מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:53 am#229784
איך זע אז דו פארשטייסט נאכנישט.
מיר דא אין קאווע שטיבל זענען פון די סארט וואס ווילן זיין בראש פון די געחלומ'טע רעוועלוציע. מיר זענען צו טייער לעבעדיגערהייט צו קענען גיין זיך איינשטעלן שלאגן אויפ'ן פראנט ווי א פראסטער זעלנער. מיר ווילן זיין די וואס שרייבן פאשקעווילן און ביכער, שטעלן אוועק אידעלאגיע, העצן דעם עולם, שיקן ארויס באפעהלן, אינדזשענירן די מייסטער פלענער און נאכדעם ווען דאס המון ענדיגט זיך שחט'ן אויף די גאסן וועלן מיר קומען פארמירן א נייע רעגירונג, אויסלייזן די אונטערדרוקטע און זיך אריינזעצן אין די פארלאמענט/קהילה און שלאפן מיט קלינטאנ'ס סעקרעטערי.
כ'פארשטיי אז מ'רעדט נישט וועגן מערדערן אדער אפילו ווארפן שטיינער. אבער אפילו איבערצוהאקן ראפאפארט אינמיטן זיין דרשה און אים פארשרייען פארוואס ער איז מקפח אידנ'ס פרנסה, און ער גייט אנטקעגן דעם פסק הרבנים וואס האבן געפסקנ'ט אז מ'מעג אינטערנעט לצורך פרנסה, אפילו דאס איז צו ביליג פאר אונז. כ'וועל ווארטן פאר א נאך א שמחת תורה שלעק אין שוהל און דעמאלטס, נאכדעם וואס די לעקטער וועלן פארלאשן ווערן, וועל איך צוזאמען מיט יעדעם שטופן די מאסע.