ביז יעצט איז אינעם שמועס ארויסגעקומען דריי סארט קאטאגאריעס וואס מ'קען זיי באטראכטן אלס מעטאפיזישע מושגים
א) אבסטראקטע מושגים, ווי מקום זמן, נומערן, וכדומה, אבער דאס איז נישט נוגע צו מיין שאלה וויבאלד אן אבסטראקטער מושג האט נישט קיין שום השפעה אדער כח צו באווירקן די פיזישע וועלט, צבש"פ לאמיר זאגן אז איך טראכט פון א קעיק וואס האט אין זיך דריי הונדרעט אינגרידיענס, די קעיק איז ווארשיינליך נישט געבאקן געווארן קיינמאל און דער עצם טעארעטישער און אבסטראקטער געדאנק פון אט דער קעיק וועט נישט צוברענגן אז דער קעיק זאל געבאקן ווערן לעתיד, ממילא אט די סארט אבסטראקטער געדאנקן זענען אן אפשפיגלונג פון די פיזישע וועלט אבער ברענגן נישט צו קיין שום ענדערונגען אין די פיזישע וועלט.
ב) די רוחניותדיגע הרגשה, וואס געפינט זיך אינעם געדאנק פון די מענטשהייט, וואס איז ווידעראמאל עפעס וואס שטעלט נישט פאר קיין שום קיום אינדרויסן פון אינזער געדאנק, וכ"ש אז אינזער געדאנק ברענגט נישט צו אז עס זאל געשאפן ווערן קיין שום קיום רוחני.
ג) רוחניותדיגע כוחות, וואס טוען באווירקן די פיזישע וועלט ווי מלאכים נבואה נסים וכדומה, וואס דוקא די סארט קאטאגאריע איז יעצט מיין פראגע וכנ"ל.
די פויבסט איז אנגעקומען קיין ניו יארק פאר א בליץ באזוך, איינע פון די דורכגענג איז געווען נישט מער אין נישט ווייניגער, בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג, דאס איז געקומען פלוצלינג אזוי אז ראביי נידערמאן האט נישט געקענט אינטערווינען דאס אפצושטעלן, די פויבסט קומט אן אין וויליאמסבורג זוצענדיג אין אן אפענעם קארעטע צו וואס עס זענען געווען צוגעטשעפט צוויי ווייסע אויסגעפוצטע פערד, פון הינטען האבן אים באגלייט מאסען אנהענגער מיט פענער און צלמים אין זייערע הענט, הרב מנשה פילאפף איז פונקט דעמאלטס געגאנגן אויף בעדפארד עוועניו האלטנדיג און די האנט א שווארצן גארבידזש בעג ענטהאלטנדיג אין זיך צייטונגען ווי ידיעות, מעריב, ישראל היום, די בלאט, ווי אויך תרגום עוז והדר, זוכענדיג א באקוועמע ביסקיסע ערגעצוואו אין די געגענט, ווי מיטאמאל זעט ער די פויפסטליכע סוויטע פארביי פארן די פויפסט פאכעט אים מיט די הענט, און ער שטייט א פארשטיינערטער צום סצענע, די פארציילעמטע קרוין אויפן פויבסטליכן קאפ האבן אים דערציטערט, ער הויבט זיך צוביסלעך אן כאפן אז ער ווערט דא פארזינקען אין א שרעקליכער טומאה, ער זעט מיטאמאל ווי פון איין זייט פונעם וואגן שטייען הערצל און נארדוי, און פון די אנדערע זייט קוק און ריינעס אין העלפן צו שטופן דעם וואגן, אלע מלאכי חבלה זענען זיך צוזאמגעקומען אין פליען העכער די פויבסטליכע סוויטע און מ'קען קלאר שפירן ווי גיהנם פתוחה לו מתחתיו.
צו דער זעלבער צייט דרייווט בערל בעל עגלה זיין באס ס'איז די ערשטע טאג פון זיין נייעם דזשאב אין וויליאמסבורג, מיטאמאל אנקומעדיג קיין בעדפארד ווערט אים שווארץ פאר די אויגן, פונקט דארף ער באגעגענען הרב פילאפף, די בלוט קומט אים ארויף אין קאפ, מאכענדיג דערביי א האסטיגן שארט סטאפ, מענטשן לויפן צו צו בערל'ן און פרעגן וואס גייט דא פאר, וואס איז די אנלויפענש, אויף וואס בערל ענטפערט איך ווייס נישט דער הרב י. מ. סופר איז יעצט פארביי געגאנגן דא, נו וואס איז פרעגט מען אים, אויף וואס בערל ענטפערט וואס הייסט וואס, א היפאקריט, א פליפ פלאפער, שוין.
פון איינע פון די אפארטמענט געביידעס קוקט ארויס אן היספאניק פון העיטי, ווי נאר ער זעט דעם פויבסטליכע סוויטע, הייבט ער אן צו וויינען פאר פרייד, ער ציילעמט זיך, ער איז איבערגענומען, אזא קדושה, אזא ריינקייט, אזא ליכטיגקייט, באלד נעמט ער זיך פאר אריינצונעמן ישו מער אין טאג טעגליכן לעבן.
