פארומס › קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4,746 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 4:24 pm#348080
איך בין א אינגערמאן "צי די זאך" טייל מאל ליין איך עפעס אין איך פיל אז איך האב עפעס צי צולייגן האב איך דעסיידעוועד אז איך סיין מיך אויף, און סאיז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן
מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2016 10:40 pm#348231
שלום עליכם, איך ריף מיר אור נוגה, 25 יאר וואוין יעצט אין ברוקלין, היימיש חסידיש,
וואס נאך? פארוואס קאווע שטיבל? איך באזוך דא אפט און איך האב שטארק הנאה געהאט און איך האב וואס צוזאגן,
זאל זיך טרינקן געשמאק.
מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2016 11:28 pm#348242
דראון
I want to join kaveshtiebel because I want to share my opinion when I'm reading something I think I have what to add to the discussion also I know allot about tech so I want to share

Welcome Mr. or Ms. Drone. But your nickname the way it's spelled in Hebrew can also have a negative connotation.
There is a verse in Tanach ( Hebrew Scripture) that ends as follows..."And they shall be for everlasting shame"...
..."והיו לדראון עולם...!
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 5:39 pm#348457
נישטא וואס צו פארציילן איבער מיר, איך בין א חסיד'ישער יונגערמאן, געלערנט אין סאטמאר (די אלטע), כ'דאווען אין באבוב (די עכטע), כ'דריי זיך אין חב"ד (די היינטיגע), כאשוין פארזוכט ברסלב (די נארמאלע), כ'וואוין אין ב.פ., כ'ארבעט אין ווילי, כ'גיי כ"ו אב צום ציון און ג' תמוז צום אוהל, נאכנישט געווען אין אומאן, כאניש געלערנט אין א"י אבער איך פארשטיי און רעד עברית (ר"ל), כ'בין און די הויכע צוואנציגער יארן, מיין ווייב איז עטוואס עלטער פון מיר, איך גלייך צו שרייבן, זינגען, ליינען, און נאך..
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 7:35 pm#348466
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וואו מענעדשסטע? אין וויזניץ (די אריגענעלע)?
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 8:03 pm#348469
קל וחומר
וואו מענעדשסטע? אין וויזניץ (די אריגענעלע)?

ניין גראדע.. אבער שוין..
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 8:41 pm#348472
מענעדשער
נישטא וואס צו פארציילן איבער מיר, איך בין א חסיד'ישער יונגערמאן, געלערנט אין סאטמאר (די אלטע), כ'דאווען אין באבוב (די עכטע), כ'דריי זיך אין חב"ד (די היינטיגע), כאשוין פארזוכט ברסלב (די נארמאלע), כ'וואוין אין ב.פ., כ'ארבעט אין ווילי, כ'גיי כ"ו אב צום ציון און ג' תמוז צום אוהל, נאכנישט געווען אין אומאן, כאניש געלערנט אין א"י אבער איך פארשטיי און רעד עברית (ר"ל), כ'בין און די הויכע צוואנציגער יארן, מיין ווייב איז עטוואס עלטער פון מיר, איך גלייך צו שרייבן, זינגען, ליינען, און נאך..


שלום עליכם, עפעס זעהט אויס אז ער האט געוואלט זיין א רבי, אבער די חסידים האבן נישט צוגעלאזט איז ער לכה"פ געווארן א @מענעזשער...
מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 10:41 pm#348487
שלום עליכם, עפעס זעהט אויס אז ער האט געוואלט זיין א רבי, אבער די חסידים האבן נישט צוגעלאזט איז ער לכה"פ געווארן א @מענעזשער...[/quote]

