Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:51 pm#236084
איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל
איך בין איינע פון די גאר באווסטע תורה'דיגע שרייבערס און מיינע באשרייבונגען ליינען מער פון פערציג טויזנט מענטשן יעדע וואך, ס'ווערט אויך איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אידיש...
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:53 pm#236087
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל

המממ.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:54 am#236219
איך אויך האט געשריבן:
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל

המממ.

זייער פישי
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:29 pm#236442
איך בין א שטיקל בר דעת און האב זייער ליב צו זאגן, שרייבן און הערן, ווי אויך מיט צוהאלטן אינטרעסאנטע דעבאטעס. איך בין שוין א אלטע באזוכער דא אבער בהסתרה, עס איז זעער פיין געווען, איך מיין אז עס שוין מיין שאנס...
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:41 pm#236487
א איד וואס שטאמט פון ארץ ישראל. ס'באדערט מיר פארשידענע זאכן וואס מענטשן שרייבן וואס זענען גאנצע אדער האלבע ליגנט און איך וויל שרייבן די אמת ווען איך קען די זאך פון די נאנט.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:42 pm#236488
יעך בין א טשילער פון ערשטע קלאס, אלס געוועזן גרייט פאר א גלעזעלע קאווע און דערביי געשמאקע שמועסן מיט מיינע טייערע חברים, פארברענגען און אויסקאכן א ענין איז אלס געווען מיין High Priority, נא... וואס'זשע קען דען זיין פאסיגער פאר מיר ווי צו ווערן א חבר אינעם אלעמען באקאנטן "קאווע הויז" (שוין גארנישט קיין שטיבל), כ'האף איך וועל טאקע האבן פון ענק - וכמים פנים אל פנים וועט איר דערביי אויך הנאה פון מיר...
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:44 pm#236489
ר' אידל שלום עליכם-שאלעם עלעיכעם. לאמיר הערן מיט וואס דוה קענסט אונז קלוגער מאכן.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:46 pm#237682
להעמיד האמת על מכונו, וילמדו תועים בינה, אין לי פנאי הנדרש, אבל לפעמים כשנדמה לי ש"תעו כשה אובד" הנני בא להחזיר האבידה ובכדי לזכות (להציל) את הרבים למצוה יחשב
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:47 pm#237683
איך שרייב דא דארט אויף אייוועלט און איך וויל צולייגן מיינע מיינונגען ווען ס'פעלט זיך אויס. איך האב גראדע א שרייבערישע טאלאנט טא וויל איך מהנה זיין דעם עולם מיט מיינע כשרונות
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:53 pm#237685
אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:04 pm#237688
איך קלער אויב עס איז נישט טאקע הא בהא תליא.

קום אריין און שרייב געזונטערהייט מה שעולה על דעתך און זוך נישט צו פארבעסערן קיינעם ווייל קוייט פרענקלי קיינער האט דיך נישט געפרעגט.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:48 pm#237692
שמעקעדיג האט געשריבן:אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

;)
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:06 pm#237697
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:איך בין א חסיד פון צאנז קלויזנבורג'ע רבי פון ארץ ישראל
איך בין איינע פון די גאר באווסטע תורה'דיגע שרייבערס און מיינע באשרייבונגען ליינען מער פון פערציג טויזנט מענטשן יעדע וואך, ס'ווערט אויך איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אידיש...

נא געב אהער און שטעל ארויס א שיין שטיקל ווערק להנאות בהם בני אדם
נ.ב. צוויי אינטרעסאנטע באמערקונגען: איינס-דיין ארבעט ווערט איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אידיש, משמע אז אנדערע זעצן דאס איבער, אבער דיין אידיש דא איז גאנץ פיין בפרט פאר א לשון קודש שרייבער
צוויי, כידוע לכל פאררופען די חסידי כ''ק מרן ר' הערש מיילעך מקרית צאנז שליט''א אלץ צאנזער חסידים ולפלא אז זיינס א חסיד לפי כתבך, שרייבט צאנז קלויזענבורג!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:23 pm#237703
שמעקעדיג האט געשריבן:אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

