פארומס › בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7270
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:40 am#396133
זיי זענען אהערגעקומען אין 1905 און די זיבעטע דור איז זייער מעגליך. מיין טאטע איז אין די זעכציגער און האלט שוין ביים דריטן דור.

8 ברודערס האבן זיך באזעצט דא:
ק/פ פון אייוועלט:

ר' אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישיווא איז געווען דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע ניימאן פאמיליע. 8 פון זיינע 9 קינדער האבן זיך באזעצט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג און האבן געלעבט דא אויפן פולסטן חסיד'ישן שטייגער גענוי ווי אינדערהיים.
זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע.
עס איז דא פיל צו פארציילן איבער די ניימאן פאמיליע, וואס אין א געוויסן זין זענען זיי געווען די וואס האבן געגרינדעט און אויפפגעשטעלט די וויזניצע קהילה דא אין אמעריקא, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו
...

אט איז א בילד פון 5 פון די ניימאן ברידער אין יאר תר"ע דא אין אמעריקא. מימין לשמאל: ר' יצחק, ר' ברוך (אביו של ר' שלמה ניימאן ז"ל), ר' זונדל, ר' יעקב (אביו של ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל), ר' מיכל (חותנו בזוו"ר של ר' בערל פרידמאן ז"ל ראה"ק סאטמאר)
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:45 am#396135
שבת אחים: איך האף אז דו ביסט נישט באליידיגט. מיין פריער'דיגע תגובה איז נאר געווען א ביסל הומאריסטיש...!
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:58 am#396136
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך האף אז דו ביסט נישט באליידיגט. מיין פריער'דיגע תגובה איז נאר געווען א ביסל הומאריסטיש...!


חס ושלום.
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:40 am#396141
שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:44 am#396142
שוין גענוג פארדרייט דעם אשכול, צוריק אין חדר אריין... עם... אינעם אשכול אריין.
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 10:32 am#396145
חסיד פון ליטא האט געשריבן:שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?


העי, כ'בין מוחה!
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:14 pm#396149
חסיד פון ליטא האט געשריבן:שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?

חסיד פון ליטא: וואספארא הוה אמינא האסטו אז שבת אחים איז ח"ו נישט קיין שומר שבת...!
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 5:33 pm#396178
חסיד פון ליטא האט געשריבן:שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?


ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסט פרעגן נערישע אומרעלעווענט קשיות?
פרייטאג פעברואר 23, 2018 12:15 pm#396234
ק/פ
אבינו מלכנו קרע רע גזר דיננו

רייסט איין פאר רבינו שליט"א וואס דארף דורכגיין אן אפאראציע צוליב קאמפליקאציעס מיט די קישקעס. דאקטוירים זענען גאר שטארק באזארגט איבער די מצב.

מניני תהילים שטעלן זיך יעצט אין אלע וויזניצע צענטערן צו איינרייסן ביי אבינו מלכינו פארן רבין א גאנצע רפואה!


געווענדליך עס איך נישט קיין קישקעס שבת, אבער איך נעם זיך אונטער היינט יא צו קויפן קישקע לכבוד שבת.
You never know!!
פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:39 pm#396256
בן אדם האט געשריבן:געווענדליך עס איך נישט קיין קישקעס שבת, אבער איך נעם זיך אונטער היינט יא צו קויפן קישקע לכבוד שבת.
You never know!!


האסט פארגעסען אנזאגען די בני בית אז ס'שבת זכור די וואך און אנגרייטען עמל"ק קוגעל?
מיטוואך מערץ 14, 2018 2:46 pm#397453
רבותי רייסט איין
דער מצב איז איום ונורא

השתדלו והרבו תחינה בעבור כ"ק אדמו"ר הגאון הקדוש רבי מרדכי בן מרגליא לרפו"ש

עס איז זייער קריטיש, אידן דאווענט פאר די צדיק הדור זאל ער שוין האבן א רפו''ש אינגיכן
מיטוואך מערץ 14, 2018 3:20 pm#397454
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:רבותי רייסט איין
דער מצב איז איום ונורא

השתדלו והרבו תחינה בעבור כ"ק אדמו"ר הגאון הקדוש רבי מרדכי בן מרגליא לרפו"ש

עס איז זייער קריטיש, אידן דאווענט פאר די צדיק הדור זאל ער שוין האבן א רפו''ש אינגיכן

אקעי די מצב איז עטוואס רוהיגער ב"ה
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:01 am#397522
יעצט איז טאקע געפערליך...
והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:33 am#397525
איך מיין ס'איז צייט אריינצומישן PETA
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:52 am#397526
כ'האב אלעמאל געמיינט אז די וויזני'צע האבן נישט קיין שכל. איך זע ווי זיי רייסן איין יעצט בתפילה ותחנונים פארן רבי'ס געזונט, ציה איך צוריק. זיי ווייסן יא וואס ס'ווארט זיי אפ נאכן רבי'ן....
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:53 am#397527
פארמעקט לבקשת הרבים.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:30 am#397531
ווילאנג עטס זענטס נישט אויף די זעלבע בעט וואס ער איז יעצט קענט עטס ווייטער מאכן ליצנות.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:34 am#397537
קאווע טרינקער האט געשריבן:לאמיר אלע האפן אז דאס מאל וועלן די מצוקים געווינען און אראלים וועלן מיאוס פארלירען.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:43 am#397543
איסר האטלקי
כ'האב אלעמאל געמיינט אז די וויזני'צע האבן נישט קיין שכל. איך זע ווי זיי רייסן איין יעצט בתפילה ותחנונים פארן רבי'ס געזונט, ציה איך צוריק. זיי ווייסן יא וואס ס'ווארט זיי אפ נאכן רבי'ן....


די מענדליסטן האבן נישט קיין שכל. די וויזניצע איז עס ווי איינער. איינער יא און איינער נישט. פונקט ווי אין אלע אנדערע חסידות׳ן.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:48 am#397545
ביבער
איך מיין ס'איז צייט אריינצומישן PETA


כ׳פארשטיי נישט די שייכות. ווי קומט דא אריין PETA?

1)ווייל ער לעבט אויף מאשינען און מפייניגט אים?
2)ווייל ער איז עסט נישט קיין פלייש די לעצטע צוואנציג יאר?
3)סתם געהאקט א לאטקע אן קיין פשט?
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:53 am#397546
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
איך דענק אז געוויסע מענטשען האבען אן עבודה לערבב את השטן צו רעדען מיאוס אויף א שכיב מרע. אנדערש קען איך נישט פארשטייען די לעצטע פאר תגובות דא אין די אשכול.

זאל ער האבען א רפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 1:54 pm#397560
דער לעצטער אמת'ער צדיק פון דור. ער האט אלע עמודי עולם תורה עבודה און גמ"ח.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 2:28 pm#397571
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
איסר האטלקי
פארמעקט לבקשת הרבים.
די תגובה פאר דעם איז אויך פונקט ווערט צו פארמעקען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג מערץ 16, 2018 9:10 am#397603
ברוך דיין האמת.
נצחו אראלים את המצומקים.