Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • "פראיעקט למעשה": לאמיר שרייבן!

קאווע שטיבל • "פראיעקט למעשה": לאמיר שרייבן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7439
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 2:34 pm#230391
"פראיעקט למעשה": לאמיר שרייבן!
פראיעקט למעשה

עס האט זיך דא אריינגעכאפט א פרישער גאסט מיט'ן נאמען ATUB @והאיש משה ATUB , און ער האט אונז דא פארגעהאלטן בתוכחת מגולה ואהבה מוסתרת אז מיר זענען מער פארנומען מיט די פראבלעמען פון דעם "סיסטעם" ווי מיט די לעזונגען. "כ'מיין אז יעדער וואס קומט אן צו קאווע שטיבל, ווייסט שוין די בראך פונעם סיסטעם," שרייבט והאיש. "אויב אזוי וואס איז דער ענין צו וויינען און קלאגען?"

באמת האט והאיש געשריבן אין רעאקציע צו ATUB @ראש הישיבה ATUB וועלכער האט געשריבן דברים דומים: "א פרשה פון לא טוב איז נישט קיין פרשה, נאר אויב עס קומט מיט ואתה תחזה." דערווייל איז והאיש משה געווען אמר הרבה ועשה מעט, און ער האט אונז נאך נישט מזכה געווען מאוצרו הטוב. לאמיר האפן אז דאס וועט זיך בקרוב טוישן.

דער אמת איז אז מיר האבן דא אין קאווע שטיבל א שיין ביסל אשכולות וועלכע גייען אריין אין דער קאטעגאריע פון "ואתה תחזה" (צוויי ביישפילן), נאר עס איז באמת שווער צו האלטן אזא שמועס מיט א פאקוס בלויז אויף דער לעזונג. עס איז מן הנמנע אז אין יעדן אזא אשכול זאלן זיך אריינכאפן די וואס זענען אדער מאכן זיך בלינד צום מצב, און זיך נעמען טענה'ן אויף די פשוט'ע פאקטועלע הנחות אויף וועלכע דער שמועס איז געבויעט. דאס פירט ווידער אריין אין דעם נעגאטיוון חלק, און מ'דארף זיך ווידער ספראווען מיט'ן "אויפווייזן" דעם גרויסן בראך און אומרעכט וואס דא קומט פאר. עס איז אבער אמת אז עס דארף זיין א בכוונה'דיגע פאקוס אויף דעם "למעשה", און די אלע געלונגענע שרייבער, פארשער, תלמידי חכמים און פילאזאפן דא אין קאווע שטיבל, קענען אוודאי נוצן זייערע געבענטשטע כשרונות אויף פארשלאגן, חלומות, הצעות און געדאנקען אויף העלפן דעם בר דעת און זיינע פאמיליע-מיטגלידער וועלכע ווערן דערשטיקט אונטער דעם "סיסטעם".

איך טו יעצט דעריבער פארשלאגן "פראיעקט למעשה" – א פראיעקט צו שרייבן ארטיקלען הלכה למעשה, עצות און אנווייזונגען פאר אחים לדעה, זיך צו ספראווען מיט די פראבלעמען, און צו ערמעגליכן אז יעדער זאל קענען לעבן פאר זיך און זיין משפחה לויט זיינע איבערצייגונגען, עכ"פ וויפיל עס איז שייך.

א וויכטיגע תנאי אז דאס זאל קענען מצליח זיין איז אז די גבאים זאלן אינפארסירן א שטרענגע פאליסי צו האלטן די "למעשה" אשכולות ריין פון טענה'רייען אויף דעם "סיסטעם". די אשכולות קומען מיט לעזונגען נאר פאר די וואס זענען מסכים אז דער "סיסטעם" איז א חורבן. אז איינער קריגט זיך אויף דעם יסוד, זאל ער בכלל נישט קענען אריינרעדן אויף די יסודות'דיגע הנחות. דאס איז נישט קיין פרואוו צו דערשטיקן אנדערע דעות, עס איז נאר א וועג צו האלטן די אשכולות ריין פון נעגאטיוויטעט, מיט א קלארער קאנצעטראציע אויף וואס מיר קענען טון צו פארבעסערן דעם אידישן לעבן.

דער "למעשה" ארטיקל קען זיך אנפאנגען מיט דער הנחה אויף וואס דער אשכול איז געבויט ("אונזערע קינדער וואקסן אויף צו פארמאכט פון דער וועלט, און עס איז נישט גוט פאר זיי"), און דערנאך פארשטעלן די לעזונג. צי די לעזונג איז אויסגעהאלטן אדער נישט איז אפן פאר דעבאטע. אבער אויב איינער איז נישט מסכים מיט דער הנחה יסודית ("עס איז גוט אז אונזערע קינדער זענען פארמאכט פון דער וועלט," אדער "עס איז נישט אמת אז אונזערע קינדער זענען פארמאכט") קען עס אויסדרוקן זיין מיינונג בלויז אין א באזונדערן אשכול.

