Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט

כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7535
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:38 pm#236966
פארוואס קומט זיך קרעדיט פאר אברהם פארן נישט גלייבן אין עבודה זרה בשעת וואס ער האט געהאט א אפענע רילעישענשיפ מיט גט און ער פלעגט רעדן צו עם?
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:43 pm#236967
chusid האט געשריבן:פארוואס קומט זיך קרעדיט פאר אברהם פארן נישט גלייבן אין עבודה זרה בשעת וואס ער האט געהאט א אפענע רילעישענשיפ מיט גט און ער פלעגט רעדן צו עם?

קודם האט ער כופר געווען אין די עבודה זרות, און אנערקענט אז עס מוז זיין אן איינציגער גאט, דערנאך האט זיך דער אייבישטער באוויזן צו אים.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:34 pm#238844
chusid האט געשריבן:פארוואס קומט זיך קרעדיט פאר אברהם פארן נישט גלייבן אין עבודה זרה בשעת וואס ער האט געהאט א אפענע רילעישענשיפ מיט גט און ער פלעגט רעדן צו עם?


ער האט אנעקענט אז עס איז דא א באשעפער פאר דער באשעפער האט גערעדט מיט איהם. זיין רילעישענשיפ איז געקומען שפעטער
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:11 pm#239595
סופר ומונה האט געשריבן:איך וואלט נישט געשאכטן מיין זון


מסתמא האסטו פיינע קינדער. איך קען אסאך מענטשען וואס וואלטען יא. און אפי' דער באשעפער הייסט נישט
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:37 pm#435565
כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט
דאס רירט אן אויף די יוטיפרא דילעממא. דהיינו, צו ווייל עפעס איז גוט [מאראליטעט, עטיקס וכו׳] האט עס ג-ט באפוילן, צו ווייל ג-ט האט עס באפוילן דאס מאכט/דעפינירט עס אלס גוט.

אבער אזוי ווי הרב קוק זצ״ל, וואס מאטי האט אראפגעברענגט, איז מסביר שטימט די עצם מעשה העקידה פון אברהם אפילו לויט די ערשטע צד/הארן פון די יוטיפרא דילעממא. דהיינו, אז עס איז יש מקום לטעון אז דאס וואס ווערט סתם אזוי דעפינירט אלס גוט, דהיינו נארמאטיוו מאראליטעט, איז אנגעוואוזען אויף די קאנסענסאס באותו זמן (איך פארשטיי אז ס׳פעהלט אויס אז מ׳זאל דאס באטראכטן ראציאנאל ולא רק ע״י ״קאנסענסאס״ סתם. אבער אין יענע צייטן איז די הסבר וכו׳ פון דעיטיס, אבערגלויבן וכו׳ טאקע געווען די דור׳ס ראציאנאלע אפטייטש פון נאטורליכע געשעענישן אד״ג; ווי למשל רב סליפקין ברענגט ארויס לגבי שדים). איז דאך אין יענע צייט דאס באמת געווען דעפינירט אלס גוט און נאבעל בסתם טאמער טוהט מען דאס פאר א דעיטי. איך גלייב אז דאס האט פלאוויוס געמיינט.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:37 pm#435566
Re: כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט
געפילטע פיש האט געשריבן:פון פריערדיגע רבי'ס זאגט מען נאך אז די נסיון העקידה איז געווען פונקט פארקערט, דער באשעפער האט געוואלט אז די רחמי האב על הבן זאלן גובר זיין איבערן ציווי השם, און אברהם איז דורכגעפאלן דעם נסיון, און פארדעם איז עס טאקע געווען די לעצטע נסיון, און דער באשעפער האט עם מער נישט אויסגעפראווט.

לויט דעם קען מען זאגן אז עס זענען דא דיעות אז די עקידה איז געווען אויף ר״ה אדער יוה״כ (זעהטס דא m http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... 45#p180575 m ).

אונז טרעפן מיר אין די צייט אן ענין פון דעם אז חטאים בין אדם לחבירו, וואס דאס קען פאררעכענט ווערן ווי עבירות אויף נארמאטיוו מאראליטי/עטיקס, איז הארבער (אין א וועג) ווי חטאים בין אדם למקום, דעסקריפטיוו מאראליטי/עטיקס (יומא פה ע״ב). וועגן דעם איז די רמז פון עקידת יצחק אין יענע צייט, וואס ווייזט אויף די התקדמות פון נארמאטיוו מאראליטי/עטיקס איבער דעסקריפטיוו מאראליטי/עטיקס.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:52 am#435569
איך ווייס נישט פארוואס יעדער שרייבט דא אז זיי וואלטן נישט געשאכטן. איך פראביר זיך פארצושטעלן די מורא'דיגע מעמד, די באשעפער פון די וועלט זאגט מיר אליינס צו שעכטען?

ער האט באשאפן מיר מיט א גאנצע וועלט, מיט אזא חכמה וואס איך קען נישט אנהייבן צו משיג זיין. ווי אזוי זאל איך טראכטן אנדערש?

קען זיין א"א'ס נסיון איז געווען, אז יעדן טאג האט ער געהערט א מעשה פון א 2'טע גאט וואס האט געהייסן טון זאכן. האט ער געקענט טראכטן, ווער זאגט אז מען דארף פאלגן דווקא די גאט וואס רעדט צו מיר. דאס איז שוין א נסיון.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:31 pm#436833
m https://www.thetorah.com/article/abraha ... s-a-father m

(אין די footnotes לינקען זיי צו אנדערע ארטיקלן וואס רירן אן די נושא.)
מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 8:21 pm#440245
Re: כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט
דער חובת הלבבות (שער אהבת ה׳ פ״ד) זאגט טאקע אז די סארט אהבה וואס אברהם האט געהאט מקריב צו זיין יצחק לה׳ (וואס איז אזוי ווי הקרבת נפשו, ע״ש בהמפרשים) איז העכער פון יכולת בשרית און קען נאר צושטאנד קומען מיט סיוע מהא-ל ע״ש.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 10:18 pm#440248
דאס דארף צו זיין א פאראדאקס פין חובת הלבבות?

וועלכע זאך קומט נישט מיט סיוע מהא-ל לויט דער חובת הלבבות?
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 10:29 pm#441235
Re: כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט
דער מו״נ (ח״ג פכ״ד) זאגט אז די מטרה פונ׳ם עקידה איז געווען צו מודיע זיין להעולם צוויי זאכן דורך אברהם, ווייל ער איז געווען הראשון שהודיע אלקותו ית׳ בהעולם (ול״ד אלס א נסיון צו אברהם אליין):

1). וואס איז די עיקר בעבודת ה׳ - ווי ווייט ליראה אותו [לגמרי] דארף גיין.

2). אמיתת הנבואה, הגם עס איז בחזון/במראה או בחלום [שיטת הרמב״ם בזה].