Under maintenance
הויפט זייט » לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך

לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7184
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:45 am#223805
לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך
בשכנות פון אונזער באליבטע שטובל רוהט זיך במנוחה די "צימעס אפטיילונג" ווי עס פאשען זיך רוהיג אזעלכע וואס זענען בגדר "א ווארעם עסט זיך אריין אין רעטעך מיינט ער אז עס איז נישטא קיין בעסערס" על כל בנים, דארטן רודערט זיך שוין א שטיק צייט איבער די העפטיגע מחלוקת אין ישיבת אלכסנדר. עס זעהט דארטן אויס ווי יעדער אייניקל לבית זינגער האט שוין געמאכט דארט א ניק צו פארטרעטן זיין טאטע אדער פעטער. דאס איז אבער אלעס צימעס, איך וויל בארירן די נושא פון א נישט צימעס'דיגע פרעספעקטיוו, און איך וויל ערקלערן פארוואס איך ווינטש גרויס הצלחה פאר ביידע צדדים אין די מחלוקת, למכה מצרים בבכוריהם, און אז עס זאל זיי געלונגען צו צוברעכן די דאזיגע אבן נגף.

יעדער ווייסט אז עס הערשט א געוואלדיגע קריזיס אין חינוך, מוסדות ווארפן זיך מיט קינדער אויף א שרעקליכן פארנעם און ליידער זענען דא קינדער וואס זיצן אינדערהיים, צום טרויער פון די עלטערן, אן טרעפן א בית חינוך פאר זיי.
אנגעהויבן האט זיך די צרה נישט מיט קינדער נאר צוערשט מיט בחורים, און פון דארטן רוקט זיך עס.
די אנפאנג פון די צרה ביי די בחורים איז געווען מיט די ישיבות למצויינים, די פארשאלטענע פאלשע מושג וואס האט גארנישט מוסיף געווען צו כלל ישראל אויסער די יעצטיגע קריזיס פון נישט נעמען קינדער.
די ישיבת למצויינים איז איין גרויסע פאלשע באלאן, די ישיבת למצויינים ערצייגן נישט קיין בעסערע בחורים און די בחורים וואס ווערן אנגענומען זענען לאו דווקא מצויינים.

די ערשטע און מערסטע חוצפה'דיגע למצויינים איז געווען אלכסנדר. אלכסנדר איז בעצם גארנישט, עס איז אן איסתרא בלגינא, נישט ר' ברוך, דער ראש ישיבה, נישט ר' יאסל דער רבי און נישט זייער טאטע זענען געווען אנשים מורמים מעם. זיי זענען זייער פשוטע מענטשן וואס האבן זיך זייער ליב און האבן געעפענט א ישיבה בלויז צו בויען זיך א נאמען און באקומען כבוד. די ישיבה איז נישט עפעס עכט זייער תוכן'דיג, והראיה, קוק אויף די ליסטעס וואס די צימעס אידן האבן ארויפגעלייגט אז היינט זענען שוין א ריזיגע פראצענט פון די מגידי שיעור בסך הכל זינגער אייניקלעך און קרובים, דאס טייטשט מגידי שיעור סוג ג', אזוי ווי אין יעדע אלגעמיינע מוסד. בסך הכל זענען דא איינס אדער צוויי גוטע מגידי שיעור. (אויב הרב קוויאט איז א גוטע מגיד שיעור, מיר זעהט ער אויס ווי א צעווילדעוועטער בעל מחלוקת, קוקנדיג זיינע דרשות בייים עירוב אדער זיין יעצטיגע אקטיווע ראלע אין די מחלוקת)
וואס הייסט בכלל א גוטע ישיבה אדער א גוטע מגיד שיעור? עס איז ליידער נישטא אזא זאך אין די היינטיגע עולם הישיבות. ווי קען איינער וואס לערנט פאר צוואנציג יאר אין א ציה די זעלבע סוגיות אין ארבעה אבות זיין א תלמיד חכם? די בחורים גייען ארויס פון די אלע ישיבות אדער עמי ארצים, אדער נאך ערגער איינגערעדטע לומדים וואס קענען בסך הכל הונדערט בלאט גמרא און אביסל פארקרומטע לומדות. מען קומט נישט ארויס פון די ישיבות נישט מיט קיין תורה און נישט מיט קיין סחורה. מען קומט נישט ארויס מיט תנך, הלכה, מוסר, חסידות, אביסל קבלה, אביסל היסטאריע און אביסל לומדות, ניין, מען קומט ארויס מיט די זעלבע פיר חידושים פון רבי חיים און מען גייט אריין אין לעבן פוסט און לער, אדער לאזט מען אפ די לומדות און מען ווארפט זיך אריין אין ביזנעס אדער ווערט מען אליין א דעפרעסטער מגיד שיעור וואס וועט ווייטער פארלערנען ארבעה אבות נזיקין מיט די זעלבע פינף שטיקלעך סוכת דוד פאר די גאנצע לעבן.

צוריק צום עניין, אלכסנדר האט מיט א געוואלדיגע גאווה געהרגעט דעם עולם התורה מיט זייער פאמפע אז דאס איז די בעסטע ישיבה און מיט זייער שחצנות'דיגע וועג פון נאר נעמען קינדער פון גרויסע גבירים און רבי'ס, דאס האט געהרגעט אסאך ישיבה קטנה'ס ווי די וואס האבן זיך גערופן די בעסערע בחורים זענען זיך צעלאפן, און האט אריינגעפירט די מושג פון זיך ווארפן מיט בחורים.
דאס האט ליידער געפירט צו די היינטיגע מושג אז מוסדות פייניגן עלטערן און קינדער און ווארפן זיך מיט אידישע נשמות.

פון די אלטע מושג פון עפענען א מוסד צו אויפטון פאר אידישקייט, אזוי ווי אלע גרויסע מוסדות האבן אנגעהויבן, אזוי ווי באבובער רב האט געמאכט א מוסד און ווי צעלימער רב האט געמאכט א מוסד. אדער העכסטנס אז א תלמיד חכם מופלג ווי רבי משה גרין אדער רבי יוסף ראזנבלום האט געמאכט פאר זיך אליין א ישיבה צו קענען מרביץ תורה זיין און האבן אייגענע תלמידים, איז עס געווארן א ביזנעס ווי אזא בעל הבית ווי ר' ברוך זינגער אדער אזא איש פשוט ווי ר' משה ווייס, הרב וואלנער, הרב גרינבערג פון שער אפרים וכדומה עפענען זיך ישיבות סתם אין די וועלט אריין צו האבן כבוד און מיט דעם צוברעכן זיי די עולם הישיבות און האבן געברענגט די קריזיס אין די גאנצע עולם החינוך.

אלכסנדר התחיל בעצה תחלה, זאל ער די ערשטע אונטערגיין, זאלן ביידע צדדים האבן גרויס הצלחה און די גרויסע ישיבות זאלן בלייבן באלאנסירט מיט אלע סארטן בחורים און די עולם הישיבות וועט שטיין אסאך שענער.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:07 pm#223824
הייליג גערעכט, ATUB @בר דעת ATUB .

וואס כ'קען נישט פארשטיין איז פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט זאל א טאטע שיקן זיין זון לערנען אין א ישיבה וואו מען שלאגט זיך מיט ציין און נעגל. מילא אין א פארטיי'ישע ישיבה, נו, געהערט דאך דער פאטער צו יענער מקום. אבער א פרעמדער מענטש זאל שיקן זיין קינד צו א ישיבה וואו מ'הרגעט זיך איבער'ן קאפ, וויי אין דע ווארלד???
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:14 pm#223825
על הר גבוה עלי לך בר דעת וכשופר הרים קולך!

