Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
61 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 136 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7101
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:50 am#221334
נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
איך ווייס נישט אויב ער איז טאקע ניי, אבער פאר מיר איז ער קלאר ניי.
איך האב מיך באגעגענט מיט א הערליכן קליפ ווי ער לייגט אראפ מייסטערהאפטיג א ניגון מיט אן אייגנארטיגן געשמאק און כאריזמע.
ער האט גאר א גוטע שטימע און טראגט דעם טאן מיט א קונצליכער שטארקייט מיט גאר אסאך אייגענע קוועטשן.
עס איז באגריסנווערד אז עס קומט ארויף אויפ'ן אידישן מארק פרישע טאלאנט, און מיר וואונטשן אים פיל הצלחה.
מער אינפארמאציע איבער דעם זינגער איז וועלקאמד.
אגב, ס'איז דירעקט נישט קיין לייכטע ניגון און א שטיקל קונץ דאס אזוי פאכמאניש אראפלייגן.

דא האט איר דעם שיינעם קליפ:

m https://www.youtube.com/watch?v=xRDS9icAQ2E m
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:00 am#221338
ער איז איינגעשטעלט אין שירה, דער זינגט ווי א גאון, ער איז בעל הבית אויפן ניגון און שפילט זיך דערמיט ווי א יאָו יאָו ער איז איינס אין דער וועלט, ווי האט יענער געזאגט? דער קונסט איז נישט אוועק צודרייען די קונסט איז צירוק צוקומען.

איך האב איהם לעצטענס געהערט אויף א חתונה, איך בין משוגא געווארן ווי ער נעמט פשוטע ניגונים און פארוואנדעלט עס אין חידושים נפלאים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:31 am#221348
ער זינגט נישט אפיציעל און פרדס נאר צוליב סיבות אז דער זינגער האט נישט געקענט קומען האט ער עם גערופן
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:40 am#221352
די קליפ וואס ATUB @כוכב ATUB האט ארויפגעלייגט איז מוראדיג שיין די ניגון ריבון קומט דאכצעך פון דעדי עס איז זייער שווער זיך צו האלטען אויפן טאן נאך קיינמאל נישט געהערט זיך אזוי גוט האלטען אויפן טאהן אויף די ניגון
אגב הער איך אז סאיז און פלאן ארויסצוקומען מיט א סידי איינער מיט מער אפדעטס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:46 am#221356
יא דעדי אויפן גאנץ ערשטן אלבום, קאמפאזט ביי יוסי גרין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:48 am#221369
שמואל דוד איז נישט סתם נאך א זינגער, ער איז א אינעוועיטער אין די וועג ווי אזוי מ'זינגט חסידיש מוזיק. באלד אזוי ווי מיכאל שניצלער בשעתו. איך בין נייגעריג צו זעהן צו ער קען אויך גוט, שטייטע קומזיצעשע ניגונים.
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:26 pm#221634
אה, אל האשכול הזה התכוונתי, שוין אפאר וואכן וואס איך דריי זיך ארום מיט'ן געדאנק צו שרייבן וועגן דעם שמואלי אונגאר'ן, און איך זע דער עולם זאגט ממש וואס איך האב געוואלט זאגן.

דער שמואלי אונגאר איז א נייער פונאמענאן, א דורכברוך, און לפענ"ד קען ער אנקומען צו די שטאפלען פון די גרעסטע שטערנ'ס בעולם הנגינה, אויפ'ן לעוול פון אברהם פריד וכו'.

ער ליגט אין עולם הנגינה, און ווען ער נעמט א חתונה, איז עס זיין לעבן, זיין אחריות, ער גיבט זיין גאנצע חיות פאר דעם דזשאב, און עס דערקענט זיך אויף יעדן חתונה באזונדער, ס'איז נישטא נאך א זינגער אויף די מארקעט וואס הייבט אזוי א חתונה ווי שמואלי! אויף יעדע ניגון עקסטער וועט ער ארויפלייגן א נייעם טוויסט, און בכלל, זיין וועג פון הייבן איז עפעס א חידוש וואס האלט מיר געפלעפט יעדעס מאל עקסטער, א קוועטש דא, א דריידל דארט, און דער עולם שפרינגט, מ'קען ממש נישט בלייבן שטיין און נישט מיטטאנצן, יעדער ווערט פארכאפט מיט התלהבות.

