Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9238
דאנערשטאג יולי 09, 2015 4:16 am#288334
ר' משה שאול איז אויסגעקאכט אין או"ח און יו"ד מיט די גמרא און ראשונים אזויווי רב וואזנער האט געקענט.. אבער אין שאלות וואס מאכט זיך נישט אדער סתם אין אבהע"ז חו"מ איז ער פונקט ווי יעדער חשוב'ער רב בארץ ובגולה......
דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:28 am#288349
Perhaps Beled should crown R' Yitzchok Stein as their chief dayen
מאנטאג יולי 13, 2015 11:28 pm#289188
איך וואלט צעטיילט דולה'ס תגובה אין צוויי, בנוגע פוסק הדור גלייב איך אז ס'יז א געזונטע גוזמא.

אענדערש איז אבער מיט די פרט פון: א פראקטישער רב וואס פיהל רבנים שיקען צו איהם און רעדען זיך דורעך מיט איהם ווייס איך פאר א פאקט, ער האט א שטארקע שכל הישר, א גאהר גוטען קאפ, און קען א געוואלד, ועל כולם האט ער גוט ארויס די פראקטישע חלקים וואס איז נוגע מיט פארשעריי און וועלטליכע וויסענשאפט מיט א זעלטענע קלאהרקייט, ביי יעדע ערענסטע אסיפת הרבנים איז ער פון די ראש המדברים'ס ווי מ'רעכענט זיך שטארק מיט זיין מיינונג
מאנטאג יולי 13, 2015 11:39 pm#289194
איך האב איהם בכלל נישט געמאכט אדער אפילו באטיטולט אלץ 'פוסק הדור', כ'האב נאר געשריבען ער איז איינע פון די מערסטע מפורסם'דיגע פוסקים היינט צו טאג. נאר אויך צוגעלייגט א מימרא פון דער קאסוב'ער רבי אז לפי רואות עיניו איז דער ראב"ד שליט"א וועט זיין דער קומענדיגע פוסק הדור. מ'קען זיך דינגען אויף דער קאסוב'ער רבי, אבער דער מציאות גייט מען ערשט זעהן אין עטליכע יאר ארום צו ער איז געוועהן גערעכט אדער נישט.

אבער דאס איז לית מאן דפליג אז ער איז דער ראש המדברים ביי כמעט יעדע אסיפת רבנים, ספעציעל די קלענערע אסיפות רבנים, און כמעט שטענדיק לייגט ער אראפ דער יסודות און די צדדים זייער קלאר, און אויף זיינע ווערטער פאהרט דער אסיפה.
דינסטאג יולי 14, 2015 10:41 am#289264
אוי וויי ס'מיר גיט, עס קוקט אויס ווי זיי רעדן ערנסט אין די 3 וואכען :|
דינסטאג יולי 14, 2015 11:22 am#289276
ווי איז ער גיוועהן די ראש המדברים ביי אן אסיפה חוץ א אסיפה וואס קומט פאר אין קארלסבורג'ע ביהמ"ד? ביי מיר אין דיינינג רום בין איך אויך די ראש המדברים.
גראדע גייט עס אים גאנץ גוט ווייל זיי פראבירן צו האבן כאטש איינמאל א חודש א אסיפת הרבנים אין די קארלסבורג'ע ווייבער שוהל און דעמאלס איז ער טאקע די ראש המדברים. אבער דוירט הייבט זיך עס אהן און דוירט ענדיגט זיך עס.
דינסטאג יולי 14, 2015 3:00 pm#289342
דולה ומשקה האט געשריבן:
אבער דאס איז לית מאן דפליג אז ער איז דער ראש המדברים ביי כמעט יעדע אסיפת רבנים, ספעציעל די קלענערע אסיפות רבנים, און כמעט שטענדיק לייגט ער אראפ דער יסודות און די צדדים זייער קלאר, און אויף זיינע ווערטער פאהרט דער אסיפה.

דאס ספעציעל א גרויסע מעלה :lol: :lol:
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 7:25 pm#301149
יעצט דא צו באקומען אויף 'לדעת', דעם וואונדערבארע קונטרס פון הגאון הגדול המפורסם רבי יצחק שטיין - ראב"ד קארלסבורג שליט"א, מיט א מבהיל'דיגע בקיאות נעמנט הגה"צ הראב"ד שליט"א דעם דעם גאנצע ענין פון כפרות שלאגען, אזוי אויך בבקיאות נפלא וחריפות עמיקתא דער הלכה'שע הלכות בנוגע מצות 'כיסוי הדם'. און דעם קונטרס איז אויך שטארק ניכר דער גרויסע און ברייטע ידיעות וואס דער ראב"ד שליט"א האט צו היסטורי' און ביי דעם פאל איבער 'כפרות שלאגען זעלבסט.

