Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 5:51 pm#355069
וועלקאם אלע פרישע חברים, איך בינעך אויך נישט דא צולאנג, אבער גענוג אויף זיך צו באקענען מיט די ביטערסטע מענטשן וואס האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, סיסטעם, רבי'ס און וואס נישט.
ממש א רחמנות וואס דא קומט פאר אין קאווע שטיבל, מענטשן נרדפים וואס האבן נישט קיין סעקונדע מנוחה, טרעפן אטא דעם שטיבל פאר א מקום מקלט, אויסצודרוקן פרוסטרירונג און העצן, שוימען, ברויזן, פראטעסטירן, וכל שום חניכא דאית ליה.
יהא בואכם לברכה, ולהרמת קרן ההעץ בשטיבל...
:| :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 5:28 pm#355117
איך לייען שוין אין קאווע שטיבל א לענגערע וויילע, היות ס'זענען לעצטענס אינטערגעקומען עטליכע מאמענטן ווען כ'האב געלייענט אן ארטיקל און געשפירט אז איך "מוז" עפעס מגיב זיין דערויף .. אבער קיין מעמבער בין איך נישט געווען און דעריבער נישט געהאט די מעגליכקייט דערצו, אשע"כ האב איך באשלאסן צו נעמען די מוה און זיך איינשרייבן צו ווערן א מיטגליד אין "קאווע שטיבל".
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 3:31 pm#355223
איך פארגניג זיך ממש פין די רייכהאלטיגע אינפארמאציעת וואס מען דערגרייכט דא אין קאווע שטיבל דורך די אנטיילנאמע פין אסאך שרייבערס - מיין איך בכמות ובאיכות
צומאהל האב איך אויך א פראגע וואס ווארט אויף א תשובה אדער אויך א הילפרייכע הערה און פארדעם בעט איך מיך צו רעגיסטרירן.
א שיינעם דאנק פאר אייך פאר אנפיהרן אזא שיינעם סייט.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:37 pm#355242
ר' שמשון צו ר' הערשעלע?
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:41 pm#355633
איך בין א געווענליכער חידישער אינגערמאן, און איך שרייב שוין אויף אנדערע פלאטפרארמעס, און איך זעה זיך אין געוויסע ענינים גענויגט בדעת מיט די חברה דא אין קאווע שטיבל, האבעך באשלאסן צו נעמען די פאר מינוט און מאכן א ניק, אז איך זאל קענען איינטיילנעמען אין די שמועסן
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 8:40 pm#355654
איר זענט א "געווענליכער"אדער א "חידישער"? און אגב מיר האבן גענוג חברה מיט די זעלבע נויגונג, מיר ברויכן אביסל פון די קעגן זייטיגע אויך צו מאכן אביסל נויז, מיר זוכן א וועקער...
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:48 pm#355668
א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:30 pm#355678
גראדע שוין נישט געווען אין די נייעס די לעצטע שטיק צייט, און איך ווייס נישט וואס דיינע פלעינער זענען. און אגב, בוסט טאקע מער ווי וועלקאם צו ברענגען סקווערער נייעס דא אבער אלס א נוגע (נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט) וועלן די נייעסלעך מסתם נאך אויספעלן א שטיקל בירור. און נאך איין זאך, אויב דו פלאנסט צו טוישן דער שיכון דורך ריפארטן נייעס דא אויף ק"ש האסטו א גרויסן טעות, ווייל די בלעטער זענען שוין אנגעפילט מיט סקווערער סחורה און ס'האט גערוקט קיין כי הוא זה. סאו אויב דו ווילסט טון עפעס זאכליך איז פראביר אויפצוקומען מיט בעסערע - און מער אינטעלעגענטע וועגן ווי איידער מבזה זיין דיין הויז, משפחה, קהילה, און דיר אליין. אבער אויב דאס איז נישט דיינע פלעינער דעמאלטס האב פאן...
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:04 pm#355815
,I really enjoy schmoozing and farbreng with others! Kave shtibel looks a good solution for this I am a writer but actually dont have too much time for it as i am working full day
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 12:44 am#355825
איך ליין דא פין צייט צי צייט. ויש זמנים שאני רוצה להיגב אוי לעורר. אוי זמנים שיש לי נקודה אוי סתם מחשבה... שצריך לצאת לחוץ....................... וואס נאך זאל איך שרייבען..... אבל אל תדאג אני מבין שהסיבה שצריכים לכתוב לכל הפחות מ מילים היא משום סיבה אחרת.......
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:00 am#355839
ספרדי האט געשריבן:,I really enjoy schmoozing and farbreng with others! Kave shtibel looks a good solution for this I am a writer but actually dont have too much time for it as i am working full day

