Under maintenance
הויפט זייט » היינט איז סעפטעמבער עלעווען

היינט איז סעפטעמבער עלעווען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7155
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:14 am#223037
היינט איז סעפטעמבער עלעווען
היינט איז סעפטעמבער עלעווען. איינס פון די טרויעריגסטע און שאקירנסטע טעג אין מענטשליכער היסטאריע און וועלטליכער געשיכטע. דער בלוט דורכעגעווייקטער טאג ווען 19 יונגע בארבארישע איסלאמישע פאנאטיקער האבן פרייוויליג אויפגעגעגעבן אויף זייער לעבן צו פארווירקליכן אן אומגלויבליכן אקט פון שלעכטס וואס וואלט נישט געקענט פארגעשריבן ווערן אין וויסטן טרוים.

13 יאר זענען שוין פארביי און דער מוח איז נאך אלץ נישט אומשטאנד צו פארדייען וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט אין יענעם ביטערן טאג. די קריעטיוויטעט פון רשעות, די אויסגעשפראכנקייט און ברוטאליטעט פון בלוט-דורשט, און די ווייטגרייכנדע נאכפאלגן דער טאג האט געברענגט, טוישנדיג די נאאיווע פון דער וועלט אויף אייביג און אלעמאל.

נישט אין א ווייטן דריטן-וועלד-לאנד, אן אמבאסאדאר אין די מרחקים, נאר עמי בבית, אין סאמע נערוו-צענטער פון דער אמעריקאנער עקאנימשער הויפט-שטאט, אין צענטער פון וועלטס ביזנעס האנדל, האט אמעריקא געצאלט דעם טייערן פרייז פון טויזנטער אומשולדיגע לעבנס, וועלכע זענען גרויזאם אוועקגעשניטן געווארן אין א צייט אפשניט פון אייניגע מינוט, פארנט פון די אויגן פון ביליאנען צוקוקער, וואס האבן מיטגעהאלטן מיט צווייפל ווי די צוויי פאררויכערטע געביידעס האבן לאנג נישט געקענט אויסהאלטן דעם דרוק, און האבן זיך צוזאמענגעלייגט ווי שפילעכלעך, פארגייענדיג אין רויעך, אש און פארע.

דעספארע און פארצווייפלונג האט געקריגן נייע אומבאגרייפליכע באגריפן, ווען צענדליגער מענטשן זענען אראפגעשפרינגען צו זייער אומפארמיידבארן טויט. אין נויט פאר אן אטעם פון פרישע לופט, האבן זיי געדארפט וועלן צווישן א פיינפולער און לאנגזאמער טויט אדער א שנעלער און ספאנטאנישער טויט אויף דער אייגענער האנט. זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אויף זייער בלוט.

די וועלטס מאכטפולסטע און רייכסטע רעגירונג פון אלע צייטן איז פארכאפט געווארן אין טאטאלער שאק, די מעכטיגע פאראייניגטע שטאטן איז אראפגעברענגט געווארן צו אירע קניען.
דער פרעזידענט האט געדארפט לויפן גלות אין די הויכע ספערן און רוימען נישט טרעפנדיג קיין גאראנטירטן און פארזיכערטן מקום מנוחה אויפ'ן גאנצן ערד-קוגל.

אמעריקא האט זיך געלייגט יענע נאכט צו א נייער שווארצער רעאליטעט, ווערנדיג ארויפגעצווינגען מיט אן ענדלאזער קאמף קעגן דעם אקס פון שלעכטס וואס וועט אלעמאל מוזן עקזיסטירן. א מלחמה וואס נאר איר שטענדיגער אנוועזנהייט קען איר באצייכענען סוקסעספול.
ווי א שטראל אין דער פינסטערניש איז עס געווען די אפענע השגחה פרטית, אז די הונדערטער הצלה וואלונטירן וואס זענען אנגעקומען אויף דער סצענע זענען אנגעזאגט נישט אריינצוגיין אין די ברענעדיגע געביידעס און אזוי ארום האבן זיי בחסדי ה' אויסגעמיטן פון ליידן טראגישע פאטאלן.

13 יאר פארביי און דאך אזוי פריש און מיינע זכרון קעמערלעך. וואו איך בין געשטאנען ווען קענעדי איז געשאסן געווארן פרעגט מיר נישט ווייל מיינע עלטערן זענען נאכנישט געווען געבוירן. אבער די אטאקע אויף די טווין טאוערס וועט אלעמאל בלייבן ביי מיר פריש איינגעקריצט אין זכרון ווי עס וואלט ווען היינט פאסירט. איך וועל דאס אלעמאל געדענקען. אלס געטרייע בירגער וואס זארגן פאר שלומה של מלכות, ליגט אויף אונז דער פליכט און חובה צו געדענקען דעם טאג און אינזין האבן אונזער לאנד און אונזערע געבעטן אז דער אלמעכטיגער זאל איר היטן פון אלעם בייזן.

