Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:34 am#480579
I am a YID from ANSHEI SHLEOMEINE, and should be allowed to be a member in KAVE SHTEIBEL. unless of Course it belongs to the TZIBUR so you need unanimous approval from the TZIBUR
פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:55 pm#480590
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פולישער קארגער האט געשריבן:I am a YID from ANSHEI SHLEOMEINE, and should be allowed to be a member in KAVE SHTEIBEL. unless of Course it belongs to the TZIBUR so you need unanimous approval from the TZIBUR
וואסי די דאפעלטער לשון, פולישער קארגער, אויב ביזטו א פולישער ביזטו אטאמאטיש א קארגער?! וואס ווילסטו מרבה זיין מיט'ן צולייגן קארגער??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 10:02 pm#480593
דער גאלדענער אדלער: ויש לישב. אז צווישן פוילישע איז ער אויך א קארגער. ס'פונקט אזוי ווי מ'זאגט..."אן אונגערישער נאר"...! ס'איז דאך א כפל לשון...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. 2 מענטשן גייען אריין אין א בעיקערי איינער אן אונגערישער. דער צווייטער א פוילישער (גאליציאנער). דער אונגערישער בעט דעם בעה"ב ער זאלל איהם געבן די פיינסטע, פרישסטע ברויט וואס ס'איז דא. ער געט איהם א פרישע ברויט. ער צאלט 2.50. ער גייט אהיים עסט די ברויט און האט הנאה פון די פיינע,געשמאקע, פרישע ברויט. דער גאליציאנער זאגט צום בעה"ב. געב מיר די ביליגסטע ברויט וואס דו האסט. זאגט דער בעה"ב. איך האב א ברויט פון נעכטן פאר העלפט פרייז. זאגט דער גאליציאנער.. אפשר האסטו נאך ביליגער. זאגט ער יא. איך האב א ברויט וואס איז 3 טעג אלט. וויפיהל קאסט עס...?10 סענט. דער גאליציאנער כאפט און גייט אהיים און עסט אויף. און ער איז זייער פרייליך אז ער האט נאר געצאלט 10 סענט פאר א ברויט...!
מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 11:49 pm#481009
איך בין א אינגערמאן וואס האט ליב צו ליינען אוםצענזארטע ארטיקלען אין וויסן דעם אמת (אויב מעגלעך) אין איך דריי מיך שוין דא אויף קאווע שטיבל א שיינע פאר יאר אומרעגעסטרירט ביז יעצט וואס איך האב באשלאסן זיך צו רעגיסטרירן אין קענען ליינען אין שרייבן מיט א ראיגקייט.. איך האף איר וועט הנאה פון מיר
מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 11:49 pm#481010
איך בין א פראגרעמער און איך מאך עפפ'ס פאר פליפ פאונ'ס איך האב א טעלעגרעם טשענעעל וואס הייסט @APPS4FLIPS איך האלט זיך נאך אינמיטן לערנען נאך שפראכן פאר פראגרעמינג אויב דארפט איר סיי וועלכע הילף און טעכנאלאגיע קענט איר מיר פרעגן איך וועל אייך רוב מאל ב''ה קענען העלפן
מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 11:50 pm#481011
I want to join this wonderful community and see what we can benefit from each other and try to help each other getting better and have a better environmental experience
דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:04 am#481013
איך אויך האט געשריבן:איך שמעק דא אפאר טראללס, אשאד דיין/ענקער מיה.

איך אויך
איך אויך
דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:46 am#481025
דאס האט מען שוין געזאגט פאריגע מאל.
איך מיין מען קען שוין אויפהערען.
מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:41 pm#481209
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סעגאל האט געשריבן:דאס האט מען שוין געזאגט פאריגע מאל.
איך מיין מען קען שוין אויפהערען.
ווייטער ברענט דיין היטעל!