אויפריכטיגע ווערטער און קלאר צום פינטל אמת עס איז שוין זייער שפעט, ווייל די מדה רעה האט שוין געשלאגן ווארצלען באורך וברוחב פון יהדות, און האט שוין געצייגט אירע פינסטערע פירות אויף א מאסאשטאבליכען פארנעם.
אנגעהויבן מיט דעם וואס אנדערע האבן דאס גענומען פאר א מוסטער און דאס נאכגעמאכט, און דערמיט ווייטער אפגעהארגעט פילע תלמידים וואס וואלגערן נעבעך ארום אינעם עולם התוהו פון גיאות מיט לומדות צוזאם געמישט, וואס רבים חללים הפילה, און אין בעסטן פאל איז מען אויפגעוואקסן א נארמאלער בעלעבאס, און ליידער אסאך מאל פיל פיל ערגער, כידוע ליודעים, פון קיינע נייע גאונים איז קיין ריידע נישט.
און גענדגיט מיטן דעם חורבן פון סעלעקטירן בחורים זה הולך לחיים וזה הולך לעזאזל.
וואס איז געווארן מיט דעם מאמר חז"ל אם הרב דומה למלאך ה' צבאות תורה יבקשוהו מפיו, ווער איז ממלא דעם אפטייטש פון מלאך ה' צבאות ווער פון אט די עומדים בראשי ישיבות למצויינים???

אוי לך אלכסנדר! עדיין לא שתית את הכוס על כולה, מי יגלה עיניך לתקן את המעוות וליישר את המעוקם, וסר חטאך וענתך תכופר.

עס וואלט ווען געפאסט געזאגט צו ווערן ביי אן עצרת רבתי במקהלות רבבות אלפי ישראל דורך אלע מוכיחי בשער.
אבער עכשיו שלא זכינו נקבל את האמת ממי שאמרו!!!
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:16 pm#223827
דו ביסט גערעכט מיט די נקודה וואס 'דו טענהסט.
אבער מען דארף קוקן אויף די אנדערע זייט קיין פתרון האב איך נישט.
קוק למשל רעב שמעלקא לייפער- חוסטער רבי, האט געעפנט א ישיבה פאר יעדן בחור וואס וויל לערנען. ווי לאנג ער איז נישט קיין קאליקע האט ער געקענט אריין דארט. ער האט מצליח געווען פאר א פאר יאהר, געהאט איבער 150 בחורים, אבער האט נישט צו לאנג מאריך ימים געווען.
הרב גינזבערג האט געהאט א בינוני ישיבה וואס איז אונטער געגאנגען. איך מיין אז ער האט געהאט גוטער צייטן.

איך האב געלעאנט אין די נ' יארן אין נזר התורה. עס האבן געלערנט דארט איבער 400 בחורים. יעדער האט געקענט אריין.
די מגידי שיעור זענען געווען גאונים. ר' זכריה שפרונג, ר' משה פריעדמען, ' חיים ווייס, ר' מרדכי שטערן, ועוד.
דאס זענען חוץ זייער עמקות זענען זיי געווען גאונים בהרבה מקצעות התורה.
אבער דער ישיבה ערזיסטירט שוין נישט היינט, אדער איז דא 20 בחורים, נישט מברר געווען לעצטנס.

עפעס מוז פארענטפערט ווערן פארוואס די מציונים ישיבות האלטן זיך, אבער די אלע וואס זענען דא צו סערווירן די ציבור הרחב האט נישט צו לאנג א קיום.

אויסער די חסידות'ן זיי האלטן אהן. איך מיין ווייל די חסידות'ן באקומען נאטירלעך פלייש וויפיל עס פעלט אויס פאר זיי.
נאכאמאל איך בין מסכים וואס דו האלטסט. אבער מען מוז משים לב זיין צו וואס איך בין אויך מאיר.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:22 pm#223828
אלכסדר איז געווען פון די הדיוטים קופצים על ראש עם קודש מיטן אנהייבן דעם ראסיסטישן סיסטעם פון קלויבן און ווארפן אויף קיין שום אנדערע סמך אויסער גאות. איך געדענק נאך ווער פון מיינע חברים זענען אהין געגאנגען לערנען און ווי אזוי זייער לעבן און השקפה איז געווען.
סאיז א ישיבה מיט א רוח פון דל גאות שאין הדעת סבלתו און יעצט ווען די בלאף האט געקראכט עקעלט זיך יעדער נארמאלער מענטש פון קוקן אויף זייער זייט.
דער תיקון פון די השחתה וואס אלכסדר האט אריין געברענגט וועט זיין אויב אנדערע מוסדות וועלן ארויסנעמען א מוסר השכל וואו זיי וועלן אנקומען מיטן נאכמאכן דעם מהלך.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:26 pm#223829
בר דעת רעדט מיט דעת. מען דארף קענען צוזאמשטעלן דער קשר פון די אנטוויקלונגען צו זעהן אז דאס האט געברענגט זייער מפלה.
ראש הישיבה זאגט א גוטע פוינט, אבער דער תירוץ ליגט אין דיינע ווערטער, אז מען נעמט מגידי שיעור גאונים צו לערנען מיט בינוני בחורים וועט זיך עס נישט אויסארבעטן, אבער אז מען נעמט מגידי שיעור וואס פארשטייען די געברויכן פון א בחור, און קענען רעדן מיט אים זיין שפראך, זיי קענען רעדן צום בחור זאכן וואס וועט אים צוניץ קומען אין לעבן, דאן האט עס מער שאנסן מצליח צו זיין.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:50 pm#223831
בר דעת קען זיין ביסט גערעכט און קען זיין מען קען זיך אביסל דינגן ,אבער לאמיר דיר פרעגן למשל איבער ר' מאיר שפירא'ס ישיבת יח''ל אין לובלין וואס האט אויפגעשטעלט א ישיבה נאר פאר מצוינים (מען האט שטרענג פארהערט 200 בלאט אויסווייניג פאר מען האט געקענט נתקבל ווערן) ווען די וועלט האט געהאט אסאך בינוני ישיבות ,אויף עם וואלסטו געזאגט די זעלבע?
---------------
ראש ישיבה ,אויפגעכאטע ישיבות/אויפגעכאפטע בעלי דרשנים ומשפיעים /אויפגעכאפטע זינגערס וניגונים וכו. טוישן זיך כסדר והארץ לעולם עומדת ,כך היא דרכה של העולם און עס מוז נישט מיינען עפעס ספעציעל.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:56 pm#223832
איך אויך, אין די צייט פון ישיבת חכמי לובלין האט נישט יעדער בחור געמוזט גיין אין ישיבה, און אז א בחור איז נישט געגאנגען אין ישיבה האט אים אויך גארנישט געפעלט. אבער אז די סטאנדארט איז אז יעדער בחור מוז גיין אין ישיבה, און אויב נישט פאלט ער אינגאנצן ארויס פון סיסטעם און פון אידישקייט, און די ישיבות ווארפן זיך מיט די בינוני בחורים, איז די פיקטשער גאר אנדערש.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:03 pm#223833
אלכסנדר האט אנגעהויבן דעם גאלד גאלאפ אז מנעמט נאר גוטע בחורים מ'שטיינס געזאגט, און זינט מענגעלע איז נאכנישט געווען אזא ברוטאלע און רשעות'דיגע סעלעקציע ווי אידיש בלוט איז הפקר פעטרישקא.
וכל זאת החרשתי, נאר מגלגלין חובה ע"י חובה, און פון דארט האט זיך אנטוויקלט א קאטאסטראפע וואס שטעלט גלאבל ווארמינג אין שאטן, און אלע ישיבות מוזן זיך ווארפן כדי צו קענען עקזיסטירן ווייל די טאטעס זוכן דעם מארקעט פון "גוטע ישיבה" און מיט דעם ווערט פארענטפערט די תמי' פון ראש ישיבה, ווייל קיינער וויל נישט שיקן אין סתם א ישיבה נאר אין א "גוטע ישיבה" וואס נעמט נאר "גוטע בחורים" און אויב טאנצטו נישט נאך וועט דיין ישיבה צעפאלן.
אלכסנדר האט ארויסגעגעבן הונדערטער לומדים, אבער אויך הונדערטער בחורים וואס דרייען זיך אין די גאסן פארדראגט און מיט טאטאס וואס האבן נישט קיין ישיבה. די קרעדיט איז פאר אלכסנדר. יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, א פראדוקט צום פארדאנקען ר' ברוך און ר' יוסל און אלע אנדערע לעפקאס און קליינס וואס זענען אויפגעקומען און געשפייזט דעם וואנזיניגן און גאווה'דיגן שחצנותדיגן איינפאל.
ס'איז א ריכטיגער מעוות שלא יוכל ליתקן, די טרייסט איז זייער א קליינע ווייל אפילו די ישיבה וועט אונטערגיין וועט אבער דער פראבלעם בלייבן קאי וקיים בעווה"ר.