חחח, נאפ, נישט איך.. איך וויל נישט, און לכאורה וועל נישט..
מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 12:36 am#348672
איך האב מחליט געוועהן צו ווערן א חבר, ווייל איך האב ליעב רעיונות, בעיקר צאם נעמען ביי זיך אלע שיטות, און פון מאל צו מאל זיך באנוצען לעת הצורך מיט כאטש וועלכע שיטה איך האב נאר אמאל געהערט, און אסאך מאל דריי איך עס אויף א אופן עס זאל מיר צוניץ קומען, אדער למשל איב זיך אויף די נקודה הכללית, וואס איך קען ניצען ביי כאטש וואסערע פאך. עכ"פ איך האב געזעהן אז די חברים דא אין קאווע שטיבל זענען זייער פאסיג פאר מיין מטרה.
מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:12 am#348677
דער @מענעדשער קיקט אויס צו זיין פיינע ווארע. Welcome!יהא בואך לברכה
מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:02 pm#348712
ו am thirty years old.I used to live in Williamsburg Brooklyn new York.then I came to live in england.I have no connection with the heimsh chasidim of Williamsburg Brooklyn and I enjoy very much to see the news from my young years and I have an interest in this website very much.
פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 12:02 am#348985
שוין פאר א לאנגע צייט וואס איך האלט מיט די אשכולים אויף קאווע שטיבל, איז דא אסאך מאל וואס איך בין זיך מחולק מיט איינעם'ס מיינונג, במילא וויל איך אויך קענען ארויס שרייבן מיין אייגענע מיינונג אויף געוויסע נושאים.
פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 12:05 am#348986
the reason I'm writing now in English isn't because I don't read or write Yiddish it's just the opposite I know a fluent Yiddish it is just by typing it's more time consuming for now maybe in the future after much practice it will become easier
I joined here after being here already a long time without a nick but now I decided to become more active
מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 11:22 pm#349056
שלום עליכם צו פריידי און יואל אדער פריידיואל (א אנדרוגינוס?).
מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 11:27 pm#349057
צום פינטל: איך האב 2 עצות פאר דיר. 1) דו קענסט דאונלאודן א ..."היברו"...קיעבאורד. דאס איז אבער טאקע א שטאאטער פראצעס. ס'איז דא א מער פראקטישע עצה. קויף (אפשר אנליין אויך) א ..."קאט-אוט"...היברו קיעבאורד מיט קליינע טשיפס (פלעצלעך) וואס מ'קען ארויפקלעבן אויף די קיעס. און ס'פארשטעלט נישט די ענגלישע אותיות...הצלחה...!
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:10 pm#349340
א כולל אינגערמאן פון ברוקלין בערך 30, איך האב ליעב צו ליינען און שרייבען בפרט ווען עס רעד פון דיני ממונות, און אסאך מאל שפיר איך א איך מוז שרייבען א תגובה אויף א נושא
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:27 pm#349344
@חשן משפטברוך הבא! סמאכט זיך טאקע דא אסאך נושאים ווי מקען אריינגיין אין די חושן משפט חלק האף איך אז איר וועט מהנה זיין די עולם אפי' אין אלטוועלטליכע חלקים אויך נישט נאר אין דיני ממנות
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:09 pm#349470
,I have been coming to kave shtiebl for years, but lately I see but never commented now I see that there is less activity then it used to be, so I wanted to add something too.
I am a college educated chasidish yungerman and want to bring to the table a prospective of a person that is successful without going off derech.
מיין אידיש איז גאנץ פיין אבער עס נעמט מיר אסאך לענגער צו שרייבן אויף אידיש
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:51 pm#349566
@אייז קריעם איז דיין ארומלויפן אנחזרן איין אשכול נאכן צווייטן טייל פון דיין סוקסעס?
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:01 pm#349569
זייער cute @כוכב
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:42 am#350004
איך בין זייער א 'סאושעל' מענטש, דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו ארומרעדן און ארויסזאגן וואס איך האלט ברבים, און הערן יענעמס מיינונג אויכעט, אויף א קאנפידענשעל וועג.
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 4:48 pm#350089
מיין נאמען איז יוסל איין און צוואנציג יאר אלט פון וויזשניץ, איך שפיל קיבארד אביסל און זינג אביסל, איך גלייך זייער מוזיק איבערהויפט די מוזיק פון יוסי גרין און מונא רויזבלום, האלט זיך פאר וועלטס מבין אין דעם (לאל) איך גלייך זייער אידישע פלעיס פון ווען איך געדענק מיך פלעג איך ליב האבן צו ליינע און שרייבן אידיש כאטש נישט די בעסטע שרייבער
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 4:51 pm#350090
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין בני ברק איז נאכנישט שבת??
מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 9:54 pm#350110
קל וחומר
אין בני ברק איז נאכנישט שבת??

