Under maintenance
הויפט זייט » פארוואס מעג איך נישט אריינשפייען אין דיין קאווע?

פארוואס מעג איך נישט אריינשפייען אין דיין קאווע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7275
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:30 pm#226239
פארוואס מעג איך נישט אריינשפייען אין דיין קאווע?
אדער אפשר מעג איך יא?

מיין שפייעכץ איז געשמאק, בא'טעמ'ט, געזונט, און פארמאגט נאך פארשידענע געוואלדיגע מעלות. אין פאקט כ'בין אזוי באקוועם דערמיט אז כ'האב נישט קיין שום פראבלעם צו האבן מיין שפייעכץ אין מיין מויל, און עס עקלט מיר גארנישט. אבער איך בין נאר באקוועם מיט מיין אייגענע שפייעכץ. פרעמדע שפייעכצער עקלען מיר, און כ'שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת.

כ'בין איבערצייגט אז מיין שפייעכץ איז די איינציגסטע שפייעכץ אין דער וועלט וואס איז געשמאק און מ'דארף זיך דערפון נישט עקלען, און אלע אנדערע שפייעכצער זענען פשוט עקלדיג. יא, ס'איז מיר באשערט צו זיין דער איינציגסטער מענטש אין דער גאנצער וועלט וואס פארמאגט שפייעכץ פון וואס ס'איז נישט דא זיך צו עקלען. און יא, כ'ווייס אז דו האלטסט פארקערט – דו ביסט איבערצייגט אז דווקא דיין שפייעכץ איז געשמאק, און פון יעדע אנדערע שפייעכץ – אריינגערעכנט מיין – עקלסטו דיך, אבער ס'איז ביי מיר קלאר אז דו ביסט דיך טועה, והא ראיה איך פיר מיין גאנץ לעבן לויט מיין איבערצייגונג וואס שענקט סופעריאריטעט אויף מיין שפייעכץ.

אלזא, לאמיר זאגן אז דיין קאווע איז אביסל צו הייס, און כ'רעכן אויס אז מיין שפייעכץ וועט אפקילן דיין קאווע צו פונקט דעם פערפעקטן טעמפעראטור. וויבאלד עס איז ביי מיר ברור כשמש בלי שום ספק כלל אז ס'איז לעכערליך זיך צו עקלען פון מיין שפייעכץ, פארוואס זאל איך נישט טארן אריינשפייען אין דיין קאווע באופן וואס דו וועסט קיינמאל נישט וויסן אז איך האב דאס געטון?

איי כ'ווייס אז דו עקלסט דיך פון מיין שפייעכץ, אבער ס'איז ביי מיר קלאר אז דו ביסט דיך טועה. ממילא דארף איך מיך לכאורה נישט רעכענען מיט דיין נארישן טעות.

דער עולם -- אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו ATUB @הוגה ATUB -- איז מכובד צו זאגן א מיינונג.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:41 pm#226241
דו עקלסט דיך אויך פון דיין אייגענע שפייעכטס! נו אוודאי יענעמס

נאכדעים וואס דו שפייסט אריין אין דיין קאפי קענסטו עס טרינקן? איך נישט!
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:45 pm#226242
פעלט נישט אויס די גאנצע הקדמה, אז ביי דיר איז דיין שפייעכץ נישט עקעלדיג, ווייל לו יצוייר אז ס'איז פאר דיר אויך עקלדיג, בלייבט די נאטור פון די שאלה דאס זעלבע, עקל איז א געפיל וואס מ'קען נישט שפירן די עקלקייט אין טעם, חוץ פארשטייט זיך פון א טעם וואס מ'עקלט זיך, עכ"פ לו יצוייר דער מענטש וועט נישט וויסן אז דו האסט אריינגעשפיגן גייט ער נישט עקספיריענסן די געפיל פון עקל לגבי די זאך, אבער נאכאלטס א מענטש קען זיך שפירן מוראדיג אומבאקוועם אין א ספק-עקלדיגע געפיל ווען ער ווייסט אז אז זיין עסן איז וואלנרעבל צו די סארט זאכן, דערפאר וועלן מענטשן ענטפערן ניין אויף די פראגע צו זיי קענען באשטיין אז זייער עסן זאלן זיין וואלנרעבל
אויב די פרעגסט דא א מאראלישע שאלה דאן איז איז איין גוטער מהלך מה דעלך סני לחברך לא תעביד
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:23 pm#226245
ווען דו פרעגסט צו דו מעגסט אדער דו טארסט נישט, פון וועלכע אספעקט רעדסטו, הלכה, מענטשליכקייט אדער מאראל?

איך מיין אז קיינער האלט נישט אז ער איז איבערצייגט אז זיין אייגענע שפייעכץ איז ווייניגער עקלדיג פון אנדערע, ער ווייסט נאר אז ער פיהלט זיך באקוועם דערמיט, פונקט ווי ער פיהלט זיך באקוועם מיט אלע הפרשות פון זיין אייגענע קערפער. כאטש וואס ער האלט זיכער נישט אז עס איז מער ריין אדער גוט.

דיין שאלה קען נאך אלס ווערן געפרעגט, (כאטש כ׳בין נישט זיכער אז דאס האסטו געמיינט), לאמיר זאגן אפילו עס איז יא עקלדיג, אבער כ״ז יענער ווייסט נישט דערפון, באדערט איהם עס נישט. סא, אויב בין איך זיכער אז יענער וועט קיינמאל נישט וויסן דערפון, איז עפעס שלעכט אז איך זאל עס טוהן?

