Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט

כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7535
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 10:41 pm#233593
כ'וואלט נישט געשאכטן מיין קינד אפילו אויב גאט באפעלט
די געשיכטע פון דער עקידה גיט אונדז א סך מחשבה-מאטעריאל. כ'האב שוין אמאל געשריבן וועגן די וואס זעען ווי נאטירלעך אז אויב גאט הייסט שעכטן א קינד איז דאס נישטאמאל א נסיון. די געשיכטע פון דער עקידה ווייזט אונדז אז אפילו אויב גאט הייסט, דארף א געזונטער טאטע האבן א נסיון נישט צו פאלגן גאט. איך וואלט נישט געשאכטן מיין זון ווייל איך וואלט דורכגעפאלן דעם נסיון; מיין ליבשאפט צו מיין זון איז גרעסער ווי מיין ליבשאפט צו גאט.

אבער דאס איז נישט די איינציקסטע סיבה פארוואס איך וואלט נישט געשאכטן מיין זון. אפילו אויב איך וואלט באוויזן זיך צו הייבן העכער פון אלע מיינע ליבשאפטן, און כ'וואלט אנגעקומען צו דער מדריגה פון אברהם צו זיין גרייט צו שעכטן מיין אייגן קינד בלויז ווייל גאט האט מיר אזוי באפוילן, וואלט איך נאך אלץ געזאגט פאר גאט אז איך וועל אים נישט פאלגן. פארוואס?

צוערשט לאמיר פארשטיין די סברא אז איך זאל יא פאלגן גאטס באפעל; עס דארף א שכלדיקער הסבר ווי אזוי איך וואג זיך צו באגיין אזא שרעקלעכן פארברעכן ווי מארד, און נאך אויף מיין אייגן קינד. די פשוטע סברא איז אז דאס מאראליטעט אויף וואס איך באזיר מיין פארשטאנד אז מארד איז אן אומרעכט איז א באשאף פון גאט. און אויב דער באשאפער פון מאראליטעט זאגט מיר אז ער וויל איצט אז איך זאל עפעס טאן פאר אים – אפילו אויב עס שטימט נישט מיט זיין יצירה פון מאראליטעט – דארף איך אים פאלגן.

די סברא איז אבער טיף-פראבלעמאטיש, און פאלט אוועק נאכן זיך איבערצייגן אז מאראליטעט מוז זיין די ערשטע הנחה און יסוד פון יעדער דיסקוסיע. אויב קען גאט באפעלן עפעס וואס איז א סתירה צו מאראליטעט, זענען פאראן בלויז צוויי אפציעס: 1) גאט איז נישט מאראליש; 2) גאט האט אן אנדערער פארשטאנד אין מאראליטעט. לויט ביידע אפציעס, האבן מיר נישט קיין שום וועג צו וויסן אז גאט האלט זיך געבונדן צו דער עטיקעט פון אמת און שקר, אדער פארשטייט די מושגים אויף דעם זעלבן אופן ווי אונדז.

איינמאל מיר קומען צו אזא מסקנא, און גאט זאגט אונדז "איך וויל אז דו זאלסט שעכטן דיין קינד", ווייסן מיר נישט צי גאט וויל אונדז סתם פארדרייען דעם קאפ, און באמת וויל ער עפעס אנדערש. אויב איז גאט נישט געבונדן צו מאראליטעט אדער צו אונדזער פארשטאנד פון מאראליטעט, איז ער אויך נישט געבונדן צום אמת אדער צו אונדזער פארשטאנד פון אמת און שקר. דעריבער, ווען ער זאגט אז ער וויל עפעס קען דאס זיין א פראסטער ליגן ווען באמת וויל ער עס איבערהויפט נישט, אדער קען דאס זיין אמת אויף עפעס א הימלישן אופן, אבער פאר אונדז טייטשט זיך עס איבער אין טאן דווקא פארקערט פון דעם באפעל. אין ביידע אופנים מיינט דאס אז מיטן אויספירן גאטס באפעל ווי אזוי מיר פארשטייען עס פשוט, זענען מיר בכלל נישט פארזיכערט אז מיר טוען גאטס אמתן רצון – און אפשר זענען מיר גאר עובר דערויף.

אלזא ווען גאט (פארשטייט זיך נאכן באשטעטיקן אז דאס איז טאקע גאט) באווייזט זיך צו מיר און באפעלט צו שעכטן מיין קינד, וואלט איך אים געענטפערט: "אדוני המלך, מלכו של עולם! גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצוניך. דו ווייסט דאך אז איך האב אייביק געפאלגט דיינע באפעלן וויסנדיק אז מיר האבן דעם זעלבן פארשטאנד אין אמת און שקר, און ווען דו זאגסט עפעס, מיינסטו טאקע וואס דו זאגסט. כ'ווער אבער איצט געוואויר אז איך לעב אויף אן אנדערער מאראלישער פלוין ווי דו – וואס איך זע ווי אכזריות זעסטו ווי א הימלישער עבודה; ווען איך זע דעם אבסאלוטן רשעות אין מארד ווי א הייליקן אמת, זאגסטו אז עס איז גאר שקר. דעריבער, הייליקער גאט, ווייס איך שוין נישט ווען און וואס איך דארף טאן. דו זאגסט אז איך זאל שעכטן מיין זון, אבער אפשר ווילסטו באמת אז איך זאל אים דערשטיקן... אפשר ווילסטו אז איך זאל אים גאר בכלל נישט הרגענען! איז זיי מיר מוחל, גאט, אז איך וועל אננעמען 'שב ואל תעשה'".
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 10:44 pm#233594
וויאזוי קענסטו זאגן וואס דו וואלסט געטון ווען וואלסט געווען און געהאלטן ביי אברהמ'ס מדריגות, ביזט דאך נישט דארט?
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 10:49 pm#233596
סופר ומונה וואלט דורעך געפאלען די נסיון
:roll:
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:23 pm#233605
ובל יאמר אדם אלו יצוה הש"י אותי לעקוד את בני זה לפניו הייתי עושה כאברהם אבינו, כי העקידה הזאת כל אדם מצווה ועומד עליה, ואלו מזדרז בה נחשבת כאילו עשאה, כמו שלמד מיכה הנביא, במה אקדם ה', האתן בכורי פשעי, וכו' הגיד לך אדם מה טוב (מיכה ו'), ירצה כי עקידת הבנים ושחיטותם אינה נרצית לפניו ית', רק ההכנעה וההשתעבד, כמו שאמר לא עלתה על לבי זו עקידת יצחק (תענית ד').
(עקידת יצחק וירא).
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:28 pm#233606
אינטערעסאנט אז דער מדרש דערמאנט שוין די געדאנק פון סופר ומונה בשם דעם שטן:
קידמו השטן בדרך ונדמה לו בדמות זקן. אמר לו: לאן אתה הולך? אמר לו: להתפלל. אמר לו: ומי שהוא להתפלל - למה אש ומאכלת בידו ועצים על כתפו? אמר לו: שמא נשהה יום או יומיים ונשחט ונאפה ונאכל? אמר לו: זקן! לא שם הייתי כשאמר לך הקב"ה 'קח את בנך', וזקן כמוך ילך ויאבד בן שניתן לו למאה שנה? אמר לו: על מנת כן. אמר לו: ואם מנסה לך יותר מכן, תוכל לעמוד? אמר לו: ויותר. אמר לו: למחר יאמר לך: שופך דם אתה, ששפכת דמו! אמר לו: על מנת כן.
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:43 pm#233612
דא זעען מיר אז דער שטנ'ישער געדאנק האט זיך אריבערגעכאפט צו רב סעדיה גאון (אמונות ודעות מאמר ג'):
ואחרי שבעה אלה ראיתי להביא אחד מדבריהם אף שיארכו בו הדברים.

