פארומס › קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4,746 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:29 am#387640
איך וויל מיך שפירן ווי אין א קאווע שטיבל, שמועס'ן מיט חברים, טוישן דעות, מעשיות וכדו'.
הנאה האבן פון נאך מענטשן און חברים וואס ווייסן אביסל נייעס.
א געשמאקע פארברענג מיט א הייסן גלעזל קאווע, א קאצקא צוקער, און צימעס.
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:30 am#387641
חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 9:38 am#387642
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בן פרצי
חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל
דיין נאמען דערמאנט פון "גדור פרצי בבן פרצי ומחדק לקוט שושן"
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:52 am#387653
דער גאלדענער אדלער: איך האב געוואלט געבן א שטארקן לייק. אבער דיינע ווערטער זענען למעלה מהשגתינו. ומי יעמוד בסוד קדושים...!

אז דו קענסט מפרש זיין דיינע הויכע ווערטער, וועל איך זיין צופרידן, אי"ה. נאר דו דארפסט נישט אנהייבן פון פאר בראשית. אזוי ווי א סאך מענטשן וואס איך קען. איינער פון זיי איז בערל בעל עגלה. וועלכער האט ליעב צו מאכן אן הקדמה צו די הקדמה. און נאכ'ן אראפלייגן די יסודות גייט ער ערשט צו אנהייבן מפרש זיין זיינע מיסטעריעזע דיבורים...!

איך בין געווען אמאל ביי א כ"א כסליו מסיבה האט דארט גערעדט צווישן אנדערע דרשנים א חשוב'ער איד. א גרויסער תלמיד חכם. א שוחט. און די גרעסטע מעלה איז אז זיין זון איז געווען דער אורח הכבוד. האט מען איהם געלאזט רעדן ככל אות נפשו. האט ער אנגעהויבן כהאי לישנא..."אין אמת'ן האביך זעקס הקדמות. אבער איך וועל נאר זאגן 2." ווען איך בין צוריקגעקומען בערך א צוויי שעה שפעטער האט ער געהאלטן אין מיטן פון די צווייטע הקדמה...!
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:03 am#387655
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ר' בערל אייער תגובה האט מיך געקאסט א גוטן לאך.
מ'זאגט אין סליחות פון שבעה עשר בתמוז אינעם פזמון פון שעה נאסר אשר נמסר, גדור פרצי, בבן פרצי, ומחדק לקוט שושן. האט פשוט זיין נאמען "בן פרצי" דערמאנט פון דעם. און אגב, האב איך געזען שיינע ווערטער אויף דעם פון א גדול בישראל, ראה .... ונזכר...
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:12 am#387657
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. וואס זאלל איך טון אז ווען מ'האט געזאגט סליחות לשבעה עשר בתמוז האביך ארויסגעקוקט פון סידור. און פון פענצטער. ווייל ס'איז עפעס פארגעגאנגען אן אינטרעסאנטע זאך אויף די גאס. ( א דראג דיעל, רח"ל. צווישן א ..."מתפלל"... אין ביהמ"ד און א שחור...!
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:17 pm#387669
איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 3:15 pm#387673
יוסף יוזפא
איך וויל מיך שפירן ווי אין א קאווע שטיבל, שמועס'ן מיט חברים, טוישן דעות, מעשיות וכדו'.
הנאה האבן פון נאך מענטשן און חברים וואס ווייסן אביסל נייעס.
א געשמאקע פארברענג מיט א הייסן גלעזל קאווע, א קאצקא צוקער, און צימעס.

