Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איה אלוקיך?! 'איה אלוהיך' פרעג איך!

איה אלוקיך?! 'איה אלוהיך' פרעג איך!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7409
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:06 pm#229464
איה אלוקיך?! 'איה אלוהיך' פרעג איך!
"עס זיינען דא פאראן אידן וואס זייערע קינדער שרייען 'איה אלוקיך'!" האט דער סאטמארער רבי, הרב אהרן טייטלבוים, געשריגן דעם פארגאנגענעם הושענא רבה. ער האט געכליפעט ווי א קינד ווען ער האט דערציילט דעם עולם אז עס מערן זיך יוגנטלעכע וועלכע פרעגן פראגעס איבער אמונה, און קומען צו מסקנות וועלכע זיינען אים נישט אנגענעם צו הערן.

דער סאטמארער רבי איז גרייזיק ווען ער מיינט אז נאר די וואס זיינען אינגאנצן נישט גלויביק פרעגן 'איה אלוקיך'; איך, צום ביישפיל, פרעג אויך די פראגע, נאר כ'האב די חוצפה צו פרעגן דווקא 'איה אלוהיך' אויף דעם רבינס אלוהים אחרים. דעם אידישן גאט דין איך מיטן גאנצן הארץ, אבער כ'בין גענצלעך כופר אין דעם רבינס אפגאט – זיין עקזיסטענץ איז אמת פונקט ווי די עקזיסטענץ פון זעאוס, בעל און אשתרת.

  • איך גלייב אין א גאט פון אהבה וחמלה – נישט אין אן אפגאט וועמען מען דינט דורך ברוטאליזירן גאנצע געזעלשאפטן;
  • איך גלייב אין א גאט פון שכל – נישט אין אן אפגאט וועמען מ'קען דינען נאר אויב מען סוספענדירט דעם לאגיק;
  • איך גלייב אין א גאט פון אמת – נישט אין אן אפגאט אין וועמען מ'קען גלייבן נאר אויב מ'פאלגט נאך די מאנטרא פון יאזעף געבעלס;
  • איך גלייב אין א גאט פון סימפאטיע – נישט אין אן אפגאט וואס זעט זיינע מענטשן ווי ליליפוט שפילצייג;
  • איך גלייב אין א גאט פון צדק ומשפט – נישט אין אן אפגאט מיט וועמען וועלטלעכע גערעכטיקייט דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט;
  • איך גלייב אין א גאט מיט א מאראלישן יסוד – נישט אין אן אפגאט ביי וועמען יסודות פון עטיק זיינען געוואנדן אין וואס עס שטייט אין א ספר;
  • איך גלייב אין א גאט פון פארשריט – נישט אין אן אפגאט ביי וועמען דער טונקלער אמאל איז פארהייליקט;
  • איך גלייב אין א גאט פון התגלות – נישט אין אן אפגאט וועמענס אמת איז אנגעהאנגען אין אפשטאמיקייט;
  • איך גלייב אין א גאט פון תורה – נישט אין אן אפגאט וואס זיין דינסט ווערט דיקטירט דורך אמונות טפילות אין דעם אדער יענעם בשר ודם;
  • איך גלייב אין א גאט פון תוכן און אינטענסיטעט – נישט אין אן אפגאט פון לייכטזיניקייט און אויבערפלעכלעכקייט;
  • איך גלייב אין א גאט פון ערנסטקייט – נישט אין אן אפגאט ביי וועמען אלץ ווערט פארענטפערט מיט געלעכטער און לעכערלעכקייט;
  • איך גלייב אין א גאט פון דיאלאג – נישט אין אן אפגאט פון פאטאס און היפערבעל;
  • איך גלייב אין א גאט פון פארשטאנד – נישט אין אן אפגאט ביי וועמען פינסטערניש איז די אייביקע קלימאט;
  • איך גלייב אין א גאט פון אייביקייט און דויערהאפטיקייט – נישט אין אן אפגאט וואס דאס גלויבן אין אים איז שיקזאל און צופאל;
  • איך גלייב אין א גאט פון לעזונגען – נישט אין אן אלמעכטיקער בת היענה.

סאטמארער רבי, איה אלוהיך? וואו איז אייער גאט? דער וואס גלייבט נישט אין אייער אפגאט וויל מעגלעך אויסטוישן אייער אלוהים אחרים פאר דעם 'אנוכי ה' אלוקיך'. ווייסט ער אבער נעבעך נישט פון קיין אלטערנאטיווע, בלייבט ער פארלוירן פון אלע וועלטן. עס איז צייט צו אונטערהייבן די וויעס פון איבער די אויגן, און אנערקענט אז אייער אפגאט אפעלירט נישט צו אלעמען.

נאר דאס איז דאך ליידער דאס ביטער געלעכטער: אייער גאט ווייסט נישט פון קיינע מעטאדן צו פראצעסירן פאקטן און זיך ספראווען מיט זיי. זיינע ווענט זיינען שוין געלעכערט פון אזויפיל גיין מיטן קאפ אין זיי אריין. וואס קען מען דען דערווארטן פון די וואס גלייבן אין אים?
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:33 pm#229466
שטארקע רייד און זייער פאעטיש, סופר ומונה.

@שיטה מקובצת אלערט.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:06 pm#229470
סאך מער פון י"ג עיקרים...

זייער מחשבה'דיג געשריבן.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:15 pm#229475
נאך אלעס איז שיין צו הערן אפילו דער סאטמערער רבי דערמאנט דער שם השם.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:22 pm#229478
Wow!
הערליך געשריבן, טיף און פאעטיש. פאעזיע און מחשבה כתפוחי זהב המשכיות כסף דבר דבור על אפניו
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:45 am#229520
די סאטמארער רבי איז א קלוגער מנהיג. ער קען גוט זיין ביזנעס. ווען ער צוכליפעט זיך איבער די שרעקליכע צרה וואס איז באפאלן כלל ישראל, כאילו עס האט זיך אריינגעכאפט אזוי אומבאמערקטערהייט פון אן אונטער-טירל, האט עס פאר אים א גאר אנדערע באדייט ווי פארן המון עם.