[האמונה בנביא היא בגלל אותות]
והוא שהם אומרים, כמו שההאמנה במשה הייתה על ידי עשייתו האותות והמופתים, כך צריך שתהא סבת ההאמנה בזולתו, עשייתו האותות והמופתים.

והתפלאתי כאשר שמעתי זאת פלא גדול, לפי שסבת האמנתנו במשה, לא היו האותות המופלאים בלבד.
אלא סבת האמנתנו בו, ובכל נביא, הוא שיקרא אותנו תחלה לדבר שהוא אפשר.
וכאשר שמענו קריאתו, וראינוה אפשרית, נבקש ממנו מופת עליה, וכאשר יעשהו נאמין בו.
ואם שמענו קריאתו מראשיתה בלתי אפשרית, לא נבקש ממנו מופת, כי אין מופת לדבר הנמנע.
והרי אילו דומים לראובן ושמעון שעמדו לפני שופט: אם תבע ראובן משמעון דבר שאפשר כמותו, כגון שאמר חייב הוא לי אלף זוזים, אז ידרוש ממנו השופט ראיה. וכאשר יוכיח יזכה באותו הממון. אבל אם טען עליו מה שלא יתכן, כגון שאמר 'חייב הוא לי חדקל', תהיה תביעתו מעיקרה בטלה, לפי שאין החדקל רכוש שום אדם, ולא יתכן שיבקש השופט ממנו ראיה על כך.

כך הוא הדין בכל טוען נבואה:
אם אמר לנו: 'אלהי מצווה עליכם לצום היום' - נדרוש ממנו מופת על שליחותו, וכאשר יראנו אותו נקבל ונצום.
ואם יאמר:
'אלהי מצווה עליכם לזנות ולגנוב',

או 'מודיע לכם שיביא מבול מים',
או 'מודיעכם שהוא ברא את השמים והארץ במשך שנה דברים כפשוטן',
- לא נדרוש ממנו מופת, כיון שקרא אותנו למה שלא יתכן לא בשכל ולא במסורת.

וכבר הוסיף אחד מהם על דבר זה ואמר: ומה יהיה אם הוא לא שעה לנו, והראה לנו אותות ומופתים, וראינו אותם בהחלט, מה נאמר לו אז?
עניתי כי אנו נאמר לו אז, כמו שנאמר כולנו למי שהראה אותות ומופתים, כדי שנניח מה שיש בדעתינו, מאהבת האמת והרחקת השקר ודומיהן.
עד שהוכרח לומר כי הרחקת השקר ואהבת האמת אינן מדרך השכל, ואינן אלא מצד הצווי והאזהרה, וכך מניעת הרצח והניאוף והגניבה וכל הדומה להם.

וכאשר יצא לידי דברים אילו נפטרנו מטרחו וחדלנו לדבר עמו.

וואס פארשטייט א פילאזאפישער ראציאנאליסט פון דער מיטלאלטער צו א ריינע אמונה פון אן אברהם אבינו.
ועל כגדון דא אמר בלייס פאסקאל:
God of Abraham, God of Isaac, God of Jacob,
Not of the philosophers and scholars.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:06 am#233614
באמת אז מ'טראכט אריין איז זייער שווער, וואס איז די גרויסע נסיון געווען צו שחט'ן יצחק'ן? ס'איז דאן געווען אן עפאכע וואו מקריב זיין א קינד פארן אפגאט איז געווען א העכסט נארמאלע ערשיינונג, אלע האבן דאס געטון טאג טעגליך! אברהם האט בכלל נישט געטון דא עפעס אן אויסערארענטלעכע מעשה.

אבער פשט איז אזוי.  די מענטשהייט איז דאן געווען זייער פרימיטיוו אינעם ענין פון א גאט. דאס גאנצע מושג פון אן אומ-קערפערליכע גאט, אזא וואס מ'זעט נישט, מ'שפירט נישט, איז געווען אזוי רחוק מן השכל, אז מ'האט אנגעקוקט אברהם'ן ווי א פשוט'ער לץ/מפגר, אז ער דינט אזא גאט.  ס'האט זיך אויסגעפעלט עפעס א וואלידיטי, א גילטיגקייט אז אברהם מיינט "ביזנעס." דאס האט הקב"ה געוואלט ווייזן פאר די וועלט, און דערמיט מנסה געווען אברהם. די גרעסטע זאך וואס מ'האט דאן געקענט טון צו מאמת זיין א גאט אז געווען טאקע דאס, מקריב זיין א קינד צום אפגאט. האט הקב"ה געזאגט צו אברהם, "זיי מקריב דיין קינד צו מיר, ווייז פאר די וועלט אז א גאט מוז נישט זיין דוקא א פסל, א תמונה, עפעס וואס מ'קען טאפן. גאט איז ספיריטואל, גאט אז א העכערע באגריף וואס דער שכל האנושי קען נישט בכלל באגרייפן, און ס'איז שייך אז א ילוד אשה זאל אין אים גלייבן אזש ער זאל אפילו זיין אייגן קינד וועלן אוועק געבן אין זיין נאמען.
הרב אי"ה קוק
-----------------------------------
פארשטייט זיך אז אין אזא מאראלישע וועלט פון וואו סופר ומונה קומט, וואלט גאט קיינמאל נישט געהייסן שחט'ן, אויב שוין יא א נסיון וואלט איך געזאגט אז סופר ומונה זאל אויפגעבן זיין זשאב פאר פיר חדשים, און גיין העלפן אפריקאנע קינדער וועלכע שטייען אויס צו שטארבן פאר הונגער.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:09 am#233616
@סופר ומונה ביז די הודעה האב איך געמיינט אז דיין מיינונג איז עפעס ווערט אבער פון היינט אין וויטער נאכן ליינען די הודעה וואס איז קלאר נישט דיין מיינונג נאר געשריבען אזוי צו שעפן אביסעל פונעם ים האיטענשאן. - ריין געלע זשורנאליזעם - איז שוין א הודעה פון דיר גענצליך איבריג און אפגעפרעגט.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:10 am#233617
און יענע תקופה איז בכלל נישט געוועין אזוי אויסערארענדליך צי מקריב זיין.א.קינד פאר ג-ט, ווי אינז זעיען אין די תורה אז דער אייבישטער בעיט אז מיר זאלען נישט מעביר זיין בנו ובתו באש.
________
מאטי האקט עפעס עינדליך

אגב דער אבן עזרא האלט אז יצחק האט נישט געוויסט פון די גאנצע מעשה, ווייל אויב וואלט ער געוויסט וואלט ער אנטלאפן, שלא כדברי רש"י, וועיגן דעים האלט די א"ע אז די ניסיון איז נאר אויף אברהם נישט אויף יצחק.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:28 am#233625
מאטי האט געשריבן:באמת אז מ'טראכט אריין איז זייער שווער, וואס איז די גרויסע נסיון געווען צו שחט'ן יצחק'ן? ס'איז דאן געווען אן עפאכע וואו מקריב זיין א קינד פארן אפגאט איז געווען א העכסט נארמאלע ערשיינונג, אלע האבן דאס געטון טאג טעגליך! אברהם האט בכלל נישט געטון דא עפעס אן אויסערארענטלעכע מעשה.

