Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
מיטוואך יוני 25, 2014 12:29 am#207924
שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.

שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.
מיטוואך יוני 25, 2014 12:29 am#207925
א גוטן טיייערע ברידער, מיין נאמען איז חלזון מיטן אויבערשטנס הילף קלער איך צו שרייבן איבער דער ניי געפינענע מיורעקס תכלת און איך האב אין פלאן אפילו איבערצוזעצן דעם וואונדערבארן ספר לבוש הארון, אויף אידיש, וועלכער ווארפט א ליכט איבער דער מצוה חביבה.
מיטוואך יוני 25, 2014 12:42 am#207929
שלום עליכם.
איך וואלט הנאה געהאט אויב דו קענסט פארענטפערן מיט זאכליכע תירוצים די קשיות פון הרב אייזיקאוויטש אין גינת ורדים, ביז היינט האב איך נישט געזעהן קיין זאכליכע תירוצים און זיינע קושיות זענען ביי מיר נאך אלץ שווער געבליבן.
מיטוואך יוני 25, 2014 5:53 am#207948
עליכם השלום, איך בין נישט אזוי באקאנט איבער די שטעלונגען פון הרב אייזיקאוויטש, אדרבה, אויב האט איר עס אין באזיץ וואלט מיר עס געווען אינטערעסאנט.
רעדנדיג מיט יונגעלייט תלמידי חכמים וואס זענען באהאוונט אין דער נושא זאגן זיי אז ער ווארפט זאמד אין די אויגן וזהו.
בכלל רעכן איך נישט זיך אפצוגעבן מיט וויכוחים און פארענטפערן כל מיני קשיות שבעולם וואס איז אין קץ לדברי רוח און ס'איז צום לאכן און צום וויינען מיט וואס פאר א תירוצים דוחקים מענטשן קומען אלץ אויף אבי נישט צו דארפן אנערקענען אין דעם תכלת. ליבערשט האב איך אין פלאן - - אויב השי'ת וועט שענקען כוח און צייט - - איבערצוזעצן דעם ספר לבוש הארון וועלכער איז כעת נאר דא אויף ענגליש, וועלכער איז בדרך שאלה ותשובה וואו אלעס ווערט מבואר מיט א קלארקייט וכמעט שלא הניח מקום להתגדר.
אויף אייוועלט האב איך לעצטנס געזען א ניק מיטן נאמען אלד וויליאמסבורג וועלכער שיינט פארצושטעלן די טענות פון הרב אייזיקאוויטש, צווישן אנדערע שרייבט ער אז מיורעקס איז גאר קלא אילן, וואס איז א געלעכטער, ווייל קלא אילן איז קיינמאל נישט פארשווינדן געווארן און איז באקאנט אלס אינדיגא. זע וויקיפעדיע.
מיטוואך יוני 25, 2014 10:28 am#207985
לאמיר לאזן דעם אשכול פריי פאר איר ציל, איך האף ממשיך צו זיין מיט אייך אינעם אשכול וואס איר וועט עפענען אי"ה.
א טייל פון הרב אייזיקאוויטש'ס טענות זענען טאקע איבערגעטריבן לענ"ד אבער א טייל זענען גאנץ ערנסט.
א חלק פון די טענות קען מען הערן אויף:
718-506-9054
4-7-5
מיטוואך יוני 25, 2014 10:31 am#207987
נאכ'ן מיטהאלטן קאווע שטיבל איבער א יאהר, האב אייך האב פאריגע וואך מחליט געוועהן זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל. גיי איך ארויף אויף די ערשטע זייט און בום! נישט דא קיין "רעגיסטרירען" קנעפעל! כ'האב געקליקט דא און דארט, ביז איך האב געזעהן די מודעה פון די הנהלה אז רעגיסטראציע איז צייטווייליג אפגעשפארט. יעצט אז רעגיסטראציע איז פיינעלי אפן שרייב איך מיר איין מיט פרייד.
זעה איך אז עס פארלאנגט זיך צו שרייבן איבער זיך פאר'ן זיך איינשרייבן, און איך האב הנאה דערפון. זייענדיג א שעמעדיגער בטבע וואלט מיר אפשר גענומען אסאך צייט ביז איך וואלט מיך ערלויבט צו עפענען מיין מויל. אזוי זאג איך אפ מיינס נאך דא אין די רעגיסטראציע בלטעל, און איך קום אריין ווי אחד מן החבורה, און די עולם ווייסט שוין אביסל איבער מיר.
איך בין א נייגעריגער בעיקר אויף תולדות און היסטאריע פון גדולי ישראל. וויבאלד מיין אינטערעסע אין תולדות קומט נישט פון א מצוה'דיגע צד, ווי אז ס'איז א מצוה צו רעדן פון גדולי ישראל, נאר פון א פשוט'ע נייגעריגקייט צד, קען איך נישט פארנעמען די געבלאפטע מעשיות פון די אלע ביכער, און איך בין נייגעריג געוואר צו ווערן דעם אמת איבער גדולי ישראל. נישט יעדע גדול איז געבוירן געווארן א גדול, יעדער האט זיך געהאט זיינע נסיונות, שוועריגקייטען, און בעיקר, פארדרייען די דעות פון גדולי ישראל אז זיי זאלן שטימען מיט די דעות פון דער וואס דערציילט עס איז די ערגסטע זאך אין מיינע אויגן.
איך בין נאך אין די פריע צוואנציגער יאהרן. און איך בין נישט דער גרעסטער ידען, אבער איך בין נייגעריג, און כ'האב ליב קונה צו זיין. איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן. אבער פון צייט צו צייט האף איך צוצולייגן און זיך אנצוריפן.
איז טייערע אידן, א דאנק פאר'ן מיך מהנה זיין ביז היינט, און האפענטליך ווייטער.
מיטוואך יוני 25, 2014 10:56 am#207991
שלום עליכם ATUB @חלזון ATUB און ATUB @קריינא דאיגרתא ATUB !!
מיטוואך יוני 25, 2014 10:59 am#207995
כשמי כן אני, א קיהלער מאן, כפשוטו וכמדרשו
אויך האלט איך זיך קיהל און ווער נישט אזוי באנומען פון געוואלדעס, און פון א תגובה אנגעלייקט מיט א בערגל ליבעס און סמייליס, איך פרואוו זיך האלטען קיהל מיט קאמאן סענס,