איך.בין ייצא אין אמעריקא פאר א וואך
מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:23 pm#350121
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יוסל פון בני ברק
מיין נאמען איז יוסל איין און צוואנציג יאר אלט פון וויזשניץ, איך שפיל קיבארד אביסל און זינג אביסל, איך גלייך זייער מוזיק איבערהויפט די מוזיק פון יוסי גרין און מונא רויזבלום, האלט זיך פאר וועלטס מבין אין דעם (לאל) איך גלייך זייער אידישע פלעיס פון ווען איך געדענק מיך פלעג איך ליב האבן צו ליינע און שרייבן אידיש כאטש נישט די בעסטע שרייבער

יוסל חבר מיינע,
זיצט זיך ביי די פיאנע,

(קרעדיט ליפא)
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:56 am#350202
איך בין צווישן אכטענצוואנציג און איינענדרייסיג חסידישע פון קענזינגטאן. איך האב ליב עסן טרינקן שלאפן ליינען שמעקן טאבאק סייענספיקשן דראמא פילמס חוזק מאכן פון דע וואס מאכן חוזק פון דע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן. איך באלאנג צו נאנאש קהילה איך טו פלאמינג
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:17 pm#350206
אה ר' אלטר זוסמאן סופר מנאנאש.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:51 pm#350220
איך עפן אויף דעם חשבון האר כדי צו ענטפערטן עפעס וועגן מיך. איך בין מגייר געווען א פאר יאהר צוריק, וואוין אין ירושלים, איך האב ליב שפראכן, דער וועלט, פוליטיק בינלאומי, פסיכולוגיה... וואס נאך דארף איך שרייבן?
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:52 pm#350221
איך בין א אינגערמאן, וואוין איך מאנטריאל. איך האב געליינט די פריערדיגע אויסגאבן פון די וועקער. איך האב מוראדיג הנאה געהאט פון די גוטע אין אמתע פונקטן וואס מען ברויך טאקע אפירוועקן דעם עוךם.
נאך האב איך געוויסע ווייטוגען וואס איך וויל אפשר אמאל אין א געךעגנהייט מיטטיילן, אדער כאטש בעטן דעם עולם מען זאל דאס אויסשמועסן.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:31 pm#350286
yachad
איך עפן אויף דעם חשבון האר כדי צו ענטפערטן עפעס וועגן מיך. איך בין מגייר געווען א פאר יאהר צוריק, וואוין אין ירושלים, איך האב ליב שפראכן, דער וועלט, פוליטיק בינלאומי, פסיכולוגיה... וואס נאך דארף איך שרייבן?
שלום עליכם
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:19 pm#350303
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער
מיינע ווערטער איך קלייב מיר
געקומען בון איך דא זיצן און פארברענגען
ארויסצוגיין פון די סביבה דעם ענגען
צולייגן עפעס צום שטיבל וועל איך מיך אנשטרענגן
איך מיין אז מיט די שורות האב איך זיך געטוהן ארויסברענגען
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:59 am#350363
זוסמאן
איך בין צווישן אכטענצוואנציג און איינענדרייסיג חסידישע פון קענזינגטאן. איך האב ליב עסן טרינקן שלאפן ליינען שמעקן טאבאק סייענספיקשן דראמא פילמס חוזק מאכן פון דע וואס מאכן חוזק פון דע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן. איך באלאנג צו נאנאש קהילה איך טו פלאמינג