אבער פשט איז אזוי.  די מענטשהייט איז דאן געווען זייער פרימיטיוו אינעם ענין פון א גאט. דאס גאנצע מושג פון אן אומ-קערפערליכע גאט, אזא וואס מ'זעט נישט, מ'שפירט נישט, איז געווען אזוי רחוק מן השכל, אז מ'האט אנגעקוקט אברהם'ן ווי א פשוט'ער לץ/מפגר אז ער דינט אזא גאט.  ס'האט זיך אויסגעפעלט עפעס א וואלידיטי, א גילטיגקייט אז אברהם מיינט "ביזנעס." דאס האט הקב"ה געוואלט ווייזן פאר די וועלט, און דערמיט מנסה געווען אברהם. די גרעסטע זאך וואס מ'האט דאן געקענט טון צו מאמת זיין א גאט אז געווען טאקע דאס, מקריב זיין א קינד צום אפגאט. האט הקב"ה געזאגט צו אברהם, "זיי מקריב דיין קינד צו מיר, ווייז פאר די וועלט אז א גאט מוז נישט זיין דוקא א פסל, א תמונה, עפעס וואס מ'קען טאפן גאט איז ספיריטואל גאט אז א העכערע באגריף וואס דער שכל האנושי קען נישט בכלל באגרייפן, און ס'איז שייך אז א ילוד אשה זאל אין אים גלייבן אזש ער זאל אפילו זיין אייגן קינד וועלן אוועק געבן און זיין נאמען.
הרב אי"ה קוק
-----------------------------------
פארשטייט זיך אז אין אזא מאראלישע וועלט פון ווי סופר ומונה קומט, וואלט גאט קיינמאל נישט געהייסן שחט'ן, אויב שוין יא א נסיון וואלט איך געזאגט אז סופר ומונה זאל אויפגעבן זיין זשאב פאר פיר חדשים און גיין העלפן אפריקאנע קינדער וועלכע שטייען אויס צו שטארבן פאר הונגער.

קלערס אז אין אזא פאל וואלט סופר ומונה יא מקריב געווען זיין קינד? לכאורה אין אזא פאל במקום וואס מען קען פארשטיין אז עס איז יצא הפסדה בשכרה איז זיין טענה נישט גילטיג. אויב אזוי קען מען שטענדיג זאגן אז גאט ווייסט קלאר אז אין דעם ספעציפישן פאל לוינט זיך ענדערש צו הרג'ענען דעם קינד. די שאלה וועט נאר זיין ווען גאט באפעלט בכלליות אז רציחה איז פון היינט און ווייטער מותר.
דער אמת'דיגער אמת איז אבער אז אויב סופר ומונה האלט אז גאט קען נישט זאגן אזא זאך וועט גאט עס טאקע נישט זאגן, ודוק.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:45 am#233631
עזריאל האט געשריבן:@סופר ומונה ביז די הודעה האב איך געמיינט אז דיין מיינונג איז עפעס ווערט אבער פון היינט אין וויטער נאכן ליינען די הודעה וואס איז קלאר נישט דיין מיינונג נאר געשריבען אזוי צו שעפן אביסעל פונעם ים האיטענשאן. - ריין געלע זשורנאליזעם - איז שוין א הודעה פון דיר גענצליך איבריג און אפגעפרעגט.

מילא אויב ער מיינט עס ערנסט, קענסטו האלטן אז ער האלט נישט פון גאט, ממילא קענסטו אים באוואשן דערפאר. אבער אז א איד בעט זיך פאר אביסל אטענשאן קומט זיך אים א קיתון של שופכין?
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:59 am#233635
מאטי האט געשריבן:באמת אז מ'טראכט אריין איז זייער שווער, וואס איז די גרויסע נסיון געווען צו שחט'ן יצחק'ן? ס'איז דאן געווען אן עפאכע וואו מקריב זיין א קינד פארן אפגאט איז געווען א העכסט נארמאלע ערשיינונג, אלע האבן דאס געטון טאג טעגליך! אברהם האט בכלל נישט געטון דא עפעס אן אויסערארענטלעכע מעשה.

אבער פשט איז אזוי.  די מענטשהייט איז דאן געווען זייער פרימיטיוו אינעם ענין פון א גאט. דאס גאנצע מושג פון אן אומ-קערפערליכע גאט, אזא וואס מ'זעט נישט, מ'שפירט נישט, איז געווען אזוי רחוק מן השכל, אז מ'האט אנגעקוקט אברהם'ן ווי א פשוט'ער לץ/מפגר אז ער דינט אזא גאט.  ס'האט זיך אויסגעפעלט עפעס א וואלידיטי, א גילטיגקייט אז אברהם מיינט "ביזנעס." דאס האט הקב"ה געוואלט ווייזן פאר די וועלט, און דערמיט מנסה געווען אברהם. די גרעסטע זאך וואס מ'האט דאן געקענט טון צו מאמת זיין א גאט אז געווען טאקע דאס, מקריב זיין א קינד צום אפגאט. האט הקב"ה געזאגט צו אברהם, "זיי מקריב דיין קינד צו מיר, ווייז פאר די וועלט אז א גאט מוז נישט זיין דוקא א פסל, א תמונה, עפעס וואס מ'קען טאפן גאט איז ספיריטואל גאט אז א העכערע באגריף וואס דער שכל האנושי קען נישט בכלל באגרייפן, און ס'איז שייך אז א ילוד אשה זאל אין אים גלייבן אזש ער זאל אפילו זיין אייגן קינד וועלן אוועק געבן און זיין נאמען.
הרב אי"ה קוק

די זעלבע געדאנק שטייט אין משך חכמה אויף די ברית מילה פון אברהם ובני ביתו, ער איז מפרש אז וועגן דעם איז אברהם געווארן דעמאלס אן "אב המון גויים" ווייל מיט די מעשה המילה איז אים געלונגען צו איבערצייגן די וועלט אז ער אליינס איז הונדרעט פראצענט איבערצייגט און זיכער מיט זיך.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:59 am#233636
מאטי האט געשריבן:האט הקב"ה געזאגט צו אברהם, "זיי מקריב דיין קינד צו מיר


ATUB @מאטי ATUB , וואס האסטו געזאגט וועגן אן אומ'קערפערליכע גאט? :?
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:11 am#233641
הוגה האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:האט הקב"ה געזאגט צו אברהם, "זיי מקריב דיין קינד צו מיר


@מאטי, וואס האסטו געזאגט וועגן אן אומ'קערפערליכע גאט? :?

