Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » רוחניות, ווער קען דעפינירן ?

רוחניות, ווער קען דעפינירן ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 89 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7150
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:29 pm#222878
רוחניות, ווער קען דעפינירן ?
איך וויל דא פארלייגן א מאדנע שאלה, אבער איך מיין ס'איז א גוטע שאלה וואס מ'קען שווער ארויסקריכן דערפון, אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.
די שאלה איז ווי פאלגענד, איז דא וועג צו דעפענירן די מושג פון רוחניות אויף א וועג אז מ'קען איבערצייגן אז די מושג עקזעסטירט, אדער איז אוממעגליך צו צוצושטעלן סיי וואספארא עקזיסטענץ צו אט דער מושג, ווייל דאן וואלט עס געווען מאטריאליסטיש און נישט רוחני.
יעצט בהנחה אז מקען נישט צושטעלן קיין עקזיסטענץ צו אט דער מושג, איז נישט דער פשט אז מ'קען דאס נישט אויפווייזן מיט קיין שום עקספיריעמענטן, אלא מאי איז דאס א ענין פון אמונה ?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:46 pm#222886
רוחניות איז עפעס וואס מ׳קען נישט דעפינירן, און די מינוט וואס דו קענסט עס דעפינירן איז עס מער נישט רוחניות.
אויב דעפינירן א מושג איז געבויעט אויף מאטריאליסטישע עקסיאמעס
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:47 pm#222888
נו פון וואנעט קען מען אויפווייזן אז ס'איז דא אזא מושג בכלל ?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:01 pm#222891
m http://opinionator.blogs.nytimes.com/20 ... blogs&_r=0 m
די ניו יארק טיימס האט געהאט אנ איטעסאנטע איטערוויוא פין סעם הערריס (אן געלערנטע אפיקורס) וועגן אט דעם ענין. ער האלט אז דאס איז סאבזשעקטיב, אבער פארט האט רוחניות א SCIENTIFIC VALUE
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:02 pm#222892
פארוואס? האט געשריבן:רוחניות איז עפעס וואס מ׳קען נישט דעפינירן, און די מינוט וואס דו קענסט עס דעפינירן איז עס מער נישט רוחניות.
אויב דעפינירן א מושג איז געבויעט אויף מאטריאליסטישע עקסיאמעס

ריכטיג רוחניות איז א זאך וואס מקען נישט טאפען ווייל אין דער רגע וואס דאס ווערט טאפעדיג פארלירט דאס די רוחניות שבו אין עס בלייבט א גשם
אבער וואס יא, אוודאי קען מען אויפווייזען דעם מציאות פון א רוחניות׳דיגע פארנעם אן זיך סומך זיין בלויז אויף אמונה.
א גוטע ביישפיל איז דער כח פון עלעקטרי״ק, קענסט טאפען לעקטער? זעהסט דאס? וואס איז דאס? קען א נברא באשאפען לעקטער? אדער נאר נאכמאכען?
טלפתייה מהי?
מדיטצייה מהי?

ועיין בספר עמוד העבודה פון הרה״ק ר״ב קאסובער אין דרוש המחשבה
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:07 pm#222893
עלעקטריק איז א פיזישע זאך, טעלעפאטיע איז בעלאני, מעדיטעישאן איז א מעטאד פון רילעקסאן, גאר נישט מיט רוחניות
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:08 pm#222894
משל למה הדבר דומה.

אפשר קענסטו מסביר זיין ווי אזוי לעווענדער שמעקט? יעצט אויב וועסטו מדמה זיין אז ס'שמעקט ווי כך וכך, וועל איך דיר בעטן מסביר צו זיין ווי אזוי כך וכך שמעקט. אה, מ'קען עס נישט ממחיש ומסביר זיין, מוז זיין אז שמעק עקזיסטירט נישט.