אידישע קינדער וואס פרעגן איה אלוהיך איז בכלל נישט קיין נייע פינאמענאן. אין די היסטאריע פון כלל ישראל איז עס אלץ געווען א געווענליכע ערשיינונג. די אזוי גערופענע "נושרים" פראבלעם איז שוין העכער צוואנציג יאר אלט און אויסגעדראשן. פוטסטעפס און די או טי די פינאמענאן איז שוין צען יאר אין פולע שוואונג. היימישע כופרים מיט סטראקעס און און פעפיטע הויזן גייט שוין אן מימות דער הייליגע רוזינער און די טשערנאבלער גזע ולמעלה בקודש. איז וואס איז פלוצלינג געשעהן? על מה יצא הקצף? מה חרי הכליפע הגדול הזה?

די ענטפער איז גאנץ פשוט. חרדיזם מיט איר גאנצע ליידיגקייט און פוסטקייט קען על פי טבע נישט אנגיין פאר צו לאנג. עס נעמט אפאר יאר טאקע, אבער מיט די צייט כאפן זיך די פויערישע דארפסלייט אז מ'שפילט פורים מיט זיי. די איינציגסטע זאך וואס האלט חרדיזם צוזאם אלץ א קאמיוניטי און א סיסטעם, איז די כסדר'דיגע קריזיסער וואס די מנהיגים קאנקאקטן. צומאל איז עס אן אומיושר'דיגע מחלוקת וואס די ברודער, פעטער וכדומה האט אנגעמאכט. צומאל איז עס השכלה, ציונות, כשרות, טעלעוויזיע, אפען ארטעדאקסיע, אינטערנעט וכו'. אן די קריזיס וועט די זאך צוזאמפאלן.

דער געניטער מנהיג, דער סאטמארער רבי האט מחליט געווען צו שפילן כאילו עס איז דא א "נייע שרעקליכע קריזיס", אזוי אז די proles זאלן מיינען אז אויב מ'איז נישט אנגעבונדען צום אילני דחיי וועט מען פארלירן די קינדער, און היידא! מיר האבן חרדיזם פאר נאך פינף יאר.

וברוב חכמתו האט ער צוגעלייגט אז עלטערן ווייסן ניטאמאל וואס ער ווייסט, נעמליך אז זייער אייגן קינד, דער מתמיד, דער ערליכע בחור, איז א כופר. יעצט וועט א יעדע טאטע זיין סוספישעס פון זיינע אייגענע קינדער, צוגעבנדיג נאך א דימענשאן צום קריזיס. דאס איז טיפיקעל ארוועליאן שטיק.

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.



.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:08 am#229522
עס געפעלט מיר זייער שטארק די ווערטער וואס די שרייבסט ״היימישע כופרים מיט סטראקעס און און פעפיטע הויזן גייט שוין אן מימות דער הייליגע רוזינער און די טשערנאבלער גזע ולמעלה בקודש״.
מקען נאר מוסיף זיין כיהודא ועוד לקרא אז די היימישע כופרים גייען נישט נאר מיט סטראקעס אין פעפיטע הויזן נאר אויך ווייסע /קאלירטע בעקיטשעס אין זילבערנע/ גאלדענע שטעקענעס + ווייסע זאקען אין וואכען טאג
אין ווען זיי כליפערען אז דער עולם פרעגט ״איה אלקיך״ ליגט א טיפע כוונה אין זייער רייד זיי מיינען ארויסצוברענגען זייער ווייטאג אז זיי (די פויבסטלעכע מנהיגי שקר ) זענען לעצטענס געווארען איין שטיק ליצי ליצנות ביי זייער הייגענער עולם מלאכט פון זיי אין פנים אריין אן קיין שמץ בושה אין דער מנהיג סכל פאדערט אויף זיין עולם תשובה צו טהון, אין מהיום והלאה טאנצען פאר זיי קדוש מיט פארמאכטע אויגען כמקדמת דנא אין זיי מאכען פאר א גאט אדער לכל הפחות אלטען פון זיי אל׳ס געטליכע מענטשען
קודם זאלען די מנהיגים זיין מענטשען אין נישט קיין חיות שפעטער וועט מען רעדען פון זייער געטלעכקייט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:10 am#229523
ראוי לומר בנוסח הידוע
קינדערלעך פרעגן די עלטערן איה אלוקיך? איה אלוקיך? איה אלוקיך? אבער די רבי זאגט: ואפילו בהסתרה שבתוך הסתרה בודאי גם שם נמצא השם יתברך
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:29 am#229526
איך שפעקוליר וואס איז א גרעסערע טראגעדיע, די קינדער וואס דרייען זיך בשווקים וברחובות און שרייען איה אלוהיך, אדער די אנוועזנדע בחורים וואס צייגן מיט די פינגער "אלה אלוהיך ישראל"
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:46 am#229527
הוגה, כ'מיין אז דו געבסט ר' אהרן'ען אביסל צו סאך קרעדיט. וויאזוי האט יענער געזאגט? אז ווען חרדיזם וואלט געווען ביי דיזיין וואלט דער דיזיינער געווען א דזשיניעס. ליידער אבער (אפשר א מזל?) איז נישטא נישט קיין דיזיין, נישט קיין וויזיע, קיין פלאן, קיין סטראקטור, קיין פירערס, בלויז סענסאציאנאליזם לשם סענסאציאלאניזם.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:54 am#229533
איך ווייס פון א מעשה פון א היימישע אינגערמאן וואס איז געווען מחשובי קהילתו, וואס איז געגאנגען OTD. אויפן וועג האט ער עוסק געווען אין שאלות בעניני אמונה. ברוב תמימותו איז ער געגאנגען זיך דורך שמועסן די אלע שאלות מיט זיין רב אין זיין קהילה. זיין רב איז א רב פון איינער פון די גרויסע קהילות פון די חסידות'ן. די שאלות זענען געווארן שווערער און שווערער. דער רב האט נישט געהאט די ריכטיגע תשובות. בצר לו איז ער געגאנגען צו א רב בעירו וואס איז באקאנט אז ער קען זיך אן עצה געבן. יענער רב האט אים געזאגט אז דער אינגערמאן איז צו שווער פאר אים, ער זאל אים שיקן צו אים.