גייענדיג אין די פוסטריט פון ATUB @כוכב ATUB , שלאג איך פאר אז די וואס ווילן אנטייל נעמען אין "פראיעקט למעשה" זאלן זיך דא אנרופן. מ'וועט ארויסשטעלן איינס אדער צוויי ארטיקלען יעדע וואך, ביז מיר וועלן דערגרייכן צען ארטיקלען. דאן וועל איך פערזענליך דורכגיין יעדן ארטיקל און מגיה זיין פון גראמאטישע גרייזן, און אביסל שיפור הלשון אויב עס וועט אויספעלן (פארשטייט זיך אז כ'וועל נישט אפזאגן הילף אויב איינער טראגט אן), און מ'וועט דאס צוזאמענשטעלן אין א קונטרס וואס וועט זיין א רייכער האנטבוך פאר אחים לדעה. כ'בין בטוח אז דאס וועט זיין א געוואלדיגער געשאנק פאר הונדערטער און טויזנטער אידן, וועלכע וועלן נהנה זיין בעצה ותושיה.

מ'קען שרייבן אויף יעדע געזעלשאפטליכע פראבלעם פון וואס מיר ליידן א דאנק דעם "סיסטעם", און ארויסברענגען געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן און פארגרינגערן - ישיבות, חדרים, עדיוקעישאן, כולל, קאלעדזש, שידוכים, פרנסה, ליטעראטור, ענטערטעינמענט, באציאונגען מיט ווייב/מאן, קינדער, עלטערן, שוויגער-עלטערן, רבנים, בין ישראל לעמים, וכו' וכו'.

כ'האף אז דער ציבור וועט נוצן די געלעגנהייט צו שענקען זייערע כשרונות און געדאנקען פאר דעם נאבעלן צוועק, און מ'וועט אויפטון גרויסע זאכן.

נ.ב. מיין ארטיקל פאר "פראיעקט למעשה" איז שוין גרייט, און כ'וועל עס ארויפשטעלן ווי נאר עס וועט זיך דא שאפן א שיינע קאאליציע פון קאלאבארירער.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 2:59 pm#230395
מי לה' אלי!
אין יעדן דור האט דער חפץ חיים געזאגט דעהערט זיך נאכאמאל דער געשריי. בדורינו איז עס דורך דער אנאנימער ניק ראובן.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:04 pm#230396
נו, ATUB @כוכב ATUB , קענסט דיך אונטערנעמען צו שרייבן אן ארטיקל פאר'ן פראיעקט?
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:08 pm#230397
ודאי!
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:08 pm#230398
ראובן, געוואלדיג! ראובן וועט אונז העלפן טרעפן אינעם בור פון נחשים ועקרבים אויך אביסל וואסער.

איך בין אין. ניין נישט אין בור, אינעם "מי לה' גרופע".
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:15 pm#230401
גם אני אשתתף ברצות השם.

עס זעהט זיך אן אז דער מקום גייט אריבער אן ענדערונג לטובה. די טריצערס טראגן אפ אדער ווערן אויסגעשפארט, די נערנים גייען אויף פאליש, די אפיקורסים נעמען זיך דאס לעבן, און כוכב מיט ראובן נישטערן אפיר די נארמאלערער בתוכינו.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:23 pm#230404
ATUB @קופערניקוס ATUB , פליזזזזזזזזזזזז!
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:32 pm#230405
דער געדאנק איז א ריינער, און ס׳ווילט זיך מיר גאר שטארק איינצושפאנען חגורי במתני ווייל כ׳שפיר טאקע אז ס׳איז באו מים עד נפש און כ׳קאן אפשר ביישטייערן מיט געוויסע רעיונות.

נאר איידער כ׳גיי פארברענגען מח און טייער צייט, וויל איך פרעגן, לו יהא, ס׳וועט פארגעשטעלט ווערן בליציגע רעיונות, וויאזוי ע״פ אמת וועט דאס ווערן ״למעשה״?

זיכער ברויך מען אזוי אנהייבן - במחשבה תחילה, אבער ס׳איז א שאד זיך צו נער׳ן, ווייל רעיונות וועלן אייביג זיין, און ס׳איז שוין אפילו דא, אבער דער עיקר שוועריגקייט שטעקט אין דאס אויסצופירן מכח אל הפועל.

״פראיעקט עצות״, מהיכי תיתי, כ׳זעה נאר נישט דער למעשה.