אלנפאלס, שפתיים קישאק פאר בר דעת, צום קישן און צום לעקן יעדעס ווארט.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:05 pm#223852
1) צו שווער צו זאגן אז א מציונים ישיבה איז אייביג א שלעכטע זאך. עס איז דא א ישיבה אין מאנסי וואס הייסט מאור יצחק. עס איז אינטער די פירערשאפט פון הרב וואקסמאן שליט״א. איך קען אביסל די ישיבה. איך זאג אפן, איך וואלט נישט געוואלט לערנען דארט פאר קיין פינעף מינוט. עס איז געמאכט פאר עקסטרימלי ערענסטע בחורים. און זיי נעמען נאר אן טאפ בחורים.
אבער למעשה, וואקסט אריין אין די ישיבה, וועסטו נישט זען קיין בריא אין די האלוועיס. גייסט אריין אין די בית המדרש וועסטו זען ווי דער עולם זיצט און הארעוועט. וועסט זייער שווער טרעפן איינעם שמועסן.
איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.

2) וואל מארט, וואס אפיציעל נעמען זיי אן יעדן איינעם, האט אויך געוויסע גייד ליינס וועם זיי נעמען אן. און זיי מאכן אויך בעקראונד טשעקס. ווייל קיין שום סטראקטשערד פלאץ קען נישט אן נעמען ׳יעדן׳ איינעם. א ישיבה קען נישט אן נעמען פון די וואסער שעפער ביז די האלץ האקער. ( מענינא דיומא ) איט וואונט ווערק. איך זאג נישט אז די ישיבות טיען נישט קיין אומרעכטן. אבער מען קען נישט מאכן א בלענק סטעיטמענט, אז זיי מוזן אן נעמען יעדן איינעם. און נישט דיסקראמענירן קעגן קיין שום בחור. געוויסע בחורים באלאנגן אין שוואכע ישיבות.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:36 pm#223859
סימפל האט געשריבן:איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.

אין יעדע average ישיבה איז דא א מספר בחורים מצוינים, top quality, וואס זיצן און הארווען און דרייען זיך נישט אין די hallways און איז שווער צו טרעפן זיי שמועסן. איך זעה נישט וואס די "מצוין" ישיבה וואלט ווען צוגעגעבן פאר זיי חוץ א ברייטערע אויסוואל פון חברים פון זייער סארט וואס יעצט זענען זיי פארכאפט בין כותלי ישיבת המצוינים וואס גיבט זיי גארנישט צו צום לעבן חוץ זיי אונטערדרוקן אונטער די עול פון שפילן "פיינע בחור" מיט א ביליאן הגבלות.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:49 pm#223863
וואט עבאוט קנאת סופרים תרבה חכמה?
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:21 pm#223869
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט יעדע ישיבה אנגענומען צוואנציג פראצענט פון זייערע תלמידים על פי גורל. די על פי גורל רעדזשיסטרעישען וואלט געווען אפען צו יעדע יידישע נשמה. מחוטב עציך עד שואב ממיך. און די גורל וואלט געווען רעגולירט דורך א אינדעפענדענט באורד.

א גורל איז על פי השם. אונז דארף מיר נישט זיין גאטס פאליציי.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:57 pm#223878
ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט בכלל נישט עקסעזטירט די פארשאלטענע ראסע סעלעקציע, אז די היינטיגע חינוך סיסטעם האט זיך אוועקגעשטעלט (ליידער) אז א בחור דארף זיין אין ישיבה, דארף די טויערן זיין אפען פאר יעדעם גלייך.
ווילסט סעלעקטירן? זעה אז עס זאל זיין א נארמאלע זאך פאר א עוורידזש בחור צו גיין ארבעטן. בי ענד עידזש וואלט זיך מחיה געווען, און דער בחור וואלט טאקע חתונה געהאט מיט אפאר בריסקע קוועטש פארדרייענישן ווייניגער, ער וואלט טאקע נישט געוויסט פונקטליך ווען דער חלות הנשיאין איז, ווען ער ווערט פון א חפצא א גברא (אדער פארקערט), אבער פון די אנדערע זייט וועט ער קענען מקיים זיין דעם ואפרנסך ושאר חלקי הכתובה למעשה נישט נאר להלכה.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:06 pm#223882
דרייען זיך צופיל בחורים אויף די גאס? יא

פירן זיך די ישיבות בארבאריש? יא

איז אלכסנדר געווען א ישיבה בלויז פאר מצוינים? יא

האבן זיי זיך געווארפן מיט עמך בחורים מיט פוסטע גאווה? יא

וואלט דער אלגעמיינער מצב געווען בעסער ווען נישט אלכסנדר? איי דאונט טהינק סאו.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:15 pm#223886
מאטי האט געשריבן:דרייען זיך צופיל בחורים אויף די גאס? יא

א דירעקטע תוצאה פון די לינקס און רעכטס פינגער געווייזעכטס
מאטי האט געשריבן:פירן זיך די ישיבות בארבאריש? יא

ווענצעך וועלכע, און ווי ווייט אבער יעדער מיט זיין שטייגער
מאטי האט געשריבן:איז אלכסנדר געווען א ישיבה בלויז פאר מצוינים? יא

געהייסן אזוי. ס'קען זיין ס'זענען אריין מצויניים, זענען ארויסגעקומען מצוינים? ניין! און נאכאמאל ניין! און נאדער א דריטע מאל ניין! ניין, ס'זענען נישט ארויסגעקומען פון דארט קיין גרעסערע כלים ווי פון סיי וואסערע אנדערע ישיבה, ווי זענען זייערע גאונים? דיינים? מורה הוראה? ראשי ישיבות? פון די לעצטע ווייסעך וויפיל יאר זיי זענען אפען? דרייען זיך ארום גרעסערע קעפ אינעם עולם התורה וואס האבן געלערנט אין אלכסנדר ווי אנדערע פלעינע ישיבות? איך האב זיי נישט געטראפן.
מאטי האט געשריבן:האבן זיי זיך געווארפן מיט עמך בחורים מיט פוסטע גאווה? יא

יא פאר גאווה אבער נישט פאר תאווה, נישט אז זיי זענען געווען געלט גייציג, אבער געניג און נאך האבן באלאנצירט דעם באדזשעט דארט...
מאטי האט געשריבן:וואלט דער אלגעמיינער מצב געווען בעסער ווען נישט אלכסנדר? איי דאונט טהינק סאו.

זעכער אז יא! זיי זענען געווען פון די סאמע ערשטע איינצושטעלן דעם מענגעלע סיסטעם.

