מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:54 am#37140
שטייט דאך בפירוש אז דארט הערט מען דברים שבין וכו'...
ונבנתה העירשטייט דאך בפירוש אז דארט הערט מען דברים שבין וכו'...
פארוואס האט ער דערציילט פאר זיין ווייב יעצט, ער האט זיך שיין איינגעהאלטען צויי יאר?י
א צווייטער פרעגט, וואס פאר א מין חסיד איז דאס, אז ער ווייסט די סוד אז ס'קומט א שדפון\רקבון און ער האלט עס פאר א סוד, זאל יעדער אויסגיין פאר הונגער אבער ער וועט מאכן א שיינע אפוטיקי.
משכילמען קען אסאך לערנען פון אגדתא און יעדער קען טרעפען זיין השקפה אין דעם
געפילטע פישדא ברענגט איינער א לשון פון צל"ח:
כידוע, כל זמן שהגוף לא כלה, עדיין שורה עימו הרוח, ואינה יכולה להיפרד ממנו.(עיין שבת קנב:) לכן גם קוברים את המת בעפר, כדי להחיש את רקבון הגוף כדאיתא בסנהדרין (מו) ומן הטעם הזה מלבישים אותו בתכריכי פשתן שנרקבים במהרה. אותה ילדה, בשל עניותם נקברה כשגופה נתון במחצלת של קנים, במקום בפשתן שהיה יקר. וגופה טרם הרקיב לגמרי, מה שמנע מרוחה להתנתק מן הגוף ולשוט בעולם כדוגמת חברתה.
על כן בשנה האחרת שבה חברתה והציעה לה לשוט בעולם, שמא הפעם כבר הרקיב גופה. אולם ילדה זו השיבה לה כי עדיין אינה יכולה, משום שהגוף עדיין לא הרקיב לחלוטין. עכת"ד.
און די ריטב"א זאגט פשוט אז זי האט זיך געשעמט, ווייל א מחתלת של קנים איז ווייל דאס ווייזט אויף עניות, און וואסארא פנים האט דאס ארום צו פליען ארומגעוויקעלט מיט א שמאטעס געמאכט פון גראז.
א צווייטער פרעגט, וואס פאר א מין חסיד איז דאס, אז ער ווייסט די סוד אז ס'קומט א שדפון\רקבון און ער האלט עס פאר א סוד, זאל יעדער אויסגיין פאר הונגער אבער ער וועט מאכן א שיינע אפוטיקי.
משכילוואס מיינט ביי ב"ק אינו אלא בקלות ראש וזחות הדעת? און דאס איז אויך באונס
משכילאיך האב גקלערט אז פארדעם זאגט די משנה ברכות כ: אז ק"ש איז מען מהרהר אבער די ברכות נישט, ווייל עס איז שווערער הרהרור ווי זאגען, דוק ותשכח,י
scy4851ברכות כ"ז
די גמרא ברענגט א מעשה פון א תלמוד ווער עס האט געפרעגט ר' יהושע אויב תפילת ערבית איז רשות אדער חובה. ר יהושע האט אוהם געענטפערט אז עס איז רשות.
דערנאך איז ער געגאנגען צו רבן גמליאל מיט דער זעלבע שאלה און רבן גמליאל האט אוהם געענטפערט אז עס איז א חובה. האט אוהם דער תלמוד געזאגט אז ר' יהושע האט דאך אוהם געזאגט אז עס איז א רשות. האט רבן גמליאל געזאגט פארען תלמוד לאמיר וואטען ביז אלע תלמודים קומען אריין און בית מדרש וכו' עיין שם כל הסיפור וויא מעהאט אראף געזעצט רבן גמליאל פון נשיאות און דערנאך האט מען אוהם צוריק געשטעלט.
צום סוף פון די גאנצע מעשה דארט אויף דף כ"ח זאגט די גמראואותו תלמוד ר' שמעון בר יוחאי הוה
איך האב געהערט פון מיין רבי'ן ר מנשה קליין זצ"ל.
לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס איז געווען וויכטיג פאר די גמרא צו דערמאנען דעם נאמען פון תלמוד ווער עס האט אהנגעדרייט דער גאנצע פרשה.
נאך איז שווער. וויא אזוי האט דער תלמוד געמעגט גיין פרעגען פון א צווייטען חכם א שאלה וואס איין חכם האט אוהם שוין גענטפערט?
האט מיין רבי ז"ל געזאגט אז דער צווייטע קשיא איז פארענטפערט מיטען ערשטע קשיא.
דער הלכה פון נישט פרעגען די זעלבע שאלה פון צוויי חכמים גייט נאר אהן אויב דער שאלה איז הלכה למעשה. אויב אבער איינער פרעגט נאר להתלמד, מעג ער יא פרעגען פון מערערע תלמודי חכמים. אזוי לערענט ער דאך.
