Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:57 pm#544235
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א סאטמאר׳ע אינגערמאן, איך וואוין אפסטעיט ניו יארק, איך גלייך נייעס און פאליטיק, אידיש און נישט אידישע. איך שרייב שטענדיג וואס ליגט מיר אויף דער געדאנק, אפטאמאל טו איך עס פובליצירן. קאווע שטיבל קען זיין א ארט ווי מיינע שרייבונגען קענען טרעפן א היים.
מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:36 pm#544331
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:57 pm איך בין פריילעך צו קענען צוגעבן צו אזא רייכע פלאץ פון מחשבה און ארט צו קענען פארברענגען מיט חברים מיט די זעלבע וויזיע איך האף צו קענען שרייבען און רעגירן אויף ענינים וואס איז וויכטיג פאר אונזער קולטור
זאג מיר נישט אז דו ביסט לכאורה פון אייוועלט (ווייל איך גיי דיר ממילא נישט גלייבן)
מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:40 pm#544371
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:36 pm
↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:57 pm איך בין פריילעך צו קענען צוגעבן צו אזא רייכע פלאץ פון מחשבה און ארט צו קענען פארברענגען מיט חברים מיט די זעלבע וויזיע איך האף צו קענען שרייבען און רעגירן אויף ענינים וואס איז וויכטיג פאר אונזער קולטור
זאג מיר נישט אז דו ביסט לכאורה פון אייוועלט (ווייל איך גיי דיר ממילא נישט גלייבן)
לכאורה איז עס נישט מסתבר.....
מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:35 pm#550396
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פלעינע יונגערמאן וואס גלייכט צו ליינען מכל טיב וטב, עס קוקט מיר אויס ווי די פלאטפארמע איז א מקום ווי דער עולם האט גאנץ גוט ארויס נושאים ברוחניות ובגשמיות, ממש א אוצר בלום פון דברי חכמה (עט ליעסט יעדע ערשטע תגובה...), וויל איךאויך הנאה האבן פון די ווערק און זיך דערקוויקעווען דאס הארץ אביסעלע!
מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:36 pm#550397
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אגוטן מיינע טייערע קאלעגע פארמ'יסטן.

האפענטליך וועלן מיר האבן אינטעלעקטואלע נוצן איינע פון די אנדערע.
מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:36 pm#550398
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן חשובע חברים,
איך בין אינטערעסירט אין היימישע געשמאקע נייעס טעמעס אין קרישקעלעך איך האף איך וועל קענען צו געבן צום מקום,