באמת, איך האלט נישט אז אלכסנדר האט געמוזט אננעמען יעדן בחור, זיי האבן נישט קיין חדר וואס א בחור וואס האט געלערנט אין תלמוד תורה בני וואטעווער ד'אלכסנדר וואלט ווען געמוזט דארטן אנקומען, נאר די חורבן וואס זיי האבן געמאכט איז פשוט, ארויסגענומען די גוטע פון די אנדערע ישיבות, און אזוי געלאזט די נארמאלע ישיבות מיט ביניני'ס און פראבלימאטישע, די תוצאה דערפון איז אז די אנדערע ישיבות האבן אויך געמוזט ווערן סעלעקטיוו און פאנג אן די שאלות ותשובות נאכאמאל....
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:18 pm#223887
:like צום פינטל שעפטל.
ווי אלעמאל.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:22 pm#223890
פון מיין כיתה זענען זיך אלע מצוינים אנטלאפן דריי קיין אלכסנדר, דריי קיין געלטצעהלער וכו'.
ווי שאקירט בין איך געווען א טאג נאך דער חתונה צו טרעפן אלע צוריק אין כולל פון אונזער קהלה ביים זעלבן שלחן ערוך הל' גרופה וקטומה.
סתם בעלאני מאקארני, איין טאג נאך דער חתונה זיצט דער געיטסטער, בריסקער, נאוואמינסקער, בית התלמיד'סטער, וכו ביים זעלבן פארקוועטשטע כולל באנק האלטנדיג ביי קאווע רונדע נומער פינף.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:35 pm#223894
נו אויב אזוי, וואס האט דיר געבאדערט אז זיי זענען געגאנגן
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:58 pm#223897
זעכער אז יא! זיי זענען געווען פון די סאמע ערשטע איינצושטעלן דעם מענגעלע סיסטעם.

דאס איז א גוטע טעאריע אבער נישט קיין זיכערע מסקנה. איך נעם זיך נישט אן פאר די חברה, לגמרי נישט! איך פארלאנגט בלויז אינטעלעקטואלע ווארהייט.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:57 pm#223908
מאטי האט געשריבן:נו אויב אזוי, וואס האט דיר געבאדערט אז זיי זענען געגאנגן

ווי איך האב שוין געשריבן אויבן
שעפטל האט געשריבן:נאר די חורבן וואס זיי האבן געמאכט איז פשוט, ארויסגענומען די גוטע פון די אנדערע ישיבות, און אזוי געלאזט די נארמאלע ישיבות מיט ביניני'ס און פראבלימאטישע, די תוצאה דערפון איז אז די אנדערע ישיבות האבן אויך געמוזט ווערן סעלעקטיוו און פאנג אן די שאלות ותשובות נאכאמאל....

מאטי האט געשריבן:
זעכער אז יא! זיי זענען געווען פון די סאמע ערשטע איינצושטעלן דעם מענגעלע סיסטעם.

דאס איז א גוטע טעאריע אבער נישט קיין זיכערע מסקנה. איך נעם זיך נישט אן פאר די חברה, לגמרי נישט! איך פארלאנגט בלויז אינטעלעקטואלע ווארהייט.

טשעק עס אויס, איך האב געמאכט אביסעלע ריסודזש א שיינע שטיק צייט צוריק ווען מיין קהילה האט אויך געהאט איינגעשטעלט מער א מציינים'דיגע ישיבה פון די ריינע ראסע.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:02 pm#223909
מאטי האט געשריבן:נו אויב אזוי, וואס האט דיר געבאדערט אז זיי זענען געגאנגן

נישט געבאדערט בכלל.
די נקודה איז ווי פאלגנד, ווארום ווען איינער פארט קיין יעיל אדער הארווארד ערווארט מען ס'זאל עפעס נושא פירות זיין נישט מזאל אים טרעפן ביים לאקאלן סטארבאקס רעזשיסטער.
אט דאס איז די פוינט, רובו דרובו פון די אלע 'מצוינים' האבן נישט קיין שענערן עתיד און טיילן מיט דעם זעלבן גורל ווי דער בחור וואס איז מיטגעפארן מיטן אלגעמיינע סיסטעם אן זיך געגאנגען זוכן גליקן ביי רב פינקל און רב ברוס. ווען מטרעפט זיך אין כולל איז אלעס בערך די זעלבע.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:06 pm#223924
כוכב האט געשריבן:פון מיין כיתה זענען זיך אלע מצוינים אנטלאפן דריי קיין אלכסנדר, דריי קיין געלטצעהלער וכו'.
ווי שאקירט בין איך געווען א טאג נאך דער חתונה צו טרעפן אלע צוריק אין כולל פון אונזער קהלה ביים זעלבן שלחן ערוך הל' גרופה וקטומה.
סתם בעלאני מאקארני, איין טאג נאך דער חתונה זיצט דער געיטסטער, בריסקער, נאוואמינסקער, בית התלמיד'סטער, וכו ביים זעלבן פארקוועטשטע כולל באנק האלטנדיג ביי קאווע רונדע נומער פינף.

אוי זאגסטו גיט!!
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:26 pm#223932
סימפל האט געשריבן:1) צו שווער צו זאגן אז א מציונים ישיבה איז אייביג א שלעכטע זאך. עס איז דא א ישיבה אין מאנסי וואס הייסט מאור יצחק. עס איז אינטער די פירערשאפט פון הרב וואקסמאן שליט״א. איך קען אביסל די ישיבה. איך זאג אפן, איך וואלט נישט געוואלט לערנען דארט פאר קיין פינעף מינוט. עס איז געמאכט פאר עקסטרימלי ערענסטע בחורים. און זיי נעמען נאר אן טאפ בחורים.
אבער למעשה, וואקסט אריין אין די ישיבה, וועסטו נישט זען קיין בריא אין די האלוועיס. גייסט אריין אין די בית המדרש וועסטו זען ווי דער עולם זיצט און הארעוועט. וועסט זייער שווער טרעפן איינעם שמועסן.
איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.

.....................................

נישט גערעכט לגבי מאור יצחק.

עס איז נישט קיין מצויינים ישיבה, ער נעמט אריין יעדער איינער וואס איז א ערענסטער בחור און האלט ביים לערנען, לאו דוקא מצויין אדער נישט.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:43 pm#223938
איחוד פעלד האט געשריבן:

איך קען אסאך יונגעלייט פון מאור יצחק זיי זענען די זעלבע כולל בענק דריקערס ווי אנדערע
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:48 pm#223940
די סיבה פארוואס די בינוניים ישיבת מאכען זיך צו, איז וועגען געלט, די טריפנה ישיבהס ווי אלכסנדר וכו באקומען גרויס געלטער פון די עלטערען וואס ווילען אריין שיקען זייער קינדער דארט
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:14 pm#223949
נאך א מוראדיגע חסרון פון מציינים ישיבות איז אז די בחורים ווער געפערליכע בעלי גאה זיי שטינקן פון גאווה זיי שפירן זיך דערהויבן ביז צום הימל וואס הייסט ....איך לערן דאך ביי געלטצעלער...

וויזוי זאגט ר' שמעלקא לייפער: איך שיק נישט מיין בחור צו א מציין ישיבה איך וויל אז ס'זאל עים פאסן צו רעדן צו מיך...
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:41 pm#223954
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.

אין יעדע average ישיבה איז דא א מספר בחורים מצוינים, top quality, וואס זיצן און הארווען און דרייען זיך נישט אין די hallways און איז שווער צו טרעפן זיי שמועסן. איך זעה נישט וואס די "מצוין" ישיבה וואלט ווען צוגעגעבן פאר זיי חוץ א ברייטערע אויסוואל פון חברים פון זייער סארט וואס יעצט זענען זיי פארכאפט בין כותלי ישיבת המצוינים וואס גיבט זיי גארנישט צו צום לעבן חוץ זיי אונטערדרוקן אונטער די עול פון שפילן "פיינע בחור" מיט א ביליאן הגבלות.

