Under maintenance
הויפט זייט » פארוואס מעג איך נישט אריינשפייען אין דיין קאווע?

פארוואס מעג איך נישט אריינשפייען אין דיין קאווע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7275
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:06 pm#226670
לעיקוואד האט געשריבן:יהיה מה שיהיהי אין מיין קאווע זאלסטו נישט אריינשפייען ווייל איך וועל זיך נישט מעיין זיין קודם אין קיין צען בלעטער פילאזאפיע פון קאווע שטיבל מברר זיין נאר איך וועל דיר תיכף ומיד אראפלאזן א פראסק אין פנים. זה כל תורת המוסר על רגל אחת ואידך זיל גמור.

וואס איז מיט דיר, אויף דעם מהלך קען מען אלע קשיות וואס טויזנטער פילאזאפן האבן אפגעשריבן בערג מיט ביכער פארענטפערן מיט איין שורה. און מ'דארף אפילו נישט ענדיגן זיל גמור. אז איינער וויל יא לערנען איז דאך משמע אז ער וויל נישט וויסן דעם אמת, ווען יא האט ער נישט די קשיות.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:06 pm#226671
שוין עס העלפט מיר נישט די סטראשע, כ'האב מיך איינגעהאנדלט דעקלעך פאר די קאפי קאפס.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:24 pm#226675
א פרישע שאלה: אויב זע איך עימיצן אריינשפייען אין מיין חבר'ס קאווע, איך ווייס אז ער איז א מפונק גדול מאוד.
1)האב איך א פליכט, אים אויסצוזאגן אז חוץ שטויב וואסער און צוקער איז פארהאן נאך עפעס דערין.
2)מעג איך אויסזאגן.
3)טאר איך נישט אויסזאגן.

איך וואלט געזאגט אז ס'ווענדט זיך אביסל לויט ווי איך וואלט געוואלט מ'זאל מיר זאגן וועגן מיין קאווע. אבער יש מקום לעיין..
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:29 am#226702
ראובן האט געשריבן:יישר כוח, @הוגה, פאר'ן אננעמען מיין טשאלענדזש.
יעצט לאמיך פרעגן ווייטער. וואס טוט זיך מיט א דאקטאר וואס איז בסוד איבערצייגט אז וואקסינען שאטן פאר קינדער, און קענען זאגאר ברענגען אויטיזם. דו, הוגה, קומסט צו דעם דאקטאר, און דו פארבעטסט אים צו וואקסינירן דיינע קינדער. דער דאקטאר איז מחליט אז ער וועט ליבערשט שיצן דיינע קינדער פון די שעדליכע עפעקטן פון די וואקסינען, און שפריצט אריין זאלץ-וואסער אין זייערע אדערלעך. לשיטתו האט ער געראטעוועט דיינע קינדער פון א פאטענציאלער סכנה. איז ער גערעכט?

איינער וואס ווערט באצאלט פאר צישטעלן א געוויסע סערוויס קומט צי נאך ריספאנסעבליטיס.
למשל איינער וואס פארקויפט טריפה פלייש אלץ כשר האט נישט קיין רעכט צי נעמען געלט פאר כשרס און געבען נישט כשר.
מאך דיין משל מיט א דאקטער וואס גייט אינערוועגענס און זעט ווי איינער דארף ערשטע הילף.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:14 am#226726
ראובן האט געשריבן:יישר כוח, @הוגה, פאר'ן אננעמען מיין טשאלענדזש.
יעצט לאמיך פרעגן ווייטער. וואס טוט זיך מיט א דאקטאר וואס איז בסוד איבערצייגט אז וואקסינען שאטן פאר קינדער, און קענען זאגאר ברענגען אויטיזם. דו, הוגה, קומסט צו דעם דאקטאר, און דו פארבעטסט אים צו וואקסינירן דיינע קינדער. דער דאקטאר איז מחליט אז ער וועט ליבערשט שיצן דיינע קינדער פון די שעדליכע עפעקטן פון די וואקסינען, און שפריצט אריין זאלץ-וואסער אין זייערע אדערלעך. לשיטתו האט ער געראטעוועט דיינע קינדער פון א פאטענציאלער סכנה. איז ער גערעכט?

