האב נאר הנאה וויאזוי די מעשה איז פארדרייט געווארען.
איינער שטעלט זיך אויף און קרומט די נאז אז וואס אנדערע מענטשען טוהן טויג נישט און ס'איז א חשש חמץ בלאה בלאה בלאה. דערנאך ווען ס'איז דא א ווידערשטאנד איז ער מצליח איינצורעדען דער עולם כאילו יענער איז דער וואס קרומט די נאז אויף כלל ישראל! היינט אין גאס (איך רעד נישט פון פייערדיגע חסידים פון די זייט אדער די אנדערע) איז געווארען אזא מציאות כאילו דער פשטות איז אריזאנא, נאר אפאר דרייקעפ ווילען אסר'ן, פונקט ווי בחירות אדער ארץ ישראל'דיגע אתרוגים אין שמיטה, וואס די קונטרס שרייבער'ס דארפען אסר'ן און נארמאלע מענטשען מתיר זיין. דערווייל די פאשקעוויל'ן דארפען זיין קעגען נ.דזש. ווייץ נישט בעד.
און איך האב דער קציר חיטים אינדערהיים פאר זיך. ס'איז נישט קיין נושא, דאס איז ביי מיר קלאר אז די היגע ווייץ איז לכתחלה שבלכתחלה, און די ערעורים פון כל מיני תשובה ספרים זענען געבויט, עכ"פ וואס איך האב געזען, אויף א פאלשע פארשטאנד אין וואס זיי רעדען.
דינסטאג יולי 07, 2015 10:00 am#287574
Rabbi Stien of karlsburg faltishen
פליז פאלט נישט אריין אין א מצב פון מתוךשבחו וכו' וד''ל כלל ישראל איז היינט אזוי גיבענטש מיט ריזן ווי קעןמען זאגן קינות ארזי הלבנון ...
דינסטאג יולי 07, 2015 10:06 am#287575
Rabbi Stien karlsburg faltishen
איך האב מורה ר דולה ומשקה האט פארלוירן ביי איהם א דין תורה....
דינסטאג יולי 07, 2015 5:03 pm#287736
דערמאנונג פאר די אשכול אין אלע אנדערע: בעפאר איר שרייבט מאכט זיכער אז גייט נישט דארף קלאפען יענעם אין טיר אין מפייס זיין, אויף שפיכות דמים זעהט מען שרעקעדיגע זאכען, ס'נישט ווערט
דינסטאג יולי 07, 2015 5:21 pm#287747
ליטוואק פון בודאפעסט: איך וויל דא נישט פארדרייען די נושא. ווייל סוכ"ס רעדט מען דא נישט פון אריזאנא ווייטץ. אבער דער פאקט איז אז די אלע וועלכע דרוקן אויס א חשש און התנגדות איבער'ן כשרות פון אריזאנא ווייטץ האבן נישט מער ווי פאליטישע כוונות. אדער סתם שנאה...!
דינסטאג יולי 07, 2015 5:45 pm#287768
נישט אויף שבת גערעדט...
איך נישט. איך האב עס נישט געטוהן פאר פאליטיק, נאר פאר געלט!
דאס האב איך געמיינט. אז מ'האט מצליח געווען צו מאכען אזא איינדרוק אז איין זייט איז פאליטיש און איין זייט איז נישט.
נארמאלעהייט, און אזוי איז טאקע געווען, אז איינער א יונגערמאן גיי ארום שרייען אז אלס וואס פריערדיגע רבנים האבען געטוהן איז נישט געווען אויסגעהאלען, און אלע היינטיגע בעקערייען זענען נאר בדיעבד, ווארפט מען איהם ארויס פון בית המדרש. און אזוי האט יעדע געטוהן וועגען די טענות אויף די היגע ווייץ. איינער האט איהם נישט ארויסגעווארפען, און מ'האט אזוי מצליח געווען צו מאכען כאילו ער איז דער פשטות, און די אלטע וועג איז גאר דער פאלייקאנט. אלע רבנים וואס האבען געהאט יארען לאנג צו טוהן מיט מצות (נישט סאטמארער, ס'איז דא אזעלכע אויך), האבען אויך נישט געוואלט הערען. איז וויאזוי האט מען אזוי גו געשפילט מיט'ן עולם? איך וויל אויך וויסען דער טרי"ק.
מסתמא זענען זיי ביידער כשר וישר פאר מצות און פת שחרית, מצות מצוה און מצות עבירה, אבער דער דרייען מענטשען א קאפ איז א חידוש אין די בריאה.
צוריק צו הרב יצחק, אחוץ טאמער איינער וויל דא ארויפלייגען זיין מיינונג אויך דער ענין.
דינסטאג יולי 07, 2015 5:51 pm#287770
בקיצור אנדערע פאר שנאה און דו פאר געלט בעסיקלי די זעלבע נאמן

איך זעי איין זאך אז די סאטמאר בראדוועי מצ בעקערי איז פון דארט פחות יותר אויך אוועקגעגאנגען דעס איז אויך וועגן דעם זעלבן יונגערמאן ניין ?