Sent from my SM-A107F using Tapatalk
מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 9:19 pm#481211
אפשר ברענגסטי זיך בעסער ארויס וואס די מיינסט?????
פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 10:49 am#481890
איך בין א יונגערמאן און איך באלאנג נישט צו א ספעציפישע חסידות, כאטשיק מיין טאטע באלאנגט יא אפיצעל ערגעץ. איך האב א שאיפה צו דערגיין דער אמת פון אידישקייט און פון סתם זאכן, און ארויסהאבן קלאר אלע שיטות און דיעות וואס יעדער האלט/ האט געהאלטן באמת.
איך האב געזעהן אז קאווע שטיבל איז זייער א אפענע פלאץ און דערגייט יעדער זאך צו וויסן וואס דער אמת לאמיתו איז, און אויך א זייער היימישע פלאץ ווי מ'קען זיך דורכרעדן ווי נארמאלע מענטשן, און זאגן וואס מ'האלט אן דעם וואס יענער זאל וויסן ווער דו ביסט און נאכדעם גיין פארציילן פאר אלע רודפים און חוזק-מאכערס פון שטאט
פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 10:52 am#481891
איך בין מתחבר געווארען צי קאווע שטיבל כדי צי הערען יענעמ'ס מינונג אין צי פאבערסערען מיין יודיש. איך בין א ליוביוויטשער חסיד איך וואוין אין ארץ ישראל אין שטאט בני ברק
פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 10:53 am#481892
לפעמים עירוני, לפעמין ערני, ולפעמים אירוני. כ'בין א שטאטליכער יונגערמאן, על פי רוב, צומאל אויך אויף, דאך נישט איממער, צומאל שלאף איך אויך, און געוויסע מאל בין איך, אדער די גאנצע בריאה א שטיק איראניע.
פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 10:53 am#481893
איך ווער באטראכט אין מיין געזעלשאפט אלס אן ערנסטער אינגערמאן, איינער וואס דאווענט און לערנט פארהעלטניסמעסיג ווי עס פאסט. איך האב ב"ה א פיינע פרנסה און א שטוב מיט עטליכע קינדער קע"ה. אין פאקט אבער דריי איך זיך ארום אין עולם התוהו. איך געהער צו א גרויסע חסידות ווי אלעס פארט מיט א סיסטעם, יעדער וואס גייט אריין אינעם טערנסטייל דרייט זיך מיט און אלעס פארט מיט אנגעהויבן פון ווען מען האט חתונה ביז נאך ווען מען מאכט חתונה די קינדער"...
פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 10:54 am#481894
איך זיך אינפאראמאציע איבער עניטינק נאלידזשעביל אויף די אידישע שפראך צו ליינען. מילא העלעך ליינען מער ווי שרייבן. כ'קום שוין פון אנדערע זייטלעך כ'האב אבער נישט מצליח געווען, פראביר איך דא. מאנכע טענה'ן אז כ'האב א גוטע פעדער, כ'זעה זאכן מיט די דעטאלן, נישט איך מאך זיי. גענוג אינפראמאציע?
פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 10:55 am#481895
איך בין סתם אינטערסערט אויף האבן א מעגליכקייט צו שמועס׳ן מיט אנדערע היימישע חברה אנ-ליין. ס׳דא אינטערסענטא מעשיות און מענטשן ווער זעהט אויס ווי ערנסטע, גוטע אידן סא פארוואס זאל איך נישט ווילן צו האבן עפעס א חלק מיט די עולם?
מאנטאג אוגוסט 15, 2022 1:54 pm#506415
איך פלעג מיך דרייען אסאך אויף אייוועלט און עס האט מיר געשטערט דאס אז מ'טאהר נישט רעדען גאהרנישט וואס שטימט נישט מיט די אלגעמיינע חסידישע קאפ, און ווי אויך האב איך אומצאליגע הערות און הארות אויף די סיסטעם אין ווי איך דריי מיך און עס וואלט מיר בארואיגט דעם געוויסען ווען איך וואלט מיר געקענט זיך דא אויסגעבען