איך מיין אז אט די שאלה איז שקול צו א שאלה וואס איך האב אמאל ארויפגעברענגט.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:26 pm#226246
פארוואס איז דיין שאלה דוקא וועגען דיין yumy שפייאכטס.
איז נישט די זעלבע שאלה אויב די מעגסט אריינלייגען מיין שפייאכטס וואס btw האלט איך אז סאיז עקעלדיג און א צווייטענס קאווע?

פארוואס האקט
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:59 pm#226253
בעצם אויב א מענטש געוואוינט זיך צו צו א געוויסע עקלדיגקייט - וועלנדיג צו אומוועלנדיג - ווערט דאס ביי אים אויס עקלדיג. ווי עס וועלן מעיד זיין די פלאמבערס דאקטורים/דענטיסטס בתוכינו. אלזא מוז מען זאגן ווי אזוי נהורא טענה'ט אז ס'איז בלויז אן אילוזיע.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:03 pm#226255
כ'האב געוואלט דאס אריינשטעלן אינעם חקירה אשכול, אבער כ'מיין דאס דארף א נייע סארט אשכול, חקירה לשם חקירה, הסתרה בתוך הסתרה, וואטעווער.
בין איך דער איינציגסטער טיפש וואס הויבט נישט אן פארשטיין וואס איז דער ציל מיט דעם אשכול?...
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:04 pm#226256
פארוואס? האט געשריבן:איך מיין אז אט די שאלה איז שקול צו א שאלה וואס איך האב אמאל ארויפגעברענגט.

אוי, דו כאפסט מיר אויס. טאקע אהין וויל איך פירן דעם שמועס. ( ATUB @שמעקעדיג ATUB )
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:57 pm#226307
ראובן האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:איך מיין אז אט די שאלה איז שקול צו א שאלה וואס איך האב אמאל ארויפגעברענגט.

אוי, דו כאפסט מיר אויס. טאקע אהין וויל איך פירן דעם שמועס. (@שמעקעדיג)


איז די שאלה פארוואס נאך א אשכול?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:05 pm#226310
איך טראכט גאר אז ראובן ווילן אונז אריינפירן פון אן אונטער טירל צו די נושא פון מוסדות וואס האלטן אז זייער וועג (שפייעכטץ) איז דאס בעסטע, און וועם ס'געפעלט נישט! זאל זיך גיין ווייטער (שלינגען די אייגענע שפייעכטס).
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:21 pm#226319
על רגל אחת..
"דעלך סני, לחברך לא תעביד"
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:58 pm#226336
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:על רגל אחת..
"דעלך סני, לחברך לא תעביד"

דאס איז לכאורה נישט נוגע דא אהער, ווייל איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'זאל אריינלייגן מיין שפייעכץ אין מיין קאווע. אוודאי איז אמת אז זרח זאל נישט אריינשפייען אין מעכל'ס קאווע צוליב "דעלך סני לחברך לא תעביד," אבער איך מעג יא, וויבאלד כ'בין אינגאנצן איבערצייגט אז מיין שפייעכץ איז כשר וישר, און ס'איז נישט דא וואס צו עקלען דערפון.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:08 pm#226340
אויב די נמשל איז רעליגיע איז דא א פירכא. דאס אז מיין שפייעכץ איז נישט קיין עקל פאר מיר זאגט גארנישט איבער מיין שפיייכץ פאר דיר. אבער מיין גלויבן זאגט יא איבער מיר און איבער דיר.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:14 pm#226347
מ'האלט נאך נישט ביים נמשל. פארוואס טאר איך נישט אריינשפייען אין דיין קאווע?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:15 pm#226348
ראובן האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:על רגל אחת..
"דעלך סני, לחברך לא תעביד"

דאס איז לכאורה נישט נוגע דא אהער, ווייל איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'זאל אריינלייגן מיין שפייעכץ אין מיין קאווע. אוודאי איז אמת אז זרח זאל נישט אריינשפייען אין מעכל'ס קאווע צוליב "דעלך סני לחברך לא תעביד," אבער איך מעג יא, וויבאלד כ'בין אינגאנצן איבערצייגט אז מיין שפייעכץ איז כשר וישר, און ס'איז נישט דא וואס צו עקלען דערפון.

"דעלך סני" איז אז 'יענער' שפייט אריין אין דיין קאווע
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:17 pm#226349
נו, אוודאי טאר יענער נישט אריינשפייען אין מיין קאווע. זיין שפייעכץ איז דאך עקלדיג! דאס איז גאר אנדערש פון מיין שפייעכץ אין יענעמ'ס קאווע וואס איז דאך בכלל נישט קיין פראבלעם.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:21 pm#226352
ראובן האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:על רגל אחת..
"דעלך סני, לחברך לא תעביד"

דאס איז לכאורה נישט נוגע דא אהער, ווייל איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'זאל אריינלייגן מיין שפייעכץ אין מיין קאווע. אוודאי איז אמת אז זרח זאל נישט אריינשפייען אין מעכל'ס קאווע צוליב "דעלך סני לחברך לא תעביד," אבער איך מעג יא, וויבאלד כ'בין אינגאנצן איבערצייגט אז מיין שפייעכץ איז כשר וישר, און ס'איז נישט דא וואס צו עקלען דערפון.