.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:13 pm#222896
מ'רעדט נישט צו מ'קען עס ממחיש זיין צו נישט, מען רעד צו מען קען מאכן עקספירימענטן דאס פעסצושטעלן.
שמעקן איז א perception וואס שפיגלט אפ א רעאלע פיזישע ניוראלאגישע עקספיריענס
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:23 pm#222898
מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:30 pm#222901
נהורא נפישא האט געשריבן:עלעקטריק איז א פיזישע זאך, טעלעפאטיע איז בעלאני, מעדיטעישאן איז א מעטאד פון רילעקסאן, גאר נישט מיט רוחניות

די האסט אנגערירט א שטארקע נקודה וואס סאיז דא וואס זיך צו מעמיק זיין דערין, אבער לאמיר פעסט שטעלען מיט א קלארקייט אז רוחניות וי ווייט די מענטשלעכער גשם קען נישט משיג זיין איז נאר ווייל דער מענטש איז א גשם וואס קען נישט משיג זיין קיין רוחני ווייל דער חיבור צווישען די צוויי קען נישט עקזיסטירען צוליב די הפכיות שבדבר
דאך איז דא שפאלטענעס וי עס איז ערמעגלעכט צו זעהן אז רוחניות איז א מציאות, נאר אינז וואס זענען צוגעוויינט אז דער מציאות מיז זיין טאפעדיג לעבען אין א טעות ווייל אונזער גאנצער מציאות בעלמא הדין איז אויך א פאלטשע מציאות, איך מיין צו זאגען אז מיר קוקן נישט אן אונזער מציאות אלץ דער אמתדיגער מציאות וואס מיר זענען באמת ווייל אונזער אמתדיגער מציאות איז נישט קיין גשם נאר א רוחני
סאיז דא א ספר ״המימד הנוסף״(ערשינען תשס״ח אין א״י בהוצאת פלדהיים) וואס רעדט ארום וועגען דעם באריכות ואינו תח״י איך האב אסאך עוסק געוועהן אין דעם

הרב דעסלער איז דאס אויך מסביר אין מכתב מאליהו באריכות
אי״ה אויב וועל איך קענען וועל איך מרחיב זיין בהוכחות ברורות
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:33 pm#222903
מאטי האט געשריבן:מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition

מאטי , אז דו ביסט ביכולת, איך בין נישט קיין פיליזאף אפשר שמועסטו אויס די רעלעווענץ פון אט די פיליזאפישע קאנצעפטס אהער צו דעם שמועס ?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:35 pm#222904
אתא קלילא, פון וואנעט פארט ווייסטו אז ס'איז פארהאן עפעס באזונדער פון מאטריאליזם ?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:36 pm#222905
נהורא נפישא האט געשריבן:עלעקטריק איז א פיזישע זאך, טעלעפאטיע איז בעלאני, מעדיטעישאן איז א מעטאד פון רילעקסאן, גאר נישט מיט רוחניות

עלעקטריק איז א פיזישע זאך?
טלפאתייה איז באלאני?
מדיטאצייה איז דמיונות?
לא מיניה ולא מקצתיה, איינער וואס קען די ענינים אין זעהט דאס פון דער נאנט ווייסט קלאר אז רוחניות עקזיסטירט,
איינער וואס דמיון׳ט זיך אן אז ער קען מדיטצייה אין ער קען נישט איז א בעל דמיון אין סאיז דא אסאך אזאלכע,
אבער דער וואס קען די זאך זעהט דער מציאות שבדבר
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:43 pm#222907
נהורא נפישא האט געשריבן:אתא קלילא, פון וואנעט פארט ווייסטו אז ס'איז פארהאן עפעס באזונדער פון מאטריאליזם ?