(דיסקלעימער: כ׳האלט שוין לאחר יאוש).
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:33 pm#230406
מ'רעדט נישט פון גרויסצוגיגע פלענער, נאר אפילו פון ממש קלייניגקייטן וואס יעדער קען טון אויף צו מאכן פאר זיך דאס לעבן גרינגער.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:36 pm#230407
ATUB @ראובן ATUB , די למעשה'דיגע לעזונגען דארפן זיין טאקע למעשה'דיג, מעגליך במציאות (ווייל אזונס קען איך נישט), אדער ווי א מעשה'לע, העטך פעטך?
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:40 pm#230408
ATUB @ראובן ATUB ,

פון דיין הקדמה איז יא משמע אז דו באציסט זיך צו ערנסטע ברייטפארצווייגטע פראבלעמען אשר בשם ״סיסטעם״ יקרא.

אדרבה, זאל מען טאקע אויסלופטערן קלענערע פראבלעמען און לייזונגען אויך, אבער שטעל ביטע פאר אביסל קלארער למה התכוןן המשורר.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:54 pm#230410
ווען נישט וואס אזעלכע טעמעס ווערן דא געלופטערט יעדע שני וחמישי, וואלטן די "עמי" און "מאמענט" צייטונגען זיך נישט ערלויבט צו קאכן דערין. זעה די היינטיגע מאמענט נומער. היעלה על הדעת מיט א יאר צוויי צוריק אז איינער וואלט עמטליך גערעדט פון ישיבות? מיט פארשלאסענע טויערן אויף א דעקל? בחיים שלי לא היה כדבר הזה ווען נישט וואס געשטאכענע פלייש פילט שוין נישט און דער עולם האט זיך שוין איינגעוואוינט צו רעדן איבער די עניינים. ממילא בטווח הארוך העלפט דאס שרייבן צו צו ווערן למעשה.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:56 pm#230411
כ'וועל פרובירן נאך היינט אדער מוצ"ש ארויפצושטעלן מיין ארטיקל - און זאל דאס דינען ווי א סעמפל.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:05 pm#230414
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ראובן, געוואלדיג! ראובן וועט אונז העלפן טרעפן אינעם בור פון נחשים ועקרבים אויך אביסל וואסער.

איך בין אין. ניין נישט אין בור, אינעם "מי לה' גרופע".

און איך קען שוין פאראויסזאגן די אלע לשונות (של גנאי) וואס די קריטיקירער און "נעי-סעיערס" וועלן נוצן כדי אנצוהאלטן דעם סטאטוס-קווא, און נישט זיין וויליג צו הערן אן עצה ותושיה וויאזוי צו פארבעסערן דעם סיסטעם.

אבער איך וועל מיך, בלי"נ משתתף זיין אין ארויסברענגען פארשידענע געדאנקען וואס איך האב שוין פון לאנג געוואלט ארויסברענגען ברבים, וויאזוי מ'קען פארבעסערן געוויסע חלקים פון אונזער ארטאדאקסישן סיסטעם. ספעציעל אין עניינים פון חינוך הבנים אין ת"ת און ישיבות. אויך בנוגע די גאנצע מהלך פון שידוכים אין אונזערע קרייזן.

א ספעציעלן יישר כח קומט פאר ראובן, און די אנדערע חברי השטיבל פאר מעורר זיין און פיהרן די דיסקוסיעס און דעבאטעס אויפ'ן ריכטיגן וועג...!
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:09 pm#230415
און מיט וועט געבראכן ווערן א רעקארד, אלס די ערשטע אשכול פון זיידי גאלע.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:17 pm#230417
געוואלדיגע געדאנק
כ'וועל מיזן ברעכן, אין שרייבען אפאר שורות
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:45 pm#230426
איך טראכט וואס איך קען צו העלפען אזא שיינע זאך און אויב סע וועט מיך איינפאלען וועל איך זעכער שרייבען אבער איך וועל מאכען זעכער אז מענטשען וואס ווילען נישט סע זאל זיך עפעס טוישען ביי אונז, און קימען שמיציג מאכען די אשכולות וועט מען שנעל מסדר זיין.