עס איז קאמיש צוריקצוטראכטן די אומוויסנהייט און דעמאראליזאציע עס האט דאן געהערשט אין די אידישע גאס. אויב איז די אלוועטליכע גאס געווען פארכאפט אין פאניק און שאק, איז עס ביי אונז געווען -- אין א געוויסן זין -- פיל ערגער. אומצאליגע דמיונות און פאנטאזיעס האבן זיך געדרייט פון מויל צום אויער און האט נאר צוגעגעבן צו דער כאאס און אנגסט.
ווי קעץ האבן מיר זיך געדרייט אין ישיבה ארום דעם פאבליק טעלעפאן און גערופן טעל מי איינמאל און נאכאמאל... אהיימקומענדיג בין איך נישט קיין סאך קלוגער געווארן ווייל מיין מוטער האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט די ראדיא טאשנאלן אויף אונזער צעבראכענער טעיפ רעקארדער.

אין א קאמישער אנעקדאט דערמאן איך מיך וואס אבי גערעדט האט געשריבן אין א שכינות'דיגן אשכול:

אבי גערעדט האט געשריבן:איך (און מסתם אויך אסאך אנדערע) האב שוין אסאך מאל זיך פרובירט פארצושטעלן וויאזוי קול מבשר וואלט אויסגעקוקט יענעם ביטערן טאג פון 9/11 אויב קאלמעוואסער וואלט שוין דאן עקזיסטירט.
קודם וואלט געקומען א טריקענע באריכט אויפן בולעטין קנעפל אז באריכטן קומען אריין איבער א פליגער אינעם טורעם, דרעזנער וואלט גלייך געהאט דעם הצלה קאארדינעיטער מיטן חב"ד רב פון לאוער מאנהעטן אויפן אידישן ווינקל, דאן וואלט אריינגעקומען נאך און נאך שאקירנדע נייעסן, נו ווער האט דא א גוטן כח הדמיון אראפצולייגן וויאזוי ער וואלט עס געקאווערט? אפשר מאראנצי די אליין?


עס איז שוין היינט אנדערע צייטן. די וועלט איז קליין-דארפיש און אלעס קומט אן איבעראל. די אטאקע אויף דער צווייטער טווין טאוער געביידע ווערט באצייכנט אלס דאס מערסט-דאקומענטירטע געשעעניש אין דער היסטאריע ווען די קאמערעס פון יעדער נייעס סטאנציע איבער דער וועלט האבן דאס פילמירט. אפילו פונעם ערשטן עראפלאן איז מערקווירדיג פארבליבן א רעקארדירונג, דורך א ווידעא קאמערע וואס איז פערצופאל געווען געוואנדן אהין.
ווי אנדערש וואלט געווען היינט ווען -- חס מלהזכיר -- אזא זאך זאל זיך איבער'חזר'ן. עס איז היינט א לעבן פון "עין רואה" יעדער מענטש פארמעגט א מאשינקע אין דער קעשענע. עס וואלט לכאורה נישט געהערשט אזא צעמישעניש ווי אין די ערשטע מינוטן ווען באריכטן האבן זיך סותר געווען איינס מיט'ן צווייטן, און יעדע דעטאל פון די אטאקעס וואלטן פילמירט דורך די מיליאנען צושויער.

זאל דאס בלוט פון די אומשולדיגע אלעמאל זידן, מיר וועלן פון זיי קיינמאל פארגעסן, ונקיתי דמם לא נקיתי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:22 am#223058
האט איינער זכרונות פון יענעם טאג? אויב האט איר צוטריט צו מאחורי זענט איר שוין מסתמא געווען געבוירן דעמאלט...
נו געגאנגען, פארציילט וואס איר געדענקט.
#אייוועלט סטייל אשכול אלערט
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:36 am#223066
דא זענען מיינע זכרונות
l viewtopic.php?f=4&t=1841 l
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:52 pm#223101
זייער שיין, כוכב.

די קוואוט פונעם יאהר:
א מלחמה וואס נאר איר שטענדיגער אנוועזנהייט קען איר באצייכענען סוקסעספול.