שלום עליכם הרב שמעקעדיג שליט"א: אזוי ווי איך זעה אז ס'איז ב"ה דא א שפע פון נייע ניקס און זיי שטעלן זיך אלע פאר. אויסרעכענענדיג זייערע אייגענע מעלות און חסרונות. האביך געטראכט אז אויך איך וועל מיך פארשטעלן דא פאר'ן עולם.
והנה:מיט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק, אין א זוניגן מיטוואך (אדער אפשר איז גאר געוועין פארוואלקנט. כ'געדענק שוין נישט.) אום 17'טן יולי למספרם, האביך געבלעטערט אויף פארשידענע וועבסייטס ווען כ'האב מיך באגעיגנט מיט דעם לאגא פון קאווע שטיבל. די צוויי עיליענ'ס וואס זיצן ביי א טישל, טרינקען עפס א משקה. מסתמא קאווע. און זיי שמועסן געמיטליך. דער נאמען פון דעם סייט הייסט "קאווע שטיבל" האב איך מיך דערמאנט אז איך האב געהערט איבער א ווינדערליכע נייע וועבסייט וואס האטציך אויפגעמאכט ארום פורים צייט יענעם יאר. אומר ועושה. איך האב אויפגעמישט דעם הויפט פעידזש און זיך איינגעשריבן. מיט מיין עכטן נאמען "בערל בעל עגלה". זייענדיג אן אור אייניקל, בן אחר בן, פון מיין מאמע'ס זייט פון דעם אריגינעלן בערל בעל עגלה פון שאראש פאטאק, וואס איז צווישן הוידו נאנאש און דעברעצין אין מדינת אונגארן. איך בין אויך א חסיד פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע. בעל דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה. האבנדיג אדורכגעלערנט זיינע ספרים. און צו די זעלבע צייט בין איך א פייערדיגער ציוני. באוואונדערנדיג וואספארא שיין הערליך לאנד די אידעלעך האבן ב"ה אהערגעשטעלט אין ארצנו הקדושה. אידישע היסטאריע און קורות הדורות איז איינס פון מיינע מערסט אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס. און די היינטיגע אידישע פאליטיק איז מיר אויך זייער שטארק אינטרעסאנט...איך האף אז מיין עקספיריענס אויף קאווע שטיבל וועט בעז"ה זיין א געשמאקע און אינטרעסאנטע. מיט אזויפיל באטייליגטע פון דעם עם חכם ונבון, בליעה"ר....!
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:49 am#237748
איינער וואס האט זייער ליב נייעס און האט ליב צו ברענגען די נייעס און מיטטיילן מיט די ליינער מיין שאיפה איז צו ווערן א reporter און ברענגען נייעס פאר די היימישע אידן דא אויפן שטיבל פון מאנסי און די געגנט ארום
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:18 pm#237890
איך האלט מ'דארף מער ארויסברענגען דעם לא להנאת גופי, וויל די עולם ווערט מער און מער אריינגעטון אין דעם, מ'פארגעסט די עיקר, וואס לדעתי איז אינטערנעט און צניעות נישט די פראבלעם בכלל, און איך האלט אויך אז די פאלשע שמות טראקס, וויאויך די צמות הגידים, זענען אויך נישט די ברענידיגע פראבלעם, [איך האלט אויך אז 'מאנגל אין האוזינג' איז טאקע יא א בעי' אבער נישט ממש די נקודה פונעם פראבלעם]. איך האלט אז די עיקר נקודה איז, אז מ'האט פארגעסן דעם 'לא להנאת גופי'!!
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:42 pm#237895
לא להנאת גופי האט געשריבן:איך האלט מ'דארף מער ארויסברענגען דעם לא להנאת גופי, וויל די עולם ווערט מער און מער אריינגעטון אין דעם, מ'פארגעסט די עיקר, וואס לדעתי איז אינטערנעט און צניעות נישט די פראבלעם בכלל, און איך האלט אויך אז די פאלשע שמות טראקס, וויאויך די צמות הגידים, זענען אויך נישט די ברענידיגע פראבלעם, [איך האלט אויך אז 'מאנגל אין האוזינג' איז טאקע יא א בעי' אבער נישט ממש די נקודה פונעם פראבלעם]. איך האלט אז די עיקר נקודה איז, אז מ'האט פארגעסן דעם 'לא להנאת גופי'!!

ברוך הבא, גיב אכטונג אז דיין שרייבן זאל נישט זיין בלויז להנאת גופך.
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:00 am#237942
באמת האב איך זיך געוואלט רופן 'לא להנאת גופי כלל' , נאר כ'האב מיך מיישב געווען אז מ'קען דאך נישט אנהייבן אזוי אויפן שפיץ פונעם לייטער, והנה סולם מוצב ארצה וכו' כידוע ליודע חן, ממילא בין איך געבליבען אנדעם 'כלל', ממילא מיז מען דאך עפעס עפעס געבן פארדעם הנאת גופי , נו מי שיש לו מנה רוצה מתיים, בקיצור ס'איז א וועלט. והסוגיא עמוקה ואין לי עכשיו פנאי.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:30 am#238132
איך בין א דרייסיג יאריגער היימישער אינגערמאן. איך ארבעט אויף א זיכערע גוטע פרנסה שטעלע. מיין אינטערעסע איז אין מאטעמאטיקס און סייענס. איך ספעציאליזיר זיך אין דיפלאמאטישע פארהאנדלונג און רילעישנס. מיין שאיפה איז צו הנאה האבן פון די וועלט און העלפן מאכן די וועלט א בעסער פלאץ. מיינע פלענער פאר'ן צוקונפט זענען אומפרעדיקטעבל. דערווייל בייט איך מיין חסידות יעדע פאר מאנאטן, געוואנדן לפי וועלכע איך שפור דער באשעפער גלייכט.