די ערגסטע וואס קען געשען ביי די קאווע משל איז אז כ'זאל געוואויר ווערן און צוליב דעם פארעקלט ווערן און לכן וויבאלד כ'ווייס אז כ'וועל נישט אויסגעפונען בין איך מסכים יענער זאל אריינשפייען. אבער ביי דער דאקטער איז דאס ערגסטע וואס קען געשען - אז מיין קינד וועט קראנק ווערן, און אפילו כ'וועל אפשר נישט צאמשטעלן זיין קראנקהייט מיט דעם דאקטער'ס זדון איז דאס דער עקאוועלאנט פון אויסגעפונען אז דו האסט אריינגעשפיגן אין מיין קאווע. כ'וויל נישט זאלסט אים איינשפריצן זאלץ וואסער אפילו אויב איך ווער קיינמאל נישט געוואר, נעמליך ער ווערט קיינמאל נישט קראנק. אמת, דער דאקטער האלט אז מ'קען נישט קראנק ווערן פון נישט ווערן וואקסינירט, אדרבה. אבער די זעלבע האלטסטו אז דיין שפייעכץ איז גאר געשמאק. אמת מ'קען קראנק ווערן פון גענוג זאכן, אויך נאכן נעמען וואקסין, אבער אויב האב איך א ספק אז וואקסינען העלפן וועל איך נישט מוחל זיין דעם דאקטער אפילו אויב מיין זון ווערט נישט קראנק.

איך מיין אז די אחריות אויפ'ן קינד'ס לעבן איז אויפ'ן טאטן מער ווי אויפ'ן דאקטער, איבעראל אין מעדעצין, איז וואס זארגט זיך דער דאקטער אויף שיצן די קינדער, אנטקעגן דעם טאטנ'ס ווילן, פון א וואקסין וואס דער פאטער אַפראָווד?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:14 pm#226827
ATUB @הוגה ATUB , איך בין פאסינעיטעד פון ראובן'ס אריגינעלע קשאי וואס איז נאך מער enhanced געווארן דורך דיין תגובה און דערנאך אפילו מער דורך ראובן'ס follow-up תגובה. דערפאר וויל איך זייער נעמען א טייל אין די שמועס.
However, I'm trying to get work done today and typing in Yiddish takes me a really long time, so if you'll forgive me, I'll try to offer my insights in English. This way, we both get what we want hopefully.

Hoigeh, I think that what you were asking (as a way of taking Rieven's question and raising the stakes on it) is how to measure value when you yourself are involved in the transaction. In other words, you basically feel that it's right to abide by your dad's wishes and when those wishes don't infringe upon your comfort in any major way, you're happy to do what is right. However, when it infringes upon your comfort, you don't know how to deal anymore. Your belief that it's right to do as your dad wishes hasn't changed. Objectively, you still consider that to be the correct course of action. However, now there's a subjective component added in, namely, the imposition on your comfort. It is no longer a question about whether spitting into another's coffee is right or wrong (you've already decided that it's right to give your dad what he wants) but to what degree you want to suffer in order to do what is right. And that's a question whose answer will be as varied as individuals themselves are. Depending on each person's level of selfishness/selflessness, empathy, guilt, fear, etc. But it's not really a question of ethics anymore.