איך בין שוין געווען דאהו מיט א ניק אבער איך בין געווארן אויסגעשפארט פארן נישט שרייבן, יעצט שרייב איך מיך פריש איין אין בעזה געהעריג שרייבן.
מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:37 pm#550399
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פּרובּיר נאך צו פארשׁטיין מיט אסאך איבּעית
ווי אן אפרוח, מיט קושׁיות און ראיות
אפשׁר דא וועל איך קלוגער ווערן, העי יו נעווער נאו...
סיט בּעק ענד ענזשׁוי דע שׁאו.
דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:26 pm#550695
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ברוך השם פרנסה בריוח און אסאך איבריג צייט, נאך א לאנגע צייט שפילן קענדי קראש וכדומה האב איך געטראכט אז עס איז סתם א שאד זיך נישט אנצופילן מיט תוכן אין די צייט האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן מיט קאווע שטיבל, און דא שטייען מיר
דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:27 pm#550696
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטע איד וואס האט ליב צי הערן יעדן דעה
דעת תורה און דעת בעל הבית צי גלייך א יעדן צייט
א חבר אין קאווע שטיבל וועט מיר ברענגן אסאך קלארקייט אין ביידע ציגלייך. געווענליך טרוד על המחיה ועל הכלכלה אבער פאר גוטע נייעס האט יעדער צייט
דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:27 pm#550697
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א יונגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יארן פונעם הייליג שטעטל קרית יואל געהערט לעצטענס פון א חבר וועג די געשמאקע וועבזייטל וואס איך האלט קען צולייגן אביסל ווארע מיט מיין שכל
דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:28 pm#550698
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב מיך באשלאסן צו ווערן א חבר אין דעם קאווע שטיבל פארום, ווייל איך זוך א קהילה וואס טיילט מיינע אינטערעסן און האב א ליבשאפט צו יידישער קולטור און שפראך. איך בין שטארק באגייסטערט פון די מעגליכקייט צו לערנען און צו וואקסן דורך דיאלאג מיט אנדערע, וואס טיילן זייער וויסן און פערזענלעכע ארפארונגען. איך האף צו ביישטייערן צו די קאמיוניטי מיט מיינע אייגענע פערזפעקטיוון און אינסייטס, וועלכע קענען העלפן בארייכערן אונזער געמיינזאמע דיסקוסיעס.
דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:28 pm#550699
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:26 pm איך האב ברוך השם פרנסה בריוח און אסאך איבריג צייט, נאך א לאנגע צייט שפילן קענדי קראש וכדומה האב איך געטראכט אז עס איז סתם א שאד זיך נישט אנצופילן מיט תוכן אין די צייט האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן מיט קאווע שטיבל, און דא שטייען מיר
ירושה ?
(ווי אזוי האט מען פרנסה בריוח און אסאך איבריג צייט ? אפשר געבסטו ארויס די סוד ?!)
מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:22 am#550812
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין פאר א לאנגער צייט זיך איך א פלאץ ווי מען דיסקוסירט פארשידענע טעמעס אפערנעהייט און א היימישע אידיש. א חבר מיינע האט מיר דערציילט וועגן דעם ארט. איך האף צי הנאה האבן פון די פלאץ. בטבע בין איך א שעמעדיגע, אבער איך האף אז ווען איך ווער מער באקוועם וועל איך האבן זיי קוראזש אויך צי שרייבן
מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:23 am#550813
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
איך גלייך צו ליינען, ספעציעל אין אזא קאנווערסעישאן סטייל
איך בין געווארן זייער שטארק נערוועז פון די צענזור אויף אנדערע זייטלעך (אן נעמען)
אזוי ווי מען קען נאר לייענען תגובות מיט א ניק מוז איך אויפסיינען צו קענען ליינען תגובות.
מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:23 am#550814
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם. מיין ניק נאמען איז "ארנטליך", ווייל דאס איז וואס איך פרוביר אלעמאל צו זיין אין ווירקליכן לעבן. ארנטליך.

ווען אימער איך טרעף אין א היציגע דעבאטע וועל איך זיך אפשטעלן און טראכטן מיט אן אמת, וואס וויל איך, און וואס וויל מיין עגא? און וואס איז למעשה דער אמת? לאמיר זיין ארנטליך און אויפריכטיג.
מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:34 pm#550901
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טייערע חברים,

זינט דעם לעצטן גרויסן וועלט-מלחמה, א סך יזכור בוכער זענען געשריבן און פארענפטליכט געווארן דורך אלעריי יידישע לאנדמאנשאפטן איבער דער וועלט. א קליינע צאל פון זיי – בעיקר די וואס האבן א שייכות צו טשענסטאכאוו, פוילן, און איר אומגעגנטס – האב איך זיך עפעס אליין אן עצה געגעבן און איבערגעזעצט אויף ענגליש.

דאס איז אלץ זייער גוט און שיין, אבער דער עיקר, כ'וויל אייך זאגן, אז מיר האבען אנגעהויבען לעצטענס א נייע פראיעקט איבערצוזעצן דעם יידישען וואכליכען זשורנאל "טשענסטאכאווער צייטונג", אנהויבנדיק פון לעצטן יאר, 1939, באלד פארן גרויסן מלחמה.

כ'ווייס נישט גענוי אויב דאס איז טאקע דעם ערשטן מאל וואס א יידישע צייטונג איז פולקום איבערגעצט געווארן ביזן לעצטן פיטשיפקע, מיט אלע רעקלאמעס א. א. וו. – אבער איך קען אייך בלויז דאס זאגן, אן קיין ספק, אז איר קענט גארנישט פארשטיין דאס יידישע געשיכטע, אויב איר האט די דאזיקע אלטע יידישע צייטונגען נישט איבערגעליינט.