נו אויף דעם האבן מיר שוין דעם רמב''ם וואס זאגט אויף אלע תוארים וואס ווערט דערמאנט אויף גאט, אז פשט איז נישט אז " גאט האט געזאגט," פשט איז: גאט האט נישט, נישט געזאגט.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:11 am#233642
דער שורש פונעם געדאנק קומט באמת פון רמב"ם, וועלכער ערקלערט אז דער ציל פון די עקידה איז געווען אז מענטשן זאל זיך איבערצייגן אז א נביא שפירט באמת גאט'ס דיבור און ער איז איבערצייגט אז דאס איז אמת אזוי ווייט אז ער איז גרייט צו שעכטן זיין זון.
לויט דעם קענען מיר זיך פארשטעלן דער שמועס צווישן גאט און אברהם:
גאט: אברהם, גיי שעכט יצחק.
אברהם: וואס איז מיט דיר, גאט? ביסט אינגאנצן אראפ פון זינען?
גאט: יא, אבער וואס זאל איך טון דער עולם גלייבט נישט איך עקזיסטיר.
אברהם: איך פרוביר מיין בעסט.
גאט: יא, איך ווייס, איך ווייס. אבער דער עולם האלט נישט דערביי, מען עסט אפ דיין עסן, מען מורמלט א ברכה און מען גייט ארויס און מען ווארפט אראפ דעם קאפל פון קאפ.
אברהם: סארי, אבער מיין זון גיי איך נישט שעכטן ::הייבט אויף זיינע הענט מיט יאוש::
גאט: אודאי נישט! כ'וויל זאלסט למשל שעכטן דיין זון.
אברהם: למשל?
גאט: יא. דער עולם זאל מיינען אז דו גייסט שוין עכט שעכטן, דערווייל זאלסטו נישט שעכטן. נאכדעם זאלסטו גיין זאגן פאר מענטשן אז גאט איז עכט, והראי' דו ביסט כמעט געווען גרייט צו שעכטן דיין זון.
אברהם: הו אה, אייזערנער געדאנק! נישט אומזיסט הייסטו א קלוגער.
גאט: קעגן באשאפן א וועלט איז דאס גארנישט מיט נישט. בקיצור, ביסט גרייט?
אברהם: זיכער פארוואס נישט? אבער פארגעס נישט צו שיקן דיין מלאך מיר צו דערמאנען אז ס'איז נאר א משל, איך קען זיך נאך פארגעסן און פון די משל וועט ווערן א נמשל.
גאט: נאו פראבלעם.
גאט: גבריאל! אראפ קיין מוריה. דא האסטו די זשי פי עס.

און די רעשט איז לעגענדע.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:39 am#233657
מן הסתם אז גאט באפעלט איינער צו שעכטען זיין זוהן זאגט ער עס נישט סתם כגזירת המלך איך הייס דיר שעכטן ממילא טוה וואס איך הייס, ווי א חוק בלי טעם, נאר ער גיט צו פארשטיין בהבנה וואס איז די מטרה און תועלת פון דער זאך און ממילא פארוואס דער תועלת איז גובר אויף די איסור רציחה. ממילא הייבט זיך נישט אן די גאנצע פראבלעם. אוודאי סתם אזוי דארף מען גיין מיט די אמת וצדק, אבער דער ציווי והעלהו שם לעולה ווען מ'רעדט פון א נבואה הייסט דאס דאך אז אברהם אבינו האט משיג געווען אויף די טיפסטע מדרגה פון הבנה פארוואס דאס איז טאקע ריכטיג אזוי צו טוהן, וממילא איז פשוט אז אזוי איז טאקע ריכטיג צו טוהן, ווייל יעדער איינער פארשטייט אז מאראלישע איסורים זענען נישט אבסאלוט בלי הגבלה נאר אמאל איז דא א תועלת וואס איז גובר אויף דער איסור רציחה וכדומה. און דאס איז טאקע דער פשוט'ער לימוד פון די עקידה אז אפילו רחמנות כרחם אב על בנים און אפילו דער איסור לא תרצח ווערט אמאל נדחה מפני מטרה הנעלה ממנו.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:43 am#233662
אין כלליות בין איך שטארק מחולק מיט "סופר ומונה". די מהות פון אברהם פון די תורה -און דעראיבער דאס באצייכענען די עקדה אלס די הויכפונקט פון זיין גאטדינסט- איז אמונה, עבדות השם לשמה. די שטערקסטע אויסדרוק פון זיין "לשמה", דהיינו זיין אומצוויידייטיגקייט אין זיין אמונה האט ער ארויסגעוויזן דורך די עקדה מיט איין וויכטיגע געצייג, "נישטא קיין קשיות". גאטס פארלאנג פאר אן עקדה איז געווען אזוי שטארק נגד השכל און אומראציונאל אז גאט האט נעמליך געמוזט (פאראויסגעפלאנטערהייט) צוריקציען זיין פארלאנג אין די לעצטע רגע, א שריט וואס ביי "מילה" האט עס נישט אויסגעפעלט (דארט וואלט ווען אויך גאט געקענט זאגן פאר אברהם מיט די מעסערל אין די האנט "האלט, גענוג געווען, האסט שוין ערצייגט וואס ס'פעלט זיך אויס). די אלע חשבונות וואס "סופר ומונה" שלאגט פאר צו אדוואקאטירן קעגן אן עקדה דאס גופא איז געווען די נסיון פון אברהם צו שטעלן אין א זייט. "עטיקס", אין די אויגן פון א מאמין, איז אן אטיעאיסטישע אלטערנאטיוו צום לעבן דאס לעבן ריין לויט ציווי המצווה. פאר א מאמין בה' איז מצוות אנשים א סתירה מוחלטת צו מצוות השם, אזוי ווייט אז נישט נאר ביי חזיר זאגט דער מאמין "אפשי ומה אעשה והתורה אסרתה" נאר אפילו זיין "לא תרצח" שטייט אין די עשרת הדברות מיט אן הקדמה פון אנכי ה' אלוהיך, קבל מצוותי, און אין די זעלבע תורה וואס שטייט אז חילול שבת מיט אכילת נותר איז נישט ווערט דעם גאנצען "כי בצלם אלהים עשה את האדם". דער מאמין'ס "ואהבת לרעך כמוך" איז נישט קיין קיין מצוה שכלית נאר ווייל "אני השם".