Anyhow, now that you and Reiven have raised the stakes of the initial question, I want to try to raise it too. About 40-50 years ago, a gynecologist became renowned for helping childless couples conceive via in vitro. Of course, the chassidish community, where building a family is a paramount goal, began to talk about this doctor. The Satmar Rebbe zatzal was against using his methods, but Rav Moshe Feinstein zatzal okayed it. And so a number of chassidishe women who hadn't been able to have children for upwards of ten years went to see him. Lo and behold, a few of them indeed got pregnant. A few years later the doctor was charged with using his own sperm to impregnate some of his patients. Of course, neither I nor anyone (as far as I know) know whether the Yiddishe kinder were his biological children or not. But my question is -- considering the great joy these couples had by having a family, do you think the women (and perhaps even their husbands) cared that the doctor spit into their coffee, so to speak?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:17 pm#226935
פידלער, It is no longer a question about whether spitting into another's coffee is right or wrong (you've already decided that it's right to give your dad what he wants) but to what degree you want to suffer in order to do what is right.
נישט ריכטיג. אויב טוישט זיך די פאקט אז סאיז מיר נישט באקוועם, ווערט "right" אויך געטוישט.
איז ריכטיג צי געבען פאר אן ארימאן צדקה, יא. אויב האב איך פונקט אזוי ווייניג געלט ווי עם? טוישט זיך וואס איז right.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 1:32 am#226990
פידלער האט געשריבן:
Anyhow, now that you and Reiven have raised the stakes of the initial question, I want to try to raise it too. About 40-50 years ago, a gynecologist became renowned for helping childless couples conceive via in vitro. Of course, the chassidish community, where building a family is a paramount goal, began to talk about this doctor. The Satmar Rebbe zatzal was against using his methods, but Rav Moshe Feinstein zatzal okayed it. And so a number of chassidishe women who hadn't been able to have children for upwards of ten years went to see him. Lo and behold, a few of them indeed got pregnant. A few years later the doctor was charged with using his own sperm to impregnate some of his patients. Of course, neither I nor anyone (as far as I know) know whether the Yiddishe kinder were his biological children or not. But my question is -- considering the great joy these couples had by having a family, do you think the women (and perhaps even their husbands) cared that the doctor spit into their coffee, so to speak?

דיין שאלה דערמאנט מיר פון די זיסע מאווי the switch.
אז מען רעדט שוין פון artificial insemination, (נישט פון in vitro וואס כמעט אלע גדולים האבן מתיר געווען) האט מיר א איד דערציילט אז ער ווייסט פון חרדי'שע קינדערלאזע קאפלס וואס טוען דאס, מען וועלט זיך אויס א נדבן וואס ענדלט אין דעם מאן, און מען מאכט א שווייג. האב איך אים געפרעגט צו זיי זענען מגלה ביי שידוכים, זאגט ער מיר אז ניין. ווען איך האב אים געגעבן אזא קוק אן ווי צו פרעגן היתכן, פרעגט ער מיר צוריק, "און ביי בני תשע מידות דארף מען אויך מגלה זיין?" האב איך אים נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.
מעג מען אריינארן א סאטמארן חסיד מיט א קינד וועלכער איז לויט זיין רבי'נס פסק א ממזר?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 1:41 am#226992
נולד מאוחר האט געשריבן:פידלער, It is no longer a question about whether spitting into another's coffee is right or wrong (you've already decided that it's right to give your dad what he wants) but to what degree you want to suffer in order to do what is right.
נישט ריכטיג. אויב טוישט זיך די פאקט אז סאיז מיר נישט באקוועם, ווערט "right" אויך געטוישט.
איז ריכטיג צי געבען פאר אן ארימאן צדקה, יא. אויב האב איך פונקט אזוי ווייניג געלט ווי עם? טוישט זיך וואס איז right.

פון איין זייט, אין א פערפעקט מאראליש וועלט וואלט יעדער איבריגער דאלער געגאנגען צו פיטערן א קינד אין אפריקע. פון די אנדערע זייט, עס איז ריכטיג אז אויב הוגה'ס טאטנס צער פון עסן אומאפגעשיילטע אומגעיורענע איבערגענעכטיגטע האלב געבאקענע אייער דלא כלקוטי מהרי"ח איז ווייניגער ווי הוגה'ס צער פון ארומלויפן זוכן די מהודר'דיגע אייער קען מען טאקע דן זיין.
דאס על כל פנים איז זיכער אז קיינער, יא קיינער, איז נישט קיין פערפעקט מאראלישער מענטש, און יעדער האט א געוויסע מאס ביז וויפיל ער איז גרייט צו מוותר זיין פאר זיינע אידעאליסטישע מאראלן.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 8:51 am#227038
יאיר: "(נישט פון in vitro וואס כמעט אלע גדולים האבן מתיר געווען)"
יא, ביסט גערעכט. איך האב טאקע געמיינט artificial insemination. כ'האב מיך געאיילט ווען געשריבן און נישט באמערקט. א דאנק.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:00 am#227048
איים סארי כאנישט קיין נערוון צו דורכליינען די 3 בלעטער, אבער כ'פארשטיי נישט די שאלה מתחלה, דער פותח האשכול, ATUB @ראובן ATUB , ערווענט נישט קיין שום סברה פארוואס זיין שפייעכטס איז ווייניגער עקלדיג ווי דעם אנדערנס, איז עס זיסער, זויערער, מער היידשין, וכדומה,