און אזוי ווי אלע קונטריסים פונעם גרויסען ראב"ד שליט"א זעהט מען ידיו רב לו בכל מקצועות התורה. בכלל איז יעדע קונטרס כמעט א ספר כשלפני עצמו.

דא איז דער לינק:
m http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 9&gil=2080 m


*

אגב, מה נהדר היה המראה, ווען דער הגה"צ הראב"ד שליט"א האט זיך ברוב ענוותונותו מטריח געוועהן און אריבער געקומען וואונטשען כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א בליל א' דראש השנה, מ'האט באלד צוגעלאזט דער ראב"ד שליט"א צום מונקאטשער רב, נישט אז ער זאל דארפען ווארטן אין די לאנגע שורה, דער מונקאטש'ער רב האט שטארק נהנה געוועהן פון ברכות הצדיק ראב"ד קארלסבורג, דער מונקאטשער רב האט צוריק געגעבען ברכת קדשו פאר דער ראב"ד שליט"א מיט א אויסער געווענדליכע אות ידידות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 7:53 pm#301155
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט, וואס איך זעה יא איז אז ער מיינט משום איזה סיבה אז די וואס ווילן נישט מאכן די מנהג האבן א פראבלעם מיט די פוסקים, ער ווייסט נישט אז זייער טענה איז אז היות כהיום איז מען זייער מצער זי הינדעלעך כל היום וכל הלילה, און עס זענען דאך דא פוסקים וואס זענען שולל די מנהג, סא פארדעם מאכן זיי דאס נישט, און נישט אז צוליב די פוסקים ווילן זיי דאס נישט טוהן.
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:02 am#301338
דער לאנג ערווארטעטע ספר שו"ת דברי יצחק האלט אינמיטן פון איר שווערע ארבעט פון מלקט און מסדר זיין.
בלתי שום ספק וועט עס ארויף גיין על שלחן מלכים מאן מלכי רבנן היושבים על מדן, כמעט יעדע שווערע שאלה וואס איז אפיר געקומען אין די לעצטע צוויי צענדליגע יארן האט א תשובה אין דעם ספר אויף פארלאנג פון די סאמע גרעסטע רבנים וועלעכע האבן געוואלט הערען חוות דעת קדשו פון דער גרויסע כ"ק הראב"ד שליט"א.

דער ראב"ד שליט"א וועלעכע איז ידוע למכיריו ומעריציו שטייט ווייט פון סיי וועלעכע סארט התנשאות נאר מעגליך, זוכט נישט און יאגט נישט דאס ארויס צו געבען, וואוסענדיק וואס פאר א גרויסע אחריות דאס איז ווייל ווי נישט וועט דאס ווערן אנגענומען להלכה ולמעשה ביי רוב דיינים ופוסקי דורינו. אבער גדולי הדור זאגען וועלעכע זענען טעטיג ברוב שעות היום מיט תשובות ופסקים זאגען אז דער ראב"ד שליט"א מוז אוועק קוקן פון זיין אייגענע נגיעות, ולמהר במלאכת הקודש שיעלה וידפיס חיבורו הגדול שו"ת דברי יצחק על ד' חלקי שו"ע.
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:12 am#301341
כ'האלט נאך דריי סעודות שבת, און מלוה מלכה איז אונטערוועגנס.

די לעצטע זאך וואס איך וויל יעצט טון, איז -
ברעכן...
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:15 am#301343
שש משזר האט געשריבן:כ'האלט נאך דריי סעודות שבת, און מלוה מלכה איז אונטערוועגנס.

די לעצטע זאך וואס איך וויל יעצט טון, איז -
ברעכן...