אה איז דאס טאקע א "זיסע-מאן"...
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:36 pm#350405
איך בין א יונגערמאן א טאטע פון קינדער ארבעט פאר פרנסה איך זוך פשוט מיר אויסצולופטערן פון צייט צו צייט מיט היימישע נייעס בעיקר ווי אויך שמועסן וועגן אונזעכ חסידישן לעבנס שטייגער אזוי אויך האב איך אן אינטערעס אין היסטאריע און וויסנשאפט
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:40 pm#350407
איך בין א מענטש אין די פריע 20'גער יארן, מיין פאמיליע זענען אנהענגער פין די סאטמאר'ע חסידות...וואס עס ברענגט מיך זיך צי רעגיסטרירן דא אויף קאווע שטיבעל.... איז אזוי קאווע שטיבעל איז א ינוק פלאץ אין די חרדישע וועלט...ס'איז א פלאץ ווי מחשבה איז היי פריארעטי. אין איגנארענץ ווערט פארשריגן אין ארינטערגעריסן,, שוין דעיס איז די מעשה...איך דארף דאך מיטיילען מיינע אינטערעסן אויך.סא לאמיר גיין אוי מיינע אינטערעסן זענען צי מיטהאלטן ווי אזוי זאכן ווערן צינימען אין אויסגעשמיעסט אויף אלע אופנים אין צדדים......מיט הצלחה
.
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 10:34 pm#350493
איך גלייב אין די אויסטערלישע אייגנארטיגע מענטשליכע פּאָטענציעל. פֿאַר אויב דער יחיד איז באַלאַנסט מיט דיסציפּלין, פארשטאנד, און א גייסט וואס איז אפען צו געטליכקייט, דאן איז די געזעלשאפליכע היימישע קולטור און פאמיליע-ווערט א געוואלדיגע פּלאַטפאָרמע פאר מענטשליכע אַנטוויקלונג, און א לעבן מיט ציל און באדייט.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:28 am#350711
ליינענדיג פון צייט צו צייט די שטותים'דיגע posts פון פארשידענע מאדנע פערזאנען, וועלכע טראגן נישט קיין שום ממשות אין זיך,
האב איך ענדליך באשלאסן אז כ'מוז זיך דא איינשליסן כדי צו קענען אפ-ענטפערן.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:46 am#350724
שלום ושלוה
ליינענדיג פון צייט צו צייט די שטותים'דיגע posts פון פארשידענע מאדנע פערזאנען, וועלכע טראגן נישט קיין שום ממשות אין זיך,
האב איך ענדליך באשלאסן אז כ'מוז זיך דא איינשליסן כדי צו קענען אפ-ענטפערן.

שלום וברכה!
אינטערסאנט אז די משמעות פון דיין פאסט איז פארקערט ווי דיין ניק-נאמען..

פארוואס זאלסטו דיך נישט איינשרייבען סתם צו באגריסן יעדעם? פארשפרייטן לאָוו? קענען ארויס ווייזן הכרת הטוב ווען איינער לייגט אראפ א גוטע שרייב-ארבעט?