בשלמה אויב ער טענה'ט אז קיינעמס שפייעכטס איז קיין פראבלעם האט ער עפעס א מקום לטעון, אבער ער שרייט דאך חי וקיים אז יענמעס איז עקלדיג, נו זאג מיר וואס איז אין מציאות דיינס אנדערש,

און אינה"נ, אויב ער קען מיר מסביר פארוואס זיין שפייעכטס איז פיזיש אנדערש, האט ער אלע רעכטן צו אריינשפייען און יענעמס עסן,

סליחה, אויב מ'האט שוין אויסגעשמועסט דעם ענגל פון די דיבעיט
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:31 am#227058
מאטי האט געשריבן:א פרישע שאל: אויב זע איך עימיצן אריינשפייען אין מיין חבר'ס קאווע, איך ווייס אז ער איז א מפונק גדול מאוד.
1)האב איך א פליכט, אים אויסצוזאגן אז חוץ שטויב וואסער און צוקער איז פארהאן נאך עפעס דערין.
2)מעג איך אויסזאגן.
3)טאר איך נישט אויסזאגן.

איך וואלט געזאגט אז ס'ווענדט זיך אביסל לויט ווי איך וואלט געוואלט מ'זאל מיר זאגן וועגן מיין קאווע. אבער יש מקום לעיין..



כמ ה פעמים וואס מען זיצט ביי א שמחה, און דער וועיטער גיסט צוריק איינעמס סאדע אינעם פלעשעל, די זעהסט טרינקסטו נישט פין יענעם פלאש, די זעהסט אבער ווי א צווייטער נעמט, זאגסטו אים אדער נישט? ער וועט שלאפען פונקט אזוי גוט ביינאכט....
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:35 am#227061
דער שאלה איז שוין לכאורה תלוי אין דעם חקירה דא

l viewtopic.php?f=47&t=6620 l
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:55 am#227063
טייערע יידן, האטסט רחמנות!!! שוין עטליכע טעג וואס כ'קען נישט טרינקען קיין קאווע. סטאפ איט!!
באלד וועל איך מיר שוין אויך פארעקלען פון די ווירטואלע קאווע...
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:14 pm#227126
צום פותח האשכול, מעגסט יא נאר די תוצאות וועלן נישט שפעטיגען ווי ער שרייבט
פארוואס? האט געשריבן:טייערע יידן, האטסט רחמנות!!! שוין עטליכע טעג וואס כ'קען נישט טרינקען קיין קאווע. סטאפ איט!!
באלד וועל איך מיר שוין אויך פארעקלען פון די ווירטואלע קאווע...
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:10 am#227623
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:"דעלך סני לחברך לא תעביד" איז נישט די מהות פון די מעשה, ענדערש די הסכמה ציבורית פון ערווארטונג. דהיינו, מיין סאציאלע פארזיכערהייט אין מיין געמיינדע איז געוואנדען אין די קאלעקטיווע התנהגות בין אדם לחברו וואס יעדער יחיד ערווארט פון יעדעם פון די חברה, ובכן, מיין התנהגות כלפי יענעם איז בעצם מיין התנהגות פון יענעם אנקעגען מיר אליינס.