Welcome!
We could use some more ethnic diversity in the shtiebel.
As a bona fide Sefardi, could you critique my recent article on Sefardim.

Thank you
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:31 pm#355955
אוסטרופולר האט געשריבן:איך פארגניג זיך ממש פין די רייכהאלטיגע אינפארמאציעת וואס מען דערגרייכט דא אין קאווע שטיבל דורך די אנטיילנאמע פין אסאך שרייבערס - מיין איך בכמות ובאיכות
צומאהל האב איך אויך א פראגע וואס ווארט אויף א תשובה אדער אויך א הילפרייכע הערה און פארדעם בעט איך מיך צו רעגיסטרירן.
א שיינעם דאנק פאר אייך פאר אנפיהרן אזא שיינעם סייט.



איך אויך האט געשריבן:ר' שמשון צו ר' הערשעלע?


ווענדט זיך, אויב ער וועט רעדען מיט רמזים וואס קיינער פארשטייט נישט וועט עס זיין א ר' שמשון, אויב וועט ער זיין הומארוס און מ'וועט זיך קאלערען פאר געלעכטער וועט ער זיין א ר' הערשעלע.
פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 11:06 am#356052
תנחום האט געשריבן:איר זענט א "געווענליכער"אדער א "חידישער"? און אגב מיר האבן גענוג חברה מיט די זעלבע נויגונג, מיר ברויכן אביסל פון די קעגן זייטיגע אויך צו מאכן אביסל נויז, מיר זוכן א וועקער...


די גייסט צו טיף

ווען איך זאג געווענליך, מיין איך צו זאגן דערמיט, איך עס נישט קיין גלאז און איך טרינקט נישט קיין געזאלין.... כ'מיין צו זאגן נארמאל עוורידזש חרידישער יונגערמאן, מיט א סיענע און צוויי טעלעפאנס

ווען איך בין ווען קעגן זייטיג וואלט איך געשריבן אויף אייוועלט... איך בין נישט קיין פראוואקאצירער
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:34 pm#356500
פרישע און אפענע געדאנקן איז מיר ווי לופט צום אטעמען, האב איך אפגעמאכט צו זיך ענדליך איינשרייבן און זיין א חלק פון די חבורה הקדושה! איך פראביר זוכה צו זיין מיט רעכט צום טיטל משכיל. בקיצור איך וויל זיין קלוגער בגשמיות ובנפשיות!
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:37 pm#356501
משכיל אספיראנט האט געשריבן:פרישע און אפענע געדאנקן איז מיר ווי לופט צום אטעמען, האב איך אפגעמאכט צו זיך ענדליך איינשרייבן און זיין א חלק פון די חבורה הקדושה! איך פראביר זוכה צו זיין מיט רעכט צום טיטל משכיל. בקיצור איך וויל זיין קלוגער בגשמיות ובנפשיות!

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם און גיסט אייך אהן א גלעזל ווארימע קאווע...
פתח פיך ויאירו דבריך!
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:43 pm#356503
א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק, און איבער דברים הצריכין תיקון.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:10 pm#356520
אברעימל האט געשריבן:א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק. און איבער דברים הצריכין תיקון.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם און גיסט אייך אהן א גלעזל ווארימע קאווע...
פתח פיך ויאירו דבריך!
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:04 pm#356525
אברעימל האט געשריבן:א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא ...


וועלקאם אבארד, גיס אויס אלעס וואס די האסט זיך איינגעאלטן אויף איינמאל
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:21 pm#356582
אברעימל האט געשריבן:א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק, און איבער דברים הצריכין תיקון.