הה"ד מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור.
שוין א אלטע כלל אז דער שקר האט פיינט דעם אמת.
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:18 am#301345
מילא דו ווייסט וואספארא גאון אדיר ר"י שטיין איז, אבער פון וואנט ווייסטו וואספארא ריזן עם הארץ איך בין?
אפשר בין איך א גאון אדיר?
אפשר בין איך ר"י שטיין זעלבסט, און כ'בין סיי א גאון אדיר און סיי אן עניו מופלג?... :D
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:28 am#301348
כבין צומישט, ענדיג מיטן בעלעדע דערנאך גיי צו נעקסטן פרויעקט, מיטן בעלעדער האסטו נאכ גארנישט אויפגעטוען, ער איז נאך אלץ גארנישט מער ווי א נדבן אויף גאלד סטעמפינג פאר יעקב יוסעלע נסיעה,
ווען די עולם וועט אנזעהן די בעלעדער אלץ צדיק דאן גיי צו שטיין, ניין?
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:49 am#301351
איך בין איבערהויפט נישט אנטציקט פון די גדלות און איינפלוס פון אים. פון די אנדערע זייט, בין איך נישט דערקעגן אז הרב שטיין איז גאנץ כמעשה, גינסטיג און הילפבאר, -און פארעלעל צו אנדערע זיינס גלייכן-.

אבער די וועג ווי אזוי די בארומסט דיינע רבניש אדמורי"ש גיגאנטישע באמבאסטישע קאנאנען... קוקט אויס ווי די ביסט א [בלוט] קרוב אל החלל.
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:08 am#301352
אלעס האט זיך געלוינט ארויסצוברענגען דעם ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB פון זיין שטילע באהעלטעניש...

שטילע, לאז דיך 'הערן' אפטער.
וברוך השב.
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:27 am#301395
אלעס האט זיך געלוינט פאר די נייע חתימה פונעם דולה ומקשה.
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm#301471
שש משזר האט געשריבן:אלעס האט זיך געלוינט ארויסצוברענגען דעם @שטילע אינגערמאן פון זיין שטילע באהעלטעניש...

שטילע, לאז דיך 'הערן' אפטער.
וברוך השב.


טאקע א שאד אז ער האט זיך יא ענדליך צוריק געקערט איז דאס געוועהן כדי אפצו'חוזק'ן און אפצושפעטען פון איינע פון סאמע גרעסטע פוסקים וואס דער יהדות החרדית פארמאגט.

אזעלעכע וואס שרייבען די סארט תגובות וועלן דערנאך שרייען "ווי נעמנט מען די אמאליכע אדמורי"ם ופוסקים". ווען אין דער זעלבע צייט פארמאגען מיר בדורינו אלה, אזא גרויסע פרעזענטליכקייט ווי דער גאון וצדיק כ"ק הראב"ד קארלסבורג שליט"א.

אין הדור דור יתום, ולא אלמן ישראל.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 10:26 am#303536
שש משזר האט געשריבן:מילא דו ווייסט וואספארא גאון אדיר ר"י שטיין איז, אבער פון וואנט ווייסטו וואספארא ריזן עם הארץ איך בין?
אפשר בין איך א גאון אדיר?
אפשר בין איך ר"י שטיין זעלבסט, און כ'בין סיי א גאון אדיר און סיי אן עניו מופלג?... :D


אויף אזעלעכע ביליגער ווערטער דארף מען ניט אמאל רעאגירען, אבער דברי מחאה טאר מען נישט צוריק האלטען ווען עס קומט אויף עלבונה של תורה ובזיות תלמידי חכמים ובפרט ביי א גברא רבא דכוותיה.

אגב, דער ראב"ד שליט"א וועלעכע איז פון די גרעסטע מוחים בדורינו אנטקעגן דעם אינטערנעט פון סיי וועלעכע סארט, על כן איז פשוט לעכערליך די דברי הבל ושטות אויף דער חשבון פון כ"ק הראב"ד שליט"א. ולא באתי כאן כי אם למחות.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 10:41 am#303543
דולה איך קען דיר נישט פארשטיין, מיילע דער עם הארץ ומבזה את המעטות, דיינע ביסל גדולי עולם דער ATUB @שש משזר ATUB , נו ער איז דאך א ע"ה וואס איז פוער פיו אויף אלע גדולי עולם, אבער דו וואס דו אנערקענסט יא די ריכטיגע גדלות פונעם בעלעדער מנהיג הדור און פונעם קארסלבורגער רשכבה"ג, ווי קומט צו דיר אז אין די זעלבע האלבע שעה וואס דו ביסט מוחה אויף בזוין התורה מאכסטו אליין חוזק פון די סאמע גרעסטע מנהיגי הדור און די וואס זענען מגין אויפן דור מיט זייער קדושה וטהרה, די הייליגע רבי'ס וואס זענען זיך מוסר נפש פאר יעדן איד און איד צו מתקן זיין זייערע נשמות און זיי צוריק קערן למקור מים חיים, און זיי האבן שלאפלאזע נעכט מטכס עצה זיין וויאזוי צו אכטונג געבן אויף די מסורת אבות מען זאל נישט ווערן פארשלעפט דורך די מים הזידונים און בלייבן ערליכע אידן כמסורה לנו מדור דור,