נאך א פאר וואכן איז די גרויסע רב אריבער צו דעם רב, און ער זאגט אים אז זייט דער אינגערמאן איז געווען ביי אים קען ער זיך נישט אן עצה געבן מיט די קשיות פאר זיך. ער האט געבעטן די רב זאל אים העלפן. פארשטייט זיך אז ער האט אים נוטרעלייזט, און זיכער געמאכט אז דער גרויסער רב זאל ח"ו מער נישט טראכטן קיין אמונה'דיגע שאלות.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:58 am#229534
געפילטע פיש האט געשריבן:הוגה, כ'מיין אז דו געבסט ר' אהרן'ען אביסל צו סאך קרעדיט. וויאזוי האט יענער געזאגט? אז ווען חרדיזם וואלט געווען ביי דיזיין וואלט דער דיזיינער געווען א דזשיניעס. ליידער אבער (אפשר א מזל?) איז נישטא נישט קיין דיזיין, נישט קיין וויזיע, קיין פלאן, קיין סטראקטור, קיין פירערס, בלויז סענסאציאנאליזם לשם סענסאציאלאניזם.


דאס זאג איך דאך. חרדיזם האט נישט קיין שום תוכן, און אן די אזוי גערופענע קריזיסער וואלט עס צוזאמגעפאלן. די פלאן פון צושטעלן נייע קריזיסער כסדר איז די וועג פון מנהיגים אנצוהאלטן זייער בענקל און שטופן די צוזאמפאל ביזן נעקסטע אדמיניסטראציע.


.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:10 am#229535
ס'יעצט נישט לאנג צוריק ארויס א שטודיע אז ווען נישט די האלאקאוסט וואלט חרדיזם שוין לאנג געווען עקסטינקט
אהאאאאא....אויך דא זעט מען ווי סיי פארארבעטען מעשים אנצוברענגען אנטיסעמעטיזם... אהאאאאאא.. השי"ת זאל זיך שוין מרחם זיין און חרוב מאכן די חרדישע שלטון הטמאה, און ס'זאל חלילה נישט שאטן פאר קיין שום אידיש קינד, בהתרוממות קרן התורה ובהתגלות כבוד שמים בב"א
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:32 am#229537
כאטשיג כ'בין מסכים מיט רוב שורות פונעם ארטיקל, בין איך אבער מחולק מיט דעם מהלך אוועקצושטעלן א ליסטע פון היימיש געמאכטע מאראלישע תנאים צו ווערן קוואליפיצירט אלץ גאט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:00 am#229541
בשעת דער עולם רודערט ארום ר״א ווערטער אויף איה אלקיך אין מאיז תולה בוקי וסרוקי אויף דער מנהיג שקר וואס פארשטייט גאנץ גוט צו ״איה פאותיך״ ויל איך נאר דערמאנען אז סאיז גארנישט אזוי געפערלעך וי ממאכט עס דאס איז זיין שטייגער צו רעדען שטותים היינט וי אלעמאל ואין כל חדש וכו׳
*די עלטערען זענען שולדיג אין די מארד פון זייער קינדער
* מטאר נישט הערען קול מבשר(קול סאטמר יא!)
יעצט איז די סטייל איה אלקיך.
אין מיר אלע פרעגען איה שכלך ואחריותך?
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:05 am#229542
וואס מיינט חרדיזם (אינעם קאנטעקסט פון אונזער נושא),

אלטרע ארטאדאקסיע?
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:00 pm#229551
גאלד האט געשריבן:וואס מיינט חרדיזם (אינעם קאנטעקסט פון אונזער נושא),

אלטרע ארטאדאקסיע?

איך וואלט דעפינירט חרדיזם אזוי
" א פארמאכטע געזעלשאפט, ליידיג פון יעדען תוכן, געפילן אינטערגעדרוקט, אין וואס די איינציגסטע משמעות אין לעבן בלייבט, נאר דאס דינען די אינטערעסן פונעם מאנארכיע"
ואפרש דברי, בעצם קען מען קיינעם נישט באשולדיגן ספעציפיש, ווייל יעדער וואס האט א חלק אינעם שרעקליכן אומרעכט וואס ווערט באגאנגן קעגן די חופש המצפון, איז אליין א קרבן פונעם סיסטעם, די גאנצע זאך איז איין גרויסע כישוף ראד, ס'איז דא אוועקגעשטעלטע מאנארכיעס א באדייטנטע צאל פון זיי פוסטע אנאלפבעטן, איבער וועמנס יעדע לייכטע באוועגונג ווערט אפגעשריבן גא צעטע עבי כרס פון מנהגי קודש , יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זייער מויל איז דעת תורה, ניט קיין נפק"מ רעאליסטיש צו נישט, און די געלונגענע צעווישן אינז פארבלייבן מיט איין איינציגע אפציע, טאמער וויל ער זיך אויפבויען אין נישט בלייבן נאר א קליין שרייפל פונעם מעכאניזם פונעם סיסטעם דאן האט ער אן אפציע צו זיין א גאנצע טייל פונעם מאשין, אזוי אז ס'ווערט אריינגעשלעפט די בעסטע כשרונות זיך אויפצוגראבן דעם אייגענעם קבר.
אלע אומראעליסטישע חרדישע אויפירעכצער דוק ותשכח דינט די אינטרעסן פונעם מאנארך, זיך קינדלן כסדר מיט זרעא די לא יפסוק איז אין די אינטערעסן פונעם מאנארך ווייל אזוי נעמט דאס אוועק דיין קאפ נישט צו קענען טראכטן, און צו די זעלבע צייט ווערט אים געבוירן א נייע חסיד, נאך א סנדקאות נך אן אפשערן צערמאניע, נאך א סידור קידושין וכו'
טאמער ביסטו אבער מער א צערטליכער נפש, וואס זוכט אין לעבן א טיפערע באדייט בלייבסטו אן איזאלירטער אין א פארפלאנטערטער געזעלשאפט..
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:31 pm#229554
נהורא, דאס וואס דו שרייבסט איז שוין די סיסטעם אינערהאלב חרדיזם. חרדיזם אליינס איז אוועקגעשטעלט ווי כאילו א רעליגיע, דאס אידישע רעליגיע, אבער בעצם איז עס איין גרויסע fraud. פארשטייט זיך אז זי טראגט זייער אסאך איינצעלהייטן פון די אידישע רעליגיע, כדי זי זאל האבן עפעס לעגיטימאציע, למשל זי פאררופט זיך אויף די תורה, און באזירט אירע חוקים ומשפטים אויף געקליבענע פארדרייטע פראזן פון די אידישע תורה וחז"ל. אבער באמת האט עס גארנישט מיט אידישקייט, אדרבא, אויב קוקט מען גוט זעהט מען אז די וויכטיגסטע אין די אידישע רעליגיע האבן זיי abandoned.