לאמיר הערן ביי וועלכע פרק האלטסטו?
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:46 pm#356868
I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 7:28 pm#356872
ATUB @ ATUB
gitgitgit האט געשריבן:I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people


גוטגוטגוט
דו זעסט אויס צו זיי פיין אויסגעקאכט אין עלעקשאן פאאליטיק, קום אריין מיט די פולע שטארקייט. דער עולם זיצט אנגעשפיצט דיר צון הערן.
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 7:35 pm#356873
שיכון סקווירא האט געשריבן:א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.

ATUB @ ATUB

אה, יהא בואכם לברכה. איך ווארט שוין צו הערן וואס טוט זיך מיט די וואנט.
די העיליגע בי"ד האט צוגעזאגט צו בויען א וואנט צווישן מאנסי, אוון מאנסי וועט ווילן באצאלן פאר דעם.
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:30 pm#356961
איך בין אויפגעוואקסן MO און יעצט בין איך פאראינטערעסירט מיט די פרום יידיש רעדענדיקן וועלט. צו רעדן אין תורה אויף יידיש איז מיר א גרויסער פארגעניגן. איך וויל באקענען זיך מיט די וועלט.
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:52 pm#356967
מציץמןהחרכים האט געשריבן:איך בין אויפגעוואקסן MO.

וואס מיינט דאס? עניוועי שלום וברכה.
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:56 pm#356968
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מאדערן ארטאדאקס
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:59 pm#356970
א מזל ער איז נישט אנגעקומען דא דריי יאר צוריק
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 9:02 pm#356971
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וואס וואלט דאן געשען?
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 9:05 pm#356973
ער וואלט נישט געהאט די געווייקטע חסידישע אידן וואס מיר האבן היינט דא
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 9:13 pm#356976
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אהא..
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 4:20 pm#357354
איך בין שוין לאנג דא אין קאווע-שטיבל, אבער עס איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו שרייבן דא. איך האב אסאך וואס צו פארקויפן, אבער איך האב נישט כמעט קיין איבעריגע צייט אינעם טאג.

איך האף זיך צו אנשטרענגען און שרייבן דא אביסל פון נייע רעיונות וואס פליסן אריין אין מיר.
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 4:22 pm#357355
איך בין א חסידוש בחור'ל פין איין אין צצואנציג יאר, לעבדיג אין בעטעמט, ארימגענומען מיט פילע חברים. איך ארבעט אין אן עטוואס גרויסע פירמע וואס האלט זיך נאר אין איין פארגרעסרען מיט גאט'ס ב"ה הילף.
אזוי ווי אסאך פין מיינע חברים פין די 2016-1995 עפאכע, (די גרויסע טעכנעלאגיא עוועלאציא) בין איך אדורך געגאנגן פארשידענע שווערעקייטן. . . אבער וואס אימער איך זאל [נישט] האבן געטוהן, האב איך געגלייבט אין געשפירט ווי די באשעפער איז מיט מיר, אין קיינמאל איז געוועהן וואס איך האב חלילה פארגעסן פין אימען!
איך האב מיר איינגעשריבען אין קאווע שטיבל ווייל איך פיל וואו דא איז דער ריכטיג ארט ארויסצוגעבן מיין שרייבן טאלאנט.
גראמען אין פיוטים טוהן מיינע געפילען ארויסגעבן
פילע סודות אין עפעזאדען זיי דערציילען פין מיין לעבן
זיי העלפן מיך אוועק קוקן פין שווערעקייטן וואס דרייען זיך דערנעבן
אין גלייכצייטיג זיי שטיפען מיר צו קאנצעטרירען אויף וואס איך טוה שטרעבן.
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 4:23 pm#357356
דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:45 pm#357375
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער וועקער האט געשריבן:דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.