צוריק צו ר' יצחק
דינסטאג יולי 07, 2015 6:04 pm#287774
לויט ווי איך ווייס, גייט בראדווע"י אין אסאך פלעצער. היי יאר זענען זיי געווען אין נ.דזש. און למעשה געלאזט דארט די ווייץ. דאס איז אן אפטער ערשיינונג, מ'גייט ארום אסאך פלעצער. זיי האבען נישט איין פלאץ ווי מ'שניידט, נאר אסאך פלעצער, און די בעסטע נעמט מען.
דינסטאג יולי 07, 2015 6:31 pm#287779
כפי השמועה האט דאס צו טון מיט צופיל רעגן בערך וואס יענע יונגערמאן וואס האט געמאכט א חידוש אין די בריאה האט געשריגען די גאנצע צייט

אבער צוריק צו ר' יצחק
דינסטאג יולי 07, 2015 6:40 pm#287787
יא אזוי ווי אייביג. יעדעס יאר קען זיך מאכען אז ס'רעגענט און ס'איז דא מצומחות, יעדעס יאר זוכט מען ארום ביז מ'באקומט וואס מ'וויל, און יעדעס יאר איז אנדעריש פון די אנדערע יארען. ס'איז נישט געווען קיין פראבלעם ביז דער פאליטיק האט מחליט געווען אז ס'פעלט אויס א פראבלעם.
דינסטאג יולי 07, 2015 7:03 pm#287792
איך קען אים פערזענליך. ער איז זעהר קלוג, א גרויסער ידען, א שטארקער יודע ספר און א פעסטער למדן. זיינע פסקים זענען נישקשה׳דיג.
איך האלט אז ער קומט נישט צו צום מאזני צדק פון הרב זילבער. אבער מעגליך אז ער וועט זיך אויסשארפן כדרך הלומדים ביתר שאת ועז.

איבער די אריזאנע ווייץ ווייס איך אזויפיל אז עס טעיסט נארמאל און איז נישט זאלציג! מ׳האט מיר איינדערעדט שקרים און סטופידיטיס, בלעטער מיט שקרים וואך איין וואך אויס ביז כ׳האב באשלאסן צו פארזוכן. אלעס איז פוסט שקר.

@דולה שרייבט פיין, נאר 50% איבערגעטריבן.

הב הלברשטאם איז א יחיד בדורו ולא הניח כמותו
דינסטאג יולי 07, 2015 7:39 pm#287802
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא אזוי ווי אייביג. יעדעס יאר קען זיך מאכען אז ס'רעגענט און ס'איז דא מצומחות, יעדעס יאר זוכט מען ארום ביז מ'באקומט וואס מ'וויל, און יעדעס יאר איז אנדעריש פון די אנדערע יארען. ס'איז נישט געווען קיין פראבלעם ביז דער פאליטיק האט מחליט געווען אז ס'פעלט אויס א פראבלעם.


איך פארשטיי נישט אויב ס'איז נישט קיין פראבלעים וואס דארף מען זוכען

און אויב אריזאנע איז א עצה קעגן די פראבלעים וואס גייסטו נישט אהין וואס דארפסטוך יעדעס יאר פלאגן אה ווייל דיין שונא איז געווען איינע פון עטליכע וואס האבן דאס געשטיצט אה דעס האט נישט מיט פאליטיק ? אהא גייט קומען דיין באמבאסטישע תירוץ אז דו האסט געשריבען פאר געלט דעם בלויזן אמת וואס טוט זיך אפ אין אריזאנע הוא אשר דברנו יענער פאר פאליטיק און דו פאר געלט ביידע די זעלבע נאמן

שוין צוריק צו ר' יצחק
דינסטאג יולי 07, 2015 7:43 pm#287803
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
איך האב נישט קיין מיינונג, ניטאמאל פאר געלט. איך האב געשריבען יענעמ'ס פאר געלט.
מיין התפעלות שטייט נאך ווי מ'האט געשטעלט א זאך אויף איהר קאפ, ביז די פשטות איז די אויבערחכמה און פארקערט, אפגעזעהן ווער ס'איז גערעכט.
דינסטאג יולי 07, 2015 7:50 pm#287806
דער כלל איז אז יעדער דרייט דעם רעדל קיין ווי ער וויל