ווען איינער מאכט א שיינע ארבעט און שרייבט עפעט א גוטע זאך און א גוטע איידיע און שרייבט אנהייב אז ער וויל גיין מיט אזא פלאן פון פאזיטיוו, האט רעכט צו בעטען אז מע זאל לאזען זיין אשכול וויזוי ער וויל סע זאל בלייבען.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:48 pm#230430
ארטיקל #1
הארץ ומלואה תבל ויושבי בה
פון: ATUB @ראובן ATUB
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:51 pm#230431
מע קען שוין מאכען א מפתח @כוכב
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:51 pm#230432
א גרויסן יישר כח ראובן פאר דער געוואלדיגער רעיון. הריני מקבל עלי בלי נדר ובלי קונם להשתתף בחבורה חשובה כזו, ולחרוט בעט ועופרת שרעפי ורעיוניי ממה שתעלה מצודתי, בין בדברים הנוגעים אל הגוף, בין בדברים הנוגעים אל הנשמה. ויהי נועם וכו'.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 5:01 pm#230436
Wow!!!
זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.
נאר מיט אזעלכע דרייסטפולע שרייבערס ווי ראובן וועלן מיר זוכה זיין צו ארויסגיין פון שווערן גלות.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 5:39 pm#230442
הערליכע געדאנק. גם אני אענה חלקי בע"ה.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:12 pm#230446
א שיינער געדאנק וואס דארף באגריסט ווערן!! אנשטאט זיך עסן אינעם כריין זאל מען עוסק זיין אין קאנסטרוקטיווע געדאנקען.

זאל מיר גאט נאר געבן צייט, וועל איך מירטשעם אויך נעמען א טייל אינעם פריאיעקט.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:48 pm#230466
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער איך וועל מיך, בלי"נ משתתף זיין אין ארויסברענגען פארשידענע געדאנקען וואס איך האב שוין פון לאנג געוואלט ארויסברענגען ברבים, וויאזוי מ'קען פארבעסערן געוויסע חלקים פון אונזער ארטאדאקסישן סיסטעם. ספעציעל אין עניינים פון חינוך הבנים אין ת"ת און ישיבות. אויך בנוגע די גאנצע מהלך פון שידוכים אין אונזערע קרייזן.


קינד_אן_קייט האט געשריבן:@ראובן,

פון דיין הקדמה איז יא משמע אז דו באציסט זיך צו ערנסטע ברייטפארצווייגטע פראבלעמען אשר בשם ״סיסטעם״ יקרא.

אדרבה, זאל מען טאקע אויסלופטערן קלענערע פראבלעמען און לייזונגען אויך, אבער שטעל ביטע פאר אביסל קלארער למה התכוןן המשורר.


קאווע טרינקער האט געשריבן:@ראובן, די למעשה'דיגע לעזונגען דארפן זיין טאקע למעשה'דיג, מעגליך במציאות (ווייל אזונס קען איך נישט), אדער ווי א מעשה'לע, העטך פעטך?

איינמאל כ'האב שוין ארויפגעשטעלט מיין ארטיקל, לאמיך אביסל פרובירן קלארער צו שרייבן פון וואס מיר רעדן. מ'רעדט נישט פון גרויסארטיגע פלענער, אדער חלומות פון העטעך פעטעך. מ'רעדט דווקא פון פראקטישע געדאנקען וואס דער לייענער קען תיכף אדאפטירן אין זיין לעבן, און אריינברענגען א פאזיטיוון טויש. לאמיך איבערגיין די טעמעס וואס כ'האב דערמאנט:

ישיבות - וויאזוי קען מען מינימיזירן די שאדן וואס די קינדער ליידן פון זיצן איבערגעבויגן איבער דער גמרא 10 שעה א טאג אן עקסערסייז אדער אנדערע סטימולירנדע לימודים?

חדרים - וויאזוי אדרעסירט מען פאלשע און פארפירערישע אינפארמאציע איבער דער וועלט און איבער אידישקייט וואס די קינדער זאפן איין פון זייערע מלמדים? וואס קען מען לערנען מיט קינדער צו סופלעמענטירן זייער פעלערהאפטיגן אידישן חינוך? וואס קען מען טון אז די קינדער זאלן מצליח זיין אין די סעקולערע לימודים?

עדיוקעישאן - וויאזוי קען א בחור קונה זיין חכמה? וואס זאלן א בחור וואס האט צוטריט צום אינטערנעט טון דערויף צו שטייגן בחכמה ומדע?

כולל - וויאזוי קען מען אויסנוצן די כולל יארן אויף למעשה? אויף וואספארא פרנסות קען מען זיך שוין בויען נאך בשעת'ן זיצן אין כולל? וויאזוי זאל א רבי'ש קינד זיך ארויסגליטשן פון כולל צו גיין ארבעטן, מיט מינימאלע שברי לב?

קאלעדזש - וויאזוי קען א חסידישער יונגערמאן אדער בחור אנקומען צו קאלעדזש? וויאזוי קען מען מחנך זיין קינדער אז זיי זאלן וועלן גיין אין קאלעדזש? וואספארא דעגריס זענען כדאי צו לערנען? וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט דער ווייב/מאן, וכו'?