די גמרא ברענגט און שבת י"א, איינער ווער איז תורתו אומנתו דארף נישט מפסיק זיין פון לערנען פאר תפילה. און די גמרא זאגט דארט אז ר' שמעון בר יוחאי איז געווען תורתו אומנתו.
ממילא איז שוין זייער גוט די גמרא דא און ברכות
כדי צו באווארענען אז עס זאל נישט זיין שווער וויא אזוי דער תלמוד האט געמעגט פרעגען די זעלבע שאלה פון צוויי תלמודי חכמים האט די גמרא מפרסם געווען אז דער תלמוד איז געווען ר' שמעון בר יוחאי, וואס פאר אוהם איז דער שאלה בכלל נישט געווען להלכה למעשה.
קאווע טרינקערחסידים פארענטפערן זייער פארשלעפטקייט צו דאווענען מנחה אין די לעצטע מינוט, על סמך וואס די גמרא זאגט ס'איז אן ענין צו דאווענען עם דמדומי חמה.
פיין
אן עמוד פריער האלטן אסאך אמוראים אז נוסח התפילה איז "הבננו" - א מעין שמונה עשרה!
נאר וואס דען? אביי לייט אמאן דמתפלל תפלה קצרה. פיין מ'האט מורא פון א יחיד, אביי! כ'פארשטיי
יעצט גיי צוריק צו עמוד ב',
במערבא לייטו אמאן דמתפלל עם דמדומי חמה. - אלע חכמי ארץ ישראל, אלע! האבן געשאלטן דער וואס דאווענט מנחה שפעט.
נו?
אז מ'האט מורא פון אביי, וויאזוי פארלאזט מען זיך יום יום און מ'האט נישט מורא פון די קללה פון אלע חכמי ארץ ישראל????????????...
משה געצילוא״ר אלעזר מיום שחרב ביהמ״ק ״נפסקה״ חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. (ברכות ל״ב:)
וואס איז דאס לשון נפסקה? אויבן אויף איז משמע אז עס איז געווען עפעס א חומה וואס האט מבדיל געווען און דאס איז אפגעהאקט געווארן בזמן החורבן, כאילו דער חומה המבדיל איז נישט דא, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין מיום שחרב ביהמ״ק חומת ברזל מפסקת וכדומה?
קאווע טרינקערשיין, (אייל דיך צו, ס'איז שוין באלד די סיום)
די תירוץ פון פני יהושע איז אויך שיין, אז זי האט געמיינט צו זאגן אז וואלט איך ווען געווען א פריצה דאן וואלט איך געבענטש געווארן, חוטא נשכר?
און דאס איז בכלל (צוזאמען מיט די דדים) "הטיחה דברים כלפי מעלה" וואס די גמרא זאגט באלד דערנאך
ווער איז דער מגי"ש?
קאווע טרינקערשריייבס "היינט".
דער בלאט פון חנה איז פון שבת.
קאווע טרינקערמשה געצילוא״ר אלעזר מיום שחרב ביהמ״ק ״נפסקה״ חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. (ברכות ל״ב:)
וואס איז דאס לשון נפסקה? אויבן אויף איז משמע אז עס איז געווען עפעס א חומה וואס האט מבדיל געווען און דאס איז אפגעהאקט געווארן בזמן החורבן, כאילו דער חומה המבדיל איז נישט דא, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין מיום שחרב ביהמ״ק חומת ברזל מפסקת וכדומה?
ארטסקרול איז מסביר "ס'איז געווארן א הפסק"
משכילהגמ' מקשה מתני' מני לא ר' יהודה ולא ר' מאיר, וכו' ומתרץ ותנא דידן סבר לה כר' יהודה בחדא ופליג עליה בחדא, וצריך להבין אם קשה לומר שהוא דעה שלישית, מה מועיל דסבר לה בחדא והלא עדיין יש כאן דיעה שלישית ?י
michelמשכילהגמ' מקשה מתני' מני לא ר' יהודה ולא ר' מאיר, וכו' ומתרץ ותנא דידן סבר לה כר' יהודה בחדא ופליג עליה בחדא, וצריך להבין אם קשה לומר שהוא דעה שלישית, מה מועיל דסבר לה בחדא והלא עדיין יש כאן דיעה שלישית ?י
the makshen tought that because the braise brings only 2 shites is a rayeh that the mishneh also would go with one of the shites and therfor you must say that "lishois tnan" and the tiritz is that it is not a raye because at the end of the day you could say "lehachzir tnan" and the mishne won't go exactly the same way like the brayseh.