פאר מער פרטים קען מען זיך פארבינדען פערזענליך.

:)
מיטוואך יוני 25, 2014 1:26 pm#208037
שלום עליכם ר' קריינא עס סאונד ווי אונז גייען האבען א גוד טיים מיט דיר דא.
מיטוואך יוני 25, 2014 2:20 pm#208050
אלטע מעגן אויך זיך פארשטעלן?

שלום עליכם אלע פרישע חברה.
מיטוואך יוני 25, 2014 2:23 pm#208052
יע גוא עהעד.
מיטוואך יוני 25, 2014 2:26 pm#208054
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם @חלזון און @קריינא דאיגרתא!!

און ATUB @Kool man ATUB
יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל
מיטוואך יוני 25, 2014 3:32 pm#208063
מ גפני האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם @חלזון און @קריינא דאיגרתא!!

און @Kool man
יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל

וועלקאם אלל
מיטוואך יוני 25, 2014 3:34 pm#208064
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם @חלזון און @קריינא דאיגרתא!!
מיטוואך יוני 25, 2014 4:03 pm#208069
שלום אליכם יעדער ובפרט קריינא

איך בין דא צו פארציילן היסטארי

געדענק "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"
מיטוואך יוני 25, 2014 11:34 pm#208134
היסטאריקער האט געשריבן:געדענק "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"

