Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
61 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 136 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7101
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:18 pm#348455
ס'קען זיין מכאל שניצלער איז געווען דער ערשטער ארויס צוגיבן קאסעטן מיט די חסיד'שע הברה?
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 6:05 pm#348459
חיים באנעט ירמיה דמן משה גאלדמאן זענען געווען אסאך פריער
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:24 pm#348483
יצחק אונגאר נאך פריער.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:30 pm#348484
פון וויזניץ?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:18 am#348504
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן מרדכי זינגען אלטץ קינד. וויזוי הייסט די טעיפ אויף וואס ער זינגט?

כ'בין נישט זיכער ער מיינט אלס קינד, נאר אלס יונגערמאן. ער זינגט אויפן טעיפ 'אשא עיני', דעם ניגון ידיד נפש.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:33 am#348508
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
איך בין יא זיכער....

ס'פארהאן פילע טעיפס פון ר' דוד ווערדיגער ע"ה אין וואס מרדכי זינגט אלס קינד.
בעהט פון די בחורים מיט די הארד-דרייווס זאלן דיר שיקן אויף וואצעגרעם.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:34 am#348535
כ'בין נישט קיין בחור אבער כ'האב רוב קאסעטן פון ר' דוד. זאג מיר א נאמען און כ'וועל נאכזוכן.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:50 am#348552
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
געדענק נישט א ספעציפישע נאמען, עפעס ליגט מיר אין קאפ ביים ניגון 'יהללו את שם השם' זינגט דארט מרדכי (כ'האב עס געהערט לעצט פאר ארום פופצן-צוואנציג יאר צוריק, אבער אין זיכרון ליגט מיר אזוי).
מאנטאג יולי 17, 2017 2:36 am#379244
שמואלי ארבעט שוין אויף זיין צווייטע סידי
מאנטאג יולי 17, 2017 2:48 am#379245
מיינסט, זיין דריטע?
וויל עס איז שוין דא שמואלי 2....
מאנטאג יולי 17, 2017 2:09 pm#379297
שמעקעדיג האט געשריבן:מיינסט, זיין דריטע?
וויל עס איז שוין דא שמואלי 2....

ניין. ער ארבעט יעצט אויף שמואלי1. כנהוג בק"ק יארמע.

גראדע הער איך איז טובטעמ'ס ארבעט אויף א נייע סעלעט.