די אמונה פון רבי סעדיה גאון מיטן רמב"ם, טהעאלאגישע איבערצייגונג אין מציאת הבורא ועבודתו האט קיין שום שייכות נישט דעם "והאמין בהשם" פון אברהם אבינו, והא ראיה אז "ויחשבה לו צדקה", פאר א שטיקל ידיעה וואס א גוטן קאפ איז זיך דערלונגן צו דערלאנגען קומט זיך נישט קיין קרעדיט. ווען דער רמב"ם, לפי מהותו והוות נפשו זאל איין טאג גיין מאכן אן עקדה וואלט ער שוין גארנישט געווארן אויסגעלויבט, ביזטו עפעס משוגע געווארן? פון זינען אראפ? פאר אברהם אבינו ווידער איז די עקדה געווען זיין שפיץ אין לעבן.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:46 am#233666
הכעלעמער צודק, וזהו עומק מאמרו של פאסקאל הנ"ל.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:48 am#233667
און אז פאסקאל האט געזאגט? וואס איז ער נאך א פראנצויזישער גוי.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:50 am#233669
דער רמב"ם און ר' סעדיה האבען נישט געזעהן אין אברהם א שפיגעל פין זיך?

אויב אזוי, לדעתם איז דען מעגליך צו פארשטיין די עקידה?
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:57 am#233674
איחוד פעלד האט געשריבן:דער רמב"ם און ר' סעדיה האבען נישט געזעהן אין אברהם א שפיגעל פין זיך?

אויב אזוי, לדעתם איז דען מעגליך צו פארשטיין די עקידה?

מיט אברהם אבינו האט דער רמב"ם געהאט סאך א גרעסערע פראבלעם, די אלע מזבחות און קרבנות וואס ער האט למעשה יא מקריב געווען במשך שנותיו וואס לויטן רמב"ם איז דאס א שטיק עבודה זרה.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:00 am#233677
איחוד פעלד האט געשריבן:דער רמב"ם און ר' סעדיה האבען נישט געזעהן אין אברהם א שפיגעל פין זיך?

אויב אזוי, לדעתם איז דען מעגליך צו פארשטיין די עקידה?

אולי כוונתם שאברהם אבינו הבין שכך דעתו של הקב"ה, וכמו שביארתי בטוטו"ד.
ועוד, לא איכפת לן מה שרב סעדיה גאון חשב בדעת אברהם אבינו אלא החילוק בין אמונת אברהם אבינו כפי תיאור התנכ"י לבין אמונת רב סעדיה גאון כפי שביארו בספריו.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:03 am#233679
לעיקוואד האט געשריבן:און אז פאסקאל האט געזאגט? וואס איז ער נאך א פראנצויזישער גוי.

כל אחד ואברהם אבינו שלו :)
אולם אכן יש לסתור דברי הכלמאי מכמה מקורות בתנ"ך ובמדרש ובתלמוד, כמו טענת אברהם אבינו להקב"ה השופט כל הארץ לא יעשה משפט וכו', ואין הדברים חתוכים.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:07 am#233680
סופר פאר אלעם וויל איך פארשטיין, ביי א נבואה מיין איך איז געווען אלעס אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת אן קיין ספיקות (סליגט מיר און קאפ א לשון אדער פון רמב"ם אז דער נביא איז ארויס קלאר וואס גאט וויל פון אים ) וואס איז שייך שב ואל תעשה, און אויב האט דער נביא נאך זיך געקענט דרייען מיט ספיקות, מה תועלת מכל הנבואה, ועוד וואס שטעלסט זיך נאר אויף די נבואה, אסאך נבואות איז געווען קעגן די טריקענע געזעצן פון שכלדידע עטיקס ווי אזוי פארשטייסטו יענע נבואותן
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:08 am#233681
אחד העם האט געשריבן:סופר פאר אלעם וויל איך פארשטיין, ביי א נבואה מיין איך איז געווען אלעס אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת אן קיין ספיקות (סליגט מיר און קאפ א לשון אדער פון רמב"ם אז דער נביא איז ארויס קלאר וואס גאט וויל פון אים ) וואס איז שייך שב ואל תעשה, און אויב האט דער נביא נאך זיך געקענט דרייען מיט ספיקות, מה תועלת מכל הנבואה, ועוד וואס שטעלסט זיך נאר אויף די נבואה, אסאך נבואות איז געווען קעגן די טריקענע געזעצן פון שכלדידע עטיקס ווי אזוי פארשטייסטו יענע נבואותן

אפטור לך במפטיר יונה.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:14 am#233685
איין זאך איז זיכער, אז ווען קריג א נביאה, קח נא את בנך שם לעולה, וואלט איך קודם כל זיך געלאזט אינטערזיכן ביי עטליכע פראפעסיונאלן, איך וואלט אוועק געווארפן מיין לולקע ציבעך, איינגענימען געהעריגע ראציע פילען, און אויב נאך אלעם לויפט מיר די שטימע נאך, וואלט איך אויפגעהערט עסן ציקער זאלץ מיט סטארטש, אראפ געלאזט אסאך וואג, ואם בכל אלה, דאן וואלט איך געמיזט עפעס ערענסט טיען, אולי זיך איינגעשריבן ביי חי רוטל משקה, און זיך אנגעטרינקן כדבעה, און אפשר אפילו געניצט א שטריק.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:18 am#233688
דא ליגט נאך א טיפה נקודה.
ווי שווער ס'איז אנגעקומען אברהמ'ן צו שחט'ן זיין קינד, איז נאך א סך שווערער געווען אראפצולייגן דעם מעסער. "ס'טייטש.. גאט האט מיר אליינס געזאגט צו שחט'ן! ווער ביסטו מלאך מיר צו זאגן נישט צו שחט'ן.

דאס איז א לימוד לדורות צו נוצן דעם פיפטן שו"ע און נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט אפילו אין נאמען פון גאט, יא! גאט האט געהייסן, יא! אלע פריערדיגע האבן געהאלטן אזוי. אבער, מ'דארף נוצן דעם שכל און טראכטן " וואס וויל 'טאקע' גאט יעצט! אין דעם מצב, אין דאזיגן דור. אין די רגע.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:22 am#233693
פליקער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, אז ווען קריג א נביאה, קח נא את בנך שם לעולה, וואלט איך קודם כל זיך געלאזט אינטערזיכן ביי עטליכע פראפעסיונאלן, איך וואלט אוועק געווארפן מיין לולקע ציבעך, איינגענימען געהעריגע ראציע פילען, און אויב נאך אלעם לויפט מיר די שטימע נאך, וואלט איך אויפגעהערט עסן ציקער זאלץ מיט סטארטש, אראפ געלאזט אסאך וואג, ואם בכל אלה, דאן וואלט איך געמיזט עפעס ערענסט טיען, אולי זיך איינגעשריבן ביי חי רוטל משקה, און זיך אנגעטרינקן כדבעה, און אפשר אפילו געניצט א שטריק.