אקעי, קום אראפ בארואיג זיך, שוין געהערט אזאנס, יעיע, כ'קען אים שוין פינף יאר, און איך זע ווי ער וואקסט יעדן חודש מער און מער, עד כדי כך אז איך בין פון זיינע גרעסטע פענ'ס, און מארק מיי ווארדס ער גייט אנקומען צו די העכסטע שטאפלען.

אביסל וועגן דעם אונגאר'ן:
ער זינגט טאקע אין שירה, אבער גאר ווייניג, און ער זינגט נישט אין פרדס פיגא, ווייל זיי זענען א תקנות זאל... ער האט ממש יעדע נאכט א חתונה, פון לעיקוואוד ביז מאנרא, איבעראל רופט מען אים... מיט שירה גייט ער געווענדליך נאר אויף שבתים אדער אויב פאלט אריין א נאכט וואס ער איז ליידיג, וואס דאן כאפן זיי זיך צו צונעם.

ער האט א גאר שטארקע שטימע, מיט א רעינדזש וואס גייט בערך ביזן הויעכן C (עפעס אזוי, כווייס נישט זיכער...)

ער האט א געוואלדיגע חן, מיט א שמייכל און א סענס אוו הומאר וואס מאכט פילן מענטשן באקוועם אין זיין געגנווארט, מענטשן ווערטלען זיך אז ער איז ווערד זיין וואג אין גאלד....

כווייס נישט ווי מוזיקאליש ער איז, ס'איז דא אסאך זינגערס וואס זענען מער מוזיקאליש ווי אים. זיין קונץ ליגט אין זיין ארויסהאבן א ניגון, ער שטודירט יעדן ניגון, ביז ער קען יעדן ווינקל דערפון, און ער זיצט באקוועם דערין ווי א קעניג אין זיין רויטן פאטעל...

ער האט אויפגענומען א פראדוסער - איינע פון די בעסטע היינט צוטאגס - נפתלי משה שניצלער, וואס נישט נאר ער ארבעט מיט אים אויף א קנאקעדיג אלבום, גיבט ער אים גיידענס און דירעקשאנ'ס אויף טריט און שריט, אזוי אז אלעס וואס ער טוט איז פראפעסיאנאל און אויסגעהאלטן, סיי פון א מוזיקאלישער שטאנדפונקט און סיי פון א מארקעטינג שטאנדפונקט.

און יא, ער ארבעט אויף אן אלבום, פינקי, יאסי גרין, און די אלע חברה... אבער ער ארבעט גרונטליך און רואיג, ער כאפט נישט קיין לאקשן, און מאכט זיכער אז ס'זאל זיין כולו ממתקים וכולו משמנים, מלא וגדוש מיט חידושים וואס וועט זיכער מאכן אז ס'איז א פראדוקט שהכל גומרין עליו את ההלל.

יוי, איך רעד שוין צו סאך. איין זאך קען איך זאגן
ימים ידברו...
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:36 pm#221638
אקעי, נישטא וואס צו רעדן. ער לייגט אראפ דעם ריבון ווי א מייסטער.
נאכן ענדיגן ריבון בין ך' געגאנגען זוכן נאך סחורה פון אים אויף יוטוב. כ'בין נישט נתפעל געווארן עפעס עקסטער פון זיין קנא לשמך רענדיציע:


ווידעראום זיין שלום עליכם איז סחורה ווי גאלד. עלמער ווארטן אויפן דיסק...
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:41 pm#221639
ער לעבט נאך? ס'קוקט עפעס נישט אויס גוט דא.

אין אז זייטן נאטיץ איז א שאד אז ק''ש מאנט נישט איין עפעס טאשן געלט פון די שיינע אדוועטאריעל'ס וואס גיסן זיך לעצטענס אסאך אין מוזיק פארום. ס'א שאד
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:27 pm#221653
כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם זינגער, און פון כוכב'ס קליפ זעט ער טאקע אויס צו זיין א שטערן. אבער נאכ'ן הערן זיין "רבון" בין איך אנטוישט געווארן פון זיין שוואכערע סחורה וואס יידל האט צוגעברענגט.