האבענדיג אין מיין לעבן צוגעזען און ערפארן אויסערגעווענעליכע טאלעראנץ צו כל ערליי ראסן און קולטורן, אריינגערעכנט מיין אייגענע, האב איך מיר באקענט מיט דריי קריטישע פונקטן וואס האבן מיר אין רעזולטאט באוואויגן אהערצוקומען און טיילן ידיעות מיט אייך מיטגלידער פון דעם פארום. 1) די וויכטיגקייט פון אינטערקולטלערע באציהונגען און אזוי אויך די בענעפיטן פון ענגעידזשן מיט פארשלאסענע קהילות אדער באקריוודעטע מינאריטעטן. 2) די אומגעהויערע חסדים וואס וויסענשאפט ברענגט צו די מענטשהייט. 3) די רול פון דריי.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:31 am#238133
א גוטן!
און קורצן: איך בין באמת זייער שעמעדיג, אבער אזוי ווי די הנהלה פארלאנגט אריינצושרייבן פרטים, ביאגרעפי, וועל איך עפעס שרייבן.
אויפן שאלה וואס מיינע אינטערעסן זענען אז איך שרייב מיך איין, איז די תירוץ אז איך האב די זעלבע אינטערעסן ווי אלע דא.... אייגענטליך, צו שטופן די צייט....
מיין יארגאנג, שאיפות, טאלאנטן און פלענער לאז איך וויסן פאר יעדן וואס וויל הערן, אז מיט די צייט וועט אלעס פארענטפערט ווערן....


כל טוב.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:32 am#238134
שוין א שטיק צייט וואס איך קלער זיך איינצושרייבען, און מיטיילען מיינע מיינונגען און געדאנקען מיט די ציבור
האפענטליך וועל איך קענען אויספירן למעשה און זאגן אפאר זאכליכע ווערטער דא אויף די פארום.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 11:16 am#238142
איך בין ניי דא....
איך בין היפש ניי דא, אפשר קען מען מיר ארויסהעלפן דא?
וואס איז די גרינגסטע מהלך צו ניצן קאווע שטיבל דארט קרם מיט אן ענדרויד דיווייס, ווי אזי שטעל איך אן צו באקומען נאוטיפיקעישענ'ס פון א יעדע פאוסט
....אפפפפס, פון איעדע אשכול.

אויב איינער קען מיך אימעיל'ן אינסטראקשענ'ס, אייעד רילי עפרישיעירעט.

מיין בליץ פאסט קאנטע איז e feldman316@gmail.com e

גוט שבת
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:37 am#238220
Engager האט געשריבן:מיין אינטערעסע איז אין מאטעמאטיקס און סייענס.


איהר האט נישט געטראפן קיין בעסערע זאכן זאל אייך אינטרעסירן...

זייט אונז ביטע מסביר, ווי אזוי קומט עס צו א היימישער יונגערמאן צו האבן אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?!
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:38 am#238221
פארוואס? אזוי שטארק האסטו מורא פאר קאמפעטיש"ן? עס איז דא פלאץ פאר ביידע!
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:39 am#238223
עס פאלט דיר נישט ביי אז עס איז אן אנדערע גלגול מיינע?!
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:14 am#238235
@ פארוואס ביי דע וועי. מיר ווארטן מיט אפענע אויערן די זאלסט ממשיך זיין מיט דיינע געשמאקע שיעורים טאקע אין מאטעמאטיק
l viewtopic.php?f=19&t=7427 l
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:00 am#238244
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