@קאצקע ציקער איינער איז דא פאר דיר
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:29 pm#387695
פאני מענטש
איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל

פאני מענטש: קודם א גרויסן און ברייטן שלום עליכם. יעצט האביך איין בקשה צו דיר. ווייל ס'איז דא א זאך וואס מאכט מיר גרויסע בויך שמערצן ווען איך זעה אדער הער אז א שרייבער קען נישט אדער וויל נישט מבחין זיין צווישן ..."אין" און ..."און"... איז בעט איך דיך מיט דיין נייע התחלה זאלסטו דיך ביטע האלטן צו אט די כללים..יישר כח למפרע. ממני הק' בערל בעל עגלה...!
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:35 pm#387697
ר' בערל: ס'קען זיין אז ער מיינט צו זאגן אז ער וויל זיך אנשליסן צו ווערן א מעמבער, און אויך א קאווע שטיבל
דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:43 pm#387699
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. ס'איז זייער א גוטער פשט און דרוש בדרך אפשר. אבער דערווייל האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער אז איינס פון די ספיקערס, וועלכע שטייען אדער זיצן אויפ'ן דאך פון מיין דעסקטאפ איז אראפגעפאללן און ס'האטציך גענומען זינגען א ניגון פון זיך אליין...!
זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:41 am#387785
@
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. וואס זאלל איך טון אז ווען מ'האט געזאגט סליחות לשבעה עשר בתמוז האביך ארויסגעקוקט פון סידור. און פון פענצטער. ווייל ס'איז עפעס פארגעגאנגען אן אינטרעסאנטע זאך אויף די גאס. ( א דראג דיעל, רח"ל. צווישן א ..."מתפלל"... אין ביהמ"ד און א שחור...!


העי! ווי איז דיין שוהל?
זונטאג אקטאבער 29, 2017 5:01 am#387791
וואלווי: אז דו ווילסט דווקא וויסן. ביהמ"ד שומרי שבת. אבער ס'זאגט גארנישט וועגן דעם ביהמ"ד. דער איז געווען איינער פון די פיהל ארחי פורחי וועלכע דרייען זיך דארט ארום. און ער האט געמאכט א רושם ווי אן אנשטענדיגער בחור. איך פלעג איהם אייביג געבן א דאללער בתשואות חן. אבער נאכדעים וואס איך האב צו געזעהן זיינע שטיק, האביך פארשטייצעך, איהם מער נישט געגעבן קיין פעני. אויך האביך באמערקט אמאל ווי ער נעמט ארויס פון זיין טאש א פעקל מיט הונדערטערס...! ער פלעגט ארומגיין מיט א שטעקן כדי לעורר רחמנות. און ער האט פארציילט פאר'ן עולם אז ער איז א ריקאווערינג דראג עדיקט. ווייל ער האטציך אמאל צובראכן זיין פוס און ר'האט געהאט שטארקע ייסורים האט ער אנגעהויבן צו נעמען דראגס. אבער לויט ווי ס'זעהט אויס איז ער אויכעט א סוחר...!
זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:48 pm#387813
איך בין א היימישען יונגערמאן אין די צוואציגער יארן. איך בין זיך אינטראסירט מהנעשה ונשמע אין דעם היימישען וועלט, הערן פארשידענע מיינוגען אויף נושאים אין ליינען אידיש ליטעראַטור.
זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:49 pm#387814
שטיל אידל מיט היבש ידיעות אין פארשידענע נושאים וועלטליכע ווי אידישע מער אינטערעסע אין די בלויע אשכול ווי אין די ברוינע אבער אמאל אמאל קען מען דארט אויך אריינפאלן
פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 10:41 am#388321
מיין ניק איז נישט אזוי ווייט צו שרייבן ווי צו ליינען איך פלעג נישט וויסן ווי איך האלט.... אבער מען קען אייביג ארויסהעלפן מיט א מראה מקום מיט א גוט ווארט און אזוי ווייטער... און איך האלט אז איך קען מוסיף זיין דא
פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 10:43 am#388322
יונג און שיין.
נייגעריג און שטיל.
נישט קיין שרייבער בכלל.
גלייך זייער א פרעמדענס קוק ווינקל.
גראד צים פינטעל.
אוהב מחשבה עמוקה.
פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 9:44 am#388323
פון צייט צו צייט קומט שטארק אריין צו פאברענגען צוזאמען אים פארגעסן פון די וועלט.... אין קאווע שטיבל האב איך עס געטראפען. כבין א לעבעדיגע בחור וואס זוכט אלעמאל צו זיין אין א פרייליכע פלאץ אין מאכן אנדערע פרייליך...
פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 9:45 am#388324
איך שוין לאנג הנאה פון קאווע שטיבל אין אירע מעלות סיי געשמאק פאר יעדן אין גאר גאר גוט זיך צי קענען אויסרוען אין קענען פארברענגען אין איינעם אזוי עס איז פאר מיר פשוט א פארגענוגען זיך אייצישרייבן דא אין אזוי וועט מען קענען הנעה האבן אינאיינעם פון מיר אויך איך האב הנאה ווען איינער האט הנאה פון מיין געדאנקאין איך האב הנאה פון יענמעס געדאנקען אדער אנליזענס ווי אויך די טיפס אין עצות וואס יעדער שערט פארן צוויטן פשוט ווייל מען האט הנאה ווען יעדער האט הנאה אין ציפרידן ב"ה
פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 10:00 am#388328
ארנאני האט געשריבן:יונג און שיין.
נייגעריג און שטיל.
נישט קיין שרייבער בכלל.
גלייך זייער א פרעמדענס קוק ווינקל.
גראד צים פינטעל.
אוהב מחשבה עמוקה.