איין פרט וואס ווערט מאיזה סיבה פארגעסן איז די מצב מיט די אמעריקאנער פענער, מחוטב עצך עד שואב מימך, אלע קארס און באסעס, מוסדות און הייזער, האבן ארויסגעהאנגן דעם פאן פאר עטליכע חדשים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:26 pm#223108
בין הזמנים, חודש אלול תשס"א,
אין די סוגיא ווי אזוי מ'האלט א חלף,
אין בית חיה מיט'ן שיחת חולין,
צווישן קאווע און בייטלעך תפילין,
א געפילדער דארט ביים עק,
מ'רעדט און מ'שושקעט מיט שרעק,
צווישן תיקון, משקה, און קאווע,
פושקעס, שופר, און שמעק פון שעוה,
איינער מיט די שרעקליכע נייעס,
בשעת'ן פארקייען די לעצטע כזית,
פארפאניקט שמועסט מען הויעך,
בשעת אנדערע לויפן צום דאך מיט כח,
אינגאנצען פארשטיינערט די מח,
דער הימל אויך בלאס אין רויעך,
צינגן פייער שלינגן דעם בלויען הימל,
הילפס לייט יאגן זיך מיט טומעל,
על אלה אויף די שרעקליכע טאג,
ווי היינט, דערפאר היינט איך קלאג,
ווען דריי טוזענט מענטשן אוועקגעריסן,
עראפלאנען אין זיי נעבעך אריינגעשמיסן,
בלוט, אש, טינקל און טרערן,
מסוף העולם זאל יעדער וויסן און הערן,
א זכרון פאר די נרצחים לעולמי עד,
ביזן טאג פון והיה ה' למלך אין איר צייט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:32 pm#223111
היינט איז סעפטעמבער עלעווען
איינע פון מיינע שרעקעדיגסטע זכרונות פון יענעם טאג.

איך בין געווען אין א קאר יענעם אינדערפרי. אויפן וועג פון בארא פארק צו וויליאמסבורג. די ראדיא איז געווען אנגעצונדען אויף די העכסטע וואליאם. פון אלע זייטען האב איך געזעהן הונדערטע פייערלשער טראקס. אמבולאנסען. קארס. פליען אין איין ריכטונג.

די ראדיא האט געמאלדען: ״אלע ערעפלאנען האבן געלאנדעט! קיין איין ערעפלאן איז מער נישט אין הימעל! צו פארזיכערען אז עס געשעהט נישט מער קיין אטאקעס״

א מינוט נאך דאס הערן אויפן ראדיא. הער איך הויעכע גרודער פון אן ערעפלאן וואס פליט העכער אונזערע קעפ...

מיין נשמה איז מיר ארויסגעפלויגען פון שרעק!



דערנאך האט די ראדיא געמאלדען אז מען זאל זיך נישט דערשרעקן דאס זענען געווען מיליטער פליגער (ווי א שירעם נאכן רעגען)
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:43 pm#223115
איך בין געוועהן אין א"י אין עירפארט כדי צו כאפן מיין פלייט קיין אמעריקא. בשעת'ן זיין אין די טערמינאל האט זיך אויף די טעלעוויזשען באוויזן די נייעס. ס'האט אויסגעבראכן מהומות אז די קענסט דיך נישט פארשטעלן. ס'איז געוועהן פיל מיט אמעריקאנע מענטשן דארטען ,און ס'איז געוועהן קוויטשערייען און בכיות בשעת די בילדינגס זענען צאמגעפאלן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:12 pm#223126
כ'בין טיף געשלאפן ווען מיין מאמע וועקט מיר אויף מיט א נייעס אז אז א די טווין טאוערס ברענט. איך האב נישט באגרייפט, איך בין נישט געווען באקאנט און נישט צופיל מיטגעהאלטן וועלטליכע נייעס. איך בין שנעל ארויסגעלאפן און מיטגעלאפן מיט אנדערע צו ווייט עוועניו, נאך אידן און נישט אידן שטייען און קוקן אויף די פלאמען. שוין געווען נאך די צווייטע קראך. איך געדענק זאגן פאר מיין שכן דארט, זעענדיג דעם העליקאפטער פליען העכער די בילדינג'ס, אז אלעס וועט זיין אקעי, דער קאפטער וועט זיכער גיין אויפן דאך ראטעווען מענטשן. פלוצלינג בום! איין בילדינג לייגט זיך אראפ, איך ציפ מיר צו פארשטיין וואס גייט דא פאר? א גוי נעבן מיר הייבט אן וויינען און שרייען א צווייטער שרייט האלי ***!!
צוריק אהיים מיטהאלטן פון די ראדיא, נישט געזען דעם צווייטן בילדינג פאלן.
אויסער די פענער איבעראל, זענען מענטשן געווארן פריינטליך, אויפן ראוד קיינער געפיפן, יעדער האט דיר אריינגעלאזט אין זיין לעין... ניו יארק עט איטס בעסט ווען דע ווארסט העפפענד.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:27 pm#223131
איך בין ווי אלע מיינע שכנים בשעתו געשטאנען אויבן אויפן דאך קוקענדיג ווי די צפון בנין ברענט, און מיטגעהאלטן ווי דער יונייטיד ערליין פליגער נומער 175 זעצט אריין אינעם דרום בנין אום 9:03 צופרי, (טאקע ברם יזכר לטוב דעם מיסיס פארן ארויפלאזן) זינט דאן ווען איך זעה א פליגער צו נידריג (ווען איך פאר למשל נעבן נוארק) ברענגט עס מיר ארויף קאשמארן.