שלום עליכם הרב שמעקעדיג שליט"א: אזוי ווי איך זעה אז ס'איז ב"ה דא א שפע פון נייע ניקס און זיי שטעלן זיך אלע פאר. אויסרעכענענדיג זייערע אייגענע מעלות און חסרונות. האביך געטראכט אז אויך איך וועל מיך פארשטעלן דא פאר'ן עולם.
והנה:מיט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק, אין א זוניגן מיטוואך (אדער אפשר איז גאר געוועין פארוואלקנט. כ'געדענק שוין נישט.) אום 17'טן יולי למספרם, האביך געבלעטערט אויף פארשידענע וועבסייטס ווען כ'האב מיך באגעיגנט מיט דעם לאגא פון קאווע שטיבל. די צוויי עיליענ'ס וואס זיצן ביי א טישל, טרינקען עפס א משקה. מסתמא קאווע. און זיי שמועסן געמיטליך. דער נאמען פון דעם סייט הייסט "קאווע שטיבל" האב איך מיך דערמאנט אז איך האב געהערט איבער א ווינדערליכע נייע וועבסייט וואס האטציך אויפגעמאכט ארום פורים צייט יענעם יאר. אומר ועושה. איך האב אויפגעמישט דעם הויפט פעידזש און זיך איינגעשריבן. מיט מיין עכטן נאמען "בערל בעל עגלה". זייענדיג אן אור אייניקל, בן אחר בן, פון מיין מאמע'ס זייט פון דעם אריגינעלן בערל בעל עגלה פון שאראש פאטאק, וואס איז צווישן הוידו נאנאש און דעברעצין אין מדינת אונגארן. איך בין אויך א חסיד פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע. בעל דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה. האבנדיג אדורכגעלערנט זיינע ספרים. און צו די זעלבע צייט בין איך א פייערדיגער ציוני. באוואונדערנדיג וואספארא שיין הערליך לאנד די אידעלעך האבן ב"ה אהערגעשטעלט אין ארצנו הקדושה. אידישע היסטאריע און קורות הדורות איז איינס פון מיינע מערסט אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס. און די היינטיגע אידישע פאליטיק איז מיר אויך זייער שטארק אינטרעסאנט...איך האף אז מיין עקספיריענס אויף קאווע שטיבל וועט בעז"ה זיין א געשמאקע און אינטרעסאנטע. מיט אזויפיל באטייליגטע פון דעם עם חכם ונבון, בליעה"ר....!



ר׳ בערל שקויעך באמת זייער א שיינע הארציגע תגובה ווי געווענליך וויאזוי די שילדערסט אראפ די גאנצע השתלשלות פונעם מאמע'ס זייט למעלה בקודש אַזש ביזן גרויסען זיידען דער אריגינעלן שאראש פּאָטאקער בעלעגעלע זי״ע וואס האט געשמ׳ט און גאנץ מדינת אונגארן פון אונטערלאַנד ביז מוטערלאַנד און אינדערמיט און אויך אין די גלילות . האב איך מיך טאקע דערמאנט א מעשה שהי׳ וואס כ׳האב לעצטענס געהערט פונעם בעל המעשה אליין אין גרויס בעיסמעדריש בין גברא לגברא שעפשעט ער מיר אריין אין אויער מיין גיט הארציגע שכן א בן תורה און גאר א חשובער יונגערמאן וואס האט מיך כסדר אינזינען צו מזכה זיין מיט עפעס א תורה׳לע באגלייט מיט א משל און א נמשל און שטייטצעך א לימוד זכות פון זיין אייגען הויטיגע עקספּירענס , פארציילט ער מיר אז זייענדיג אמאל אין ארץ ישראל האט ער ערגעץ אינמיטן טאג געזוכט א בעסמעדרשיל צו ווייל ער האט געוואלט זאגן יוכ״פ קטן צו ער האט געוואלט קטנ׳ן ( כהאב נישט פונקטליך פארשטאנען היות ער האט גערעדט גאר שטיל ווייל דער רב שרייעט אויב מ׳רעדט דארט אפילו אויב סאי׳ז א תורה אויפן פרשת השבוע :roll: ) עכ״פ פארציילט ער מיר אז אזוי זיכענדיג די קטנים שטיבל איין נאכמיטאג לויפט ער אריין אין דעם בעיסמעדריש זעט ער א עלטערע רויסיש אידל שטייט אין א זייט אין א ליידיגע בעסמעדריש און זאגט עפעס אויף האלב רוסיש האלב לשון קודש האט מיר געכאפט די נייגער וואס ער רעדט דארט צוזאַם בין איך צוגעגאנגען נענטער הער איך ווי ער שעפשעט עפעס ״דער בעל עגלה איז מיין קרוב״ זאגט דער אינגערמאן מיט שטוינונג אזוי ? כקען דאך אים זייער גוט פון קאווע שטיבל ! אגב אז דו ביסט זיין קרוב זאג מיר טאקע וואס מאכט ער? וויאזוי איז דער מיחוש זיינע ? ווייסט דאך!!! די סמייליס סינדראם!!??? געהערט די מצב איז שוין בעסער איז עס אמת? נאָ זאל׳ר האבן א גאנצע רפואה ברים איך מיר אונטער די נאז און ער זאגט ונאמר אמן און אזוי רעדענדיג כאפּ איך מיך אז דער איד זאגט עפעס ווייטער אויף לשה״ק וואס האט זיך למעשה ארויס געשטעלט אז דער רוסישער פרייער איד האט גאר געזאגט קדיש און נאָרוואָס געהאלטן ביי בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְאִמְרוּ אָמֵן...וואס קודם האב איך געמיינט אז ער זאגט עפעס א ספעצילע רוסישע קדיש נאך זיין הונטל וואס איז אים אזוי יונג פארשניטן געווארן אבער דערווייל פארציילט ער מיר גאר אז ער זאגט קדיש נאך א פריינד זיינער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין זש״ק די לימוד זכות איז מובן מאליו אז מ׳טאר קיינמאל נישט חוזק׳ן פון א צווייטען פארשטייט זיך פארציילט ווייטער דער תלמיד חכם אז איך האב אים צו גענימען צו די שטובלאַך און געהאלפן זאגן א קדיש דרבנן מיט ברייט מנין ביים כותל אז ס׳האט געדינערט און געבליצט אין גאנץ ירושלים !! ע״כ המעשה המשל והנמשל והדזשאוק !
די עכטע נמשל איז אז אונז האבן טאקע אזא באליבטע בעל עגלה ווי ר׳ בערל וואס איז קיינמאל נישט קארג אונז צו ערייכערן אונזערע ידיעות מיט זיינע ערשט האנטיגע מעשיות פון היינט און אמאל און ווי אויך זיינע אייגנע עקספּירענס און מעשיות פונעם בעל ההילולא אליינס אמאל פון הרב ימ סופר און געוונטליך פון מנשה פילאפף המכונה סענדער דער דייטש
עכ״פ אונזער בּר מינן איז שוין גארנישט אזא קליינער בעלגעלע נאר איינער פון די סאמע בעסטע באַ׳טעמט׳סטע נאָבעלע אידן וואס לייכטן אויף אונזער שטיבעל (ויש אומרים לאַכטן מלשון לאַכן לאַכט דער שטולסטע)
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:15 am#238245
אפשר וואלט געוועהן כדאי עס אריבערפירן אינעם אשכול פון בסיפורי של אותו בעל עגלה (עפעס אזוי) , ואתכם הסליחה
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:35 pm#238291
שבת אחים האט געשריבן:אפשר וואלט געוועהן כדאי עס אריבערפירן אינעם אשכול פון בסיפורי של אותו בעל עגלה (עפעס אזוי) , ואתכם הסליחה