נאך ראובנ'ס הסכמה איז דאס לכאורה די שטערקסטע פתרון צום ברענעדיגן שאלה
אבער האו אבאוט דיס וואס איז אויב איך דיסייד אז עס איז פולשטענדיג נארמאל פאר יעדען צי שפייען אין זיין חבר'ס קאווע אין איך האב קיין פראבלעם אויב די שפייסט אין מיין קאווע איך האב נישט דעם הנחה אז מיין שליים איז דער מובחר שבשליימים נאר יעדעמ'ס איז אייניג גוט אזויווי מיינס איז מיר גיט, מעג מאראליש שפייען אין דיין קאווע? אדרבה זאל יעדער שפייען!
ונפק''מ לענין השאלה ששאל הוגה לגבי חלתו של אביו
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:19 am#227625
דו ווילסט אז יענער זאל טון צו דיר וואס ער, און נאר ער, האלט אז ס'איז אויסגעהאלטן און דו וואלטסט ווען געדארפט אזוי האלטן?
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:40 am#227629
Wright I missed the point
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 9:17 pm#228975
וואס איז דאס ערגער ווי אריינשפייען אין יענעמס קאווע?
אויב האט ער געהאלטן אז די פרויען וועלן קיינמאל נישט וויסען דערפון.
www.vosizneias.com/181431/2014/10/14/washington-prominent-orthodox-rabbi-arrested-for-voyeurism/
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:45 pm#228989
מאטי האט געשריבן:א פרישע שאלה: אויב זע איך עימיצן אריינשפייען אין מיין חבר'ס קאווע, איך ווייס אז ער איז א מפונק גדול מאוד.
1)האב איך א פליכט, אים אויסצוזאגן אז חוץ שטויב וואסער און צוקער איז פארהאן נאך עפעס דערין.
2)מעג איך אויסזאגן.
3)טאר איך נישט אויסזאגן.

אויב ווען מעזאגט אים נישט גייט ער קיינמאל נישט וויסן אין די גאנצע פראבלעם פון שפייעכטס אין די קאווע איז יענעם פארעקלען, דעמאלטס איז דער וואס זאגט אויס דער וואס פארעקלט אין נישט דער וואס האט געשפיגן
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:48 pm#228991
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז דאס ערגער ווי אריינשפייען אין יענעמס קאווע?
אויב האט ער געהאלטן אז די פרויען וועלן קיינמאל נישט וויסען דערפון.
www.vosizneias.com/181431/2014/10/14/washington-prominent-orthodox-rabbi-arrested-for-voyeurism/



די עוולה איז מחמת ב' סיבות פשוטות. איינס, ס'נישט מעגליך אז ער זאל זיין זיכער אז מ'וועט אים קיינמאל כאפן. צווייטענס, ער האט דאך אויך געהאלטן בשעת מעשה אז ער טוט אן עוולה. ופשוט היא.


.
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:53 pm#228992
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז דאס ערגער ווי אריינשפייען אין יענעמס קאווע?
אויב האט ער געהאלטן אז די פרויען וועלן קיינמאל נישט וויסען דערפון.
www.vosizneias.com/181431/2014/10/14/washington-prominent-orthodox-rabbi-arrested-for-voyeurism/


גערעכט. זיין crime איז אז מ'האט אים געכאפט.
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:55 pm#228993
שפייען און קאווע אדער געבען פארן טאטע נישט איבערגענעכטיגטע אייער קען מען דעם יא וויסען זיכער אז מגייט קיינמאל נישט וויסען?

ער האט געהאלטן ער טוט א בין לחבירו עוולה?
ער קען טראכטן וואס גייט זיי אן ?
פידלער האקט
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:03 pm#228994
ער האט געוואוסט אז עס איז אן עוולה בינו לבין עצמו און בינו לבין חבירו. מאך זיך נישט אזוי נאאיוו. די דוגמאות אין דער אשכול זענען אלץ געווען ווען עס איז אים ברור כשמש אז ס'נישט קיין עוולה.