לאמיר דיך פרעגען א שאלה,
האסט אמאל מיטגהאלטען פון דער נאנט די פלא פון די אוטיסטים קינדער?
וי אזוי קוקסטו זיי אן?
איך קוק זיי אן וי בלויז א נשמה אן קיין גוף!
ביי די קינדער ארבעט די נשמה׳דיגער כח אפען אין קלאר אין איך אליינס האב מיטגיהאלטען פון דער נאנט בעיני ראיתי דער גרויסער פלא שבדבר וי די זעהסט אז רוחניות עקזיסטירט אין אז מיר לעבען אין א גרויסען טעות אין מיר לעבען נישט דעם אמתדיגער מציאות וואס איז א רוחני נאר די פאלטשער מציאות וואס איז א גשם
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:52 pm#222911
נהורא נפישא האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition

מאטי , אז דו ביסט ביכולת, איך בין נישט קיין פיליזאף אפשר שמועסטו אויס די רעלעווענץ פון אט די פיליזאפישע קאנצעפטס אהער צו דעם שמועס ?

בקיצור נמרץ. ס'קען נישט געמאלן זיין אן עקספיריענס אנע זיך מצייר זיין מקום וזמן במחשבה. קומט אויס אז "מקום וזמן במחשבה איז בנמצא אינדערויסן פון אלע עקספיריענסעס.

ווייל אויב איז דאס די אינגרידיענס מיט וואס עקספיריענס שאפט זיך, ווי אזוי קען דאס אנקומען מיט עקספיריענס (וואס פארלאנגט מקום וזמן במחשבה) פאר ס'איז בנמצא.

פארשטאנען??
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:55 pm#222913
אויף דעם איז געבויט דער גאנצער ספר ״המימד הנוסף״
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:59 pm#222915
מאטי, נישט ממש פארשטאנען. וואס מיינט מקום וזמן במחשבה ?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:07 pm#222918
רוחניות פארנעמט נישט קיין ארט, אין דער כלל ארבעט אז יעדער גשם איז פארבינדען מיט א ארט,
אזוי אויך אפילו א מחשבה וואס איז מער רוחנתדיג אין א גלוי פון כח הנשמה קען אויף נישט אנגיין אן צו טראכטען א זאך וואס האט א מציאות און א ציור פון א ׳מקום׳
רוחניות איז אבער פונקט פארקערט דאס האט נישט קיין ׳תפיסת מקום׳ נישט במציאות אין אויך נישט במחשבה
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:12 pm#222919
מחשבה איז דוקא א רעאלער ניוראלאגישע עקספיריענס, יא מיר קענען עקספיריענסן א ספיוריטואלע עקספיריענס, אבער דאס איז סך הכל א perception פון א ניוראלאגישע עקספיריענס ,און איז סוביעקטיוו און טוט נישט באשטעטיגן איר עקזיסטענץ.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:26 pm#222920
ר' ברוך קאסובער שרייבט אז יעדער גשם פארנעמט פלאץ. פרעג איך וואס איז מיט ריח - איז עס נישט קיין גשם? איי עסטע זאגן אז ס'בכלל נישט דא אזא זאך? קען נישט זיין ווייל אפילו ווען דו טראגסט אראפ די גארבידזש שמעקט נאך אפאר מינוט דיין גארבידזש קען אינדערהיים.


------------------


כמדומה שיש מבוכה אם השכל שלנו הוא רוחני או גשמי. ור"ל שיש בכמה ספרים [תניא ורמח"ל וכו'] שהשכל הוא הנשמה. וכן נמי "חיות" של האדם הוא נשמה.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:49 pm#222929
איזהו דבר שהנשמה נהנית ממנו ולא הגוף הוי אומר זה הריח שהנשמה נהנית ממנו ולא הגוף
סאיז א קלארע גמ׳ אז די כח פון שמעק איז א גלוי פון כח הנשמה
דאס זעלבע עניין פון שמעק מיט נשמה טרעפען מיר אז משיח וואס איז דער סימבאל פון שלימות אין גילויים פון נשמה וואס קען זיין ביי א מענטש מיט א גוף וואס איז א גשם אין אויף משיח שטייט אז ער האט דאס עניין פון ״והריחו ביראת ה׳״
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:50 pm#222932
און וואזשע זאגן די חכמי האומות?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:53 pm#222933
נהורא נפישא האט געשריבן:מאטי, נישט ממש פארשטאנען. וואס מיינט מקום וזמן במחשבה ?

