Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:15 pm#536004
יא ברוך הבא
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:31 pm#536067
א גוטן טאג,

איך בין א סעמיט, א זוהן פון סעמיטן, און אן אייניקל פון סעמיטן. כ'האב ליב סעמיטן און כ'בין א גרויסער שונא פאר אנטי-סעמיטן, און זעלבסט-האסנדע סעמיטן.

כ'האף אז מ'וועט אננעמען מיין אפליקאציע פאר דעם הייליגן מקום. ייש"כ.
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:32 pm#536068
איך וואוין בגלילות קרית יואל, און איך גלייך צו שרייבן אינטערסאנטע קרישקעלעך איבער די געגנט אויף א פארמאלע אופן, איך גלייך נייעס און פאליטיק, אבער איך בין נישט קיינמאל קיין אנדרייער. ווען איך שרייב האב איך א קראנקע מקור דערצו.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:32 pm#536292
איך בין א יונגערמאן וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און ווען איך האב אביסל פרייע צייט וואלט איך הנאה געהאט צו קענען ליינען אינטערסאנטע נושאים אין קאווע שטיבל כדי אויסצוליפטערן מיין קאפ פון די אנגעשטרענגטע ארבעט.
איך האב געזעהן די קעפלעך פון די נושאים און עס זעהט מיר אויס אינטערסאנט.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:33 pm#536294
אן היימישן אינגערמאן פון א גרויסע חרידישע שטאט,
כ'האב זייער הנאה פון די פלאץ אבער צו לייענען ווייטער דארף מען זיך רעגיסטרירן, איז ווילך מיך איינשרייבן און טיילן לייקס פאר וועמען ס'קומט זיך
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:34 pm#536295
איך וויל זיין א חבר אין קאווע שטיבל ווייל דא קען מען אויסגעפונען וואס די עולם האט א מיינונג וואס מען האלט וואס עס איז געווען אמאליגע צייטן
איך בין טאטע פון קינדער קען ניצן חיזוק און א פלאץ זיך אויסצולופטערן און ליינען געשמאקע שטיקלעך, און אינהאלטספולע ארטיקלען
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:35 pm#536297
א גוטן אלע איך האב שוין לאנג געזוכט א הערליכע אידישע פלאטפארמע וואסי געהייגנט פאר מיר כ'מיין אז כ'האב געטראפן די ריכטיגע פלאץ "קאווע שטיבל!" אראפ מיט אלע נעגעטיוועטי אין אלע מחאות וכו' וכו'... ואין כאן המקום להאריך כ'האף אז כ'וועל מיך טאקע טרעפן דא די פלאץ אין מ'וועט אינאיינעם זיך שרייבן איינער די צווייטער!!!
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:15 pm#536323
הערינג מאכער האט געשריבן:א גוטן אלע איך האב שוין לאנג געזוכט א הערליכע אידישע פלאטפארמע וואסי געהייגנט פאר מיר כ'מיין אז כ'האב געטראפן די ריכטיגע פלאץ "קאווע שטיבל!" אראפ מיט אלע נעגעטיוועטי אין אלע מחאות וכו' וכו'... ואין כאן המקום להאריך כ'האף אז כ'וועל מיך טאקע טרעפן דא די פלאץ אין מ'וועט אינאיינעם זיך שרייבן איינער די צווייטער!!!
א גוטן הרב הערינג מאכער
אגב די האסט ליב הערינג? :lol: :lol:
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm#536371
נייעס און בלומינג גראוו
באלאנגט נישט אין דעם אשכול.
מנהל
פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:51 am#536562
בלומינג גראוו נייעס
באלאנגט נישט אין דעם אשכול.
מנהל
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:59 am#536672
פרידן צו אייך קאווע שטיבל באנוצער, עס איז מיר אן עהרע צו זיין א טייל פון דאס אידיש רעדנדע און שרייבנדע דיגיטאלע געמיינדע. אלס אלגעמיינע איד האף איך צו טרעפן ביי אייך א געמיינזאמע שפראך און פארשטענדעניש, ווי אויך אן ארט אויסצובעסערן מיין קענטעניס פון אידיש.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:55 pm#536708
א גוטן, איך בין ניי דא, הגם אין אנדערע פלאטפארמעס בין איך נישט אזוי ניי.
מען האט מיר רעקאמאנדירט צו ווערן א חבר דא אין קאווע שטיבל און כ׳האף צו בארייכערן מיינע ידיעות אין געוויסע נושאים וואס לויט ווי כ׳פארשטיי קען מען דא קלוגער ווערן.