אויך איז נישט קיין דמיון צווישן דאס און די פרישע-אייערדיגע חלה. דארט איז עס געווען א זאך וואס איז א שטות גמור, דארט איז עס געווען א שטארקע אינקאנוויניענט פאר מיר צו לויפן ביים זמן שאפן א נייע פאסיגע חלה. דארט איז עס געווען א one time thing, און קיינער אויסער מיר האט נישט געוואוסט דעם אמת, אפילו מיין ווייב.


.
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:07 pm#228995
א סאלדאט אין טצאר ניקאליי'ס ארמיי האט מען אמאל געכאפט גנבענען קארטאפעל פון די ארמיי'ס קאך. אלץ שטראף האט די טצאר באפוילען ער זאל באקומען 100 שלעק. האט די סאלדאט זיך געבעטן, "עס איז באוואוסט אז יעדער גנבעט. פארוואס אזא גרויסע שטראף?"
האט די טצאר געענטפערט, "אמת אז יעדער גנבעט און פאר די גניבה קומט זיך דיר נישט מער ווי 10 שלעק. די איבריגע 90 באקומסטו ווייל אז די ביסט נישט גענוג קלוג to get away with it, פארוואס ביסטו א גנב?
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:12 pm#228996
הוגה האט געשריבן:ער האט געוואוסט אז עס איז אן עוולה בינו לבין עצמו און בינו לבין חבירו. מאך זיך נישט אזוי נאאיוו. די דוגמאות אין דער אשכול זענען אלץ געווען ווען עס איז אים ברור כשמש אז ס'נישט קיין עוולה.

אויך איז נישט קיין דמיון צווישן דאס און די פרישע-אייערדיגע חלה. דארט איז עס געווען א זאך וואס איז א שטות גמור, דארט איז עס געווען א שטארקע אינקאנוויניענט פאר מיר צו לויפן ביים זמן שאפן א נייע פאסיגע חלה. דארט איז עס געווען א one time thing, און קיינער אויסער מיר האט נישט געוואוסט דעם אמת, אפילו מיין ווייב.


.


וכיהודה ועוד לקרא
ער האט זיכער נישט געוואלט אז מען זאל לייגן א קאמארע ביי עם אין שאוער
זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:31 am#229067
Here's the speech meant to begin the recovery of the congregation whose coffee was spit in
m https://www.kesher.org/saspeech m
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:56 am#229071
פידלער האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז דאס ערגער ווי אריינשפייען אין יענעמס קאווע?
אויב האט ער געהאלטן אז די פרויען וועלן קיינמאל נישט וויסען דערפון.
www.vosizneias.com/181431/2014/10/14/washington-prominent-orthodox-rabbi-arrested-for-voyeurism/


גערעכט. זיין crime איז אז מ'האט אים געכאפט.

דעמאלט וואלט מען געדארפט איינזעצן דעם וואס האט אים געכאפט, וועלכער האט גורם געווען אזויפיל צער פאר די באטראפענע פרויען.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:04 am#229073
הוגה האט געשריבן:ער האט געוואוסט אז עס איז אן עוולה בינו לבין עצמו און בינו לבין חבירו. מאך זיך נישט אזוי נאאיוו. די דוגמאות אין דער אשכול זענען אלץ געווען ווען עס איז אים ברור כשמש אז ס'נישט קיין עוולה.

אויך איז נישט קיין דמיון צווישן דאס און די פרישע-אייערדיגע חלה. דארט איז עס געווען א זאך וואס איז א שטות גמור, דארט איז עס געווען א שטארקע אינקאנוויניענט פאר מיר צו לויפן ביים זמן שאפן א נייע פאסיגע חלה. דארט איז עס געווען א one time thing, און קיינער אויסער מיר האט נישט געוואוסט דעם אמת, אפילו מיין ווייב.


.