היסטארי האט געוויזן אז מען קען יא פארדרייען היסטארי.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:41 pm#208205
ישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע! ווי געזאגט ווייס איך נישט ווי אפט איך וועל קענען שרייבן, אבער איך האף מהנה צו זיין, כאטש אביסעל אפצוצאלן אויף וויפיל איך האב הנאה.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:14 pm#208242
וועלכע בריוו איז אין דיין בילד?
דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:45 pm#208271
זר זהב האט געשריבן:שלום עליכם קאווע שטיבל, איך בין זר זהב, אויך באקאנט אלץ זר, זר'ל אדער זר'לע. איך האף אייך צו מהנה זיין.
פרייטאג יוני 27, 2014 12:54 am#208282
וואס ביסטו מוציא זרע לבטלה...?
פרייטאג יוני 27, 2014 1:26 pm#208317
איך אויך האט געשריבן:וועלכע בריוו איז אין דיין בילד?

א שיעור פון חתם סופר אין ישיבה, געשריבן דורך א תלמיד.
זונטאג יוני 29, 2014 1:36 am#208417
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.


צום ערשט א דאנק געבן פאר די אדמיניסטראציע פאר מיך אננעמען.

אן עלטערע חבר וואס שרייבט דא האט מיר געשטיפט זיך איינצושרייבן דא. אויף דערווייל האב איך נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, איך נוץ די לייברערי פרייטאג נאכמיטאג, אדער מיין שוויגער'ס קאמפיוטער ווען איך בין דארט מוצאי שבת. איך טייפ אראפ מיינע מחשבות אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און האלט זיי אויף א USB שליסעל. זייענדיג פון נאטור אביסל איבערגעטריבן פונקטליך, ספעציעל ווען אויסגעשטעלט צו ווערן קריטיקירט, האב איך דערווייל נאך נישט גרייטע ארטיקלען.
איך וויל זיך פארשטעלן אלץ א געוועזענע חסידישע בחור, איך פלעג באזוכען ר' אלימלך בידערמאן, ר' צבי מאיר גינזבערג, תולדות אהרן, ר' יעקב מאיר שעכטער, ר' עקיבא ראבינאוויטש, ר' חיים הערש טייטלבוים. איך בין נאכאלץ א חסידישע אינגערמאן, אבער וויבאלד מיינע עלטערן און נאכמער מיין פרוי'ס עלטערען זענען נישט קיין רבי מענטשען, האב איך צוביסלעך נאכגעלאזט, און איך באגעניג זיך מיט מיין רב וואס פסקענט מיינע שאלות, און מיין ראש הכולל'ס מוסר דרשות.

איך לייג האפענונג אז מיינע רייד וועלן טרעפן ריכטיגע צוהערער.
זונטאג יוני 29, 2014 2:42 am#208422
@אויסלייזער שלום עליכם!

איך װײס נישט צו דו ביסט אונזער לאנג ערװארטע אויסלייזער אבער ריגארדלעס ביסטו װעלקאם!
זונטאג יוני 29, 2014 8:32 am#208432
קוקט אויס צו זיין אינטערעסאנט, מלא תוכן פון שיינע חסידישע הויפן.
בואכם לשלום, גואל!
דינסטאג יולי 01, 2014 12:17 am#208854
איך האב זייער ליב צו שרייבן. און און ספעציעיל אויפן אידישען שפראך.
איך האף אז דא איז די פאסיגע פלאץ דערפאר
דינסטאג יולי 01, 2014 12:18 am#208855
איך בין 26 יאר און באלאנגט צו סאטמאר מהריי
דינסטאג יולי 01, 2014 2:06 am#208869
איך בין 24 און איך באלאנגט צו מיין משפחה.
דינסטאג יולי 01, 2014 7:01 am#208879
משבק האט געשריבן:איך בין // יאר און באלאנגט צו סאטמאר מהריי

אנבעליוועבעל
ווילסט מיר זאגען אז משה משב''ק פריעדמאן גייט מיר ווערן א קאווע שטיבעל מעמבער
אהרונים פאקטס פעק אוועק פון דא.......
אצינד גייט קימען פארמעגליך מאמרים ס'גייט שיסן פולווער........