עניוועי דו ביזט דאך במילא דא, ווילאנג די לעכטעלע ברענט!! אם אפשר לתקן וודאי וודאי שאפשר לתקן!!!!
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:46 pm#350796
אברך טיפוסי מן השורה, לא משתייך לאף חוג, זרם, או פלג. מואס בחיי שעה וסולד משטחיות. ומיום שעמדו על דעתי, אני במרדף אחר החכמה והידע. והיום פגשתי את חדר הקפה והנה מצאתי את שאהבה נפשי, ואמרתי לעצמי ארד ואלקוט לי פנינים ומרגליות וגם לתרום בעין טובה.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:55 am#350885
איך האב ליב אויסצודריקן מיין מיינוג אין פארשידענע ענינים אפטמאל אפילו עס שמעקט נישט מיט די אלגעמיינע רוח הקהל אפטמאל קוקט עס אויס עקסטרעם אבער איך קען מיך נישט אוועק רירן פונעם אמת און פון וואס די תורה פארלאנגט האמת אהובה עלי מן הכל און מקען נישט דרייען מיט די תורה לויט די רוח הזמן
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:13 pm#351008
איך גלייך זייער אריינצוגיין בעומק הדברים אין אלעם וואס איך ריר אן, צו איז עס לימודים אדער אומנות אדער סתם האביס. מיינע אינטערעסן זענען האנט ארבייט ווי למשל בויען אדער קאכן, איך שפיר אז זעהן א דבר השלום גיבט חיזוק, און קאמפיוטער (איך ווייס אביסל איראניש), איך שפיר ווי דאס באשעפטיגט מיין מוח. אינדערזייט האב איך א מורא'דיגע תאווה צי ידיעה פשוט פראסט וויסנשאפט, אוי אלץ און אלעמען
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:24 pm#351204
א מין שאלה! איך האב זיך פשוט געוואלט איינשרייבן, און יעצט דארף איך אפיהר קראצן פערציג ווערטער דא צי שרייבן,
אאממממ.. עטץ ווילטס אפשר הערן את מעשה? ניין?! אקעי, איך האלט שוין עניוועיס כמעט ביי פערציג,
ששיר המעלות בשוב ד'...
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:25 pm#351206
i'm a well educated person who is interested in sharing my opinion with other educated people around here like אנאנים
i live in monsey i'm considered a biala chusid i have good writing skills in Yiddish and English i'm 30 years old and 5.6 tall
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:27 pm#351207
ר' אסף, ווער האט דיר אויסגעלערנט ענגליש?
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:28 pm#351210
אוי א שאד! הא הא. כ'האב שוין געמיינט...
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:18 pm#351228
וויצע פרעזידענט
i'm a well educated person who is interested in sharing my opinion with other educated people around here like אנאנים
i live in monsey i'm considered a biala chusid i have good writing skills in Yiddish and English i'm 30 years old and 5.6 tall

שלום עליכם.
און וואס איז דיין בלוט טייפ? (ווייל איך ווייס איינער וואס זיכט א נדבן פאר א ניר...)
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:55 pm#351247
שלום עליכם וויצעפרעזידענט, איהר קומט אריין היבשקלאר נאר אויב מעגליך אויך איבער געבן אייער אויגן קאליר און סייז שיך, א שיינעם דאנק 😃
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:22 am#351294
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די 5.6 איז געשאצט אויף א ריכטער וואוג ?
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:47 am#351324
מי אנכי , אבער במקום שאין איש ... , קומט דא אריין א נייע ניק אין גאר דער וויצע פרעזידענט אליינס , אין אנשטאט א ברייטן שלום עליכם , ענטפאנגט מען עם אזוי קאלט , ( נישט אז פאר א אלטע ניק איז עס יא שיין ) , וויל איך נישט מען זאל זאגן , מדשתיק ש"מ דניחא לי' , איז נאט אייך א ברייטן שלום עליכם , ויה"ר אז איר זאלט טאקע הנאה האבן דא אין מאכן אנדערע הנאה האבן , א כוח"ט.
דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 12:58 am#351778
פארוואס איך וויל ווען א חבר אין קאווע שטיבל? איך ליין שוין דעם פורום זייט איר גרינדונג, און את חטאי אני מזכיר אז איך האב קיינמאל נישט געשריבן (איך האף מוועט מיר מוחל זיין) לאמיר כאטש פרובירן פון היינט און ווייטער
דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 1:13 am#351779
טאקע פאסיג צו תשובה טוהן יעצט אין די עשי״ת.