איך האב געזעהן די ברוכווארג פליען און ווען די צוויי בנינים האבן זיך צאמגעלייגט די דרום אום 9:59 און די צפון אום 10:28האב איך געלאזט א טרער... און ערשט בערך 11:15 אוועקגעגאנגן פונעם דאך.

איך בין געזיצן ביי מיין מוטער אינדערהיים און אויסגעהערט דעם פרעזידענטס דרשה ביינאכט, איך האב דאס שוין איבערגעקוקט צענדליגע מאל, צענדליגע? הונדערטע מאל, איך האב אים גאר שטארק ליב באקומען דעמאלטס.

ווי ווייט איך געדענק איז ביי מנחה מעריב געווען די מוד זייער אראפ, יעדער איז געווען היפש דיפרעסט און דערשראקן, מ'האט אבער ביטערלעך געלאכט פון די נארישקייטן וואס מ'האט אונז פארקויפט אז ווען א פליגער קומט נאר נאנט 10 מייל פונעם פענטיגאן ווערט עס אטאמאטיש אראפגעשאסן...

יא! איך האב פיינט יעדן מוסלעמענער זינט דאן! טוה מיך עפעס!

פוי בין לאדין!
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:55 pm#223152
און איך וועל אין מיין לעבן נישט פארגעסן ווי מיין מגי"ש האט אריינגעשטורמעט אין כתה מיט די שוידערליכע נייעס אז א פליגער האט אריינגעשמעטערט אין די טווין טאוערס. כ'געדענק נאך די שוידער און שטילקייט וואס האט איבערגענומען דעם עולם ווען ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער פון מויל. א פליג האט מען געקענט הערן.

כ'בין ארויפגעלאפן מיט מיינע חברים אויפ'ן דאך און נאך עספייט צו זען דער צווייטער אטאקע מיט מיינע אייגענע אויגן. מיין טאטע, וואס האט זיך געפונען דעמאלט אין ניו דזשערסי, איז נישט אהיימגעקומען ביז צוויי טעג שפעטער צוליב די אפגעשפארטע הייוועיס — און איז איינגעשטאנען ביי א קרוב.

ווי ונבנתה דערמאנט, האט חדשים שפעטער געפלאטערט אן אמעריקאנער פאן אויף מיין פאטערס קאר, און א שכן פון די בלאק איז גאר ארומגעגאנגען טיילן אומזיסטע פענער פאר די וואס האבן נישט געהאט.

איי, ביטערע זכרונות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:35 pm#223222
ונבנתה העיר האט געשריבן:זייער שיין, כוכב.

די קוואוט פונעם יאהר:
א מלחמה וואס נאר איר שטענדיגער אנוועזנהייט קען איר באצייכענען סוקסעספול.


איין פרט וואס ווערט מאיזה סיבה פארגעסן איז די מצב מיט די אמעריקאנער פענער, מחוטב עצך עד שואב מימך, אלע קארס און באסעס, מוסדות און הייזער, האבן ארויסגעהאנגן דעם פאן פאר עטליכע חדשים.

פארוואס זאגסטו אז ס'ווערט פארגעסן?
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:09 pm#223233
איך בין אין יענע ביטערע טאג אראפגעפארן Clymer street און פלוצלונג זעהן מיר ווי די טווין טויערס ברענט מיר האבן זיך אפגעשטעלט און געקוקט ווי די צווייטע פליגער שמעטערט ליידער אריין און די אנדערע בילדונג און איך האב געמיינט אז די וועלט שטעלט זיך אפ. אסך חיזוק האב איך באקומען פון פרעזידענט בוש וואס האט געוויזען שטארקייט וואס אפילו איך האב אים נישט ליעב דאך קומט זיך אים קרעדיט פאר די פירערשאפט וואס ער האט ארויסגעוויזען

איין זאך וואס איך בענק זיך איז די אחדות וואס האט דאן געהערשט און אמעריקא נישט געווען קיין רעפובליקאנער אדער דעמאקראטען נאר אמעריקאנע