מאנטאג אקטאבער 02, 2023 12:15 pm#536972
איך גלייך צו וויסן דורך ליינען הערן און אויך שרייבן ווען מקען, קאווע שטיבל האט א אינטערעסאנטע אויסוואל פון טשאקאווע נושאים וואס ווערן נישט אויסגעמיסט אינירגעץ, בפרט אויף די אידישע שפרייך אויף מאמע לשון, האב איך מחליט געווען זיך צו איננשרייבן דא אפען סייט
מאנטאג אקטאבער 02, 2023 12:56 pm#536973
לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך: איך בין איינער וואס גלייכט גאר שטארק צו לייענען אינטערעסאנטע ארטיקלען איבער היסטאריע און אנדערע אינטערעסאנטע געשעענישן.
איך האב געהערט אסאך מענטשן רעדן וועגן דעם קאווע שטיבל אלץ א פלאץ וואו מען קען טרעפן די אלע זאכן און אסאך מער פון דעם, און דא בין איך...
דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 9:20 pm#537121
איך הייס יעקב שלום א היימישער אינגערמאן וואס גלייכט צו זיין בעובי הקורה מיטצוהאלטן אלעס אויפן וועלט און פארשטייט זיך איך גלייך צו זעהן די אשכולים איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמבער כדי צו קענען געניסן פון אלע בענעפיטן וואס קומט דערמיט
דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 9:21 pm#537122
איך בין א חסידישער איד פון קאנאדע, איך האב ליב צו ליינען און הערן פארשידענע דעות. איך בין א שטיקל שרייבער, אין מיינע יונגערע יאהרן האב איך געשריבן פאר עטליכע היימישע צייטונגען בעיקר אויף לשון הקודש (אין ארץ ישראל), ווי 'בקהילה', 'המודיע', 'המחנה החרדי'. אינטערעסאנט איז אז איך קען אויך גוט באקען, אבער דאכט זיך אז כ'אב נאך קיינמאל פארטוישט די צוויי (באקען מיט שרייבן)...
דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 9:21 pm#537123
איך בין שוין דא גאנץ לאנג אבער פלוצלונג זע איך אז מדארף זיך איינשרייבן צו קענען ליינען, שרייב איך זיך איין. איך האב לעצטנס חתונה געהאט און איך גלייך זייער דעים וועב זייטל.
דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:53 pm#537285
Re:
↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:15 pm
הערינג מאכער האט געשריבן:א גוטן אלע איך האב שוין לאנג געזוכט א הערליכע אידישע פלאטפארמע וואסי געהייגנט פאר מיר כ'מיין אז כ'האב געטראפן די ריכטיגע פלאץ "קאווע שטיבל!" אראפ מיט אלע נעגעטיוועטי אין אלע מחאות וכו' וכו'... ואין כאן המקום להאריך כ'האף אז כ'וועל מיך טאקע טרעפן דא די פלאץ אין מ'וועט אינאיינעם זיך שרייבן איינער די צווייטער!!!
א גוטן הרב הערינג מאכער
אגב די האסט ליב הערינג? :lol: :lol:
עליכם השלום!\
אין ניין כ'האב נישט ליב הערינג....
זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:06 pm#537554
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ליין שוין א לאנגע צייט וואלט געקענט באשטיין צו אנהייבן שרייבן אין איך וואלט מין הסתם געקענט צולייגן אסאך דעיס איז בעסיקלי וואס איך האב צו שרייבן
זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:07 pm#537555
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
"אתה הראיתה לדעת כי השם הוא האלוקים אין עוד מלבדו", האסטו נארוואס געשריגן אין דיין לאקאלן ביהמ"ד מיט פאטאס, יא? און נישט אזוי לאנג צוריק האסטו אונטערגעברומט דעם חזן:"כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ", הא?,איז יעצט ווען דער בורא עולם נעמט זיך אן פאר זיין כבוד, און טוט אונטערדריקן דעם מרידה במלכות שמים, אריינווארפענדיג די מדינה וואס האט זיך געשטעלט על ה' ועל משיחו, גלייכצייטיג אויפן חשבון פון אידיש בלוט, אין א טאטאלן כאאס און דיזעסטער, און ער צוברעקעלט דעם כוחי ועוצם ידי פון אריבער 70 יאר, unfortunately אויף אופנים וואס קיינער וואלט זיך נישט געווינטשן, איז מיין חבר, לייג נישט קיין האפענוג אויף זייער מיליטער, און טו נישט באווינדערן און באעהרן זייערע נצחונות,ווייל אז טאמער יא מיין טייערע פריינט, אנטשולדיג מיר פארן זאגן, דאן ביסטו געפאלן צי די wrong side , די זייט קעגן הקב"ה, די זייט פון מינות אין כפירה רח"ל. פארגעס נישט ווער עס איז דער גורם צו די פולע ליידן און פראבלעמען, און געדענק אז פון רשעים מינים ואפוקורסים ונואצי השם וועט הילף פאר כלל ישראל נישט קומען, און קיין גוטס נישט ארויסקומען. ליבערשט מיין פריינט, נעם א תהילימ'ל און בעט ביים גרויסן גאט "ער" זאל מציל זיין, זיין ליבן פאלק פון אירע פארפלאגער, און אז די מדינה הטמאה זאל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים.                    
זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:08 pm#537556
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל צוך פאַרבינדן מיט די גרופּע פון ​​די שטיבעל צו געניסן פין די שמועסן און נייַעס אָן ריסטריקשאַן באַגריס מיר ביטע מיט אַ עפענען האנט צו פארברענגען אין שמוסן
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:06 pm#537886
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בין א יונגער מאן אין די 20גער יארן איך זייך כסדר פאר פלעצער ווי איך קטן לרענן אין זמן מער צי ווייל געיס איז א גוטע ועכשיו צי אויב ברייטינג די דרך המחשבה איך ליין שוין דא פאר א שטיק אין זיך איינגזאפט אסך שעות פון גוטע Knowledge ,
יעצט איז צייט צי אנפאנגען געבין אין זען וואס איך קען ציגעבן
שכח
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:07 pm#537887
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פרובירן ארויסצוהעלפן אידן אין ביזנעס פרנסה מיט עצות אין סעלף קאנפעדענץ אזוי איך אין פערזענלעכע לעבן
זעט צי נעמען אמאל א ריסק ווייל יעדער דארף אמאל נעמען א טשעלענדש אז איר וועט טהין קליינע טשעלענדשעס ווען עס איז שווער וועט די גרעסערע דארוכגיין גרינגער
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:07 pm#537888
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם!
איך בין א חסידיש'ער אינגערמאן, בעל מחשבה און יודע ספר, וואס ענדזשויט וויכוחים און פולמוס'ער בפרט אין קאנטעווערסיאלע נושאים, זוכנדיג דעם ריינעם אמת עד הסוף, אן קיין שום פשרות און הנחות קדומות. איך וועל באמת הנאה האבן אנטיילצונעמען אין די שמועסן דא אינעם שטיבל.
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:08 pm#537889
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גיהערט אז קאווע שטיבל איז מער א ברייטערע זייטל פארשידענע זאכן ווערן מער אויסגעשמועסט דא

ווי אויך וויל איך קענען ליינען אלע תגובות וואס קען פארברייטערן מיינע ידועות
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:08 pm#537890
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן וואס איז חתונה געהאט און וואוינט אין מאנסי, ארבעט אין די קאנסטראקשן אינדורסטרי און אויך טוה איך אין ריעל עסטעיט, און נאך א טאג שווערע ארבעט קומט מען אריין זיך אויסליפטערן
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:09 pm#537891
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט טוען דו מיינסט איך בין
איך בין א פשוטע מענטש פון פלייש און ביין מיט תאוות און נסיונות וואס פלאגען מיר יעדן טאג און איך פראביר זיך צו שטארקן, כאטש אמאל פאל איך אדורך בין איך נאך אחת די זעלבע סוקסעפולע מענטש
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:09 pm#537892
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן איך גלייך זייער יודישע היסטאריע אין אלעס ארום רבישע נייעס איך ליין אין הער כסדר וואס טיט זיך ביי אלע רביס לגבי היסטאריע האב איך זיך אריין געלייגט נאך וואס איך בין צרוקגעקומען פין א נסיע פין איירופע ווי איך האב באזוכט אין אלטע בתי מדרושים וכו׳ אין עס האט מיר זייער דעמאלטס געצויגען צי הערען מער פין אלע פלעצער ווי איך בין געווען די רעשט איז היסטאריע…
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:10 pm#537893
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך זייער צו ליינען נייעס און אפהאנדלונגען אין אידיש
איך פלעג יארן צוריק זיין אויף א וועבזייטל היימישע קרעטשמע
איך מיין אז עס לעבט שוין נישט (איינער האט מיר געזאגט אז ס'איז די היינטיגע אייועלט)
איך וועל לכאורה דא דארט שרייבן און קאמענטירן, אבער נישט זייער אקטיוו אויך די שרייבן לאנגע מעשיות
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 6:10 pm#537894
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין עס איך בין דא צו ליינען און שרייבן און לייקן מער איבער מיר וועט עטס אויסגעפונען שפעטער צום ווידער זעו אויף א העפטיגע אשכול איך האב מחליט געווען צו זיך איינשטיין דא ווניל ע"ס זעטאויס ווי די בעסטע אידיש פארום
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:29 pm#543953
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם, איך ליין שוין דעם פארעם פאר יארן, אין איך וויל אויך אנהייבן שרייבן. דאס פלאץ איז חשוב ווייל אלעס וואס מיר האבן דא איז דעים גישריבן ווארט אן קענען דעים שרייבער. א קבל את האמת ממי שאמרו בחינה.