דו ביסט אבער אויך איבערצייגט אז דיין חבר האלט אנדרעש, און פונקט אזויווי די ווילסט נישט אז דיין חבר זאל זיך באגיין צו דיר לויט וויאזוי ער פילט פאר זיך בשעת ווען ער ווייסט למעשה אז זיין חבר שפירט אנדרעש די זעלבע איז ערווארטעט פון דיר.
דרך אגב כ'האב שוין אויבן געשריבן וועגן מה דעלך סני.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:25 pm#226354
יענער מעג "פילן" ווי אזוי ער וויל, למעשה ווייס איך אז ער איז נישט גערעכט, און כ'מעג לכאורה מאכן לאגישע באשלוסן לויט דעם אמת.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:26 pm#226355
"דעלך סני לחברך לא תעביד" איז נישט די מהות פון די מעשה, ענדערש די הסכמה ציבורית פון ערווארטונג. דהיינו, מיין סאציאלע פארזיכערהייט אין מיין געמיינדע איז געוואנדען אין די קאלעקטיווע התנהגות בין אדם לחברו וואס יעדער יחיד ערווארט פון יעדעם פון די חברה, ובכן, מיין התנהגות כלפי יענעם איז בעצם מיין התנהגות פון יענעם אנקעגען מיר אליינס.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:29 pm#226356
מיין שפייאכטס איז עקלדיג פאר יענעם פון מיין פערספעקטיוו. אפילו ס'איז נישט עקלדיג פאר מיר.

כעלעמער האקט.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:30 pm#226358
איים סארי ס'האט נישט מיט לאגיק, דו עקלסט דיך נישט פון דיין שפייעכטץ אדער האלסטו ס'גאר בעטעמט, די זעלבע קען יעדער האלטן פון זיין פערזענליכע שפייעכץ אבער יעדער אנערקענט אז דעם צווייטענס איז עקלדיג, איז פונקט ווי די ווילסט נישט אז יענער זאל מאכן די א.ג.לאגישע באשלוסן קעגן דיין אינטרעסן דאס זעלבע טוט דאס נישט פאר א צווייטן
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:37 pm#226360
בקיצור: שפייעכטס איז נישט = עקלדיג.
מיין שפייעכטס + יענעמ'ס קאווע, יענעמ'ס שפייעכטס + מיין קאווע = עקלדיג.
פארוואס??
דאז איט מעטטער?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:40 pm#226361
ראובן האט געשריבן:יענער מעג "פילן" ווי אזוי ער וויל, למעשה ווייס איך אז ער איז נישט גערעכט, און כ'מעג לכאורה מאכן לאגישע באשלוסן לויט דעם אמת.

דו 'מיינסט' למעשה אז ער איז נישט גערעכט, די גאנצער וועלט האלט אנדערש ווי אייך,
ערגער ווי די טיפשות פון אריין שפייען אין יענעמס קאווע, איז די אראגאנץ אז אייערס איז געשמאק,
אפי' מיר וועלן אננעמען אז א געווענליכער מענטש וואלט זיך נישט געעקלט פון א קאווע וואס ער האט אין איר אריין געשפיגן, איז עס נישט ווייל ער האלט אז זיינער איז נישט עקלדיג, נאר ער פארשטייט אז 'פאר אים' איז עס נישט עקלדיג, פונקט ווי ער פארשטייט אז פאר חיים זרח איז חיים זרח'ס נישט עקלדיג, און פאר נחום שלום איז נחום שלומ'ס נישט עקלדיג,
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:45 pm#226362
נהורא נפישא האט געשריבן:איים סארי ס'האט נישט מיט לאגיק, דו עקלסט דיך נישט פון דיין שפייעכטץ אדער האלסטו ס'גאר בעטעמט, די זעלבע קען יעדער האלטן פון זיין פערזענליכע שפייעכץ אבער יעדער אנערקענט אז דעם צווייטענס איז עקלדיג, איז פונקט ווי די ווילסט נישט אז יענער זאל מאכן די א.ג.לאגישע באשלוסן קעגן דיין אינטרעסן דאס זעלבע טוט דאס נישט פאר א צווייטן

נאכאמאל, יענער קען אזוי האלטן ווי לאנג ער וויל, ער קען אבער נישט טוישן דעם מציאות אז בלויז מיין שפייעכץ איז געשמאק, און זיינס איז עקלדיג. און ממילא קען איך נישט ארייננעמען יענעמ'ס "לאגישע" מסקנות אין חשבון, ווייל כ'ווייס אז ער איז זיך נעבעך ביטער טועה.

ישראל קאפקע האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:יענער מעג "פילן" ווי אזוי ער וויל, למעשה ווייס איך אז ער איז נישט גערעכט, און כ'מעג לכאורה מאכן לאגישע באשלוסן לויט דעם אמת.

דו 'מיינסט' למעשה אז ער איז נישט גערעכט, די גאנצער וועלט האלט אנדערש ווי אייך,
ערגער ווי די טיפשות פון אריין שפייען אין יענעמס קאווע, איז די אראגאנץ אז אייערס איז געשמאק,
אפי' מיר וועלן אננעמען אז א געווענליכער מענטש וואלט זיך נישט געעקלט פון א קאווע וואס ער האט אין איר אריין געשפיגן, איז עס נישט ווייל ער האלט אז זיינער איז נישט עקלדיג, נאר ער פארשטייט אז 'פאר אים' איז עס נישט עקלדיג, פונקט ווי ער פארשטייט אז פאר חיים זרח איז חיים זרח'ס נישט עקלדיג, און פאר נחום שלום איז נחום שלומ'ס נישט עקלדיג,

פארוואס זאל איך אננעמען אז דער אמת איבער שפייעכץ איז אנדערש פאר יעדן? פארוואס זאל איך נישט אננעמען דאס וואס איז זע ווי דער הונדערט פראצענטיגער מציאות (אז נאר מיין שפייעכץ איז נישט עקלדיג), און אזוי באשלוסן וויאזוי זיך אויפצופירן?