:lol: :lol: :lol:
דינסטאג יולי 01, 2014 6:30 pm#209046
שלום עליכם
אזוי ווי מיין ניק זאגט, האב איך געפלאנט צו זיין אומבאוויסט און פרייוועט, אבער אזוי ווי די הנהלה וויל נישט אקטיוועטען מיין אקאנט פאר איך שטעל מיך פאר, וועל איך ענק יא אויסזאגען אביסל וואס ליגט אין מיר.
איך האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבאל פאר עטליכע סיבות. 1. איך גלייך זייער שטארק די געדאנק פון "פרידאם אוו עקספרעשאן" (כאטשיג איך האלט אנדערשט פון יענעם, מעג ער נאך אלס זאגען זיין מיינונג). 2. די לעבן איז זייער קורץ, און יעדע טראפ ידיעות און קלוגע אינפארמעשאן איז זייער וויכטיג, דעריבער בין איך געקומען דא צו מיטטיילען און בעיקר צו פרעגען און הערן. 3. און צום לעצט וויל איך מאכען א גילו דעת: אין בין איד און גלייב און איין איינציגע באשעפער, פאר די 13 אני מאמינ'ס וועל איך זיין גרייט מיך צו ווארפען אין פייער, און אזוי ווען מיין אקאנט וועט ווערן אקטיוו, וועל איך ווערן א חלק פון קאווע שטיבל און אזוי ווי נישט עס איז נישט מעגליך צו קענען אייביג זיך אנרופען ווען איינער שרייבט עפעס נישט אויסגעהאלטען, וויל איך מיט די אינטערדאקשאן לאזן וויסען מיין מיינונג פאר לעבר און להבא.

א דאנק פאר ליינען מיינע שורות
דינסטאג יולי 01, 2014 7:09 pm#209061
וועלקאם. אדרבה זיי אונז מהנה מיט א שיינע מאמר אויף אמונת ה'.
דינסטאג יולי 01, 2014 7:57 pm#209073
unknown האט געשריבן:שלום עליכם
אזוי ווי מיין ניק זאגט, האב איך געפלאנט צו זיין אומבאוויסט און פרייוועט, אבער אזוי ווי די הנהלה וויל נישט אקטיוועטען מיין אקאנט פאר איך שטעל מיך פאר, וועל איך ענק יא אויסזאגען אביסל וואס ליגט אין מיר.
איך האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבאל פאר עטליכע סיבות. 1. איך גלייך זייער שטארק די געדאנק פון "פרידאם אוו עקספרעשאן" (כאטשיג איך האלט אנדערשט פון יענעם, מעג ער נאך אלס זאגען זיין מיינונג). 2. די לעבן איז זייער קורץ, און יעדע טראפ ידיעות און קלוגע אינפארמעשאן איז זייער וויכטיג, דעריבער בין איך געקומען דא צו מיטטיילען און בעיקר צו פרעגען און הערן. 3. און צום לעצט וויל איך מאכען א גילו דעת: אין בין איד און גלייב און איין איינציגע באשעפער, פאר די 13 אני מאמינ'ס וועל איך זיין גרייט מיך צו ווארפען אין פייער, און אזוי ווען מיין אקאנט וועט ווערן אקטיוו, וועל איך ווערן א חלק פון קאווע שטיבל און אזוי ווי נישט עס איז נישט מעגליך צו קענען אייביג זיך אנרופען ווען איינער שרייבט עפעס נישט אויסגעהאלטען, וויל איך מיט די אינטערדאקשאן לאזן וויסען מיין מיינונג פאר לעבר און להבא.

א דאנק פאר ליינען מיינע שורות

א פחד, איך האב מורא אז ער גייט קאליע ווערען דאהי :שלום: :שלום: :עקסטאז:
דינסטאג יולי 01, 2014 7:57 pm#209074
פלעין יודיש האט געשריבן:
משבק האט געשריבן:איך בין // יאר און באלאנגט צו סאטמאר מהריי

אנבעליוועבעל
ווילסט מיר זאגען אז משה משב''ק פריעדמאן גייט מיר ווערן א קאווע שטיבעל מעמבער
אהרונים פאקטס פעק אוועק פון דא.......
אצינד גייט קימען פארמעגליך מאמרים ס'גייט שיסן פולווער........