אולי ווען נבואה איז געווען מצוי, איז די הנחה קדומה געווען נבואה און נישט עפעס סייקיאטרישע שגעון
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:28 am#233695
פין ווי קימט די הנחה פשוטה אז א נביא דארף נאר פאלגן ווען ער פארשטייט די מאראלישקייט פון די נבואה???, איך פארשטיי אז ווען גאט באווייזט זיך אין זאגט 'שעכט דיין באליבט קינד ' אין דער נביא פרעגט ציריק עה אבינו מלכינו די מינסט טאקע איך זאל נעמען א מעסער אין שניידן מיין קינד? אין גאט ענטפערט יא יא צדיקל אט דאס מיין איך, איז נישט דא קיין שום וועג ארויס, צי אלס יראת העונש צי פשוט ווייל
he is the boss נאכדעם קען מען אריינגיין אין די גרויסע חקירה צי גאט באפעלט נאר מאראלישע זאכן, אין אויב אזוי ווען זיך די פיליסאפישע קעפ דארפן ברעכן וויאזוי דאס איז מאראליש, אדדער אז דאס וואס גאט הייסט דאס איז מאראליש, אבער גלאט אזוי גיין נישט פאלגן אזא צד פארשטיי איך נישט? (במאמר המוסגר קען מען פרעגן רב סופר ומונה די תורה הנתונה לנו פארשטייסטי 100%?)
אין די צישטעל פין רב ATUB @יאיר ATUB צי דברי הרס''ג איז א פשוטע טעות ווייל ער זאגט אז אויב א נביא רעדט נכד השכל.עט מען זאגן אז ער זאגט ליגנט, אבער ווען מען הערט פין גאט אליינס איז אנדערש
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:08 am#233750
איך זעה אז א טייל פון די מגיבים דא זאגן אז נבואה קומט מיט א גענצליכע פארשטאנד פארוואס גאט וויל אזוי. וממילא טענה'ן זיי אז זיי וואלטן אויך געטון די זעלבע. די פראבלעם מיט דער מהלך איז אז אויב אזוי איז עס דאך נישט געווען קיין נסיון בכלל. אוודאי, ווען איך פארשטיי ווען די דרכי השם הנסתרות פאלג איך אים ווען אויך. אלא מאי מוז זיין אז די מעשה איז געווען אנדערש.

אברהם האט נישט פארשטאנען גאט, אדרבה ער איז גאר געווארן שאקירט. מיט דעם אלעם האט ער זיך געשטארקט איבער זיינע נאטירליכע אינסטינקטען פון נישט וועלן זיין א מערדער און פון פאטערליכע ליבשאפט און ער איז געווען גרייט צו טון דעם רצון הבורא, ווייל זיין ליבשאפט און אמונה (אמונה מיינט אן פארשטאנד) איז געווען די שטערקסטע אין די וועלט. אבער איה"נ ווען גאט הייסט איינער פון אונז טון די זעלבע וואלטן מיר עס טאקע נישט געטון, וכדברי הסופר.

עס איז א געוואלדיגע טעות, מכמה סיבות, וואס מ'טוט (אין די תלמוד תורהס) אז מען מאכט פשוט אברהמ'ס נסיון כאילו א יעדער איינער פון אונז וואלט געטון די זעלבע. ערשטענס, די תורה וויל דאך אוועקשטעלן אברהם אלס אן אב המון גוים, די ערשטע מכיר צו זיין בשם, די איין אויסדערוועלטע צווישן די גאנצע וועלט, די גרעסטע מאמין. דראמאטיזירט די תורה א מעשה פון צען שווערע נסיונות, וואס האט א קאלמינאציע מיט די עקידת יצחק. קומט מען און מען ערקלערט פארוואס אברהם האט עס געטון. אויב האט אברהמ'ס אויפפירונג א הסבר, דאן פארוואס פונקט אים? מיט וואס איז ער אזוי ספעשל? קען דאך רבי חזקאל'ע מערץ אויך זיין די אב המון גוים? ניין! די תורה וויל דייקא אראפלייגן די מעשה אז אברהם איז געווען גרייט צו טון פאר גאט וואס קיין שום ילוד אשה וואלט געטון אפילו ווען גאט הייסט אים. אמונה איז א פאקט, עס פעלט נישט אויס קיין לאגישע הסבר. גייט מען און מען איז מהפך קערה על פיה און מען גיבט כל מיני נער'ישע הסברים. יעצט פרעגט מיר מיין קינד, "כ'פארשטיי נישט וואס איז געווען אברהמ'ס נסיון, ווער וואלט נישט גע'שחט'ן זיין קינד פארן באשעפער". יישר כח טייערע כתה ו' רבי פארן ראונירן די תורה פאר מיין קינד!

די צווייטע עוולה מיטן ערקלערן פארוואס אברהם האט עס געטון איז אז די תוצאה דערפון איז א קאלטקייט צו מארד און א דערווייטערונג פון די קינדער. וועלכע טעם איר וועט נאר אנגעבן צו ערקלערן פארוואס אברהם האט געוואלט שחט'ן יצחק, וועט עס געבן א פתח אז ס'דא אמאל וואס מארד איז בארעכטיגט, ס'דא עפעס וואס וועגט איבער מאראל און ס'דא עפעס וואס דארף אוועקשטופן די נאטירליכע פאטערליכע ליבשאפט. אויב קען גאט הייסן שחט'ן יצחק דאן קען ער הייסן זיך אויפרייסן אויף א באס פול מיט אינפידעלס, און ער קען פארלאנגן ארויסווארפען פאשקעוויל אקעגן חזקאל בראך אדער קשוי'ער רב. די אמת איז אבער נישט אזוי. מארד איז קיינמאל אקעי, גארנישט שטייט איבער מאראל, און דאך האט אברהם געפאלגט זיין געטליכע ציווי צו שחט'ן יצחק ווייל ער האט אזוי שטארק ליב געהאט גאט. איז די אקט אויסגעהאלטן? ניין! עכ"פ נישט לויט אונזער פארשטאנד. אבער ס'נעמט נישט אוועק פון אברהמ'ס ליבשאפט און אמונה צו גאט. און דאס איז די נקודה דא.


.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:14 am#233752
דער שמועס דערמאנט מיך פון דער טענה וואס מענטשן האבן געהאט ווען ס'זענען ארויס איסורים אויף קאמפיוטערס: "וויאזוי האט מען געדרוקט דעם איסור אויב נישט אויף קאמפיוטער?..." די טענה איז א לעכערליכע טענה.

צו אונזער ענין, איז עס מער ווייניגער ווי ATUB @מאטי ATUB האט פריער ערווענט. אין יענער צייט איז נאך געווען איינגעפירט צו שחט'ן די קינדער פאר אפגעטער פון אלע זייטן (ס'איז נאך געווען פאר'ן איסור אויף קאמפיוטערס), איז עס ממילא נישט געווען קיין קשיא אין אברהם'ס אויגן - אדער א סתירה צו מאראליטעט. די קשיא איז נאר אין אונזערע אויגן - נאכדעם וואס מיר האבן שוין אן אנדערן סעט פון מאראל.

יעצט, וויבאלד די מעשה פון דער עקידה איז דער יסוד פאר דעם אידישן מאראל פון "נישט מקריב זיין קינדער צו געטער", איז עס ממילא ווי די מודעה וואס איז געדרוקט אין בית-מדרש קעגן קאמפיוטערס. לאחר המעשה פארשטייט מען נישט וויאזוי ס'איז געדרוקט געווארן, אבער דאס דרוקן האט געדינט דעם ציל פונעם איסור, און למעשה איז עס אויך נישט געווען אויף אן אופן וואס האט עס סותר געווען, וויבאלד די אמת'ע כוונה איז דאך נישט געווען דאס שחט'ן דעם קינד, נאר דוקא פארקערט: צו לאזן דרוקן דעם איסור אויף שח'טן.