אריינצוגיין אין פרטים פארלאנגט זיך צייט וואס כ'האב נישט יעצט, אבער אויב וויל מען קען מען משווה זיין חרדים צו די צדוקים פון אמאל.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:32 pm#229555
פון די אויסברוכן דא, קען זיך שאפן א בילד אז די מערהייט נושרים זענען פון חסידישע הייזער. - דער מציאות איז אבער ווייט נישט אזוי.
פודסטטעפס פארמאגט קרוב צו 1500 מעמבערס, ס'רוב פון זיי זענען נישט פון חסידישע שטיבער.
פון לעיקוואוד פאלן ליידער גאר גרויסע ציפערן, ווער עס ווייסט.

וועלכן גאט דינט מען אין זייערע קרייזן? און וואס גענוי איז דער מעסעדזש וואס מיר דארפן שיקן פאר יעדן מחלל שבת אדער פורק עול?
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:21 pm#229561
הוגה האט געשריבן:נהורא, דאס וואס דו שרייבסט איז שוין די סיסטעם אינערהאלב חרדיזם. חרדיזם אליינס איז אוועקגעשטעלט ווי כאילו א רעליגיע, דאס אידישע רעליגיע, אבער בעצם איז עס איין גרויסע fraud. פארשטייט זיך אז זי טראגט זייער אסאך איינצעלהייטן פון די אידישע רעליגיע, כדי זי זאל האבן עפעס לעגיטימאציע, למשל זי פאררופט זיך אויף די תורה, און באזירט אירע חוקים ומשפטים אויף געקליבענע פארדרייטע פראזן פון די אידישע תורה וחז"ל. אבער באמת האט עס גארנישט מיט אידישקייט, אדרבא, אויב קוקט מען גוט זעהט מען אז די וויכטיגסטע אין די אידישע רעליגיע האבן זיי abandoned.

אריינצוגיין אין פרטים פארלאנגט זיך צייט וואס כ'האב נישט יעצט, אבער אויב וויל מען קען מען משווה זיין חרדים צו די צדוקים פון אמאל.

דו רעדטס שוין פון די תוצאות וואס די כישוף ראד ברענגט צו , דאס צו פאסן הלכה, מנהג, וכו' איז א דירעקטע רעזולטאט צו אקאמעדירן די ברייטערע אינטרעס פון צו פארזיכערן די האגאמאניע פון די הירארכיע, וואס זיי זיינען דרך אגב אליינס קרבנות פונעם כישוף ראד.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:29 pm#229562
נאטרוליסט האט געשריבן:פון די אויסברוכן דא, קען זיך שאפן א בילד אז די מערהייט נושרים זענען פון חסידישע הייזער. - דער מציאות איז אבער ווייט נישט אזוי.
פודסטטעפס פארמאגט קרוב צו 1500 מעמבערס, ס'רוב פון זיי זענען נישט פון חסידישע שטיבער.
פון לעיקוואוד פאלן ליידער גאר גרויסע ציפערן, ווער עס ווייסט.

וועלכן גאט דינט מען אין זייערע קרייזן? און וואס גענוי איז דער מעסעדזש וואס מיר דארפן שיקן פאר יעדן מחלל שבת אדער פורק עול?

אין די ישיבהשע קרייזן איז די זעלבע גארבידזש נאר אן געבלומטע בעקעטשעס. א מנהיג איז נישט גענוג אז ער קען יעדן תוס' אין ש"ס צו יעדן ר' חיים, ער דארף מער פון אלעם זיין א בר דעת, צו קענען לעזן קריזיסן ללא חת ומורא.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:34 pm#229563
און וואו פונקטליך פאלן נישט אוועק מאסן פון אידישקייט? ביי די מאדערן ארטאדאקס? ביי קאנסערוואטיוון? רעפארמער? אין דער אלטער היים?
איך מיין אז עס איז נאך קיינמאל נישט אוועקגעפאלן אזוי ווייניג אידן אין היסטאריע ווי ביי חרדים אין די לעצטע זיבעציג יאר.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:37 pm#229564
יאיר האט געשריבן:און וואו פונקטליך פאלן נישט אוועק מאסן פון אידישקייט? ביי די מאדערן ארטאדאקס? ביי קאנסערוואטיוון? רעפארמער? אין דער אלטער היים?
איך מיין אז עס איז נאך קיינמאל נישט אוועקגעפאלן אזוי ווייניג אידן אין היסטאריע ווי ביי חרדים אין די לעצטע זיבעציג יאר.

דאס מיין איך טאקע, ס'איז א פארמאכטע געזעלשאפט.
ס'דא ווייניג נושרים
ווייניג גיטין
ווייניג זעלבסטמארד
פונקט ווי אין נאורט קאריע
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:40 pm#229566
און ווער זאגט ס'איז אזוי שלעכט?
אין נארט קארעא זענען פארהאן פייניגונגס לאגערן און בפועל'דיגע אונטערדריקונגען דורך די רעגירונג. ביי חרדים איז דאס א קאלעקטיווע הסכמה זיך צו פירן אין א געוויסע לעבנסשטייגער. די יחידים ליידן טאקע, פונקט ווי דער מיעוט אין יעדע סאסייעטי ליידט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:41 pm#229567
איך
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:44 pm#229568
[quote=]און ווער זאגט ס'איז אזוי שלעכט?