אפשר גיט איר ארויס פלענער, ווען דער נעקסטער וועקער קומט ארויס?
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:58 pm#357652
א פיינער, איידעלער, וואוילער, שטילער, דורכ-שניט-ליכע אינגער-מאן שלא מן השורה וואס גלייכט א גלעזל קאווע, ליבט צומאל א גלאז שנאפס און ס'שטייט פון אים אויך אויס צו פארלענדן א פאס ביר...
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 5:43 pm#357659
ס'איז נישט מיין סטיל זיך פארצושטעלן אזוי ברבים מיין מציאות אבער אזויפיל יא א געמלט'ער און א היימישער איד בין איך און חסידות איז מיין וועג ווייזער און אלץ נישט נאר רוחניות נאר בעיקר גשמיות וכו'
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 6:48 pm#357674
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווער איז געווען מוהל אויב איך מעג פרעגן?
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 9:03 pm#357686
ספרא וסייפא האט געשריבן:א פיינער, איידעלער, וואוילער, שטילער, דורכ-שניט-ליכע אינגער-מאן שלא מן השורה וואס גלייכט א גלעזל קאווע, ליבט צומאל א גלאז שנאפס און ס'שטייט פון אים אויך אויס צו פארלענדן א פאס ביר...


לחיים!

איר זענט יעצט אנטלאפן פון די באוויסטע ווירטואל קרעטשמע?
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 9:05 pm#357687
קל וחומר האט געשריבן:ווער איז געווען מוהל אויב איך מעג פרעגן?


מיינסט צו פרעגען צו דער מוהל טראגט מיט'ן עירוב?
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 9:55 pm#357823
אני דתי-לאומי עם אהבה גדולה (לפני הכל לבורא עולם וגם) לדרכי החסידות ומחשבת ישראל ולגדולי ישראל. הראי"ה, האישיות המשפיעה ביותר על הההשקפה הדתית-לאומית (כפי שמתבטאת אצל שומרי מצוות ציוניים ולא אצל מה שקוראים "דתיים לייט" שלמעשה אינם באמת דתיים), היה נכד מצד אימו לחסיד חב"ד שהיה חסיד נאמן של מרן הגאון ה"צמח צדק" זצוק"ל.
אני מתעניין מאוד בתולדות עם ישראל וגדולי ישראל ובמחשבת ישראל והשקפה יהודית ובסיפורי צדיקים, אך גם בהלכה כי בלעדיה אין חיים דתיים.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 10:50 pm#357829
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום לך מרן יהא בואך לברכה אתה מבין יידיש ?
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:56 pm#358020
איך בין שוין א יוצא ונכנס דא אויף דעם קאווע שטיבל וועב זייטל פאר עטליכע יאר... עס איז שווער זיך אנצוזעטיגן פון די קוואליטעט פון די טאלאנטפולע און תוכן'דיגע שרייבער'ס. יעצט האב איך מחליט געווען צו צוגעבן מיין חלק בעזרת השם.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:09 am#358297
ראה ראיתי כת לצים שקרנים ידענים חכמים כולם בפונדוק אחד, אמרתי לנפשי בא אצרף עמהם במיעוט שכלי ומיעוט ידיעתי אולי ידבק בי משהו טוב, אם לא חכמה אולי ידיעות בהסטוריה, ואם לא זה אולי קצת ליצנות, ואם לא זה לכהפ קצת מה לעשות בזמן.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 12:26 pm#358314
חכם-לב האט געשריבן:איך בין שוין א יוצא ונכנס דא אויף דעם קאווע שטיבל וועב זייטל פאר עטליכע יאר... עס איז שווער זיך אנצוזעטיגן פון די קוואליטעט פון די טאלאנטפולע און תוכן'דיגע שרייבער'ס. יעצט האב איך מחליט געווען צו צוגעבן מיין חלק בעזרת השם.