וואס נאך איך געדענק איז די שמועות וועגן א הצלה מעמבער וואס איז געווען געטרעפט און די פייער וואס בחסדי השם איז ער געראטעוועט געווארן און טוט נאך חסד און פארנומען צו העלפען קראנקע ביזן היינטיגען טאג ביז 120 געזונטערהייט

און מיט א קלאפ און די פלייצע זאג איך מיט א גראדע ריקען פאר אסאמא בין לאדין ימש"ו צוריבן זאלן ווערן זיינע ביינער, שוין 3 יאר וואס די וועלט איז ריין פון דיר, דיין עקעלדיגע ארעגענזאציע על קאידע איז מצטמק ויפה לה און אמעריקא בליעט

God bless America
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:40 pm#223245
עס כאפט א שוידער אז ווער עס וויל עס געדענקן מוז זיין לכל הפחות 20-25 יאר אלט, וואס דעמאלס איז ער געוועהן כאטש 7-10 יאר אלט.

דער שמועס אין דער מקוה היינט צופרי איז געוועהן ווי אזוי וואלט אבאמא רעאגירט, נאך איין מזל ס'געוועהן בוש. אוי ווען ער איז געוועהן האבן מאנכע און עטליכע פון אונז איהם פיל אונטערגעשאצט, לעומת באראק הוסעין אובאמא איז ער געוועהן גאלד און ארויס געוויזען מורא'דיגע שטייפקייט. איז בוש נישט געוועהן דער בעסטער רעדנער וואס האבן אונז פון אבאמא'ס טעלעפראמטער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:59 pm#223257
דולה ומשקה האט געשריבן:עס כאפט א שוידער אז ווער עס וויל עס געדענקן מוז זיין לכל הפחות 20-25 יאר אלט, וואס דעמאלס איז ער געוועהן כאטש 7-10 יאר אלט.

דער שמועס אין דער מקוה היינט צופרי איז געוועהן ווי אזוי וואלט אבאמא רעאגירט, נאך איין מזל ס'געוועהן בוש. אוי ווען ער איז געוועהן האבן מאנכע און עטליכע פון אונז איהם פיל אונטערגעשאצט, לעומת באראק הוסעין אובאמא איז ער געוועהן גאלד און ארויס געוויזען מורא'דיגע שטייפקייט. איז בוש נישט געוועהן דער בעסטער רעדנער וואס האבן אונז פון אבאמא'ס טעלעפראמטער.

מצד שני, מיט כוסעין אלס פרעזידענט וואלטן מיר נישט געליטן פון אייסיס, מיט בוש'ס גאנצע 'שטארקייט' (ליין, רעליגיעזע פאנאטישקייט, געאפאליטיק אומבאהאוונטקייט) האט זיך אמעריקע נוקם געווען אין סעקולארן טיראן סאדאם, וואס האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג מיטן רעליגיעזן עקסטרעמיסט בין לאדין, אל קאידא, און דעם אטאקע אויפן אמעריקאנעם היימלאנד,
מיט סאדאם אויפן בענקל וואלט 'אייסיס' געווען ווייניגער מעגליך ווי 'אייסעס' אינעם סאהארא מדבר,
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:11 am#223346
מיינע הרגשים איבער דעם 9/11 מעמאריעל מיוזעאם קענט איר זעען דא...

l viewtopic.php?p=207351#p207351 l
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:40 am#223379
.
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:15 pm#223400
ישראל קאפקע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:עס כאפט א שוידער אז ווער עס וויל עס געדענקן מוז זיין לכל הפחות 20-25 יאר אלט, וואס דעמאלס איז ער געוועהן כאטש 7-10 יאר אלט.

דער שמועס אין דער מקוה היינט צופרי איז געוועהן ווי אזוי וואלט אבאמא רעאגירט, נאך איין מזל ס'געוועהן בוש. אוי ווען ער איז געוועהן האבן מאנכע און עטליכע פון אונז איהם פיל אונטערגעשאצט, לעומת באראק הוסעין אובאמא איז ער געוועהן גאלד און ארויס געוויזען מורא'דיגע שטייפקייט. איז בוש נישט געוועהן דער בעסטער רעדנער וואס האבן אונז פון אבאמא'ס טעלעפראמטער.