איך וואלט געזאגט די עקסעקט סעים זאך, ווען איך קען ווען נישט די ישיבה, און די בחורים. איך האב געקענט די בחורים פאר זיי זענען אריין אין מאור יצחק, און נאכדעם וואס זיי זענען ארויס. פאר זיי זענען אריין זענען זיי געווען זייער גוטע בחורים, אזוי ווי נאך א חלק פון זייער כיתה. ווען זיי זענען ארויס פין דארט זענען זיי געווען געדאפעלט און געטריפעלט. משא״כ די אנדערע גוטע בחורים פון די זעלבע כיתה, וואס זענען געשטאנען אויף די זעלבע לעוועל ווי זיי, און זענען געגאנגען אין עוורעזש ישיבות ווי למשל שער אפרים וכדומה, זענען געבליבן מער וויניגער די זעלבע.
און מען קען עס פארשטיין שכל׳דיג. אז די נעמסט א גוטע בחור און די לייגסט אים אריין אין א עוורעזש ישיבה, ווי עס איז דא אלע מין בחורים. אינקלאדינג גאנץ שוואכע בחורים. איז דא א גרויסע טשאנס אז דער גוטער בחור גייט ווערן אביסל נאך געשלעפט. ( אזוי ווי די רמב״ם זאגט, א מענטש ווערט נאך געשלעפט נאך זיין סביבה. ) און אפילו נישט, גייט ער נישט צילן אויף צופיל העכער, ווייל ער איז דאך די גוטע בחור. און, די מגיד שעורים פארלאנגט עס אפילו נישט פון אים. משא״כ אויב לייגסטו אים אריין צווישן הונדרעד און פופציג גוטע בחורים, און די געבסט זיי פעסטע מגיד שעורים און משגיחים, וועט עס אטעמאטיש ווערן א קנאת סופרים און זיי וועלן שטייגן א זיליאן מאל מער.
און דעס איז געווען ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איידיע.

סאו צו מען קען האבן תענות אויף מצוינים ישיבות? קען זיין.

אבער צו זאגן אז זיי זענען גארנישט ווערד, זיכער נישט.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:47 pm#223957
איך אויך האט געשריבן:בר דעת קען זיין ביסט גערעכט און קען זיין מען קען זיך אביסל דינגן ,אבער לאמיר דיר פרעגן למשל איבער ר' מאיר שפירא'ס ישיבת יח''ל אין לובלין וואס האט אויפגעשטעלט א ישיבה נאר פאר מצוינים (מען האט שטרענג פארהערט 200 בלאט אויסווייניג פאר מען האט געקענט נתקבל ווערן) ווען די וועלט האט געהאט אסאך בינוני ישיבות ,אויף עם וואלסטו געזאגט די זעלבע?
---------------
ראש ישיבה ,אויפגעכאטע ישיבות/אויפגעכאפטע בעלי דרשנים ומשפיעים /אויפגעכאפטע זינגערס וניגונים וכו. טוישן זיך כסדר והארץ לעולם עומדת ,כך היא דרכה של העולם און עס מוז נישט מיינען עפעס ספעציעל.

יח"ל איז געווען פאר עלטערע בחורים. די נישט מצוינים זענען געגאנגען ארבעטן אדער געלערנט אין שטיבל, ווי ס'איז געווען איינגעפירט אין פוילן. ווי פארגלייכסטי דאס צו א ישיבה קטנה וואס איז גורם אז דרייצן - פערצען יעריגע בחורים דרייען זיך אויף די גאס? איך האב געלערנט אין א חדר וואס נאך כיתה ט' זענען צוויי בחורים געגאנגען קיין אלכסנדר אין א יאר שפעטער איז די גאנצע קלאס צעפאלן ווייל אלע בעסערע בחורים האבן געדארפט נאכטון און זיכן גליקן ערגעץ אנדערש. די עוורעדזש און שוואכעכע בחורים האבן מיטגעמאכט העל ביז זיי האבן זיך דערזעהן אין א ישיבה.

א אידישער טרער גייט נישט לאיבוד. וויפול טרערן האבן עלטערן פארגאסן אז זייער בחור'ל זאל נישט בלייבן אויף די גאס? יעצט קענען די זינגערס אויסטרינקן די טרערן.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:48 pm#223958
איחוד פעלד האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:1) צו שווער צו זאגן אז א מציונים ישיבה איז אייביג א שלעכטע זאך. עס איז דא א ישיבה אין מאנסי וואס הייסט מאור יצחק. עס איז אינטער די פירערשאפט פון הרב וואקסמאן שליט״א. איך קען אביסל די ישיבה. איך זאג אפן, איך וואלט נישט געוואלט לערנען דארט פאר קיין פינעף מינוט. עס איז געמאכט פאר עקסטרימלי ערענסטע בחורים. און זיי נעמען נאר אן טאפ בחורים.
אבער למעשה, וואקסט אריין אין די ישיבה, וועסטו נישט זען קיין בריא אין די האלוועיס. גייסט אריין אין די בית המדרש וועסטו זען ווי דער עולם זיצט און הארעוועט. וועסט זייער שווער טרעפן איינעם שמועסן.
איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.

.....................................

נישט גערעכט לגבי מאור יצחק.

עס איז נישט קיין מצויינים ישיבה, ער נעמט אריין יעדער איינער וואס איז א ערענסטער בחור און האלט ביים לערנען, לאו דוקא מצויין אדער נישט.

איך קען די ישיבה פון דער נאנט, און עס קען זיין אז די ביזט גערעכט. מיין שאלה איז נאר ווי אזוי די דיפיינסט א מצוינים ישיבה?
ווייל למעשה נעמען זיי נאר אן די פיר, פינעף, טאפ בחורים פין א ישיבה. און ׳נישט׳ מער. דוק ותשכח.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:59 pm#223960
סימפל האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.

אין יעדע average ישיבה איז דא א מספר בחורים מצוינים, top quality, וואס זיצן און הארווען און דרייען זיך נישט אין די hallways און איז שווער צו טרעפן זיי שמועסן. איך זעה נישט וואס די "מצוין" ישיבה וואלט ווען צוגעגעבן פאר זיי חוץ א ברייטערע אויסוואל פון חברים פון זייער סארט וואס יעצט זענען זיי פארכאפט בין כותלי ישיבת המצוינים וואס גיבט זיי גארנישט צו צום לעבן חוץ זיי אונטערדרוקן אונטער די עול פון שפילן "פיינע בחור" מיט א ביליאן הגבלות.

איך וואלט געזאגט די עקסעקט סעים זאך, ווען איך קען ווען נישט די ישיבה, און די בחורים. איך האב געקענט די בחורים פאר זיי זענען אריין אין מאור יצחק, און נאכדעם וואס זיי זענען ארויס. פאר זיי זענען אריין זענען זיי געווען זייער גוטע בחורים, אזוי ווי נאך א חלק פון זייער כיתה. ווען זיי זענען ארויס פין דארט זענען זיי געווען געדאפעלט און געטריפעלט. משא״כ די אנדערע גוטע בחורים פון די זעלבע כיתה, וואס זענען געשטאנען אויף די זעלבע לעוועל ווי זיי, און זענען געגאנגען אין עוורעזש ישיבות ווי למשל שער אפרים וכדומה, זענען געבליבן מער וויניגער די זעלבע.
און מען קען עס פארשטיין שכל׳דיג. אז די נעמסט א גוטע בחור און די לייגסט אים אריין אין א עוורעזש ישיבה, ווי עס איז דא אלע מין בחורים. אינקלאדינג גאנץ שוואכע בחורים. איז דא א גרויסע טשאנס אז דער גוטער בחור גייט ווערן אביסל נאך געשלעפט. ( אזוי ווי די רמב״ם זאגט, א מענטש ווערט נאך געשלעפט נאך זיין סביבה. ) און אפילו נישט, גייט ער נישט צילן אויף צופיל העכער, ווייל ער איז דאך די גוטע בחור. און, די מגיד שעורים פארלאנגט עס אפילו נישט פון אים. משא״כ אויב לייגסטו אים אריין צווישן הונדרעד און פופציג גוטע בחורים, און די געבסט זיי פעסטע מגיד שעורים און משגיחים, וועט עס אטעמאטיש ווערן א קנאת סופרים און זיי וועלן שטייגן א זיליאן מאל מער.
און דעס איז געווען ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איידיע.

סאו צו מען קען האבן תענות אויף מצוינים ישיבות? קען זיין.

אבער צו זאגן אז זיי זענען גארנישט ווערד, זיכער נישט.

די שאלה איז וואס מיינט "געדאפלט און געטריפלט" און וואס מיינט "געבליבן ביי די זעלבע לעוועל". ביידע בחורים האבן מיט די יארן קונה געווען מער לימודים ווי פאר זיי האבן זיך פונאדערגעשייד, יעצט נאך פינף יאר, ווער האט זיי פארהערט איינער קעגן דעם צווייטן?