די כלל גילט דא אויך אפגעזעהן ווער ס'איז גערעכט

און ביי די וועי ער האט דאס געזען ביי זיין גרויסן פעטער זי"ע וואס איז געקומען קיין אמעריקא און פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן איז אלעס וואס הרה"ק מצעהלים זי"ע וואס האט מעמיד געווען הדת על תלה דא אין אמעריקא אלעס איז געווארן שוואך כשר
דינסטאג יולי 07, 2015 8:27 pm#287816
זוכער האט געשריבן:איך קען אים פערזענליך.
@דולה שרייבט פיין, נאר 50% איבערגעטריבן.

הרב הלברשטאם איז א יחיד בדורו ולא הניח כמותו


שוין ווייטער קומען די כת הלצים אוועק מאכען איינע פון די גאר גרויסע פוסקים וואס אונז פארמאגען. איך מאך ח"ו נישט אוועק אלע אנדערע, קען זיי טייל פון זיי איז חשוב'ער וכיוצ"ב, אבער דאן זאל קומען א צווייטע א שרייבען פון וועמען ער וויל. און ווייל א צווייטע ניק האלט מער פון רבי שלמה גראס זאל טאקע יענע קומען און באשרייבען דעם בעלזא דיין, דמה אני ולו?

אני כשלעצמי האב גענומען דער מוה צו באשרייבען דער ראב"ד דביד"צ ד'קארלסבורג, ווייל אין איהם האב איך געזעהן שטריכטען וואס אנדערע האב נישט, ער האט שטארקע שכל הישר און וועלכע ענין ער נעמנט זיך איבער קומט ער ארויס מיט א געוואלדיגע קלארקייט. פון זיין באנעמונג ווי אזוי ער נעמנט ארום א שאלה דערקענט מען זיין געוואלדיגע בקיאות, וואס ער שרייבט עס זייער קלאר צום פארשטיין.

אוודאי דאס מאכט מיר נאך נישט אנעמען אלע זיינע הוראות ופסקים, דערווייל איז טאקע נאך נישט דער פוסק אחרון אין סיי וועלעכע ענין. אבער דאס נעמנט נישט אוועק דער גאונות וואס ער פארמאגט.

איך ווייס נישט צו די וואס לאכען דא אפ פון איהם קען איהם טאקע אזוי פרעזענטליך, ווייל טאמער אויב יא וואלטן זיי געשריבען פונקט דאס ווי איך אדער עכ"פ מסכים געוועהן מיט מיר. די אלא וואס האבען איהם דא אוועק געמאכט האט דערווייל קיין איינער נישט געשריבען דברים של טעם, נאר בלויז ליצנות לשם קנטר.

היינט האב איך אריין געלייגט דער נאמען פון דער ראב"ד אין היברובוקס, געזעהן ווי גדולי הדור זענען זייער נתפעל פון זיין עמקום און בהירות בהלכה. נו, ראו מה בין בני לבן חמי.
דינסטאג יולי 07, 2015 8:37 pm#287824
איך בעט דעם חשוב'ן ראב"ד קארלסבורג שליט"א (@דולה) ביטע ברענגען איין גדול הדור וועלכער ציטירט אייך.

ראב"ד: job well done
דינסטאג יולי 07, 2015 9:28 pm#287854
גאנצל האט געשריבן:דער כלל איז אז יעדער דרייט דעם רעדל קיין ווי ער וויל

די כלל גילט דא אויך אפגעזעהן ווער ס'איז גערעכט

און ביי די וועי ער האט דאס געזען ביי זיין גרויסן פעטער זי"ע וואס איז געקומען קיין אמעריקא און פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן איז אלעס וואס הרה"ק מצעהלים זי"ע וואס האט מעמיד געווען הדת על תלה דא אין אמעריקא אלעס איז געווארן שוואך כשר


יא, אבער דער חידוש איז אז אין די נישט סאטמארער גאס איז זיי געלונגען.
דינסטאג יולי 07, 2015 10:12 pm#287872
אין אזא פאל זאגט מען אדער : ווייזט זיך אויס אז נכרין דברי אמת

אדער: נו גזירע על לשון הרע שנתקבלה מ'זעיט אז די שקר האט א כח ............