Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:27 pm#562525
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך א פלאץ וואו מען קען פארברענגען געשמאַק אויף אידיש איבער אלע נושאים וועלטליך אין אידישע נושאים אין נישט אַ פלאץ וואו מען לאזט נאר איין זייט געהערט ווערן נאר א פלאץ וואו מען קען שמעוסן אין הערן מיינונגען אנדערש ווי איך האלט אזוי ערוואקסענער מענטשן אין נישט אויב איינער זאגט אנדערש ווי מיר דארף מען אים שטיל מאכן. פאר די סיבה זיך איך צו זיין אויף דעם פלאטפארמע
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:28 pm#562526
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ’קען די סיסטעם און ס׳איז גוט, אבער…………… און א קאווע שטיבעל זאגט מען הויך וואס א צווייטער טראכט שטיל, נו הערט מען פארשידענע מיינונגען איז די תוצאה אז עס קומט ארויס א שלימות
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:28 pm#562527
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווען פרייהייט פון ווארט הערט זיך אויף,
דאן איז ווען מלחמות הייבן זיך אן
דערפאר איז מיר א זכיה זיך צו געפונען צווישן די קאווע שטיבל קאמיונוטי וואו פרייע שפראך איז געשעצט און ווערט פראטעקצירט
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:28 pm#562528
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב אלס געהערט אז דא איז א פיינע פלאטץ צו פארברענגען. אין שמיסן. איך האב אלס געווילט זיין א חלוק פין די חבריה.
דאס איז א פלאטפארם וואו מען קען זיך איינשרייבן און שמועסן מיט אנדערע. איך האב שוין לאנג געהערט אז דא איז א פיינע פלאץ צו פארברענגען, איך האב שטענדיג געוואלט זיין א חלק פון די חברה דא. מיך איינשרייבן צו זיין א טייל פון דעם איז א שריט צו ווערן אן אקטיווער טיילנעמער אין א דינאמישע און שטיצנדיקע קהילה.
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:29 pm#562529
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לאמיר זיך פארשטעלן
אההעם...... א יונגערמאן מיט א שטיקל פענע מיט איבעריגע צייט זיכט אויסציגעבן פין זיך טאלאנט אין פראבירן אנפילן די צייט צים האפן אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:29 pm#562531
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלץ פארשער און נאכהענגער פאר אומצאליגע יאהרן און גאר קיוריאזער זאכן, ליינענדיג וואס טוהט זיך דא בין איך זייער אינטרעסאנט וואס איז באהאלטן אינעם מעמבער אנלי ארטיקלן
פרייטאג מאי 17, 2024 11:36 am#562573
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס ליינט ליינט ליינט ליינט און האפט אז די אינפארמאציע וועט פראסעסירט ווערן אין זיין געהערן און נישט דארפן איבערליינען ליינען און ליינען

איך גלייך צו ליינען אין די נייעס און וואס נישט…….א דאנק!
פרייטאג מאי 17, 2024 11:36 am#562574
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס האט גוטע שאופות אין לעבן אין וויל אוסניצן די צייט מיט עבודת השם אין וויל דינען די אויבערשטער א גאנצע טאג אין בין הפרקום זיך אביסל אויסליפערן די מח מיט גוטע אין אינטערעסאנטע זאכן אין נייעס צו קענען אונגיין ווייטער
מאנטאג מאי 20, 2024 8:39 pm#562843
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
מאנטאג מאי 20, 2024 8:40 pm#562844
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געקומען בין איך זוכענדיג אביסל ברייטקייט איבער נושאים ווי השקפה און חסידות און ווי אזוי אנדערע און די חסידשע וועלט.
איך בין א שטילער אינגערמאן אין די צוואצעגערס, איך בין נישט די גרעסטע שרייבער אבער איך האב א מיינאנג און די נושאים וואס אונטערסירט מיר אוןאיך וועל פראבירען צי צולייגער מיינע צוויי סענט.
מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm#562845
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע איד אין איך האב ליב מחשבה און חסידית. איך בין א שרייבער איך קען זייער גוט ארויס ברענגען מיינע געפילען דורך א פענע. איך בין זייער פריילעך זיך צו טרעפען מיט נייע חברים דא אויף קאווע שטיבל.
מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm#562846
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑מאנטאג מאי 20, 2024 8:39 pm איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
די שמאסט אריין לאקשן אויף אלע באקן...
זייער גוט זיך צו באקענען...