איך
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:44 pm#229569
איך באשולדיג קיינעם נישט, ס'איז איין גרויסע כישוף ראד. די קאלעקטיווע הסכמה איז די איינציגע אויסוואהל וואס זיי האבן.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:45 pm#229570
און אפשר איז די גאנצע וועסטערן קולטור אויך א כישוף ראד?
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:47 pm#229572
אויב לייגט מען אריין א 6 פיסיגע גארד אין יעדן קלאס-צימער וואלטן אלע 28 קינדער געטייטלט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:47 pm#229573
דא א מעגליכע אמת דערין
אבער ס'איז די בעסט מעגליכסטע בעסטע געזעלשאפט וואס מיר האבן פון סיי ווען, דער עיקר, אסאך אויסוואהלן און געלעגנהייטן.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:50 pm#229575
נהורא נפישא האט געשריבן:דא א מעגליכע אמת דערין
אבער ס'איז די בעסט מעגליכסטע בעסטע געזעלשאפט וואס מיר האבן פון סיי ווען, דער עיקר, אסאך אויסוואהלן און געלעגנהייטן.

איך בין בכלל נישט איבערצייגט דערין. איך בין כמעט בטוח אז אויב מען וועט מאכן א שטודיע וועט מען נישט טרעפן אז אין סעקולער סאסייעטי זענען מער מענטשן פרייליך ווי אין חרדי'שע סאסייעטי. אנטי דעפרעסיע מעדיצינען זענען נישט ערצייגט געווארן פאר שיכון סקווירא און וויליאמסבורג.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:54 pm#229577
פריילעך אהער פריילעך אהין די געב מיר נאר די צען מיליאן דאללער, כאטש ס'איז נישטא קיין באווייז אז דער עושר איז פריילעכער ווי דער ארימאן.
פרייהייט, איז א רעכט, דאס מאכן דיר פריילעך געט נאך נישט די רעכט צוצונעמען דיין פרייהייט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:55 pm#229578
אנבעליעוועבעל וואו שנאה/קנאה קען אלס טראגן א מענטש...
אדמו"ר מהר"א האט גערעדט פון א זאך וואס דרוקט דעם ציבור. יעדער ווייסט אז דער פראבלעם איז א פרישער!
יא. ס'זענען אייביג געווען נושרים קינדער וואס זענען אוועקגעפאלן פון די עלטערנס שויס, אבער א קשר מיטן באשעפער האבן זיי נאך געהאט. די "סטייל" פון איבערלאזן ווייב און קינדער און ווערן א כופר באלוקי ישראל איז קיינמאל נישט געווען אזויווי היינט ווען ס'איז שוין עמטליך דא א ארגענעזאציע וואס העלפט ארויס ליידער.
עלטערן וויינען נאך זייערע באליבטע קינדער. קינדער וויינען נאך זייער באליבטע טאטע/מאמע וואס האט זיי אזוי ברוטאל איבערגעלאזט. ס'איז א הארץ ווייטאג און אדמו"ר מהר"א האט מעורר געווען דערוועגן און מ'רייסט אים דא אראפ ווי גלייך ער האט דא גאזאגט אז מ'זאל זיך צו אים בוקן. ממש אומגלויבליך!
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:01 pm#229580
אתא קלילא האט געשריבן:בשעת דער עולם רודערט ארום ר״א ווערטער אויף איה אלקיך אין מאיז תולה בוקי וסרוקי אויף דער מנהיג שקר וואס פארשטייט גאנץ גוט צו ״איה פאותיך״ ויל איך נאר דערמאנען אז סאיז גארנישט אזוי געפערלעך וי ממאכט עס דאס איז זיין שטייגער צו רעדען שטותים היינט וי אלעמאל ואין כל חדש וכו׳
*די עלטערען זענען שולדיג אין די מארד פון זייער קינדער
* מטאר נישט הערען קול מבשר(קול סאטמר יא!)
יעצט איז די סטייל איה אלקיך.
אין מיר אלע פרעגען איה שכלך ואחריותך?


דאס איז נאך דאס בעסטע תגובה דא... אנדערע פרובירן כאטש צו באהאלטן די אינערליכע שנאה :roll:
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:09 pm#229583
נהורא נפישא האט געשריבן:פריילעך אהער פריילעך אהין די געב מיר נאר די צען מיליאן דאללער, כאטש ס'איז נישטא קיין באווייז אז דער עושר איז פריילעכער ווי דער ארימאן.
פרייהייט, איז א רעכט, דאס מאכן דיר פריילעך געט נאך נישט די רעכט צוצונעמען דיין פרייהייט.

עס לאזט זיך זאגן אז די בעסטע קולטור איז דאס וואס ערלויבט פאר די מערסטע מיטגלידער צו זיין די מערסטע פרייליך. דאס איז דאך די מאטא פון די סעקולער מאראל. און איך האב נאכנישט געטראפן דעם באווייז אז דער חרדי'שער קולטור איז הינטערשטעליג דערמיט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:11 pm#229584
יאיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:פריילעך אהער פריילעך אהין די געב מיר נאר די צען מיליאן דאללער, כאטש ס'איז נישטא קיין באווייז אז דער עושר איז פריילעכער ווי דער ארימאן.
פרייהייט, איז א רעכט, דאס מאכן דיר פריילעך געט נאך נישט די רעכט צוצונעמען דיין פרייהייט.

עס לאזט זיך זאגן אז די בעסטע קולטור איז דאס וואס ערלויבט פאר די מערסטע מיטגלידער צו זיין די מערסטע פרייליך. דאס איז דאך די מאטא פון די סעקולער מאראל. און איך האב נאכנישט געטראפן דעם באווייז אז דער חרדי'שער קולטור איז הינטערשטעליג דערמיט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:13 pm#229587
יאיר האט געשריבן:און וואו פונקטליך פאלן נישט אוועק מאסן פון אידישקייט? ביי די מאדערן ארטאדאקס? ביי קאנסערוואטיוון? רעפארמער? אין דער אלטער היים?
איך מיין אז עס איז נאך קיינמאל נישט אוועקגעפאלן אזוי ווייניג אידן אין היסטאריע ווי ביי חרדים אין די לעצטע זיבעציג יאר.