לכב' הרב שבת אחים שליט"א: איך ווייס נישט אויב מ'דרשנ'ט דעם שבת אדער די אחים. מיעוט רבים שניים.
בכל אופן. דיין פריערדיגער מאמר איז א הערליך שיין שטיקל, וואס וואלט זיך געפאסט פאר דעם גרעסטן בדחן בדורנו.
נאר מתוך הדברים. פון שיינע חידושים אויפ'ן "בעל עגלה ובזמן קריב" האביך מיך דערמאנט א מעשה וואס כ'האב שוין פארציילט דא אין קאווע שטיבל, מער ווי איין מאל. אבער לתולעת הענין (ניין. ס'נישט קיין אמעראצישע טעות.) 'עללן מיר עס נאכאמאל איבערדערציילן. והנה: איך בין אמאל געווען אין אפיס פונ'ם מנהל המוסד, וואו כ'בין געוועין בעל עגלה. דער (געוועזענער) מנהל שליט"א, אליינס א בנש"ק מובהק פון גרויסע צדיקים למעלה בקודש. און איך האבמיך אנגערופן אזוי פאר א ווערטל "באלאגאלעה וביזמן קאריב". דארט איז פונקט אויך געוועין איינער א ספק בנש"ק. ער האטציך טאקע געהאלטן פאר עפעס בעסערס. אבער ר'איז נישט געוועין זיכער אז די וועלט נעמט איהם אן מזרע המלוכה (שיער געשריבן אנדערש.). רופט זיך אן דער ספק בנש"ק צום מנהל מיט שרעק. (אויף מיר.) "ער איז דיין קרוב"? האביך מיך אנגערופן "ניין" דו קענסט נאך שלאפן רואיג. די בעלי עגלות מיט די רעבעס זענען נאכנישט קיין קרובים".... :lol:
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 5:07 pm#238379
עס האט מיר זייער געפאלן די פורום ווייל איך בין א שטענדיגער שטערן אין שפאקטיוו ליינער אין עס האט מיר געפאלן אז מען קען כאפן א היימישע אידישן קאווע שטיבל שמועס אין צ'עט
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:06 pm#238548
פארוואס? האט געשריבן:
Engager האט געשריבן:מיין אינטערעסע איז אין מאטעמאטיקס און סייענס.


איהר האט נישט געטראפן קיין בעסערע זאכן זאל אייך אינטרעסירן...