מאנטאג אוגוסט 15, 2022 1:55 pm#506416
איך האב שוין לאנג געהערט פון מיינע חברטעס, אז דא איז א גוטע פלאץ צו קענען אריינזעהן אין מענער שוהל.
אזוי ווי איך זעה אז מען נעמט דא אן פרויען, האב איך זיך געקלערט, פארוואס נישט זיך איינשרייבן. ליינען און שרייבן, און קענען טראכטן אינדרויסן פון די אייגענע באקס, און פארשטייט זיך קענען פארשטיין יענעם אין זיין באקס.
מאנטאג אוגוסט 15, 2022 1:55 pm#506417
כ׳בין א פשוטע אינגערמאן כ׳האב נישט קיין סאך צי דערציילען אבער אסאך מאל האב איך עפעס ציצילייגען סא עפען איך א ניק פאר דעים צוועק וואס נאך עהה כ׳בין אויכעט גאנץ קליג
מאנטאג אוגוסט 15, 2022 1:56 pm#506418
מצד אמי ישנם קרובי חסידי גור וליטאים, ויש קשר משפחתי לרבי מנדבורנה חיפה ואחאיו כשהם בני דודים שניים של אמי. השאיפה שלי להיות יהודי שומר תורה ומצוות שנאמן לאלוקיו ועמו.
מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:12 pm#507047
איך האב אסאך קענען געלערנט אין מיין פראפעשאנעל לייוו די בראך און די נגע פון גאווערנמענט סוירוועילענס אויף פריוואטע בירגער. עס שטעכט מיר באמת סיי צוליב א זארג אויף מיין אייגענע פריוואטקייט אבער בעיקר צוליב דער פרינציפאל דערפון: די געוואלדיגע עוולה פון שפיהלן גאט און שפיאנירן אויף וואס מענטשן זאגן און טראכטן. ספעציעל טוט מיר דאס וויי צוקוקענדיג ווי ביי אונז אין די היימישע געמיינדע, אוואו רעליגיע וואלט ווען געברויכט צו געבן חירות צו די אינדיווידואליטי פון דעם מענטשן, איז נאך דאס נאכקוקן אנדערע דאס מערסטע איינגעריסן אין יוביקיוטעס. וואו יעדער וואס האט אביסל געלט און פאווער נוצט עס אויף צו קאנטראלירן אנדערע און אויסרעכענען וואס זיי האלטן און גלויבן און וואס זייערע נעקסטע טראט וועט זיין. האב איך מיר דערטראכט אהערצוקומען און פון צייט צו צייט אייך בארייכענען מיט אידייעס און געפינסן וואס איך טרעף אויף דער עניין פון סוירוועילענס און העקינג, צו ביי מיר אין ריעל לעבן, אויפ'ן געוועב אדער אפ' אויפ'ן טונקעלן אדער טיפן געוועב ה"י.
מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:13 pm#507048
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל צי קענען מגיב זיין ווען איך קען עפעס צילייגן אדער ווען מיין שכל זאגט מיך אז איך דארף מיך קריגן און ארויס ברענגען מיין מיינונג און פארשידענע נושאים אזוי אויכעט ארויס ברענגען די אמת'ע דעת תורה אין פארשידענע ענינים
מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:13 pm#507049
שלום עליכם צו אלע ״קאווע שטיבל״ מיטגלידער. לאמיר ליינען און שרייבן איבער סיי וואס תוכן׳דיג.
איך ערוואט צו פארברענגען און מיטטיילן פארן ציבור.
איך קען נישט קיין ענגליש, דערפאר איז דא דער פלאץ פאר אלע אידישע אינטערהאלטונג. תורה און פארשטאנד..
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:40 am#508259
איך בין שוין יארען א גאסט דא און קאוווע שטיבל, איך טראכט שוין א לאנגע צייט יא ווערען א ניק נישט ווערן א ניק, אבער לעצטענס שפיר איך אז איך האב צו צולייגען היפש. ממילא אם לא עכשיו אימתי
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:41 am#508260
א גוט יאר מיינע טייערע חברים