מיין טענה איז אויף דיין התפעלות פון די בחורים אין מאור יצחק וואס דרייען זיך נישט אין די האלוועיס און שמועסן נישט ביים לערנען ווען באותו שעה קנאקט אויף כוח די זעלבע קול תורה פון די גוטע בחורים אין די בינוני ישיבה

(די זעלבע טענה גייט כמובן פונקט אזוי ארויף אויף ר' מאיר שפירא'ס באמבע ישיבה פון געקליבענע בחורים, כמעט גארנישט איז נישט אויסגעוואקסן דארט. אונזער ר' שמואל וואזנר, לכו"ע א געלונגענע גאון, איז דווקא "נישט" געפאלן רבי מאיר'ן פאר א תלמיד אין זיין מצוין ישיבה, נאר דחק ונכנס, און האט טאקע נישט געוואקסן אויף די לימודי הישיבה נאר געלערנט זיין אייגענע סדרים אין הלכה)
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:48 pm#223970
ביז גערעכט. איך האב נישט פארהערט קיין איינע פון זיי. אבער א ישיבה איז נישט נאר אויף בחינות.
ווען איך אבער קוק אויף ביידע בחורים, ווער פון זיי איז געשטיגן אויף א גרעסערע מדריגה אלץ א איד? ווער פון זיי איז א גרעסער עובד? ווער פון זיי האט מער ערענסטע השקפות? איך האב עס געזען קלאר, אז דער וואס האט זיך געדרייט די לעצטע פאר יאר און אסאך מער א ערענסטע סביבה שטייט אסאך בעסער. עס איז ממש נישט קיין פארגלייך. די דרשות דארט, איז אויף אסאך א העכערע סטענדערד. מען רעדט נישט דארט אויף קיין אייפאונס, אזוי ווי אין די עוורעזש ישיבות. די ערגסטע זאך וואס מען קען דארט כאפן א בחור, איז אז ער האט געקויפט טשאלענט... מען רעדט דארט אז ביי א שבת סעודה זאל מען נישט סתם פלוידערן, עס זאל הערשן א שטילקייט... אזוי ווי אין קעלם, ווי מען האט געקענט הערן א פליג אדורך פליען. און א ריזיגע עולם האלט ביי אזא מדריגה.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:25 am#223975
אלעס שיינע מדריגות (אדער אפשר נישט), די נקודת הטענה איז "מאור יצחק" בחורים (וואס קלויבט זיך נאר top בחורים, כדבריך), VS "געקליבענע top בחורים" אין די אנדערע ישיבות, וועלעכע שטייען בעסער?
די שאלה איז וואס גיבט א מצוין ישיבה צו פארן מצוין ועומד חוץ אן אויסגעבלאזענע גאווה של שטות אז ער האט די זכייה צו לערנען אין יענע און יענע בעל שם טוב ישיבה צוזאמען מיט נאך אפאר מצויינים און רבי'שע קינדער מיט בני עשירים.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 1:52 am#223981
קען איינער צוזאמשטעלן א ליסטע פון דיינים ומורי הוראה וואס זענען ארויסגעקומען פון מצויינים ישיבות?
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:04 am#223982
איך האב א יסודיות'דיגע שאלה. מן יימר אז שוואכע בחורים דארפן ליידן כדי די גוטע בחורים זאלן קענען שטייגן, אפשר דארפן גוטע בחורים אוועק געבן פון זיך כדי צו קענען דערנענטערן ווי מער שוואכע.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:43 am#223986
באמת, וואס איז אזוי שלעכט מיט א ישיבה למצויינים? עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך מען זאל איינטיילן ישיבות אין דרגות, דער פשוט'ער בחור זאל לערנען תנ"ך מיט די מפרשים, אידישע היסטאריע, גמרא רש"י סדר מועד, און משנה ברורה. דער בעסער-ווי-עוורעזש בחור זאל לערנען די אויבנדערמאנטע, אין צוגאב צו שיעור עיון גמרא תוספות, מהרש"א ופנ"י, דער מצויין זאל לערנען די אויבנדערמאנטע, אין צוגאב צו דעם זעקסטן פשט אין ברכת שמואל אויף פיר ווערטער פון רשכבה"ג אור שבעת הימים נותן התורה זצוקלל"ה.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:52 am#223987
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
(די זעלבע טענה גייט כמובן פונקט אזוי ארויף אויף ר' מאיר שפירא'ס באמבע ישיבה פון געקליבענע בחורים, כמעט גארנישט איז נישט אויסגעוואקסן דארט. אונזער ר' שמואל וואזנר, לכו"ע א געלונגענע גאון, איז דווקא "נישט" געפאלן רבי מאיר'ן פאר א תלמיד אין זיין מצוין ישיבה, נאר דחק ונכנס, און האט טאקע נישט געוואקסן אויף די לימודי הישיבה נאר געלערנט זיין אייגענע סדרים אין הלכה)

יח"ל איז געשטאנען ווייניגער ווי צען יאר, און רוב פון די תלמידים זענען מסתמא אומגעקומען אין די האלאקאוסט, ממילא איז שווער צו ברענגען א ראי' דערפון.
(אגב, לויט וועלכער סטאנדארט איז הרב וואזנער א "געלונגענער גאון"?)
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 3:22 am#223988
וואס איז מיט ישיבת נועם אלימלך אין מאנסי איז דאס אויך נאכגעמאכט אלכסנדר? ס'האט אלץ געהייסן א ישיבה למציינים
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 6:41 am#223991
און וואס איז מיט די ישיבה הק' אין קווינס, סהייסט אויך א טאפ ישיבה וואו עס לערנען טויזנט מצויינים.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:59 am#224007
מאטי האט געשריבן:איך האב א יסודיות'דיגע שאלה. מן יימר אז שוואכע בחורים דארפן ליידן כדי די גוטע בחורים זאלן קענען שטייגן, אפשר דארפן גוטע בחורים אוועק געבן פון זיך כדי צו קענען דערנענטערן ווי מער שוואכע.

אפשר פארקערט? פארוואס דארפען די גוטע ליידן וועגן די שוואכע?
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:24 am#224008
סימפל האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איך האב א יסודיות'דיגע שאלה. מן יימר אז שוואכע בחורים דארפן ליידן כדי די גוטע בחורים זאלן קענען שטייגן, אפשר דארפן גוטע בחורים אוועק געבן פון זיך כדי צו קענען דערנענטערן ווי מער שוואכע.

אפשר פארקערט? פארוואס דארפען די גוטע ליידן וועגן די שוואכע?

זיי דארפען נישט.

אבער אפילו לדבריך אז עס איז בעסער פאר די מצויינים, איז די מטרה בכלל נישט א טובה פאר די מצויינים, נאר א טובה פאר די בעלי המוסד. און ממילא איז סוף כל סוף האבען די מצויינים נישט קיין שום טובה דערפין.

נעם א קהילה מוסד, וואס האט פין אלע סארטען, די מצויינים לערנען און ווערען די משפיעים אויף די שוואכערע, און פאר זיי אליין איז דאס די בעסטע זאך. און א מצויינים ישיבה זענען זיי וואס זיי זענען, און זענען בכלל נישט משפיע, נישט יעצט און נישט שפעטער אין לעבען.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:00 am#224017
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אלעס שיינע מדריגות (אדער אפשר נישט), די נקודת הטענה איז "מאור יצחק" בחורים (וואס קלויבט זיך נאר top בחורים, כדבריך), VS "געקליבענע top בחורים" אין די אנדערע ישיבות, וועלעכע שטייען בעסער?
די שאלה איז וואס גיבט א מצוין ישיבה צו פארן מצוין ועומד חוץ אן אויסגעבלאזענע גאווה של שטות אז ער האט די זכייה צו לערנען אין יענע און יענע בעל שם טוב ישיבה צוזאמען מיט נאך אפאר מצויינים און רבי'שע קינדער מיט בני עשירים.