יאיר, זיי זיך אביסל מסביר, אויב ס'איז נאר מעגליך:
הייסט עס אז העכער 70 יאר צוריק זענען געווען מער נושרים? סאו האט מען דעמאלט יא געמעגט פרעגן איה אלוקיך און היינט נישט?
איז אפשר היינט אכשר דרא?

א חכם דא האט אריינגעשאסן א שטיין א ים, און אלע אויפגעקלערטע אין קאווע שטיבל מיטשן זיך אויף א הארבן @סופר ומונה?
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:14 pm#229588
יאיר, און וואס פאלט דיר איין אז אין נאורט קאריע זענען זיי נישט מער פרייליכער ווי אין די מערב לענדער?
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:24 pm#229590
לידיעה בעלמא, די מערבישע מאראל וואס דו דערמאנסט פאדערט נישט פרייליכקייט במובן פון א פנימיותדיגע פסיכאלאגישע פרייליכקייט, וואס אויף דעם קען מען זיך דינגען צו נארט קאריע איז פרייליכער פון ווילי. עס פאסט בכלל נישט אזא מין אמת המידה וואס איז נישט מעגליך צו קוואנטיפייען פאר דער וועסטערן מיינדסעט. די "פרייליכקייט" וואס מען רעדט דערפון, מיסוד שרשם של הפילוסופים האנגליים בנתאם מיל לאק וחבריהם, מיינט זייער פראסט און פשוט הצלחה חומרית, האבען מער מעגליכקייט איינצוקיפען האבען הייזער און פארמעגנס און אנדערע אזוינע פרייהייט פון פיזישע גליק און אפורטוניטי. פאר א גוטע דוגמא אויף דער עירוב פרשיות זעה m http://en.wikipedia.org/wiki/Life,_Libe ... hypothesis m
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:27 pm#229593
דאס איז סינאנים מיט פרייהייט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:30 pm#229594
מ'קען זיין פריילעך אנע טראפ פרייהייט, דוגמא, א פאטער ציעט אויף א קינד אין א פארמאכטע שטוב מיט א פענסטער צו א שיינע פאנאראמע מיט שיינע מוזיקאלישע סידיס, די פאטער ברענגט אים צועסן און נעמט קער פון אלע זיינע באדערפענישן, האט נישט קיין שום דאגות, גליקלעכסטער מענטש אויף די וועלט, ווייל ער ווייזט נישט פון קיין בעסערס, נו גיט עס די רעכט צוטאן אזא זאך ?
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:35 pm#229595
נהורא נפישא האט געשריבן:מ'קען זיין פריילעך אנע טראפ פרייהייט, דוגמא, א פאטער ציעט אויף א קינד אין א פארמאכטע שטוב מיט א פענסטער צו א שיינע פאנאראמע מיט שיינע מוזיקאלישע סידיס, די פאטער ברענגט אים צועסן און נעמט קער פון אלע זיינע באדערפענישן, האט נישט קיין שום דאגות, גליקלעכסטער מענטש אויף די וועלט, ווייל ער ווייזט נישט פון קיין בעסערס, נו גיט עס די רעכט צוטאן אזא זאך ?

געט נישט רעכט, ווייל מ'מוז נישט לעבן אזוי. אבער אויב די תורה הייסט לעבן אזוי טוט מען עס אזוי און מ'איז פריילעך.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:32 pm#229612
די אלע נעגאטיווע סברות און פאזיטיווע סברות אויף חרדיזים זענען אדער יא אמת אדער נישט אמת. רובא דרובא זעהט מיר אויס זיי קענען זיין אמת און א שטארקע צד. וגם אני בחלומי, כפי ווי איך שטיי דא אין ק"ש ווייסט מען שוין אז איך האב וואס צו זאגן אויף חרדיזים.
אבער דאס איז אלץ אויב מען האט קריטיק אויף די זאך. דהיינו אז מען איז נישט על הכלל כלו יצא נאר אויף געוויסע פרטים פון די זאך. אויב איך גיי אפפרעגן די גאנצע זאך, מוז איך טרעפן א מהלך החיים וואס איז שוה לכל נפש, און א מהלך וויאזוי מען גייט מאכן די טוישן אין אונזער סאסייעטי. היות איך בין נישט קיין פייעניר און אויך נישט קיין שפרינגער בין איך נישט גרייט צו שאפן א נייע מהלך. איך בין גרייט צו דיסקאסירן אלע פרא'ס און קאן'ס פון אונזער מהלך. אזוי אויך בין איך אפן צו נייער מהלכים. אבער טרייען זאלן אנדערע. און דערנאך וועל איך זיך משתתף זיין.
במה דברים אמורים? מען שמועסט דא דורך וויאזוי אונזער חרדיזים איז פוסט. אבער מיר האבן נישט קיין לעזונג. און מיר פלאנען נישט קיין לעזונג. א פרשה פון לא טוב איז נישט קיין פרשה, נאר אויס עס קומט מיט ואתה תחזה, כידוע. אונז ווילן נישט לעבן א נעגאטיווע לעבן אונטער דער ביטערע שאטן פון אונזער חרדיזים. ווילאנג מיר שמועסן נעגאטיוו אויף פרטים ממילא. אבער אויב איז על הכלל כלו יצא זענען מיר געפערליך און א נעגאטיווע מצב, אויב מיר האבן נישט קיין נייער סאסייעטי פאר אונז.
ולכן לאמיר רעדן ואתה תחזה, אדער לאמיר ענדערש מאריך זיין און פרטים, אבער נישט פסל'ן גאנץ חרדיזים.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:02 pm#229624
ס'איז באמת נאריש צן מעסטן א סיסטעם צו ס'גוט אדער נישט לויט וויפיל פרייהייט אדער מאראל זיי האבן, אלס ווענדט זיך עס אויפן מענטש וויפיל ער גלייבט דערין, א פארגלייבטער אין די צפון קארעאר אידעאלאגיע וואס וואוינט אין דרום וועט זיין אייניג פריילעך ווי א דרוםער וואס וואוינט אין צפון.