נאכן זיך דרייען דא פאר א לענגערע תקופה האב איך מחליט געווען אז איך קען אויך פארדינען פון האבן א ניק דא און האפענטליך וועלן אנדערע אויך פארדינען דערפון.

איך האף אז איך וועל הנאה האבן צו פאברענגען אינאיינעם.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:41 am#508261
איך בין א יונגערמאן אויפגעוואקסן אין א סאטמערער שטוב ,בריסקיש געשטימט, אין סטעמפורד הילל, לאנדאן. איך שטאדיר געזעצען אין אן ענגלישער אוניווערסיטעט און מיך אינטערסירט מיר אלעס היימיש און חסידיש.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:42 am#508262
איך בין א ליב-האבער פון ידיעות און היסטאריע בכלל, און כ'האב ספעציאל ליב א דו"ד פון השגות אויף א ספר, און די תגובה פון די מחבר וכו' לדוגמא הספר "הרבי" מאת שמואל היילמן, וספרו של הרה"ח חיים רפופרט מ'לונדון.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:42 am#508263
אדם מן השורה. יורה עקירה. מלונדון הבירה. לן ב'עווערעדזש דירה. שיש בו אווירא. שוה מיליון לירה. אנטי-ציוני הארירה. פרא-אל ז'אזירה.
בן עשרים שנה. השמש עוד לא פנה. ויה"ר שהלבנה. במהרה יבנה. מי מנה.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:43 am#508264
א איד וואס קוקט ארויס בתוך כל קהל ישראל, לישועת השי’’ת בקרוב. וואס גלייבט אז אזוי אויך יעדער איד איז. איינער מער בגלוי איינער ווייניגער. אבער כל הלבבות דורש את ה’.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 10:43 am#508265
איך קום אריין אין קאווע שטיבל כדי צו לאזן הערן די אנדערע זייט פון וואס די טראכסט
עס איז דא מענטשן וואס ווען זיי האלטן עפעס פארשטייען זיי אז דאס איז די איינציגסטע וועג און ווער ס'טראכט אנדערשט איז סתם משוגע
וויל איך לאזן וויסן אז ניין, איעדע זאך האט צוויי וועגן עס אנצוקוקן, די מעגסט ווייטער האלטן ווי אזוי די ווילסט, אבער רייס נישט יענעם אראפּ,
עס קען זיין אז די האסט נישט אלע אינפארמאציע וואס ער האט (און ס'קען זיין פארקערט אויכעט)
און אמאל קען זיין אז ביידע האבן ממש די זעלבע אינפארמאציע און דאך וועלן זיי האלטן אנדערשט צי ווייל איינער גייט מער מיט שכל און דער צווייטער גייט מיט געפיל ועוד כמה דרכים
לכן קום איך אהער צי לאזען הערען פון צייט צו צייט די אנדערע זייט (אפילו ווען איך האלט נישט ממש אזוי)
וחפץ ד' בידינו יצליח
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 6:18 pm#509034
א גוט יאר אלע קאווע שטיבל מיטגלידער, מיר זענען דא צוריק מיט א שטארקייט אייך מהנה צו זיין מיט אונזערע גלארייכע געדאנקען אונטער פילאזאפישע שטריכן.
אין בין א פארברענטער נאכגייער פון אלע צדיקים, ליטווישע ספארדישע תימנישע לאטיינישע וכו… חסידישע און נטורי קרתא.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 6:18 pm#509035
יעדע מענטש האט דעות ומהלכים, וואס העלפט אים למעשה אין לעבן, דיע דעות קומען, גייען, און טוישן זיך מיט די יארן לפי המצב ולפי הסביבה. ווי דען איז א פאסיגע פלאץ צו זיין א לומד מכל אדם אויב נישט דא אין קאווע שטיבל
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 6:19 pm#509036
שׁלוֹם.

כ׳גלייך קאַווע, און זיך צו בּליקן אין מיר זעלבּסט - האָפנטליך מיט די הילף פון שׁטיבּל.

כ׳לייך אַ שווייץ שטיקל טשאָקאַלאַדע מיט׳ן קאַווע, און כ׳פּרובּיר שאַפן ווען כ׳אָבּ נישט צו דער האַנט
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 6:19 pm#509037
פון ווי נישט....
באקאנט די מאמר "חברא חברא אית ליה"...

כ'פיל פאר א זכיה צו זיין א טייל פונעם "קאווע שטיבל משפּחה".

אין זיך אינדזשויען אויף גוטע קרישקלעך נייעסלעך אאו''ו.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 6:20 pm#509038
I want to register to be a member there Because it's very interesting
And also I want to have the battery to write over there To say my opinion
אייוועלט האט געהאלטן און איין מעקן מיינע זאכן סא וויל איך אנהייבן צו שרייבן דא אנשטאטס דארט. ובשם ה' נעשה ונצליח.
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 6:34 am#509132
שלום וברכה פאר אלע ניקים.... איך בין א נייער ניק דא. איך וויל ארויס ברענגען מיין סיבה פארוואס איך בין יעצט געווארען, איך בין שוין קרוב צו זעקס יאר א גאסט דא אבער לעצטענס זעה איך אז די חכם הדור @מי אני איז ממש וואו א מים שאין להם סוף איז מיר א זכיה צו שרייבען מיט אים. אגב זייענדיג א גאסט פאר יארען וויל איך לייגען מיין צוויי צענט, אז מיין צוויי בעסטע ניקים זענען @שבת אחים זיין שכל הישר מיט זיין מדות האמת, מיט @חקרן..... אגב @שבת אחים בין איך היבש סקעפטיש וואו זיין אמונה האלט, אבער דאס איז א סייד נאט!!
מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 9:26 pm#509194
ברוכים הבאים קאווע שטיבל.
איך האף צו קענען רייכער מאכן די פלאטפארמע מיט רייכע ארטיקלען און זאפטיגע סחורה, מיין פלאן איז צו שרייבן פוקציע, נאוועל, טרילערס און דראמע.