ATUB @דולה ומשקה ATUB עס פאדערט א דרינגענדע התנצלות און קבלת נזיפה.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 11:44 am#303562
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
איך ווייס נאר איין זאך פונ'ם ראב''ד, אז ער גלייכט זייער נישט זיין גאב''ד און ער ווייסט וואס ליגט אונטער'ן שלאף קאפעל. דאס איז פאר מיר גענוג א חשיבות.
אגב, רעדען קעגען אינטרנט האט גאנץ ווייניג צוטוהן מיט נישט האבען אינטרנט, פונקט ווי יעדער רעדעכץ כגון רעדען פון מדות טובות, קדושה וטהרה, לערנען תורה. ס'איז א פזמון אזא.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 11:55 am#303565
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
דולה , וואס האלט די ראב״ד וועגן קאווע שטיבל ?
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:28 pm#313512
ווידער האט כ"ק הראב"ד שליט"א הגאון הגדול והמפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א מגדולי פוסקי דורינו ארויס געוויזען זיין גרויסע כח התורה, דאס מאל אין תורת הנסתר והקבלה. דער גרויסע ראב"ד דביה דינא ד'קארלסבורג ומצודתו פרוסה לארבע פינות הארץ האט פארענפערט א שטארק פארנעפלטע נידון וואס אפילו דער מנחת אלעזר ממונקאטש האט זיך שטארק געפאלאגט און געבליבען מיט א הסתפקתא, דאס איז לגבי דער ענין פון זאגען ביי הדלקת נר חנוכה זיבען מאל 'ויהי נועם', וואס איז דער שייכות פון ויהי נועם מיט הדלקת הנרות, וכן די ב' נו"ן וכו'.

כ"ק מרן הראב"ד שליט"א האט דאס גוט מסביר געוועהן בטוב טעם ודעת, וואס טוט באווינדערן אפילו גדולי המקובלים בימינו, אזוי ווי דער ראב"ד שליט"א אליינס דערמאנט עס אין זיין תשובה, וזה לשונו: "...והצעתי הדברים לפני יודעי ח"ן, וגם לפני רבותיי וחביריי, והסכימו ונתנו הנפק לדברינו". פונקטליך פאר וועם דער ראב"ד שליט"א האט עס געוויזען שרייבט ער נישט ארויס, אבער נאמנו עלינו דברי גברא רבא דכוותיה, און בגודל ענוותנותו שרייבט ער פשוט אז זיי האבען מסכים געווען לדבריו, למעשה זענען זיי ארויס פון גרויס התפעלות ווי אזוי דער ראב"ד שליט"א האט בכח תורתו מסביר געוועהן מיט אזא געוואלדיגע קלארקייט דעם ענין.

אשרי הדור שיש לנו כמותו, אין הדור דור יתום!

דער תשובה איז געדריקט אין פארגאנגענעם קובץ גינת ורדים (סאטמאר-מהרי"י) חודש טבת תשע"ו לפ"ק, עמוד קיח. תא חזו ותהנו.
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 9:29 pm#313530
!Doileh, I love u
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:15 pm#313537
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
וואס שטייט דארט?
זונטאג מאי 29, 2016 8:41 pm#335108
מחיל אל חיל.
א פרישע גאר וויכטיגע קונטרס איז ארויסגעקומען לאור עולם, געדרוקט דורך די מכון. "תמצית(?) (די ערשטע ליגענט) פון א שיעור וואס די שפל ודל (אזוי שרייבט ער אויף זיך בתוך הדברים) יצחק שטיין האט געזאגט אין סטולין בית המדרש.
די ענין? חלב עכו"ם.
די חידוש? אפילו "יענער" האט אויך נאר מתיר געווען בשעת הדחק.
וואס נאך? יעדע מעשה וואס איז געדרוקט פון א גדול, האט אויך, אין די הערות, פארסירט ביים פאלטשיאנער און ביים סאטמארער.