פראביר זיך מצייר זיין א געוויסע עקספיריענס אבער אן דעם קאנצעפט פון מקום אדער זמן, ס'גייט?
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:54 pm#222934
מילכיג האט געשריבן:און וואזשע זאגן די חכמי האומות?

m http://en.m.wikipedia.org/wiki/Odor m
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:55 pm#222936
ש'כח.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:59 pm#223706
פארוואס נעמסטו אן אז 'פיזיקל הסברים זענען מער 'מסביר געווען' ווי מעטאפיזישע? וואס רופסטו דא הבנה ווערסוס אי הבנה? די פאקט אז פיל מער מענטשען קלעבן צו סופערסטישיע / מיסטישע הסברים אויף ערשיינונגען ווי צו סייענטיפישע איז לכאורה א ראיה להיפך.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:00 pm#223707
אויב ווילסטו טענה'ן אז רוחניותדיגע הרגשים זענען נישט רוחניתדיג נאר ברעין פיזיש וואס טוהט אויף די גאנצע מעשה מיט די פויבסט?
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:23 pm#223711
אויב רוחניות = מעטאפיזיש, און הסברה/דעפיניציע = פיזיש, דאן איז נישט מעגליך "מסביר" צו זיין רוחניות, ווייל איינמאל ס'איז מוסבר איז דאס שוין נישט רוחניות. די זעלבע פראבלעם שאפט זיך ווען מ'פרובירט מסביר זיין "גאט". די בעסטע וואס מ'קען זאגן איז אז "רוחניות איז נישט גשמיות" איי אפשר איז נישט פארהאן קיין רוחניות. אין א סייענטיפישע לאבאטאריע איז טאקע נישט מעגליך ס'זאל ווערן אויפגעוויזן. דעריבער קענן מיר קיינמאהל נישט אויפווייזן ס'איז נישט דא. און יעדער איז בארעכטיגט צו גלייבן אז ס'איז יא דא.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:59 pm#223742
מאטי האט געשריבן:אויב רוחניות = מעטאפיזיש, און הסברה/דעפיניציע = פיזיש, דאן איז נישט מעגליך "מסביר" צו זיין רוחניות, ווייל איינמאל ס'איז מוסבר איז דאס שוין נישט רוחניות..

די דעפיניציע פארשטיי איך טאקע נישט און איך זעה נישט די הכרח צו דעם. עס זעהט מיר אפילו אויס פארקערט. אז "הסבר" מוז ביי דעפינישין זיין מעטאפיזיש. וויבאלד די הסבר איז דאך א מושכל און נישט קיין פיזישע מציאות. פיזישע "הסברים" זענען לרוב נישט מער ווי תיאורים וויאזוי עס געשעהט זיי זענען אבער גארנישט מסביר. א הסבר ווי מען פארשטייט אינטואיטיב די משמעות פון דער זאך הסבר איז אלעמאל א מושכל.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:04 pm#223744
איה"נ, איך האב גערעדט פונעם דבר המוסבר, די פיזישע הוכחה אז די זאך איז בנמצא.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:04 am#223763
כוכב האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איז א מאטעמאטישע מושג רוחניות?

http://plato.stanford.edu/entries/plato ... thematics/


@לעיקוואד קוק וואס דער חזו'א שרייבט:
אבל יש נמצאים שאין להם לא מדה ולא שטח והם נמצאים בחיוב ולא יציור בהם העדר, והן מושכלות כמו ב' פעמים ב' הם ד', וכמו המושכל שהאלכסון עודף על האורך וכיוצא בהן מן המושכלות, שאין למושכל מושגים ממושגי הגוף ואין עת למציאותן ולא נולדו מעולם ולא ימותו לעולם, ואין מציאותן נרגשות רק בנשמה שניתן לאדם להבין ולהשכיל, ונמצא כזה הוא מציאותו ית' ממציא כל הנמצאים וכו'.(אמונה בטחון א, ט)