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ, יְיָ אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי, שֶׁיִּהְיוּ כׇּל חֲלוֹמוֹתַי עָלַי וְעַל כׇּל יִשְׂרָאֵל לְטוֹבָה,,,,,,,,,,,וְתִרְצֵֽנִי!
מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 9:27 pm#509195
איך האב עס באמערקט אין אריין געטשעקט אין כבין מוראדיג נתפאל געווארן כקום פין אייוועלט אבער דארט האב איך מיר געפיעלט מוראדיג ריסטריקטעט אין געוויסע זאכן
כבין פארגאפט געווארן פין די ברייטקייט וואס מהאט דא אויסצישמועסן נושאים אין זאכן וואס וואלטן ווען געדארפט זיין שטארקע טעמעס ביי אייוועלט
כקוק ארויס צו ווערן אנגענומען אין אריינקומען שטארק דא !
כהאלט כבין ווערט צוזיצען דא אין לאזן הערן מיינע צוויי צענט!
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 9:52 pm#509860
אינז זענען שטארקע חסידים פון סיי וועלכע מנהיג בישראל און אינז האלטן אז אינז פארשטייען צו דעם און קענען אסאך צוגעבן צו פארשידענע נושאים בפרט בחצרות הק' איך פרזענדליך האלט זיך פאר א נדבורנא חסיד ווייל פון דארט איז מיין אפשטאם נאך פונדערהיים
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 9:52 pm#509861
איך וואוין אין ניו יארק אזוי ווי די סיסטעם ווערט נאר מער סיסטעם, לייג איך גרויס האפענונג אויף אלע נייע ישובים, וואו סוועט זיין א תורה'דיגע היימישע אטמאספער, אבער אלעס אן די תורה שטעקן.

דערווייל ביזן פאקן, דארף מען דאך אויך עפעס לופט, נאכן טרייען צו שמעקן דעי פלאץ, ווי סאיז דא גענוג לופט פאר יעדן, אין יעדער איז וועלקאם, איז צייט צו אנהייבן אטעמען די רייכע אשכולות דא.

פון צייט צו צייט וועט א בלעזל אקסידשען ארויסגיין און ווערן פארוואנדעלט און א געשרייבאכטס.
מאנטאג אקטאבער 03, 2022 5:55 pm#510004
רש"י על תהלים • פרק צז פסוק ה
"כדונג נמסו" - דכתיב ונהרסו ההרים ונפלו המדרגות. "כדונג" - כשעוה
Raschi über die Psalmen • Kapitel 16, Vers 5
"Kedung schmolz" - buchstäblich und die Berge wurden zerstört und die Treppe fiel. "Kadong" - ungefähr eine Stunde
מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:39 pm#511608
א גוטן אלע טייערע חברים, קאלעגע קאווע טרינקער.
זוכנדיג א הייליג און ריינע ווינקל ווי אידן קומען זיך צוזאם אין א ווינקל אונטערן בוים דורכשמועסן את דבר ה’ מיט א קלארע אמת, מצאתי בקאווע שטיבל את שאהבה נפשי! יעדע נושא אין אידישקייט ווערט דא דורכגעטון מיט א עמקות און עיון ביזן מברר זיין הלכה למעשה.
ווי אויך איז דא אן אוצר בלום פון די בעסטע לטעראטור פאר איעדע זמן ומצב פון א אידישן נפש.
אלזא האף איך אז סיי אויב ס’גייט מיטן פיטום אראפ און סיי מיטן קטורת ארויף זאל מען קענען הנאה האבן און מהנה זיין, לחזק ולהתחזק, לדבר ולשמוע.
מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 9:02 pm#511613
.
מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 9:23 pm#511616
פיטום הקטורת האט געשריבן:א גוטן אלע טייערע חברים, קאלעגע קאווע טרינקער.
זוכנדיג א הייליג און ריינע ווינקל ווי אידן קומען זיך צוזאם אין א ווינקל אונטערן בוים דורכשמועסן את דבר ה’ מיט א קלארע אמת, מצאתי בקאווע שטיבל את שאהבה נפשי! יעדע נושא אין אידישקייט ווערט דא דורכגעטון מיט א עמקות און עיון ביזן מברר זיין הלכה למעשה.
ווי אויך איז דא אן אוצר בלום פון די בעסטע לטעראטור פאר איעדע זמן ומצב פון א אידישן נפש.
אלזא האף איך אז סיי אויב ס’גייט מיטן פיטום אראפ און סיי מיטן קטורת ארויף זאל מען קענען הנאה האבן און מהנה זיין, לחזק ולהתחזק, לדבר ולשמוע.