איך וועל איבער זאגן מיין פוינט נאכאמאל. ( פאר דיר, אלעס! )
עס איז א מציאות׳דיגער און פשוטער זאך, אז ווען די לייגסט אריין א גוטע בחור פאר א פאר יאר אין א גוטע סביבה, ווי עס איז דא אסאך א העכערע אטמאספער, פעסטע מגיד שעורים, vs א פאר יאר אין א עוורעזש סביבה. וועט ער ווערן א גרעסערע מתמיד, א גרעסערע ירא שמים, און א גרעסערע עובד.
איך האב עס קלאר געזען מיט מיינע אייגענע אויגן.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:21 am#224020
איחוד פעלד האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איך האב א יסודיות'דיגע שאלה. מן יימר אז שוואכע בחורים דארפן ליידן כדי די גוטע בחורים זאלן קענען שטייגן, אפשר דארפן גוטע בחורים אוועק געבן פון זיך כדי צו קענען דערנענטערן ווי מער שוואכע.

אפשר פארקערט? פארוואס דארפען די גוטע ליידן וועגן די שוואכע?

זיי דארפען נישט.

אבער אפילו לדבריך אז עס איז בעסער פאר די מצויינים, איז די מטרה בכלל נישט א טובה פאר די מצויינים, נאר א טובה פאר די בעלי המוסד. און ממילא איז סוף כל סוף האבען די מצויינים נישט קיין שום טובה דערפין.

נעם א קהילה מוסד, וואס האט פין אלע סארטען, די מצויינים לערנען און ווערען די משפיעים אויף די שוואכערע, און פאר זיי אליין איז דאס די בעסטע זאך. און א מצויינים ישיבה זענען זיי וואס זיי זענען, און זענען בכלל נישט משפיע, נישט יעצט און נישט שפעטער אין לעבען.

כ׳פארשטיי נישט פארוואס אויב די בעלי המוסד מיינען זיך (אויך. נישט יעדער מיינט נאר שלעכטס. ) וועט עס סוף כל סוף נישט זיין קיין טובה פאר זיי. אויב די ביזט מודה אז בעצם איז עס א גוטע זאך פאר די מצוינים.

אפילו אין די מצוינים ישיבות איז אויך דא מדריגות פון בחורים. ווי די בעסערע קענען משפיע זיין אויף שוואכערע פון זיי.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:26 pm#224027
יאיר האט געשריבן:יח"ל איז געשטאנען ווייניגער ווי צען יאר, און רוב פון די תלמידים זענען מסתמא אומגעקומען אין די האלאקאוסט, ממילא איז שווער צו ברענגען א ראי' דערפון.

אמת, רוב יח"ל'ניקעס האבן נישט איבערגעלעבט היטלער'ן. איך זעה נאר פון די וואס האבן יא (היטלער האט נישט דווקא געמארדערט מצויינים), דעראונטער אזעלעכע וואס נאך אין ישיבה האבן זיי זיך געציילט פון די "בעסטע בחורים" אין יח"ל און למעשה האבן זיי גענדיגט מיט גארנישט. (נעמען איז נישט אינטערסאנט, זיי ליגן שוין אונטער די מענה לשון'ס, אסאך ווייסן ממילא פון וועם מ'רעדט ווייל די אייניקלעך גרויסן זיך מיט זייער זיידע "וואס איז געווען פון די בעסטע תלמידים אין יח"ל")

(אגב, לויט וועלכער סטאנדארט איז הרב וואזנער א "געלונגענער גאון"?)

איינער וואס "קען" אלע מסכתות אין ש"ס, אלע פיר חלקים אין שו"ע מיט די מקורות און די רעלעוואנטע אחרונים, אן אנגענומענע פוסק הלכה פאר פינף און זעכציג יאר רציפות מיט א סעט שו"ת וואס גייט שוין בלייבן אין די זעלבע ספרים שאנק צוזאמען מיטן נודע ביהודה און תשובת הרשב"א פאר די rest of the history. אלע חסרונות זיינע גייט כמעט קיינער נישט וויסן דערפון אין פופציג יאר ארום בדרך הטבע. היסטוריע האט א קאצן קאפ, זי געדענקט נאר די basics.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:31 pm#224029
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: אלע חסרונות זיינע גייט כמעט קיינער נישט וויסן דערפון

וועלעכע חסרונות?
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:43 pm#224030
איחוד פעלד האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:1) צו שווער צו זאגן אז א מציונים ישיבה איז אייביג א שלעכטע זאך. עס איז דא א ישיבה אין מאנסי וואס הייסט מאור יצחק. עס איז אינטער די פירערשאפט פון הרב וואקסמאן שליט״א. איך קען אביסל די ישיבה. איך זאג אפן, איך וואלט נישט געוואלט לערנען דארט פאר קיין פינעף מינוט. עס איז געמאכט פאר עקסטרימלי ערענסטע בחורים. און זיי נעמען נאר אן טאפ בחורים.
אבער למעשה, וואקסט אריין אין די ישיבה, וועסטו נישט זען קיין בריא אין די האלוועיס. גייסט אריין אין די בית המדרש וועסטו זען ווי דער עולם זיצט און הארעוועט. וועסט זייער שווער טרעפן איינעם שמועסן.
איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.

.....................................

נישט גערעכט לגבי מאור יצחק.

עס איז נישט קיין מצויינים ישיבה, ער נעמט אריין יעדער איינער וואס איז א ערענסטער בחור און האלט ביים לערנען, לאו דוקא מצויין אדער נישט.

אז מ'רעדט שוין פון מאור יצחק, שוין לאנג וואס איך וויל הערן פון איינעם וועגן הרב וואקסמאן'ס ישיבה
וואסערע סארט בחורים האט ער?
איז זיין אננעמען טאקע נאר מצוינים בלימוד אדער אויך מצוינים במדות?
כ'מיין צו פרעגן זיין ישיבה איז געבויט ע"ד הליטאי מיט טיפע שיעורים און 2 בלאט א זמן, אדער געהעריג ווי אנדערע?
אין וועלכע גייסט ווערט עס געפירט? א שטייגער ווי שערי יושר? לוצערן?
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:46 pm#224033
סאך ניקס דא ברענגן א ראיה און זענען דן איבער יח"ל. דער וואס קען היסטאריע איז עס דעמאלס אויך געווען א קאנטרעווערסיע. רבי מאיר האט טאקע געהאט עטליכע גדולים וואס האבן אים געשטיצט מיט דעם. לעומת זה איז געווען זייער סאך גדולים וואס זענען געווען מתנגד צו דעם. זיי האבן געטענהט הלמאי תורה נאר פאר מצויינים? עס איז א נחלת הכלל. רבי מאיר האט געטענהט אז ער מאכט א ישיבה פאר די קומענדיגע גדולים. ער פלעגט טאקע ארייננעמן רבי'שע אייניקלעך אפילו זיי האבן נישט געקענט די 300 בלאט וואס מען האט געדארפט קענען. ווייל סייווי גייט ער זיין א רב/רבי, זאל ער כאטש קענען לערנען.

בנוגע מאור יצחק מיט אלכסנדר.
איך מיין אז אלכסנדר איז א פיסטע גאוה'דיגע ישיבה. ביי אונז אין קהילה איז דא עטליכע וואס זענען געגאנגען דארט לערנען. מען טרענט דארט אויך שמיני שבשמינית, אז מען קען נישט שטיין אין די ד' אמות פון א תלמוד פון די אלכסנדר ישיבה.

לעומת זה מאור יצחק, איז די בחורים מער מענטשליך נארמאל.

דאס אלעס איז נישט נוגע צו די שמועס וואס בר דעת האט ריכטיג אויפגעברענג אז די ישיבות געבן גארנישט צו צי כלל ישראל. גארנישטטטטטטט!!!!

איך האב געלערנט אין א חסידות ישיבה. די בעסערע בחורים זענען געגנגען צו די בעסערע אינטערנאציאנעל ישיבות, אינקלאדינג אלכסנדר, בית מאיר, סלאבאדקא.