יא דער חזו"א נעמט לכאורה אן פלעטאניזם, אבער ער לייגט צו "נרגש בנשמה", וואס דאס דארף צו מיינען.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:22 am#223786
לעיקוואד האט געשריבן:הלוואי וואלט די מיינד באדי פראבלעם געווען געלעזט אין היינטיגע סייענס. די מציאו
איז ווייט פון דעם סיי אויף א פראקטישע לעוועל (עס וייסט נאך קיינער נישט צו מסביר זיין קיין איין רגש נוירולוגיש, עס איז נאר אזא הנחה אז עס מוז זיין מקען) און כל שכן נישט אויף א פילאסאפישע לעוועל. רעדוקציניזים פון ליבשאפט וכדומה צו נוירונען איז פשוט נישט מסביר ליבשאפט בכלל. והדברים ידועים. ועל יסוד זה נופלים הרבה מדבריך. יותר אאריך לשאר הדברים אולי בהמשך לפי הפנאי.

ס'איז א גרויסע מבוכה ביי קאנטעמפארערי פיליזאפן, ס'דאכט זיך מיר אז רוב ניוראלאגיסטן גלויבן אין פיזיקליזם ווי איידער אין דאועליזם
דא וועל איך ציטירן פון וויקיפידיע איבער די ניוראכעמישע צושטאנד בשעת'ן עקספיריענסן ליבשאפט לדוגמא.

Studies in neuroscience have involved chemicals that are present in the brain and might be involved when people experience love. These chemicals include: nerve growth factor, testosterone, estrogen, dopamine,norepinephrine, serotonin, oxytocin, andvasopressin. Adequate brain levels of testosterone seem important for both human male and female sexual behavior. Dopamine, norepinephrine, and serotonin are more commonly found during the attraction phase of a relationship. Oxytocin and vasopressin seemed to be more closely linked to long term bonding and relationships characterized by strong attachments.The conventional view in biology is that there are two major drives in love — sexual attraction and attachment. Attachment between adults is presumed to work on the same principles that lead an infant to become attached to their mother or father– or both.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:29 pm#223916
נו, דאס איז דאך אלץ דברים ידועים, די דעבאטעס קען מען טרעפן איבעראל אלע צדדים איך האב נישט וואס מחדש זיין. מ'דארף נאכקועקען די אלע טענות זעהן וואס עס טוהט זיך. עס איז אוודאי נישטא קיין פילאזאפישע קאנצענזוס אז ברעין סייענס איז משנה בכלל די אלטע דעבאטעס. וואס רוב נורולוגיסטען גלייבען איז שוואך רעלעווענט ווייל זיי זענען נישט קיין פילאזאאפער און פיל מאל פארשטיין זיי אליינס נישט וואס זיי זאגען. אמאל איז דא טענות וואס יענער רופט מאטיריאליסטיש און למעשה איז עס גארנישט ענליך צו וואס מען רופט מאטיריאליסטיש פילאסאפיש (אויך נישט דואליסטיש דווקא, מער מאניסטיש אדער עפעס אזאננע דריטע שיטות)
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:56 pm#223922
נו שוין, דארף מען זיך זעצן לערנען, און אז ס'וועט נתחדש ווערן נייע נקודות לכאן או לכאן, וועט מען עס מערצעשעם ארויפברענגן, מיר איז פשוט מתקבל על הלב די מאטריאליסטישע וויאו (אין מיין דעפיניציע).
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:49 pm#224749
ס'קען זיין מען האט עס שוין דערמאנט דא, אבער אין תניא פ' ואתחנן שטייט אז מחשבה (אין געפילען) איז רוחניות.