למעשה האט ATUB @כעלעם'ר מגיד ATUB געשלאגן דעם נאגל אויפ'ן קאפ, און קלאר ארויסגעברענגט דאס וואס איך קלער איז דער ריכטיגער מהלך:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:"דעלך סני לחברך לא תעביד" איז נישט די מהות פון די מעשה, ענדערש די הסכמה ציבורית פון ערווארטונג. דהיינו, מיין סאציאלע פארזיכערהייט אין מיין געמיינדע איז געוואנדען אין די קאלעקטיווע התנהגות בין אדם לחברו וואס יעדער יחיד ערווארט פון יעדעם פון די חברה, ובכן, מיין התנהגות כלפי יענעם איז בעצם מיין התנהגות פון יענעם אנקעגען מיר אליינס.


איינמאל מיר האלטן דא, בין איך מקבל אויף מיר נישט ממשיך צו זיין אין דעם שמועס ביז ATUB @הוגה ATUB זאגט זיין מיינונג.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:48 pm#226363
ניין, מעגסט נישט שפייען אין מיין קאשע, ווייל דיין שפיי איז אן עקל פאר מיר. די פאקט אז דיין שפיי איז באטעמט פאר דיר זאגט דיר גארנישט איבער דיין שפיי פאר מיר.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:53 pm#226365
דרך אגב מה דעלך סני לחברא לא תעביד איז אזויווי כעלעמער האט שוין אויבן גוט ארויסגעברענגט, ס'מיינט בכלליות פונקט אזויווי די ערווארטס מ'זאל נישט טשעפענען מיט דיין, פערזענליכקייט, געפילן, פארמעגן, דאס זעלבע טוט דאס נישט מיט אן אנדערען, ס'גייט נישט ארויף אויף ספעציפישע התנהגות ווייל יעדער האט זיך מתחלה זיינע פרעפרענצן. יעצט ווען דו ווייסט אז יענער ברויך דיין שפייעכץ בחפץ לב אדרבה גיב אים, אבער אז דו ווייסט אז יענער וויל בשום אופן און ס'שאדט אים, דאן מוחל טובות מיט דיין גוטע שפייעכץ לאז אים אפ.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:53 pm#226366
פארוואס זאל איך אננעמען אז דער אמת איבער שפייעכץ איז אנדערש פאר יעדן? פארוואס זאל איך נישט אננעמען דאס וואס איז זע ווי דער הונדערט פראצענטיגער מציאות (אז נאר מיין שפייעכץ איז נישט עקלדיג), און אזוי באשלוסן וויאזוי זיך אויפצופירן? --ראובן

ווייל דאס וועט זיין ציען א מסקנה אן קיינע באווייזן.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:58 pm#226367
ראובן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:איים סארי ס'האט נישט מיט לאגיק, דו עקלסט דיך נישט פון דיין שפייעכטץ אדער האלסטו ס'גאר בעטעמט, די זעלבע קען יעדער האלטן פון זיין פערזענליכע שפייעכץ אבער יעדער אנערקענט אז דעם צווייטענס איז עקלדיג, איז פונקט ווי די ווילסט נישט אז יענער זאל מאכן די א.ג.לאגישע באשלוסן קעגן דיין אינטרעסן דאס זעלבע טוט דאס נישט פאר א צווייטן

נאכאמאל, יענער קען אזוי האלטן ווי לאנג ער וויל, ער קען אבער נישט טוישן דעם מציאות אז בלויז מיין שפייעכץ איז געשמאק, און זיינס איז עקלדיג. און ממילא קען איך נישט ארייננעמען יענעמ'ס "לאגישע" מסקנות אין חשבון, ווייל כ'ווייס אז ער איז זיך נעבעך ביטער טועה.

ישראל קאפקע האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:יענער מעג "פילן" ווי אזוי ער וויל, למעשה ווייס איך אז ער איז נישט גערעכט, און כ'מעג לכאורה מאכן לאגישע באשלוסן לויט דעם אמת.

דו 'מיינסט' למעשה אז ער איז נישט גערעכט, די גאנצער וועלט האלט אנדערש ווי אייך,
ערגער ווי די טיפשות פון אריין שפייען אין יענעמס קאווע, איז די אראגאנץ אז אייערס איז געשמאק,
אפי' מיר וועלן אננעמען אז א געווענליכער מענטש וואלט זיך נישט געעקלט פון א קאווע וואס ער האט אין איר אריין געשפיגן, איז עס נישט ווייל ער האלט אז זיינער איז נישט עקלדיג, נאר ער פארשטייט אז 'פאר אים' איז עס נישט עקלדיג, פונקט ווי ער פארשטייט אז פאר חיים זרח איז חיים זרח'ס נישט עקלדיג, און פאר נחום שלום איז נחום שלומ'ס נישט עקלדיג,

פארוואס זאל איך אננעמען אז דער אמת איבער שפייעכץ איז אנדערש פאר יעדן? פארוואס זאל איך נישט אננעמען דאס וואס איז זע ווי דער הונדערט פראצענטיגער מציאות (אז נאר מיין שפייעכץ איז נישט עקלדיג), און אזוי באשלוסן וויאזוי זיך אויפצופירן?

למעשה האט @כעלעם'ר מגיד געשלאגן דעם נאגל אויפ'ן קאפ, און קלאר ארויסגעברענגט דאס וואס איך קלער איז דער ריכטיגער מהלך:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:"דעלך סני לחברך לא תעביד" איז נישט די מהות פון די מעשה, ענדערש די הסכמה ציבורית פון ערווארטונג. דהיינו, מיין סאציאלע פארזיכערהייט אין מיין געמיינדע איז געוואנדען אין די קאלעקטיווע התנהגות בין אדם לחברו וואס יעדער יחיד ערווארט פון יעדעם פון די חברה, ובכן, מיין התנהגות כלפי יענעם איז בעצם מיין התנהגות פון יענעם אנקעגען מיר אליינס.