לאזט מיך ענדיגן מיט די טראדיציאנעלע חתימה, ודו"ק כי קצרתי :)
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:19 am#233754
געהערט אמאל פון א גדול, אז הא גופא איז געווען דער ניסיון פון דער עקידה. אברהם האט געפרעדיגט פאר דער גאנצער וועלט אז גאט איז א בעל הרחמים, ער וויל נישט קיין אכזריות, ער דארף נישט קיין עבודות פון מקריב זיין די קינדער למולך, גאט וויל פרידן און חסד, מ'זאל טון הכנסת אורחים, זיין גוט צו מענטשן, און דא קומט גאט און זאגט אים נעם דיין איינציגער זון וואס האסט געהאט אויף דער עלטער, אן אויסגעבעטן זיס קינד און הרג'ע אים.
אברהם איז אויסגעשטאנען צו זיין חוזק פאר דער גאנצער וועלט, דער זעלבער גאט וואס ער טענהט פאר צענדליגער יארן אז ער איז נאר רחמנות, הייסט אים טון א מין אכזריות וואס איז נאכנישט געהערט געווארן. אט א דאס איז געווען דער ניסיון, די עקידה האט סותר געווען די אמונה פון אברהם אבינו. און ער האט נישט געטראכט קיין צוויי נאר אז דער אויבערשטער העלפט פאלגט מען.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:27 pm#233764
לויט וואס איר שרייבט דא אז שעכטן א קינד פאר אן אפגאט איז געווען גאנץ א נארמאלע טאט אין יענע עפאכע, דאן איז אומפארשטענדליך די ביג דיעל פון אברהמ'ס נסיון.

סופר ומונה שרייבט אביסל צו גראב, אבער איך מיין אז דער הסבר איז זייער פשוט, ס'רוב פון אונז (אדער אפילו קיינער) וואלטן טאקע נישט בייגעשטאנען דעם נסיון, און דעריבער ברענגט נישט השי"ת דעם נסיון אויף אונז, ווייל אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, ער טיילט נישט קיין נסיונות וואס א מענטש קען נישט אריבערטראגן; משא"כ אברהם אבינו, כאטש עס איז געווען גאר שווער, צו נעמען את בנך יחידך אשר אהבת, געבוירן אויף דער עלטער, איז פארט זיין אהבת ה' און נאמנות צו פאלגן זיינע דיבורים געשטאנען העכער, העכער פון מענטשליכע געפילן, העכער פון מאראל, ער האט אנגעקניפט א קשר צום באשעפער וואס מיר קענען ניטעמאל משיג זיין, גערעדט צו אים כדבר איש אל רעהו, ממילא פאר אים האט מען געמוזט געבן א אנדער סארט נסיון ווי מען טיילט אונז פשוט'ע אידעלעך, אבער עכ"ז איז עס געווען א שרעקליכע זאך, בפרט אז אתמול אמרת לי כי ביצחק יקרא לך זרע, די גאנצע זאך האט נישט געמאכט קיין סענס, און עכ"ז האט אברהם אבינו נישט געמאכט די אלע חשבונות פון סופר ומונה, נאר זיך אויפגעהויבן העכער אלעם און געוואוסט קלאר און/אדער געגלייבט באמונה שלימה אז קיין שלעכטס וועט פון דעם נישט ארויסקומען, און האט זיך מתגבר געווען אויף אלע מענטשליכע געפילן און מבטל געווען רצונו מפני רצון ה', דאס איז געווען די גרויסקייט פון זיין נסיון אז עכ"ז האט ער דאס געקענט ביישטיין, און ווי הקב"ה האט אים געזאגט, עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה. און מיר אלע זענען נהנה דערפון עד סוף כל הדורות ווען מען בעהט רחמים בזכות העקידה. ונראים דברי כעלמער מגיד הנ"ל.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:54 pm#233787
עקידת יצחק בזמן הזה
ווען איז דא וואס די הלכה פארלאנגט היינט אז א איד זאל לאזען זיין קינד שטארבען און נישט ראטעווען?
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:27 pm#233799
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט וואס איר שרייבט דא אז שעכטן א קינד פאר אן אפגאט איז געווען גאנץ א נארמאלע טאט אין יענע עפאכע, דאן איז אומפארשטענדליך די ביג דיעל פון אברהמ'ס נסיון.


דאס אז ס'איז געווען נארמאל פון אן עטישן שטאנדפונקט, הייסט נאכנישט אז ס'איז נישט געווען שווער. א נסיון איז עס געווען א גרויסער (בפרט ווען דאס האט אנטהאלטן מערערע סתירות אין זיך - ווי דו האסט ערווענט), אבער דוקא דער עטישער טייל איז נישט בהכרח געווען א טייל פונעם נסיון.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:57 pm#233811
שמעקעדיג האט געשריבן:און עכ"ז האט אברהם אבינו נישט געמאכט די אלע חשבונות פון סופר ומונה, נאר זיך אויפגעהויבן העכער אלעם און געוואוסט קלאר און/אדער געגלייבט באמונה שלימה אז קיין שלעכטס וועט פון דעם נישט ארויסקומען

דאס זיכער נישט, "כי אתה ידעתי כי ירא אלהים אתה" מיינט אז אברהם האט אוועקגעלייגט די יראה פאר זיך פאר די יראה פון גאט. אויב אברהם זאל ווען נאר מאכן אן עקדה נאכן זיין זיכער "אז קיין שלעכטס וועט פון דעם נישט ארויסקומען" איז ער נישט קיין "ירא אלהים" נאר א "ירא את עצמו". עבדות ה' לשמה איז נישט קיין קח ותן ביזנעס. שכר ועונש איז נאר פאר אן עובד את עצמו, איינער וואס גאט איז באשאפן געווארן אים צו באדינען, נישט ער גאט.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:07 pm#233814
ער זאגט נישט ער'ט געוויסט, ער'ט געגלייבט.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:12 pm#233817
איחוד פעלד האט געשריבן:ער זאגט נישט ער'ט געוויסט, ער'ט געגלייבט.

זייט מיר מסביר דעם חילוק
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:20 pm#233824
דאס גופא האט אברהם מבטל געווען "דער קאנצעפט פון וויסן וואס איז שלעכט פאר אים" אויב גאט הייסט, איז שלעכטס נישט תופס מקום אפילו מ'זעט שלעכטס פאר די אויגן.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 2:48 am#234584
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פאר א מאמין בה' איז מצוות אנשים א סתירה מוחלטת צו מצוות השם, אזוי ווייט אז נישט נאר ביי חזיר זאגט דער מאמין "אפשי ומה אעשה והתורה אסרתה" נאר אפילו זיין "לא תרצח" שטייט אין די עשרת הדברות מיט אן הקדמה פון אנכי ה' אלוהיך, קבל מצוותי, און אין די זעלבע תורה וואס שטייט אז חילול שבת מיט אכילת נותר איז נישט ווערט דעם גאנצען "כי בצלם אלהים עשה את האדם". דער מאמין'ס "ואהבת לרעך כמוך" איז נישט קיין קיין מצוה שכלית נאר ווייל "אני השם".