זייט אונז ביטע מסביר, ווי אזוי קומט עס צו א היימישער יונגערמאן צו האבן אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?!


עס זענען דא א פאר שטיקלעך וועריאבעלס אין דיין הודעה:

דער פראבאביליטי אז עמיצער אויף קאווע שטיבל איז א היימישער יונגערמאן:
(P(A
לאמיר זאגען אז דאס איז 0.8

דער פראבאביליטי פון האבען אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס:
(P(B

דער פראבאביליטי פון האבען אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס נישט זייענדיג א חסיד:

לאמיר זאגען אז דאס איז P(B|A')=0.2.

דער פראבאביליטי פון א חסיד צו האבען אן אינטערעסע און מאטעמאטיקס:

לאמיר זאגען דו האלסט אז דאס איז P(B|A)=0.01.

אויב אזוי, פרעגסטו טאקע א גוטע קשיא: ווי אזוי קומט עס צו אז עמיצער ווי איך למשל (80% זיכער א היימישער יונגערמאן) זאל זיין פון דער 1% וואס האט אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?
--
אבער, דו דארפסט צוריקגיין א טריט, און פרעגען קודם צו בין איך טאקע א היימישע יונגערמאן? לאמיר דאס אויסארבעטען מיט Bayes' Formula:
בילד



אויב אזוי, וואס איז (P(A|B)? דער פראבאביליטי אז איך בין א היימישער יונגערמאן, given that איך האב אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?
0.8*0.01

(0.8*0.01) + (0.2*0.2)


= 0.1667

ממילא קומט יעצט אויס דער פראבאבילטי אז איך בין א היימישע יונגערמאן אויף בלויז 16.7%.
עס איז אסאך מער שייך (83.3%) אז איך בין נישט...
:!:
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:45 am#238634
אוטש מײן קאפ טוט װײ..
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 6:09 pm#238717
אינטיסטרט אין אלעס וואס טוט זיך אויף דער וועלט ספעציעל אין חצרות הקודש איון פארציטטישע היסטוריע איך האב הנאה צו הערען א צוויטע צד אנדערש ווי איך בין צוגעוואינט ביז היינט, ווילאנג עס איז אין די ראמען פון אמונה און השקפה, מיין הארץ בליטיג צו זעהן נושרים אדער היימישע מיט די גאנצע שמונה בגדים וואס זענען שוין ווייט יודישקייט אך האף און ווארט פאר די טאג וואס ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 6:09 pm#238718
א- איד וועלכע שפירט אז ער גייט אדורך זייער א שווער לעבן, און ער קען שעפן אביסל חיות פונעם פורום דא.
ב-לויז פארדעם אליינס וואלט זיך עס שוין געלוינט אהער צוקומען, על אחת כמה וכמה טובה כפולה ומכופלת,
ג-ם חדשים לבקרים וגם יין נושן איז דא צו באקומען בשפע רב ובמידה גדושה
ד-בר גדול ודבר קטן ווערט דא מלובן און ארומגענומען פון אלע סארט וועגן ודרכים.
ה-אב איך פארדען חשק צו באקומען הורמנא ורשותא להשתמש בעט הסופר און פארברענגען דא אביסל.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:49 pm#239284
איך בין אינטעריסירט אין פאליטיק און היסטוריה, קונסט, אלגעמיינע וויסנשאפט. איך בין א יודע ספר און איך וייס הידוע מירב ווטסון צו שקיים, אלפא איך מיין אז דאס איז שוין כיהודי פאר היינט.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:50 pm#239285
ר' ATUB @חייםדירבס ATUB , עס איז נישט ממש קלאר וואס דו האסט געשריבן. כ'בין דיר מכבד צו רעדאגירן דיין בייא, און עס מאכן ליינבאר. א דאנק.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:51 pm#239286
איך בין אן אטווערפענע וואס דא אין אנטווערפן איז זייער א אנגעזעצטע מצב נישטא קיין נייעס נישטא גארנישט האב איל מחליט געווען אז דא אין קאווע שטיבל איז דאך יא דא וואס צו טוהן בין איך געקימען
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:51 pm#239287
איך בין געווען א בן בית בא רעב הערשעלע ספינקער.
איך בין אין ריעל עסטעט מענעדזשמענט 15 יאר
I live in monsey and daven by Lipa Shmelzer. I am interested in networking.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:08 pm#239291
אסאך מאהל האב איך אויך עפעס צו צוגעבען צום שמועס וואס איך קלער וועט זיין לתועלת למשל בנוגע וואס איינער בעט מפרסם זיין די קשיות מיט תרוצים וועגען אמונה דער בעל דרשן איז גערעכט אז ער וויל נישט מפרסם זיין די קשיות ווייל צו וואס געבן איינעם קשיות און ספיקות וואס האט עס נישט און סקען גאר זיין וועסט איהם געבען א אייזערנע קשיא און דער תירץ וועט זיין נישט אזוי קלאר וועט זיין יצא שכרו בהפסדו וכו,
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:11 pm#239292
שווארצע קעז?? כ'אב שוין געזעהן געלע, ווייסע קעז, אפילו גרינע [אין ישיבה צייטען], אבער שווארצע? סאונדס סקערי :o
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:55 pm#239322
I know a bit האט געשריבן:איך בין געווען א בן בית בא רעב הערשעלע ספינקער.
I daven by Lipa Shmelzer. .