שידוכים - וואס קענען עלטערן טון צו פארבעסערן די שאנסן אז זייערע קינדער זאלן טון שידוכים וואס זענען באמת פאסיג פאר זייער תכונות הנפש, מיט ליבשאפט און פארשטענדעניש? וויאזוי קענען עלטערן רעדן צו די קינדער בשעת זיי וואקסן אויף, אז ווען עס קומט צו שידוכים זאלן זיי פארשטיין און וויסן וואס זיי ווילן און וואס זיי זוכן?

ליטעראטור - וואס קען מען לייענען? וויאזוי קען מען זיך אויסלערנען צו שרייבן? וויאזוי קען מען אויסשארפן די קענטעניס פון ענגליש?

ענטערטעינמענט - איז כדאי צו גיין צו א טעאטער? אויב יא, ווען און וויאזוי? וויאזוי קענען מאן און ווייב זיין בדעה אחת? זענען פילמען צייט-פארברענגעניש? וואס איז כדאי צו קוקן? וואס קען מען געבן פאר די קינדער אן פחד אז זיי וועלן זיך פאררעדן פאר אנדערע?

באציאונגען מיט עלטערן - וואס זאל א בחור טון ווען ער שפירט אז זיינע עלטערן זענען מער אינטערעסירט אז די מחותנים זאלן שטימען ווי אז חתן-כלה זאלן שטימען?

באציאונגען מיט ווייב/מאן - וויאזוי קען מען העלפן די ווייב/מאן זיך ארויסשיילן פון אלע יארן מוח-שווענקונגען? וואספארא אקטיוויטעטן איז כדאי צו טון צוזאמען? וויאזוי קען מען זיין בדעה אחת איבער וויפיל קינדער מ'זאל האבן?

דאס זענען בלויז עטליכע ביישפילן פון הונדערטער טעמעס און טויזנטער פראגעס וואס קענען און דארפן געענטפערט ווערן. גארטלט אייך אן רבותי, און לאמיר זיך העלפן!
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:08 pm#230475
ווי כ'האב געשריבן וועלן מיר געבן ריוח להתבונן בין פרשה לפרשה, און ארויפשטעלן נישט מער ווי איין אדער צוויי "למעשה" ארטיקלען א וואך. דערווייל האבן די פאלגנדע שוין געמאלדן זייער השתתפות:
ATUB @כוכב ATUB
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
ATUB @פישל'ע העררינג ATUB
ATUB @berlbalaguleh ATUB
ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB
ATUB @יאיר ATUB
ATUB @פארוואס? ATUB
ATUB @שיטה מקובצת ATUB
ATUB @פלאוויוס ATUB

כדי די ארטיקלען זאלן ארויפגעשטעלט ווערן לויט'ן פלאן, פעלט אויס א צענטראלער אדרעס וואו יעדער וועט מעלדן אז ער האט אן ארטיקל גרייט. לכאורה בין איך געצווינגען צו מאכן מיין אישית-קעסטל פאר דעם אדרעס. ווי נאר אן ארטיקל איז גרייט, ביטע מיך לאזן וויסן, כדי צו קאארדינירן די פובליקאציע לויט'ן פלאן.

עס איז נישט דא קיין שיעור וויפיל עס קענען זיך משתתף זיין - און מ'קוקט ארויס אויף ווי מער משתתפים.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:13 pm#230478
קאלעדזש - וויאזוי קען א חסידישער יונגערמאן אדער בחור אנקומען צו קאלעדזש? וויאזוי קען מען מחנך זיין קינדער אז זיי זאלן וועלן גיין אין קאלעדזש? וואספארא דעגריס זענען כדאי צו לערנען? וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט דער ווייב/מאן, וכו'?


אני אענה חלקי בזה בעזהשי"ת
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:30 pm#230486
ראובן, א געוואלדיגער רעיון! לאמיר האפן אז עס וועט זיך גוט אויסארבעטן אי"ה. איך האף בעז"ה אויך זיך משתתף צו זיין.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:48 pm#230495
איך וואונדער ווי אזוי מענטשן וואס זענען אדורכגעגאנגן די סוס-תם, (שוין קראנק פון שרייבן סיס..) זענען אויסגעוואקסן אזעלעכע ריזן בעלי מחשבה ווי ראובן וחבריו.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:54 pm#230496
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך וואונדער ווי אזוי מענטשן וואס זענען אדורכגעגאנגן סוס-תם, (שוין קראנק פון שרייבן סיס..) זענען אויסגעוואקסן אזעלעכע ריזן בעלי מחשבה ווי ראובן וחבריו.