דוכט זיך אז די רמב"ם זאגט פונקט פארקערט, אז די מצוות שכליות ווי גזילה רציחה טאר מען נישט טון ווייל אזוי האט גאט געהייסן, נאר ווייל אזוי איז ריכטיג און מאראליש צו טוהן.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 2:50 am#234585
פון פריערדיגע רבי'ס זאגט מען נאך אז די נסיון העקידה איז געווען פונקט פארקערט, דער באשעפער האט געוואלט אז די רחמי האב על הבן זאלן גובר זיין איבערן ציווי השם, און אברהם איז דורכגעפאלן דעם נסיון, און פארדעם איז עס טאקע געווען די לעצטע נסיון, און דער באשעפער האט עם מער נישט אויסגעפראווט.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 2:55 am#234586
געפילטע פיש האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פאר א מאמין בה' איז מצוות אנשים א סתירה מוחלטת צו מצוות השם, אזוי ווייט אז נישט נאר ביי חזיר זאגט דער מאמין "אפשי ומה אעשה והתורה אסרתה" נאר אפילו זיין "לא תרצח" שטייט אין די עשרת הדברות מיט אן הקדמה פון אנכי ה' אלוהיך, קבל מצוותי, און אין די זעלבע תורה וואס שטייט אז חילול שבת מיט אכילת נותר איז נישט ווערט דעם גאנצען "כי בצלם אלהים עשה את האדם". דער מאמין'ס "ואהבת לרעך כמוך" איז נישט קיין קיין מצוה שכלית נאר ווייל "אני השם".

דוכט זיך אז די רמב"ם זאגט פונקט פארקערט, אז די מצוות שכליות ווי גזילה רציחה טאר מען נישט טון ווייל אזוי האט גאט געהייסן, נאר ווייל אזוי איז ריכטיג און מאראליש צו טוהן.

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:די אמונה פון רבי סעדיה גאון מיטן רמב"ם, טהעאלאגישע איבערצייגונג אין מציאת הבורא ועבודתו האט קיין שום שייכות נישט דעם "והאמין בהשם" פון אברהם אבינו
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 3:03 am#234587
האבן די צוויי טהעאלאגן אויך געהאלטן אז זייער אמונה איז אנדערש ווי אברהמ'ס?
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 3:21 am#234588
מאטי האט געשריבן:האבן די צוויי טהעאלאגן אויך געהאלטן אז זייער אמונה איז אנדערש ווי אברהמ'ס?

איך בין נישט זיכער מיטן רמב"ם. אבער רבי סעדיה גאון שרייבט בפירוש אין די הקדמה צום אמונות ודעות אז זיין פיליזופיע איז נישט מער ווי א cover-up פאר זיין אברהם אבינו'דיגע אמונה. דאס הייסט אז ער זוכט נישט צו זיין objectively גערעכט ווייל זיין מיינונג איז שוין ממילא אפגעמאכט, ער נוצט נאר זיין פיליזופיע אלס א tool איבערצוצייגן אנדערע, עיי"ש.

די וועלט זאגט נאך אויפן רמב"ם דאס זעלבע, נעמליך אז ער האט געשריבן די תירוץ פאר די קשיא וכו'. איך ווייס נישט קיין מקור צו דעם, אבער ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז דער רמב"ם איז מיט דעם געגאנגען בדרכי הרס"ג. דאס מיינט אז ווען מ'רעדט פונעם רס"ג מיטן רמב"ם מיינט עס דער שיטה, נישט דעם פיזישען קערפער.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:09 pm#235975
אין 'דער איד' יענע פרשה:

.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:18 pm#235980
המשך?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:21 pm#235982
ישמעאל הכהן האט געשריבן:המשך?

דער המשך איז ארויסגעפאלן פון דער איד דורך די צענזור
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:10 pm#235993
[תניא] אגרת הקודש פרק כא
אד"ש כמשפט לאוהבי שמו אל המתנדבים בעם לעשות צדקת ה' עם ארצו הקדושה לתת מדי שנה בשנה חוק הקצוב מעות אה"ק תוב"ב אליהם תטוף מלתי ותזל כטל אמרתי לזרז לזריזים ולחזק ידים רפות במתן דמים מעות א"י מדי שבת בשבתו ולפחות מדי חדש בחדשו מערכו הקצוב לערך שנה וכל כסף הקדשים אשר עלה על לב איש להתנדב בלי נדר לפרנסת אחינו יושבי אה"ק מדי שנה בשנה. כי הנה מלבד הידוע לכל גודל מעלת הזריזות בכל המצות הנאמר ונשנה בדברי רז"ל לעולם יקדים אדם לדבר מצוה כו' וזריזותי' דאברהם אבינו ע"ה היא העומדת לעד לנו ולבנינו עד עולם כי העקדה עצמה אינה נחשבה כ"כ לנסיון גדול לערך מעלת א"א ע"ה בשגם כי ה' דיבר בו קח נא את בנך כו' והרי כמה וכמה קדושים שמסרו נפשם על קדושת ה' גם כי לא דיבר ה' בם רק שא"א ע"ה עשה זאת בזריזות נפלאה להראות שמחתו וחפצו למלאות רצון קונו ולעשות נחת רוח ליוצרו וממנו למדו רז"ל לקיום כל המצות בכלל ובפרט מעשה הצדקה העולה על כולנה המגינה ומצלה בפירותיה בעוה"ז מכל מיני פורעניות המתרגשות כדכתיב וצדקה תציל ממות וכ"ש משאר מיני יסורים הקלים ממות כ"ש שטוב לנו גם בעוה"ז להקדימה כל מה דאפשר שהרי אדם נידון בכל יום:
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:36 pm#236005
א פשוט'ע אידישע מאמע שחט דאס קינד פארן אייבירשטן

מעשה שהי' בתקופת צאר ניקולי ברוסיה, יצא עלילה נוראה על עשרה יהודים ונחתמו דינם למיתה, הכומר הבטיח להם שאם ימיר דתם עד יום ראשון יצא לחפשי, המנהג באותו מקום הי' להדליק נרות בבית המדרש נר לכל אחד לסגולה שיעמדו בנסיון וימסור נפשם עק"ה ואל ימיר דתם חלילה, אחד מהאנשים הי' בחור צעיר לימים, עם הארץ, איש פשוט, בלי השגות גדולות והשערו העם שאין לדלוק נער בעדו, שבוודאי לא יעמוד בנסיון, אמו של הב', גם אשה פשוטה, ראה שהדליקו רק תשעה נרות, צעק מאחורי העזרת נשים, "למה לא הדלקתם נר לבני היקר!" נענה לבקשתה ודלקו נר גם בעד בנה, אחר זמן, הובילו הגופות ההרוגים לקברם, הראשים הי' חתוכים רח"ל, אם הבחור הלכה לחפש אחר בנה כיון שראה והיכיר ראש בנה, צעק בהתרגשות "אני אודה לך הקב"ה שבני עמד בנסיון ולא המיר דתו!"
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:41 pm#236054
מייערן צימעס איז א גוטע צימעס וכו'.