Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
פרייטאג יולי 04, 2014 11:55 am#209928
ATUB @איבערגעצויגנס ATUB , זיי נישט אזוי אנגעצויגן, און טו אונז איבערצייגן, אז דו קענסט יא.
פרייטאג יולי 04, 2014 1:20 pm#209965
איך אויך האט געשריבן:קוקט אויס ווי כוכב מיינט אז איך בין איינע פון טיטאניקס אנדערע ניקס ,נו גז''י.

איך בין א גרויסע חסיד פון דעמאקראטיע און יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג ,אבער סתם פאר נייגעריקייט פארוואס רופסטו מיך א טראל? איך האב דיר אמאל נערווירט אדער וויי געטוהן?

ר' קריינא ,ביטע שעהן זיי מיר טויזענט מאל מוחל אבער איך נישט געמיינט קיין שמץ פון סארקאסטישקייט כלל ,ליין עס איבער מיט די צווייטע נוסח (דער מאמעס ,אין דיין קעיס מרס קריינדי'ס נוסח) פון טאטע שיק מיר הויזן.


דער נאר זאל ארויסגיין פון דער מקוה.
פרייטאג יולי 04, 2014 1:21 pm#209966
פיין איך בין טיטאניק ,אבי מאכן א איד העפי.
פרייטאג יולי 04, 2014 1:28 pm#209970
@שמעקעדיג
העי דמשק אליעזר טוט שוין היינט רעפרעזענטירן גאנץ א צווייטע קאמפאני...
פרייטאג יולי 04, 2014 1:57 pm#209976
אבער חנוך לנער... גם כי יזקין לא יסור ממנו...
מאנטאג יולי 07, 2014 11:23 am#210484
איך גלייך צו ברענגען א שמייכעל אויף מענטשן פנים'ער
איך גלייך צו ליינען אסאך
איך גלייך צו דיבאטירן
דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:36 am#211213
איך האב לעצטנס געהערט פון אפריינד וואס שרייבט אויף דעם אתר. און כ׳האב פארשטאנען אז מען קען זיך זייער ארויסהעלפן דא. צו איז עס זיך אויסרעדן דאס הארץ. אדער גאר באקומען אקלוגע עצה.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:43 am#211214
אלס א באזוכער דא און קאווע שטיבעל איז מיר שטארק נושא חן דאס פלאץ האב איך מיר אויך אפגעשטעלט צו מאכן מיין אייגענע קאווע
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:57 pm#211286
שלום עליכם!!
ATUB @יעדער לאכט ATUB פון א ATUB @אויליגער ATUB ATUB @מי שברך ATUB
דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:15 pm#211295
איך בין דער אלטער קושקע פון היידפארק ע"ה, אבער פריש און קריספי, אויב איר געדענקט מיך דאן גיבט מיר א לייק, שכוח
דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:28 pm#211299
ניין, איך געדענק נישט קיין קושקע פון היידפארק. אבער כ'האב דיר געגעבן א לייק ווייל איך האב ליב קריספי.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:40 pm#211339
פארוואס קלאפסטו עם מיט א לייק? ער וויל שלאפן.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:45 pm#211341
איך האב ליב קושקע. און קריספי חלות. אבער קריספי קושקע? דאס האב איך נאך נישט פרובירט. עמיר געוואר ווערן אין די קומענדיגע וואכן!

שלום עליכם אלע געסט.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:10 pm#211347
מען מאכט היינט צוטאגס קריספי קישקע סושי! קענסט עס גלייבן?
דינסטאג יולי 15, 2014 1:54 am#211801
פליקער האט געשריבן:
משה נתן האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו שרייבן. און און ספעציעיל אויפן אידישען שפראך.
איך האף אז דא איז די פאסיגע פלאץ דערפאר