ס'ווערט מיר נישט גוט דא
וואס נאך ביזטו שיין יונג
קענסט זינגען קאכן מאהלן שפילן אן אינסטרעמינט?
דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 2:42 pm#388785
איך בין א רבי אן אדמו"ר פון אסאך חסידים און אסאך בתי מדרשים אין אסאך געגנטער אבער פארשטייט זיך אליינס אז איך קען נישט און איך גיי נישט אויסזאגען וועלעכע ווייל עס איז סכנת נפשות. ספעציאל אין היינטיגע צייטען ווען דאס רשעות איז אשוי גרויס און בפרט דא רעבנים וועלעכע פגר'ן פאר אביסעל לעבער איך מיין כבוד און האבען פיינט איעדען איד בפרט אן אנדערען רבי פאר זיי איז דאס קאמפעטישאן.

איך האף אז דא וועל איך קענען אויסשרייען דאס ווייגעשריי פון דער המון עם און פון די רביסטעווע וועליכע קענען נישט רעדען און דארפען זיצען מיט פארלייגטע הענט און פארמאגטע מיילער און נישט קענען ארויסזאגען ווייל די ערב רב לאזט נישט.

ווי אויך אמאהל אריינשרייבען א גוט וווארט. אדער צוויי ווייל ווי מיר ווייסען אז א היינטיגע צייטען טאהר מען נישט זאגען גארנישט.

ווייל דער אמת שטעכט און איך וויל אביסען שטעכען
דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 2:57 pm#388787
נו געגאנגען, כ"ק אדמו"ר מ..... אינז זענען גרייט צו הערן
דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 3:12 pm#388789
berlbalaguleh האט געשריבן:
פאני מענטש האט געשריבן:איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל

פאני מענטש: קודם א גרויסן און ברייטן שלום עליכם. יעצט האביך איין בקשה צו דיר. ווייל ס'איז דא א זאך וואס מאכט מיר גרויסע בויך שמערצן ווען איך זעה אדער הער אז א שרייבער קען נישט אדער וויל נישט מבחין זיין צווישן ..."אין" און ..."און"... איז בעט איך דיך מיט דיין נייע התחלה זאלסטו דיך ביטע האלטן צו אט די כללים..יישר כח למפרע. ממני הק' בערל בעל עגלה...!