ווייל זיכער אזוי ווי ביי דיר און ביי מיר איז געקומען צו א מצב פון "שבירת הכלים". אדער געלייגט אין מער פשוט'ע טערמינען, א מצב פון "ואין אנחנו", אינז קענן מיר נישט ווייטער, ווי די מעשה הידועה פון בעקער פון די שטאט "טשאפ", וועלכער האט אנגעהויבן צו זאגן זיין אייגענע פירוש המילות אין "נשמת". ווען ר'איז צו געקומען צו די ווערטער "ואין אנחנו" האט ער געטייטשט, אינז קען מיר נישט ווייטער (אנגיין אזוי(...!
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 11:30 pm#230503
מורא'דיג
כדי דער פראיעקט למעשה זאל זיין א דבר של קיימא וואלט איך מציע געווען אז מען זאל מאכן אן עקסטערע קעסטעל, ערגעץ צווישן שבת אחים און אחיעזר, מיטן קעפל "הלכה למעשה". דארט זאל מען אריינלייגן אלע למעשה'דיגע ארטיקלן, אזוי אז ווען אימער איינער האט א געדאנק זאל ער עפענן אן אשכול דארט.
לאמיר שפינען ווייטער, אולי וואלט כדי געווען ווען עס וועט זיך אנזאמלען א 50 ארטיקלען זאל מען עס מאכן און א פארעם פון א ביכעל און מען זאל עס קענען ערגעץ באשטעלן פאר א פאר טאללער (אפשר אויף עמעזאן אדער איבעי) און אפשיקן פאר א חבר, ווייב, ברידער אד"ג. איך וואלט באשטעלט עלעף שטיק, איינס פאר מיין שווער און צען פאר מיינע שוואגערס. איך זעע שוין ווי דער סיסטעם צעברעקעלט זיך ומלאה הארץ דעה.
ובזה יצאתי ידי חובתי של שתיית חמין במוצ"ש.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 11:33 pm#230505
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ובזה יצאתי ידי חובתי

קלאר אז נישט
אונז ווילן א גיהעריגע שיינע רייכע ארטיקל ווי עס פאסט פאר דיר
זונטאג אקטאבער 26, 2014 3:58 am#230539
i think it would be a good idea if someone offers to retype a english article to yidish because alot of people are better in english
זונטאג אקטאבער 26, 2014 10:17 am#230554
מצטמק ויפה האט געשריבן:
קאלעדזש - וויאזוי קען א חסידישער יונגערמאן אדער בחור אנקומען צו קאלעדזש? וויאזוי קען מען מחנך זיין קינדער אז זיי זאלן וועלן גיין אין קאלעדזש? וואספארא דעגריס זענען כדאי צו לערנען? וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט דער ווייב/מאן, וכו'?


אני אענה חלקי בזה בעזהשי"ת

איך ווארט ארויס ספעציעל אויף דעם, פתח פיך ויאירו דבריך.
זונטאג אקטאבער 26, 2014 10:38 am#230555
פארוואס? האט געשריבן:
מצטמק ויפה האט געשריבן:
קאלעדזש - וויאזוי קען א חסידישער יונגערמאן אדער בחור אנקומען צו קאלעדזש? וויאזוי קען מען מחנך זיין קינדער אז זיי זאלן וועלן גיין אין קאלעדזש? וואספארא דעגריס זענען כדאי צו לערנען? וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט דער ווייב/מאן, וכו'?


אני אענה חלקי בזה בעזהשי"ת

איך ווארט ארויס ספעציעל אויף דעם, פתח פיך ויאירו דבריך.

אדער קען מען זיך לערנען סיי וואס מען וויל דורך Coursera.com (אויך אויף אן עפפ.) פארגעלערנט דורך אוניווערזיטעט פראפעסארן (פון תל אביב אוניווערסיטעט, אקספארד, דוק, ראטגערס, דזשאן האפקינס, טעכניאן, פענן, קאלאראדא באולדער, מערילענד, ווירדזשיניע, ען. וויי. יו., וכו' וכו'), אין יעדן נושא (ארט, ביאלאגיע און לייף סייענס, ביזנעס און מענעדזשמענט, כעמיע, קאמפיוטער סייענס ארטיפישל אינטעלידזשענס, סאופטוועיר אינזשענירינג, וכו', עקאנאמיקס און פינאנץ, עדיקעישן, ענדזשענירינג, ,יומעניטיס, מעטה, וכו וכו'), אין א סאך שפראכן, נייע פיר ביז צוועלף וואכיגע קורסן יעדע טאג צוויי, מיט עקזאמען און גרעידס, דיסקוסיע פארומען, וכו' און אלס אומזיסט!
זונטאג אקטאבער 26, 2014 6:18 pm#230609
ישראל קאפקע האט געשריבן:אדער קען מען זיך לערנען סיי וואס מען וויל דורך Coursera.com (אויך אויף אן עפפ.) פארגעלערנט דורך אוניווערזיטעט פראפעסארן (פון תל אביב אוניווערסיטעט, אקספארד, דוק, ראטגערס, דזשאן האפקינס, טעכניאן, פענן, קאלאראדא באולדער, מערילענד, ווירדזשיניע, ען. וויי. יו., וכו' וכו'), אין יעדן נושא (ארט, ביאלאגיע און לייף סייענס, ביזנעס און מענעדזשמענט, כעמיע, קאמפיוטער סייענס ארטיפישל אינטעלידזשענס, סאופטוועיר אינזשענירינג, וכו', עקאנאמיקס און פינאנץ, עדיקעישן, ענדזשענירינג, ,יומעניטיס, מעטה, וכו וכו'), אין א סאך שפראכן, נייע פיר ביז צוועלף וואכיגע קורסן יעדע טאג צוויי, מיט עקזאמען און גרעידס, דיסקוסיע פארומען, וכו' און אלס אומזיסט!