איינמאל מיר האלטן דא, בין איך מקבל אויף מיר נישט ממשיך צו זיין אין דעם שמועס ביז @הוגה זאגט זיין מיינונג.

פונקט אזויווי דו ווייסט (האפנטליך) אז נישט יעדער שטייט אויף מיט 'דיין' נאז,
(לכאורה שטייט יעדער אויף מיט מיין נאז, איך זע דאך קלאר יעדן איינציגסטן טאג אז ווען איך שטיי אויף געפונט זיך מיין נאז שיין פלאצירט אויף מיין געזיכט, יענער איז זיך קלאר טועה ווען ער מיינט אז ער שטייט אויף מיט נישט מיין נאז,)
פארוואס זאל איך נישט אננעמען דאס וואס איך זע ווי דער הונדערט פראצענטיגער מציאות (אז ווען מען שטייט אויף צופרי איז מיין נאז אויפן פנים)?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:54 pm#226379
ראובן האט געשריבן:איינמאל מיר האלטן דא, בין איך מקבל אויף מיר נישט ממשיך צו זיין אין דעם שמועס ביז @הוגה זאגט זיין מיינונג.


מ'דארף נישט מטריח זיין דעם רבי'ן יעדן מאל עקסטער צו מגלה-דעת זיין, דא האט שוין הוגה געשריבן זיין דעה:

הוגה האט געשריבן:לאמיך אראפ לייגן די שאלה אביסל מער 'גראב' אבער אויך מער 'אקטועל'. אויב האט איר למשל א פארפרומטע ווייב וואס גייט ביי עטליכע ענינים אדער ביי אלעם צו די עקסטרעם, וואלט איר געווען honest און איר נישט אויסגע'נער'ט? לאמיך אייך געבן עטליכע דוגמאות:

1) אייער ווייב פרעגט אייך אויב איר האט אן אייפון. זי פרעגט ווייל די פוסק הדור די בעל שבט הלוי האט גע'פסק'נט אז אן אייפון איז אסור צו האלטן אין א אידישע שטוב, און זי וויל מקיים זיין די לא תסור. איר ווייסט אבער אז עס איז שטותים והבלים, אבער גיי ווייז אויף פאר אן ערליכע אידענע. וועט איר ענטפערן ניין, אדער וועט איר פשוט ארויסנעמען די אייפון פון שטוב?

2) אייער ווייב פרעגט אייך אויב איר שעסל איז גענוג לאנג. איר באמערקט אז עס איז נאר דריי מיט א האלב אינטשעס לענגער ווי די קניען, וואס וועט איר ענטפערן?

3) איר האט געפלאנט א טריפ צו די עמפייער סטעיט בילדינג און דערווייל האט זי באקומען איר וועסט, זי פרעגט אויב מ'מעג גיין, זי הייסט דיר קוקען אין בנה ביתך. דו מאכסט אויף און דו טרעפסט שטיין אז ס'אסור, אבער דו ווייסט באמת אז עס איז מותר. וועסט איר ענטפערן אז ס'שטייט מותר, אדער וועסטו דיך טענה'ן מיט איר ביז די אפעטיט לויפט אויס?

וכהנה רבות.

כ'בין זיכער אז מאנכע דא וועלן שרייבן אז זיי האבן א רילעישאנשיפ מיט די ווייב אז זי פארלאזט זיך אויף זיין פסק. אבער יעדער איינער (כמעט) האט ערגעץ וואו זיין ווייב איז פרומער ווי אים, ביי איינער איז די ווייב א זאלי וואס טאר נישט עסן קרית יואל פלייש, ביים צווייטע איז די ווייב א מחמיר בהלכות שבת און זי וואלט נישט געגעסן די טשאלענט ווען זי ווייסט ווען אז ער האט גענומען דערפון שבת צופרי, ביים דריטע איז די מאן פשוט א קל און ער רעדט איין די ווייב אז מ'מעג עס מילכיגס נאך דריי שעה, ווען עס טוישט זיך דעם חודש. So let's cut to the chase, איז ריכטיג אויס צו נער'ן די ווייב ביי אזעלכע ענינים אדער נישט, אין א פאל אז זי וועט קיינמאל נישט וויסן אז מ'האט אויסגע'נער'ט? איך ווייס נישט וואס די 'ריכטיגע' זאך צו טון איז, איך ווייס אבער וואס די 'קלוגע' זאך איז. זיך פארביטערען דאס לעבן האט נישט קיין פשט, און זיכער נישט אריין צו גיין אין אומנויטיגע וויכוחים, ווען דו ווייסט קלאר אז ס'שטותים והבלים. ובכלל, ווער זאגט דיר אז עס איז ריכטיגער איר אפצוקילען פון איר פרומענישן ווי איידער איר צו לאזן דערמיט נאר איר נישט פארציילן אז מ'האט מקיל געווען?

איך האב אביסל מקצר געווען, ואתכם הסליחה.

.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:05 pm#226380
איך בין סתם אזוי מחולק מיט די הנחה אז עס זענען פארהאן 'עקלדיגע' זאכן און 'נישט עקלדיגע' זאכן. עקל איז א סאביעקטיווע געפיל, און אויב איך האב נישט דעם געפיל לגבי מיין שפיי זאגט דאס נישט קיין שום לאגישע מסקנא אויף די ליחות השפיי.
די מאראלישע דילעמא איז נוגע ווען יענער האלט זיך אפ צוליב א לאגישע סיבה און איך ווייס קלאר אז די לאגישע סיבה איז נישט אמת.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:28 am#226400
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:"דעלך סני לחברך לא תעביד" איז נישט די מהות פון די מעשה, ענדערש די הסכמה ציבורית פון ערווארטונג. דהיינו, מיין סאציאלע פארזיכערהייט אין מיין געמיינדע איז געוואנדען אין די קאלעקטיווע התנהגות בין אדם לחברו וואס יעדער יחיד ערווארט פון יעדעם פון די חברה, ובכן, מיין התנהגות כלפי יענעם איז בעצם מיין התנהגות פון יענעם אנקעגען מיר אליינס.