כדרכו בקודש באטיטעלט ער די פוסקים וואס שטייען צו זיין זייט מיט שבחים לרוב. דעם צעהלימער רב מאכט ער פאר א "מומחה עצום" אין כשרות.. ס'עפעס?? סתם אים צו מאכן מער ווי ר' משה?.
זונטאג מאי 29, 2016 9:16 pm#335116
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
ס'איז בעסער ווי דער אונגארישער רב, וואס בחיי ר' משה האט געדרוקט א קונטרס קעגען דער ברייט אנגענומענע פסק פון כמעט אלע גדולי הרבנים וואס האבען געוואוינט דאהי להתיר החלב, פארלאזענדיג אויף די רעגירונג אז ס'איז פון א קוה. יענער האט געשריבען א הקדמה אטאקירענדיג ר' משה'ס ווייב און טעכטער.
אכשר דרא, היינט שרייבט מען אביסל שענער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג מאי 29, 2016 9:32 pm#335118
יענער אונגארישער רב איז געווען אן אמת'ער ערליכער רב און א שטארקער ת"ח, די תמימות האט איהם אביסל פארפירט. ליטוואק, אביסל דרך ארץ פאר דיין רבי'נס רבי...
זונטאג מאי 29, 2016 9:48 pm#335120
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
דו מיינסט מיין רבינ'ס פעטער אוודאי

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג מאי 29, 2016 9:55 pm#335121
קאווע טרינקער האט געשריבן:מחיל אל חיל.
די ענין? חלב עכו"ם.
די חידוש? אפילו "יענער" האט אויך נאר מתיר געווען בשעת הדחק.
וואס נאך? יעדע מעשה וואס איז געדרוקט פון א גדול, האט אויך, אין די הערות, פארסירט ביים פאלטשיאנער און ביים סאטמארער.

דיברתי זה עתה עם הרב גרינבלאט ממעמפיס, ואישר שאכן לפני רבות בשנים איכסן הגר"מ פיינשטיין בביתו משך ד' ימים ושתה חלב שחלבו נכרי, בידעו שכן היא
זונטאג מאי 29, 2016 10:03 pm#335124
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו מיינסט מיין רבינ'ס פעטער אוודאי

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא, און ער איז געווען זיין רבי אויך.
זונטאג מאי 29, 2016 10:10 pm#335125
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
מור וקציעה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מחיל אל חיל.
די ענין? חלב עכו"ם.
די חידוש? אפילו "יענער" האט אויך נאר מתיר געווען בשעת הדחק.
וואס נאך? יעדע מעשה וואס איז געדרוקט פון א גדול, האט אויך, אין די הערות, פארסירט ביים פאלטשיאנער און ביים סאטמארער.

דיברתי זה עתה עם הרב גרינבלאט ממעמפיס, ואישר שאכן לפני רבות בשנים איכסן הגר"מ פיינשטיין בביתו משך ד' ימים ושתה חלב שחלבו נכרי, בידעו שכן היא

ער שרייבט אין תשובה בעל נפש יחמיר, נישט קיין בעל נפש יחמיר.
סתם אזוי, אין מעמפיס איז דאך נישט קיין מרכז און חלב ישראל איז מסתמא נישט בנמצא. הייסט'ס בשעת הדחק האט ער געטרונקען כמו שפסק. וואס איז די ראיה?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג מאי 29, 2016 10:19 pm#335128
אה''נ איך בין גארנישט מוסיף להלכה, איך זאג נאר לגבי וואס הרב שטיין זאגט אז ער האט עס נאר מתיר בשעת הדחק, כאילו סאיז עפעס היתר דחוק פאר פראסטע בעלי בתים, זאג איך בשם הרב גרינבלאט אז ער אליין האט עס אויך געטרינקען
זונטאג מאי 29, 2016 10:27 pm#335130
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
ער לעבט שוין נישט אפאר יאר
זונטאג מאי 29, 2016 10:40 pm#335133
קאווע טרינקער האט געשריבן:מחיל אל חיל.
א פרישע גאר וויכטיגע קונטרס איז ארויסגעקומען לאור עולם, געדרוקט דורך די מכון. "תמצית(?) (די ערשטע ליגענט) פון א שיעור וואס די שפל ודל (אזוי שרייבט ער אויף זיך בתוך הדברים) יצחק שטיין האט געזאגט אין סטולין בית המדרש.
די ענין? חלב עכו"ם.
די חידוש? אפילו "יענער" האט אויך נאר מתיר געווען בשעת הדחק.
וואס נאך? יעדע מעשה וואס איז געדרוקט פון א גדול, האט אויך, אין די הערות, פארסירט ביים פאלטשיאנער און ביים סאטמארער.