וועים טיט משה נתן רעפרעזענטירן,
וואס איז די פשט פינעם ניק
איך בין אהער געקימען צו רעפרעזענטירן מיינע ארטיקלען, און איך האף אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן ציבור
דינסטאג יולי 15, 2014 3:40 pm#211887
שלום עליכם ליבע ברודער! איך האב מיר דא אייינגעשריבן ווייל איך זוך א געשמאקע היימישע אידישע אטמאספער צו פארברענגען אין אין די פרייע שעות!
נו? שוין פינף און צוואנציג ווערטער? ניין? נאך אלץ נישט? אפשר יעצט? אה!
דינסטאג יולי 15, 2014 3:41 pm#211889
איך קום פון צייט צו צייט באזוכן דעם קאווע שטיבל און אסאך מאל האב איך גוטע / וויכטיגע הארות צו צולייגן ממילא האב איף מיר גענומען די מיה זיך איינצושרייבן אין דעם קאווע שטיבל זייטל
דינסטאג יולי 15, 2014 3:53 pm#211902
שלום עליכם ATUB @ky10950 ATUB און ATUB @טראכט גוט ATUB !!
מאכטס ענק באקוועם!
מיטוואך יולי 16, 2014 8:00 pm#212239
איך בין א איד וואס קען די וועלט, אביסל עניוועי.
אין א וועלט וואס קען נישט דער איד.
איך גלייך די נאטור, באשעפענישן, מענטשן, און מוזיק.
פרייטאג יולי 18, 2014 3:15 pm#212548
איך קייך פאר געוויין.
איך האב מיך איינגעשריבן, און אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל, און ביים דרוקען דעם "שיק" קנעפל בעט ער מיך זיך צוריק צו איינשרייבן, און די גאנצע ארטיקל, א שעה ארבעט איז פארלוירן.
פרייטאג יולי 18, 2014 3:17 pm#212551
יא יא אזוי וויינען מיר אלע...
מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף אונזער ענדגילטיגע אויסלייזער....
פרייטאג יולי 18, 2014 3:23 pm#212553
אויסלייזער האט געשריבן:איך קייך פאר געוויין.
איך האב מיך איינגעשריבן, און אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל, און ביים דרוקען דעם "שיק" קנעפל בעט ער מיך זיך צוריק צו איינשרייבן, און די גאנצע ארטיקל, א שעה ארבעט איז פארלוירן.

די עצה איז .פארן דרוקן דעם "שיק קנעפל" מאכט מען copy
פרייטאג יולי 18, 2014 3:42 pm#212555
פלעין יודיש האט געשריבן:
משבק האט געשריבן:איך בין 26 יאר און באלאנגט צו סאטמאר מהריי

אנבעליוועבעל
ווילסט מיר זאגען אז משה משב''ק פריעדמאן גייט מיר ווערן א קאווע שטיבעל מעמבער
אהרונים פאקטס פעק אוועק פון דא.......
אצינד גייט קימען פארמעגליך מאמרים ס'גייט שיסן פולווער........