אביסל מקרב צו זיין אל השכל. אמאל איז געווען א גרויסע מחלוקת אין יסוד פון ethics, סוקראטוס האט געהאלטן אז ethics איז וואס הכרח המציאות פון די יקום איז מחייב. שפינאזע ווידער איז געגאנגען מיט די מהלך פון חיובים, דאס הייסט אז די גרעניצען פון ethics איז נאכצוקומען מאראלישע חיובים פונעם מענטש (consciousness) כלפי די יקום. היינט נאכן פעסטשטעלן די יסודות פון society אין די ליניע פון evolution (פון מין האנושי, וויבאלד די רעדע דא איז דאך פון יחס האדם כלפי האדם) בלייבט נישט קיין ספק אז סוקראטוס' מהלך איז אמת, און מחייב (און פוטר) איז נאר דאס וואס שטאמט פון conservation concerns, נישט וואס לאגיק איז מחייב אז "ס'דארף ווען אזוי צו זיין".
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:02 am#226417
אויב דו מיינסט סאקראטו'ס/פלאטאו'ס שיטה פון Teleology וואס גיט יעדע זאך פונעם יקום א פון-פאראויס באשטימטן פרעפערענץ וואס איז דאס בעסטע גורל פאר זיין/איר עתיד, דאן מוזטו צולייגן אינטעליזשענט דיזיין צו פארפולקאמן דיין טעאריע, וואס גייט אבער נישט בינאזאם מיט רוב היינטיגע עוואלוציאניסטן. ס'איז גאר א פארקערטע מעשה, נאכן ווערן נאטורליך סעלעקצירט דאן זעט מען דאס חשיבות פון די מעטאדן וואס האבן דאס צוגעברענגט.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:09 am#226421
מאטי האט געשריבן:אויב דו מיינסט סאאקראטוס/פלאטאו'ס שיטה פון Teleology וואס גיט יעדע זאך פונעם יקום א פון-פאראויס באשטימטן פרעפערענץ וואס איז דאס בעסטע גורל פאר זיין/איר עתיד, דאן מוזטו צולייגן אינטעליזשענט דיזיין צו פארפולקאמן דיין טעאריע, וואס גייט אבער נישט בינאזאם מיט רוב היינטיגע עוואלוציאניסטן. ס'איז גאר א פארקערטע מעשה, נאכן ווערן נאטורליך סעלעקצירט דאן זעט מען דאס חשיבות פון די מעטאדן וואס האבן דאס צוגעברענגט.

דאס צי ethics איז א blueprint צי א tool פארן יקום איז אן עקסטערע וויכוח פאר זיך וואס האט נישט קיין implication אויף די יסודות פון ethics. בין כך ובין כך איז די נאטור פון ethics א דעפענסיווע, נישט קיין אפענסיווע.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:30 am#226431
איך דענק אז דאס איז מער ווי בלויז א בלופרינט אנצוקומען צו מאראלישע ווירדן, דאס איז - לויט ווי אריסטו האט דאס געזען - דער עצם נקודה פון עטיקס, און דארף שטרענג "מאראליש" ווערן אזוי צוגעטיילט. און טאקע איינע פון די פראבלעמען וואס די ראציאנאליסטן האבן ליב צו אדרעסירן איז, נעמליך דו נעמסט אוועק פון ראובן און גיסט פאר שמעון מבוסס לויט די קוואליפיקאציעס פון די צוויי. היתכן? מענטשן רעכטן!
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:05 am#226458
איך בין מחולק מיט דער הנחה אז מיין שפייאכטס איז נישט עקלדיג פאר מיר זעלבסט. סדא עפעס א מעשה מיט ר יונתן אייבשיץ און א פריץ וואס האט נישט געוואלט צוריק נעמען זיין שפייאכטס העמיר לאזן בעל עגלה ברענגען די מעשה.
בכל אופן, יעדער פארשטייט אז א מענטש עקלט זיך פון זיין אייגענע צואה נאר השי'ת האט ברוב רחמיו מסבב געווען אז הרגל נעשה טבע אויף די מינימאלע באציאונגען א מענטש מוז האבן דערמיט אבער נישט אויף איין טריט ווייטער.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:18 am#226460
איך האלט דער פותח האשכול איז גערעכט.

עס איז א קל וחומר.

מאדאך דיין שפייעכטס וואס עקעלט מיר איז גוט אין דיין קאווע, קל וחומר מיין שפייעכטס וואס עקעלט מיר נישט איז גוט אין דיין קאווע.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:47 am#226466
איך וועק מיר אויף היינט פארטאגס צו טויזענטער מעסידזשעס (אקעי, נישט טויזענטער, הונדערטער.) אז מ'זוכט הוגה עמערדזשענסי. איינער זאגט מיר אז גאנץ בארא פארק איז באהאנגן מיט פלאקאטן. איך בין נישט זיכער וואס @ראובן וויל פון מיר, מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי. כ'בין נישט א פילוסוף און אוודאי נישט א פוסק. מיין דעה אין דער נושא קען מען דאך שוין זעהן אין מיין תגובה וואס @פארוואס? האט ציטירט. אבער אז א איד בעט, ווער וויל דען נישט אריינכאפן נאך א זכות אין די הייליגע טעג?