כדרכו בקודש באטיטעלט ער די פוסקים וואס שטייען צו זיין זייט מיט שבחים לרוב. דעם צעהלימער רב מאכט ער פאר א "מומחה עצום" אין כשרות.. ס'עפעס?? סתם אים צו מאכן מער ווי ר' משה?.

זיי נישט קיין בהמה.
צוהאק דעם פוסק הדור פון פאלטישארלסבורג, מאך אפילו אוועק דעם צעהלימער רב אנטקעגן רבי משה פיינשטיין, אבער דער צעהלימער רב האט זיך אריינגעלייגט אין כשרות, און איז געווען פון די גרעסטע מומחים אין פעלד פון כשרות בשעתו. דאס מאכט אים נישט קיין כי הוא זה לעומת גדלותו פון רבי משה, אבער פאקט איז פאקט אז רבי משה איז נישט געלעגן אין עולם הכשרות נאר אין פסקים בכלל.
זונטאג מאי 29, 2016 10:47 pm#335134
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
צעהלימער רב איז געווען א גאון וקדוש. אבער פאר זיין מילך און וויין הכשר אדער פלייש האט ער נישט געדארפט זיין די וועלטס כשרות מומחה.
זיין הכשר איז געווען מער פארלעסליך ווי די נירבאטורס

אדרבה, קוק נאך אין אלע ספרי זמננו, וואו זעהסטו אזא טיטל אויפן צעהלימער רב?? פסקים בענייני הוראה יא, אבער מומחיות אין מאכלים און פערדוקציע?? פארוואס און פארווען איז אים דאס געווען נוגע?
זונטאג מאי 29, 2016 10:54 pm#335138
דאס האט נישט מיט גאונות איינגעשטויסן, נאר מיט ווער ס'לייגט זיך אריין דערין.
ער האט זיך אריינגעלייגט אין עולם הכשרות, ר' משה נישט.
דאס איז די גאנצע חילוק. און דאס איז די גאנצע חילוק וואס פעלט זיך אויס.
זונטאג מאי 29, 2016 11:00 pm#335141
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו מיינסט מיין רבינ'ס פעטער אוודאי

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא, און ער איז געווען זיין רבי אויך.

יעצט ווער איך נייגעריג ווער דאס איז

אפשר נאך א הינ"ט?
זונטאג מאי 29, 2016 11:09 pm#335146
קאווע טרינקער האט געשריבן:ער לעבט שוין נישט אפאר יאר
איך האב גערעדט מיט הג''ר נטע גרינבלאט שליט''א, נישט הג''ר אפרים זצ''ל
מאנטאג מאי 30, 2016 1:44 am#335166
אינטערעסאנט ווייל ער שרייבט אליין אין יו"ד ח"א מ"ז אז ער פאר זיך איז יא מחמיר.
מאנטאג מאי 30, 2016 6:20 am#335179
Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג
נאר נישט בשעת הדחק. און ווען ס'איז נישט דא קיין צווייטע, איז עס בשעת הדחק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:54 pm#419415
דער גרויסע גאון האט אויסגעברייטערט זיינע טעטיגקייטן למען הזולת, און עטליכע חדשים געעפענט זיין אייגענע "בית להוראה אבני שיש" צו דער צופרידנהייט פון אלפי מעריציו ושומע לקחו, זייענדיג דער ראש המדברים בכל מקום, און איינע פון די סאמע גרעסטע און פארנומנסטע פוסקים בדורינו, עכ"פ אין אמעריקא, אין די קורצע צייט אפשניט זעהן מען קלאר אז זיין בית הוראה איז א צואונגס פלאץ פאר סיי וועלעכע שאלה ביז די גרעסטע קמפלעצירסטע פסקים און דין תורות.
זונטאג יוני 23, 2019 5:12 pm#432229
נאך א רינגעלע פון דער גאלדענע קייט פון למען הכלל, ווען דער פוסק הדור הגאון האדיר והמפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א שטייט בראש ועד משמרת ברית קודש, דער גרויסע גאון ד האט געשטעלט דעם יסוד אז מ'דארף אבהער שטעלן איינמאל פאר אלעמאל א געהעריגט סדר ביי די מוהלים, וכידוע לכל. אלס ראש המדברים בכל מקום האט דער גרויסע פוסק געהאלטן א דרשה להלכה ולמעשה ביים אסיפת הרבנים המפורסמת ווי ער האט ערקלערט די נחיצת הדברים.
מאנטאג יולי 29, 2019 1:41 pm#433909
מאמענט