ווי אלט איז ער, און ווי לאנג איז ער שוין אין דעם פעלד?
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:51 pm#221665
דאס איז א גאנץ שיינע פראדאקעשען , קיקט אויס צו א חבר'ס חתונה

פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:03 pm#221670
כמו שאמרתי, ער איז א שטערן אין שנעלע ניגונים. יידל'ס ערשטע קליפ איז א שטייטע. מיט שטייטע ניגונים איז ער נאך אויפן וועג ארויף. כ'בין געווען אמאל מיט אים אויף שבת אין א האטעל. און איך האב אבזעווירט ווי זיין שטארקייט איז מער ביי שנעלע ניגונים.
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:40 pm#221679
יאפ, קנא לשמך איז היבש שוואך, לויט ווי איך פארשטיי איז עס פון אפאר יאר צוריק, און אזוי ווי איך זאג אט דארט קען מען זען זיינע ריזיגע דזשייענט סטעפס... (כגלייב אז ער וועט עס למעשה אראפ נעמען.)

די וועלט מוז צו קומען צו אזעלכע גוטע מענטשן ווי בשבילי, אבער פארוואס זאל א מענטש באשלוסן פאר זיך צו זיין אט דער מענטש?... (סארי בשבילי)

אדווערטאריעל ארויף אדווערטאריעל אראפ, אויף מיר און דיר שרייבט מען נישט אזאנע שטארקע ריוויו, אלזא יש דברים בגו...
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:58 pm#222669
איך האב זייער ליב געהאט רבון און עס איז נישט א טיפיקל שנעלע ניגון.
מ'דארף האבן אין זיך "עפעס" צו קענען דעליווערן אזא ניגון.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:45 pm#226659
קוקט אויס ווי שמואלי האט געוואלט ווייזן פאר די וואס האבן געטראכט אז שמואלי איז נאר גוט פאר שנעלע ניגונים...
אוי האט ער עס דעליווערט!
Watch shmueli Ungar and yedidim new hit song CHAZI
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:17 pm#226765
כ'האב הנאה פונעם קנייטש ביי די הויעכע פאל "חזו"... ער האט די זאך פיין אין די הענט. כ'בין נתפעל פון זיין פארשריט.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:21 pm#226766
ער זאגט פיין!!!!!!!!!!
פון ווי איז די ניגון?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:27 pm#226768
אוי באשעפער! ער זינגט דאך אזוי שיין ס'לוינט פשוט נאכאמאל חתונה האבן אים צו קענען האבן ביים חתונה!
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:27 pm#226769
פון דא קומט עס. לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט ס'שטייט אויף אים בעסער ווי אויף חיים ישראל
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:37 pm#226772
יא דער אונגאר איז עולה על שלחן מלכים. עימיצער האט באמערקט דעם עפטער-קוויטש/קרעכץ ביים הויכן "בני".
===
מערקווערדיגע טריוויע; דער ניגון, וואס רעדט זיך פון תורה, ענדיגט זיך פונקט ביי 6:13.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:07 pm#226781
דאס איז איז דאך מעגא!
יעדעס ווארט צום קישן און צום לעקן. זיין קאמיטמענט צום דעטאל פונעם ניגון איז פרעצעדענטלאז, הפלא ופלא.
אפגערעדט אז זיין שטימע קומט אריין קריסטאל קלאר און לויטער.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:07 pm#226823
מאטי האט געשריבן:עימיצער האט באמערקט דעם עפטער-קוויטש/קרעכץ ביים הויכן "בני".

דאס איז בכוונה אדער ווייל ער לויפט אויס פון אטעם? :) דזשאסט קידינג, הארץ, געפיל, טאלאנט, און הערליכע שטימע שמשתמשין בערבוביא. איי עם אימפרעסד.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:32 pm#226839
יידל, פליז!!! בעסער פון חיים ישראל? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
שיין? יא!
חיים ישראל? פלייייייז!!!
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:01 pm#226861
ודי למבין האט געשריבן:יידל, פליז!!! בעסער פון חיים ישראל? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
שיין? יא!
חיים ישראל? פלייייייז!!!


קיינער אין די וועלט קען נישט בעסער פון חיים ישראל!