איך גיי נישט נוצן ראובנ'ס דוגמא פון שפייען, ווייל איך מיין אז קיינער האלט נישט באמת אז שפייעכץ איז נישט עקלדיג און אז זיין שפייעכץ איז בעסער פון יעדעמ'ס. דאס איז אן עקסטרעמע דוגמא, אבער מיר וועלן צוריק קומען דערצו שפעטער. לאמיר רעדן פון אקטואלע דוגמאות וואס זענען מער שכל'דיג.

מיין טאטע, זייענדיג א קלויזנבורג'ער תלמיד, איז מקפיד שטארק נאר צו עסן פון בעקערייען וואס נוצן פרישע אייער. ער האט זייט די בר מצווה קיינמאל געגעסן איבערגענעכטיגטע אייער. ער עסט נישט ביי שמחות אדער ביי פרעמדע מענטשן. ווען ער קומט צו מיר אינדערהיים קויף איך אלעמאל לכבודו מזונות און המוציא מיט פרישע אייער. ערב שבועות הארט פארן זמן האב איך מיר דערמאנט אז די חלות וואס איך האב געקויפט זענען מיט איבערגענעכטיגטע אייער. וואס טוט מען דא? פון איין זייט קען איך באשטיין אים צוצושטעלן כרצונו טראץ דעם וואס עס איז ביי מיר קלאר אז ס'איז א משוגעת. פון די אנדערע זייט, ס'איז ערב יום טוב, די שטוב איז איבערגעדרייט, איך דארף נאך נעמען א שויער, פוצען די שוך, אנגרייטען די תיקון. איך טראכט אז כ'וועל אים איינרעדן אז די חלה איז פון בייגעל'ס בעקעריי, ער וועט נישט וויסן די חילוק. שפעטער האב איך געטראכט אז למעשה איז דא א קליינע טשאנס אז ער וועט אויסגעפונען אז כ'האב אים אויסגענערט און עס וועט אים באדערן, בין איך געלאפען קויפן נאך א חלה. אבער אויב איך וואלט געוויסט אויף זיכער אז ער וועט קיינמאל נישט אויסגעפונען וואלט איך אים געגעבן די חלה מיט די איבערגענעכטיגטע אייער.

די זעלבע איז מיט אסאך אנדערע דוגמאות, טראגן באהאלטענערהייט מיט די עירוב, כשרות סטאנדארטן, טעכנעלאגיע, אנדערע רעליגיעס וכדומה. אויב האסטו א פרומעניש אדער א רעליגעזע מצוה/מנהג וואס איך האלט אז עס איז שטותים והבלים, וועל איך ארויסגיין פון מיין באקוועמליכקייט און רעספעקטירן דיין מנהג, אבער נאר ווילאנג איך טראכט אז דו וועסט אמאל אויסגעפונען. אויב טראכט איך אז דו וועסט קיינמאל נישט אויסגעפונען, פארוואס זאל איך מיר מטריח זיין און זיך מאכן אומבאקוועם? עס איז א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה. דארט וואו עס איז מיר נישט קיין חילוק either way פארשטיי איך אז איך וואלט געטון וואס און וויאזוי יענער וויל.

איי וועסטו מיר פרעגן, איך האב דאך אויך משוגעת'ן, מנהגים וקפידות וואס איך עקספעקט אז מענטשן זאלן זיין אויפריכטיג מיט מיר און מיר זאגן דעם אמת. אויב אזוי, דעלך סני לחברך לא תעביד? די ענטפער איז אז עס איז נישט 'סני עלי' ווייל איך ווייס ניטאמאל אז ס'איז געשעהן. וממילא, אין א פאל ווען איך בין זיכער אז יענער וועט קיינמאל אויסגעפונען, מעג איך יענעם אויסנער'ן.
לדוגמא, א יעדער איינער ווייסט דאך ווי שטארק איך בין מקפיד אויף אריזאנע ווייץ. נישט נאר פסח נאר א גאנץ יאר אויך. פאר איך גיי אריין אין א הויז פרעג איך אלץ אויב ס'דא אין די הויז אפילו איין ברעקל מצה פון לאנג איילענד ווייץ. אויב יא, גיי איך נישט אריין משום בית שנמצא בו חמץ שעבר עליו הפסח, שמטמא במשהו. ברוך השם בסיעתא דשמיא, בין איך נאך קיינמאל נישט נכשל געווארן. איז מעגליך אז איבער די לעצטע פופציג יאר האט מיך איינער אויסגענערט? יא. באדערט עס מיר? ניין. פארוואס? ווייל איך ווייס נישט דערפון.

די זעלבע איז בעצם מיט אריינשפייען אין די קאווע, אבער נישט מטעמו של ראובן אז זיין שפייעכץ איז אויפן העכסטע סטאנדארט על טהרת הקודש, נאר פשוט ווייל קיינער וועט דאך נישט וויסן און ס'וועט קיינעם שאטן. איך קען אבער פשוט נישט פארשטיין פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר ראובן אריינצושפייען אין יענעמ'ס קאווע. אולי רעדט זיך דא אז עס איז געשעהן בטעות, און ראובן האט שוין נישט מער קאווע.

די צד השני פון די דעבאטע איז אז עס איז נישט מיין דעסיזשאן, איך דארף יענעם זאגן און לאזן וויסן. זאל יענער אליין מחליט זיין אויב ער וויל טרינקן די קאווע, עסן די איבערגענעכטיגטע אייער, אדער אריינגיין אינעם הויז. ולא נהירא לי כלל וכלל. עס איז מיר גאר אומבאטעמט אז מיין שווער קען נישט עסן ביי מיר, אז מיין גאסט האט נישט קיין קאווע וכו'. עס ריפלעקט שלעכט אויף מיר. מיין מהלך איז גוט פאר יעדעם.