און איך באקום שמערצן פון מענטשן מיט געפערליכע גראמאטיק וואס מיינען זיי פארשטייען דערצו.
דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 3:18 pm#388791
בן פרצי האט געשריבן:חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל


ATUB @בן פרצי ATUB מיט וואס ביסטו חשובער פון א פרוי?
פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 2:41 pm#388838
פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות
פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:16 pm#388841
Ugh What an hateful comment
פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:18 pm#388842
חמלה גדולה האט געשריבן:אין האבין שלעכט מידות


????
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 7:31 pm#388850
חמלה גדולה האט געשריבן:פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות
וואס מיינט חמלה גדולה? א גרויסע רחמנות?
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:47 pm#389131
איך בין אן עסקן אין בארא פארק פאר די לעצטע 12 יאר עס איז מיר א פארגעניגען צו קענען ארויס העלפן סיי וועליכע איד אין אן עת צרה, איינע פון מיינע קעיסעס יעצט איז פון די פייער וואס עס איז געווען אין בארא פארק 4 וואכן צוריק מען קען טאקע האבן א חלק דורך חסד פאנד, m https://thechesedfund.com/cause/help-a- ... -in-a-fire m
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:20 pm#389143
חמלה גדולה האט געשריבן:פרוען זענין שואכיר פיזש שואכיר גייסטש שואכער עמושינאל אין האבין שלעכט מידות
טויש עס אויף ׳מיין פרוי׳ איז שואכיר.........