:lol: :lol: :lol:

א עקס קרית יואל בחור האט מיר מעיד געווען אז 95% פון די בחורים האבען געליינט פארמעגליך'ס מגילה דארט אין ישיבה סאו פאר ארונים איז עס נישט קיין חידושים.
דינסטאג יולי 01, 2014 8:53 pm#209087
ATUB @איך אויך ATUB

l viewtopic.php?p=208317#p208317 l
מיטוואך יולי 02, 2014 7:25 am#209139
איך האב עס געזעהן און דו האסט א שיינע כתב ב''ה.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:27 am#209452
משה נתן האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו שרייבן. און און ספעציעיל אויפן אידישען שפראך.
איך האף אז דא איז די פאסיגע פלאץ דערפאר

וועים טיט משה נתן רעפרעזענטירן,
וואס איז די פשט פינעם ניק
דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:40 pm#209668
לעצטענס האב איך אנגעהויבן צוליינען מאמרים דא אין שטיבעל אין איך וואלט געוואלט צילייגען אמאל א נקודה א געדאנק אדער ארויסברענגען א מחשבה פארקערט.
איך בין א חסידעשער אינגערמאן א שטיקעל בן תורה, איך האב נישט קיין ספעציעלע טאלאנטען אדער לפחות האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין הזדמנות זיי ארויס ברענגען מכח אל הפועל.
שאיפות: זענען פארשטייט זעך לחזות בנועם ה' טרעפען דער שביל הזהב צוזעען אז כי טוב ה' איך האף אז מיט אביסעל דיבוק חברים מבקר צי זיין את היכלו וועל איך עס דערגרייכען.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:42 pm#209669
זייט די בראשית יארן פון היידפארק האב איך נאך נישט געטראפן אזא אפענע און אנגענעמענע פארום ווי קאווע שטיבל, איך קום דא צו פארברענגן און זיך אויסדרוקן.

וועגן מיר: ווען איך בין זאט בין איך גאנץ א רואיגער מענטש, ווען דער מאגן איז ליידיג בין איך אומשטאנד מיין איידעם ארויסצוקאפענען איבער א ויכוח.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:45 pm#209672
קוקסט אויס זאט יעצט
דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:13 pm#209686
שלום עליכם ר' נותן און ר' שבוע.

ר' שבוע איך וויל דיר אויפמערזאם מאכן אז דא איז אויסדרוקליך נישט היידפארק! אמת ,עס טוהט זיך אמאל אויף טישן און בענק (להבדיל פון אנדערע פלעצער ווי דאס עצם זאך אס עס איז לעבעדיג איז שוין גורם מחיקות נוראות און מחאות) אבער כמעט אייביג איז מען מקיים את והב בסופה. טראכט גוט אריין (און עס א גוטע סעודה לקיים מה שנאמר מלא שבוע זאת) און יאלא לאזט אייך ביידע הערן.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:24 pm#209693
בנוגע די חסידות: איך אין דערוואכן דאווען איך אין בעלזא, שבת פארשטייט זיך מיט שומרי שבת, איך עס סאטמערע פלייש, טרינק סקווירא מילעך, זינג סוקלענער ניגונים, זעע אויס ווי א באבובער, דריי זיך ארום אויפן ראחמיסטריווקא שטייגער.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 4:34 pm#209698
עליכם שלום, שכויעח פאר די אויפנאמע

ר׳ איך אויך איך רעד פון בחדרי גאנץ אנהייב ווען יעדער האט פארברענגט היימיש, יעדער האט זיך פיין פארטראגן אפילו מיט חילוקי דעות
דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:28 pm#209718
נושא ונותן האט געשריבן:בנוגע די חסידות: איך אין דערוואכן דאווען איך אין בעלזא, שבת פארשטייט זיך מיט שומרי שבת, איך עס סאטמערע פלייש, טרינק סקווירא מילעך, זינג סוקלענער ניגונים, זעע אויס ווי א באבובער, דריי זיך ארום אויפן ראחמיסטריווקא שטייגער.