א סיסטעם'ס סוקסעס דארף מען מעסטן לויט ווי גוט זיי טוען ברעינוואשן די מענטשהייט צו גלייבן, און מיט דעם איז חרדיזם לעצטענס שטארק דורכגעפאלן לדעתי.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:39 pm#229699
אחרי ככלות הכלל:

דער גאט פון די רעפארם און גענצליך פרייע אידן - אדער אפיקורסים. איז אממערסטן באשיצט... פון די רעפארם קומען נישט ארויס קיין נושרים!
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:45 pm#229701
נאטרוליסט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:און וואו פונקטליך פאלן נישט אוועק מאסן פון אידישקייט? ביי די מאדערן ארטאדאקס? ביי קאנסערוואטיוון? רעפארמער? אין דער אלטער היים?
איך מיין אז עס איז נאך קיינמאל נישט אוועקגעפאלן אזוי ווייניג אידן אין היסטאריע ווי ביי חרדים אין די לעצטע זיבעציג יאר.


יאיר, זיי זיך אביסל מסביר, אויב ס'איז נאר מעגליך:
הייסט עס אז העכער 70 יאר צוריק זענען געווען מער נושרים? סאו האט מען דעמאלט יא געמעגט פרעגן איה אלוקיך און היינט נישט?
איז אפשר היינט אכשר דרא?

א חכם דא האט אריינגעשאסן א שטיין א ים, און אלע אויפגעקלערטע אין קאווע שטיבל מיטשן זיך אויף א הארבן @סופר ומונה?

יא, אמאל איז געווען אסאך מער נושרים. הגע בעצמך, יעדער היינטיגער פרייער איד שטאמט פון אמאליגע פירות הנושרים.
יא, עס איז היינט אכשר דרא.
וועגן איה אלוהיך ווייס איך נישט.
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:22 pm#229708
יאיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:דא א מעגליכע אמת דערין
אבער ס'איז די בעסט מעגליכסטע בעסטע געזעלשאפט וואס מיר האבן פון סיי ווען, דער עיקר, אסאך אויסוואהלן און געלעגנהייטן.

איך בין בכלל נישט איבערצייגט דערין. איך בין כמעט בטוח אז אויב מען וועט מאכן א שטודיע וועט מען נישט טרעפן אז אין סעקולער סאסייעטי זענען מער מענטשן פרייליך ווי אין חרדי'שע סאסייעטי. אנטי דעפרעסיע מעדיצינען זענען נישט ערצייגט געווארן פאר שיכון סקווירא און וויליאמסבורג.


ביזט כשר גערעכט ווען די רעדסט פון עולם גולם, דער עולם איז מער ווייניגער העפפי מען עסט האליפטשעס און מען טרינקט וויין ביי מוישי מייער. אבער די פיין און ליידן וואס א בר דעת מאכט מיט אין אונזער סאסייעטי ווען ער וועקט זיך אויף פון זיין זיסן חלום איז נישטא צוטרעפן אין ערגעץ אויסער אין נארט קאריע, ועל זה דוה לבנו. כהאב נאך נישט געטראפן דער גוי וואס נעמט אנטי דעפרעסי מעדעצינען ווייל ער איז נישט צופרידן מיט די סיסטעם פון וואשינגטאן אבער כ'האב יא געזעהן אונטערדריקטע און פארעקלעטע חרדים וואס זענען שיעור משוגע געווארן ווען זיי האבן זיך דערוועקט צו די שמעק פון די דרעק און וואס זיי לעבן (איך מיין נישטא דעם רעליגיע חלק).
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:22 pm#229724
נאטרוליסט האט געשריבן:אחרי ככלות הכלל:

דער גאט פון די רעפארם און גענצליך פרייע אידן - אדער אפיקורסים. איז אממערסטן באשיצט... פון די רעפארם קומען נישט ארויס קיין נושרים!

בכלל נישט. ביי זיי איז די צער ערגער. ווייל ווען זיי ווערן נושרים האבן זיי ליידער חתונה מיט אינו יהודים. דאס באדערט פאר יעדן איך אפילו די ריפארמער. און אפשר גאר די ריפארמער מער.

איך האב א חבר וואס קומט פון א ריפארמער שטוב. ווען זיין ברודער האט געוואלט חתונה האבן מיט נישט אידישער פרוי, איז די באבע געווארן ממש אויס מענטש, ווי קענסטו טוהן אזא זאך. די אייניקל האט געטענהט ער פארשטייט נישט, זי איז מסכים צו מאכן בר/בת מצוה צערעמאניעס, און גיין יום כיפור אין שוהל וואס איז דער פראבלעם? דער ברודער מיין חבר, האט געזען אז עפעס גייט דא פאר. ער האט אהנגעהויבן זיך אינטערסירן איבער אידישקייט און איינגעזעהן אז מען דארף זיין שומר תורה ומצוות, אזוי איז ער געווארן א בעל תשובה.
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:50 am#229778
ראש הישיבה האט געשריבן:
די אלע נעגאטיווע סברות און פאזיטיווע סברות אויף חרדיזים זענען אדער יא אמת אדער נישט אמת. רובא דרובא זעהט מיר אויס זיי קענען זיין אמת און א שטארקע צד. וגם אני בחלומי, כפי ווי איך שטיי דא אין ק"ש ווייסט מען שוין אז איך האב וואס צו זאגן אויף חרדיזים.
אבער דאס איז אלץ אויב מען האט קריטיק אויף די זאך. דהיינו אז מען איז נישט על הכלל כלו יצא נאר אויף געוויסע פרטים פון די זאך. אויב איך גיי אפפרעגן די גאנצע זאך, מוז איך טרעפן א מהלך החיים וואס איז שוה לכל נפש, און א מהלך וויאזוי מען גייט מאכן די טוישן אין אונזער סאסייעטי. היות איך בין נישט קיין פייעניר און אויך נישט קיין שפרינגער בין איך נישט גרייט צו שאפן א נייע מהלך. איך בין גרייט צו דיסקאסירן אלע פרא'ס און קאן'ס פון אונזער מהלך. אזוי אויך בין איך אפן צו נייער מהלכים. אבער טרייען זאלן אנדערע. און דערנאך וועל איך זיך משתתף זיין.
במה דברים אמורים? מען שמועסט דא דורך וויאזוי אונזער חרדיזים איז פוסט. אבער מיר האבן נישט קיין לעזונג. און מיר פלאנען נישט קיין לעזונג. א פרשה פון לא טוב איז נישט קיין פרשה, נאר אויס עס קומט מיט ואתה תחזה, כידוע. אונז ווילן נישט לעבן א נעגאטיווע לעבן אונטער דער ביטערע שאטן פון אונזער חרדיזים. ווילאנג מיר שמועסן נעגאטיוו אויף פרטים ממילא. אבער אויב איז על הכלל כלו יצא זענען מיר געפערליך און א נעגאטיווע מצב, אויב מיר האבן נישט קיין נייער סאסייעטי פאר אונז.
ולכן לאמיר רעדן ואתה תחזה, אדער לאמיר ענדערש מאריך זיין און פרטים, אבער נישט פסל'ן גאנץ חרדיזים.