ווי הרב חיים וואלאזינער האט געזאגט פאר זיין ווייב ווען זי האט זיך אפגערעדט הלמאי קען דער פויער דארט זאגען ׳שלא עשני אשה׳. האט ר׳ חיים וואלאזינער געזאגט ׳יעדער זאגט עס אויף זיינס׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 6:04 am#389165
איך באגער צו ווערן א חבר אין קאווע שטובל מיט צו טיילן מיינע ידיעות, איך האף מוסיף זיין צום שטובל כמיטב יכלתי לפי מסת הפנאי, און פארשטענדליך זיך האלטן צו די תקנות השטובל. איך ווארט צו הערן פון די גבאים ווי אמשנעלסטן, יישר כח למפרע,
דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 9:42 am#389166
הייליגע פישטו, האסט נישט וואס צו הערן פון די גבאים, קענסט שוין יעצט אנהייבן שרייבן, פארשטייט זיך לפי מסת הפנאי..
דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 10:50 am#389169
נאך פאר וואס ווען און וי, בינעך מודיע פאר'ן גאנצער קהל אז מיר פראווען אי"ה דעם פשטו טיש די מוצ"ש
וי מ'וועט טיילען די הייליגע קנאבל און עסן פיש לכבוד השם יסבורעך שטייטצעך
צום שליס פון מעמד וועלען מיר מאכען א גרויסען פשטו לכבוד השי"ת
מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 10:20 pm#389399
איימעניט, פון וועלכע גבאים רעדסטו?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 12:27 pm#389534
א גוטן.
איך פאוסט פאר קאווע שטיבל אויף איסטעגרעם, צו פארשפרייטן אונזער נאמען, און צו פראמאטן דער וועקער.
אויב זעהט איר א פאוסט וואס קען ציען דעם אויג, קענט איר מיר אישי'ן, אימעלן אויף e kaveshtiebel.instagram@gmail.com e , אדער מעסעדזשן אויף איסטעגרעם צום נאמען kaveshtiebel@.
אויב לייק איך אייער פאוסט, איז עס לכאורה ארויפגעלייגט געווארן.
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:00 pm#389886
גאר א געשמאקער קריעטיווע ווינקל, א נחת צוצוקוקן צו די כשרומות פון היימישע טאלאנטפולי אינגעלייט, מלא וגדוש, קאווע שטיבל איז א וואונקל ווי אלעס געפינט זיך, מחשבה, דעה, סתם א געשצאקן שמועב, מלא תוכן, געשמאק, אינהאלטסרייך
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:00 pm#389887
איך דריי מיך שוין יארען אין קאווע שטיבל אין איך האב הנאה צי ליינען,
איך בין פשוטה כמשמעו א דביקות'דיגע איד!
it's very hard for me to write from my phone yiddishe
I'm 21 years
And I'm a tzaddik
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:01 pm#389888
איך בין אינטערעסירט אין סיי וואס איז אינטערעסאנט, מיין מצב איז זייער גוט, איך בין אין די שנות הרדיפה, אונזער משפחה געהערט נישט אין ערגעץ, איך האב נישט קיינע אויסערגעווענליכע טאלאנטן אדער פלענער, מיין שאיפה איז "TO ENJOY LIFE", וואס איך האב מיטצוטיילן וועט נאכקומען.
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:53 pm#390284
עס איז זייער אן אינטערסאנטע זייטל אין איך האב דא געזעהן אסאך אנטערסאנטע זאכען און אסאך מאל געווילט צו לייגען אבער איך האב נישט געקענט וויל איך בין נישט געווען א חבר וועגען דעם האב איך אפגעמאכט זיך איינצו שרייבען כדי איך זאל אינגאנצען קענען מיט לעבען מיט די עולם
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:54 pm#390285
איך האב ליב צו מיטהאלטן אלע מינע נייעס סיי חסידישע סיי וועלטליכע אזוי אויך וויל איך צילייגן מיינע הגהות אויף אלע ענינים. איך וואוין אין אמעריקע איך בין געווענטליך דעמאקראטיש גענויגט
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:56 pm#390286
איך בין א שנה ראשונה יונגערמאן וואס וואוינט אין לאנדאן. וואס זאל איך טוהן אז אין כולל בין איך נישט אינטרעסירט צי גיין ווייל איך האב בעסערע קאווע אינדערהיים אין חברים דאהי האב איך נאכנישט ווייל איך בין נישט פין פין דא. בין איך געקומען צי א החלטה מיך איינצישרייבן אין קאווע שטיבל ווי איך פלעג פון צייט צי צייט אריינקומען אלס גאסט אין מיינע בחרושע יארן
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:58 pm#390287
איך בין א עכט היימישע חסידישע סאטמארע וויליאמסבורגע איד.
איך האף הנאה צו האבן דא אזוי ווי אין א סאטמארער בהמ''ד'ס קאווע שטיבל...
און פארשטייצעך אייך צו מהנאה זיין אזוי ווי איך קאווע שטיבל.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:57 pm#390938
איך האב מחליט געווען אנטייל צונעמען אונעם קאווע שטיבל נאכען איבערקוקען אזוי פיל באלערענטע אשכולות פול באלערנטע און טאלאנטפולע שרייבערס מלא חן, שפיר איך פארוואס זאלן איך נישט מוטיילן אביסל מיינע רעיונות מיט די אלע שרייבערס און ליינער. יישר כח
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:58 pm#390939
טייערע חברים פון קאווע שטיבל יצ"ו
אזא געשמאקע פלאץ פשוט א שאד נישט צו זיין א חלק,
איך האף איך וועל הנאה האבן. און ענק וועלן הנאה האבן.
ווינטש אייך אלעס גוטס.
רב דיפאלט
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:59 pm#390940
im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 11:00 pm#390950
1111 האט געשריבן:im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee
A new matric to measure growth!!
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 1:58 am#390965
או אינו האט געשריבן:
1111 האט געשריבן:im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee
A new matric to measure growth!!


I guess spell check is not the ultimate solution for precision. But either way welcome aboard
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:03 am#390967
U mean Google voice? In any event language and is just a means to communicate words and inner feelings. So misspelling doesn't matter much, unless you deal with a Williamsburg businessman that due to the lack of Education needs hundred percent.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 3:31 am#390973
so google voice capitalized the E in Education ?...

:D
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 9:17 pm#391244
וואלווי האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
1111 האט געשריבן:im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee
A new matric to measure growth!!


I guess spell check is not the ultimate solution for precision. But either way welcome aboard

Volvi: I hope the 28 years old bizness men from villimsburg is not in charge of payroll in hiz kompeny/ Also/ hiz sekretery iz nut a gredjueyt from de seym skool ez hee iz...!