מצד שני, מיט כוסעין אלס פרעזידענט וואלטן מיר נישט געליטן פון אייסיס, מיט בוש'ס גאנצע 'שטארקייט' (ליין, רעליגיעזע פאנאטישקייט, געאפאליטיק אומבאהאוונטקייט) האט זיך אמעריקע נוקם געווען אין סעקולארן טיראן סאדאם, וואס האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג מיטן רעליגיעזן עקסטרעמיסט בין לאדין, אל קאידא, און דעם אטאקע אויפן אמעריקאנעם היימלאנד,
מיט סאדאם אויפן בענקל וואלט 'אייסיס' געווען ווייניגער מעגליך ווי 'אייסעס' אינעם סאהארא מדבר,


בעצם ביסטו גערעכט, אז ס'וואלט בעסער געווען ווען נישט. אבער ס'איז זייער קאנוויניענט צו קומען לאחר המעשה זאגן אז ס'געווען א טעות, ווען אין פאקט, זענען אלע אלע! געווען ביי די מיינונג אז "סאדאם מוז פליען". ווער ס'געדעקנט, פראנקרייך האט זיך געטרויעט צו זאגן א ווארט אקעגן דעם, און פראנצויזישע וויינען זענען באיאקטירט געווארן, " פרענטש פריי'ס" האט באקומען דעם נאמען " פרידאם פריי'ס".

צו בוש האט בעצם געוואוסט אז די "כעמישע וואפן באריכטן" האט נישט געהאט קיין שום האפט אין ריאליטעט, לאזט זיך שפעקולירן אנע זיכערע החלטות. אבער ס'נישט אויסערארנטליך אים צו געבן די יתרון הספק אז ער האט געהאנדלט מיט אמת'דיגקייט לפי המצב. יא איך פארשטיי אז די קאמאנדאר אין טשיף איז ריספאנסעבל נישט קיין חילוק וואס, אבער דאס איז בלויז א סלאגאן, און נעמט נישט צו דעם לימוד זכות.

נ.ב. איך בין ווייט נישט קיין חסיד פון די ראש/שאון/לעווין טרייאו
מיטוואך מאי 20, 2015 12:05 pm#277290
א בריוו/צוואה פון בין לאדין צו זיין ווייב יעצט ארויסגעגעבן

איך ווייס נישט ווי עס צו לייגען לייג איך עס דא


( ATUB @כוכב ATUB )
מיטוואך מאי 20, 2015 1:02 pm#277300
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
ATUB @יואב ATUB , אפשר קענסטו איבערגעבן די קאמענטארן דערויף פינעם איסלאמישן קאווע שטיבל?
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:53 pm#298172
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
איך בין געגאנגען זוכען דעם מלך בשדה, אט זענען עטליכע זכרונות פונעם נייעם ווארלד טרעיד סענטער.

בילדבילדבילדבילדבילד
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:53 pm#298173
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
בילדבילדבילדבילדבילד
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:54 pm#298175
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
בילדבילדבילדבילדבילד
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:54 pm#298176
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
בילד
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 5:14 pm#298178
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 1:01 pm#299867
אזוי ווי סעפטעמבער 11 דערנעטערט זיך. וויל איך פארציילן ווי ווייט די כח פון א בילד איז. בשעת יענער טרויעריגער טאג בין איך געווען א בחור. יעדער איינער האט געזוכט און גענישטערט א נייעס'ל. ביז איינער האט געברענגט א גויאישער צייטונג. און איך האב מיט אייפער דורכגעבלעטערט די בילדער א טאג נאך די געשעהעניש. עס איז געווען איין בילד וואו מען זעט א פרוי, ארום גענומען אין העלישער פלאמען. און איך האב אזוי געמיינט אז איינער האט געכאפט א בילד פון א פרוי ארומגענומען מיט רויטע פלאמען און וויינט און קען נישט ארויסגיין. עס איז געווען גאר א דראמטישע בילד. איך האב די בילד נאכקיינמאל נישט געזען ביז לעצטער וואך. איך האב עס נאכאמאל געזען און עס האט געגעבן א פלעש מיין מוח, באאאם די בילד איז מיר באקאנט. און איך בין געוואור געווארן אז עס איז נישט געווען קיין פייער, נאר שטויב. און יענער פרוי איז גאר יעצט געשטארבן. מען האט איר גערופען די 'דאסט לעדי'.