צו די זעלבע צייט ווי נאר עס ווערט באוויסט אז די פויבסט שפרייזט יעצט דורך בעדפארד עוועניו רופט אן א קאטוילישע ביזנעסמאן פון מאנהעטאן א ביזנעס קאלעגע זיינע א כינעזער וואס וואוינט פונקט דארט ווי די פויבסטליכע סוויטע דארף פארביי פארן, ער רופט אים אן זאגענדיג גיי צו און קוק יעצט ארויס פון פענצטער, דער כינעזער גייט צו צום פענצטער און זעט ווי די פויבסטליכע סוויטע גייט פארביי בהמון חוגג, זיין קאלעגע פרעגט אים אויף די אנדערע זייט טרייבל, נו דו שפירסט דעם העכערקייט, צו וואס דער כינעזער ענטפערט ווינגווא גוואנג גווענג, איך זעה גארנישט, צו וואס זיין קאלעגע זאגט אים, נו אוודאי מיט אזעלכע פארשלאפענע אויגן וואס מיינסטו האב איך פון דיר ערווארטעט.
ס'איז אמאל געווען א קעניג וואס האט געמאכט א גרויסן באל לכל שריו ועבדיו, די קעניג האט ארויסגעגעבן א באפעל אז די דעטאלן פונעם מאלצייט זאלן געהאלטן ווערן אין גרויס געהיים, די קעניג האט אויך פארארדענט, אז די מאלצייט זאל זיין טאג טעגליך פאר א תקופה פון א חודש צייט, מ'זאל סערווירן נאר איין מאכל ביי די סעודה, און אז אינדרויסן פונעם באל זאל קיינער זיך נישט וואגן טועם צו זיין קיין שום מאכל.
אין א געוויסער טאג טרעפט א פריינד אן דעם שר האופים וואס איז דער אויפזעהער צוצושטעלן דעם מאכל וואס מסערווירט ביים קעניגליכן מאלצייט, און בעט אים אז ער זאל אים פארציילן וואספארא מאכל מ'סערווירט, זאגט אים דער שר האופים הער זיך איין ביסט מיר א גוטער פריינד, איך בין אבער מצווה ועושה פונעם קעניג צו האלטן אלע דעטאלן פונעם מאלצייט אין געהיים נאר קוק וואס איך וועל יא טוען פאר דיר, קענסט מיך פרעגן אויף אלע סארט מאכלים צו מ'האט דאס סערווירט און איך וועל דיר ענטפערן יא אדער ניין, אבער קענסט מיר נישט פרעגן כלליותדיגע פראגעס צבש"פ צו דער מאכל איז געווען ברויט, די קענסט נאר פרעגן זייער ספעציפיש צו סאיז געווען א בייגל אדער א ראול אדער פרענטש באוגעט וכדומה, שוין די חבר הויבט אן אויסרעכענען אלע ערלליי ברויט, צוו וואס יעדע פון זיי איז דער אנטווארט געווען ניין, איז ער אריבער צו אלע ערליי פליישן, פיש, אויף וואס צו אלעם איז געווען דער אנטווארט ניין אזוי איז ער אריבער צו אלע סארט וועדזשטעבלס קוגלען און צושפייזן, אבער אן ערפאלג, ער שטייט אזוי א פאריאושטער, מיט אמאל פאלט אים ביי א בליציגער געדאנק ער געט א שריי אויס, איך האב עס געכאפט וואס מ'האט סערווירט ביים קעניגליכן מאלצייט. די שר האופים פארבעט אים נו זאג לאמיר הערן , פאטעטא קוגל, זאגט אים דער שר האופים, האסט דאך שוין דערמאנט פאטעטא קוגל, אויף וואס מיין ענטפער איז געווען אז ניין, זאגט אים דער פריינד יא יא ביז יעצט האב איך גערעדט פון א גשמיותדיגע פאטעטא קוגל אבער יעצט רעדט איך פון א רוחניותדיגע פאטעטא קוגל, ווי שטארק באפעפערט אדער באזאלצן דאס קען איך שוין נישט וויסן וויבאלד סוכ"ס רעדט מען דאך דא פון א רוחניותדיגע קוגל, זאגט אים דער שר האופים איך פארשטיי נישט, דו מיינסט טאקע אז דו ביסט שוין דורך אלע סארט מאכלים אויף די וועלט אז עס איז דיר פארבליבן אז דאס מוז זיין א רוחניתדיגע מאכל, נאך מער אויב שוין יא רוחניותדיגע מאכל וואס עפעס א פאטעטא קוגל אפשר א ירושלימער קוגל, און ווער זאגט אז ס'איז בכלל געווען א קוגל, אפשר א געוויסע פלייש, נאך מער וואס איז דיר יעצט מער פארשטענדליך אז דו האסט דיך פלוצלינג אזוי בארואיגט, די מענטשן האבן א חודש צייט געגעסן טאג טעגליך נאר די איינע מאכל, יעדער ווייסט אז פאר א מענטש איבערצולעבן מיז ער כסדר אריינעמן אין זיך מאכלים אויף וואס די פארדייאונגס סיסטעם איז אחראי צוצוטיילן די נויטיגע נוטרישיאנס פארן קערפער דאס צו האלטן ביים לעבן, יעצט אויב האבן זיי געגעסן א רוחניותדיגע פאטעטא קוגל, ביי וועלכע נקודה איז דאס טראנספארמירט געווארן צו א גשמיותדיגע סובסטאנץ אז דאס האט ערמעגליכט אריינצוגעבן די נויטיגע ניוטרישענס אין זייערע קערפער.
והנמשל מובן מאליו