טאנץ מיט אבער שטופ נישט דעם וואגען :D

לעניינו כ'האב זייער הנאה געהאט פון דעם תגובה, כ'בען נישט קיין אלטער\גרויסער ק''ש באזוכער, נאר יעצט בין הזמנים אביסעלע, כ'מוז זאגען די אמת, אז די נעגאטיווקייט וואס הערשט עקלט מיר באלד אזוי שטארק ווי די מאנארכיע וואס מיר דינען, און די אויבערפלעכליקייט פון אונזער סיסטעם, קיינער קומט נישט פאראויס מיט אן עצה, מ'איז נישט קאנסטראקטיוו, מ'וויינט און מקלאגט מ'בורזשעט מ'שטויסט, אבער תכלית? מאן דכר שמיה,
כ'דריי מיר שוין ארום א לאנגע צייט מיט געוויסע (רעאליסטישע) רעיונות ווי אזוי מ'קען (צוביסלעך מיט געדולד) טוישען געוויסע זאכען אונעם סיסטעם, וואס וועט ביז א צייט טוישען דער גאנצע זאך, מיין מחשבה איז געווען צו פובליצירען דא אויף ק''ש, אבער זיצענדיג דא די לעצטע פאר וואכען, און אבזעווירענדיג די מצב, זע איך אז דא איז א פלאץ פון ביטערניש (כ'מיין נישט ח''ו די גאנצע פלאץ ס'איז דא זייער געשמאקער און אונטערלעקטועלע באלערנדע אשכוליות) ווען ס'קומט צו די נושא פון סוסייעטי און סיסטעם, איך זיך א אשכול "עצות פאר'ן עתיד", "אדער לעטס בי קאנטראקטיוו", "לאמיר זיך צאם נעמען פאר א טויש" אדער למעשה גארנישט אין פוצה פה דערוילעם איז ארום גענומען מיט אזא יאוש געפיהל,

כ'מיין אז יעדער וואס קומט אהן צו ק''ש, ווייסט שוין די בראך פונעם סיסטעם, אויב אזוי וואס איז דער ענין צו וויינען און קלאגען?, כ'מאך נישט אוועק די מושג פון וויינען, אבער אויף דעם וואלט לכאו' געווען גענוג אוועק שטעלען א mourning day וואס יעמאלט וואלטען מיר זיך אלע אויסגעגאסען דאס ביטער הארץ וואס מיר האבן, און יעדער קאן ארויסברענגען זיין פערזענליכע פארלוסט וואס ער האט פאלוירען בפרט, ווי אויך כלל ישראל'ס פארלוסט בכלל, און די לעצטע יארען זייענדיג אונטער דריקט אונטער די נעגל פונעם סיסטעם, כדוגמת תשעה באב וואס חז''ל האבן אוועקגעשטעלט 1 טאג אין יאר וואס מ'קען זיך אויסגעבן און באוויינען וואס מ'האט פארלוירען, אבער טאג טעגליך? יא נאר אונטערן קישען ביי תקון חצות, אבער ברבים? חלילה, ס'ברענגט גארנישט!! ס'איז נישט מקרב דער וועלט צום תיקון, און פאשטייט זיך והיה בהניח השם אלוקיך מכל אוביך וגו' אז נאך דעם וואס ס'וועט זיך טוישען אלעס, און אלע ימים טובים ומועדים פונעם סיסטעם וועלען בטל ווערן, וועט דער טאג ווערן א יום טוב, כדוגמת שמצינו בחז''ל שכל המועדות עתידים להיות בטלים, דאך געפונען מיר און זכריה, כה אמר ה’ צ-באות: צום הרביעי (י"ז בתמוז) וצום החמישי (’ באב) וצום השביעי (ג בתשרי) וצום העשירי (י בטבת) יהיה לבית יהודה לששון ולשמחה, ולמועדים טובים…"

כ'וויל נישט דא צופיל ביטערן אויף די ביטערער'ס, נאר איין זאך קען איך ענק זאגען און ווארענן ביטערען האט נישט קיין קיום! איז אויב דא דארף זיין דער ערי מקלט און דער פלאץ ווי מ'אנטלויפט פונעם סיסטעם, דארף מען ווערען פאזיטיוו, דו''ק ותשכח אז אלע גרופעס פון מתנגדים מורדים למיניהם, קענען נישט אנהאלטען אויף נעגאטיווע אופנים, ואין כאן המקום להאריך,

אין לי העת להאריך כעת אבל בעזהי''ת עוד אשיב, אפשר דארף מען דאס אפרייסען און עפענען א נייע אשכול יבואו מתחדשים ויחדשו מה שצריך חידוש, און אנהייבן טוהן למעשה פארשטייט זיך אזוי ווי מיר האבן אנגעהויבן נאר רעאליסטישע זאכען, און נישט פראבירען צו רעדען און אודאי נישט טוהן זאכען וואס האבן אונז גורם געווען רוב פון אונזערע צרות, דהיינו צו גרויסע שינויים וואס וועקט אויף דעם צד שכנגד וכו' וכו'
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:58 am#229779
שטארקע רייד משה.