האט מען שוין אמאל אויסגעשמועסט די מעלות און חסרונות פון אנליין VS געהעריגע קאלעדזש.
זונטאג אקטאבער 26, 2014 6:24 pm#230610
בדרך אגב, איך האב אויך וואס צו שרייבן דערויף.
איך מיין אז עס איז גענוג א ברייטע און וויכטיגע נושא, אז עס וועט נישט זיין קיין תרי קלא דלא משתמעי.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:28 am#231324
אויב איז עס מוגה מחשש לשון הרע ורכילות, וואלט איך גע'עצה'ט דעתי הקלושה דאס אויך מפרסם צו זיין אויף 'לדעת'.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:33 am#231891
עס וואלט כדאי געווען צי מאכן א אשכול פון פשוטע איפארמאציע אויף וויאזוי מען קען קונה זיין ידיעות צי שטייגן בחכמה ווי למשל
1) די גרינגסטע פשוטסטע וועגן זי אויסצישארפן אין אויסצילערנען שפראכן
2) פשוטע ביכער אין אנדערע פלעצער זי צי לערנען די פשוטע יסודות פין מאטעמאטיק פיזיק מעדעצין ביאלעגי כעמיסטרי וכו' וכו'
3)פשוטע ביכער אין אנדערע פלעצער אויף די יסודות פין ביזנעס אין פינאנץ
4) פסיכולוגי
אין אזוי ווייטער פשוט צי געבן די יכולת אנציהייבן זיך ארוסצילאזן אויפן וועג
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 8:49 am#231901
שאל אחד לאחד מן החכמים, מי שכבר למד את כל התורה כולה, מהו שילמד בחכמת יוונים? (מאטעמאטיק, ביזנעס וכו') אמר לו, ודאי, וילמד בשעה שלא יום ולא לילה, דכתיב והגית בו יומם ולילה.

למאי נפק"מ? גיין אין קאלעדזש, אדער אוועקנעמען בחורים און יונגעלייט פון די גמרא איז נישט א אידישע "למעשה", ווייל מיר זענען מושבע ועומד מהר סיני צו זיצן און לערנען תורה אין יעדע מינוט. ויש להאריך ואין זמני אתי.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 9:07 am#231903
ובוודאי שכל הנ"ל אינו אלא כשלומד אותה לצורך ידיעה וחכמה בעלמא אבל לצורך פרנסה מאן דכר שמיה ואדרבה מצוה לחזק מי שעוסק בזה.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:41 pm#232205
דאס דארף א באזונדערע אשכול. מצד אחד קען איך דיר ברענגען הונדערטער פסוקים ומאמרי חז"ל און ספרי קודש ווי מען רעדט פון תורה אז דאס איז דער גאנצער תכלית החיים, מען טאר נישט מבטל זיין א רגע, ס'ביטול תורה, ודברת בם וכו', דאס דארף מען אריינפלאנצן אין די קינדער; מצד שני האב איך אן א שיעור מאמרים און סיפורי צדיקים און מקורות אז השי"ת האט גענוג מלאכים אין הימל, ער וויל אונזער עבודת הגשמיות, מיר זאלן מעלה זיין אונזער עסן, טרינקען, עסק הפרנסה, און ווי א צדיק האט אמאל געזאגט זיין חסיד וואס האט געבעטן הרחבת הדעת פאר עבודת ה', דו מיינסט השי"ת וויל דיין תורה ותפלה? ער וויל דיין קרעכץ, דיין צובראכנקייט, די פאר מינוט וואס דו כאפסט א דאוון געיאגטערהייט, וכידוע מפי הבעש"ט הק', מלאכים ושרפים ציטערן פון א געכיפערטן מנחה ביחידות.