האפנטליך אז די וועסט שרייבן און מיטהאלטן בקביעות וועט די דורות וועלן נישט פאלן...
מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm#562847
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אלט 20 יאר, פון ארה"ק - מיין אידיש איז שוואך, אבער איך פרוב צו לערנען די שפראך. איך בין אַ ספרדישער בחור.
איך באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד צו לייענען באַמערקונגען, איך קען ביישטייערן צו דעם פּלאַץ לויט מיין מיינונג, און אין די זאכן וואס איך זע דא, ווי די שטעלונג פון רבנים צו געוויסע זאכן, ווי למשל גזירות השמד(גזירת הגיוס, גזירת מירון, גזירת החינוך וכו').
מאנטאג מאי 20, 2024 8:42 pm#562848
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm איך בין א חסידישע איד אין איך האב ליב מחשבה און חסידית. איך בין א שרייבער איך קען זייער גוט ארויס ברענגען מיינע געפילען דורך א פענע. איך בין זייער פריילעך זיך צו טרעפען מיט נייע חברים דא אויף קאווע שטיבל.
שלום עליכם חיים,
מחשבה איז פיין, מ'טאר נישט לאזן די קאפ ווערן פארדזשאווערט...
ס'איז דא דא אסאך מחשבה קעפ, ס'וועט גיין פייער פון די באלאטעס...
מאנטאג מאי 20, 2024 8:43 pm#562849
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑מאנטאג מאי 20, 2024 8:40 pm געקומען בין איך זוכענדיג אביסל ברייטקייט איבער נושאים ווי השקפה און חסידות און ווי אזוי אנדערע און די חסידשע וועלט.
איך בין א שטילער אינגערמאן אין די צוואצעגערס, איך בין נישט די גרעסטע שרייבער אבער איך האב א מיינאנג און די נושאים וואס אונטערסירט מיר אוןאיך וועל פראבירען צי צולייגער מיינע צוויי סענט.
דא לערנט מען זיך אויס צו זיין א שרייבער,
מ'מוז נישט זיין קיין גרויסע שרייבן, דזשאסט אביסעלע שרייבן על דא ועל הא, און געווענליך ווען מ'לייגט צו צוויי סענט ווערט עס מיט די צייט דריי און פיר, נאכדערצו ווען מ'רעדט פון יונגע כחות...
מאנטאג מאי 20, 2024 8:45 pm#562850
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm איך בין אלט 20 יאר, פון ארה"ק - מיין אידיש איז שוואך, אבער איך פרוב צו לערנען די שפראך. איך בין אַ ספרדישער בחור.
איך באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד צו לייענען באַמערקונגען, איך קען ביישטייערן צו דעם פּלאַץ לויט מיין מיינונג, און אין די זאכן וואס איך זע דא, ווי די שטעלונג פון רבנים צו געוויסע זאכן, ווי למשל גזירות השמד(גזירת הגיוס, גזירת מירון, גזירת החינוך וכו').
א גוטן מקבלים בברכה הרב ירמיהו (הנביא?)
די בעסטע וועג זיך צו לערנען סיי וועלכע שפראך, איז ליינען און שרייבן, אפי' אנפאנג איז עס גרייזיג, ווערט עס בעסער מיט די צייט
ברכה והצלחה
מאנטאג מאי 20, 2024 8:46 pm#562851
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm
↑מאנטאג מאי 20, 2024 8:39 pm איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
די שמאסט אריין לאקשן אויף אלע באקן...
זייער גוט זיך צו באקענען...

האפנטליך אז די וועסט שרייבן און מיטהאלטן בקביעות וועט די דורות וועלן נישט פאלן...

שכח פאר די ברוך הבא... וויי איז מיר אבער, כהאב קיינמאל נישט געשריבן דא בעפאר, כהאף ווייטער נישט
דינסטאג מאי 21, 2024 1:53 am#562875
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לאקשן שמייסער: אויב דו וועסט נישט שרייבן וועסטו הערן פונ'ם מנהל שליט"א.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31