אלע האבען א טיפן אינהאלט, און ס'איז כדאי זיי איבערצוליינען, אפילו ווען זיי האבן ווייניג פערסאנאלן שייכות צו אייך אליין. ע''כפ, דא זענען מיינע איבערזעצונגען: https://www.czestochowajews.org/old-cze ... r-cajtung/
דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:26 pm#550994
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז לוי בן ר זונדל און איך בין א מלמד שוין פאר איבער צעהן יאהר ברוך השם איך האב ליב דער קאווע שטיבל זיך אויסצולופטרן שכוח פאר אלעס עס זייער רייכע אידישע הייליגע אינפראמאציא
דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:26 pm#550995
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן מיינע ברידער דא אויף קאווע שטיבל איך בין א יונגע ביימל אין גאט'ס וועלטל, אביסל א נייגעריגער בטבע, און איך גלייך צו אויספארשן נייע זאכן אלזא ויהי היום וואס כ'האב מיך דערוואוסט פונעם פלאטפארמע קאווע שטיבל בין איך אהערגעקומען לתור את הארץ און זען מה טיבה און צו אפשר קען איך אפילו ביישטייערן דערצו איז לאמיר עפענען די טיר
דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:27 pm#550996
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום.
איך ווייס נישט פונקטלעך וואס צו שרייבן דא, וועל איך שרייבן אפאר פרטים פון מיין אידענטיטעט.

1. אזוי ווי א גרויסער חלק דא, האב איך געזעהן און געלעבט אין אפאר וועלטן אויף די וועלט. נישט זיכער איך ווייס וועלכע וועלט איך געפין מיך יעצט, אבער מיינע ראדיקאלע טוישונגען ווערן ווייניגער און ווייניגער אלץ עלטער איך ווער.

2. פאר מיין ניק האב איך גענומען שבטים, דורכאויס אונזער געשיכטע, זענען מיר יידן שטענדיק געווען אַ פאלק פון שבטים, און איך זיך יעצט מיין אונליין שבט.

3.
- איך האב ליב תנ״ך
- איך האב ליב היסטוריה.
- איך האב ליב גיאוגרפיה
- איך האב ליב סייענס.
- איך האב ליב אמת.
-- איך האב נישט ליב פאליטיק.
-- איך האב נישט ליב טפשות וצמצום.
-- איך האב נישט ליב פיזור הנפש.
-- איך האב נישט ליב (לעת עתה) ביכער אין די יידישע שפרייך.
דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:28 pm#550997
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א היימיש חסידישע יונגערמאן איך האט ליב צו פאברענגען און שמוסען אין אלע נושאים און ענינים איך לערן א האלבע טאג אין ארבעט אויך אויף דער זייט איך האלט זיך אויף די מסורה בדרך רבותינו הקדושים אבער איך פאשטיי אויך צו זיך אויסליפטערן
זונטאג פעברואר 25, 2024 7:52 pm#551264
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מר שושני איז איינער פון די מערסט מיסטעריעזע פערזענליכקייטן אין מאדערנע אידישע היסטאריע
ווי מר שושני, האב איך אן אינטרעסע אין אינעם געשריבענעם ווארט, זאל עס זיין וואס אימער.