לדבר ואח"כ לשמוע....?!

קאווע שטיבל איז א מקום וואס ס'לוינט קודם צו הערן ווייל נאכדעם קען זיין וועסטו דבר'נען אנדערש !!
מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 12:52 am#512047
קודם כל וואס איז פשט פון בכלל בעטן א הסבר פארוואס איך וויל זיך איינשרייבן , וואס פאר א בייזע כוונת קען איינער האבן אז צוליב דעם זאל עם קאווע שטיבל נישט אנעמען ? העמממ איך מיין אז איך האב שוין געשריבן גאנצע פערציג ווערטער...ועוד חזון למועד
מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 12:52 am#512048
קאווע שטיבל איז דאס פלאץ וואס איך ליין שוין לאנג די ארטיקלען דא, און אויך אין די וועקער. איך האב זייער הנאה פון די אויפגעקלערטע און אמת'ע שמועסן וואס גייען פאר דא אין קאווע שטיבל. האב איך מחליט געווען אז איך וויל מיך איינשרייבן. ובפרט אז איך וויל מיטטיילן מיטן עולם גאר א אינטערסאנטע מעשה וואס איז פאר געקומען דעם וואך.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 12:53 am#512050
Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,
מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 12:53 am#512051
שלום וברכה, א גאסט פאר א לאנגע וויילע דא, איינער פון די אפטע געסט, געקומען די צייט אויך עפעס צוצוגעבן אויף די פלאטפארמע.
איך גלייך מוזיק און אפנקייט אין געוויסע נושאים וואס ווערן בלויז דא אויסגעשמועסט, א שטייגער ווי ארט, מאוויס, מוזיק וכו'.
איך האף צו קענען פון צייט צו צייט צוגעבן עפעס און ביי אן אשכול ווי איך שפיר נישט באקוועם מיט די טאפיק אדער מיינונגען העל איך פליען די פיפט..
מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:14 am#512070
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שרייבען האט געשריבן:Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,
קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר אידיש שרייבענדע מענטשן, און אויב וויל איינער שרייבן אין ענגליש, פארוואס דען נישט, אונז דעסקרימינירן נישט. אבער כאטשיג די ענגליש זאל כאטשיג זיין געשריבן ווי ענגליש, אויב אבער שרייבסטו ענגליש ווי נח מיט זיבן גרייזן, דאן זיי מיר נישט אזא בעסערע מענטש און שרייב ביטע אידיש. הצלחה רבה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:39 am#512073
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
שרייבען האט געשריבן:Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,
קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר אידיש שרייבענדע מענטשן, און אויב וויל איינער שרייבן אין ענגליש, פארוואס דען נישט, אונז דעסקרימינירן נישט. אבער כאטשיג די ענגליש זאל כאטשיג זיין געשריבן ווי ענגליש, אויב אבער שרייבסטו ענגליש ווי נח מיט זיבן גרייזן, דאן זיי מיר נישט אזא בעסערע מענטש און שרייב ביטע אידיש. הצלחה רבה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
העי, קודם לאמיר אים ווארעם אויפנעמען און אים מאכן שפירן באקוועם. דערנאך קענט איר אים רופן אין א זייט, און מיט איין הענט אויף זיין פלייצע קענט איר אים שטילערהייט מורמלען און אויפמערקן.

שטארק מעגליך אז ער האט נישט קיין אידיש "קי-בארד".