מיר אלע זענען שוין עלטער ווי 30. איך זעה נישט קיין שום יתרון אין די אינגעלייט תלמידי המצויינים ישיבות. אדרבה די כלים, די תלמידי חכמים זענען אלע תלמידים פון די מוסד פון די חסידות.

איך וויל נישט זאגן אז אזוי איז איבעראל, אבער ביי מיין כתה איז אזוי.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:51 pm#224035
סימפל האט געשריבן:ביז גערעכט. איך האב נישט פארהערט קיין איינע פון זיי. אבער א ישיבה איז נישט נאר אויף בחינות.
ווען איך אבער קוק אויף ביידע בחורים, ווער פון זיי איז געשטיגן אויף א גרעסערע מדריגה אלץ א איד? ווער פון זיי איז א גרעסער עובד? ווער פון זיי האט מער ערענסטע השקפות? איך האב עס געזען קלאר, אז דער וואס האט זיך געדרייט די לעצטע פאר יאר און אסאך מער א ערענסטע סביבה שטייט אסאך בעסער. עס איז ממש נישט קיין פארגלייך. די דרשות דארט, איז אויף אסאך א העכערע סטענדערד. מען רעדט נישט דארט אויף קיין אייפאונס, אזוי ווי אין די עוורעזש ישיבות. די ערגסטע זאך וואס מען קען דארט כאפן א בחור, איז אז ער האט געקויפט טשאלענט... מען רעדט דארט אז ביי א שבת סעודה זאל מען נישט סתם פלוידערן, עס זאל הערשן א שטילקייט... אזוי ווי אין קעלם, ווי מען האט געקענט הערן א פליג אדורך פליען. און א ריזיגע עולם האלט ביי אזא מדריגה.

יעצט האסט געכאפט דעם טוטער, גערירט דעם פראבלעם פון אונזער דור
די 100 בלאט וואס מ'פארהערט זיך אין כתה ט', די 200 בלאט אין ישיבה קטנה, הלכות שבת צו יו"ד אין ישיבה גדולה, די אלע זאכן זענען גארנישט ווערט פארן אורך ימי החיים, דאס נעמט מען זיך נישט מיט, איך האב א דאזען מיט קרובים וואס אלע האבן זיך פארהערט די הוראה אין ישיבה, 'אלע'!, היינט 20 יאר נאך זייער חתונה, איז ער דער פלעינער יונגערמאן, איך וואס כ'האב מיך נישט פארהערט די הוראה, לערן מן הסתם מער שעות א טאג ווי זיי, און איך קען מן הסתם מער ווי זיי.
וכבר אמרו חכז"ל כל שיראתו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת, די יסוד פון א גוטע ישיבה איז ווי מ'פרעדיגט אריין יראת שמים און הכנעה, און אויף דעם וויינט דער ווינער רב שליט"א אין זיינע ז' אדר דרשות די לעצטע פאר יאר, אמאל האט א ישיבה געמיינט מיט א ראש ישיבה א עובד, א איד אויף וועם מען קען ארויפקוקן, הערט אמאל ווי די אלטע אידן רעדן פון זייערע ישיבות אינדערהיים, סעקילהעיד, גאלאנטא, יארמאט, טאשנאד, וואס מיינט היינט א ראש ישיבה?????
און דוקא הרב וואקסמאן'ס מהות כאפט מיר זייער, איך הער אסאך זיינע דרשות, בפרט דרשות וואס ער זאגט אין ישיבה, און ס'איז א אנדערע מהלך ווי די דרשות פון סתם ראשי ישיבות, און דערפאר קען איך פארשטיין סימפל'ס ווערטער, און דערפאר פרעג איך אויך וואסערע סארט מצויינים ער נעמט אריין, איך גלייב אז זיין דגוש איז נישט אויף קארפן קעפ, נאר מער אויף מדות, האב איך רעכט סימפל?
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:54 pm#224036
ראש הישיבה האט געשריבן:מיר אלע זענען שוין עלטער ווי 30. איך זעה נישט קיין שום יתרון אין די אינגעלייט תלמידי המצויינים ישיבות. אדרבה די כלים, די תלמידי חכמים זענען אלע תלמידים פון די מוסד פון די חסידות.

איך וויל נישט זאגן אז אזוי איז איבעראל, אבער ביי מיין כתה איז אזוי.

הונדערט פראצענט
לאמיר כאפן א בליק אויף די מורי הוראות, דא אין קרית יואל דאכט זיך האט קיין איינע פון די מורי הוראות נישט געלערנט אין די באמבע ישיבות, און ב"ה ס'איז נישטא וואס זיך צו שעמען
סקווירא האט א סאך שיינע מורי הוראות, ווי האבן זיי אלע געלערנט?

נו ווער רעכנט ווייטער, דיינים ומורי הוראות אין אנדערע קהלות
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:56 pm#224037
סימפל האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אלעס שיינע מדריגות (אדער אפשר נישט), די נקודת הטענה איז "מאור יצחק" בחורים (וואס קלויבט זיך נאר top בחורים, כדבריך), VS "געקליבענע top בחורים" אין די אנדערע ישיבות, וועלעכע שטייען בעסער?
די שאלה איז וואס גיבט א מצוין ישיבה צו פארן מצוין ועומד חוץ אן אויסגעבלאזענע גאווה של שטות אז ער האט די זכייה צו לערנען אין יענע און יענע בעל שם טוב ישיבה צוזאמען מיט נאך אפאר מצויינים און רבי'שע קינדער מיט בני עשירים.

איך וועל איבער זאגן מיין פוינט נאכאמאל. ( פאר דיר, אלעס! )
עס איז א מציאות׳דיגער און פשוטער זאך, אז ווען די לייגסט אריין א גוטע בחור פאר א פאר יאר אין א גוטע סביבה, ווי עס איז דא אסאך א העכערע אטמאספער, פעסטע מגיד שעורים, vs א פאר יאר אין א עוורעזש סביבה. וועט ער ווערן א גרעסערע מתמיד, א גרעסערע ירא שמים, און א גרעסערע עובד.
איך האב עס קלאר געזען מיט מיינע אייגענע אויגן.

ס'איז נישט ווי די זאגסט "א מציאות׳דיגער און פשוטער זאך", ס'איז ענדערש א "סברא". צו וויסן צו א סברא איז אמת אין מציאות איז נאר שייך דורך א טעסט, עפעס וואס נישט איך און נישט דו האבן געטוען, דהיינו שטעלן שנה ראשונה יונגעלייט צום פארהער זה לעומת זה. דו טענה'סט נאר אז דו האסט עס "קלאר געזען מיט מיינע אייגענע אויגן", אין די מצויינים ישיבה, בזמן ווען איך האב געזען דאס זעלביגע און (עטליכע) כעמי-כעמך ישיבות ביי די top בחורים. מיין עיקר טענה איז אז דער מצויין ישיבה איז גארנישט "מוסיף" צום בחור. בדרך הסברא קען מען ווען פונקט אזוי זאגן אז די מצויינים אין די בינוני ישיבות האבן פונקט די זעלבע טרייבקראפט צו זיין על הגובה אין זייער ישיבה ווי דער חבר זיינע אין די מצוין ישיבה, אם על סברות אנו דנין. (אונז רעדן וועגן די "מאור יצחק" ישיבה וואס איך האב נישט צופיל אינפורמאציע דערוועגן. "אלכסנדר ישיבה" ווידער וואס איך קען גאנץ גוט איז לדעתי נישט נאר "נישט מוסיף" גארנישט פארן מצוין, נאר "גורע" במדה גדושה פון וואס דער בחור וואלט ווען קונה געווען במקום אחר, סיי אין שעות, און פי כמה אין כמות הלימוד. מענטשן ווייסן אפשר אז ווען אן "אלכסנדר" תלמיד graduate ישיבה פארהערט ער זיך "גארנישט"? א פחד פון א דורכגעפאלענע סיסטעם, גיי פארצייל עס פאר איינעם)