(פאר מער דעטאלן איבער איהם זוכט אינעם בוך כל הנחלים הולכים אל הים דורך אלי וויזל. All Rivers Run to the Sea, )
זונטאג פעברואר 25, 2024 7:52 pm#551265
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין גאנץ א שטילער אינגערמאן, וואס מיום עמדי על דעתי, האט ליב צו ויסען און ליינען, און ארויס האבן נושאים.
שוין א שיינע פאר יאר וואס איך ויל שרייבען און עפענען עטליכע טאפיק'ס וואס מ'האט נאכנישט געשמוסט דא.
זונטאג פעברואר 25, 2024 7:53 pm#551266
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נאטינג ספעשל. איך בין א באשיידענע אינגערמאן וואס זוכט זיך אביסל אויסצולופטערן און מיטהאלטן נייעס און קאנטרערווערסיעס אין די היימישע גאס. איך פארשטיי אביסל צו פאליטיק און דאס גלייכן. קאווע שטיבל זעהט אויס צו זיין גאר א גאר א גרויסע קוואל פון וויסנשאפט אויף א היפש ליבעראלע און נישט געצוימטע פארנעם דערפאר האב שטארק חשק דא צו זיין.
זונטאג פעברואר 25, 2024 7:53 pm#551267
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א היימישע יוד וואס גלייכט אינטעראסאנטע נייעס וואס מזעט נישט ערגעץ אנדערש ווען דעם מיין איך אז קאווע שטיבל איז די בעסטע פלאץ פאר אזעלכע סארט מענטשען ווי מיר וועגן דעים וויל איך ווערן א חבר אין קאווע שטיבל אין איך האף הנאה צי האבן
דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:32 am#552042
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אידיש אינגעל, געווען אמאל היינט שוין א טאטע פון אפאר זיסע קידערליך, וויפיל דארף מען דאנקען אויף די גיטס, אין סוועט נאך אלס נישט זיין גענוג. עד הנה עזרונו. געלערנט אין דער מירע ישיבה א צירקע 15 יאר צוריק, צו איך וואלט געשיקט מיין זון, א גוטע קשיא
דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:32 am#552043
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן ארבעט א גאנצע טאג, מאכט שיין פרנסה בה, איך זיך אריבער כאפן צו קאווע שטיבל א פאר מאל א טאג צו דערכאפן די הארץ.
איך האב ליב צו שרייבן אין הערן אידישע ארטיקלעך.
דאנערשטאג אפריל 04, 2024 9:50 pm#557742
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א טאטע פאר פיר קינדער קע"ה, וואס האט נישט קיין צייט פאר נייעס על פי רוב. איך טוה אין ארקיטעקטשור און איך בין ב" ה זייער פאר ומען. איך קער זיך צום קאווע שטיבל ווייל איך פארנעם נישט צענזערירטע נייעס ווען עס איז נישט יאכנעריי
דאנערשטאג אפריל 04, 2024 9:51 pm#557743
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אינגערמאן וואס גלייכט שטארק די געשריבן ווארט, איך גלאך צו פארברענגען אין קאווע שטיבל אין בית מדרש און אויפן געוועב.... איך האף איך וועל צוגעבן אביסל צו יעדע שמועס וואס איך האב עפעס צוצולייגן.
דאנערשטאג אפריל 04, 2024 9:51 pm#557744
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בין אן אלטן ניק מיט א נייע נשמה איך נעם מיך אינטער צו זיין וואויל אין איך האף צו קענען צוגעבן א סאך צום שטיבל ספעציעל אין געזעלשאפט אין און העמק דבר אין פארטייט זיך נעמען א סאך
דאנערשטאג אפריל 04, 2024 9:52 pm#557745
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א באשיידענע אינגערמאן וואס פארשטייט אביסל צו פאליטיק און נייעס. די סיבה פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמבער איז צו באקומען אן אומצענזירירטע בליק אויף די נייעס און קאנטראווערסיעס. איך האב א שטארקע פעשאן (passion) צו נאנפיקציע ביכער און בפרט פסיכאלאגיע. (צו דאס איז רעלעוואנט צו נישט, ווייס איך נישט...) איך האף צו שפעטער אזשאסטן אביסל מיין פראפיל נאכן באקומען א שטיקל בליק וויאזוי דאס דארף צו ווערן אויסגעפילט.
זונטאג אפריל 07, 2024 4:25 pm#558036
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אקוראשט געהערט פון קאווע שטיבל. גראדע געפעלט עס מיר, אבער שטארק לימיטעד פאר דרויסענדע. כ'לערן אין אוניווערסיטעיט אין קאנאדע, איינע פון מיינע לימודים פאר קרעדיטס איז שפראכע און יידיש האב איך דערוועלט
זונטאג אפריל 07, 2024 4:26 pm#558037
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ראדניער איד פון ראדני הידוע פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג המכונה ירושלים דאמעריקא, און דא איז פלאצירט די התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדע, לענינינו ווער ס׳נאך נישט געוועהן אין ראדני ווייסט נישט וואס מיינט צי זיין א ערליכער איד.
זונטאג אפריל 07, 2024 4:26 pm#558038
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וואוין כרגע אין ארץ ישראל, וואו ס'איז נישט דא א געהעריגע סייט וואו מען קען רעדען מיט אנדערע יודען אונליין, בכלל צו טרעפען אזא מין זאך וואס מ'לאזט אפען דא אין די אינטערנעט פילטער איז גאר שוער. ממילא האף איך אז דא און דא וועלט בארימטער קאווע שטיבל ועל איך טרעפען אן ארט
זונטאג אפריל 07, 2024 4:26 pm#558039
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סאיז חשוב פאר מיר צו געהן אנדערע דיעות.
איך גלייב אז יעדער מענטש קען מיר מאכן קליגער חאטש מיט עפעס.
איך האב געלערנט גאר אסטך, און איך אויב ידיעות און אסאך אינטרעסנטע נושאים.
איך האפ באמת אז איר וועלן הנאה האבן פון מיינע אויף געקלערטישע רעיונות.
זונטאג אפריל 07, 2024 4:27 pm#558040
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגערמאן וואס זיכט צי הערן אנדערע מיינינגען אין לויט וואס איך זע איז קאווע שקיבלתי דאס ריכטיגע פלאץ אויב מ'איז אינטערסירט אין הערות א צווייטער דעה אן קיין צנזור וואס וועט צענזירן וואס איז ערלויבט אין וואס נישט
זונטאג אפריל 07, 2024 4:27 pm#558041
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לאמיך זיך ערשט פארשטעלן פאר אייך:
מיין ניק נאמען איז ווי איר זעט רב חאצאצאק הקטן אויב איר האט ליב מוזיק וועט איר מיך זיכער זען איך האב אויך ליב רבישע נייעס איך אויך וועל בעזרת ה" געבן אסאך לייקס און פאוסטן אסאך.