ובזה יצאתי ידי חובתי. און יעצט נאמינעיט איך צו דער תגובה טשאלאנדזש @יאנקל, @פידלער און @מח שליט. איר האט 24 שעה אפצושרייבן לכה"פ אזא טאלאנטפולע תגובה ווי מיינס, אדער מוזט איר מנדב זיין הונדערט דאלער פאר 'נטרונא טרו טארע דזשוס'.


.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:48 am#226467
איחוד פעלד האט געשריבן:איך האלט דער פותח האשכול איז גערעכט.

עס איז א קל וחומר.

מאדאך דיין שפייעכטס וואס עקעלט מיר איז גוט אין דיין קאווע, קל וחומר מיין שפייעכטס וואס עקעלט מיר נישט איז גוט אין דיין קאווע.

דארט קומט מען אן ווען מ'בויעט עטיקס אויף פאלטשע לאגיק. כיוצא בו אתה דן, "מה דאך מיין געלט וואס יענער מעג נישט נעמען מעג איך יא נעמען, כל שכן יענעמס געלט וואס יענער מעג יא נעמען מעג איך זיכער נעמען און נוצען". און פארשטייט זיך אליינס אז יענער שכנגדך גייט אויך נוצען די מהלך ומלאה הארץ חמס וכו'.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:33 am#226489
הוגה א עקסטערע לייק פארן לעצטן פאראגראף :lol:
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:41 pm#226624
אוי, איך זע נאר יעצט דיין טשאלענדזש. האב איך נאך 24 שעה פון יעצט?
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:08 pm#226634
יהיה מה שיהיהי אין מיין קאווע זאלסטו נישט אריינשפייען ווייל איך וועל זיך נישט מעיין זיין קודם אין קיין צען בלעטער פילאזאפיע פון קאווע שטיבל מברר זיין נאר איך וועל דיר תיכף ומיד אראפלאזן א פראסק אין פנים. זה כל תורת המוסר על רגל אחת ואידך זיל גמור.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:19 pm#226637
ATUB @לעיקוואד ATUB , מ'רעדט דאך דא באופן וואס דו וועסט קיינמאל אויסגעפונען אז ער האט אריינגעשפיגן.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:23 pm#226641
איך האב נישט אזוי פארשטאנען אנפאנג, עכ''פ דעמאלטס ווענט זיך וויפיל ריסק דו האלטסט ביים נעמען אז איך וועל געוואר ווערן און דיר אנמקל'ן..
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:24 pm#226642
פליז, כבעט ענק ברחמים, שפייטס נישט אריין אין מיין קאפי אפילו כעל נישט געוואויר ווערן. טענקס.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:37 pm#226645
כאפן א פראסק פון "לעיקוואד!" נישט קיין קלייניגקייט.... א כף יד מלא חכמה ומדע, כ'וואלט אלעס געטון אריינצוכאפן איינס, אפילו... אפילו ..עעעם.. שפייען אין זיין קאווע.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:25 pm#226654
יישר כוח, ATUB @הוגה ATUB , פאר'ן אננעמען מיין טשאלענדזש.
יעצט לאמיך פרעגן ווייטער. וואס טוט זיך מיט א דאקטאר וואס איז בסוד איבערצייגט אז וואקסינען שאטן פאר קינדער, און קענען זאגאר ברענגען אויטיזם. דו, הוגה, קומסט צו דעם דאקטאר, און דו פארבעטסט אים צו וואקסינירן דיינע קינדער. דער דאקטאר איז מחליט אז ער וועט ליבערשט שיצן דיינע קינדער פון די שעדליכע עפעקטן פון די וואקסינען, און שפריצט אריין זאלץ-וואסער אין זייערע אדערלעך. לשיטתו האט ער געראטעוועט דיינע קינדער פון א פאטענציאלער סכנה. איז ער גערעכט?
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:52 pm#226663
אויב האלט ער אז immunization shots ברענגט autism איז ער בכלל נישט בארעכטיגט צו זיין א דאקטאר, ענדערש דארף ער א דאקטאר.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:56 pm#226664
איך מיין אז די בעסטע formulation פון די גאלדענע געזעץ איז קאנט'ס, דהיינו, אויב ווילסטו נישט עפעס זאל ווערן א אוניווערסיאלע געזעץ קענסטו עס נישט טון פאר א צווייטן. ממילא אויב יעדער וועט זיך נוהג זיין אריינצושפייען אין זיין שכנ'ס קאווע וועט דאך קיינער נישט וועלן טרינקען זיין קאווע, אריינגערעכנט דו, וואס דו ווילסט אודאי נישט.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:57 pm#226665
מאטי האט געשריבן:כאפן א פראסק פון "לעיקוואד!" נישט קיין קלייניגקייט.... א כף יד מלא חכמה ומדע, כ'וואלט אלעס געטון אריינצוכאפן איינס, אפילו... אפילו ..עעעם.. שפייען אין זיין קאווע.

ר' מאטל גבאי שרייבט אז איינער וואס האט נאר געכאפט א פאטש פון רבינו האט מען געוואוסט ער איז א געהאלפענער.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:02 pm#226668
כוכב האט געשריבן:פליז, כבעט ענק ברחמים, שפייטס נישט אריין אין מיין קאפי אפילו כעל נישט געוואויר ווערן. טענקס.

אהה... כ׳האב נישט געוויסט אז די ווילסט נישט. סארי. כ׳על עס מער נישט טאן.