אבער... די ניגון איז א חסיד'ישע ניגון, חיים ישראל האט קענטיג געצילט חסידים מיט דעם ניגון, מילא פארשטיי איך וואס יידל זאגט אז "ס'שטייט אויף אים בעסער"... נאכדערצו ווען ער לייגט צו געוויסע אייגענע קוועטשעס דא דארט
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:24 pm#226887
אהא! די ניגון איז א חסידישע ניגון, גערעכט! אבער חיים ישראל דעליווערט עס נאך אלץ בעסער. דעעט סעיד, פארשטיי איך וויאזוי ביסט ממתיק יידלס ווערטער.
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:14 pm#305304
its me האט געשריבן:He is a very friendly person

Me too
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:49 pm#305306
i would say the same ATUB @its me ATUB if
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:31 pm#310767
זונטאג דעצעמבער 06, 2015 8:43 pm#311466
m https://www.youtube.com/watch?v=8-SpDyv21bk m

דער בחור האלט א ביעט פיין!
זונטאג דעצעמבער 06, 2015 9:34 pm#311473
וואס הערט זיך מיט'ן סידי? געהייסן ס'וועט ערשיינען די צייט פון יאר.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:53 pm#347516
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואס הערט זיך מיט'ן סידי? געהייסן ס'וועט ערשיינען די צייט פון יאר.

שוין ענדליך ערשינען!
זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:57 pm#347518
ער איז א חתן געווארן
זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:32 pm#347528
קנאקעדיג האט געשריבן:ער איז א חתן געווארן

מיט וועמען?
זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:40 pm#347530
מיט לעווין
זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:26 pm#347538
ער איז נאך א בחור?
זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:31 pm#347540
מאן דאמר האט געשריבן:ער איז נאך א בחור?

געווען א גרוש
זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:30 pm#347551
.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:18 pm#347564
שטיצט דעם רבינס מוסדות
m http://www.nigunmusic.com/index.php?rou ... uct_id=492 m
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:06 pm#348358
קען מיר איינער מסביר זיין וועם ער טרייט צו געפעלען מיטן זינגען אויפן ליטווישן הבהרה? בכלל בין איך דיסעפוינטעט פונעם טראסק וואס ער האט געמאכט פארן ארויסגעבן דעם סידי, איך האב ערווארטעט עפעס בעסערס פון אים, נאר דאס גייט מיר אויף די נערווען אז די פאר שיינע נגונים וואס ער האט שוין יא, פארוואס זינגט ער עס ווי א ליטוואק?

און צי דיר שמאולי אויב דו זעסט מיינע ווערטער דא וויל איך דיר זאגן אז איך ווער צודרייט פאר דיין שטימע, זעלטן צו טרעפן אזא שארפע קלארע שטימע וואס האלט אזוי גוט א טאן, אבער פליז נעקסט טיים זינג וויאזוי דיין רבי האט דיר אויסגעלערנט עברי.
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:17 pm#348361
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
סמבטיון, מיר גייט נישט אן זיין הבהרה של ליטע, אבער אים גאץ ווילן ער זינגט דאך אזוי הערלעך ביי חתונות, הלמאי טויג ער נישט פאר קיין טעיפ'ס, וצע''ג.
איך קלער נאר איין תירוץ, ווייל אז מען לייגט נישט אריין גייט מען נישט ארויס, פארוואס זאל ער אריין אינוועסטירן ווען אלעס גזל'ט, איך האלט טאקע אז ער מאכט א מעסטעיק, ער ברויך נאר אינוועסטירן און עטליכע גיטע יוטוב קליפס, און וועט אים גיט עדווערטייזן וזהו.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:39 am#348403
סמבטיון האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וועם ער טרייט צו געפעלען מיטן זינגען אויפן ליטווישן הבהרה?

נאר יואלי גרינפעלד מעג?
ס'איז א לעצטיגע טרענד אז אלע זינגערס זינגען אויף מערערע הברה'ס אויף זייערע אלבומ'ס, פון אברהם פריעד, מרדכי ב"ד, שוועקי, שלומי גערטנער, יואלי גרינפעלד, שלומי דאסקאל, א.א.וו.
זעהט אויס זיי ווילן אפעלירן צו אלע שיכטן און קרייזן, פון די חסידישע, ליטווישע, ביז די ספרדישע..
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:56 am#348408
אמאל (כ'מיין אז ביז בערך די שנות תש"מ) איז געווען א דבר מובן מאליו אז זינגערס אויף אלבומס "דארפן" זינגען מיט דער ליטווישער הברה. עס האט פארלאנגט "חוצפה" פון חסידים צו זאגן אז, אייגנטליך, וואס איז שלעכט צו זינגען מיט דער חסידישער הברה?