דיין צווייטע נקודה איז ריכטיג, דהיינו, יעדע מאראלישע פליכט האט א געוויסע יוצא מן הכלל אין וועלכן א העכערע מאראלישע פליכט וועגט איבער די קלענערע (ווי אין דיין ביישפיל, אפנארן א מענטש מיט א געוויסע חומרא אקעגן ארומלויפן אן אויסגעשעפטער א שעה פאר'ן זמן).
אבער דיין ערשטע נקודה פארשטיי איך נישט. הא גופא איז די שאלה, אויב עס איז אן עולה בין אדם לחבירו צו בא'עולה'ן יענעם אויף אן אופן וואס ער וועט קיינמאל נישט שפירן קיין צער דערפון, כאטש ער וואלט עס זיכער נישט געוואלט. אזוי אויך פארשטיי איך נישט פארוואס דאס איז אן עולה בינו לבין עצמו. אפשר מיינסטו דאס וואס ער שטעלט איין זיין פרנסה טאמער מ'וועט אים כאפן.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:09 am#229074
יאיר האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז דאס ערגער ווי אריינשפייען אין יענעמס קאווע?
אויב האט ער געהאלטן אז די פרויען וועלן קיינמאל נישט וויסען דערפון.
www.vosizneias.com/181431/2014/10/14/washington-prominent-orthodox-rabbi-arrested-for-voyeurism/


גערעכט. זיין crime איז אז מ'האט אים געכאפט.

דעמאלט וואלט מען געדארפט איינזעצן דעם וואס האט אים געכאפט, וועלכער האט גורם געווען אזויפיל צער פאר די באטראפענע פרויען.


האסט נישט געלייענט מיין שיינע מעשה וועגן טצאר ניקאליי?
זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:07 am#229076
טאקע א שיינע מעשה, עס דערמאנט מיר פון די הסברים פון מיין רבי אין חדר פארוואס ער "מוז" מיר אראפלאזן צוויי פעטש.
מסתם מיינסטו צו זאגן אז איינער וואס ווייסט פון פאראויס אז ער קען נישט זיין גענוג פארזיכטיג און מען וועט מעגליך אויסגעפינען טאר ער עס נישט טון. איז ווער זאגט אז דאס איז דא געווען די מציאות? אפשר איז דער עקס ראביי באמת געווען זייער פארזיכטיג נאר עס האט זיך געמאכט אן אומשולדיגע אונס אז מען האט אים געכאפט וואס ער האט נישט געקענט פאראויסזען.
בכל אופן איז דער וואס האט אים געכאפט און מפרסם געווען די מעשה א שותף מיט די עולה, און ער דארף באקומען כאטש אזא הארבע שטראף ווי דעם עקס ראביי, אויב די עיקר עולה איז דאס ווערן געכאפט און נישט די עצם מעשה.
נאך א שאלה: אויב למשל דער ראביי וואלט געשטארבן, און דערנאך וואלט מען אויסגעפינען פון די גאנצע מעשה, צו קען מען זאגן אז בשעת מען האט געכאפט די געשעעניש האט ער שוין נישט עקזיסטירט, איז נישטא אויף וועמען די עולה זאל חל זיין, ממילא דארף ער בלייבן געדענקט אלס א מאראלישער מענטש, אדער ניין, וויבאלד יעצט ווערט מען געוואויר אז ער האט געטון אן עולה ווערט ער אן אוממאראלישער מענטש אויף צוריקצואוועגס.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:34 am#229091
יאיר טייערע, די מיזט אביסל ארבעטען אויף דיין סענס אוו יומער. :)
Not every story needs to be analyzed so seriously
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:07 pm#229133
פידלער האט געשריבן:יאיר טייערע, די מיזט אביסל ארבעטען אויף דיין סענס אוו יומער. :)
Not every story needs to be analyzed so seriously

מיין אנאליז איז נישט אויף די מעשה, נאר אויף די קאנטעקסט אין וואס דו ברענגסט עס. אדער אפשר איז דיין גאנצע ענטפער צו נולד מאוחר געמיינט הומאריסטיש.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:11 pm#229135
יאיר האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:יאיר טייערע, די מיזט אביסל ארבעטען אויף דיין סענס אוו יומער. :)
Not every story needs to be analyzed so seriously

מיין אנאליז איז נישט אויף די מעשה, נאר אויף די קאנטעקסט אין וואס דו ברענגסט עס. אדער אפשר איז דיין גאנצע ענטפער צו נולד מאוחר געמיינט הומאריסטיש.