עמ, איך מעג עפעס פרעגן? מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
ווייסטע וואס, בעסער כ'פרעג נישט.
שלום עליכם, יהא בואכם לברכה ולהצלחה בכל דרכיך.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:42 pm#239351
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!

שלום עליכם הרב שמעקעדיג שליט"א: אזוי ווי איך זעה אז ס'איז ב"ה דא א שפע פון נייע ניקס און זיי שטעלן זיך אלע פאר. אויסרעכענענדיג זייערע אייגענע מעלות און חסרונות. האביך געטראכט אז אויך איך וועל מיך פארשטעלן דא פאר'ן עולם.
והנה:מיט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק, אין א זוניגן מיטוואך (אדער אפשר איז גאר געוועין פארוואלקנט. כ'געדענק שוין נישט.) אום 17'טן יולי למספרם, האביך געבלעטערט אויף פארשידענע וועבסייטס ווען כ'האב מיך באגעיגנט מיט דעם לאגא פון קאווע שטיבל. די צוויי עיליענ'ס וואס זיצן ביי א טישל, טרינקען עפס א משקה. מסתמא קאווע. און זיי שמועסן געמיטליך. דער נאמען פון דעם סייט הייסט "קאווע שטיבל" האב איך מיך דערמאנט אז איך האב געהערט איבער א ווינדערליכע נייע וועבסייט וואס האטציך אויפגעמאכט ארום פורים צייט יענעם יאר. אומר ועושה. איך האב אויפגעמישט דעם הויפט פעידזש און זיך איינגעשריבן. מיט מיין עכטן נאמען "בערל בעל עגלה". זייענדיג אן אור אייניקל, בן אחר בן, פון מיין מאמע'ס זייט פון דעם אריגינעלן בערל בעל עגלה פון שאראש פאטאק, וואס איז צווישן הוידו נאנאש און דעברעצין אין מדינת אונגארן. איך בין אויך א חסיד פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע. בעל דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה. האבנדיג אדורכגעלערנט זיינע ספרים. און צו די זעלבע צייט בין איך א פייערדיגער ציוני. באוואונדערנדיג וואספארא שיין הערליך לאנד די אידעלעך האבן ב"ה אהערגעשטעלט אין ארצנו הקדושה. אידישע היסטאריע און קורות הדורות איז איינס פון מיינע מערסט אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס. און די היינטיגע אידישע פאליטיק איז מיר אויך זייער שטארק אינטרעסאנט...איך האף אז מיין עקספיריענס אויף קאווע שטיבל וועט בעז"ה זיין א געשמאקע און אינטרעסאנטע. מיט אזויפיל באטייליגטע פון דעם עם חכם ונבון, בליעה"ר....!

יא. איך האב פארגעסן צו צוגעבן אז מיין עלטער זיידע ע"ה בערל בעל עגלה דער ערשטער איז געווען סגן ראש הקהל אין שאראש פאטאק. אויך פלעיגט ער פארלערנען א שיעור עין יעקב פאר די חשוב'ע בעלי בתים פון שטעטל. ער האט געהאט א פירוש ע"ט (עברי טייטש) און פו דארט האט ער אפגעליינט אלע זיסע פשטים. יודעי דבר פארציילן אז דער זיידע ע"ה ר' בערל בעל עגלה דער ערשטער איז אויכעט געווען א גרויסער טאלמעד חאכעם. ער האט געקענט גאנץ צאינה וראינה אויף אויסנווייניג. א יעדע וואך שבת ביי די דרשה אויף די פרשת השבוע וואס דער רב שליט"א (זצ"ל) האט געזאגט פאר מוסף, האט מיין עלטער זיידע ע"ה זיך אנגערופן צום רב וועלכע שטיקל ער האט געגנב'ט פון די צאינה וראינה. אזוי אז דער רב האט שוין מורא געהאט צו זאגן א גוט ווארט פון די מדרשים. האט ער זיך אונטערגענימען א יעדע וואך ליל ששי וועט ער איבערקוקן די צאינה וראינה און וויסן וועלכע ווערטלעך נישט צו זאגן. ומעשה שהיה. איין וואך, דאנערשטיג ביינאכט האט מיין עלטער זייידע ע"ה פונקט געדארפט גיין צום רב פרעיגן א שאלה אדער עפעס איבערשמועסן פון די קהל'ישע עניינים. אזוי ווי ער קומט אריין זעהט ער אז דער רב קוקט אריין אין די צאינה וראינה. איז ער געלאפן און פארציילט אין די גאנצע שטאט פאר אלע גרויסע טאלמידעי חאכאמעם. "איך האב ענק געזאגט אז דער רב גנב'ט זיינע טוירעס פון די צאינה וראינה. די וואך האב איך עים טאקע געכאפט ביי די מעשה"...!... :lol:
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:19 pm#239367
חייםדירבס האט געשריבן:איך בין אינטעריסירט אין פאליטיק און היסטוריה, קונסט, אלגעמיינע וויסנשאפט. איך בין א יודע ספר און איך וייס הידוע מירב ווטסון צו שקיים, אלפא איך מיין אז דאס איז שוין כיהודי פאר היינט.