א גרוסן דאנק פון פאראויס!
זונטאג אפריל 07, 2024 4:31 pm#558043
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב הנאה צי פארברענגען מיט like minded חברים. איך מיין אז אמאהל האט מען געדארפט א מקווה מעמבערשיפ, קארטל מיטציהאלטען היימישע נייעס. היינו איז דא וואטסאפ אין סטעטות. אבער איך זיך צי קענעקטען מיט מער חברה אויף קאווע שטיבל. ווען סדא צייט.
זונטאג אפריל 07, 2024 4:32 pm#558044
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חשובע געסט מאכט אייך באקוועם!
מאנטאג אפריל 08, 2024 4:58 pm#558327
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין 25 יאר אלט א שטארק חסידיש אינגערמאן און איך זיך מיטצוהאלטן אלע נייעס און קרישקעלעך מיט אַלע דעטאלן ארום אין ארום איך זיך א פלאץ ווי מען קען זיך אויסדרוקן די מיינונגען אן קיין צענזורירן אזוי לאנג ווי ס'איז אויסגעהאלטן
מאנטאג אפריל 08, 2024 4:58 pm#558328
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סאטמערע יונגערמאן זיכט זיך אויסצי ליפטערן צייט צי צייט מיט כשרע אינטערטעמענט. אין קענען שרייבן מיין קיק ווינקעל פין מיין פערספעקטיוו. שכח