:lol: :lol: :lol:
איז אזוי ביים שרייבן די שורות האב איך נישט געוואוסט אז סגייט זיין פארן פאבליק אבער אז סאיז שוין יא אזוי וויל איך טאקע באשטעטיגן אז. יא!!! דאס בין איך דער אלעמען באקאנטער משבק !!! און וועגן די יארגאנג ?? דאס איז געווען א טעות אנשטאט 62!!!
פרייטאג יולי 18, 2014 4:49 pm#212563
געווענליך אויב דרוקט מען דעם back באטאן קומט צוריק די גאנצע דרשה, און מען קען מאכן קאפי/פעיסט.
דינסטאג יולי 22, 2014 10:01 pm#213156
איך בין א אינגערמאן וואס האט ליעב מיטצוהאלטען און דיסקוסירען וואס עס גייט פאר אין אונזערע קליינע וועלט וויא אויך אין די גרעסערע וועלט אין דער אויסען.
דינסטאג יולי 22, 2014 11:23 pm#213176
באשלאסן צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל נאכדעם וואס מיר איז אומעטיג געווארן צו רעדן נאר צו זיך אליין. די רעפוטאציע פונעם קאווע שטיבל האט מיך באוואויגן עס אונטערצוזוכן, און אויס באגייסטערונג האב איך באשלאסן זיך אנצושליסן. קיין סך צייט צו שרייבן האב איך נישט, אבער איך וועל פרובירן דאס בעסטע פון מיין זייט צו נעמען א טייל אין דעם איינציגן אפנהארציגן חסידישן דיאלאג פון אונזער צייט...
דינסטאג יולי 22, 2014 11:28 pm#213181
שלום עליכם ATUB @איךלעבנאך ATUB און ATUB @פלאוויוס ATUB .
נישט אוועקצונמען פון איךלעבנאך , אבער פלאוויוס זעהט אויס צו זיין פיינע נייעס
מיטוואך יולי 23, 2014 11:54 am#213219
א דאנק
א דאנק ראשעקאל פאר דער שיינער אויפנאמע. איך האף אז דיין אפשאצונג אויף מיר איז ריכטיג. איך שרייב נישט אונטער אויף דעם, בכל אופן... ;)
מיטוואך יולי 30, 2014 11:07 pm#214692
איך בין א נייגעריגער מענטש און האט ליב צו אלעס וויסן איך האב שטארק הנאה צו קומען אויף אזא היימישע פלאץ איך פיהל אזוי ווי ביי טאטע אין וויינגארטען
מיטוואך יולי 30, 2014 11:08 pm#214693
איך בין א יונגע יונגערמאן. איך וויל זיך אביסל אויסלופטערן און געבן א שמייכל. איך פלאן נישט צו באזוכן צו אפט. שוין לאנג וואס איך באזוך דא און ס'גלוסט מיר שוין אנצוהייבן צו רעאגירן. שוין פינעף און צוואנציג?
מיטוואך יולי 30, 2014 11:09 pm#214694
דערציילן איבער זיך איז נישט גרינג, און קען זיין וועט פאסירן בשעת איך וועל פארוויילן אין אייער געזעלשאפט. פאר יעצט, שלום עליכם!
מיטוואך יולי 30, 2014 11:12 pm#214696
איך האב הנאה צו ליינען די ארטיקלען און אויך וויל איך קענען האבן שייכות מיט די חברים אין פרטי, אויך וויל איך קענען פובליצירן מיין דעה
מיטוואך יולי 30, 2014 11:16 pm#214698
איך האב שוין פון לאנג שטארק הנאה פון די געשמאקער ארטיקלעך, און פיהל איך האב וואס צוצילייגען ועוד, אני חסיד באבוב, 32, בעולם החינוך ונגינה, אבל בלי שום שאיפות להתווכך בפוליטיק
מיטוואך יולי 30, 2014 11:17 pm#214699
איך בין א יונגערמאנטשיק
איך האב נישט ליב צו שרייבן איך האב ליב צו ליינען
חוץ אמאל שרייב איך א קליינע תגובה, אבער געווענדליך האלט איך עס ביי מיר...
מיטוואך יולי 30, 2014 11:23 pm#214702
6 נייע חברה אויף איינמאל!! שלום עליכם!
מיטוואך יולי 30, 2014 11:46 pm#214711
חוץ פלאוועלע האט נאך קיינער פון די נייע נישט מגיב געווען..
מיטוואך יולי 30, 2014 11:56 pm#214718
אלרייט, ס'האבן זיך דא איינגעשריבן חברה מיט זיסע פארשטעלונגן, און דארטן איז עס געבליבן....

יעדער האט שיינערהייט מסביר געווען אז דא און טאקע נאר דא איז זיין פלאץ, און ער האפט און קוויקט צו שרייבן און דערפרייען דעם עולם,

נאאאאאאאאאא חברה, פאנגטס אן
מיטוואך יולי 30, 2014 11:59 pm#214719
א שיינע זאך פון @ישראל און @ראשאקעל ,זענען מקרב אלע נייע
דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:41 am#214734
משבק האט געשריבן:א שיינע זאך פון @ישראל און @ראשאקעל ,זענען מקרב אלע נייע

וואס קאסט דען א לייק? זה נהנה וזה לא חסר.
זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:24 am#215144
איך האב מחליט געווען צו וועלן פארשפרייטען מיינע רעיונות און מחשבות איבער פארשידענע טעמעס וואס קען ארויסהעלפן און צוניצקומען, אדער סתם אזוי זיין אינטערסאנט פאר אנדערע אידן ובפרט פאר די וואס דרייען זיך דא אינעם שטיבל
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:25 pm#215661
ky10950 האט געשריבן:איך קום פון צייט צו צייט באזוכן דעם קאווע שטיבל און אסאך מאל האב איך גוטע / וויכטיגע הארות צו צולייגן ממילא האב איף מיר גענומען די מיה זיך איינצושרייבן אין דעם קאווע שטיבל זייטל

דיין ערשטע הודעה איז טאקע וויכטיג. אז עפעס א מענטש איז אן ארוני.
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:17 pm#215663
איך בין דא צו פארברענגען און ארויסגעבן מיינע בויך ווייטאג און געדאנקען. פרעגן און ענפערן...