Bingo! The latter
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:14 pm#229136
ענדליך קען איך אויספלאצן אין א געלעכטער :lol: :lol: :lol: :lol:
אבער דעמאלט ערווארט איך א פרישע, ערנסטע תירוץ אויף נולד מאוחר'ס שאלה.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:19 pm#229140
יאיר האט געשריבן:ענדליך קען איך אויספלאצן אין א געלעכטער :lol: :lol: :lol: :lol:
אבער דעמאלט ערווארט איך א פרישע, ערנסטע תירוץ אויף נולד מאוחר'ס שאלה.


Okay, I see you have a lot more time than I do. You can give me some of it, btw. In the meantime, I am going back to work. The
will have to wait ערנסטע תירוץ
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:25 pm#229142
די סיבה פארוואס איך שטעל זיך דערויף איז ווייל דאס איז די crux פון די שאלה פון דעם אשכול. אויב מען ענטפערט ראובן'ס שאלה אז מען מעג טאקע יא אויב מען מאכט זיכער אז קיינער געפינט נישט אויס, און מען נעמט דאס צו אן עקסטרעם וועט דאס אויסקומען זייער אבסורדאל.
זונטאג יולי 21, 2019 3:52 am#433424
Re: פארוואס מעג איך נישט אריינשפייען אין דיין קאווע?
יאיר האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:
Anyhow, now that you and Reiven have raised the stakes of the initial question, I want to try to raise it too. About 40-50 years ago, a gynecologist became renowned for helping childless couples conceive via in vitro. Of course, the chassidish community, where building a family is a paramount goal, began to talk about this doctor. The Satmar Rebbe zatzal was against using his methods, but Rav Moshe Feinstein zatzal okayed it. And so a number of chassidishe women who hadn't been able to have children for upwards of ten years went to see him. Lo and behold, a few of them indeed got pregnant. A few years later the doctor was charged with using his own sperm to impregnate some of his patients. Of course, neither I nor anyone (as far as I know) know whether the Yiddishe kinder were his biological children or not. But my question is -- considering the great joy these couples had by having a family, do you think the women (and perhaps even their husbands) cared that the doctor spit into their coffee, so to speak?

דיין שאלה דערמאנט מיר פון די זיסע מאווי the switch.
אז מען רעדט שוין פון artificial insemination, (נישט פון in vitro וואס כמעט אלע גדולים האבן מתיר געווען) האט מיר א איד דערציילט אז ער ווייסט פון חרדי'שע קינדערלאזע קאפלס וואס טוען דאס, מען וועלט זיך אויס א נדבן וואס ענדלט אין דעם מאן, און מען מאכט א שווייג. האב איך אים געפרעגט צו זיי זענען מגלה ביי שידוכים, זאגט ער מיר אז ניין. ווען איך האב אים געגעבן אזא קוק אן ווי צו פרעגן היתכן, פרעגט ער מיר צוריק, "און ביי בני תשע מידות דארף מען אויך מגלה זיין?" האב איך אים נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.
מעג מען אריינארן א סאטמארן חסיד מיט א קינד וועלכער איז לויט זיין רבי'נס פסק א ממזר?

וכולן מזנות ותולות בבעליהן (כתובות עה.)...

ערענסט גערעדט, אויף דעם קען מען זאגן אז די גאנצע מאראלישע דילעממא קומט דאך נאר צושטאנד (עכ״פ as formulated) מכח הלכה; אין אנדערע ווערטער, א ״דעסקריפטיוו״ מאראלישע פראבלעם און נישט א נארמאטיווע. אין אזא פאל קען מען אפשר זאגן אז מ׳דארף לאזן הלכה, דעם דעסקריפטיווען׳ס סיסטעם׳ס code, דיקטירן וואס צו טוהן (חפץ חיים כלל ד, אי מהימן לו כבי תרי, וכו׳ וכו׳), ווי איידער די אלגעמיינע עטישע/(נארמאטיווע) מאראלישע code ודוק.


Sent from my iPhone using Tapatalk