די פרייהייט פין אויסדריק וואס די פלאץ שטעלט פאר, צעזאמען מיטן תקנות המקום פארשטייט זיך, איז נאך א סיבה פאר וואס איך וויל זיין דא.
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:29 pm#543954
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זעה מיר שוין דעם שטיבל פאר אסאך יארן, אבער נישט געוואלט קיינמאל שרייבן משום כמה סיבות, אבער אצינד איז געקומען די צייט מיטצוטיילן פון אינעווייניג, אזויווי די גוטע ביכער זאגן הנה בא עתי והגיע קצי להודיע יפיי ולהגיד תפארתי.
מיר האפן צו פארברענגען אינאיינעם שבת אחי גם יחד להגדיל תורה ולהאדירה.
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:31 pm#543956
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זייער אינטערעסטנטע ארטיקלען נישטא נאך א פלאץ וואס רירט צו דיע ענינים איך האב שטארק הנאה דערפון הלואי זאל ארויס קומען א תועלת דערפון און ווי וייניגער לשון הרע איז אלץ בעסער א שיינעם דאנק
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:31 pm#543957
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב צו ליינען שיינע ארטיקלן, בפרט איבער יודישע היסטורי'ה, אדער אלטע פאליטיק
א פראפשישענעל שרייבער בין איך נישט אבער אן ארטיקל / תגובה וואס געפעלט מיר וועל איך פארשטייט זיך געבען א לייק אלס הכרת הטוב
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:32 pm#543958
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו פארברענגען מיט אנדרע צו הערען, צו רעדן און צו פארשטיין, איבער דברים העומדים על הפרק און וויסענשאפט און וואס נישט פארשטייטצעך מיט צולייגען מיין צען סענט
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:35 pm#543960
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לא שרייבר ולא בן שרייבר אנכי. ס'איז שוין אסאך יאהר וואס איך פלעג אריינקומען אין ק"ש פון צייט צו צייט און ליינען אשכולות וואס אינטעריסירן מיר.
איך בין געבארן געווארן אין אייראפע . געלערנט עטלעכע יאר אין א"י. פאר די לעצטע צוואנציק יאהר בין איך אין נ"י.
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:35 pm#543961
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אן ערליכע אינגערמאן אין די הויכע צוואנציגער יארן עווריטש וואג אביסל צו דער הויכע זייט א קראך הוט מיט געקרייזעלטע פאות און א קליין שווארץ בערדל
א טיפער טראכטער און א זארגלאזער נפש
עטליכע קינדער מיט א חשובע אשת חבר און איך גיי מיט א לאנגע רעקל
זונטאג יאנואר 07, 2024 7:38 pm#543963
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
↑זונטאג יאנואר 07, 2024 7:31 pm איך האב זייער ליב צו ליינען שיינע ארטיקלן, בפרט איבער יודישע היסטורי'ה, אדער אלטע פאליטיק
א פראפשישענעל שרייבער בין איך נישט אבער אן ארטיקל / תגובה וואס געפעלט מיר וועל איך פארשטייט זיך געבען א לייק אלס הכרת הטוב
שלום עליכם!
מ'דארף נישט זיין קיין פראפעשאנעל שרייבער אמאל אמאל אריינצו ווארפן א ווארט אדער זאגן אז מ'האט הנאה געהאט פון אן ארטיקל. א לייק איז גוט, אבער אז מ'האט הנאה געהאט פון יענעמ'ס טירחא צו שרייבן זאל מען אליין נעמען די טירחא זיך נישט צו פטר'ן נאר מיט א לייק.
מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:43 pm#544074
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין געווען אין קאווע שטיבל אבער נחסם געווארן צוליב נישט שרייבן
אבער גיי שוין זיין וואויל פון היינט און ווייטער און פרובירן צוצוגעבן צום זייטל און לאזן הערן מיין דעת תורה בענינים העומדים על הפרק
מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:44 pm#544075
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א איד וואס איז באהאווענט אין אידיש ענגליש און אביסל העברעאיש. איך האב ליב אדורכצוטוען א נושא פון פארשידענע שטאנדפונקטן און הערן אנדערע מיינונגען. איך האב געלערנט אין ליטוועשע ישיבות אבער איך האב א סאך חסידישע חברים.
מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:45 pm#544076
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם קאווע שטיבל איינוואוינער... איך בין פון די שטילערע טיפ פון נאטור אויס.. ווערענדיג איבער געשריגן אין רוב קופקעס, האב איך גענימען די גרינגערע וועג ארויס צי זיצן שטיל אין אויסהערן אין קאלעקטן ידיעות...
אבער ווען מיינע געדאנקען אין ידיעות רינען איבער פון מיינע געדערים, איז מיין איינציגסטע וועג פון עס עקספרעסן דורך שרייבן און צילייגן...
איך האף צי ליינען, זיך לערנען, אין צילייגן מיינע געדאנקען ווען מעגליך... א גרויסע שכח פאר צושטעלן דעים פלאטפארמע אין מעגליכקייט...
מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:45 pm#544077
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לכבוד המערכת

וויל פראבירן צי רעפארטן פין צייט צייט מדברים העומדים על הפרק בלי שום מחלוקת ושנאת חנם וזה חשוב מאד
וויל נישט קענען שרייבן א יעדן טאג אדער א יעדי וואך וועל פראבירן מיין בעסטע האף זייער אז אמר וועט זיין צופרידן

בברכת כל טוב

ברוך
מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:46 pm#544078
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה
א איד וואס גלייכט שלום און ישרות
און היות דא איז א מקום ווי זאכען קענען ווערן אויסגעשמועסט אויף א ישרות'דיגע אופן זענען מיר אהער געקומען דא פארברענגען
דברי שלום וברכה
מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:46 pm#544079
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פוילישער חסיד
מיר זיינען אופגיוואקסען מיט א שטארקע אינטערעסע אין חסדות און איהר הפצה

חסידות סיי אין לימוד תורות החסידות און אויכט תולדות החסידות והסתייף, זיך קכען אין חסידות האט אונז שטארק אינטרעסירט. דער זיידע איז גיווען א שטארק דערהויבענער חסיד שטאמענדיג פון גרויסע חסידים
מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:47 pm#544080
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:54 pm#544230
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז משגרים איך בין געבוירן און געוואקסן אין New York און בין 26 יאר אלט. אין מײן פרײע צײט האבּ איך ליב צו שמוסן, לײנען, שרײבּן, הערן אין זינגען מוזיק.
קאווע שטיבל איז א פּלאץ פאר שרײבּן, לײנען און שמוסען ממש געמאכט פאר מיר
דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:54 pm#544231
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נארמאלע יונגערמאן ברוך השם וואס פרובירט צו דינען דעם אויבערשטען, איך וויל אנטיילנעמען און קאווע שטיבל צו שרייבן און צו ליינען די אינטערסאנטע נייעס פון קאווע שטיבל , איך האף צו הנאה האבן פון קאווע שטיבל און קאווע שטיבל זאל הנאה האבן פון מיר
דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:55 pm#544232
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס א סאטמארער וואס איז אביסל אפן, און וואקלט זיך אינערלעך מיט ספיקות און שאלות קום איך אהער זעהן וואס איך ווייס נאכנישט, איך וואונדער זיך צו מיינע ספיקות וועלן ווערן בעסער אדער ערגער, סיי װי אזוי גיי איך פרובירן.
דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:56 pm#544233
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אני קטן בדעת, גדול בחכמת חיים,
מנסה לעלות בתורה ויראה,
משתוקק להידבק בחיי החיים,
ולעשות רצונו כל ימי חיי,
אחת שאלתי מאת ה' עד השתא,
וגם אותה אבקש מהיום והלאה,
שבתי בבית ה' כל ימי חיי.
ומצפה שיתגלה מלכותו במהרה אמן.
דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:57 pm#544234
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין פריילעך צו קענען צוגעבן צו אזא רייכע פלאץ פון מחשבה און ארט צו קענען פארברענגען מיט חברים מיט די זעלבע וויזיע איך האף צו קענען שרייבען און רעגירן אויף ענינים וואס איז וויכטיג פאר אונזער קולטור