רבותי, בוצין בוצין מקטפי ידעי. ס'קומט א ניק א גוטס! וועלקאם!
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:03 pm#209728
איך אויך האט געשריבן:איך האב עס געזעהן און דו האסט א שיינע כתב ב''ה.

ATUB @איך אויך ATUB , לאמיך פארשטיין דיין לאגיק. די פרעגסט מיר וואס די בילד אין מיין פראפיל איז. בין איך מיך מטריח עס צו פאוסטן פאר דיינעט וועגן און צו שרייבן וואס דאס איז, אבער די מאכסט דיך בכלל נישט וויסענדיג אז איך האב דיר געעענטפערט -- נישט מיט א לייק און נישט מיט א תגובה. האב איך געקלערט אז מסתמא האסטו עס נישט געזעהן, האב איך דיר אויפמערקזאם געמאכט אז כ'האב דיר געענטפערט. אנשטאט יעצט יא נארמאל אנערקענען אז כ'האב דיר געענטפערט, געסטו מיר א סארקאסטישע ענטפער.
איז דאס בכלליות די מידות פון די קאווע שטיבל מעמבערס אדער נאר איין אזא איינער האבן מיר דא?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:04 pm#209730
קריינא, א פארום אן קיין טראל איז קיין פארום נישט.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:14 pm#209745
העמיר זעהן ווען עס וועט מקויים ווערן את והב בסופה צווישן כוכב און איך אויך..
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:14 pm#209809
קוקט אויס ווי כוכב מיינט אז איך בין איינע פון טיטאניקס אנדערע ניקס ,נו גז''י.

איך בין א גרויסע חסיד פון דעמאקראטיע און יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג ,אבער סתם פאר נייגעריקייט פארוואס רופסטו מיך א טראל? איך האב דיר אמאל נערווירט אדער וויי געטוהן?

ר' קריינא ,ביטע שעהן זיי מיר טויזענט מאל מוחל אבער איך נישט געמיינט קיין שמץ פון סארקאסטישקייט כלל ,ליין עס איבער מיט די צווייטע נוסח (דער מאמעס ,אין דיין קעיס מרס קריינדי'ס נוסח) פון טאטע שיק מיר הויזן.
פרייטאג יולי 04, 2014 11:23 am#209915
בעצם בינעך א שטילער, כ׳זאגניש קיין סאך. אויב אבער וועט איר פרובירן שטארק מיר הויעך צו מאכן העטעס אייך מעגליך געלונגען.. דער עיקר איז - נעווער גיוו אפ!
פרייטאג יולי 04, 2014 11:24 am#209916
איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל ווייל עס איז כמעט די איינציגסטע פארום וואס פראבירט צי בלייבן נאטראל אין תורה׳דיג
פרייטאג יולי 04, 2014 11:30 am#209920
העי איבערגעצויגענע פליי צו גאר עפעס אנדערש..

ר' דמשק א שעהנע נאמען האסטו געפיקט.

יהי בואכם לטוב ולברכה.
פרייטאג יולי 04, 2014 11:47 am#209923
מיין רעביצין ווייסט שוין אז "איבערגעצויגענס" איז איינע פון מיינע בעסטע סאפערס, ע"כ בין איך זייער עקסייטעד צו זעהן איבערגעצויגן אין שטיבל.
דמשק אליעזר? אין יענעם סידור האב איך זיך אויסגעלערנט פירוש המילות אויפן דאווענען, לאמיר האפן אז כ'וועל קענען לערנען נאך און נאך.

שלום פאר אלע פון ענק, טוט אויס דעם קאפילוטש און נעמט דעם פעדער אין האנט, און נעמט אייך צו דער מלאכה.....