ביסט פון די יחידי סגולה וואס "געזאגט ווי געטוהן",
קים איט אפ.
זונטאג יאנואר 01, 2017 2:26 pm#358460
קאווע שטיבל איז איינס אין די וועלט א יחיד במינו אין א חד בדרא דאס מקום מקלט ווי א היימישע קען זיך אהין אריינגליטשן אינמיטן א רוישיגן טאג זיך צו דערכאפן דאס הארץ מיט אביסל דברים של טעם אינטרעסאנטע ידיעות באצויבערדיגע געשיכטעס אין אויך דער אור אלטער קרעמלעריי וואס והוא שעמדה לאבותינו אין די שווערסטע זמנים ויהי נועם ה"א עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו וגו וכו
מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:35 pm#358638
איך בין אצפעתער איד און איך גיין ארביער צום אמריקה איך ויל זיין מקושר צום אלע זאכן כדי וויסן אלע זאכן להשתקע גוט בדי נייע פלאץ און סייע מקושר צום אלע חברה און זייט מצליח בעזר השם יתברך..............................
מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:46 pm#358880
גארנישט אזוי מורא'דיג וויל ליינען עפעס אינטערעסאנט, מיט האלטן די נייעס אביסל, ארבעט שווער אגאנצן טאג, שרייבן איז מיר גרינגער ענגליש וואס נאך קען איך זאגן? ,..........................................................
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:32 pm#359179
אני הגבר ראה עני בשבט עברתו, אותי נהג חושך ולא אור, אבל סוף הכבוד בא.

פיל בין איך דורכגעגאנגען אין מיין לעבן, גוטע און ווייניגער גוטע פאסירונגען, אבער דער סוף הכבוד פון הימל האט מען מיר געגעבן. בעזרת-השם האב איך די זכיה מקרב צו זיין אידן לאביהם שבשמים, צו האבן דעם אמת'ן און ריכטיגן מהלך אין אידישקייט און אין השקפת החיים.

מיין אינטערעסע דא איז פילפארביג. קודם כל קען איך פיל צוגעבן צו די חברים דא אין פילע געביטן אין לעבן, צי איז דאס אין היסטאריע, וואו איך פארמאג א יד ושם, צי איז דאס אין פראקטיק החיים אדער אין טעאלאגיע, צעיר אנוכי אבל קניתי הרבה חכמת החיים, געזען און געהערט ביי גרויסע און קליינע, ומכל מלמדי השכלתי, און איך בין דא ללמוד וללמד, תוך קנין פון אנדערע חברים אויף ווייטער.

מיין האפענונג איז: איר זאלט הנאה האבן פון מיינע הגיוני לבבי, און ווידער איך זאל הנאה האבן פון ליינען און קונה זיין ידיעות און עקספערטיז, און ארבעטן צוזאמען.

און צום לעצט: א באזונדערן דאנק פאר קאווע שטיבל, פארן צושטעלן אזא הערליכער וואונקל ביי כלל-ישראל, א וואונקל וואס פארמאגט נישט איר'ס גלייכן, און וועט זיכער מאכן א רעוואלוציע צווישן אידן, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.
מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:49 pm#359378
איך בין א פאשיטער יוד. וויל זיך דורעך שמועסען מיט אנדערע וואס קענען מיין שפראך. איך פלאן צו מופען קיין סטעטן איילענד דער ניק מאך איך יעצט צו זעהן צו ס׳דא נאך מענטשען וואס וואוינען אדער פלא עם צו מופען אהין. אין באקומען אביסעל עצות ווי אזוי איבער צי רעדען מיין ווייב.
מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:52 pm#359387
Rupert האט געשריבן:איך בין א פאשיטער יוד. וויל זיך דורעך שמועסען מיט אנדערע וואס קענען מיין שפראך. איך פלאן צו מופען קיין סטעטן איילענד דער ניק מאך איך יעצט צו זעהן צו ס׳דא נאך מענטשען וואס וואוינען אדער פלא עם צו מופען אהין. אין באקומען אביסעל עצות ווי אזוי איבער צי רעדען מיין ווייב.


מאך א שבת אחים מיט אונזער חבר שבת אחים אפשר וועט ער דיר געבען אפאר עצות
מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:18 pm#359390
Rupert האט געשריבן:איך בין א פאשיטער יוד. וויל זיך דורעך שמועסען מיט אנדערע וואס קענען מיין שפראך. איך פלאן צו מופען קיין סטעטן איילענד דער ניק מאך איך יעצט צו זעהן צו ס׳דא נאך מענטשען וואס וואוינען אדער פלא עם צו מופען אהין. אין באקומען אביסעל עצות ווי אזוי איבער צי רעדען מיין ווייב.

קודם מופ און נאכדעם וועט דיין ווייב שוין ווערן איבערגערעדט.