ווי יעדער דא בין איך בעצם א שטילער יונגערמאן אין זוכט זיך ערגעץ ארויסגעבן..
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:18 pm#215664
איך בין א אינגערמאן א פאר יאר נאך די חתונה וואס זוכט א ווינקל צי שמועסן און פארברענגען. נאך יארן זיך דרייען דא און זעהן אין די "ווער איז יעצט דא" שורה "איין גאסט" האב איך מחליט געווען: זהו! ווילאנג קען מען זיין א גאסט? איך שרייב מיך איין.
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:18 pm#215665
איך האלט מיך געשמאק, מיין מאמע פלעגט זאגן איך האב א סענס אוף הומאר, כ'בין עטוואס אן אויבער-חכם, א גרויסער שרייבער און שטיקל בר בי רב. איי וועט איר פרעגן פארוואס יאך רוף מיך "אחמד", איז דער תירוץ אז איר זאלט האבן וואס צו פרעגן.
איך בין אין א שטיקל דעפרעסיע און איך דארף ערענסט אביסל ליבשאפט. עטס קענטס מיר מקרב זיין אן מורא האבן פון לא תחנם, ווייל כ'בין עכט יא א איד. פינעף און צוואנציג?
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:52 pm#215678
שלום עליכם אלע נייע, וועלקאם טו די קלאב, יעדער קען דא באקומען וויפיל ליבשאפט מען וויל, כולנו בני איש אחד אנחנו, טוט אייך אויס די רעקלעך (אויב איר זענט געקומען מיט איינס) און הענגט עס אויף אויף די רעכטע זייט, און לאמיר הערן עפעס שיינע זאכן פון אייך, ווי די פיש פון ים לויפן מיר כאפן יעדע פרישע טראפ.
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:57 pm#215679
טאטי, איך האב דריי נייע אינגלעך אין מיין קלאס.

רויטעלע, וואס זענען זייערע נעמען?

גילוי אליהו, קאפקעיק, און אחמד.

שוין רויטעלע נחמתני נחמתני, יעצט ביסטו נישט די איינציגסטע מיט א פאני נאמען.
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:41 pm#215687
שלום עליכם אלע חשוב'ע נייע מעמבער'ס.
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:54 pm#215689
היי עווריוואן.

פראוועטס שוין ווייניגער עניוות און לאמיר האבן אויף וואס זיך צו שלאגן.... לעטס גאו, שרייבטס עפעס און כ'גיי גיין פארקערט... רעדי???
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:09 pm#215692
אהההה! א נחת צו זיין א חלק פון די חברה! ס'איז דא איין מעגא פראבלעם און דערפאר קען איך נישט שרייבן אין די טעג.
זייענדיג א קעמפער אין די וואויל טעטיגע ארגינעזאציע עז א דין אל-קסאם, דער מיליטערישער פליגל פון כאמאס, בין איך די לעצטערע טעג קוואטירט אין איינע פון די טונעלן וואס מיר מודזשאדיסטן האבן געבויט, און ניטאמאל קיין טו-דזשי איז דארט פארהאן. איז זייט מיר מוחל חשוב'ע פריינד, און ערלויבט מיר פארענדיגן מיין עבודת הקודש דא און דערנאך וועל איך קומען פארברענגען און ליפטערן מיינע דעות. אללה אכבאר!
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:17 pm#215695
אחמד האט געשריבן:מיין מאמע פלעגט זאגן איך האב א סענס אוף הומאר


לכתחילה אריבער אין אייוועלט האט געשריבן:אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס מיין מאמע האט מיר געלערענט אין וויג!