בקיצור מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס. און פאקט איז, אז דאס לערנען אלע בחור'ישע יארן איז א היינטיגע זאך, עס איז כמעט קיינמאל נישט געווען ביי כלל ישראל.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 3:14 pm#232218
שמעקעדיג האט געשריבן:וכידוע מפי הבעש"ט הק', מלאכים ושרפים ציטערן פון א געכיפערטן מנחה ביחידות.

wow ביז היינט בין איך גיוועהן צובראכן פון די דריי מאל א וואך וואס עס האט זיך געמאכט אז איך כיפער אפ מנחה ביחידות
יעצט בין איך אזוי צובראכן פון די פיר מאל א וואך וואס איך כאפ יא א מנין
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 3:41 pm#233099
איך האב געהערט א בשורה טובה אז אפאר בעלי בתים וואס האבן פארשטאנען אז דער סיסטעם טויג נישט האבן געטוען למעשה און געעפענט א ישיבה בשם' נהרדאי'(שוין א צייט צוריק אבער איך האב יעצט געהערט דערפון) בראשות הגאון ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א מלפנים ראש הכולל ספינקא ב,פ, איך האב נישט די גענויע פרטים אבער דאס ווייס איךאז מרעדט פין מענטשן וואס האבן ארויס אז דער סיסטעם טויג נישט און טראכטן אהט אף די באקס וויאזוי עס צו פארעכטען, אפשר קען איינער געבן א באריכט אויפן דורכברוך
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 4:25 pm#233108
נהרדעא
l viewtopic.php?f=3&t=4012 l
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:31 am#246513
איז מעגליך אפשר צו מאכן א אשכול ביי די המפתח - אינדעקס צו קאווע שטיבל, פון אלע למעשה ארטיקלען אז עס שאל צום געפינען בפונדק אחד?

ייש"כ
א איד
מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:16 am#246537
מפתח למעשה
למעשה 1 הארץ ומלואה תבל ויושבי בה דורך ATUB @ראובן ATUB

למעשה 2 אנאלטע בחור דורך ATUB @מאטי ATUB

למעשה 3 אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט דורך ATUB @נהורא נפישא ATUB

למעשה 4 עס איז די מיינד-סעט, סטופיד דורך ATUB @ונבנתה העיר ATUB

למעשה 5 גיין אין קאלעדזש דורך ATUB @מצטמק ויפה ATUB

למעשה 6 זשורי דוטי והמסתעף דורך ATUB @בן תמליון ATUB

למעשה 7 כולל-סם המוות דורך ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB

למעשה 8 חינוך פאר אונזערע קינדער אין דעם דור פון אינטערנעט דורך ATUB @שיטה מקובצת ATUB

למעשה 9 חייתא דקטרי סברת וקבלת! דורך ATUB @המלוכה והממשלה ATUB

למעשה 10 קנין חכמה דורך ATUB @פארוואס ATUB

למעשה 11 מען מוז נישט מוזן דורך ATUB @גראדעמעכעלע ATUB
מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:37 am#246546
יישר כח מצטמק
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:26 pm#300720
מצטמק ויפה האט געשריבן:למעשה 1 הארץ ומלואה תבל ויושבי בה דורך @ראובן

למעשה 2 אנאלטע בחור דורך @מאטי

למעשה 3 אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט דורך @נהורא נפישא

למעשה 4 עס איז די מיינד-סעט, סטופיד דורך @ונבנתה העיר

למעשה 5 גיין אין קאלעדזש דורך @מצטמק ויפה

למעשה 6 זשורי דוטי והמסתעף דורך @בן תמליון

למעשה 7 כולל-סם המוות דורך @שטילע אינגערמאן

למעשה 8 חינוך פאר אונזערע קינדער אין דעם דור פון אינטערנעט דורך @שיטה מקובצת

למעשה 9 חייתא דקטרי סברת וקבלת! דורך @המלוכה והממשלה

למעשה 10 קנין חכמה דורך @פארוואס

למעשה 11 מען מוז נישט מוזן דורך @גראדעמעכעלע

למעשה 12 די וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט דורך ATUB @יידל ATUB
למעשה 13

למעשה 14

למעשה 15

למעשה 16 מאכט איער לעבן ליכטיג מיט חבירים דורך ATUB @ראובן ATUB
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:38 pm#300722
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:55 pm#300737
Re: "פראיעקט למעשה": לאמיר שרייבן!
די ארטיקלען גייען ארויסקומען אין pdf אויסגאבע ?