בילד
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 1:14 pm#299869
זי האט נישט געקענט צואווארטן אפאר טעג ביז די יאר טאג פון 9 11?
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 1:42 pm#299873
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 3:16 pm#299894
אינטערסאנט זי איז א שווארצע פרוי אבער די שטויב מאכט איהר אויסקיקן ווי ווייס
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:19 am#300645
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:42 am#300651
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
/
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:54 am#300654
ס' וואלט ווען אינטערסאנט געווען צו האבן א קאווע שטיבל אשכול פון די נייעס פון סעפטעמבער עלעווען אליינס - ווען קאווע שטיבל וואלט שוין געווען דעמאלטס-

ATUB @ראשעקאל ATUB וואלט געבראכען די ערשטע די נייעס ... וכו' עטס קענסט דמיונען ווייטער
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:32 pm#300721
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
איך האב געזעהן אויף dansdealsforum א לינק וואס ער ברענגט. איך ברענג אהער דער תגובה וואס איינער שרייבט פון זיין טאג צופרי אויף 9/11.

m http://www.flyertalk.com/forum/united-a ... 001-a.html m
Dec 3, 05 1:15 pm by Putt4eagle

On 9/11, I was listening to Ch. 9. I was on a flight out of ORD to AZ (757) seated in 5F. We had just taken off and where climbing to cruise. A flight out of Rockford, IL was squeezing between us and the UA in front of us. I watched as he lined up to get on the highway westbound. Then, abruptly, the Rockford flight called ATC and requested immediate clearance to return to home. ATC responded with some quick direction and asked if they were experiencing trouble. No, just directed to return home by company pronto. Hmmm, strange I thought. 

Then the UA in front of us requested emergency clearance back to ORD. Loooong pause from ATC. Now, this is Chicago Center air space. There are no pauses. Certainly not 30-40 seconds of dead air. Hmm, man that is weird, I thought. Then like a starters pistol went off, the comm light up. Another plane req. clearance, then another, another.... boom, boom, boom. Nothing from ATC. I nudged the guy next to me and said put on Ch. 9. He could see by the expression on my face, I was serious. 

ATC got on the air and started by saying this was going to go quick and pilots needed to listen up. "Protocol responses are not required, just do exactly as I say quickly". Then it began. "UA ###, turn right heading blah, blah expect Springfield airport. SWA ###, turn left heading blah, blah expect Rockford. Delta ###...." This went on for about 3 solid minutes before I rang the bell for the FA who was passing out breakfast. Our number had not yet been called. The FA came by and I said "We are all going back to O'Hare, they are landing every plane in the sky. What is going on?!?" She looked at me in disbelief and kind of leaned down to look out the window. I could see that she was about to start to tell me not to worry about it when we pitched right at about 45*s. It was so quick it nearly dumped the FA in my lap. 

Her expression changed quickly. I could see she knew that was no turn you make in a 757 under normal conditions. She said, I will be right back and picked up the comm. She went flush. Not saying a word, not "ok", not "goodbye", not "I understand"... nothing, she hung up the phone. I don't know why I remember that she did not respond so vividly in my mind but it took the whole thing up a notch for me. I knew she thought this was very serious and was scared. She walked right back to me, scooped up my tray and said in a voice full of authority, "Pull up your chair, put away your tray table and buckle up, now. We are landing in a few minutes. The pilot will be on with more instructions in a few minutes." I was frozen. In the ten steps it took her to get from the phone to me, her whole demeanor changed from shocked to pissed. 

By this time, ATC comm on ch. 9 had been cut off. We were pitching left and right, then right and left and descending fast. It was about 5 minutes before the pilot came on and said "Ladies and gentlemen, please listen very carefully, We have been instructed by the FAA to land immediately. There has been a security breach in the system and we will be on the ground in Chicago in a few minutes. Listen carefully to the FAs instructions and do as they as say please." click. Huh!?! Instructed by the FAA? Not ATC... FAA!! Whaaa?!? Security breach in "the system"? What does that mean? Did some guy run through the check point at the airport? Now, I was scared. 

A couple more minutes of quick turns and fast drops go by. The pilot (a woman, I don't know why I mention that but I remember it clearly) comes back on the comm. "This is the captain. We will be landing quickly in Des Moines, IA. Flight attendants, please prepare the cabin." click. Hard turn right, hard turn left... the FAs are barking out instructions on the comm. Now I can see planes everywhere around us. There had to be a dozen so close I could tell the company clearly. I could discern the 7-5s from the 7-3s, the AB320s from the 319s. 

We were at about 8 thousand by now. It was less than 3 minutes since we last heard from the pilot and she was on again. "This is the captain. We will be landing at the Quad Cities airport in 4 minutes. When we land we have been instructed not to approach the terminal. Please remain calm and we will back with instructions as soon as possible." click. Now I could hear a woman crying a few rows behind me. 

Our last turn to hit the glide path was so sharp I could see the corn rows in the fields below. There was a SWA 7-3 easily within a mile and a half behind us as we fish tailed, it seemed, into runway alignment. Gears go down way late. We are going much faster than a normal approach. 2k now.... 1500, 1... touchdown... hard. Heavy brakes for a good bit then they release and we roll all the way down to the end and turn right toward the terminal. I look back down the runway and the SWA 7-3 is about 500yrds off the end of the runway. This would have been a "go around" under normal circumstances. Behind Southwest, they are stacked up on a string. 8-10 planes maybe... boom, boom, boom. Big ones too. 