איך האב ליב ביזנעס, אויב זעי איך מען רעדט י
פין זאכע טאפיקס וועל איך דארט זיין זייער שנעל
מאנטאג אפריל 08, 2024 4:59 pm#558329
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוטע יונגערמאן, וואס פארשטייט זייער גוט צו ליינען נייעס, אמאל קען איך אויך צוגעבן צו די נייעס אביסל, לויט וויפיל די צייט ערלויבט, זייענדיג גאר א פארנומענע מענטש, ווי אויך זייער רייצענד צו מאכן א דאלער, האבן מיר נישט צופיל צייט, אבער מען וועט מאכן עקסטערע זמן יעדן טאג אי''ה צו פרובירן צוצוגעבן הנאה פאר'ן כלל
מאנטאג אפריל 08, 2024 4:59 pm#558330
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פריילכע איד וואס האט ליב צו מאכען יעדער בשמחה
איך בין באהאווענט אין יעדער נושא וואס עס איז דא איבערצושמוסען
איך קען אסאך וועלטליכע זאכען אין אסאך זאכען בנוגע הלכה וחסידות
איך קען זיך אויס אין אלעס וואס גייט פאר אין די אידישע חרדישע וועלט
איך קען אסאך היסטאריע פין אלע חסידיסער
דינסטאג אפריל 09, 2024 4:03 pm#558468
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ליין שוין לאנג דא. עס אינטרעסירט מיך רעבישע אין היימישע נייעס, איך פלעג ליינען מיט דארשט די ראחמיקריווקא אין סאדיגורא אשכול. גראדא טיט מיך נישט פאר אינטרעסירן די השקפה אדער חיוך אדער קעגן סיסטעם שמועסן אדער אשכולת
דינסטאג אפריל 09, 2024 4:05 pm#558469
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וואוין אין בארא פארק איך ארבעט אין א גראסערי ביי די רעדזשיסטער, מען האף מיר אז בקרוב וועל איך געהאלפען ווערן מיט א נערמאלע מכובדיגע דזשאב, כ׳האף צי ווערן א מלמד אבער דערווייל גייט עס נישט פון צייט צו צייט בין איך א סאבסיטוט
דינסטאג אפריל 09, 2024 4:05 pm#558470
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פריילעכר אידל, לאכן וויל איך שטענדיק נאר מפני חטאינו לייט מען אביסל דא און דארט. קאווע וויל איך טרינקען דערפאר בין איך דא, לאמיר זען וואס מען פארקויפט דא און וואס איך האב צו פארקויפן. לחיים אלע ברידער דאנענט.
דינסטאג אפריל 09, 2024 4:06 pm#558471
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן. איך בין אן אפטער באזוכער דא אין שטיבל משנים קדמוניות. צום באדויער קומט מיר אן דאס שרייבן גאר שווער, טראצדעם וואס איך האב נאך אזויפיל דעות ווי פיל אנדערע.
צוליב דעם טו מיך אלץ באגענוגן מיטן צולייגן אן אויג צו די שמועסן דאהי. אצינד, צוליב די גזירת הכתיבה איז לא עת לחשות וההכרח לא יגונה.
פרייטאג אפריל 12, 2024 11:40 am#558964
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל, גאר א געשמאקע ווינקעל , רייך מיט תוכן, און ספעציעל אויף נושאים ברוח התקופה והזמן וואס ווערן כסדר אדורכגערעדט מיט א ברייטקייט און מיט פארשידענע מיינונגען פון די חשובע באניצערס, ווען יעדער איז מוסיף מדיליה און געבט צו צום בירור הסוגיא. עס איז ביי מיר א פארגעניגען צו לייענען די שמועסען דא.
פרייטאג אפריל 12, 2024 11:40 am#558965
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו הערן און פארשטיין וואס אנדערע מענטשן שרייבן און ברענגן זיך ארויס, פאזעטיווע מיינונגען, זעהן נאך א פראספעקטיוו און בליק אויף יודישע און וועלטליכע טאפיקס, אויכעט ביזנעס טאפיקס קען זיין אונטערעסאנט פאר מיר
פרייטאג אפריל 12, 2024 11:41 am#558966
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יעך וויל וויסען וואס עס טיט זיך אין די יודישע וועלט, איך האף צ'י זעהן נאר גיטע ניייעס מיטן אייבישטען הילף, איך גלייך זייער דיא זאכען וואס דא שטייט , אויך וויל איל קענען פין מאהל צ'י מאהל שרייבן מיינע הגהות, יישר כוח
מיטוואך אפריל 17, 2024 8:22 pm#559538
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר גלייכן א שיין שטיקל שרייב ארבייט, אזוי אויך מוזיק, פינאנץ, און אלגעמיינע פאליטיק.

קאווע שטיבל איז לדעתי כשמו כן הוא, ווען איך קום נאענט דערצו שפירט זיך ארויס דערפון אזא געשמאקע גרוך פון פריש צעמאלענע קאווע בונדלעך מיט פארשידענע פלעיוואר קריעמערס, כרצון איש ואיש. נו ווי קענען מיר בלייבן שטיין דא אינדרויסן..