ר' חיים ביטע פאלג אויס קעלנערס בקשה צודקת און דאסמאל נוטץ נישט אוטא-קאררעקט..
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:54 am#239482
:lol: :roll: :oops: :o אתה מורשה לכתוב גם בעברית. זה בסדר.אף אחד לא יעקם את הפה...!
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:55 am#239523
העי, כ'האב געמיינט קאווע שטובל טאלערירט נישט אפיקורסות? וואלטסט רעדן עברית אויפדעם אידאך דא פאליש צו כ'ווייס וואס, עכ'פ נישט דא. [טאמיר די מיינסט אז כ'מיין עס ערענסט, גיי אהיים[דאס אליין קומט פון די עברית'ישע סעי'אינג 'לך הביתה'..] ]
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:39 pm#239769
לא להנאת גופי האט געשריבן:העי, כ'האב געמיינט קאווע שטובל טאלערירט נישט אפיקורסות? וואלטסט רעדן עברית אויפדעם אידאך דא פאליש צו כ'ווייס וואס, עכ'פ נישט דא. [טאמיר די מיינסט אז כ'מיין עס ערענסט, גיי אהיים[דאס אליין קומט פון די עברית'ישע סעי'אינג 'לך הביתה'..] ]

דו וואלסט שוין געדארפט צו וויסן אז איך בין איינער פון די גרויסע קנקאים דא אין קאווע אין קאווע שטיבל. פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. איך שטיי על המשמר אז ס'זאל זיך ח"ו נישט אריינכאפן א ברעקל ציונות. און מ'זאלל ח"ו נישט צוקומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים, ימח שמם וזכרם. ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט געהערט פון מיינע גרויסע רביס אין קנאות, ווי הרב ישראל מ. סופר זי"ע/ שליט"א המכונה מנשה פליפ-פלאפ. און הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו לשבח... :lol: :roll:
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:10 pm#240234
אגיד את האמת, חשבתי שאני מגיע לפורום אחר אמריקאי באידיש
איך בין א חבר אבער שוין לאנג נישט באזוכט דעם אנדערן פארום

זוכנדיג "ר' משה בטלן" בין איך אנגעקומען דא.
איך בין א ליטפישער ירושלמער
איך האב מער צו טאהן מיט דקדוק און נוסחאות אא"ז
אבער וויפל צייט איך האב קען זיך אינטרעסירן אויך אין הלכה מנהגים
און אביסל היסטאראיע
איך האף א דאס איז גענוג
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:11 pm#240235
Not a lot to say - yet! I have to learn a bit more about this place before. סייג לחכמה שתיקה. עס וועט קומען בקרוב. אלענפאלס עס זעט אויס אינטערעסאנט. איך האף אז איך וועל נישט פארברענגען צופיל צייט דא
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:11 pm#240236
איך בין אין מיינע צוואנציגער יארן און איך זעה ווי פיל נישט ריכטיגע אינפארמאציע ווערט מפורסם און איך טראכט אז אויב ווייס איך די ריכטיגע אינפארמאציע בין איך מחויב דאס צו מפרסם זיין
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:12 pm#240237
שמיעסן אביסל דעם חסידש׳ן פארפלאגטער פארגעסענעם דרך. ללמוד וללמד בכל פרטיה ודקדוקיה. פרקי מחשבה/די מצב פון אידישקייט, איר עתיד, און איר עקזיסטענץ. די צעיושטע בלבול וואס פלאגט ביטערליך דעם בית החסיד. /רביס/ חסידישע פראקציעס, שידוכים/שלום בית. חינוך. זיך צענויף שמיעסן.