מחשבה איז אזאך וואס יעדער קען פילען אז עס איז דא, מווייסט אפילו ווי מ'פילט עס (מקום תפילין).

גשמיות מיינט א מציאות וואס מקען טאטשען, זען, הערן, שמעקען אין עס איז תופס מקום (עס קען נישט זיין 2 אויף די זעלעבע פלאץ)

רחניות מיינט אזאך וואס האט נישט די אלע זאכען נאר מווייסט אז עס דא אזא מציאות כנ"ל.

ריח וואס מקען נישט זען אדער טאטשען איז א בחינה פין רחניות (מס' ברכות).

בקיצור אזאך וואס די חושים זענען ווי ווייניגער משיג ווערט אויך אנגעריפען רחניות רעלעטיוו צי גשמיות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 3:01 pm#224755
רמב"ם יוסה"ת פ"ד
לעולם אין אתה רואה גולם ("גשמי") בלא צורה ("רוחני") או צורה בלא גולם. אלא לב האדם הוא שמחלק גוף הנמצא בדעתו, ויודע שהוא מחובר מגולם וצורה. והצורות שאין להם גולם אינן נראין לעין אלא בעין הלב הן ידועין, כמו שידענו אדון הכל בלא ראיית עין עכ"ל.

תניא פ' ואתחנן:

ויובן ע"ד משל באדם, שהאדם מחמת הגוף הגשמי אינו יכול להשיג אפילו מהות הרוחניות המלובש בו, דהיינו הנפש וכחותיה, ואעפ"כ מרגיש הוא מציאותן בידיעה ממש. כמו על דרך משל המחשבה יודע מציאותה, ועם כל זה אינו משיג מהותה וכו'. וכן השכל ואותיות המחשבה שבמח אינו מושג מהותם וכו'. והיינו מפני שהאדם להיותו בגוף אינו משיג מהות הרוחניות שבו, אבל מ"מ מציאותן יודע ומרגיש ממש. ומזה יובן לנו באלקות שהשגת מציאותו בלבד, דהיינו ע"ד הרגשת הגוף את הנפש כנ"ל, הוא הנקרא בשם דעת כמ"ש דע את אלקי אביך כו' שענין הדעת הוא ענין ההרגשה הדבר בברירות. כך אור א"ס ב"ה בהתלבשותו בכל העולמות מורגש ונודע לנבראים הוא, אבל לא נודע רק מציאותו ולא מהותו כמ"ש הרמב"ם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:02 pm#224884
מאיר האט געשריבן:רמב"ם יוסה"ת פ"ד
לעולם אין אתה רואה גולם ("גשמי") בלא צורה ("רוחני") או צורה בלא גולם.

מאיר,גשמיות האט אאין זיך נישט רוחניות עכ"פ לפי שיטות רמב"ם זעכער נישט . צורה אינעם רמב"ם מיינט נישט רוחניות די רמב"ם רעדט פשוט יעדע דבר גשם האט אין זיך צוויי חלקים איינס די עצם חפץ צוויי די אויסשטעל פונעם חפץ די פארעם ווי אזוי די חומר איז אויסגישטעלט כדוגמה א סכין האט אין זיך די עצם חומר מתכת אין נאכדעים די וועג ווי אזוי די מתכות איז אויסגישטעלט, די פארעם ,צורה דאס מאכט טאקע די מתכות פאר די סכין , וואס די רמב"ם זאגט איז יעדע גשם וואס עס זאל נאר נישט זיין האט אין זיך אויטאמאטיש אויך א צורה אין מקען די צוויי נישט טיילן אין גשם
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 12:45 pm#440487
Re: רוחניות, ווער קען דעפינירן ?
אז מ׳האט דערמאנט די הגדרה פון קדושה.
m http://www.rationalistjudaism.com/2018/ ... e.html?m=1 m