מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 9:06 pm#512474
איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.
חמץחיים האט געשריבן:איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.
מרדכי מרדכי האט געשריבן:חמץחיים האט געשריבן:איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.
שלום עליכם און א גוטן אייך
דיין נאמען האט מיר געמאכט פלאצן פאר געלעכטער עטליכע גרייזן איז דא אין דיין זאץ
און וואס לכל הרוחות מיינט פאנאלאגיע
נ.ב. ברענגטס באריכטן פון מאנטריאל פונעם היימישן עולם
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב איך פארשטיי גוט די דעפינישן פון ..."פאנאלאגיע"...א גוטער משל איז די ווארט א ...Duma...וואס איז טייטש אין רוסיש ..."מחשבה"...דער נאמען פונ'ם רוסישן (נישט סאוויעטישן) פארלאמענט.
אין אונגאריש מיינט דאס ווארט...רעדן/פלאפלען. לעומת אין לשה"ק/עברית. שטילקייט...Total silence...! ווי ס'שטייט אין פסוק..."ולא כל יורדי דומה..."!
גאמי האט געשריבן:א היימישער גאמי(ווער ס'פארשטייט פארשטייט) אן אויפגעקלערטער זאלי צום גוטן אוהב חכמה ומדע ומשמעות החיים שונא הבאקס והאסאסייעטי בלע"ז
Strong supporter of Ben schapiro andrew tate mat Walsh Jordan Peterson etc
גאמי האט געשריבן:א היימישער גאמי(ווער ס'פארשטייט פארשטייט)
דיכטער האט געשריבן:א אינגערמאן, א טאטע פון עטליכע.
איך דריי מיך ארום אויפן געוועב זוכענדיג א רואיגע ווינקל מיט א באקוועמען טיש וואו אראפ צו לייגן דעם הייסן גלאז עקספרעסוי וועלכע ליגט אין מיין האנט, ווארטענדיג מיט א דומם'דיגע געדולד איך זאל פון איר פארזוכן. אבער איך, זייענדיג א מענטש, קען איך דאך נישט טרינקען א קאווע ווי א פרעמדע ביים עק פונעם קארידאר, נעבן דער מקווה, צווישן די ביסכיסעס און דער טרעפ ארויף צום בית מדרש, איך זוך געזעלשאפט מיט וועמען צו שמועסן, אויף וועמען צו קאכן און קעגן וועמען צו ווכח'ענען. איך בין גרייט, איר זענט מיט מיר?