און לעניננו, איך מיין אז ס'איז דא א געוויסע שיינקייט פון נוצן פארשידענע הברות אויף אן אלבום.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:07 am#348410
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
אברהם און מרדכי זענען אויפגעצויגן געווארן מיטן ליטווישן הברה.
וועם נאך מיינסטו?
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:12 pm#348415
טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האס דעם גרינפעלד.
שלומי דסקל ביי זיינע רילעקס סידיס זינגט ער יעדע ניגון וויאזוי דער מחבר זינגט עס , און דאס איז גראדע שיין, ווייל אז נישט האט עס א טעם ווי ירמיה דמן ווען ער זינגט יום טוב ערליך'ס נגונים מיט א חסידישן הברה.
ראובן, איך ווייס נישט פון וועלכע מנגנים דו רעדסט אבער ביז תש"מ איז געווען אדער מבד יום טוב ערליך אברהם פריעד בן ציון שענקער און ליבאוויטש און די ערשטע פאר סידיס פון בעלזא, אדער אפשר משה גאלדמאן אויך , איך בין נישט זיכער, און יעדער האט געזינגען אויף זיין שטייגער .
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:22 pm#348429
קל וחומר האט געשריבן:אברהם און מרדכי זענען אויפגעצויגן געווארן מיטן ליטווישן הברה.
וועם נאך מיינסטו?


איך ווייס נישט אין וועלעכער חדר מרדכי איז געגאנגען, זיין טאטע האט אלס חזן טאקע געזינגען ברבים מיטן חזנישן הברה, אבער פריוואט איז דער שטוב געפארן אויפן פוילישן הברה. זיי זענען דאך גערע. מרדכי פאר זיך אליין דאוונט עפעס ווי א ליטוואק? אזויפיל יא, ער האט אנטוויקלט פאר זיך אליין עפעס א פשרה׳דיגער הברה וואס איז ענדליך צו דער רומענישער הברה, ד.ה. אלוקעיני מעלעך אנשטאט אלויקייני מעילעך. ווארשיינליך ווייל עס פילט זיך פאר אזא ארטיסט ווי אים מער ארגינעל, ארויס פונעם זיך, און מער השתפכות׳דיג. (אדער אפשר גאר, נאך אזויפיל יאר, ביים ריבניצן רבי׳ן).

און אפילו אברהם פריד וואס אין חדר איז ער דאך זיכער אויפגעוואקסן מיט א ליטווישער הברה, איז אבער אויפגעוואקסן ביי א גאליציאנער טאטן פון קרעניץ וואס האט געזינגען די זמירות אויפן גאליציאנעם הברה. אברהם פריד האט טאקע צעהן יאר צוריק ארויס געגעבן א וואקאלישער טעיפ מיט באבובע ניגונים געהערט ביי זיין טאטן. דאס איז געזינגען מיט א גאליציאנעם הברה. (אבער פארט הערט מען אז אברהם איז בעסער געפראגראמט אויף א ליטווישער הברה).
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:23 pm#348430
מושב וואס זאגסטו צו שמואלי'ס אלבום?
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:28 pm#348431
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
אין זיין טאטען'ס טעיפס וואו ער זינגט אלס קינד, זינגט ער מיטן ליטווישן הברה ווי א פרא. (געפין אויס וואו ער האט געלערנט אין חדר).
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:32 pm#348432
איך האב עס נאך נישט געהערט, נאר ישמע האב איך געהערט. דאס ענדלט צו די גאלדן עידזש ניגונים פון מבד און אברהם פריד. דער זינגט מיט חשק.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:36 pm#348434
קל וחומר האט געשריבן:אין זיין טאטען'ס טעיפס וואו ער זינגט אלס קינד, זינגט ער מיטן ליטווישן הברה ווי א פרא. (געפין אויס וואו ער האט געלערנט אין חדר).


זיין זינג הברה איז לכאורה טאקע געווען ליטוויש. ווייל ער האט דאך באגלייט זיין טאטן אין שיל אלס חזן, און מסתמה האט דוד געזינגען רוב זמירות ליטווישדיג, (חוץ ווען ער איז געווען מיד אדער אנגעצויגן און אפגעכיפערט עפעס א גערער ניגון). קומט אויס אז בעת מרדכי איז אויפגעוואקסן מיטן דאווענען גאליציאניש און זינגען ליטוויש, איז אברהם אויפגעוואקסן מיט דאווענען ליטוויש און זינגען (שבת) גאליציאניש.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:37 pm#348451
איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן מרדכי זינגען אלטץ קינד. וויזוי הייסט די טעיפ אויף וואס ער זינגט?