"Oh, my God! Oh, my God!" I hear a voice behind me. I turn, it's a man on his cell. 'Two planes hit the WTC. They are on fire...both buildings." We are in the terminal in a flash it seemed. I made a few calls and went to the rental counter and secured a car (a fire engine red, Dodge minivan) before I sat in this tiny airport and watch TV for about 4 hours. By the time I decided to go back to Chicago, the rental counters were chaos. I slowly made my way through the crowd announcing rides were available back to ORD for any takers, follow me out. Outside I turned around to see I had five takers, 2 men, 3 women. One was a UA FA. We barely spoke a word the whole way back. I don't even remember any of their names. ORD was closed and I dropped ‘em off one by one at various places around the city. Then home for me. I'll never forget where I was or that Ch. 9 was a part of it. I still have the stub from the flight. UA 1969, ORD to Phoenix, seat 5F.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:53 pm#300723
ישיבה וועלט ברעינגט קיינמאל ביפאר נאכניש געזעין פוטידש פון די 9-11 דיזאסטער
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:55 pm#300724
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
לינק ארבייט נישט
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:07 pm#300725
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:07 pm#300726
קרעדיט: פליקער

זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:37 am#349078
יעלה ויבוא ביום המר והנמהר הזה.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:10 pm#349130
טראכט א רגע ווען סעפטעמבער עלעווען פאסירט ווען היינט צוטאגס אין דער סאציאלער מידיע עפאכע, וואלט יעדער יחיד פון די דריי טויזנט גע'הרג'טע ליידער דאקומענטירט זיין אייגענעם טויט. עס וואלט געווען ימ'ען פון ווידעא, מעסעזשעס און הארצרייסנדע וואויסנאוטס וואס וואלטן פאראייביגט יעדן פיצינקע שוידערליכן דעטאל פון יענעם גרויזאמען טאג.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:05 pm#349145
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
פונקט האבעך נעכטן נאכט געטראכט דערוועגן!

# גרעיט מיינדס
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:35 pm#349158
אויפן היינטיגן BING בלעטל, דער סטעטן איילענד מעמאריעל פון 9/11,
פונעם הונטערגרינד באמערקט מען דעם נייעם פרידאם טאוער.

.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:26 pm#349166
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
צום 15 יאר פון 9/11 האט נעשיאנעל גיאגראפיק ארויסגעלייגט נאכאמאל זייערע וידעא'ס איבער 9/11 אויף זייער עפפ... מען דארף אבער אריינלאגן מיט א טי ווי פראוויידער... און פאר גיאגראפיק און fox בכלליות וועט מען נישט קענען זען ווידעא מיט א עד בלאקער פון עני סארט
בילד
בילד
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:30 pm#349167
איעז איינאר דו און קעווא שטובעל שוין גווועין געבאורעען באא סעפתעמבר אלעבען??
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:43 pm#349169
א רעפ ניגון לזכרון פון 911 דורך א היימישער. סאל אויערבאך שוואגער פון TURX.

זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 8:04 pm#349187
אן ארטיקל אין האפינגטאן פאסט וואס אילוסטרירט די נקודה און מערקט אן אז אפילו יוטוב און גוגל ניוס האבן נאכנישט עקזיסטירט דאן.


m http://www.huffingtonpost.com/dean-prae ... 72764.html m
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 8:55 pm#349196
די ערשטע קרבן פון 9/11 איז די ישראלי אמעריקאנער העלד. m https://en.wikipedia.org/wiki/Daniel_Lewin m . אלץ געוועזענע מיטגלידער אין די ישראלי קאמאנדאס האט ער פרובירט זיך שלאגן מיט די טעראריסטן אויפן פליגער. יהא זכרו ברוך.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:01 am#349231
911 אינטערוויו מיט דאנאלד טראמפ. טייל קריטיקירן די פאקט אז ער ברענגט ארויס אז זיין אפיס טורעם וועט יעצט זיין די העכסטע אין דאנטאון. בכ"א אינטערעסאנט.
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:20 am#384470
.
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:07 am#384472
Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען
איך האב יעצט אפגעהאלטן די צווייטע מינוט פון שטילקייט לכבוד די וואס זענען געווארן דערמארדעט, עס וואלט מיר נישט אזוי בארירט ווען נישט די זעלבע זאך וואס האט פאסירט דעמאלטס איז נאך די זעלבע געפאר ווי עס איז געווען דעמאלטס
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:42 pm#384485
.